בלעטער פֿון מײַן לעבן · אבֿרהם קאַהאַן · פֿערטער באַנד (נ.י., 1928)
אין די מיטעלע יאָהרען

פֿופֿצענטער קאַפּיטעל

עטליכע פֿון די מיטאַרבייטער און עטליכע פֿון די „פּיטשורס"

װעגן דעם טעקסט: דאָס איז אַ װאָרט-בײַ-װאָרט אָפּשריפֿט פֿון די געדרוקטע זײַטן 456–498 (גאַנצער פֿופֿצענטער קאַפּיטעל פֿון פֿערטן באַנד), מיט דער אָריגינעלער אָרטאָגראַפֿיע פֿון 1928. די נומערן אַזױ װי 456 צײכענען אָן דעם אָנהױב פֿון יעדער געדרוקטער זײַט. רוסישע און פֿרעמדע װערטער זײַנען איבערגעגעבען אַזױ װי אין אָריגינאַל.
יצחק אייזיק האָרװיטש
יצחק אייזיק האָרװיטש
(בילד-בלאַט; אין אָריגינאַל לעבן ז׳ 456)
1
יצחק אייזיק האָרוויטש.

456איינער פֿון די וויכטיגסטע פֿערזענליכקייטען, וועלכע האָבען זיך באַטייליגט אין „פֿאָרווערטס" אין יענע יאָהרען, איז געווען יצחק אייזיק האָרוויטש, מיט וועמען דער לעזער איז שוין באַקאַנט פֿון דעם דריטען באַנד (פֿיידזש 177 און פֿיידזש 490). ער איז געווען איינער פֿון די געבילדעטסטע מענשען ביי אונז און, אַלס שרייבער פֿון סעריעזע אַרטיקלען, איז ער געווען אַ וויכטיגע קראַפֿט. ער האָט אַ סך געוואוסט, האָט געהאַט וואָס צו זאָגען און האָט זיינע געדאַנקען אויסגעדריקט אויף אַ קלאָרען, אינטעלעקטסרייכען שטייגער. שרייבען אידיש האָט ער ערשט אָנגעפֿאַנגען אין אַמעריקא, און אַ לאַנגע צייט האָט ער זיין אידיש געשריבען מיט לאַטיינישע בוכשטאַבען. דערנאָך האָט ער זיך אויסגעלערנט שרייבען דעם אידישען אלף-בית, אָבער אין זיין האַנדשריפֿט האָט ער קיינמאָל ניט געכאַפּט דעם אמת'ן אידישען שניט. זיינער אַ מאַנוסקריפֿט פֿלעגט אויסזעהען „ווי אַ גוי שרייבט אידיש". די שפּראַך גופֿא איז אָבער געווען נאָך אידישער ווי ביי אונז אַלעמען. מיר שרייבען, צום ביישפּיל, „אויך", און ער פֿלעגט דוקא געברויכען „אויכעט". דערביי איז געווען אַ שטיקעל אָנצוהערעניש אויף איראָניע, אַזוי ווי דער גאַנצער אידישער שרייבען וואָלט איהם אויסגעקומען קאָמיש. שפּעטער אָבער האָט ער זיך פֿאָלשטענדיג צוגעוואוינט צו זיין אידיש אַלס אַ שפּראַך ווי אַלע שפּראַכען, און עס האָט זיך ביי457איהם אויסגעאַרבייט אַן אייגענאַרטיגער סטיל אַזאַ. אויף דיזען לשון פֿלעגט ער אויסדריקען זיינע געדאַנקען וועגען די סעריוזסטע פּאָליטישע און סאָציאַלע ענינים.

צו דער סאָציאַליסטישער פּאַרטיי האָט ער אַ לאַנגע צייט ניט באַלאַנגט. ער איז געווען אַן עפּיקורס אין איינע וויכטיגע טיילען פֿון דעם מאַרקסיזם און אויך אין דער גאַנצער פּאָליטישער פּראָגראַם אונזערער. ער איז אָבער דאָך געווען אַ סאָציאַליסט, אַ רעוואָלוציאָנער פֿון דערהיים.

ער האָט אייגענטליך גענומען שרייבען פֿאַר'ן „פֿאָרווערטס" נאָך איידער איך בין צוריקגעקומען צו דער צייטונג. ווען איך בין שוין ווידער געווען רעדאַקטאָר, האָט ער זיך אַ לאַנגע צייט געפֿונען אין וואַשינגטאָן. דאַן האָט ער, אויף מיין איינלאַדונג, גענומען שרייבען אין „פֿאָרווערטס" אַ וועכענטליכען „בריעף פֿון וואַשינגטאָן".

שפּעטער, אין פֿריהלינג פֿון 1906, נאָך דער ערשטער רוסישער רעוואָלוציע, און ווען עס איז מעגליך געוואָרען פֿאַר אייניגע אַנטלאָפֿענע רעוואָלוציאָנערען זיך אומצוקערען אהיים, האָט ער באַזוכט זיין אַלטע היים, מינסק, וואו ער האָט אין זיינע יונגע יאָהרען געשפּילט אַזאַ גרויסע ראָלע אַלס רעוואָלוציאָנערער פֿיהרער פֿון דעם געשטוירטערטען יונגען דור. ער איז דאָרטען פֿאַרבליבען אַ היבשע צייט און איז זאָגאַר געווען אַ קאַנדידאַט צו דער דומאַ. ער איז ניט ערוועהלט געוואָרען.

פֿון וועג, פֿאָהרענדיג קיין רוסלאַנד, האָט ער פֿאָר'ן „פֿאָרווערטס" געשריבען „בריוועלאך פֿון אונטערוועגנס", און דערנאָך, ווען ער איז געקומען צוריק, האָט ער פֿאָרטגעזעצט צו אַרבייטען אין „פֿאָרווערטס".

איך געדענק אַ געשפּרעך, וואָס איך האָב מיט איהם געהאַט, ווען ער האָט זיך אומגעקעהרט פֿון זיין רייזע. איך האָב איהם געפֿרעגט וועגען די געפֿיהלען מיט וועלכע ער איז געקומען אין זיין געבורטס-שטאָדט נאָך אַן אָפֿוועזענהייט פֿון זעכצעהן יאָהר. אַזאַ ענין איז מיר שטענדיג געלעגען אין זינען. איך האָב458קיינמאָל ניט אויפֿגעהאַרעט צו בענקען נאָך מיין ווילנא; און ווען ער איז געפֿאָהרען קיין מינסק, האָב איך איהם מקנא געווען.

אַלס ענטפֿער האָט ער מיר דערציילט ווי אַזוי ער האָט זיך באַגעגענט מיט איינעם פֿון זיינע נאָהענטסטע פֿריינד פֿון אַמאָליגע יאָהרען. ער האָט אייגענטליך געפֿונען נאָר איינעם אַזאַ, און די באַגעגעניש איז געווען אַ וואָרימע. עס האָט זיך אָבער באַלד דערפֿיהלט, אַז צווישען זיי איז געבליבען גאַנץ ווייניג געמיינשאַפֿטליכעס. אין די זעכצעהן יאָהר איז יענער ארײנגעצויגען געוואָרען אין איין וועלט, און הורוויטש אין אַן אַנדערער. דער מינסקער האָט ענטוויקעלט נייע באַקאַנטשאַפֿטען, נייע פֿריינדשאַפֿטען, נייע אינטערעסען, וועלכע זיינען יצחק אייזיק'ן געווען פֿרעמד.

אַ קורצע צייט שפּעטער האָב איך זיך אויך געקליבען צו פֿאָהרען קיין רוסלאַנד. מיין פֿרוי איז דאַן געווען אויף אַ באַזוך ביי איהר פֿאַמיליע אין קיעוו, און זיי האָבען מיך שוין ערוואַרטעט. עס האָט זיך אָבער געמאַכט אַן אומשטאַנד, איבער וועלכען מיין רייזע האָט געמוזט אָפּגעלייגט ווערען.

2
מאָריס ראָזענפֿעלד

צווישען די מיטאַרבייטער, וואָס זיינען אָנגעקומען זינט מיין צוריקקעהרען, איז געווען מאָריס ראָזענפֿעלד, דער פּאָעט. ער פֿלעגט שרייבען אין אונזער אַמאָליגער „אַרבייטער צייטונג". דאָרטען זיינען ערשינען אַלע לידער, וועלכע ער האָט געשאַפֿען אין 1890 און 1891 (זעה דריטען באַנד, פֿיידזש 230). דערנאָך איז ער עטליכע יאָהר געווען פֿאַרבונדען מיט אָרטאָדאָקסישע צייטונגען. דאָרטען פֿלעגט ער אָפֿט שרייבען אין אַן אָרטאָדאָקסישען גייסט און ניט זעלטען לידער, אין וועלכע ער האָט געמאַכט חוזק פֿון דעם סאָציאַליזם און פֿון אונז. אין 1901 איז ער אַריין אין דער סאָציאַליסטישער „אַבענד-בלאַט". ער האָט אָנגעפֿאַנגען מיט אַ פֿיערדינגע חטאת-ליד, און מיט אַ נדר-ערקלערונג, אַז ער וועט שוין „מעהר ניט פֿאַרקנעכטען זיין פֿען ביי די קאַפּיטאַליסטען", אַז ער איז אַ קינד פֿון פֿאָלק, געהערט

מאָריס ראָזענפֿעלד
מאָריס ראָזענפֿעלד
(בילד-בלאַט; אין אָריגינאַל לעבן ז׳ 459)

459צום פֿאָלק און ביים פֿאָלק וועט ער בלייבען. ער האָט זיך אָבער באַלד אומגעקעהרט צום „טאַגעבלאַט", און זיין ערשטער אַרויסטריט איז דאַן געווען אין דער פֿאָרמע פֿון אַ באַגייסטערטע ליד פֿאַר איהר רעדאַקטאָר און דריי וויכטיגסטע מיטאַרבייטער.

איינמאָל, ווען מיר האָבען זיך באַגעגענט אויפֿ'ן גאַס, האָט ער מיך פֿאָרזיכערט, אַז איהם ציהט עס אימער צו די סאָציאַליסטען און צו די אָרגאַניזירטע אַרבייטער, און אַז ער וואָלט וועלען אַרבייטען אין „פֿאָרווערטס". דאָס איז געווען אין 1904. איך האָב זיין ערקלערונג נאַטירליך ניט גענומען ערנסט. זיין הערצע און זיין שטאַנדפֿונקט וועגען פּאָליטישע אָדער סאָציאַל פֿראַגען האָט קיינער ניט געשאַנקען קיין אויפֿמערקזאַמקייט. ער איז געווען מאָריס ראָזענפֿעלד דער פּאָעט, און בלויז אַלס אַזעלכען האָט מען איהם באַטראַכט — אַ באַגאַבטער פֿידעל-שפּילער, וועלכער קען אויף זיין אינסטרומענט שפּילען אַלערליי ניגונים און אויף אַלערליי חתונות.

איך האָב געגלויבט, אַז אַזאַ לייכטזיניגען, אומפֿאַראַנטוואָרטליכען מענשען מיט אַזאַ טאַלאַנט דאַרף מען קאָנטראָלירען; אַז מיר דאַרפֿען איהם נעמען אונטער אונזער פֿליגעל. ער איז שוין דאַן געווען באַרימט ניט נאָר צווישען אידען, נאָר אויך צווישען קריסטען. זיינע געדיכטען האָט מען שוין אָנגעפֿאַנגען איבערזעצען אויף פֿאַרשיידענע שפּראַכען.

דאַן האָט ניט געקענט זיין קיין פֿראַגע וועגען מאַכען אַ פֿאַלשען איינדרוק אויפֿ'ן עולם אָדער נאַרען זיך אַליין. אַלע האָבען איהם געקענט. אַלע האָבען געוואוסט אי זיין טאַלאַנט אי זיין כאַראַקטער. איך האָב געגלויבט, אַז אין אונזערע הענט וועט פֿון זיין קראַפֿט געמאַכט ווערען אַ ריכטיגער געברויך. עס וואָלט פּשוט געווען אַ שאָדע, ווען זיין וואונדערבאַרע באַגאַבונג זאָל פֿאַרלאָרען גאהן אויף אונסימפּאַטישע צוועקען.

איך האָב דאָס אויסגעדריקט פֿאַר די גענאָסען. עס איז געווען אַ מיינונגס-פֿאַרשיידענהייט, אָבער ניט קיין שאַרפֿע. איך האָב איהם אַרײנגענומען.

ער האָט פֿאַר אונז געשריבען פֿעליעטאָנען אין פּראָזע, אַזוי460גוט ווי געדיכטען. זיינע פֿעליעטאָנען, הגם פֿילעם אין זיי איז געווען נאַיוו און רויע, האָבען ענטהאַלטען אַ סך טאַלאַנטפֿולע שטאָף: דאָ אַ שטאַרקען שטיקעל הומאָר, דאָ אַזוי אַ געראָטענעם ווערטעל, אַמאָל אַ בילדעל, אַמאָל אַ גיפֿטיגען אָנגריף (דיזע אָנגריפֿען זיינע האָט מען באַדאַרפֿט קאָנטראָלירען מעהרער ווי אַלע, וואָרים ער האָט געהאַט אַ אונזעטבאַרען אַפּעטיט מיט'ן פֿעדער זיך אָפֿצורעכענען מיט די וואָס ער האָט באַטראַכט פֿאַר זיינע פֿערזענליכע שונאים).

די לידער פֿלעגט ער אָפֿט שרייבען ביי אונז אין דער רעדאַקציע. פֿרייטאָג, צום ביישפּיל, פֿלעגט ער אַרײנקומען, זעצען זיך ביי דעם אַלגעמיינעם טיש און נעמען בויען זיינע פֿערזען. מיט זיין שוואַרצער, געקרייזעלטער קאָפּ האָר אַראָפֿגעבויגען צום פּאַפּיר, מיט די באַקען גליהענד-רויט פֿון פֿאַרפֿאַסערישער אויפֿרעגונג, פֿלעגט ער אַזוי זיצען, טראַכטען, צעהלען דעם „מעטער" אויף די פֿינגער און שרייבען, ביז — אין גאַנץ ווייניג צייט — פֿלעגט פֿאַרטיג ווערען זיין געדיכט פֿאַר'ן שבת'דיגען נומער.

דאַן פֿלעגט ער אַרײנקומען צו מיר אין צימערל און נעמען דאָס פֿאָרלעזען. דערביי פֿלעגט ער אַלע ווײלע צו מיר אַ וואונק טאָן מיט זיינע קליינע שוואַרצע אויגען, אַרײנקוקען מיר אין מיינע אויגען אַריין, כמעט ביז אונזערע שטערענס האָבען זיך אָנגעריהרט, און געבען מיר אַ נערוועוזען שטיפֿען כאַפּ פֿאַר'ן אָרים, אַזוי ווי ער וואָלט געשריען: „טיפֿזיניג, ניט אמת? אַ געראָטענע שורה, האַ? און די, ווי געפֿעלט אייך?"

און וואָס מעהר די שורה איז איהם אַליין געפֿעלען געווען, אַלץ שטאַרקער פֿלעגט זיין דער צופּ וואָס ער פֿלעגט טאָן זיין צוהוערער פֿאַר'ן אָרים.

אַמאָל פֿלעגט זיך מאַכען, אַז דער געדאַנק פֿון זיין ליד איז געווען אַ פֿאַלשער, אָדער סתם ניט קיין געראָטענער; אָדער עס פֿלעגט טרעפֿען, אַז צווישען איין פֿערז און אַ צווייטען איז געווען אַ שלאַנגענדער ווידערשפּרוך. אין אַזאַ פֿאַל פֿלעג איך איהם אויפֿמערקזאַם מאַכען אויף דעם פֿעלער, און ער פֿלעגט461גלייך זיך זעצען און דאָס פֿאַרריכטען; אָדער ער פֿלעגט אויפֿשרייבען אַן אַנדער געדיכט, לויט דעם אָנגעוויזענעם געדאַנק.

