530נאָכדעם ווי מיר האָבען אויפֿגעגעבען די „מאָרגען צייטונג", האָט די סירקוליישאָן פֿון „פֿאָרווערטס" ווידער גענומען שטייגען. זי איז געוואַקסען און געוואַקסען.
פֿריהערדיגע „פֿאָרווערטס" לעזער, וואָס האָבען אַנשטאָט דעם „פֿאָרווערטס" געקויפֿט די „מאָרגען צייטונג", ווייל „דאָס זיינען דאָך די זעלבע מענשען", האָבען זיך איצט אומגעקערט צו אונזער נאָכמיטאָג בלאַט; און פֿון דעם אימיגראַציאָנס-שטראָם זיינען אונז צוגעקומען נייע און נייע לעזער.
אונזער סירקוליישאָן האָט זיך כּמעט אויפֿ'ן שטעל אומגעקערט צו איהר פֿריהערדיגען צושטאַנד. און ביי דעם איז זי פֿאַרבליבען נאָר אַ גאַנץ קורצע צייט. זי איז געגאַנגען ווייטער און ווייטער.
אין אַ היבשען גראָד האָבען מיר דאָס געהאַט צו פֿאַרדאַנקען דעם „בינטעל בריף". דער אינטערעס אין איהם איז געוואַקסען מיט אַ שטיינענדער שנעלקייט. מאַסען פֿאַמיליען, וואָס פֿלעגען פֿריהער קיין צייטונגען ניט לעזען, האָבען אָנגעהויבען צו קויפֿען דעם „פֿאָרווערטס" צוליב דיזען „פּיטשור" אונזערען. ווי עס איז שוין געזאָגט געוואָרען אויבען — פֿילע פֿרויען וואָס האָבען ניט געקענט לעזען האָבען זיך אויסגעלערענט לעזען צוליב דעם „בינטעל בריף". אָבער די צאָל לעזער, וואָס האָבען531זיך מיט דעם דאָזיגען „פּיטשור" ניט אינטערעסירט, איז אויך האַסטיג געוואַקסען. פֿון נייע צייטונגס לעזער וואָס זיינען געקומען פֿון אונזערע אַלטע היימען, האָט דער „פֿאָרווערטס" באַקומען אַ גרויסע מאַיאָריטעט.
אונזער איינקונפֿט איז אַלזאָ געוואָרען גרעסער און גרעסער, אָבער דאָס הייסט ניט, אַז אונזער פֿינאַנציעלע שוועריגקייטען זיינען גלייך באַזייטיגט געוואָרען. פֿאַרקערט: גראָד אַרום יענער צייט, ווען עס איז אַזוי געשטיגען די פֿאַרשפּרייטונג פֿון „פֿאָרווערטס", האָבען מיר זיך געפֿונען אין דעם ערנסטען פֿינאַנציעלען זומפּ.
מיר זיינען געווען ביז'ן האַלז אין חובות.
דער „פֿאָרווערטס" האָט שוין געבראַכט אַ היבשען פּראָפֿיט; אָבער דאָס איז אויפֿגעגעסען געוואָרען פֿון די פּראָצענטען וואָס די ביזנעס האָט געהאַט צו צאָלען. צו די שווערע מאָרטגיידזשעס (איפּאָטהעקען) אויף דער הויז וואָס מיר האָבען געקויפֿט אין 1904 און אויף דער גרויסער פּרעס-מאַשין וואָס מיר האָבען זיך ערוואָרבען ביי דעם ענד פֿון דעם זעלבען יאָהר*, און צו די אַלטע שולדען, פֿון וועלכע דער געשעפֿט האָט זיך אַלץ ניט געקענט באַפֿרייען, זיינען צוגעקומען די חובות, וואָס עס זיינען אָנגעוואַקסען דורך דער „מאָרגען צייטונג" און דעם „צייט גייסט."
מען האָט אימער געמוזט באָרגען, צאָלען און גלויביליך הויכע פּראָצענטען און ווייטער באָרגען.
סאָציאַליסטען און אַזוי פֿריינד פֿון „פֿאָרווערטס" האָבען אָפֿט אויסגעהאָלפֿען מיט הלואות (אין דיזער באַציהונג האָבען די וואַרימסטע פֿריינדשאַפֿט אַרויסגעוויזען עטליכע וואוילהאָבענדע סאָציאַליסטען פֿון פֿילאַדעלפֿיא, הויפּטזעכליך די גענאָסען א. שניאור, א. מאַרגאָלין און ה. שעַנקין, אָבער אין ניו יאָרק זיינען אויך געווען פֿריינד, וואָס זיינען געקומען צו הילף).
532איך האָב אויבען באַמערקט, אַז די צייטונג האָט שוין געגעבען אַ היבשען פּראָפֿיט. ווען זי וואָלט געווען אַ פּריוואַט צייטונג, ניט קיין סאָציאַליסטישע, וואָלט איהר איינקונפֿט געווען אַ סך גרעסער. עס זיינען פֿאַראַן וויכטיגע הכנסות, וועלכע זיינען פֿאַר אונז געווען אַ פֿאַרבאָטענע פֿרוכט. צום ביישפּיל: יעדען יאָהר פֿאַר די וואַהלען, זיינען אַמעריקאַנער צייטונגען פֿול מיט גוט-באַצאָהלטע אַדווערטייזמענטס פֿון די קאַנדידאַטען פֿון די קאַפּיטאַליסטישע פֿאַרטייען. דער „פֿאָרווערטס" נעמט אַזעלכע רעקלאַמען ניט אַריין. ער דרוקט אַרטיקלען, אויפֿרופֿען, קעמפֿיין-אַפֿילם פֿאַר די קאַנדידאַטען און פֿאַרזאַמלונגען בלויז פֿון אונזער סאָציאַליסטישער פּאַרטיי, און דערפֿאַר באַקומט ער נאַטירליך קיין געצאָהלט ניט (און אַ קורצע צייט שפּעטער האָט ער אָנגעהויבען צו געבען גרויסע בייטראַגען אויף די הוצאות פֿון דעם סאָציאַליסטישען וואַהל-קאַמפֿ).
די שטאָדט-רעגירונג לאָזט זיך קאָסטען גרויסע סומען אויף געוויסע קהל'שע אַדווערטייזמענטס. אויך זיינען פֿאַראַן געוויסע אַדווערטייזמענטס פֿון דער סטייט (שטאַאט) רעגירונג, וועלכע קאָסטען אויך גרויסע סומען. אַזעלכע אַדווערטייזמענטס שטעלט מען אויך אַריין אין אַ אידישער צייטונג. עס ווערט אָפֿיציעל באַשטימט פֿון דער רעגירונג אין וועלכער. ווען די „וואָרהייט", צום ביישפּיל, איז געוואָרען אַ טעמעני אָרגאַן, האָט זי אויף דיזען אָרט געהאַט אַלע שטאָדט-אַנאָנסען.
פֿאַראַן פֿאַרשיידענע אַנדערע איינקונפֿטען, וועלכע קומען אַריין אין די צייטונגען וואָס שטעהען אין פֿריינדליכע באַציהונגען מיט דער רעגירונגס-פּאַרטיי.
אַזעלכע „פּלוימען"* זיינען פֿאַר אונז נאַטירליך אימער אויסגעשלאָסען.
אויך האָבען מיר אין יענע יאָהרען געהאַט שוועריגקייטען אין קריגען פּריוואַט אַדווערטייזמענטס, טאַקע דערפֿאַר וואָס מיר533זיינען אַן אַרבייטער אָרגאַן. אין יענע יאָהרען זיינען די אַמעריקאַנער פֿירמעס געווען אונטער דעם איינדרוק, אַז אונזערע לעזער זיינען דורכאויס אָרימע לייט, אַז זיי האָבען ניט מיט וואָס צו קויפֿען. און טאַמער איז דאָס די פֿירמעס אַליין ניט אַרויפֿגעקומען אויפֿ'ן שכל, פֿלעגען די אַגענטען פֿון אַנדערע אידישע צייטונגען זיי אריינראַמען אַ סוד וועגען דעם.
מיט דער צייט האָבען זיך די אַדווערטייזערס ערקונדיגט, אַז דאָס איז ניט אמת. זיי האָבען זיך איבערצייגט, ערשטענס, אַז דער „פֿאָרווערטס" ווערט געלעזען פֿון אַלע קלאַסען — פֿון רייך-געוואָרענע אימיגראַנטען, אַזוי גוט ווי פֿון אָרימע אַרבייטער; אַז מאַסען אידישע שניידער, קלאוקמאַכער, פֿאָריער, קעפּמאַכער, שפּאָרען אָפּ געלט און שלאָגען זיך צו צו אַ געשעפֿט; און צווייטענס, אַז די אַרבייטער גופֿא זיינען גוטע קאָסטאָמער אויף די פֿאַרשיידענסטע פּראָדוקטען.