ער פֿלעגט זיך קיינמאָל ניט דינגען. שרייבען איז איהם אָנגעקומען זעהר לייכט; און ווען ער האָט געהאַלטען די פֿעדער אין דער האַנט, האָט ער זיך פֿאַרגעשטעלט אַ בילד, צי אַזאַ, צי אַזאַ. איהם איז געווען אַלץ איינס. די פֿאַנטאַזיע האָט גאָר געאַרבייט. בשעת ער האָט געשריבען, האָט ער דעם געדאַנק געזעהן ווי פֿאַר די אויגען, און אויף דער מינוט האָט ער אין איהם געגלויבט. האָט ער געהערט אַז מען דאַרף גאָר זאָגען פּונקט פֿאַרקעהרט, פֿלעגט שוין זיין פֿאַנטאַזיע גענומען מאָלען די „אַנדערע זייט פֿון דעם מעדאַל", און ער פֿלעגט איהר זעהן פּונקט אַזוי העל ווי פֿריהער די ערשטע זייט. בשעת ער האָט געהאַלטען אין איין שאַפֿען, איז ער געווען אויפֿריכטיג. ער האָט געדענקט ניט מיט געדאַנקען, און ניט מיט געזעצטע געפֿיהלען פֿון יושר, אמת, מענשליכען גליק, נאָר מיט אַ מאָמענטאַנער פֿאַנטאַזיע און מיט מאָמענטאַנע געפֿיהלען — סתם געפֿיהלען.

ער האָט געהאַט אַ פֿלאַמענדען נערוועוזען טעמפּעראַמענט, מיט זעהר ווייניג בילדונג און אַבסאָלוט אָהן אַ פֿעהיגקייט צו האַבען אַ מיינונג. ער האָט אַמאָל געלערענט אַביסעל גמרא, געקענט אַביסעל העברעאיש און געקענט לעזען דייטש. אַמאָל האָט ער פֿאַר מיר דעקלאַמירט אַ האַלבע שטונדע נאָכאַנאַנד פֿון שיללער'ס „גלאָקע". אָבער אַזוי בילדונג האָט ער כמעט גאָרניט געהאַט. ער איז געווען אונוויסענד און אונענטוויקעלט. שפּעטער האָט ער אָנגעשריבען אייניגע ענגלישע לידער. זיי זיינען איהם אָנגעקומען שווער, זיי זיינען אָבער אַרויסגעקומען שעהן.

ער האָט ביי אונז געאַרבייט אַ יאָהר צעהן (מיט אַ פּאָזע צוליב קראַנקהייט, און שפּעטער איבער אַ רייזע קיין אייראָפּא, וואו מען האָט איהם אומעטום אויפֿגענומען מיט כבוד און מיט פֿאַראָד). ער איז אַוועק פֿון אונז (אין 1913), ווייל מיר האָבען זיך ענטזאָגענט צו דרוקען ווילדע אַטאַקעס, וואָס ער האָט געמאַכט אויף פֿאַרשיידענע פֿערזענליכקייטען פֿון אידישען קוואָרטאַל.

3
מ. באַראַנאָוו.

462אין אָנפֿאַנג פֿון 1906 האָב איך אַ אײנגעלאַדען מ. באַראַנאָוו'ן מיטצואַרבייטען אין „פֿאָרווערטס". ער איז דערמאָנט געוואָרען אין צוויי שטעלען אין דעם דריטען באַנד (פֿיידזשעס 297-298 און 411-412). ווען מיר האָבען זיך אָפֿגעטיילט פֿון די דעלי-אַניסטען און זייער „אַבענד-בלאַט" און געגרינדעט דעם „פֿאָרווערטס" אין 1897, איז ער געבליבען ביים „אַבענד-בלאַט". ער איז געווען אַ צוריקגעצויגענער מענש, ניט קיין קהל-מענש. קיין רעדנער איז ער ניט געווען, און אויף פֿאַרזאַמלונגען פֿלעגט מען איהם זעהן זעהר זעלטען. אַלזאָ, האָט ער אין אונזערע פּאַרטיי-שטרייטעריען קיין אנטייל ניט גענומען. זיינע סימפּאַטיען זיינען אָבער געווען מיט דעם „אַבענד-בלאַט", און ער האָט אין איהם געשריבען.

אויב ער האָט זיך אין אונזערע פּאָליטישע שטרייטען ניט געמישט אַלס רעדנער, אָדער אַלס מיטינג-באַזוכער, האָט ער אָבער אין זיי ביסלעכווייז אָנגעהויבען צו נעמען אנטייל מיט'ן פֿעדער. ער האָט אין „אַבענד-בלאַט" געדרוקט פֿעליעטאָנען, אין וועלכע ער האָט אַטאַקירט די פֿיהרער פֿון אונזער אָפּאָזיציע.

ער פֿלעגט שרייבען מיט אַ מערקווירדיגען קלאָרען סטיל, מיט קורצע, פֿעסטע זאַצען, און מיט אַ שניידענדען הומאָר. די דאַזיגע פֿעליעטאָנען זיינע פֿלעגען מאַכען אַ רושם. ער איז געווען אַ געבאָרענער סאַטיריקער. זעהר אָפֿט פֿלעגט זיין אַטאַקע ענטהאַלטען זיין אָריגינעלען וויץ, שאַרף ווי אַ שפּיז.

זינט ער האָט אימיגרירט קיין אַמעריקא, אין 1895, האָט ער אויסגעשטודירט אויף דענטיסט. ער האָט זיין פּראָפֿעסיע פּראַקטיצירט און ענטוויקעלט אַ גוטע פּראַקטיק. קיין חשק האָט ער צו איהר אָבער קיינמאָל ניט געהאַט. ער איז געווען אַ בוך-מענש, אַ געשטודירטער (אין די אכציגער יאָהרען איז ער געווען אין דעם כאַרקאָווער אוניווערסיטעט) און אַ באַלעזער. פֿלעגט ער אין זיינע פֿרייע שטונדען אַ סך לייענען, און זיינע אַרטיקלען פֿאַר דעם „אַבענד-בלאַט".

463שפּעטער, ווען עס האָט זיך אָנגעפֿאַנגען דער נייער קאַמף געגען דעלי-אַן'ען — דער קאַמף פֿון די „קענגורוס" — האָט ער דעם „אַבענד-בלאַט" פֿאַרלאָזען. אָבער צו די „קענגערוס" איז ער ניט צוגעשטאַנען, און ווען זיי האָבען געגרינדעט זייער „פֿאָלקס-צייטונג", האָט ער אין איהר קיין אנטייל ניט גענומען. זיין טאַלאַנטפֿולע פֿעדער איז געבליבען אָהן אַ צייטונג.

ווען איך בין שוין צוריק געווען אין „פֿאָרווערטס", האָב איך אָפֿט געטראַכט וועגען איהם אַלס אַ ווינשענסווערטען מיט-אַרבייטער.

מיר האָבען זיך לאַנג שוין ניט געהאַט געזעהן. אין זיינע אַטאַקעס געגען די פֿיהרער פֿון אונזער אָפּאָזיציע און אויפֿ'ן „פֿאָרווערטס" פֿלעגט ער מיך דורכקלאָפֿען. ער פֿלעגט אָנגרייפֿען דעם אַלעמען אויסער מיר. נאָכדעם ווי איך האָב פֿאַרלאָזען דעם „פֿאָרווערטס" (אין 1897), איז דאָס געווען נאַטירליך, וואָרים דאַן בין איך שוין מעהר ניט געווען טעטיג אין דער אָפּאָזיציע און אין דער באַוועגונג בכלל. ער האָט מיך אָבער ניט אָנגעגריפֿען אפֿילו דאַן, ווען איך בין אין דער אָפּאָזיציע נאָך יאָ געווען טעטיג.

דאָך — מיר האָבען געהערט צו צוויי פֿיינדליכע לאַגערען, און מיר זיינען געווען אָפֿגעפֿרעמדט איינער פֿון דעם אַנדערען. מיר האָבען זיך קיינמאָל ניט באַגעגענט. ווען איך בין ווידער געוואָרען רעדאַקטאָר פֿון „פֿאָרווערטס", און ער איז געווען אָהן אַ צייטונג, האָב איך געגארט איהם צו בעטען שרייבען פֿאַר אונז. די אַנדערע „פֿאָרווערטסיסטען" האָבען אָבער ניט געקענט פֿאַרגעסען זיינע ביטערע אַטאַקעס און זיין נאָמען איז ביי זיי געווען טריף.

די שנאה איז געווען אַ ריין-פּאָליטישע. און זי האָט געשטאַמט פֿון די גיפֿטיגע אַטאַקעס, וואָס ער פֿלעגט מאַכען אויף אונזער צד. ער איז געווען אַ טריער סאָציאַליסט און אַ העכסט עהרליכער און נאָבעלער מאַן. אַלזאָ, ווען עס איז אַריבער אַ יאָהר פֿיער, און איך האָב געגלויבט אַז די אַלטע ביטערקייט איז שוין פֿיעל אָפֿגעשוואַכט געוואָרען, האָב איך איהם געשריבען אַ בריעף. דאָס איז געווען אין אַפּריל 1906. מיר האָבען זיך

לעאָן גאָטליעב
לעאָן גאָטליעב
(בילד-בלאַט; אין אָריגינאַל לעבן ז׳ 464)

464געזעהן אין אַ קאַפֿע און ער איז געוואָרען אַ מיטאַרבייטער אין „פֿאָרווערטס". זיין ערשטער אַרטיקעל איז ערשינען דעם 31טען אַפּריל.

פֿילע פֿון די גענאָסען זיינען געווען אויפֿגעבראַכט. באַראַנאָוו אין „פֿאָרווערטס"! עס האָט זיך אָפֿגעטאָן מעשים. ווען די „פֿאָרווערטס אסאסיאיישאַן" וואָלט אָנגענומען אַ באַשלום געגען זיין מיטאַרבייטערשאַפֿט, וואָלט זיין פֿאַרבינדונג מיט דער צייטונג נאַטירליך געווען אונמעגליך. אַזאַ באַשלום איז אָבער ניט אָנגענומען געוואָרען.

צוערשט האָט ער בייגעטראָגען אונרעגעלמעסיג, ער האָט אָבער באַלד אָנגעפֿאַנגען צו שרייבען רעגעלמעסיג, צוויי מאָל אַ וואָך. איינער פֿון זיינע ערשטע אַרטיקלען איז געווען וועגען מאַקסים גאָרקי, וועלכער איז דאַן געווען אין אַמעריקא און אויף זיין באַריהמטען, סענסאַציאָנעל געוואָרענעם באַזוך.*

באַראַנאָוו איז גלייך געוואָרען איינער פֿון די וויכטיגסטע קרעפֿטען ביי אונז. זיינע גלענצענדע אַרטיקלען און פֿעליעטאָנען זיינען געוואַקסען אין פּאָפּולאַריטעט. די, געגען וועמען ער פֿלעגט זיך פֿאַרמעסטען מיט זיין שאַרפֿען וויץ, פֿלעגען ווערען זיינע ביטערע שונאים זיינע. ביי דעם אַלגעמיינעם לעזער-פּובליקום אָבער האָט ער געוואואנען אַ סך אַנהיינגער, און פֿילע זאָגאַר פֿון די, וועמענס פּאַרטיי אָדער גרופּע ער פֿלעגט אָנגרייפֿען, פֿלעגען איהם אויך לעזען מיט'ן טיפֿסטען אינטערעס — לעזען און ניט-ווילענדיג לאַכען פֿון זיינע גיפֿטיג-וויציגע שטעך-ווערטער.

אכטצעהן יאָהר איז ער מיט אונזער צייטונג געווען פֿאַרבונדען — ביז'ן טויט (ער איז געשטאָרבען נאָוועמבער דעם 24טען, 1924).

ניט זעלטען פֿלעגט אונז אויסקומען אונטער זיינעם אַ זאַץ465אונטערצושטעלען אַ נאָטיץ, אַז מיר זיינען מיט איהם ניט איינפֿאַרשטאַנען — אַ „פֿאָרקאַווע" פֿלעגט ער דאָס רופֿען — אָדער דעם זאַץ אינגאַנצען דורכלאָזען. אַ סאָציאַליסט איז ער אָבער אימער געווען אַ טריער, און אַלץ וואָס ער האָט געשריבען איז ביי איהם געגאַנגען פֿון האַרצען.

ער איז געווען אַ גוטער, ווייכער מענש, נאָר אַ בייזער און אַ היציגער. ווען ער פֿלעגט זיך צוקאָכען, פֿלעגט עס אָננעמען די פֿאָרמע פֿון עקספּלאָזיווען הומאָר. און אין כעס פֿלעגט ער ווערען גלייך ווי ער פֿלעגט נעמען די פֿעדער אין האַנט — אַזא אײנדרוק פֿלעגט זיין שרייבען מאַכען.

4
ב. פֿייגענבוים. — הלל ראָגאָף.

ב. פֿייגענבוים האָט ביסלעכווייז אָנגעהויבען זיך צו באַטייליגען אין „פֿאָרווערטס", און ענדליך איז ער געוואָרען אַן איינריכער מיטאַרבייטער. ער פֿלעגט שרייבען אַ טייל פֿון די לייט-אַרטיקלען און אַנדערע ערנסטע אַרטיקלען. אין דער באַוועגונג איז צווישען אונז שוין קיין פּאַרטיי-אונטערשידען ניט געווען. אמת, ער איז געווען אַ לינקער פֿון מיר (אין יענע יאָהרען פֿלעגען מיר דעם אויסדרוק „לינק" אָדער אַ „לינקער" ניט געברויכען), און מיט מיין „זשורנאַליסטישער פּאָליסי" איז ער ניט געווען צופֿרידען. דעם דעלי-אַניזם האָט ער אָבער שוין לאַנג געהאַט אַוועקגעוואָרפֿען און ער איז געווען טעטיג אין אונזער פּאַרטי.*

ווי דער לעזער ווייסט שוין פֿון דעם דריטען באַנד פֿון דיזע „בלעטער", איז ער אין זיינע גאַנץ יונגע יאָהרען געווען אַ שאַרפֿע „גמרא קאָפּ", מיט אַ גלענצענדען זכרון. שפּעטער זיינען זיינע זעלטענע פֿעהיגקייטען ענטוויקעלט געוואָרען אונטער דעם איינפֿלוס פֿון נייע באַוועגונגען. זיין מוח איז געווען אַ שלאַנגענדער466קוואַל פֿון אינטערעסאַנטע געדאַנקען. דאָס פֿלעגט זיך פֿיהלען אין איהם אי אַלס רעדנער, אי אַלס שרייבער.

אַ חוץ פֿראַגען פֿון פּאָליטישען אָדער סאָציאַלען אינהאַלט, פֿלעגט זיין ליבלינגס-ענין זיין רעליגיע. און זיינע אַרטיקלען און בראָשורען געגען גאָט, דער תורה און דער גמרא זיינען געווען זעהר פּאָפּולער. דער ייִנגערער דור פֿריידענקער פֿלעגט איהם זעהן קריטיקירען אַלס אַן עפּיקורס, וועלכער קען זיך ניט באַפֿרייען פֿון זיינע אַלטע אפֿיקורסישע ליידענשאַפֿטען.

אין 1905 איז אין דער רעדאַקציע אַריינגעקומען אַ יונגער-מאַן, וועלכער האָט אין דער אידישער זשורנאַליסטישער וועלט רעוואָלוציאָנירט אַ נייעם טיף. ער איז אויסגעוואַקסען אין אַמעריקא און איז דאָ אין ניו יאָרק געענדיגט קאָלעדזש. זיינע עלטערען זיינען געווען פֿון רוסלאַנד, פֿון מינסקער גובערניע, און ער איז דאָרטען געבוירען געוואָרען. ער איז אָבער אין אַמעריקא געקומען אַלס קינד, און רוסיש אָדער פּויליש האָט ער ניט געקאָנט קיין וואָרט. אידיש האָט ער אָבער גערעדט און געשריבען אַזוי ווי מיר אַלע, און ער איז אויך גוט באַקאַנט מיט דעם העברעאיש און מיט גמרא. אין דער זעלבער צייט וואָס ער האָט שטודירט אין קאָלעדזש („קאָלעדזש אָוו דהי סיטי אָוו ניו יאָרק") פֿלעגט ער נאָכמיטאָג גאהן אין דער ניו יאָרקער ישיבה דר' יצחק אלחנן. זיין נאָמען איז הלל ראָגאָף.

ער איז געווען אַן אויסגעצייכענטער לאָגיקער, און זיין אידיש איז געווען אַזוי קלאָרער ווי זיין לאָגיק. מיט דעם און מיט זיין גרינדליכער באַקאַנטשאַפֿט מיט אַמעריקאַנער געשיכטע און מיט דעם אַמעריקאַנער פּאָליטישען לעבען איז ער ביי אונז געוואָרען אַ וויכטיגער מיטאַרבייטער פֿאַר ערנסטע אַרטיקלען.

ווען דיזע שורות ווערען געשריבען (אין אָנפֿאַנג 1928), איז ראָגאָף נאָך אַלץ פֿאַרבונדען מיט'ן „פֿאָרווערטס" — איינער פֿון די וויכטיגסטע מיטגלידער פֿון אונזער רעדאַקציאָנעלער משפּחה. און עד היום בלייבט ער אַלץ דער איינציגער פֿון זיין טיף אידישער שרייבער. קיין אַנדער אַמעריקאַניש ערצויגענער יונגערמאַן איז אין דעם ניו-יאָרקער אידישען זשורנאַליזם ניט צוגעקומען.

ד״ר ש. פּעסקין
ד״ר ש. פּעסקין
(בילד-בלאַט; אין אָריגינאַל לעבן ז׳ 467)
5
א. ליעסין. — ש. פּעסקין.

467מיללער האָט אין 1904 דעם „פֿאָרווערטס" אין גאַנצען פֿאַרלאָזען (מעהר איינצעלהייטען וועגען דעם וועט דער לעזער געפֿינען אין דעם נעקסטען קאַפּיטעל). א. ליעסין'ס לייט-אַרטיקלען, מיט זייער שפּייזהאַפֿטען אינהאַלט און מיט זייער גלענצענדער שפּראַך, זיינען ערשינען אַמאָל רעגעלמעסיג, צוויי מאָל אַ וואָך, אַ מאָל אונרעגעלמעסיג. ווען ער פֿלעגט ווערען טעטיג, פֿלעגט ער, אַ חוץ לייט-אַרטיקלען, שרייבען אַנדערע אַרטיקלען אויך — איבער פּאָליטיש-סאָציאַלע פֿראַגען אָדער איבער אידישע ענינים. אין דער צייט פֿון אַ וואַהל-קאַמף פֿלעגט זיין פֿעדער אימער אַרבייטען פֿלייסיג. אָבער אַמאָל אין געוואָהנליכע מאָנאַטען אויך. ווען מען בלעטערט דעם „פֿאָרווערטס" פֿון 1909 און 1910, צום ביישפּיל, געפֿינט מען דאָרטען אַ סך פֿון זיינע אַרטיקלען. ער איז געווען שטאַרק נאַציאָנאַליסטיש-אידיש געשטימט און צו דער זעלבער צייט אַ טריער סאָציאַליסט און בונדיסט.

פֿון צייט צו צייט פֿלעגט זיך באַווייזען זיינע אַ נייע געדיכט, אַ לירישע פּאָעמע, אין אַ פּראַכטפֿולען מעלאָדישען אידיש.

אַ טעטיגער בייטראָגער אויף לייט-אַרטיקלען און אַנדערע ערנסטע אָפֿהאַנדלונגען איז געווען דר. ש. פּעסקין. ער איז ביי אונז געווען פֿון די ערשטע גענאָסען, וואָס האָבען איינגעזעהן די וויכטיגקייט פֿון עדואַרד בערנשטיין'ס אויפֿטוואונגען אין דעם סאָציאַליסטישען געדאַנק. ער פֿלעגט דיזע נייעסען אויסדריקען אין „פֿאָרווערטס".

דר. פּעסקין איז אַן ערנסטער דענקער. ער פֿלעגט זיך אימער אינטערעסירען מיט ווערק איבער סאָציאַלע פֿראַגען, און האָט אימער אַ סך געלעזען. אַ סטיל האָט ער אַ קלאָהרען, און זיינער אַן אַרטיקעל האָט אימער געהאַט אַ וויכטיגען אינהאַלט.

אַ טייל פֿון די לייט-אַרטיקלען און אַנדערע ערנסטע אָפֿהאַנדלונגען זיינען געווען פֿון מיר. ליטעראַרישע קריטיק און טעאַטער קריטיק זיינען אימער געווען פֿון מיין פֿעדער. דערצו

ז. ליבין
ז. ליבין
(בילד-בלאַט; אין אָריגינאַל לעבן ז׳ 468)

468געהערט אויך אַן אָפֿטיילונג „ליטעראַטור און לעבען" — וועלכע איך פֿלעג אין יענע יאָהרען פֿיהרען איין מאָל אַ וואָך.

אין די פֿריהלינג יאָהרען פֿון דער אידישער ליטעראַטור אין דער „פֿאָרווערטס" געווען די איינציגע צייט-שריפֿט אין דער וועלט, וועלכע האָט זיך באַשעפֿטיגט מיט ליטעראַרישער קריטיק. די ערשטע קריטיק-אַרטיקלען אָדער קריטיק-נאָטיצען וועגען די יונגע אידישע שריפֿטשטעלער פֿון דער אַלטער היים זיינען ערשינען אין „פֿאָרווערטס" (זעה וואָס אברהם רייזען דערצעהלט וועגען דעם ענין, אויף פֿיידזשעס 321-324, אין דיזען באַנד).

6
ז. ליבין. — אַנדערע מיטאַרבייטער.

דער טאַלאַנטפֿולסטער שרייבער פֿון אידישע סקיצען און קורצע ערצעהלונגען אין אַמעריקא איז געווען ז. ליבין, וועלכער איז דערמאָנט געוואָרען אין דעם דריטען באַנד (פֿיידזשעס 371-372) און ער איז געווען אונזער מיטאַרבייטער. זיין אייגענאַרטיגער, גומאָטיגער הומאָר און טראַגי-קאָמיזם האָבען זיינע ערצעהלונגען פֿאַרשאַפֿט אַ גרויסע פּאָפּולאַריטעט. זיי זיינען ניט סתם פֿערזעריצירע מעשה'לעך. אַ גרויסע צאָל פֿון זיי געהאָרען צו די אוצרות פֿון דער אידישער ליטעראַטור.

שפּעטער, ווען בעל מחשבות האָט שוין געשריבען זיינע קריטישע איבערבליקסען און ער איז באַקאַנט געוואָרען מיט ליבין'ס ווערק, האָט ער וועגען זיי אויסגעדריקט די זעלבע מיינונג.

זיין קאַרריערע אַלס שריפֿטשטעלער האָט ליבין אָנגעפֿאַנגען אין דער „אַרבייטער צייטונג", ווען איך בין געווען איהר רעדאַקטאָר. אַ מאָל, אין 1893, ווען איך האָב עפּעס געזוכט אין מיין פּייפּער-בעסקעט (פּאַפּיר-קאָרב) צווישען אויסגעוואָרפֿענע פּאַפּירען, איז מיין אויפֿמערקזאַמקייט צוגעצויגען געוואָרען אַ זונדערבאַרער אויסזעהענדער האַנדשריפֿט. איך האָב די עטליכע צוזאַמענגעשטיטשטע בלעטלעך אויסגעגלאַטעט און געפּרובט לייענען. דאָס איז אָבער געווען אַ שווערע אונטערנעמונג. די „למד'ען" זיינען געווען צו הויך און פֿאַרדרעהט פֿון אויבען און די „לאַנגע נון'ען" צו ווייט אַרונטער-צו און זיינען אויך געווען469פֿאַרדרעהט. אַ „למד" פֿון איין שורה האָט זיך צוזאַמענגעגרייזעלט מיט אַ „לאַנגע נון" פֿון דער אויבערשטער שורה; און די איבעריגע בוכשטאַבען זיינען סתם ניט געווען צו לעזבאַר. אין סך הכל האָט דער כתב אויסגעזעהן ווי אַ הויפֿען צושאָטענע היי. דאָס גופֿא האָט אויפֿגעוועקט מיין נייגעריגקייט.

איך האָב די בלעטלעך ווי-עס-איז איבערגעלעזען. עס איז געווען אַ פֿעליעטאָן. עס איז מיר געפֿעלען געוואָרען און איך האָב דאָס אָפֿגעדרוקט. (ליבין איז אַ געלינקטער און דאָס איז די הויפֿט-אורזאַך פֿון זיין מאָדנעם כתב).

ער איז געווען אַן אינטעליגענטער בחור פֿון דער היים (האַרקי, מאָהילעווער גובערניע). אין ניו יאָרק האָט ער דאַן געאַרבייט ביי קעפּס (היטלען). ער האָט פֿאַר דער „אַרבייטער צייטונג" געשריבען וויטערע פֿעליעטאָנען, דערנאָך סקיצען און ערצעהלונגען. ער האָט זיך שנעל ענטוויקעלט. זיינע סקיצען פֿלעגט מען פֿאַרלעזען און איבערדערצעהלען אין פֿערשידענער אידישע היזער. שפּעטער האָט ער אָנגעהויבען צו שרייבען פֿאַר דער ביהנע. זיין טאַלאַנט זעהט זיך אין זיינע פּיעסעס אויך. זיי ענטהאַלטען אויך אַ סך הומאָר, און אַ היבשע צאָל פֿון זיי האָבען געהאַט ערפֿאָלג. פֿון אַ קינסטלערישען שטאַנדפּונקט אָבער שטעהען זיינע ערצעהלונגען אַ סך העכער.

ווען דיזע שורות ווערען געשריבען איז ליבין אַלץ אַ מיטאַרבייטער פֿון „פֿאָרווערטס" און זיינע סקיצען און פֿעליעטאָנען זיינען זעהר פּאָפּולער.

אין פֿאַרלויף פֿון דעם ערשטען צענדליג יאָהר פֿון דעם נייעם יאָהרהונדערט האָבען אין „פֿאָרווערטס" אַ לענגערע אָדער קירצערער צייט זיך אויך באַטייליגט: א. ליטווין, ה. בורגין, ל. קאָברין, ב. גאָרין,* יואל ענטין, ס. עליאַשעוויטש, קאַרל פֿאַרענבערג, ישראל פֿרידמאַן, א. וואָלינער, און — אין פֿילאַדעלפֿיא — ש. פֿרענאָוויץ.

אבֿרהם פֿרומקין · אבֿרהם ליטװין
אבֿרהם פֿרומקין · אבֿרהם ליטװין
(בילד-בלאַט; אין אָריגינאַל לעבן ז׳ 470)

470ליטווין איז געווען אַ מיטאַרבייטער זייענדיג אין ניו יאָרק. דערנאָך האָט ער זיך אומגעקעהרט קיין רוסלאַנד און פֿון דאָרטען האָט ער אונז צוגעשיקט וויכטיגע קאָרעספּאָנדענצען. ער האָט גרינדליך אויסגעפֿאָרשט פֿיל ווינקעלעך פֿון דעם אידישען לעבען אין אונזער אַלטער היים. אַלס רעזולטאַט האָבען זיינע קאָרעספּאָנדענצען ענטהאַלטען פֿילע און ווערטפֿולע באַשרייבונגען פֿון אידישע טיפּען, מנהגים, פֿאָלקס-מעשות.

אין דעם זומער פֿון 1906, גלייך נאָך דעם ווי אין ביאַליסטאָק איז פֿאָרגעקומען די שחיטה אויף אידען, האָט ער באַזוכט די שטאָדט, און דעם 27טען יוני האָט דער „פֿאָרווערטס" ענטהאַלטען אַ מערקווירדינגען באַריכט פֿון דער בלוטיגער פֿאַסירונג.

ליטווין איז שפּעטער צוריקגעקומען קיין ניו-יאָרק און אַ געוויסע צייט האָט ער זיין מיטאַרבייט געשאַפֿט ביי אונז פֿאָרטגעזעצט.

שלום אש און אברהם רייזען האָבען אין יענע יאָהרען און „פֿאָרווערטס" געדרוקט אַלע ערצעהלונגען, וואָס זיי האָבען דאַן געשאַפֿען (רייזען זיינע לידער אויך).

בורגין און ענטין האָבען געשריבען פֿאַרשיידענע אַרטיקלען; אַמאָל לייט-אַרטיקלען. בורגין איז מיט'ן „פֿאָרווערטס" געווען פֿאַרבונדען מעהרערע יאָהרען אָהן אונטערברעכונג.

דער „פֿאָרווערטס" האָט זיך ניט באַשרענקט אויף דרוקען ערצעהלונגען פֿון די טאַלאַנטפֿולע שריפֿטשטעלער פֿון דער אַלטער היים. ער האָט זיך אויך באַמיהט צו ענטוויקלען נייע אידישע טאַלאַנטען אין אַמעריקא. אַלס רעזולטאַט פֿון דיזער אַרבייט אונזערער האָבען זיך באַוויזען עטליכע סקיצען שרייבער: דוד בראָן, ב. באָטוויניק, מ. אַדערשלעגער, יצחק בלום, און אַנדערע.

ז. לעווין האָט עטליכע יאָהר זיך געהאַלטען פֿון ווייטען. דערנאָך האָט ער ווידער אָנגעפֿאַנגען צו שרייבען סקיצען פֿאַר אונז. מיט דעם האָט זיך אָנגעפֿאַנגען דער וויכטיגסטער קאַפּיטעל אין זיין שריפֿטשטעלערישער קאַרריערע.

מ. אָלגין האָט אין פֿאַרלויף פֿון אַ פֿאָר יאָהר אונז צוגעשיקט קאָרעספּאָנדענצען און אַרטיקלען פֿון רוסלאַנד און דערנאָך פֿון471ווין און פֿון זשענעווא. ענדליך איז ער אַריבערגעקומען קיין אַמעריקא און געוואָרען אַ וויכטיגער אינערליכער מיטאַרבייטער אין „פֿאָרווערטס".

צביון (דר. האָפֿמאַן) האָט אָנגעפֿאַנגען זיין מיטאַרבייטערשאַפֿט אין „פֿאָרווערטס" פֿון דייטשלאַנד, וואו ער האָט דאַן שטודירט. דערנאָך איז ער אויך געקומען קיין אַמעריקא, וואו ער האָט פֿאָרטגעזעצט זיין מיטאַרבייטערשאַפֿט (ער איז נאָך היינט מיט אונז — איינער פֿון אונזערע וויכטיגסטע שרייבער).

ש. פֿרענאָוויטש, וועלכער איז אויך עד היום מיט אונז, האָט אין „פֿאָרווערטס" געהאַט פֿילע אינטערעסאַנטע שילדערונגען פֿון דעם לעבען אין פֿילאַדעלפֿיא.

7
„דער בינטעל בריף"

אַ „פּיטשור"*, וואָס האָט געשפּילט און שפּילט אַ אינטערעסאַנטע ראָלע אין דעם לעבען פֿון „פֿאָרווערטס", איז דער „בינטעל בריף". ער עקזיסטירט שוין ביי אונז נאָהענט פֿון דריי-און-צוואַנציג יאָהר.

די אָפֿטיילונג האָב איך, אייגענטליך, אָנגעפֿאַנגען נאָך מיט צוויי יאָהר פֿריהער. אין 1903 האָב איך גענומען טראַכטען וועגען פּלענער ווי אַזוי צו פֿאַראינטערעסירען דעם עולם ניט נאָר אַלס לעזער פֿון „פֿאָרווערטס", נאָר אויך אַלס שרייבער פֿאָר'ן „פֿאָרווערטס". רידענדיג מיט די מיטאַרבייטער, פֿלעג איך פֿאַר זיי אויסדריקען דעם פֿאָלגענדען געדאַנק: דער „פֿאָרווערטס" מוז זיין אַ לעבעדיגע צייטונג, דאָס הייסט ניט בלויז, אַז די אַרטיקלען472דאַרפֿען זיין אינטערעסאַנט צום לעזען, נאָר אויך, אַז פֿילעם זאָל קומען צו איהם פֿון דעם לעבען אַליין. אין דיזער באַ‏ציהונג פֿלעג איך אָפֿט ברענגען דעם וווערטעל: „דאָס לעבען איז טשיקאַווער ווי אויסגעקלעהרטע מעשות". אַלזאָ, פֿלעג איך האָבען אַ וואונש, אַז דער „פֿאָרווערטס" זאָל באַקומען ערצעהלונגען פֿון דעם לעבען אַליין" — דראַמאַס, קאָמעדיאַס, אָדער אַזוי טשיקאַווע פּאַסירונגען, וועלכע וואָרען ניט געשאַפֿען אויף דעם שרייב-טיש פֿון אַ שריפֿטשטעלער, נאָר אין די וואוינונגען, אויף די פֿאַבריקען, אין די קאַפּעס, — איבעראַל, וואו דאָס לעבען שפּילט זיינע אייגענע פֿיעסען. איך פֿלעג מיינע קאָלעגען אָפֿט דערמאַנען, אַז די שטאַרקסטע טעאַטער-שטיק ווערען אויפֿגעפֿיהרט ניט אויף דער ביהנע, נאָר אויף דער אמת'ער וועלט, צווישען אמת'ע מענשען. אַלזאָ, האָט זיך ביי מיר ענטוויקעלט דער פּלאַן צו פּרואוון אַרויסציהען פֿון דער ווירקליכקייט וואָס מעהרער אינטערעסאַנטע פּאַסירונגען.

ווי אַזוי מאַכט מען דאָס אָבער? עס איז אַ שווערע אויפֿגאַבע — פֿיליכט שווערער ווי אויפֿצושרייבען אַ אינטערעסאַנטע דראַמע אָדער קאָמעדיע.