מיט עטליכע יאָהר שפּעטער איז דער „פֿאָרווערטס" געוואָרען דער וויכטיגסטער אַדווערטייזינג מעדיום (רעקלאַמען-צענטער) אין דער אידישער פּרעסע. אָבער אין דער צייט, וועגען וועלכער איך דערצעהל דאָ, האָט אַ קאָנסערוואַטיווע „טאַגעבלאַט", צום ביישפּיל, מיט אַ דריטעל אָדער אַ פֿערטעל סירקוליישאָן פֿון אונזערע, געהאַט פֿיר מאָל אַזוי פֿיל איינקונפֿט ווי מיר.
די סירקוליישאָן פֿון „פֿאָרווערטס" איז אָבער געוואָרען אַזוי גרויס, אַז דער פּראָפֿיט פֿון דער צייטונג איז דאָך געוואָרען גאַנץ היבש. ווען עס וואָלט דאַן מעגליך געווען צו קריגען ביי צוואַנציג טויזענד דאָלאַר אויף קלענע פּראָצענטען און אויף אַ לאַנגען טערמין, וואָלט גענומען אַ סוף צו אַלע פֿינאַנציעלע צרות. דאָס איז אָבער ניט לייכט געווען צו קריגען, און די מאַטעריעלע לאַגע איז געוואָרען אַלץ מעהר אָנגעשטרענגט.
מאַרקום יאַפֿע, דער מענעדזשער, איז געווען אַ בריה אויף באָרגען געלט. ער האָט געהאַט אָריגינעלע איינפֿעלע, פּונקט ווי ער האָט געהאַט אונטערנעמונגס-מוט. ער איז איבערהויפּט גע534ווען אַ פֿעהיגער, קלוגער מענש און אַן אינטערעסאַנטער טיפּ, מיט אַן אינטערעסאַנטען הומאָר.
ער האָט ליב געהאַט שפּאַסיגע איבעראַשונגען. און אייניגע פֿון זיינע קאַטאָוועסען האָבען געהאַט אַ שם. צום ביישפּיל: זיצענדיג אין אַ רעסטאָראַן, זעהט ער ווי אַן אָרים-געקלייידעטער יונגערמאַן באַשטעלט אַ 20-סענטיגען סטייק; רופֿט ער צו דעם וועיטער און הייסט איהם דעם יונגען מאַן געבען אַ 60-סענטיגען „סוירלאָין סטייק" אויף זיין חשבון. דערנאָך קוועלט ער קוקענדיג ווי יענער איז איבעראַשט פֿון דעם גרויסען, זאַפֿטיגען שטיק פֿלייש; ווי ער קוויקט זיך מיט דעם „וועיטער'ם טעות", און ווי דער געשמאַקער מאָלצייט געהט איהם ניט איין — טאָמער מוז ער טאַקע באַצאָלען 60 סענט.
אַ שטיפֿערישען איינפֿאַל האָט ער אַמאָל ליב געהאַט אפֿילו אין ביזנעס. מען פֿלעגט אויף איהם זאָגען, אַז ער וואָלט בעסער געמאַכט איין דאָלאַר דורך אַן אינטערעסאַנטע „דריידעל", איידער צוויי דאָלאַר אויף אַ געוועהנליכען, נאַטירליכען וועג.
ער איז געווען אַ דאַרער, ניט קיין הויכער, אַ שוואַרצ-חן'עוודיגער, מיט קלוגע, שוואַרצע אויגען. געלאַכט האָט ער ווייניג און גערעדט אויך ווייניג. ער האָט געקענט מיט אייך אָפּזיצען אַ גאַנצע שעה און ניט אויסריידען קיין וואָרט; זיצען און קוקען אייך אין די אויגען מיט אַ טיפֿ-ערנסטע מינע און שווייגען. ער האָט געהאַט אַ שטילען, אַנגענעהמען שמייכעל און אַ שטימע ניט קיין הויכע, אָבער אַ קלאָרע, אַ ווייכע, אַ פֿריי-יאַטנע. עס האָט זיך ניט געגלויבט, אַז דיזער מענש איז אַזוי פֿול מיט הומאָר און מיט שטיפֿעריי.
מענשען האָבען זיך געקלעפּט צו איהם.
ווען ער וואָלט ניט געפֿאַלען אויפֿ'ן פּלאַן צו קויפֿען אַ הויז פֿאַר'ן „פֿאָרווערטס", „ווייל עס איז ניטאָ אויף רענט", און ווען ער וואָלט ניט געהאַט די דרייסטקייט כּמעט אָהן געלט צו קויפֿען אַ פּרעס-מאַשין, וואָלט די עקאָנאָמישע ענטוויקלונג פֿון „פֿאָרווערטס" געגאַנגען אַ סך לאַנגזאַמער ווי זי איז געגאַנגען.
זיינע מעלות זיינען אָבער ניט געווען פֿריי פֿון חסרונות.
535איהם האָט געפֿעהלט די פּינקטליכקייט און מעטאָדישקייט פֿון דעם מאָדערנעם געשעפֿטסמאַן. אין צייט פֿון טראָבעל פֿלעגט ער עראינערען אַ געשייטען און סמיעלען אידישען סוחר פֿון דער אַלטער היים אין אַלטע צייטען, מעהר ווי אַן אַמעריקאַנער ביזנעסמאַן. אָפֿט פֿלעגט ער פֿון אַן ענגען מאָמענט זיך אַרויסדרעהען פֿלינק, אָבער אַזוי, אַז דער מאָרגען פֿלעגט איבערבלייבען אין אַ גרעסערער געפֿאַהר ווי דער היינט איז געווען. ער פֿלעגט מאַכען צוזאָגונגען, וויסענדיג אַז ער וועט זיי ניט קאָנען ערפֿילען. דערנאָך פֿלעגט ער זיך קונציג אויספֿלאַנטערען; אָבער ניט אימער איז דאָס מעגליך געווען. זיין פֿערזענליכער מאַגנעטיזם פֿלעגט איהם אַ סך אויסהעלפֿען. דער פּלאַנטער איז אָבער געוואָרען גרעדיכטער. ווען צו זיין פֿעהיגקייט און דרייסטקייט וואָלט ער אויך געהאַט מאָדערנע אַקוראַטנעסקייט און אַ שטרענגערע באַציהונג צו פֿאַרפֿליכטונגען, וואָלט דער „פֿאָרווערטס" פֿינאַנציעל זיך געשטעלט אויף די פֿיס פֿריהער ווי דאָס האָט פּאַסירט.
מען דאַרף דערמאָנען, אַז יאַפֿע איז ניט געווען קיין געזונטער, און אַז דאָס האָט זיין טעטיגקייט ניט ווייניג געשטערט. ענדליך האָט זיין קראַנקהייט אָנגענומען אַזאַ פֿאָרמע, אַז ער איז געצוואונגען געווען צו רעזיגנירען. אויף זיין פּלאַץ האָט די אַסאָסיאיישאָן ערוועהלט אַ פֿעהיגען יונגען מיטגליד פֿון איהר פֿאַרוואַלטונגס-ראַט — אַדאָלף העלד.
העלד איז געקומען קיין אַמעריקאַ אַלס קינד. ער איז געגאַנגען אין אַן אַמעריקאַנער פֿאָלקס-שול און דערנאָך אין דעם ניו יאָרקער סיטי קאָלעדזש, וועלכען ער האָט געענדיגט אין 1906. ער איז געווען אַ קלוגער, פֿעהיגער, געבילדעטער יונגערמאַן און מיט דעם „פֿאָרווערטס" געשעפֿט איז ער געווען באַקאַנט דורך זיין פֿאַרבינדונג מיט'ן פֿאַרוואַלטונגסראַט.
ער איז נאָך געווען צו יונג, און ער האָט איבערגענומען די פֿאַרוואַלטונג אין דער צייט, ווען דער געשעפֿט האָט זיך געפֿונען אין אַ קריטישער לאַגע. מען האָט אָבער באַשטימט יאַפֿע'ן איהם באַהילפֿיג צו זיין.
אין 1907 איז אין די פֿאַראייניגטע שטאַאטען געווען אַן536עקאָנאָמישער קריזיס. די בענק און אַנדערע קרעדיטאָרען וועמען דער „פֿאָרווערטס" איז שולדיג געווען געלט, האָבען געפֿאָדערט זייערע חובות.
ענדליך, אין אַפּריל 1907, האָט אַ געוויסע פּאַפּיר פֿירמע, מיט וועלכער אונזער ביזנעס פֿלעגט האַנדלען, אָנגעגעבען אין געריכט וועגען ערקלערען דעם „פֿאָרווערטס" באַנקראָט. פֿון דער דאָזיגער לאַגע איז מען אָבער באַלד באַפֿרייט געוואָרען. ווען די באַנקען האָבען אונטערזוכט דעם געשעפֿט, האָבען זיי זיך איבערצייגט, אַז ער געפֿינט זיך אייגענטליך אין אַ גלענצענדען צושטאַנד און אַז ער האָט אַ גרויסע פֿינאַנציעלע צוקונפֿט — אַז זיין סירקוליישאָן איז גרויס און האַלט אין אַלט אין וואַקסען* און זיין איינקונפֿט פֿון אַדווערטייזמענטס ווערט אויך אַלץ גרעסער. קורץ: אַז אַלץ וואָס איהם פֿעהלט איז אַביסעל קאַפּיטאַל. אַלזאָ, האָבען זיי דעם „פֿאָרווערטס" געגעבען אַ מעגליכקייט אויסצוצאָלען זיינע חובות.