אין 1903 האָב איך זיך געווענדעט צו די לעזער, אַז זיי זאָלען אונז צושיקען אינטערעסאַנטע „אמת'ע ראָמאַנען". עס זיינען אָנגעקומען אייניגע אַזעלכע ראָמאַנען, און איך האָב די אָפֿטיילונג אַ נאָמען געגעבען „אמת'ע ראָמאַנען צוגעשיקט פֿון לעזער".

מאַנכע פֿון זיי זיינען געווען ווירקליך אינטערעסאַנט, אָבער זייער צאָל איז געווען פֿאַרהעלטניסמעסיג קליין. די הויפּט שוועריגקייט איז באַשטאַנען אין דעם, וואָס די לעזער האָבען ניט געקאַנט גוט אָפּשאַצען וואָס ביי מיר הייסט „אינטערעסאַנט". יעדערער האָט געמיינט, אַז דאָס וואָס מיט איהם האָט פֿאַסירט און איז איהם אינטערעסאַנט, איז שוין אינטערעסאַנט פֿאַר אַלעמען. און אָפֿט איז דאָס אייגענטליך ריכטיג. די פֿראַגע איז נאָר, ווי אַזוי די געשעהניש ווערט איבערגעגעבען. מייסטענס פֿלעגט דאָס אינטערעסאַנטסטע איבערגעהיפֿט ווערען. דאָס וואָס מיר פֿלעגען באַקומען האָט ניט געהאַט קיין ווערט.

473איך בין געווען ענטוישט. איך האָב אָבער ניט אויפֿגעגעבען די האָפֿנונג דעם „פּיטשור" צו ענטוויקלען.

אין 1904 האָב איך די טעמא געמאַכט נאָך ברייטער. אַנשטאָט צו בעטען ביי די לעזער אינטערעסאַנטע ראָמאַנען, האָב איך ביי זיי געבעטען אינטערעסאַנטע סתם „אמת'ע פּאַסירונגען" — געשעהנישען פֿון יעדען סאָרט. איך האָב געגלויבט, אַז דאָס וועט די לעזער לייכטער מאַכען אויסצוקלייבען ערפֿאַהרונגען וואָס זאָלען ווירקליך זיין אינטערעסאַנט. דיזע „אמת'ע פּאַסירונגען" זיינען געגאַנגען אַ געוויסע צייט און זיי האָבען געהאַט ערפֿאָלג. געווען זאָגאַר וואָכען, ווען די אָפֿטיילונג האָט געהאַט אַ זעהר גרויסען ערפֿאָלג. עס פֿלעגען אָנקומען בערג מיט בריף. אָבער פֿון עטליכע צענדליג אַזעלכע פֿלעגען מען קוים קענען אויסקלייבען איינס. די אויבען-דערמאַנטע שוועריגקייט איז נאָך געווען גרויס.

איך האָב געשריבען ערקלערונגען. איך האָב אָנגעוויזען, אַז אַבסאָלוט יעדער מענש האָט אין זיין לעבען געהאַט אַ סך העכסט אינטערעסאַנטע ערפֿאַהרונגען, און, אַז אַזעלכע ערפֿאַהרונגען דאַרפֿען זיין אינטערעסאַנט פֿאַר אַלעמען; אַז דאָס איז דער אמת'ער חכמה‏ת פֿון דער בעסטערער ליטעראַטור. אָבער דער ברייטער עולם האָט עס ניט גענוי פֿאַרשטאַנען וואָס מען מיינט מיט דעם. עס פֿלעגען אָנקומען מאַסען בריף וועגען ערפֿאַהרונגען, וועלכע האָבען קיין ברעקעל באַדייטונג ניט פֿון קיין שטאַנדפֿונקט. ענדליך בין איך געצוואונגען געוואָרען דיזע אָפֿטיילונג אויך צו אונטערברעכען.

עס זיינען אַוועק עטליכע מאָנאַט. אין אַ געוויסען טאָג אין יאַנואַר 1906, זאָגט צו מיר גענ. גאָטליב, אַז עס זיינען אָנגעקומען אין דער רעדאַקציע דריי בריף, וועלכע פּאַסען זיך ניט צו קיין אָפֿטיילונג — ניט צום „פֿון פֿאָלק צו פֿאָלק" (אַזוי האָב איך אַ נאָמען געגעבען דעם קאַפּאָל, אין וועלכען די לעזער פֿלעגען אַרײנשרײבען זייערע בריף וועגען דער באַוועגונג אָדער וועגען אַנדערע קהל'שע ענינים), ניט צו די נייעס, און ניט צו די באַריכטען פֿון יוניאָנס און אַנדערע אָרגאַניזאַ‏ציעס. אַלע דריי בריף האָבען געהאַט אַ פּריוואַטען כאַראַקטער, ניט קיין געזעלשאַפֿטליכען, און474איך האָב באַטראַכט די דריי בריף, און מיין ענטוואָרט איז געווען:

— לאָמיר זיי דרוקען צוזאַמען און דאָס אַ נאָמען געבען „אַ בינטעל בריף".

דערביי האָב איך ערקלערט: דער נאָמען גופֿא וועט ווערשיינליך צוציהען מענשען, מען וועט עס לעזען. עס קאָן אַרויסקומען אַ אינטערעסאַנטער „פּיטשור" דערפֿון.

ווען איך האָב איבערגעלעזען די דריי בריף, האָט זיך אַרויסגעצייגט אַז צוויי פֿון זיי זיינען זעהר וויכטיג, טאַקע מיט זייער אינהאַלט — אַז זיי וועלען קאָנען דינען אַלס אַ ביישפּיל צו ערקלעהרען וואָס מיר מיינען מיט אינטערעסאַנטע אמת'ע פּאַסירונגען, מיט „גוטע לעבע-שטאָף, צוגעשטעלט פֿון דעם לעבען אַליין".

אַ פֿרוי פֿון עלדרידזש סטריט האָט דורכ'ן „פֿאָרווערטס" געוואָלט זיך וועענדען צו איהר אַ שכנה, אַז זי זאָל איהר אומקעהרען אַ זייגערעל. איין מאָל, ווען זי האָט באַדאַרפֿט אַרויסגעהן אין גאַס, האָט די שכנה געהיט די שטוב פֿאַר איהר. ווען די באַלעבאַסטע איז געקומען צוריק, האָט זי זיך געכאַפֿט, אַז דער זייגערעל איז גוטא. דערנאָך האָט זי זיך דערוואוסט, אַז דער זייגערעל איז אין אַ פּאַן שאַפּ (אַ פּלאַ‏ץ וואו מען פֿאַרזעצט זאַכען). זי האָט די שכנה פֿאַר אַ גנב'טע ניט געהאַלטען. דאָך האָט זי חושד געווען, אַז זי האָט דאָס דעם זייגערעל אַוועקגעטראַגען אין פּאַן-שאַפּ. וואָרים איהר מאַן איז אומגעגאַנגען אָהן אַרבייט און די פֿאַמיליע האָט זיך שטאַרק גענויטיגט.

אין איהר בריף צום „פֿאָרווערטס" האָט די פֿרוי געשריבען, אַז זי פֿאַרשטעטיט איהר שכנה'ם לאַגע און האָט מיטלייד מיט איהר. אָבער זי האָט מורא אַז איהר מאַן וועט אויך פֿאַרלירען זיין אַרבייט און וועט זי דאַן אַליין דאַרפֿען געהן אין פּאַן-שאַפּ. אַלזאָ, אויב זי וועט איהר אומקעהרען דעם „פּאַן-שאַפּ"-טיקעט (דעם בילעט פֿון דעם אַנשטעלט, וואו מען פֿאַרזעצט זאַכען), וועט זי זיך מאַכען ניט-וויסענדיג. זאָל זי דעם טיקעט איבערלאָזען ערגעץ-וואו ביי איהר אין שטוב; זי וועט עס שוין געפֿינען. זי בעט איהר ווייטער אַרײנצוקומען צו איהר אין הויז. זי פֿאַרזיכערט איהר, אַז זי וועט זיין אַ גוטער גאַסט, ווי אימער.

475אַזאַ סאָרט בריף וואָלט דער פֿרוי קיינמאָל ניט איינפֿאַלען צו שיקען צו אונז, ווען דער „פֿאָרווערטס" וואָלט די גאַנצע צייט ניט געוויזען דעם עולם, אַז אַזעלכע וועלטליכע ענינים, זאַכען פֿון מענשליכען אינטערעס, האַלט ער וויכטיג און פֿאַר אַ צייטונג.

דער בריף שפּיגעלט אָפּ אַ שטיק אַרבייטער-לעבען, בעסער ווי דער טאַלאַנטפֿולסטער בעלעטריסט וואָלט דאָס געקאָנט טאָן. איך האָב זיך מיט איהם דערפֿרעהט. אָט האָבען מיר אַן אויסגעצייכענטען ביישפּיל פֿאַר די לעזער וועגען דעם, וואָס מיר מיינען.

איינער פֿון די אַנדערע צוויי איז אויך געווען זעהר אינטערעסאַנט: אַ לעזער דערצעהלט ווי אַ איד האָט איהם פֿאַרקויפֿט זיין בענטשען נאָכ'ן עסען פֿאַר אַ פּאָר סענט. פֿאַר צוויי סענט האָט ער אָפֿגעמאַכט, אַז ער וועט אָפֿבענשען און די מצוה וועט געהערען צו איהם, צום קויפֿער. דער דריטער בריף איז געווען וועגען אַן אַנדער ענין.

איך האָב אָפֿגעדרוקט אַלע דריי בריף און אויפֿגעשריבענט אַ ערקלעהרונג מיט וואָס זיי זיינען אינטערעסאַנט, און געבעטען די לעזער אונז צושיקען נאָך אַזעלכע בריף וועגען אינטערעסאַנטע געשעהנישען אָדער באַ‏אָבאַכטונג.

דער בריף איז אָפֿגעדרוקט געוואָרען דעם 20טען יאַנואַר, און — ווירקליך: מיט דער הילף פֿון די ערקלערונגען האָט ער אַרויסגערופֿען אַן אונגעהייערען אינטערעסעם. דורך אונזערע פֿריינד אין די יוניאָנס און אַרבייטער רינג האָבען מיר באַקומען אָפֿטע רעפֿאַרטס וועגען דעם, ווי אַזוי דער עולם רופֿט זיך אָפֿ אויפֿ'ן „פֿאָרווערטס"; אַלזאָ, האָבען מיר איצט פֿון פֿילע פּלעצער ערהאַלטען אינטערעסאַנטע נאָכריכטען אין באַצוג צו די דריי בריף, הויפּטזעכליך צו דער געשיכטע מיט דעם זייגערעל.

נאָכהער האָב איך געשריבען אַנדערע ערקלערונגען, און ווידער אַנדערע — אַלץ אָנוויזענדיג אויף דעם סאָרט בריף, וואָס מיר ווילען האָבען פֿאַר דעם „בינטעל בריף". און מערקווירדיג: דער בריף וועגען דעם זייגערעל האָט דעם עולם אַזוי ווי די אויגען געעפֿענט; אַזוי ווי מען וואָלט אונז געענטפֿערט: „איצט פֿאַרשטעהען מיר שוין וואָס איהר ווילט". עס האָבען גענומען קומען פֿאַרשיידענע אינטערעסאַנטע בריף.

476„דער צווייטער בינטעל" איז געדרוקט געוואָרען דעם 29-טען יאַנואר. וואָס ווייטער איז אָנגעקומען אַלץ מעהר בריף, ביז דאָס איז געוואָרען אַ רעגעלמעסיגער טעגליכער „פּיטשור".

אונטער יעדען בריף האָב איך געשריבען אַן ערקלערונג וועגען דער סיטואַ‏ציע, אָדער געשעהניש, וועלכע ווערט פֿאַרגעשטעלט אין דעם בריף און דערביי אויך אַן עצה ווי דער לעזער זאָל האַנדלען.

אויף דיזען אַרט האָט זיך דער „פּיטשור" ענטוויקעלט. דערביי האָט זיך גענומען מערקען דעם פֿאָלגענדע: מייסטענס פֿון די בריף וואָס זיינען אָנגעקומען צום „בינטעל" זיינען געווען וועגען פֿאַמיליען-אַנגעלעגענהייטען: וועגען ליבע, אייפֿערזוכט, באַ‏ציהונגען צווישען מאַן און ווייב, וועגעם מאַן און קינדער — קורץ: וועגען די אינטימסטע ערשיינונגען פֿון דעם מענשליכען לעבען. דאָס איז געווען נאַטירליך. יעדערער שרייבט וועגען דעם, וואָס לינט איהם אַם נאָהנטסטען צום הערצען.

דער רעזולטאַט איז געווען, אַז דעם „בינטעל בריף" פֿלעגען מיר צוזאַמענשטעלען פֿון בריף, וועלכע האָבען אָפֿגעשפּיגעלט די אינטערעסאַנטסטע ווינקלאך פֿון דער מענשליכער נשמה. און דער אינטערעסעם פֿון דעם עולם איז געווען אַן אונגעהיירער. דער „בינטעל בריף" איז געוואָרען אומבעשרייבליך פּאָפּולער.

בריף פֿלעגען אָנקומען גאַנצע פּעק. צווישען זיי איז נאָך אַלץ אַ גרויסע מאַיאָריטעט באַשטאַנען פֿון אַזעלכע, וועלכע האָבען ניט געקאָנט געברויכט ווערען. אָבער די צאָהל בריף, וואָס איז כדאי געווען צו דרוקען, איז געוואָרען גרעסער און גרעסער. עס האָבען זיך ווידער געפֿאָדערט ערקלעהרונגען וואָס פֿאַר אַ סאָרט בריף מיר פֿאַרלאַנגען, און איך האָב אַזעלכע ערקלעהרונגען געשריבען ווידער און ווידער. אָבער טיילווייז איז דער „בינטעל בריף" אַליין געווען דער בעסטער לעהרער פֿאַר די לעזער. לייענענדיג איהם, האָבען זיי צום דייטליכער דערפֿיהלט וואָס מיר מיינען מיט אונזער פֿאָדערונג אַז מען זאָל אונז באַשרייבען אינטערעסאַנטע פֿערזענליכע פּאַסירונגען און איבערלעבונגען.

מען דאַרף אָבער באַמערקען דאָס פֿאָלגענדע. די שרייבער פֿון די בריף האָבען געהאַט אין זינען ניט די „פֿאָרווערטס" לעזער, נאָר477זיך אַליין. זיי האָבען געשריבען אום צו באַקומען אַן עצה פֿון אונז, אָדער פּשוט זיך אָפֿצורידען פֿון הארצען. אָבער פֿילע פֿון זיי האָבען פֿאַרשטאַנענ‏ע וואָס מיר האָבען אין זינען, דאָס הייסט, וועלכען סאָרט מיר באַטראַכטען אַלס אינטערעסאַנט.

אַלע בריף פֿלעגט גענאַסע גאָטליב איבערלעזען און סאָרטירען, — ער פֿלעגט אַוועקוואַרפֿען די פּסולת און אָפֿלייגען אָן אַ זייט די, וואָס זיינען געוועזען אַנגענומבאַר. אויף דיזען אַרט פֿלעג איך צוזאַמענשטעלען אַ „בינטעל בריף" פֿון צוויי-דריי בריף, און פֿלעג צושרייבען די ענטוואָרטען — אונזערע אויסטייטשונגען און עצות.

אָפֿט פֿלעגט דער „בינטעל" באַשטעהן פֿון איין לאַנגען בריף, אַ מאָל פֿון דריי גרעדיקט-געזעצטע קאָלומס נאָכאַנאַנד, אָדער, זאָגאַר מעהר, אַזוי פֿיעל פּלאַץ פֿלעגען מיר אָפֿגעבען צו אַ בריף, וועלכער איז געווען ספּעציעל אינטערעסאַנט.

פֿילע אַמעריקאַנער צייטונגען האָבען אַ „פּיטשור", וואו מיידלאַך אָדער יונגע לייט וועענדען זיך נאָך עצות וועגען ליבע-זאַכען. די פֿראַגע ווערט אָבער מייסטענס אויסגעדריקט אין דריי-פֿיר שורות: „זי" געהט אום מיט אַ יונגען מאַן, און וועלכער איז ניט קיין פֿאַרדינער; זאָל זי געהן מיט איהם אין טעאַטער? אָדער: זאָל זי זיך לאָזען פֿון אַזא און אַזא ביי אַזא קוש טאָן? אָדער: איהר אַ חבר'טע פֿלירטעוועט מיט איהר געליבטען; זאָל זי מיט איהר אָפֿרייסען באַ‏ציהונגען, אָדער ניט שענקען דערצו קיין אויפֿמערקזאַמקייט? און דער ענטפֿער פֿאַרנעמט אויך מייסטענס נאָר עטליבע שורות.

אין אונזער „בינטעל בריף" ווידער האָבען מיר גענומען דרוקען גאַנצע בריף. אייניגע פֿון זיי, ווי געזאָגט, זיינען געווען לאַנג און אויספֿירליך. די שרייבערין, צום ביישפּיל, גיסט אויס איהר הארץ, דערצײלט פֿאַקטען און איינצעלהייטען. זעהר אָפֿט האָט אַזאַ בריף ענטהאַלטען אַ פֿאָלשטענדיגען בילד פֿון דער לאַגע וועגען וועלכער עס האַנדעלט זיך, און זעהר אָפֿט אַ טיפֿע פּסיכאָלאָגישע שילדערונג, צי פֿון דעם שרייבער פֿון דעם בריף, צי פֿון דער פֿערזאָן צו וועלכער דער שרייבער אָדער די שרייבערין האָט אַ טענה.

478אמת, די טענה איז געוויינליך אן איינזייטיגע, וואָרום דער בריעף רעפּרעזענטירט נאָר דעם צד פֿון דעם שרייבער אָדער שרייבערין. אָבער אָפֿט זעהט זיך דורך דעם איינציגען צד דער אַנדערער אױך. און זעהר אָפֿט זעהט איהר אין דער קלאַגע גענוי די פֿאַקטען מיט די געפֿיהלען.

און אונזער ענטפֿער פֿלעגט אױך זיין אן אױספֿירליכער — אױף פֿילע שורות; אַמאָל אױף אַ גאַנצען קאָלום. איך האָב געזאָגט, אַז עס האַנדעלט זיך דאָס רוב וועגען שדוכים אָדער ראָמאַנען, ליבעס-פֿאַרהעלטניסען, אײפֿערזוכט. אָבער מאַסען פֿון די בריעף האָבען אן אַנדער זאָרט אינהאַלט. די פֿאַרשידענסטע פֿאַרהעלטניסען מישען זיך דורך אין די פֿאַרשידענסטע סיטואַציעס און געפֿיהלען.

מענשען, איבערהױפּט וויניג געלערנטע, נױטיגען זיך אין אַ געלעגענהייט אױסצוגיסען זייערע באַלעסטיגטע, אָנגעוויטאָגטע הערצער. אין אונזער גרױסער אימיגראַנטען מאַסע איז דיזער זאָרט נױט זעהר אַ שאַרפֿער. הונדערטער טױזענטע מענשען זיינען אָפּגעריסען פֿון זייערע היימען, פֿון זייערע נאָהענטע; עלענדע נשמות, וואָס דורשטען נאָך אַ מעגליכקייט זיך אױסצורײדען דאָס האַרץ און צו ערװעקען אן אינטערעס אין זיך, צו הערען אַ מיינונג און אַן עצה וועגען דאָס וואָס דריקט זיי. אָט דיזען סאָרט מעגליכקייט, דיזען סאָרט געלעגענהייט האָט געשאַפֿען דער „בינטעל בריעף".

פֿון צייט צו צייט קומען אונז אן בריעף פֿון קריסטען, וועלכע האָבען געהערט פֿון דעם „פּיטשור". זיי קענען אַזאַ אָפּטיילונג אין ערגעץ ניט געפֿינען, זאָגען זיי, און זיי נױטיגען זיך אין אַ פֿריינד, פֿאַר וועמען זיך אױסצורײדען דאָס האַרץ און פֿון וועמען צו הערען אַ מיינונג. מאַנכע פֿון אַזעלכע בריעף פֿון קריסטען זיינען פֿון קריסטליכע מיידלאַך, וועלכע זיינען פֿאַרליבט אין אַ אידישע מענער אָדער אין וועלכע אידען זיינען פֿאַרליבט.

פֿילע פֿון די בריעף זיינען שלעכט געשריבען, און אום זיי צו מאַכען דרוקבאַר, מוז מען זיי איבערשרייבען. פֿילע בריעף479זיינען קענטיג געשריבען געוואָרען ניט פֿון די פּערזאָנען, וואָס זייערע הערצער ווערען אין זיי אױסגעגאָסען, נאָר פֿון אַנדערע, וועמען זיי בעטען אױפֿשרייבען דאָס וואָס זיי דערצעהלען זיי.

עס האָט זיך זאָגאַר ענטוויקעלט אַ ספּעציעלע באַשעפֿטיגונג — צו שרייבען בריעף פֿאַר'ן „בינטעל". עס האָבען זיך באַוויזען סאינס (שילדען): „דאָ ווערט געשריבען צום „בינטעל בריעף".

אָפֿט פֿלעגט דער פּראָפֿעסיאָנעלער „בינטעל שרייבער" זיך צולאָזען מיט אײגענע „מליצה", און דאָס פֿלעגען מיר נאַטירליך אױסמעקען.

זעהר אָפֿט קומט אַ פֿרױ אָדער אַ מאַן צו אונז און בעט אַז אימיצער אין אונזער רעדאַקציע זאָל פֿאַר איהר אָדער איהם אױפֿשרייבען אַ בריעף פֿאַר'ן „בינטעל".

דורכ'ן „בינטעל בריעף" האָבען פֿילע מוטערס געפֿונען זייערע פֿאַרלאָרענע זיהן אָדער טעכטער, וועלכע זיי האָבען ניט געזעהן צוואַנציג אָדער פֿינף-און-צוואַנציג יאָהר. צוויי מאָל האָט געטראָפֿען, אַז דורכ'ן „בינטעל בריעף" האָבען פֿאַרהייראַטע פֿאַר-פֿאָלק ענטדעקט, אַז זיי זיינען גאָר שוועסטער און ברודער (אין איין פֿאַל אַזעלכען האָט די מוטער באַזוכט די רעדאַקציע פֿון „פֿאָרווערטס" מיט אַ ביבי אױף די הענט, אַ מיידעלע, וועלכע איז געווען איהר טאָכטער און איהר פּלימעניצע צו דערזעלבער צייט. איהר ברודער איז געווען דער פֿאָטער פֿון דאָס קינד און זיי האָבען דאָס אַליין פֿריהער ניט געוואוסט).

פֿאַרשידענע אַנדערע שטויגענדע ענטדעקונגען זיינען געמאַכט געוואָרען דורכ'ן „בינטעל בריעף". אַז אַ מוטער, וועלכע האָט איהר קינד פֿאַרלאָרען, ווען עס איז אַלט געווען עטליכע מאָנאַט אָדער אפֿשר אַ פֿאָר יאָהר, און האָט מיט עטליכע און צוואַנציג יאָהר שפּעטער דאָס קינד אױסגעפֿונען דורכ'ן „פֿאָרווערטס" — אַזעלכע פֿאַסירונגען האָבען אין די דריי-און-צוואַנציג יאָהר געטראָפֿען אָהן אַ צאָהל. דאָס איז שױן כמעט אַ געוויינליכע זאַך. דאָך רופֿען זיי אימער אַרױס אן אונגעהױערען אינטערעס.

480אָט, צום ביישפּיל, האָט אַ מוטער אַמאָל פֿאַרלאָרען איהרען אַ אינגעלע. זי האָט איהם איבערגעלאָזען אין אַ איטאַליענישע הױז, וואו זי האָט גענוואוינט, און די איטאַליענישע פֿאָר-פֿאָלק האָט זיך אריבערגעצויגען אנדערש-וואו, און זי האָט פֿאַרלאָרען זייער סליאַד. דער אידישער אינגעלע איז אױסגעוואַקסען אַלס אַ איטאַליענער. ער האָט געמיינט, אַז די פֿאָר-פֿאָלק זיינען זיינע עלטערען. שפּעטער אָבער, ווען ער איז שױן געווען אַ פֿאַרהייראַטער, האָט ער, דורך אַ צופֿאַל, זיך דערוואוסט, אַז דאָס איז גאָרניט זיין טאַטע-מאַמע, און ער איז גאָר אַ איד. ער האָט ניט געקענט רוהען. עס האָט איהם גענומען ציהען צו זיינע אומבאַקאַנטע עלטערען. ער האָט זיין סוד פֿאַרטרױט אַ אידען און יענער האָט איהם געראָטען זיך צו ווענדען צום „בינטעל בריעף". ער האָט אַזױ געטאָן, און אין אַ פֿאָר טעג אַרום איז זיין אמת'ע מאַמע, די אידישע מאַמע, איהם געפֿאַלען אױפֿ'ן האַלז מיט לײדענשאַפֿטליכע קושען און מיט אַ געוויין פֿון פֿרײד.

אָדער נעמט די פֿאָלגענדע פֿאַסירונג:

אַ אינטעליגענטע יונגע פֿרױ האָט געהאַט אַ קינד ניט זייענדיג פֿאַרהייראַט. זי האָט די ביבי אַוועקגעטראָגען אין אַ דייטשען אַנשטאַלט, אַ קאַטױלישען, וואו מען נעמט צו אונטערגעוואָרפֿענע עופֿה'לאַך. עס עפֿענט זיך אַ טירעלע; מען לייגט אריין די ביבי, אַזױ ווי אַ בריעף אין אַ בריעף-קאַסטען. די טירעלע פֿאַרמאַכט זיך — און ווייטער קען די מוטער דאָס קינד שױן קיינמאָל ניט זעהן.

עס זיינען אַוועק עטליכע יאָהרען. איינמאָל איז צום „בינטעל בריעף" אָנגעקומען אַ בריעף פֿון דעם שטאַאַט טעקסעס. דער בריעף איז געשריבען געוואָרען פֿון אַ יונגען מאַן, וועלכער איז אױסגעהאָדעוועט געוואָרען אַלס אַ קאַטאָליק. עס איז צו איהם דערגאַנגען אַ קלאַנג, אַז ער איז פֿון אידישע עלטערען. ער האָט גענומען בענקען נאָך אַ מוטער, וועלכע ער האָט אױפֿ'ן לעבענס-טאָג ניט געזעהן. מען האָט איהם געראָטען זיך צו ווענדען צום „בינטעל בריעף". ער האָט צו אונז גע481שריבען. מיר האָבען זיין בריעף אָפּגעדרוקט, און — די מוטער האָט זיך באַוויזען.

זיי האָבען זיך צוזאַמענגעשריבען. אױף זיין קערפּער זיינען געווען געוויסע סמנים. די מוטער האָט זיך איבערצייגט, אַז דאָס איז איהר זוהן. זי איז אריבערגעפֿאָהרען צו איהם, אין טעקסעס, און מיר האָבען פֿון זיי באַקומען אַ בריעף פֿול מיט גליק.

דאָס זיינען בלױז אַ פֿאָר פֿון צעהנדליגע פֿאַסירונגען. פֿילע פֿון דיזע באַגעגענישען קומען פֿאָר אין דער רעדאַקציע פֿון „פֿאָרווערטס". און אָפֿט — ווען די לעזער ווייסען פֿאַראױס, אַז מאָרגען וועלען זיך צוזאַמענקומען אַ מוטער מיט אַ זוהן, וועלכע האָבען זיך פֿילע יאָהרען ניט געזעהן, וואַרט אַן עולם אױפֿ'ן גאַס, לעבען אונזער געביידע אום צו זעהן די גליקליכע מוטער מיט איהר געפֿונענעם קינד.

יאָ, אַזעלכע און אַנדערע סענסאַציאָנעלע געשעהענישען זיינען אין דעם „בינטעל בריעף" אַ גאַנץ אָפֿטע זאַך. אָבער ניט אין דעם ליגט דער הױפּט קוואַל פֿון זיין ריזיגען ערפֿאָלג.

דער עיקר פֿון דעם „בינטעל בריעף" איז באַשטאַנען און באַשטייט אימער פֿון די שטילע טראַגעדיעם פֿון מענשליכע נשמות — ווירקליך מערקווירדיגע בלעטער פֿון דעם „בוך פֿון לעבען", ווי איך פֿלעג זיך אױסדריקען אין מיינע אַרטיקלען אָדער נאָטיצען וועגען דעם „פּיטשור".

פֿילע טעמעס זיינען פֿון דעם „בינטעל בריעף" גענומען געוואָרען פֿון דראַמאַ-שרייבער, אָדער סקיצען-שרייבער, פֿאַר זייערע ווערק. אַ וועלט מיט ליטעראַרישען אינטערעס ליגט אין דעם „בינטעל בריעף".

צום שלום וויל איך געבען אַ פֿאָר ביישפּילען פֿון די שטילערע בריעף, וועלכע דער „בינטעל בריעף" האָט געדרוקט אין די ערשטע פֿאָר יאָהר פֿון זיין עקזיסטענץ. איך וועל דאָ אױך געבען אַ פֿאָר פֿון די שטילע לעבענס-דראַמעס, וועלכע דער „בינטעל בריעף" שפּיגעלט אָפּ.

482אַ מאַן האָט געהייראַט אַ פֿרױ געגען זיין ווילען. די מיידעל איז אין איהם געווען פֿאַרליבט ביז וואָהנזין, און ער האָט פּראָסט קיין מוט ניט געהאַט זיך צו ענטזאָגען צו געהן צו דער חופה. דאָך, אין דער לעצטער מינוט, האָט ער געוואָלט זאָגען ניין, וואָרים ער האָט געליבט אַן אַנדערע, הגם ער האָט ניט געוואוסט וואו זי איז. די כלה האָט איהם אָבער געשוואָרען אַז צו יעדער צייט וואָס יענע וועט זיך באַווייזען, וועט זי איהם געבען גט און באַפֿרייען. דאָס אַלץ איז פֿאָרגעקומען אין רוסלאַנד. זיי האָבען חתונה געהאַט און אַוועק קיין אַמעריקא. דאָ, ווען זיי האָבען שױן געהאַט צוויי קינדער, האָט זיך יענע באַווייזען, און זיין ליבע צו איהר האָט גלייך אױפֿגעפֿלאַקערט. וואָס זאָל ער איצט טאָן?

אָדער, נעמט אַ גאַנץ איינפֿאַכען פֿאַל, וועלכער איז פֿאָרגעקומען אין די ערשטע מאָנאַטען פֿון דעם „בינטעל בריעף'ס" עקזיסטענץ.

אַ מיידעל, ניט קיין גאַנץ יונגע, אָבער ניט קיין מיאוס'ע, האָט געהאַט פֿאַר אַ חתן אַ פּראָסטען ערליכען מענשען. זי האָט זיך געהאַלטען פֿאַר אַ גרעסערע יחסן'טע ווי ער, און פֿאַר אַ געבילדעטע. אין אמת'ן איז זי געווען אַבסאָלוט אונוויסענד, נאָר זי האָט געקענט לעזען די לייכטע זאַכען אין אַ צייטונג. מיט דעם האָט זי זיך געהאַלטען גרױס. ער איז געווען אַ מענש אָהן קונצען, אַן אױפֿריכטיגער, סימפּאַטישער פֿאָלקס-מענש. און זיינע פֿריינט זיינען געווען אַזעלכע פּראָסטע און אַזעלכע ערליכע מענשען ווי ער. אַלזאָ, פֿלעגט זי איהם דולען דעם קאָפּ, אַז ער דאַרף מיט אַזעלכע יונגע לייט זיך ניט חבר'ן. זי האָט געוואָלט איהם „בילדען", פֿלעגט זי זאָגען, „מאַכען איהם פֿאַר אַ מענשען", און זי האָט געוואָלט, אַז ווען זיי וועלען חתונה האָבען זאָל ביי זיי זיין אַן „אינטעליגענטע", „פֿיינע" הױז מיט „פֿיינע" קאָמפּאַניע.

דער סוף איז געווען, אַז מיט איהרע „אינטעליגענטע" קאָקעטסטוועס און מיט דעם, וואָס זי האָט איהם צוריקגעהאַלטען פֿון זיינע חברים, האָט זי איהם דערעסען, און ער איז פֿון איהר אַוועק.

483דאַן האָט זי גענומען לױפֿען אין אונזער אָפֿיס און פֿאַרוויינען מיר די יאָהרען איך זאָל איהר חתן שרייבען אין „בינטעל בריעף" און איהם אומקערען צו איהר.

די ווערטער „בינטעל בריעף" זיינען געוואָרען אַזאַ באַקאַנטער אױסדרוק, אַז מען האָט זיי געברױכט, און מען ברױכט זיי ווי אַ טייל פֿון אונזער אַמעריקאַנער אידיש.

„אַ מערקווירדיגע געשיכטע, כאַטש שטעל איהר אין בינטעל בריעף", אָדער „ס'איז אַ בינטעל בריעף געשיכטע, כ'לעבען", — אַזעלכע ווערטער זאָגט מען געוואָהנליך אױף אַן אינטערעסאַנטע געשעהעניש פֿון פֿאַמיליען לעבען אָדער עפּעס אַ פּלאָנטער פֿון אַ ריהרענד-ראָמאַנטישען כאַראַקטער.