מעהר האָט די צייטונג פֿון קיין אַנגסטען ניט געוואואוסט.
537מען האָט גענומען פֿרייער אָטעמען. די חובות זיינען געוואָרען קלענער און קלענער.
דעם 7טען יוני, 1907, זיינען געווען וואַהלען אויף מענעדזשער, און אַלס איינער פֿון די קאַנדידאַטען איז נאָמינירט געוואָרען אַ קלאוקמאַכער, מיט'ן נאָמען בענדזשאַמין שלעזינגער. ער האָט זיך אויסגעהאַדעוועט אין שיקאַגאָ. דאָרטען האָט ער זיך אויסגעלערענט דעם טרייד און איז געוואָרען איינער פֿון די פֿיהרער פֿון דער שיקאַגאָ'ער קלאוקמאַכער יוניאָן. שפּעטער האָט ער זיך באַזעצט אין ניו יאָרק, און האָט געשפּילט אַ פּראָמינענטע ראָלע אין דער ניו יאָרקער אָרגאַניזאַציע פֿון זיין טרייד. אין דעם פֿריהלינג פֿון 1907 איז ער געווען דער לידער פֿון אַ סטרייק ביי די ריפֿער מאַכער (די וואָס מאַכען קלאוקס פֿאַר קליינע מיידעלעך), און דערביי האָט ער אַרויסגעוויזען מערקווירדיגע ענערגיע. ער האָט געצויגען אויפֿמערקזאַמקייט און דעריבער איז זיין נאָמען פֿאַרגעבראַכט געוואָרען ביי די וואַהלען פֿון דער „פֿאָרווערטס אַסאָסיאיישאָן". ער איז ערוועהלט געוואָרען.
ער האָט געאַרבייט פֿאַר'ן געשעפֿט בוכשטעבליך מיט אַלע קרעפֿטען — מיט אַן אונגעוועהנליכען חשק און מיט פּינקטליכקייט.
איין מאָל האָט ער מיך באַקאַנט געמאַכט מיט אַ געדאַנק, מיט וועלכען ער האָט זיך אַרומגעטראָגען — די סובסקרייבערס (אַבאָנענטען) צו געבען אַ פּרעמיום. ער האָט מיך געבעטען איהם צו רעקאָמענדירען עפּעס אַ בוך צו דיזען צוועק. איך האָב רעקאָמענדירט אַלעקסאַנדער האַרקאַווי'ם ענגליש-אידישען דיקשאָנערי (ווערטער-בוך). שלעזינגער האָט דעם פּלאַן פֿאָרגעשלאָגען דעם פֿאַרוואַלטונגסראַט. ער איז אָנגענומען געוואָרען פֿון דעם פֿאַרוואַלטונגסראַט און דערנאָך פֿון דער „פֿאָרווערטס אַסאָסיאיישאָן".
די פּרעמיע האָט געהאַט אַ ריזיגען ערפֿאָלג, און אין דער עקאָנאָמישער געשיכטע פֿון „פֿאָרווערטס" האָט זי אַן אינטערע538סאַנטען פּלאַץ. 25 טויזענד קאָפּיעס (עקזעמפּלאַרען) זיינען זיך צוגעגאַנגען אין עטליכע מאָנאַט. פֿריהער פֿלעגט דער „פֿאָרווערטס" פֿון סובסקרייבערס איינענעמען זיבען טויזענד דאָלאַר אַ יאָהר, און פֿון דעם פֿלעגט אַראָפּגעהן 40 פּראָצענט פֿאַר די רייזענדע קאָלעקטאָרס, אַלס זייער קאָמישאָן און רייזעקאָסטען. יענעם יאָהר האָט דער אָפֿיס, אַ דאַנק דער פּרעמיע, באַקומען 30 טויזענד דאָלאַר דורך פּאָסט, דאָס הייסט, אין גאַנצען פֿריי פֿון קאָמישאָנס און רייזעקאָסטען. פֿון דעם האָט זיך דעם „פֿאָרווערטס" אָפּגעשטעלט ריינע 20 טויזענד דאָלאַר.
אַזא סומע מזומן, פֿריי פֿון פּראָצענטען, האָט אונטער יענע אומשטענדען געהאַט אַן אונגעהייערע באַדייטונג.
דערנאָך האָט שלעזינגער אַלס פּרעמיום געגעבען האַרקאַווי'ם ענגלישען בריפֿענשטעלער.
ווי גרויס עס איז געווען די ענדערונג אין דער מאַטעריעלער לאַגע פֿון דער צייטונג, זינט מען האָט איהר געראַטעוועט פֿון דער דערמאָנטער באַנקראָט-געפֿאַהר און שלעזינגער האָט איינגעפֿיהרט די פּרעמיום פֿאַר די סובסקרייבערס, קען מען זעהן פֿון די פֿאָלגענדע פֿאַר פֿאַקטען, וועלכע ווערען דאָ געבראַכט נאָר אַלס ביישפּילען:
ווען שלעזינגער האָט אין 1907 זיך געווענדעט צו אַ געוויסע באַנק נאָך אַ הלואה פֿון אַ טויזענד דאָלאַר פֿאַר'ן „פֿאָרווערטס", האָט דער וויס-פּרעזידענט פֿון באַנק ביי איהם געפֿאָדערט צוויי רייכע גוט-זאָגנער. צוויי יאָהר שפּעטער האָט דער זעלבער וויס-פּרעזידענט איהם געבאָרגט 50 טויזענד דאָלאַר בלויז אויף אַ „פֿאָרווערטס" וועקסעל, אָהן שום גוט-זאָגנער.
אין 1910 האָט דער „פֿאָרווערטס" געגעבען אויף דער סאָציאַליסטישער באַוועגונג 17 טויזענד דאָלאַר.
נאָכדעם ווי עס איז ערשינען די ערשטע פּרעמיום און עס איז דייטליך געוואָרען איהר ריזיגער ערפֿאָלג, האָט שלעזינגער מיך גענומען צוריידען צו שרייבען אַ געשיכטע פֿון די פֿאַר539פֿאַראייניגטע שטאַאטען אויף אידיש — אויך צו דינען אַלס אַ פּרעמיום פֿאַר'ן „פֿאָרווערטס". ער און אַנדערע גענאָסען זיינען געווען איבערצייגט, אַז אַזא ווערק, מיט מיין נאָמען אויפֿ'ן פֿאָדערבלאַט, וועט צידהען אַ גרויסען עולם.
אַזוי ווי דאָ האַנדעלט זיך וועגען אַ פּרעמיום, וועלכע איז פֿאַרבונדען מיט מיר, וועם מיר אויסקומען צו אונטערברעכען דעם גאַנג פֿון די לעצטע פֿיודזשעם מיט אייניגע איינצעלהייטען, וועלכע האָבען צו די פֿינאַנצען פֿון „פֿאָרווערטס" קיין שייכות ניט.
איך האָב זיך גענומען פֿאַר דער אַרבייט, צוערשט אָהן חשק און בלויז ווייל זי איז געווען וויכטיג פֿאַר'ן מאַטעריעלען שיקזאַל פֿון „פֿאָרווערטס". אָבער אַרבייטענדיג אויף דעם ערשטען קאַפּיטעל, האָב איך זיך שטאַרק פֿאַראינטערעסירט — אַזוי שטאַרק, אַז איך האָב דעם ענין פֿון דעם ערשטען קאַפּיטעל — די ענטדעקונג פֿון אַמעריקא — ניט-ווילענדיג אָפּגעגעבען אַ סך מעהר אויפֿמערקזאַמקייט ווי איהם האָט געקומט אין אַזא ווערק.
איך בין אין דעם געגענשטאַנד אַזוי אַריינגעצויגען געוואָרען, אַז איך האָב צענדליגער אוועטען און אָהן אַ צאָל שטונדען, וועלכע איך פֿלעג אָפּרייסען ביי טאָג, פֿאַרבראַכט אין ביבליאָטעקען, שטודירענדיג די ענטדעקונג פֿון אַמעריקא. איך האָב איבערגעלעזען גאַנצע בערג מיט ווערק, געשטודירט, געפֿאָרשט, פֿאַרשריבען צענדליגער נאָטיץ-ביכלעך.
מיין געזונט האָט זיך ניט געהאַט פֿאַרבעסערט. איך האָב שטאַרק געליטען. אין מיטען נאַכט פֿלעג איך אויפֿשטעהן מיט שרעקליכע שמערצען. שלאָפֿען איז געווען אונמעגליך. פֿלעג איך זיך זעצען צום דעסק. און מיט דער לינקער האַנט צוגעדריקט צום אָנגעוועהטאָגטען מאָגען, פֿלעג איך מיט דער רעכטער האַנט שרייבען. דריי אָדער פֿיר שטונדען יעדע נאַכט אַזוי. עס איז אַרויסגעקומען אַ דיקע ווערק, פֿון 669 זייטען, אַלץ וועגען קאָלאַמבוס'עס ענטדעקונג פֿון אַמעריקא.
דער בוך ענטהאַלט אַ ים אָריגינעלע פֿאָרשונגען און איז דורכגעדרונגען מיט דעם מאַרקסיסטישען געדאַנק וועגען דעם עקאָנאָמישען פֿונדאַמענט פֿון דער מענשליכער געשיכטע.
540צו דעם זיינען צוגעפֿערטיגט געוואָרען קאָלירטע געאָגראַפֿישע קאַרטען מיט אידישע ווערטער (דאַכט זיך, די ערשטע וואָס זיינען ווען עס איז געדרוקט געוואָרען) און אַנדערע אילוסטראַציעס. עס איז אַרויסגעקומען אַ רייכע אויסגאַבע. דאָס ווערק איז ערשינען אין אָנפֿאַנג 1910. עס איז זיך צוגאַנגען איבער 26 טויזענד עקזעמפּלאַרען.
דאַן האָב איך צוגעפֿערטיגט אַ צווייטען באַנד: די געשיכטע ווי אַזוי עס איז ענטדעקט געוואָרען מעקסיקאָ, פּערו, צענטראַל-אַמעריקא, נאָרד-אַמעריקא, א. ז. וו.
איך גלויב אַז דער ענין פֿאַרדינט פֿיל מעהר פּלאַץ ווי דאָ איז מעגליך איהם צו געבען. אין אַ ווייטערדיגען באַנד, וואָו עס וועט באַהאַנדעלט ווערען מיין ליטעראַרישע טעטיגקייט זינט איך האָב זיך אומגעקערט צום „פֿאָרווערטס", וועל איך צוגעבען געוויסע איינצעלהייטען.
דער צווייטער באַנד איז אויך געווען דער רעזולטאַט פֿון פֿיל לעזען און פֿאָרשען (וועגען אַ געוויסען וויסענשאַפֿטליכען פּונקט, צום ביישפּיל, איז מיר אויסגעקומען צו פֿיהרען אַ גאַנצע קאָרעספּאָנדענץ מיט דעם דייטשען געלעהרטען עטנאָלאָג, היינריך קונאָוו). דער צווייטער באַנד איז נאָך דיקער ווי דער ערשטער (ער ענטהאַלט 768 זייטען) און ער איז אַרויסגעגעבען געוואָרען פּונקט אַזוי רייך, מיט דעם זעלבען סאָרט לאַנדקאַרטען און בילדער ווי דער ערשטער. ער איז ערשינען אין אָנהויב 1912. פֿון דיזען באַנד זיינען צוטיילט געוואָרען אַלס פּרעמיום און דורך אַ געוועהנליכען פֿאַרקויף איבער 25 טויזענד עקזעמפּלאַרען.
דער צווייטער באַנד איז אויך געווען אַ „וועהטאָג קינד". ווען איך קוק איצט אויף די צוויי דיקע ביכער דערמאָן איך זיך אָן יענע שלאָפֿלאָזע יסורים נעכט, ווען עס זיינען געשריבען געוואָרען הונדערטע פֿון זייערע פֿיודזשעם.
איך האָב גערעכענט צו שרייבען ווייטערע בענדער. צוזאַמען אפֿשר אַכט. אָבער ווייטער ווי דעם צווייטען באַנד האָט דאָס ווערק ניט דערגרייכט. טראָץ מיין טיפֿען אינטערעם אין דיזער אונטערנעמונג און טראָץ דעם אונגעהייערען ערפֿאָלג פֿון די ערשטע טיילען, האָב איך דערפֿיהלט, אַז די אַרבייט איז ביי541מיר נאָר אַ צופֿאַל זאַך; אַז מיין אמת'ער אינטערעם ליגט גאָר אויף אַן אַנדער געביט; אַז מיין האַרץ ציהט ניט צו היסטאָריע, נאָר צו קינסטלערישע שילדערונגען פֿון דער היינטיגער מענשליכער וועלט. איך האָב שוין געהאַט אָנגעהויבען דעם דריטען באַנד — די געשיכטע פֿון די ענגלישע קאָלאָניעס אין אַמעריקא. איך האָב אָבער אוועקגעוואָרפֿען אין מיטען דער אַרבייט.
און אַזוי זיינען די ערשטע צוויי בענדער געבליבען מיט אַ נאָמען, וועלכער שטימט ניט מיט זייער אינהאַלט. זיי הייסען „די געשיכטע פֿון די פֿאַראייניגטע שטאַאטען", וועהרענד אין אמת'ן האָבען זיי בעדאַרפֿט הייסען „די ענטדעקונג פֿון אַמעריקא".*
די אַמעריקאַנער פּרעסע און די אַמעריקאַנער זשורנאַלען האָבען זיך אָנגעהויבען צו אינטערעסירען מיט'ן „פֿאָרווערטס". „קיין זאַך האָט ניט אַזא ערפֿאָלג ווי ערפֿאָלג", זאָגט אַן ענגלישער ווערטעל. קיין זאַך ציהט ניט אַזוי פֿיל אויפֿמערקזאַמקייט. אַזוי איז אומעטום, אָבער אין ערגעץ ניט אַזוי ווי אין אַמעריקא.
מען האָט וועגען אונזער צייטונג אָנגעהויבען צו ריידען אין די אַמעריקאַנער בלעטער. מען האָט געשיקט רעפּאָרטערס האָבען אינטערוויוס מיט מיר. מען האָט געשריבען וועגען אונז.
אין דעם נאָוועמבער נומער, 1911, פֿון דעם זשורנאַל „עווריבאָדי'ס", וועלכער איז דאַן געווען דער פֿאַרשפּרייטסטער און רייכסטער מאָנאַט-שריפֿט אין אַמעריקא, איז געווען אָפּגעדרוקט אַ גרויסער אויספֿירליכער אַרטיקעל פֿון אוירנסט פֿול וועגען אונזער „בינטעל בריף" און וועגען מיר פֿערזענליך. דער542איבערשריפֿט איבער דעם אַרטיקעל איז געווען „דער בוך פֿון לעבען" — אַן אויסדרוק וועלכען איך פֿלעג ברויכען אין מיינע ערקלערונגען וועגען דעם דאָזיגען „פּיטשור". טיילען פֿון דעם אַרטיקעל זיינען געווען איבערגעדרוקט אין צייטונגען איבער'ן גאַנצען לאַנד.
אין איינער פֿון די וויכטיגסטע צייטונגען פֿון שיקאַגאָ איז געווען איבערגעגעבען דער אינהאַלט פֿון צעהן אָדער צוועלף אינטערעסאַנטע בריף פֿון דעם „בינטעל".
עם זיינען ערשינען אַרטיקלען און נאָטיצען וועגען דעם וואוקס פֿון „פֿאָרווערטס". דער געוועזענער פּרעזידענט רוזוועלט איז אַרום יענער צייט געווען פֿאַרבונדען מיט דעם איינפֿלוס-רייכען האַלב-מאָנאַטליכען זשורנאַל „אַוטלוק", און דאָרטען, אין דעם נומער פֿון אָקטאָבער 28, 1911, איז ערשינען אַ גרויסער אַרטיקעל וועגען דעם „פֿאָרווערטס" און זיין וואוקס, און וועגען זיין רעדאַקטאָר. אַן ענליכער אַרטיקעל, וועגען מיר פֿערזענליך, איז געווען געדרוקט אין דער אָפּטיילונג „מענשען וואָס ציהען אויפֿמערקזאַמקייט" פֿון דעם זשורנאַל „אַמעריקאַן מעגעזין".
עם האָבען אָנגעהויבען צו ערשינען אַרטיקלען אויף גאַנץ פֿיודזשעם אין די ביילאַגעס צו די זונטאָגס-נומערען פֿון אַמעריקאַנער צייטונגען.
שפּעטער האָט אַן אַמעריקאַנער פּראָפֿעסאָר (פֿון דעם שיקאַגאָער אוניווערזיטעט), ווילליאַם י. טהאָמסאָן, זיך ספּעציעל אויסגעלערענט אידיש אום צו קענען לייענען אונזער „בינטעל בריף", און ער האָט וועגען די בריף געשריבען.
דאָס איז געווען אַ צייט פֿון גרויסער אויפֿלעבונג אין די אידישע יוניאָנס און אין „אַרבייטער רינג". די אָרגאַניזאַציעס זיינען ריזיג אויסגעוואַקסען. דערביי האָט אַן אונגעהיירע ראָלע געשפּילט דער „פֿאָרווערטס". זיין גרויסע פֿאַרשפּרייטונג, פּאָפּולאַריטעט און איינפֿלוס האָבען מעגליך געמאַכט רעזולטאַטען,543פֿון וועלכע מיר האָבען אין פֿריהערדיגע יאָהרען ניט געקענט אפֿילו טרוימען. אַ וואָרט פֿון „פֿאָרווערטס" האָט געווירקט מיט אַ ריזיגער מאַכט.