מאַסען אידישע פֿרױען וואָס האָבען ניט געקענט לייענען, האָבען זיך צוליב דעם „בינטעל בריעף" אױסגעלערענט לייענען. און מען האָט דערצעהלט וועגען פֿאַלען, וואו צוליב דעם „בינטעל בריעף" האָט מען אריבערגעמופֿט אױף אַן אַנדער קוואָרטיר, ווייל דאָרטען איז אַלס שכנה געווען אַ קרובה אָדער אַ פֿריינדין, וואָס האָט געקענט לייענען דעם „בינטעל בריעף".

די ערשטע צוויי-דריי יאָהר פֿלעג איך אַליין ענטפֿערען אױף אַלע בריעף אין „בינטעל". מיין סעקרעטער, לעאָן גאָטליב, פֿלעגט זיי לעזען, אױסקלייבען די וואָס עס איז עס ווערט געווען צו דרוקען, פֿאַרריכטען די שפּראַך, און דאַן זיי איבערגעבען צו מיר צו שרייבען די אַנטוואָרטען. איך פֿלעג די אַרבייט טאָן מיט דעם גרעסטען פֿאַרגעניגען. וואָרים אין די דאָזיגע בריעף זעהט מען אַ זעלטענע פּאַנאָראַמע פֿון מענשליכע נשמות. איך האָב געהאַט אַ ליטעראַרישען אינטערעס אין דער אַרבייט. שפּעטער האָט שױן דאָס גענומען פֿאָדערען צופֿיל צייט, און אין פֿאַרלױף פֿון דריי יאָהר זיינען די אַנטוואָרטען געשריבען געוואָרען פֿון ב. פֿייגענבױם'ען. היינט האָבען מיר אַ ספּעציעלען מיטאַרבייטער אױף צו לעזען און סאָרטירען די בריעף און אַ צווייטען אױף צו שרייבען די אַנטוואָרטען.

484אין דעם זומער פֿון 1909 האָט דער „בינטעל" ענטהאַלטען אַ בריעף פֿון אַ אידישען אַרבייטער (אַ טשילדרענס דזשעקעט מײקער), וועלכער דערצעהלט, ווי פֿון זיין אַרבייט מיט די פֿיס ביי דער ניי-מאַשין איז ביי איהם קראַנק געוואָרען אַ פֿוס, און מען האָט איהר געמוזט אַראָפּנעמען. ער ווענדעט זיך אַלזאָ צו די לעזער, זיי זאָלען איהם געבען אױף קוליעס. דער בריעף, צוזאַמען מיט אונזער נאָטיץ אונטער איהם, האָט אַרױסגערופֿען אַן אונבאַשרייבליכע כוואַליע פֿון סימפּאַטיע צו דעם אונגליקליכען אַרבייטער. עס האָט גענומען שטראָמען מיט נדבות. עס איז אָנגעקומען ניט-אין-ערך מעהר ווי אױף קוליעס. עס האָט זיך צוזאַמענגעשטעלט אַ גאַנץ היבשע סומע (אין דעם „פֿאָרווערטס" פֿון אױגוסט, דעם 21טען, 1909, איז ערשינען אַ לײט-אַרטיקעל וועגען דעם).

דורך דעם „בינטעל בריעף" האָבען זיך אין אונזער רעדאַקציע גענומען באַווייזען לעבעדיגע „בינטעלעך בריעף", ווי מיר רופֿען זיי — מענשען מיט נשמה-וואונדען, מענשען וואָס זוכען אַן עצה, אַן ענטוואָרט אױף אַ פֿראַגע. שרייבען איז ביי זיי ניט לייכט, אָדער זיי ווילען ניט זייער וואונד פֿאַרטרױען דער עפֿענטליכקייט; און פֿאַרטרױען זייערע סעקרעטען אַ באַקאַנטען ווילען זיי אױך ניט. קומען זיי אַליין. פֿאַראַן אױך גענוג אינטעליגענטע מענשען, וואָס ווילען בעסער זיך דורכריידען אין אַ פֿערזענליכען געשפּרעך.

איניגע פֿון דיזע באַזוכער בעטען מען זאָל זייער „בינטעל צרות" אין דעם „בינטעל בריעף" אריינשטעלען. קיין נעמען ווערען דאָך סיי ווי סיי ניט דערמאָנט.

אױף דיזען אופֿן איז אין ביי אונז געגרינדעט געוואָרען אַ ספּעציעלע אינפֿאָרמאַציאָנס-ביוראָ. אַמאָל פֿלעג איך די אַלע באַזוכער אױפֿנעמען אַליין. דיזע אַרבייט האָט זיך אָבער אַזױ ענטוויקעלט, אַז מיר האָבען דערצו אַ ספּעציעלען מענשען, אַן אינטעליגענטען, אַן ערפֿאַהרענעם, אַ טאַקטפֿולען.

דאָך קומט מיר אָפֿט איצט אױך אױס אױפֿצונעמען אַזעלכע באַזוכער פֿערזענליך.

די אינטערעסאַנטסטע לעבענס-דראַמעס ווערען אין דיזען ביו485דאָ ענטפּלעקט. אָט איז אַ ביישפּיל, וועלכער קומט מיר אין דיזען מאָמענט אַרױף אױפֿ'ן זכרון:

מיט פֿילע יאָהרען פֿריהער, אין דער אַלטער היים, האָבען צוויי אינטימע בית-המדרש חברים, שיידענדיג זיך, זיך געגעבען די הענט און געשוואָרען אייביגע טריישהייט. זייער שבועה האָבען זיי אױף פּאַפּיר אױפֿגעשריבען — אַ מין גייסטיגער קאָנטראַקט. דאָס האָט פּאַסירט, ווען איינער איז קיין אַמעריקא געפֿאָהרען. צוועלף (אָדער מעהר) יאָהר שפּעטער איז דער צווייטער אױך אריבערגעקומען. דער ערשטער איז שױן דאַן געווען פֿאַרהייראַט און רייך. ער האָט זיין יוגענד פֿריינד אױפֿגענומען מיט באַגייסטערונג. אָבער העלפֿען איהם מיט געלט האָט ער זיך געפֿױלט. זיין פֿרױ איז געווען בעסער פֿון איהם, און זי פֿלעגט איהר מאַן'ס חבר שטיצען בשתיקה. אױף דיזען אָרט פֿלעגען זיי זיך זעהן אין געהיים, און עס איז אַרױסגעקומען אַ ראָמאַן צווישען זיי. אין דער רעדאַקציע איז צוערשט געקומען די פֿרױ. זי האָט דערצעהלט אַלץ. זי האָט געבעטען אַן עצה, ווי אַזױ זיך צו באַפֿרייען פֿון איהר „קאָרגען, שלעכטען מאַן", ווי זי האָט איהם גערופֿען. דערנאָך זיינען זיי אַלע דריי צו אונז געקומען — אױף אַ מין „דין תורה".

איך האָב מיט זיי פֿאַרבראַכט אַ פֿאָר שטונדען. דערנאָך זיינען זיי געקומען אַ צווייטען מאָל. די פֿרױ האָט געמאַכט זעהר אַ גוטען איינדרוק. דער גאַסט אױך, און זייער ליבע איז געווען אַן אמת'ע ליבע. קיין קינדער האָט די פֿאַרהייראַטע פֿאָר פֿאָלק ניט געהאַט. האָט זי געוואָלט זיך באַפֿרייען פֿון איהר מאַן. זי איז באַרייט געווען אַוועקצוגעהן אָהן אַ סענט, אַרבייטען און העלפֿען איהר געליבטען „זיך שטעלען אױף די פֿיס אין אַמעריקא".

דער סוף איז געווען, אַז דער מאַן האָט איהר באַפֿרייט דורכ'ן געריכט.

אָט איז אַ „סעמפּעל" פֿון אַן אַנדער מין:

אַ מאַן פֿון די מיטעלע יאָהרען האָט איבער צוואַנציג יאָהר אָפּגעלעבט מיט אַ פֿרױ, וועלכע האָט איהם אימער געהאַסט. זי האָט ליב צו האָבען און צו האָדעווען קינדער, און זי האָט איהם געדאַרפֿט נאָר אַלס איהר שפּייזער און אַלס פֿאָטער צו די קינדער, וואָס זי האָט געוואָלט געבוירען. ער האָט איהר געליבט, און דע486ריבער האָט ער פֿאַרטראָגען אַלע איהרע באַליידיגונגען. אָבער ענדליך האָבען זיך זיינע באַציהונגען צו איהר געענדערט. איצט, ווען ער איז שױן אַ מאַן פֿון עטליכע און פֿערציג יאָהר, האָט ער אין זיך דערפֿיהלט זעלבסט-ווירדע אַלס מאַן, און אַ ראָמאַנטישען אינטערעס אין אינגערע פֿרױען. ער וויל זיך באַפֿרייען, אָבער די ווייב לאָזט ניט. זי האַסט איהם ווי אימער, און זי זאָגט דאָס איהם אַזױ אָפֿען און אַזױ שאַרף, ווי אימער, אָבער געבען איהם אַ גט ענטזאָגט זי זיך.

8
די „אַללרייטניקעם".

די אַמעריקאַנער אימיגראַנטען-וועלט איז פֿול מיט אױפֿגעקומענע גבירים. אַזױ טיף איז פֿאַראַן אין אַנדערע לענדער אױך. אָבער אין ערגעץ איז ניטאָ אַזאַ גערעטעניש אױף איהם, ווי אין „קאָלומבוס'עס מדינה", וואו נייע אייגענסען וואַקסען אױס ווי שוועמלאַך.

די דאָזיגע שוועמעל-מיליאָנערען — מײסטע פֿון זיי אונוויסענדע מענשען, וואָס האָבען הױבען פּלוצלונג אָן זיך צו וואַרפֿען מיט הונדערטער און צו שפּילען אַ וואָזשנע ראָלע — זיינען אַ דאַנקבאַרע טעמא פֿאַר שפּאַס-מאַכער. און ביי קיינעם האָט זיך דיזער סאָרט שפּאַס-מאַכעריי ניט געפֿאָדערט אַזױ ווי ביי אונז אין די אידישע קוואַרטאַלען פֿון די אַמעריקאַנער שטעדט. עס האָט זיך פּראָסט געבעטען פֿון זיי חוזק צו מאַכען. אַלזאָ איז מיר איינגעפֿאַלען צו דרוקען אַ סעריע געצייכענטע קאַריקאַטורען אַזעלכע.

די פֿראַגע איז געווען, ווי מען זאָל די סעריע אַ נאָמען געבען. די ווערטער „אױפֿגעקומענער גביר" זיינען צו ערנסט. עס האָט זיך געפֿאָדערט עפּעס אַ וואָרט, וואָס זאָל האָבען אַ קאַטאָוועס-קלאַנג. איך האָב געפּרואוווט פֿאַרפֿאַסען אַ נאָמען. „גוטאָף" הייסט אין אַמעריקאַנער אידיש „נשקשה אין מעמד", „אַ נגיד", „וואויל-האָבענד". האָב איך צוערשט אין מיינע געדאַנקען אױסגעפּרואווט דעם וואָרט „גוט-אָפֿניק". איך האָב דאָס אָבער487גלייך אַוועקגעוואָרפֿען. עס קלינגט ניט אינטערעסאַנט. עס פֿעלט דער „קנאַק".

דעם 13-טען סעפּטעמבער, 1906, האָב איך געדרוקט אַן אַגיטאַציאָנס-מעשה'לע, אין וועלכער איך האָב פֿאָרגעשטעלט, ווי עס קומען קיין אַמעריקא צוויי אימיגראַנטען, אַ רייכער און אַן אָרימער, און ווי דאָ האָט זיך אַלץ איבערגעדרעהט: דער רייכער איד (עזריאל איז זיין נאָמען), וועלכער איז ניט צוגעפּאַסט צו די אַמעריקאַנער אומשטענדען, ווערט דאָ אָרים. דער צווייטער אָבער, וועלכער איז אין דער היים ביי עזריאל'ן געווען אַ משרת, „אַרבייט זיך דאָ אַרױף". ער ווערט אַ פֿאַבריקאַנט און עזריאל איז איינער פֿון זיינע אַרבייטער.

ווען עזריאל איז געקומען קיין אַמעריקא, איז ער געווען דיק, מיט אַ גרױסער בױך, וועהרענד זיין משרת איז געווען דאַר און קוואָר. דאָ אָבער איז געוואָרען פֿאַרקעהרט: עזריאל איז איצט דאַר און קוואָר און יענער האָט אַ גרױסע בױך.

ביי אונז פֿלעגט דאַן פֿון צייט צו צייט צייכענען קאַריקאַטור בילדער אַ יונגער רומענישער קריסט מיט'ן נאָמען נעאַגאַ, האָב איך איהם איבערגעגעבען דעם אינהאַלט פֿון דער מעשה'לע און געבעטען איהר צו אילוסטרירען מיט פֿיר בילדער, וואָס זאָלען ווייזען ווי ביסלאַכווייז האָבען זיך געענדערט די פֿיגורען פֿון די צוויי אימיגראַנטען. ער האָט אַזױ געטאָן און איך האָב איבער די פֿיר בילדער מיט די ערקלעהרונגען אַרױפֿגעשטעלט דעם איבערשריפֿט: „וואו איז אַהינגעקומען עזריאל'ס בױך?" דאָס הייסט עזריאל'ס בױך אין אַמעריקא איז איבערגעגאַנגען צו זיין אַמאָליגען משרת.

קוקענדיג אױף דעם אין „פֿאָרווערטס", האָב איך זיך דערמאַנט אָן מיין פּלאַן וועגען די אױפֿגעקומענע גבירים. איך האָב ווידער גענומען טראַכטען וועגען אַ נאָמען.

איך האָב זיך דערמאַנט אָן דעם אױסדרוק „ער איז אַלל-ראַיט"*, ווי אונזערע אימיגראַנטען געברױכען איהם אין אַ געוויסען זין.

488ווען מען זאָגט אױף איינעם, אַז „ער איז אַלל-ראַיט", קען דאָס האָבען דעם זעלבען מיין ווי: „איהם האָבען מיר שױן פֿאַרזאָרגט", אָדער: „מיט איהם דאַרף מען קיין ענינו ניט זאָגען".

אױף דיזען אָרט האָט זיך ביי מיר צוזאַמענגעשטעלט דער וואָרט „אַ ל ל - ר אַ י ט נ י ק", און איך האָב גלייך געפֿיהלט, אַז דאָס איז אַ פּונקט וואָס מען דאַרף; אַז אין איהם ליגט דער ריכטיגער זאָרט סאַטירישער שפּאַס, וועלכער פֿאָדערט זיך דאָ.

איך האָב דאַן נעאַגאַ'ען געבעטען פֿאָרשטעלען ווי אַ פּראָסטע אונוויסענדע אידענע קומט אױף דעם העסטער סטריט אן אױסגעפּוצטע אין עסיג און אין האָניג. אונטער דיזען בילד האָב איך אױפֿגעשריבען ביי אַ טוץ שורות, וואו עס ווערט דערצעהלט, אַז פֿריהער פֿלעגט זי, טאַקי, אױף דער זעלבער העסטער סטריט שטעהן מיט אַ פּעדלערשען וועגעלע, אָבער אַז איצט וואױנט זי שױן אין אַ רייכען אָפּטאַון געגענד. און קומט אַהער ווייזען איהרע פּריצישע קליידער. ווען זי דערזעהט אָבער אַ אָפֿענע פֿאַס מיט הערינג, פֿאַרגעסט זי זיך וואו זי האַלט אין דער וועלט, און קריכט מיט איהרע פֿיינע הענטשקעם אין דעם הערינג-פֿאַסעל אריין (דער געדאַנק איז ענטנומען פֿון זאַנגוויל'ס „קינדער פֿון דער געטאָ").

איבער דעם בילד האָב איך אױפֿגעשריבען מיט גרױסע בוכשטאַבען:

„אַ גאַלעריע פֿון אַללרייטניקעם".

און אַזױ איז דאָס געגאַנגען ווייטער.

די ערשטע „גאַלעריע" איז ערשינען דעם 5טען אָקטאָבער, 1906.

די צווייטע גאַלעריע (דעם 9טען אָקטאָבער) איז געגרינ489דעט אױף דעם עזריאל קאַריקאַטור. עס ווערט פֿאָרגעשטעלט ווי צוויי בײכעלדיגע „אַללרייטניקעם" שטעהען אױפֿ'ן גאַס און שמועסען. זיי שטעהען גאַנץ נאָהענט איינער צום אַנדערען, דאָך קען צווישען זיי דורכגעהן אַ אינגעלע. די קאַריקאַטור טראָגט דעם איבערשריפֿט „אַ לעבעדיגער טונעל".

דעם 8טען יאַנואַר ערשיינט אַ קאַריקאַטור, ווי אַן „אַללרייטניצע" געהט זיך פֿאָטאָגראַפֿירען. זי האָט וואָנצעם, פֿאַרשטעלט זי זיי מיט'ן האַנט און פֿאָדערט פֿון דעם פֿאָטאָגראַפֿער ער זאָל איהר אַרונטערנעמען אָהן די וואָנצעם, אָבער אַזױ, אַז איהר האַנט זאָל זיך אױפֿ'ן בילד ניט זעהן.

דעם 14טען יאַנואַר ווערט פֿאָרגעשטעלט ווי „מיסטער קױליטש", אַן אַללרייטניק, קױפֿט בילדער פֿאַר זיין נייער וואױנונג. ער באַטראַכט ניט זייער אינהאַלט אָדער ווערט אַלס קונסטווערק, נאָר זייער לייִנג און ברייט. ער מעסט זיי נאָר אױפֿ'ן אַרשין. ער האָט אַזױ פֿיל און אַזױ פֿיל פּלאַץ אױף די ווענט פֿאַר בילדער.

דעם 30טען יאַנואַר איז פֿאַראַן אַ קאַריקאַטור, ווי בײלע, די געוועזענע אַרבעסניצע, „לערנט זיך נעבאַך טאַנצען". זי איז דיק און שױן ניט זעהר יונג. עס איז אַ שווערער דזשאַב. זי קלעהרט זיך אַז פֿריהער, ווען זי האָט פֿאַרקױפֿט געקאָכטע אַרבעס, האָט זיך איהר געלעבט גרינגער ווי איצט, ווען זי איז אַן אַריסטאָקראַטקע.

דעם 4טען פֿעברואַר שטעלט אַ קאַריקאַטור פֿאָר ווי דער רייך-געוואָרענער מיסטער ניוועלשיק מאַכט זיך אַז ער דערקענט ניט זיין אַמאָליגען באַלעבאָס.

דעם 11טען פֿעברואַר האָט דער „פֿאָרווערטס" געהאַט אַ קאַריקאַטור, ווי אַן אַללרייטניצע לערנט זיך ווינקען אױף אַן „אַריסטאָקראַטישען" אַמעריקאַנער שטייגער.

איין קאַריקאַטור איז געווען אַ בילד, ווי אַן אַללרייטניק ווישט פֿון זיך דעם שוויים נאָך דער שווערער פּראָצע, וואָס ער האָט געהאַט ביים אונטערשרייבען זיין נאָמען אױף אַ טשעק. אױף אַ צווייטען זיצט אַן „אַללרייטניק" מיט'ן נאָמען „בעריל צימעס". ער האָט ספּעציעל גענומען אַ לערער, און זיך אױסגעלערענט מאַכען490זיין אונטערשריפֿט. ער קען דאָס אָבער נאָר טאָן פּונקט ווי ער האָט זיך אױסגעלערענט. די אונטערשריפֿט מוז זיין אַזױ און אַזױ די גרױס. ווי טוט מען אָבער אַז עס מאַכט זיך גראָד אַ טשעק, וואו עס איז פֿאַראַן ווייניגער פּלאַץ? האָט בעריל נעבאָך קיין אַנדער ברירה ניט ווי צו ענדיגען זיין נאָמען אױפֿ'ן טיש. מיט אַן אַנדער קאַריקאַטור איז פֿאָרגעשטעלט געוואָרען ווי אַן אַללרייטניק זיצט אין דער אָפּערא מיט „פּראָסט אױערלעך" אױף די אױערען.

מײסטע פֿון די טעמעס האָב איך אַליין געגעבען. פֿון אייניגע אָבער איז דער געדאַנק געקומען פֿון אימעצען פֿון די קאָלעגען אין דער רעדאַקציע, אָדער פֿון עטליכע פֿון אונז אין איינעם.

דער פּיטשור האָט געהאַט אַ ריזיגען ערפֿאָלג און דער וואָרט „אַלל-רייטניק" איז געוואָרען אַזױ פּאָפּולער, אַז ער איז אַריין אין אונזער פֿאָלקס-שפּראַך.

מען האָט זיך אין אַזאַ אױסדרוק שױן לאַנג גענױטיגט.

אַ אידישער דראַמאַטורג, אברהם שאָמער (אַ זוהן פֿון דעם ראָמאַנען שרייבער שמר שייקעוויטש), האָט פֿאַר דעם באַרימטען שױשפּילער מאָגולעסקאָ אױפֿגעשריבען אַ פּיעסע מיט'ן נאָמען „די אַללרייטניקעם" און זי איז געגאַנגען אַ לאַנגע צייט. אַנדערע דראַמאַטורגען האָבען דעם וואָרט אַריינגעשטעלט אין די געשפּרעכען פֿון זייערע פּערזאָנען. אױף דער וואָדעוויל סצענע האָט מען פֿאַרפֿאַסט לידער אױף דער טעמע „דער אַללרייטניק".

שױן איבער צוויי-און-צוואַנציג יאָהר ווי דער וואָרט ווערט געברױכט. ער איז פֿאַרבליבען אין דער שפּראַך — אַ נאַטירליכער טייל פֿון אונזער אַמעריקאַנער אידיש.

9
„די גאַלעריע פֿון פֿאַרשוואונדענע מענער".

אין אונזער אימיגראַנטען-וועלט איז שױן פֿון לאַנג ענטוויקעלט אַ ספּעציעלע מגפה: מענער וואָס אַנטלױפֿען פֿון זייערע491פֿרױען. אין דער אַלטער היים, ווען איינער אַנטלױפֿט פֿון זיין פֿרױ, הייסט עס מייסטענס אַז ער אַנטלױפֿט אױך פֿון זיינע עלטערען, קרובים, פֿון דער גאַנצער וועלטעל, אין וועלכער ער איז געבױרען געוואָרען און אױסגעוואַקסען. אין אַמעריקא איז דער אימיגראַנט מייסטענס אַן אָפּגעזונדערטער. פֿאַר איהם איז זיין נייע היים אַ הפקר וועלט. און אַמעריקאַנער שטעדט זיינען גרױס און קאָכעדיג. דאָס לאַנד איז אַ ריזיגע, און שטעדט זיינען דאָ אַ סך. היינט, געה זוך דעם אַנטלאָפֿענעם! אין דעם מענשען תהום איז לייכט צו פֿאַרשווינדען.

עס פֿלעגען אָנקומען בריעף פֿון עגונות, הילפֿלאָזע פֿרױען מיט קינדער. מאַנכע פֿלעגען קומען אין דער רעדאַקציע מיט אַ געווײן, מען זאָל זיי אױפֿזוכען זייערע מענער. מיר האָבען ניט געגלױבט, אַז מיר האָבען אַ מאָראַלע רעכט אַזעלכע בריעף צו דרוקען. עס וואָלט הייסען אַריינמישען זיך אין פֿאַמיליען-אַנגעלעגענהייטען און צווינגען אַ מאַן צו לעבען מיט זיין פֿרױ, צי ער וויל, צי ניט. מיר פֿלעגען זיך אָבער שטעלען די פֿראַגע: ווי טוט מען פֿאָרט מיט אַ מאַן וואָס פֿאַרלאָזט אַ פֿרױ מיט קינדער? צי דען איז ער ניט פֿאַרפֿליכטעט זיי צו שטיצען? און ווען די פֿרױ איז שױן אַלט אָדער קראַנק, אָדער אױף אַן אַנדער אָרט הילפֿלאָז, איז דען ניט אַ יושר אַז ער זאָל איהר אױסהאַלטען, און ניט איבערלאָזען אױפֿ'ן וואַסער, אַפֿילו ווען קיין קינדער זיינען ניטאָ?

דאָך האָבען מיר צוערשט ניט געהאַט מוט גענוג צו זאָגען יאָ. און ווען מיר האָבען אַמאָל יאָ געפּרואוופֿט אַריינשטעלען אַ בריעף אָדער אַנאָנסען, אַז מען זוכט אַ מאַן וואָס איז אַוועק פֿון זיין פֿאַמיליע, פֿלעגען מיר דאָס טאָן ניט-ווילענדיג. אױף די רעדאַקציאָנעלע פֿײדזשעס פֿלעגען מיר אַזעלכע נאָטיצען אייגענטליך קיינמאָל ניט שטעלען. אַמאָל פֿלעגען מיר עס פֿאַרעפֿענטליכען אַלס אַ שטיקעל נייעס, אָדער אין יענער אָפּטיילונג פֿון די אַנאָנסען, וועלכע הייסט ביי אונז „פֿערזענליכעס".

איין מאָל איז פֿאָרגעקומען דאָס פֿאָלגענדע:

עס איז געקומען אַ יונגערמאַן, באַגלייט פֿון אַ פֿרױ, און האָט אונז געבראַכט אַ בילד פֿון אַ מאַן. די פֿרױ האָט דער492צעהלט, אַז דאָס בילד איז פֿון איהר מאַן, וועלכער איז פֿון איהר אַנטלאָפֿען און האָט איהר איבערגעלאָזען מיט פֿיצעלעך קינדער. איהר באַגלייטער איז געווען איהרער אַ באַקאַנטער און ער האָט איהר געהאָלפֿען ערוועקען סימפּאַטיע אין אונז.

עס איז געווען אַ האַרץ-דרייסענדע געשיכטע. האָבען מיר אָפּגעדרוקט דאָס בילד פֿון איהר מאַן אין די „פֿערזענליכעם", און אונטען אן אַפּיל צו דעם מאַן, ער זאָל זיך דערבאַרימען אױף זיינע קינדערלאַך און שיקען שטיצע פֿאַר דער פֿאַמיליע.

אױף מאָרגען איז געווען אַן אונאַנגענעמע סענסאַציע: עס האָט זיך אַרױסגעוויזען, אַז די גאַנצע געשיכטע איז געווען אַ שפּיצעל פֿון אַן אַרבייטער, וועלכער האָט זיך צוקריגט מיט זיין באָס און פֿאַרלאָרען זיין „דזשאַב". אום זיך נוקם צו זיין, האָט ער געקראָגען דעם מאַנופֿעקטשורער'ס פֿאָטאָגראַפֿיע, מיטגענומען מיט זיך אַ פֿרױ, אַלס דעם פֿאַבריקאַנט'ס כלומרשט'דיגע עגונה, ווייך געמאַכט אונזערע הערצער און אַריינגענאַרט אונז „אין זאַק אריין".

עס איז געקומען צו אונז דער פֿאַבריקאַנט מיט זיין אמת'ער פֿרױ. ער האָט געסטראַשעט מיט אַ פּראָצעס. מיר האָבען איהם אָבער געגעבען פֿאָלשטענדיגע צופֿרידענשטעלונג מיט אן ערקלערונג אין „פֿאָרווערטס" וועגען דעם גאַנצען שווינדעל.

דער נסיון צו דרוקען אַזעלכע בריעף איז געווען זעהר אַ גרױסער, פּשוט צוליב דעם רחמנות-געפֿיהל וואָס מאַנכע פֿון די פֿאַרלאָזענע פֿרױען פֿלעגען ערוועקען אין אונז. זיי פֿלעגען אין „בינטעל בריעף" שרייבען אין דעם נאָמען פֿון די קינדערלאַך. די קינדער שטעהען אױף אין דער פֿריה, צום ביישפּיל, און וויינען און פֿרעגען: „וואו איז דער פּאַפּאַ?" „פּאַפּאַ, וואָרום האָסטו מיך איבערגעלאָזען?" „אַלע קינדער האָבען אַ פּאַפּאַ, און איך ניט". זיי פֿלעגען אריינשטעלען די ליבלינגס-ווערטער, מיט וועלכע דער פֿאָטער פֿלעגט צערטלען דאָס קינד, און דאָס קינד פֿלעגט אַפּעלירען: „בין איך שױן מעהר ניט דיין טייערע בייבעניו?" אָדער אין דעם בריעף שטעהט, צום ביישפּיל: „דו האָסט דאָך מיר אַ נאָמען געגעבען נאָך דיין מאַמען, און די באָבע, עליה השלום, איז דאָך דיר אַזױ טייער".

493אױף איניגע פֿרױען איז ווירקליך געווען האַרצרייסענד צו קוקען. איך געדענק, צום ביישפּיל, די געשטאַלט פֿון אַ דאַרע, ניט הױכע פֿרױ, וועלכע פֿלעגט אָפּשטעהן גאַנצענע טעג לעבען מיין צימער, שטיל, אָהן אַ וואָרט. מען האָט בעדאַרפֿט זיין פֿון אייזען ניט צו פֿיהלען די טראַגעדיע וואָס איז געווען אױסגעגאָסען אױף איהר פּנים.

עס פֿאַרשטעהט זיך, ניט אימער קען מען דעם מאַן פֿאַרדאַמען. פֿילע פֿרױען זיינען געווען די אמת'ע שולדיגע אין די טראַגעדיעם — ווייבער מיט גיפֿטיגע כאַראַקטערס, וואָס האָבען פֿאַרביטערט דעם לעבען פֿון זייערע מענער און האָבען זיי בוכשטעבליך פֿאַרטריבען פֿון הױז. אין איין פֿאַל איז די קלאָגערין געווען זעהר אַ שעהנע יונגע פֿרױ, און פֿון איהרע ערשטע עטליכע ווערטער האָט מען געקענט זעהן, אַז דאָס איז אַ ווייבעל מיט אַ מענה-לשון. זי האָט זיך געווענדעט צו מיר פֿערזענליך און האָט גענומען ריידען מיט בײזע, פֿרעכע ווערטער.

— הערט זיך איין, מיסעס, — האָב איך צו איהר געזאָגט, — איהר זייט אַ שעהנע פֿרױ. און פֿון אַ שעהנער פֿרױ אַנטלױפֿט אַ מאַן ניט אָהן אַן אורזאַכע.

דער רעזולטאַט איז געווען אַ תוכחת דירעקט אױף מיין אַדרעס.

אָבער אין אַלגעמיין איז מייסטענס אױף די פֿאַרלאָזענע פֿרױען געווען אַ רחמנות.

אין אַ געוויסען טאָג האָב איך זיך באַשלאָסען צו ענדערען אונזער כלל. גענאָסע גאָטליב דערצעהלט וועגען דעם דאָס פֿאָלגענדע:

„איין מאָל האָב איך גענאָסע קאַהאַן'ען געזאָגט, אַז עס זיינען אָנגעקומען פֿיר בילדער פֿון אַנטלאָפֿענע מענער מיט אַמאָל. אַזעלכע בילדער פֿלעגען מיר ניט דרוקען. דער רחמנות איז אָבער געווען זעהר גרױס. צו מיין איבעראַשונג, זאָגט גענאָסע קאַהאַן: פֿיר בילדער איז עטוואָס אַנדערש. מיר וועלען דאָס רופֿען „די גאַלעריע פֿון פֿאַרשוואונדענע מענער".

און אױף דיזען אָרט האָט זיך אָנגעפֿאַנגען דער נייער „פּיטשור".

494איך האָב אין „פֿאָרווערטס" פֿאַרעפֿענטליכט אן ערקלערונג, וועלכע איז בעשטאַנען אונגעפֿעהר אין פֿאָלגענדען: מיר מישען זיך ניט אין פֿאַמיליען-פֿראַגען. מיר זיינען אַבסאָלוט געגען צוויינגען אַ מאַן צו לעבען מיט אַ פֿרױ געגען זיין ווילען. מיר פֿאָדערען נאָר, אין דעם נאָמען פֿון גערעכטיגקייט און רחמנות, אַז ווען אַ מאַן לאָזט איבער קינדער, זאָל ער ניט אַראָפּטרייסלען פֿון זיך דעם יאָך די קינדער צו סופּאָרטען.

עס האָבען זיך ווידער אָנגעפֿאַנגען דעבאַטען צווישען די גענאָסען. פֿילע זיינען פֿון דעם נייעם „פּיטשור" אונצופֿרידען געווען. זיי האָבען גע'טענה'ט, אַז עס פּאַסט ניט פֿאַר אַ סאָציאַליסטישע צייטונג צו דרוקען אַזעלכע זאַכען. איך פֿלעג אױף דעם ענטפֿערען, און דער „פּיטשור" איז אָנגעהאַלטען געוואָרען. איין מאָל אַ וואָך פֿלעגען מיר דרוקען אַ גאַנצע גאַלעריע פֿון אַנטלאָפֿענע מענער — עטליכע בילדער, און אונטער יעדען בילד דעם נאָמען פֿון דעם פֿאַרשוואונדענעם פֿאַמיליען-מאַן און אַ פֿאָר איינצעלהייטען וועגען איהם.