פֿון דער אַנדערער זייט, איז די וואָקסענדע אַרבייטער באַוועגונג געווען אַ וויכטיגע הילף אין דער ענטוויקלונג פֿון דעם „פֿאָרווערטס" מאַכט. יעדע אַרבייטער אָרגאַניזאַציע איז אינדירעקט געווען ווי אַ „פֿאָרווערטס" אָרגאַניזאַציע.
אין 1909 איז פֿאָרגעקומען אַ גרויסער סטרייק ביי די וויסט-מייקערס (די וואָס מאַכען בלוזקעס), און אין דעם נעקסטען יאָהר — אַ ריזיגער סטרייק פֿון די קלאָוקמאַכער (אַרבייטער ביי פֿרויען-מאַנטלען). עטליכע צענדליג טויזענד אַרבייטער האָבען זיך באַטייליגט. די גאַנצע אינדוסטריע האָט זיך אָפּגעשטעלט. (דיזער קלאָוקמאַכער סטרייק האָט געהאַט אַן אונגעהיירע בעדייטונג פֿאַר דער גאַנצער אינדוסטריע און פֿאַרנעהמט אַ וויכטיגען פּלאַץ אין איהר געשיכטע).
ביידע קאַמפֿען האָבען זיך געענדיגט מיט זיגען, און אין ביידע פֿאַלען זיינען די אָרגאַניזאַציעס, אַלס רעזולטאַט פֿון דעם קאַמפֿ, אוועקגעשטעלט געוואָרען אויף אַ פֿעסטען באָדען.
דער „אַרבייטער רינג" איז געוואָרען אַ גרויסע, מעכטיגע קערפּערשאַפֿט. זיינע ברענטשעס (לאָקאַלע אָרגאַניזאַציעס) זייִנען פֿאַרשפּרייט געוואָרען איבער'ן גאַנצען לאַנד. אין 1910 אין די פֿאַראייניגטע שטאַאטען און קאַנאַדאַ שוין ניט געווען קיין איין היבשע שטאָדט, וואָס זאָל ניט האָבען אַזא ברענטש, און אין 1912 האָט מען דאָס זעלבע שוין געקענט זאָגען וועגען שטעדטלעך אויך.
דער הויפּט צוועק פֿון „אַרבייטער רינג" איז געווען געגענזייטיגע מאַטעריעלע הילף. ער האָט אָבער אויך ענטוויקעלט אַ ברייטע טעטיגקייט אַלס פֿאַרשפּרייטער פֿון בילדונג און פֿון סאָציאַליזם.
דער „פֿאָרווערטס" איז אימער געווען און איז אויך יעצט זיין אָפֿיציעלער אָרגאַן, פּונקט ווי ער איז געווען דער אָפֿיציעלער אָרגאַן פֿון די אידישע יוניאָנס און פֿון זייער צענ544טראַלער קערפּערשאַפֿט, „די פֿאַראייניגטע אידישע געווערקשאַפֿטען".
אין 1910 האָט דער „אַרבייטער רינג" שוין געהאַט ביי 40 טויזענד מיטגלידער, און די צאָל איז געוואַקסען ווייטער און ווייטער (זעה דריטען באַנד, פֿיודזשעם 421-423).
אַ גרויסע ראָלע אויף אונזער סאָציאַליסטישער און טרייד יוניאָניסטישער פּלאַטפֿאָרמע האָט געשפּילט מאיר לאָנדאָן (וועלכער איז צום ערשטען מאָל דערמאָנט געוואָרען אין דעם דריטען באַנד (פֿיודזש 490). אין דיזען פֿערטען באַנד איז וועגען איהם גערעדט געוואָרען אין באַצוג צו זיין טעטיגער אַגיטאַציע פֿאַר'ן „בונד".) ער האָט געהאַט אי פֿייער, אי הומאָר. און בשעת ער האָט געהאַלטען אין ריידען פֿאַר אַן עולם, פֿלעגט זיך ביי איהם אָפֿט אַרויסכאַפֿען אַן אָריגינעלע פֿראַזע אָדער אַ קורצער משל, פֿון וועלכען די פֿאַרזאַמלונג פֿלעגט עקספּלאָדירען מיט אַ קראַך פֿון געלעכטער און ענטציקונג.
ער איז געווען טעטיג אין די אידישע יוניאָנס און אין דער סאָציאַליסטישער פּאַרטיי. ער האָט געהאַלטען רעדעם אויף ענגליש און אויף אידיש. ער איז געווען זעהר פּאָפּולער.
אין 1910, אין דער צייט פֿון דעם גרויסען קלאוקמאַכער סטרייק (א. ראָזענבערג — זעה דריטען באַנד, פֿיודזש 59 — איז דאַן געווען דער פּרעזידענט פֿון דער יוניאָן), איז לאָנדאָן געווען אַ פּראָמינענטע פֿיגור אין דעם קאַמפֿ. ער איז געווען איינער פֿון די פֿיהרער פֿון דער יוניאָן אי אַלס איהר לאָיער, אי אַלס סאָציאַליסטישער אַגיטאַטאָר.
פּאָפּולער איז שוין דאַן אויך געווען דזשייקאָב פֿעניקין, וועלכער איז געווען אַ יונגער ווי לאָנדאָן. זיינע קלינגענדע, דונערענדע רעדעם פֿלעגען ציהען גרויסע קראָודס. ער פֿלעגט הויפּטזעכליך זיין טעטיג אַלס אַגיטאַטאָר פֿאַר אונזער פּאַרטיי. און אייגע545די כאַראַקטעריסטישע איסט-סיידער סצענעם אין דער ערבסט צייט, אין די וואָכען פֿון אַן עלעקשאָן קאַמפּיין (וואַהל קאַמפֿ), פֿלעגט זיין די פֿאָלגענדע: אַן אונגעהיירער גרויסער מאַסמיטינג אויפֿ'ן גאַס, מיט פֿעניקין'ען אַלס רעדנער — אַ וואָהרער ים פֿון מענשען-קעפּ אַרום אַ וואָגען, פֿון וועלכען אַ שוואַרצ-אויגיגער, שוואַרצ-האָריגער יונגערמאַן רעדט צו זיי מיט אַ טעמפּעראַמענט-פֿולער שטימע, וועלכע קען זיך הערען פֿאַר עטליכע בלאָק. ווען ער פֿלעגט פֿאַרטיג ווערען אין איין פּלאַץ און געהן אַדרעסירען אַ צווייטען מאַסמיטינג, פֿלעגט אַ גרויסער טייל פֿון דעם עולם מיט איהם מיטלויפֿען.
ער פֿלעגט אויך ריידען אויף ביידע שפּראַכען.
איך פֿלעג אויך אָפֿט אָפֿט האַלטען רעדעם — אונטער'ן פֿרייען הימעל און אין האַלם — אָבער אַ סך ווייניגער ווי אין די פֿריהערדיגע יאָהרען און אַ סך ווייניגער ווי לאָנדאָן אָדער פֿעניקין. איך בין כּמעט אין גאַנצען געווען פֿאַרנומען מיט'ן „פֿאָרווערטס".
די סאָציאַליסטישע באַוועגונג, אונטער דעם איינפֿלוס פֿון דער סאָציאַליסטישער פּאַרטיי, האָט אין די ערשטע צעהן יאָהר פֿון דעם נייעם יאָהרהונדערט, זיך פֿאַנאַנדערגעבליהט. עס האָט גענומען אויסזעהן אַז אונזער פּאַרטיי וועט אין דער נאָהענטער צוקונפֿט שפּילען אַ ממשות'דיגע ראָלע אין דעם פּאָליטישען לעבען פֿון אַמעריקא.
אַ וויכטיגער אָנהויב איז געמאַכט געוואָרען אין מילוואָקי, וואָו די פּאַרטיי האָט אין 1904 זיך אַ הויב געטאָן צו אַ גאַנץ הויכען שטאַפּעל פֿון פּאָליטישער מאַכט. ביי די שטאָדט וואַהלען, אין דעם פֿריהלינג פֿון יענעם יאָהר, האָט זי ערוועהלט ניין אַלדערמען און פֿינף סופּערוויייזאָרס, און וויקטאָר בערגער, וועלבער546איז געווען דער קאַנדידאַט אויף מעיאָר, האָט באַקומען העכער ווי 17 טויזענד שטימען, וועהרענד מיט צוויי יאָהר צוריק איז אין יענער שטאָדט ביי די וואַהלען די צאָל סאָציאַליסטישע שטימען געווען נאָר 8,400.
די באַוועגונג אין מילוואָקי האָט שפּעטער געמאַכט נאָך ווייטערע פֿאָרטשריט, ביז ענדליך האָט מען דאָרטען ערוועהלט אַ סאָציאַליסטישען מעיאָר און עטליכע פֿון די אַנדערע וויכטיגע שטאָדט-בעאַמטע.