די פֿרױען פֿלעגען שױן קומען, יעדע מיט איהר בילד אין האַנט, און בעטען אַז מען זאָל זייערע בילדער אריינשטעלען אין דער „גאַלעריע".

אַ גרױסער טייל פֿון די אַנטלאָפֿענע פֿלעגען זיך דורך דיזער גאַלעריע אָפּרופֿען, און אין פֿילע פֿאַלען זיינען זיי געקומען צוריק — אייניגע מיט ליבעס-ערקלערונגען צו זייערע פֿרױען.

מיר זיינען געווען פֿאָרזיכטיג. יענער פֿאַל מיט דעם אַרבייטער, וואָס האָט אַריינגעגעבען אַ פֿאַלשען בילד פֿון זיין באָס, האָט אונז געדינט אַלס אַ וואָרנונג. די ערשטע צייט פֿלעגען מיר יעדע קיים אױספֿאָרשען איידער מיר פֿלעגען עס אָפּדרוקען. מיר פֿלעגען שיקען אימעצען באַזוכען די עגונה און אױסגעפֿינען צי דאָס וואָס זי דערצעהלט איז ריכטיג.

די „יוניטעד היברו טשאַריטיס" (די פֿאַראייניגטע אידישע צדקה אַנשטאַלטען) פֿון ניו יאָרק האָבען אַנערקענט די וויכטיגקייט פֿון דיזען „פּיטשור" און געפֿאַסט רעזאָלוציאָנען פֿון דאַנק-זאָגונג צו אונז. זיי האָבען גענומען מיטהעלפֿען, און ענדליך האָבען זיי געגרינדעט אַ ספּעציעלען „דעזוירשאָן ביוראָ" (אַ ביוראָ וועגען אַנט495לאָפֿענע), וועלכע באַשעפֿטיגט זיך מיט אױפֿזוכען די פֿאַרשוואונדענע מענער, מיט דער הילף פֿון אונזער „גאַלעריע". דיזע ביוראָ עקזיסטירט נאָך עד היום. זי האָט פֿאַרבינדונגען איבער גאַנץ אַמעריקא.

מיר דרוקען די בילדער וואָס די עגונות ברענגען אריין. מיר שיקען אָבער יעדע פֿרױ אַזעלכע צוערשט אָפּ אין דער „דעזוירשאָן ביוראָ" און זיי פֿאָרשען יעדע קייס אױס. אום עס זאָל זיין אַ מאָלק און אַ פֿאַראַנטוואָרטליכקייט, מוזען די בילדער קומען דורך דער דאָזיגער ביוראָ.

אין פֿאַרבינדונג מיט דיזער אָפּטיילונג קומען אַ מאָל פֿאָר אינטערעסאַנטע סצענעס. צום ביישפּיל, עס קומט אריין אַ מאַן מיט זיין אייגענער פֿאָטאָגראַפֿיע און ערקלערט דאָס פֿאָלגענדע:

— איך וויל אייך זאָגען פֿאָרױס, אַז איך קלייב זיך צו אַנטלױפֿען פֿון מיין פֿרױ. זי איז אַזאַ שלאַק אַז עס איז אונמעגליך מיט איהר צו לעבען. זי פֿאַרביטערט מיר יעדע מינוט. איך האָב שױן קיין כוח ניט. איך האָב צוגענומען אַלע מיינע בילדער. איידער זי זאָל ברענגען מיינס אַ בילד, ברענג איך עס בעסער אַליין.

— יאָ, אָבער וואָס איז מיט די קינדער? — פֿרעג איך, אָדער מיין סעקרעטער.

— די קינדער וועל איך שטיצען, — ענטפֿערט ער. — איך האָב פֿאַרזעצט מיינע צוויי סוטס און איך וועל איבערלאָזען פֿאַר זיי געלט, און אַזױ גיך ווי איך וועל קריגען אַרבייט ערגעץ-וואו, וועל איך זיי צושיקען געלט.

מיר האָבען זיך ערקונדיגט, אַז וואָס ער זאָגט איז ריכטיג, און מיר האָבען איהם צוגעזאָגט זיין בילד אין דער „גאַלעריע" ניט צו שטעלען.

איך געדענק אױך אַ פֿאַרקערטען פֿאַל. עס קומט אריין אַ פֿרױ מיט אַ פּאַס בילדער — גרעסערע און קלענערע, און זי ווענדעט זיך צו מיר.

— צו וואָס דאַרפֿט איהר אַזױ פֿיל פּיקטשורס? — פֿרעג איך איהר מיט אַ שמייכעל.

— ליבער מיסטער רעדאַקטאָר, — ענטפֿערט זי, — איך496זעה שױן אױף זיין פּנים, אַז ער קלייבט זיך צו אַנטלױפֿען. ער וואָלט צוגענומען אַלע פּיקטשורס, כדי איך זאָל ניט האָבען וואָס צו ברענגען אַהער. איך קען איהם שױן... היינט וואָס דאַרף איך וואַרטען אױף איהם? בין איך איהם פֿאַרלאָפֿען דעם וועג. איך וויים, אַז ער וועט קומען צו אייך.

וועגען דער „גאַלעריע פֿון פֿאַרשוואונדענע מענער" זיינען אױך געשאַפֿען געוואָרען אַ סך ווערטלאַך, און וויציגע לידער, וועלכע ווערען געזונגען אױף דער ביהנע. אייניגע רופֿען דאָס „ראָוגס געלערי" (דער נאָמען פֿון דער בילדער גאַלעריע וואָס געפֿינט זיך ביי דער פּאָליציי — די זאַמלונג פֿון די פֿאָטאָגראַפֿיעס וואָס מען נעמט אַרונטער פֿון אַרעסטירטע גנבים, באַנדיטען, מערדער, און אַנדערע פֿאַרברעכער).

10
טעאַטער קריטיק. — וויצען. — „פֿון אַ וואָרט אַ קוואָרט".

די טעאַטער קריטיק אין „פֿאָרווערטס" האָט באַקומען אַ גרױסע באַדייטונג. דער עולם האָט זיך גערעכענט מיט איהר, און דעם „פֿאָרווערטס'ס" מיינונג האָט זיך געפֿיהלט אױף דעם שיקזאַל פֿון אַ פּיעסע. פֿון אַלע זייטען פֿלעגען מיר הערען וועגען מענשען, וואָס געהען ניט זעהן אַ נייע טעאַטער-שטיק ביז זיי וועלען לייענען אַ קריטיק איבער דעם אין „פֿאָרווערטס".

מיר האָבען געשריבען לױט אונזער באַגריפֿע, לױט אונזערע ערליכע מיינונגען, אָהן פּאַרטייאישקייט, אָהן מורא און אָהן טובות", ווי די אַמעריקאַנער זאָגען.

פֿאַר דער הומאָר אָפּטיילונג האָבען מיר געפּרואופֿט ענטוויקלען אַ חשק אין די לעזער גופֿא צוצושיקען זייערע אייגענע וויצען. אין „פֿאָרווערטס" פֿון 5טען יאַנואַר, 1904, האָב איך אַריינגעשטעלט עטליכע שורות אין אַ קעסטעלע:

„וואו קומען אַהין אייערע וויצען?

זאָלען זיי ניט פֿאַרלאָרען געהן!

שיקט זיי בעסער צו צום „פֿאָרווערטס"!"

497עס האָבען גענומען אָנקומען ווערטלאַך, חכמות. אַ סך פֿרעמדע, אַ סך אייגענע, דאָס רוב ניט קיין גערעטענע. אַ מיטאַרבייטער פֿלעגט זיי איבערקוקען. דער דירעקטער רעזולטאַט איז פֿיליכט ניט געווען גרױס גענוג. אינדירעקט אָבער איז דאָס געווען נוצליך: עס האָט דעם עולם געוואַוינט צו קוקען אױף זיינע פֿערזענליכע ערפֿאַרונגען ווי אױף אַ קוואַל פֿון שטאָף פֿאַר'ן „פֿאָרווערטס".

מיינע פֿעליעטאָנען „פֿון אַ וואָרט אַ קוואָרט" זיינען אָנגעגאַנגען רעגעלמעסיג, יעדען מיטוואָך. אָבער וואָס ווייטער, האָבען זיי אַלץ אָנגענומען אַן ערנסטערען כאַראַקטער. יעדער פֿון זיי האָט ענטהאַלטען אַ געדאַנק וועגען דעם לעבען אין אַלגעמיין, אָדער וועגען עפּעס אַ ספּעציעלען שטריך פֿון דער מענשליכער נאַטור, וועגען וועלכער עס איז כדאי זיך צו פֿאַרטראַכטען.

צום ביישפּיל:

אין 1904 האָבען זיך באַוויזען די וויקטאָר פֿאָנאָגראַפֿס (גראַמאָפֿאָנס). זיי זיינען געווען ניט אין ערך ווי די עדיסאָן פֿאָנאָגראַפֿס. צום ערשטען מאָל האָט מען דערהערט אַן אמת'ע מענשליכע שטימע. זיי האָבען געמאַכט אַ פֿורר. קאַרוסאָ האָט פֿון זיי געזונגען ניט אַ האָר ערגער ווי זיין אמת'ע שטימע. אין דעם 24טען פֿעברואַר, 1904, ערשינען „פֿון אַ וואָרט אַ קוואָרט" אונטער'ן נאָמען „פֿאָנאָגראַף". דער הױפּט-געדאַנק אין דיזען פֿעליעטאָן איז באַשטאַנען אין פֿאָלגענדען: פּאַטטי, די ווירקליך געטליכע אַדעלינאַ פּאַטטי, די קעניגין פֿון דער אָפּערא אין פֿאַרלױף פֿון צענדליגער יאָהרען, האָט שױן דאַן ניט געהאַט איהר שטימע. מיט אַ קורצער צייט פֿריהער איז זי געווען אין אַמעריקא אױף אַ קאָנצערט, האָט זי זאָגאַר קיין עולם ניט געצויגען. דער זאַל איז געווען פּוסט. אין דעם פֿעליעטאָן ווערט אַלזאָ גערעדט וועגען דער טראַגעדיע פֿון פֿאַרגאַנגענע גרױסקייטען און עס ווערט אױסגעדריקט אַ באַדױערען, וואָס פּאַטטי'ס שטימע האָט ניט געלעבט מיט אַ פֿאָר יאָהר לענגער, אום זי זאָל קענען פֿאַראייביגט ווערען אין דעם פֿאָנאָגראַף. פֿיל קלענערע זינגער אָדער זינגערינס זינגען איצט פֿון דער וויקטאָר מאַשין, און זיי498ערע שטימען וועלען בלייבען פֿאַר דער צוקינפֿטיגער מענשהייט אַזױ ווי אַ בוך אין אַ ביבליאָטעק. און פּאַטטי'ס שטימע איז געשטאָרבען איידער דער פֿאָנאָגראַף האָט זיך באַוויזען אױף דער וועלט. פּאַטטי'ס שטימע האָט פֿאַרשפּעטיגט. און פֿאַרפֿאַלען. אַזױ מוז שױן דאָס בלייבען. די באַרימטסטע פֿון אַלע באַרימטע איז פֿאַראָרטיילט צו פֿאַרגעסענהייט.

אין אַ קאַפֿע אױף צווייטער עוועניו, קאָרנער 11טער סטריט, וואו איך און מיין פֿרױ פֿלעגען עסען אונזער סאַפּער, פֿלעגט שפּילען אַ ציגיינער אָרקעסטער. דער קלאַרנעטיסט איז געווען אַ דיקער, אונבאַוועגליכער מאַן פֿון די מיטעלע יאָהרען. ווען ער פֿלעגט שפּילען, פֿלעגט מען קױם קענען זעהן ווי עס ריהרען זיך זיינע פֿינגער אָדער זיינע ליפּען. ווי אַ פֿאַרגליווערטער פֿלעגט ער זיצען מיט'ן אינסטרומענט אין די הענט. און דאָך זיינען זיינע טענער געווען קלאָר און שעהן, פֿול מיט פּראַכט און געפֿיהל. האָב איך דעם 14טען פֿעברואַר, 1906, געדרוקט אַ „פֿון וואָרט אַ קוואָרט", אונטער דעם נאָמען „קלאַרנעטיסט". איך האָב געשילדערט דעם מוזיקאַנט'ס אונבאַוועגליכקייט און די פּראַכט פֿון זיין מוזיק. איך האָב דאָס פֿאָרגעשטעלט ווי געהיימע מוזיק, וואָס מען ווייסט ניט פֿון וואַנען זי נעמט זיך.

איך האָב אָנגעוויזען אױף אַנדערע פּראַכטען, אױף גרױסע ווירקונגען וואָס שטאַמען אַרױס פֿון שטילע קוואַלען. איך האָב זיך אָפּגעשטעלט אױף דעם, אַז דעליקאַטע שטריכען, טענער וואָס שרייען ניט, קענען זיין מעכטיגער און שעהנער ווי שטורעמדיגע עפֿעקטען.

אַזעלכע פֿעליעטאָנען פֿלעגען ציהען אַ סך אױפֿמערקזאַמקייט און אַרױסרופֿען באַגייסטערטע אָפּקלאַנגען. „פֿון אַ וואָרט אַ קוואָרט" איז געגאַנגען רעגעלמעסיג יעדען מיטוואָך.

הערות (פֿוס-נאָטיצען פֿון אָריגינאַל)

[ז׳ 464] די ניו-יאָרקער צייטונג „וואָירלד" האָט פֿאַרעפֿענטליכט, אַז די רוסישע שויספּילערין אַנדרייעווא, מיט וועלכער ער איז געקומען, איז ניט זיין געזעצליכע פֿרוי, און דאַן האָבען די האָטעלען זיי באַיקאָטירט. מיט דער געשיכטע האָט געקאַכט די וועלט. היינט וואָלט אַזא מיטעל-אַלטערשער באַיקאָט אין ניו-יאָרק אונמעגליך געווען, הגם אין ווייטערע אַמעריקאַנער שטעדט וואָלט דאָס היינט אויך געקענט פּאַסירען.

[ז׳ 465] פֿיליפּ קראַנץ איז נאָך אַ היבשע צייט געווען אָפֿגעזונדערט. ער איז ענדליך אויך אַרײנגעטראָטען אין אונזער רעדאַקציאָנעלער משפּחה. דאָס געהערט אָבער ניט צו דער צייט אויף וועלכער עס באַציהט זיך דיזער באַנד.

[ז׳ 469] גאָרין איז אין רוסלאַנד געווען באַקאַנט אַלס גוידא, אַ נאָמען אונטער וועלכען ער האָט געדרוקט ערצעהלונגען און זיך באַטייליגט אין י. ל. פּרץ'ס אויסגאַבען. ער איז געווען איינער פֿון די ערשטע אידישע סקיצען-שרייבער אין רוסלאַנד.

[ז׳ 471] אַזוי ווי דער ווערט ווערט דאָ געברויכט ווערען גאַנץ אָפֿט, וועל איך איהם ערקלעהרען פֿאַר די ניט-אַמעריקאַנישע לעזער. „פּיטשור" הייסט, אייגענטליך, אַ געזיכטס שטריך — אַ נאָז, אַן אויג, אַ מויל. אין דער אַמעריקאַנער צייטונגס-וועלט אָבער ווערט דער ווערט געברויכט אויף אַן אָפֿטיילונג וועלכע אַ רעדאַקטאָר פֿיהרט איין צו פֿאַראינטערעסירען לעזער — עפּעס אַ נייער סאָרט אַרטיקלען, וועלכע ציהען אויף מערקזאַמקייט.

[ז׳ 487] „אַלל-ראַיט", ווען מען זאָל דאָס איבערזעצען ווערטערליך, וואָלט הייסען „אַלעם רעכט". ווי די פֿראַזע געהט אין דער שפּראַך, „אַלל-ראַיט", ווען מען זאָל דאָס איבערזעצען ווערטערליך, וואָלט הייסען „אַלעם רעכט". ווי די פֿראַזע געהט אין דער שפּראַך, איז איהר באַדייטונג: „גוט", „גאַנץ גוט", אָדער: „גוט, זאָל זיין אַזױ, איך בין צופֿרידען". און ווען מען זאָגט „הי'ז אַלל-ראַיט", הייסט עס: „ער איז געזונט", אָדער „ער טױג", „ער פּאַסט זיך", אָדער: „ער איז אַ וואָזשנער בחור", אָדער: „ער האָט געלט".