וואַרום איז דער ערשטער שוואונג געמאַכט געוואָרען גראָד אין מילוואָקי? דאָס ערקלערט זיך, ערשטענס, מיט דעם וואָס דאָרטען וואוינען מאַסען דייטשען, אָדער קינדער פֿון דייטשען. נאַטירליך, אַ גרויסער מאַיאָריטעט פֿון דער באַפֿעלקערונג רעדט נאָר ענגליש, אָבער אַ גרויסער פּראָצענט פֿון דיזען טייל שטאַמט פֿון דייטשע עלטערען. זיי האָבען אַלזאָ די דייטשע פּסיכאָלאָגיע, און דייטשען זיינען פֿון דער נאַטור דענקער און גענייגט צו אַ באַוועגונג ווי די סאָציאַליסטישע, מעהר ווי אַנגלאָ-סאַקסישע אַמעריקאַנער.
אַ צווייטע אורזאַכע ליגט אין דער פֿערזענליכקייט פֿון דעם פֿיהרער פֿון דער מילוואָקער באַוועגונג, פֿון וויקטאָר בערגער, וועלכער איז איינער פֿון די בעגאַבטסטע און ענערגישסטע סאָציאַליסטען אין לאַנד. ער האָט די מילוואָקער דייטשען אָרגאַניזירט אויף דעם דייטשען שטייגער, און די ניט-דייטשע אַרבייטער פֿון שטאָדט זיינען אַריינגעקומען אונטער דעם איינפֿלום פֿון דער מערקווירדיגער אָרגאַניזאַציע וואָס אונזערע דייטשע גענאָסען האָבען דאָרטען אויפֿגעבויט אונטער זיין פֿיהרערשאַפֿט.
יודזשין וו. דעבם איז שוין דאַן געווען באַרימט איבער גאַנץ אַמעריקא אַלס סאָציאַליסטישער פֿיהרער. זיינע אידעאַליסטישע רעדעם, זיין האַרציגער טאָן, זיין ריינע, שעהנע נשמה, זיין פֿערזענליכער מאַגנעטיזם, און טאַקע זיין גלענצענדע רעדנער-קראַפֿט האָבען איהם פֿאַרשאַפֿט אַ פּאָפּולאַריטעט, וועלכע האָט דער באַוועגונג געטאָן אַ סך גוטעם. ער פֿלעגט צוציהען אונגעהיירע מאַסען וואו ער פֿלעגט נאָר קומען.
547און דאָ, ביי אונז אין ניו יאָרק, האָבען די אידען אין דער באַוועגונג אריינגעבראַכט דעם זעלבען גייסט, וואָס די דייטשען האָבען אריינגעבראַכט אין מילוואָקי.
דערביי מוז אימער דערמאָנט ווערען די אונגעהיירע ווירקונג פֿון אונזער „פֿאָרווערטס". איצט, מיט זיין ריזיג-אויסגעוואַקסענע לעזער-צאָל, פּאָפּולאַריטעט און איינפֿלוס, האָט ער צו דעם סאָציאַליזם צוגעצויגען צענדליגער און צענדליגער טויזענדער אימיגראַנטען, וועלכע זיינען אין זייער אַלטער היים פֿון אַזא איינפֿלום ניט באַהערשט געוואָרען. עס מוז אָבער אימער אויך דערמאָנט ווערען דער ניער אימיגראַציאָנס-שטראָם, וועלכער האָט מיטגעבראַכט גרויסע צאָלען פֿאַרטיגע אידישע סאָציאַליסטען-בונדיסטען, פּועלי ציון, אָדער יונגע לייט פֿון אַנדערע גרופּירונגען — וועלכע זיינען דורכגעגאַנגען דעם פֿייער פֿון דעם סאָציאַליסטישען פֿרייהייטס-קאַמפֿ אין רוסלאַנד.
עס איז אַלזאָ אַזוי אויסגעקומען, אַז ניו יאָרק אין דער איסט, און מילוואָקי אין דעם מיטעל-וועסט, זיינען געוואָרען די צענטרען פֿון אַ סאָציאַליסטישען „בום".
דער דעליאָניזם איז שנעל געגאַנגען אַראָפּ-באַרג. פֿון זיין סאָציאַליסטישער אַרבייטער פּאַרטיי, אָדער „עם על פּי", ווי מען פֿלעגט איהר געוועהנליך רופֿען, איז געבליבען אַ קליינע הייפֿעלע. די מיטינגען, וועלכע זי פֿלעגט אָפּהאַלטען, האָבען זיך כּמעט אין גאַנצען באַשעפֿטיגט מיט באַשימפֿען און באַשמוצען אונזער פּאַרטיי. זי פֿלעגט אַליין אויך אויפֿשטעלען קאַנדידאַטען, אָבער קיין ממשות'דיגע צאָל שטימען האָט זי קיינמאָל ניט געקראָגען. פֿלעגען איהרע אַגיטאַטאָרס, אַנשטאָט צו קריטיקירען קאַפּיטאַל אָדער קאַפּיטאַליסטישע פּאָליטישענס, זיך אָפּגעבען מיט אַטאַקירען אונזער פּאַרטיי מיט איהרע פֿיהרער.
פֿון צייט צו צייט, פֿאַרביינעהענדיג זייערען אַ מיטינג אויפֿ'ן גאַס, פֿלעג איך פֿון ווייטען וואַרפֿען אַ בליק אויף דעליאָן'ען, ווי ער שטעהט אויף אַ וואָגען און, מיט דעם זיגעל פֿון נידערלאַגע און ענטוישונג אויף זיין פֿאַרעלטערטען אָבער זעהר אינטערעסאַנ548טען פּנים, אַדרעסירט ער אַ קליינע גרופּע צוהערער. אַ טראַגישע פֿיגור איז דאָס דאַן געווען.
אין 1906 האָבען מיר זיך געפֿיהלט שטאַרק גענוג די קאַנדידאַטור אויף קאָנגרעם אין מאַנכע דיסטריקטען צו נעמען ערנסט. מיר האָבען די וואַהלען אָנגעהויבען צו באַטראַכטען ניט נאָר אַלס אַגיטאַציאָנס-מיטלען, נאָר טאַקע מיט אַן אויסזיכט אויף אַ מאַיאָריטעט שטימען. דער וויכטיגסטער פֿון די קאָנגרעם-דיסטריקטען איז געווען דער צוועלפֿטער, וואו עס געפֿינט זיך די „פֿאָרווערטס" רעדאַקציע, דאָס הייסט, דער מיטעל-פּונקט פֿון דעם אַלטען אידישען קוואַרטאַל.
אַלס קאַנדידאַט איז באַשטימט געוואָרען מאָריס הילקוויט, וועלכער האָט, נעקסט צו יודזשין דעבם'ען דאַן געשפּילט די וויכטיגסטע ראָלע אין אונזער פּאַרטיי.
איך האָב שוין דערצעהלט ווי אַזוי הילקוויט האָט באַקעמפֿט דעם דעליאָניזם; ווי עס איז געוואָרען אַ שפּאַלטונג און ער איז געקומען צום פֿראָנט אַלס פֿיהרער. שפּעטער אַביסעל איז דעבם'ס סאָציאַל-דעמאָקראַטישע פּאַרטיי פֿאַראייניגט געוואָרען מיט דער סאָציאַליסטישער פּאַרטיי.
הילקוויט האָט זיך פֿיין ענטוויקעלט. אין איהם איז רייף געוואָרען אַ קריסטאַל-קלאָרע לאָגיק און אַ מערקווירדיגע פֿעהיגקייט אויסצודריקען געדאַנקען אין לאָגישע, שעהנע זאַצען. כאַטש נעם און דרוק זיי, וואָרט אין וואָרט, ווי זיי קומען אַרויס פֿון זיינע ליפּען. ביים ריידען פֿאַר אַן עולם האָט ער קיינמאָל ניט געברויכט קיין געשריבענע נאָטיצען. ער האָט קיינמאָל ניט פֿאַרגעסען קיין איינצעלנעם פּונקט, און די פֿראַזען פֿלעגען ביי איהם שוין פֿון זיך אַליין זיך צוזאַממענקייטלען אין לאָגישער אָרד נונג און אַזוי ווערטער-רייך, אַזוי ווי ער וואָלט געלעזען פֿון אַ מיהזאַם געשריבענעם און געשליפֿענעם אַרטיקעל. דאָס, און549זיינע אַלגעמיינע גלענצענדע פֿעהיגקייטען און שכל און כּמעט ניט-אידישע רוהיגקייט און טאַקט, האָבען איהם געמאַכט פֿאַר דעם קאָפּ פֿון דער פּאַרטיי, וועהרענד דעבם איז געווען איהר האַרץ.
ווען דיזע שורות ווערען געשריבען, איז הילקוויט נאָך אַלץ דער פֿיהרער פֿון דער סאָציאַליסטישער פּאַרטיי.*
אין 1906, אַלזאָ, איז הילקוויט „געלאָפֿען" אַלס דער קאַנדידאַט פֿון דעם 12טען קאָנגרעשאָנאַל דיסטריקט, פֿאַר קאָנגרעם-מאַן. עס האָט זיך פֿאַנאַנדערגעברענט אַ סאָציאַליסטישער קאַמפּיין, וועלכען ניו יאָרק האָט פֿריהער נאָך קיינמאָל ניט געזעהן.
הילקוויט האָט געהאַלטען זיינע גלענצענדע רעדעם (דורכאויס אויף ענגליש. אידיש האָט ער אין גאַנצען אויפֿגעהערט צו ריידען). מאיר לאָנדאָן, דזשייקאָב פֿעניקין, ב. פֿייגענבוים, איך און אונזערע אַנדערע רעדנער זיינען געווען פֿאַרנומען יעדען אָוונט, געהענדיג פֿון זאַל צו זאַל, פֿון „אָפּען-ער" מיטינג צו „אָפּען-ער" מיטינג, האַלטענדיג רעדעם פֿאַר הילקוויט'ס קאַנדידאַטור.
די פֿאַרזאַמלונגען זיינען געווען איבערגעפּאַקט. די באַגייסטערונג איז געווען אַן אונבעשרייבליכע. דער קוואַרטאַל האָט געפֿלאַקערט מיט סאָציאַליסטישען ענטוזיאַזם.
עס איז איבעריג צו זאָגען, אַז דער „פֿאָרווערטס" איז געווען פֿול מיט דעם קאַמפּיין און אַז אָהן זיין מיטווירקונג, וואָלט אַזא פֿאַרנעם און אַזא התלהבות אונמעגליך געווען.
אין „עלעקשאָן נאַיט" (דער אָוונט פֿון די וואַהלען) האָבען זיך פֿאַר דער „פֿאָרווערטס" געביידע, אויף דעם סיואַרד פּאַרק, פֿאַרזאַמעלט ביי 60 טויזענד מענשען. דער עולם איז געקומען הע רען דעם רעזולטאַט, ריכטיגער געזאָגט, — זעהן. ווארים די ציפֿער פֿון די שטימען, וועלכע זיינען אָפּגעגעבען געוואָרען פֿאַר די פֿאַרשיידענע פּאַרטייען, זיינען אַרויפֿגעוואָרפֿען געוואָרען פֿון אַ סטערעאָפּטיקאָן אויף אַ ווייסען באַלויכטענעם ליילעך אויפֿ'ן גאַס לעבען אונזער רעדאַקציע.
550יעדעם מאָל וואָס פֿון אַן אָפּטיילונג פֿון דעם 12טען דיסטריקט איז אָנגעקומען אַ גינסטיגער ציפֿער, האָט אויסגעבראַכען אַ הורא, וועלכער האָט געהילכט איבער'ן גאַנצען קוואַרטאַל. בשעת מען האָט געוואָרט אויף דעם נעקסטען באַריכט, האָט מען דעם עולם אונטערהאַלטען מיט סטערעאָפּטישע קאַריקאַטורען אויף טאַמאַני האָל, אָדער מיט סאָציאַליסטישע ווערטלעך. דער פּאַרק האָט אַלע וויילע געקראַכט — דאָ מיט געלעכטער, דאָ מיט אַפּלאָדיסמענטען און הוראַס, און דאָ מיט אַ „הו-ראו!" געשרייען גע גען טאַמאַני.
די דאָזיגע עלעקשאָן סצענעם זיינען ביי אונז געוואָרען אַ שטענדיגע „עלעקשאָן נאַיט" געשעהעניש. אַלע יאָהר פֿלעגען זיי פֿאָרקומען, און וואָס אַ יאָהר, איז דער עולם געוואָרען גרע סער.*
הילקוויט איז ניט ערוועהלט געוואָרען. ער האָט אָבער באַ קומען אַ גרויסע צאָל שטימען. און צוויי יאָהר שפּעטער איז ער
דער „סיואַרד פּאַרק" איז דאַן געווען געפּאַקט מיט מענשען, וועלכע האָבען די אויגען געהאַלטען אָנגעשטרענגט אויף אונזער סטערעאָפּטיקאָן ליילעך. אַלע וויילע האָט אויסגעבראַכען אַ שטורם פֿון אַפּלאָדיסמענטען אָדער געלעכטער. דער רעדאַקטאָר פֿון „פֿאָרווערטס" האָט געהייסען דעם סטערעאָפּטיקאָן מאַן אַרויסבליצען אַן אַנאָנסע: „אברהם רייזען, דער שרייבער, איז היינט אָנגעקומען אין ניו יאָרק, און ער געפֿינט זיך איצט אין דער רעדאַקציע פֿון „פֿאָרווערטס". ווען די מעלדונג האָט זיך באַ וויזען אויפֿ'ן ליילעך, האָט זיך דערהערט אַן אַפּלאָז פֿון טויזענדער און טויזענדער פֿאַר הענט. די אידישע אַרבייטער זיינען געווען באַקאַנט מיט רייזען'ען דורכ'ן „פֿאָרווערטס" און זיי האָבען איהם איצטער אָפּ געגעבען אַ וואַרימען ברוך הבא. ווי רייזען האָט אָשעראָוויטש'ן ער קלערט, איז ער דאַן צום ערשטען מאָל אין זיין לעבען געקומען פּנים אל פּנים מיט אַזא מאַסע אידען.
551ווידער געלאָפֿען פֿאַר קאָנגרעסמאַן אין דעם זעלבען דיסטריקט. עס האָבען זיך ווידערהאָלט די סצענעם פֿון באַגייסטערונג פֿון 1906.
ער האָט ווידער באַקומען אַ גרויסע צאָל שטימען, און ער איז ווידער ניט ערוועהלט געוואָרען.
מיר האָבען געהאַט צו פֿיהרען אַ קאַמפֿ מיט דער אייזער נער, כּמעט אַלמעכטיגער אָרגאַניזאַציע פֿון דער קאָרופּטער טאַ מאַני האָל, וועלכע האָט געוואואוסט ווי צו גנב'ענען שטימען און האָט גענומען ספּעציעלע שריט איהרע עלעקשאָן-שווינדלען דורכ-צופֿיהרען.
שפּעטער איז מאיר לאָנדאָן געווען דער קאַנדידאַט פֿאַר קאָנ-גרעסמאַן. ער איז אויך צום ערשטען מאָל ניט ערוועהלט גע וואָרען, אָבער די צאָל סאָציאַליסטישע שטימען איז אין דעם דיסטריקט אַזוי גרויס אויסגעוואואקסען, אַז ענדליך האָט ער באַ קומען גענוג בייצוקומען אפֿילו די אַלע שטימען-גניבות אויף וועל כע טאַמאַני איז געווען אַזא בריה. ער איז ערוועהלט געוואָרען צום קאָנגרעס אין 1912.
אין יענער צייט איז איז צו דער סאָציאַליסטישער פּאַרטי צו געקומען אַ גרופּע פֿון געבילדעטע אַמעריקאַנער. זיי זיינען באַ גייסטערט געוואָרען פֿאַר אונזער אידעע, און זיי האָבען אַנטייל גע נומען אין אונזער אַגיטאַציע. צווישען די פּראָמינענטסטע פֿון זיי אין ניו יאָרק זיינען געווען: אינגליש וואָלינג, טשאַרלם ראַסעל און דזשיימם דזש. פֿעלפּם סטאָוקם. (שיקאַגאָ האָט אויך געהאַט אַזא גרופּע).
וואָלינג איז אַ קינד פֿון רייכע עלטערען אין שיקאַגאָ, ער האָט אָבער געוואואינט אין ניו יאָרק. ער איז געווען אַן איבער552צייגטער סאָציאַליסט, און דורך זיין אינטערעם אין אונזער באַ וועגונג איז ער באַקאַנט געוואָרען מיט אַ געבילדעטע אידישע מיידעל, אַ שרייבערין, מיט'ן נאָמען אַננאַ סטרונסקי. זיי האָבען געהייראָט.
דאָס איז ניט געווען דער איינציגער אַמעריקאַנער וואָס האָט געהייראָט מיט אַ אידישע טאָכטער דורך דער סאָציאַליסטישער באַוועגונג. אַ צווייטער איז געווען סטאָוקם, אַ מיטגליד פֿון אַ באַוואוסטער אַמעריקאַנער מיליאָנערסקער פֿאַמיליע. אין דער הויפּט-קוואָרטיר פֿון דעם יוניווערסיטי סעטעלמענט אין דעם אידישען קוואַרטאַל, וואו עס האָבען זיך דאַן געפֿונען עטליכע אַמעריקאַנער סאָציאַליסטען, איז ער באַקאַנט געוואָרען מיט אַן אָרימע אידישע מיידעל מיט'ן נאָמען ראָוז פּאַסטאָר. זי איז פֿריהער געווען אַ ציגאַר-מאַכערין, און נאָכהער איז זי געווען פֿאַרבונדען מיט דער ענגלישער אָפּטיילונג פֿון דעם אידישען „טאַגעבלאַט".
דורך איהר מיליאָנערסקען חתן איז זי געוואָרען אַ מיטגליד פֿון אונזער פּאַרטיי און האָט גענומען אַ טעטיגען אַנטייל אין דער באַוועגונג. די אַמעריקאַנער צייטונגען זיינען געווען פֿול מיט דעם שדוך.
איך האָב זיך דאַן צו איהר געווענדעט אַז זי זאָל שריי בען די אַנטוואָרטען צום „בינטעל בריף". זי האָט די איינ-לאַדונג אָנגענומען. ווען מען בלעטערט דורך די נומערען „פֿאָר ווערטס" פֿון 1908, זעהט מען איהר נאָמען מיט איהר בילד אויפֿ'ן „בינטעל בריף" אין יעדען נומער.
אַן ענליכער שדוך איז געשלאָסען געוואָרען אין די יוני-ווערסיטי סעטעלמענט העדקוואָרדערס צווישען אַן אַמעריקאַנער סאָציאַליסט, אַ יונגען שריפֿטשטעלער מיט'ן נאָמען לעראָי סקאַט, און אַ אידישע מיידעל מיט'ן נאָמען פֿין, די טאָכטער פֿון אַ ווילנער חזן. אָבער סקאַט איז ניט געווען רייך.
טשאַרלם עדוואַרד ראָסעל איז געווען איינער פֿון די באַ קאַנטסטע אַמעריקאַנער זשורנאַליסטען אין אַמעריקא. אַ געוויסע צייט איז ער געווען דער רעדאַקטאָר פֿון הוירסט'ם „אַמעריקאַן". פֿון די אַלע אַמעריקאַנער סאָציאַליסטען איז ער געווען דער טע553טיגסטער אַגיטאַטאָר. פֿאַר די וואַהלען פֿלעגט ער אימער אַרום פֿאָהרען אין די אידישע קוואַרטאַלען פֿון ניו יאָרק און ברוקלין, און האַלטען רעדעם. אָפֿט פֿלעגען מיר אויף דיזע אַגיטאַציאָנס-פֿאַרזאַמלונגען אַרומפֿאָהרען צוזאַמען. ער איז געווען זעהר סימ-פּאַטיש אַלס פֿערזאָן ווי אין זיין סאָציאַליסטישער טעטיגקייט.
אין שיקאַגאָ איז טעטיג געווען, אַלס שרייבער און אַלס לעק-טשורער פֿאַר אונזער אידעע, אַ געבילדעטע אַמעריקאַנער פֿאָר-פֿאָלק מיט'ן נאָמען סיימאָנס.
איך פֿלעג שוין דאַן אָנווייזען אויף דעם אונטערשייד צווישען דעם אַמעריקאַנער אַרבייטער און דעם אייראָפּעאישען, אין בע-צוג צו זייער פֿעהיגקייט זיך אָפּצורופֿען אויף דער סאָציאַליס-טישער אַגיטאַציע. דעם געדאַנק וועלכער ווערט אויסגעדריקט אין די פֿאָלגענדע שורות, פֿלעג איך אַרום דער צייט, ביי וועלכער מיר האַלטען דאָ, אַרויסזאָגען שריפֿטליך און מינדליך:
דער אייראָפּעאישער אַרבייטער איז קלאַסען-באַוואוסט. דאָס הייסט ניט, אַז דיזער באַוואוסטזיין שטויסט ביי איהם אימער אַרויס זיינע אַנדערע געפֿיהלען — דעם נאַציאָנאַלען באַוואוסטזיין, צום ביישפּיל, אָדער זיין לאָקאַלען „פּאַטריאָטיזם", צוגעבונדענ-קייט צו זיין פֿאַמיליע, צו זיין געזעלשאַפֿטליכער גרופּע, א. א. וו. קלאַסען-באַוואוסט איז ער אָבער, וועהרענד דער אַמעריקאַנער אַרבייטער איז דאָס פֿאַרלויפֿיג ניט.
אין דעם אייראָפּעאישען אַרבייטער איז אין פֿאַרלויף פֿון יאָהרהונדערטער איינגעוואָרצעלט געוואָרען דער באַגריף, אַז עס זיינען פֿאַראַנען פּריצים און אונטערטאָנען. און אויב דעם פּלאַץ פֿון דעם פּריץ האָט פֿאַרנומען דער קאַפּיטאַליסט, און דעם פּלאַץ פֿון דעם פּויער האָט פֿאַרנומען דער אַרבייטער, בלייבט אַלץ אַ שאַרפֿער גרענעץ צווישען צוויי קלאַסען — אויבערשטע און אונ554טערשטע. ער, דער אַרבייטער, געהערט צו די אונטערשטע. און קיין האָפֿנונג אויף אַרויסצוקריכען פֿון זיין קלאַס האָט ער דאַר-טען כּמעט ניט. איין מאָל אַ דאָרפֿס-פּויער — אויף אימער אַ דאָרפֿס-פּויער; איין מאָל אַן אַרבייטער — אויף אימער אַן אַר-בייטער.
דיזער כּלל איז איינגעגעסען אין דעם בלוט פֿון דעם איי-ראָפּעאישען אַרבייטער קלאַס. דער אַרבייטער קען האָבען פֿאַר-שיידענע האָפֿנונגען, שטרעבונגען צו פֿאַרבעסערען זיין לאַגע. אָבער אַז ער וועט ווערען אַ מיליאָנער — וועגען דעם קען ער אפֿשר טרוימען. ער ווייס אָבער, אַז אַזא טרוים ווערט ניט פֿאַר-ווירקליכט.
גאַנץ אַנדערש איז אין אַמעריקא. אין דעם פּאָליטישען זין איז דאָס לאַנד שוין לאַנג אַ דעמאָקראַטיע. דער אַמעריקאַנער ווייס ניט פֿון קיין געבוירענע פּריצים. ער זעהט אויף טריט און שריט ווי איינער, וואָס איז נעכטען געווען אַ קבצן, איז היינט אַ מיליאָנער; און אַזוי אויך פֿאַרקערט. ווען ער נעמט דעם צעטעל פֿון אַמעריקאַנער פּרעזידענטען, זעהט ער אַז כּמעט אַלע זיינען זיי אויסגעהאַדעוועט געוואָרען אַלס אָרימע אינגלעך, אויף אַ פֿאַרם אָדער אין אַ שטעדטעל ערגעץ-וואו. און ווען ער נעמט דעם צעטעל פֿון מיליאָנערען, זעהט ער דאָס זעלבע.
יאָ, אַמעריקא איז פֿאַרלויפֿיג אַ לאַנד פֿון אונבאַשרענקטע מעגליכקייטען, און דיזער געדאַנק שווימט אַרום אין דעם באַ-וואוסטזיין פֿון יעדען אַמעריקאַנער. קלאַסען-געפֿיהל איז דערי-בער אין אַמעריקא פֿאַרלויפֿיג געווען אונמעגליך; אַפּעלירען צו דעם אַמעריקאַנער אַרבייטער מיט די אויסדריקע, וועלכע זיינען גענומען געוואָרען פֿון דער סאָציאַליסטישער באַוועגונג אין איי-ראָפּא, איז נוצלאָז.
צום סאָציאַליזם זיינען אין אַמעריקא געקומען מענשען, ווי מען קומט צו אַן ערהאַבענעם געדאַנק, צו אַן אידעאַל, אָבער ניט דורך עקאָנאָמישע נויט. און געוויס ניט דורך דער עקאָנאָמי-שער לאַגע פֿון זייער קלאַס. אין אייראָפּא זיינען די אַרבייטער אַ באַשטימטער, פֿאַרגליווערטער קלאַס. אין אַמעריקא איז פֿאַר-לויפֿיג ניט אַזוי. היינט אַרבייט מען ביי יענעם: מאָרגען האַלט555מען אַליין אַרבייטער. היינט איז מען אַן אָרימאַן; מאָרגען קען מען זיין רייך.
מיט'ן אידישען אַרבייטער פֿון אַמעריקא איז אויך אַנדערש ווי מיט דעם אידישען אַרבייטער פֿון אייראָפּא. דער אידישער אַרבייטער דאָ ערוואַרט אויך ניט צו בלייבען אַ פּראָלעטאַריער. ער טראַכט אימער וועגען אַ בעסערע עקאָנאָמישע לאַגע. אויב ער איז אַ סאָציאַליסט, איז דאָס אידעאַליזם, ניט קלאַסען-באַוואוסטזיין. און מכּח די אַרבייטער פֿון מילוואָקי, זיינען זיי אויך אַן אויסנאַם פֿון דעם אַמעריקאַנער כּלל, הגם אויף אַן אַנדער שטייגער ווי די אידישע אַרבייטער.
[ז׳ 531] דער ערשטער נומער „פֿאָרווערטס", וואָס איז געדרוקט געוואָרען אויף אונזער אייגענער פּרעס, איז דער נומער פֿון דעם 14טען יאַנואר, 1905.
[ז׳ 532] אַ „פּלוים" הייסט אין דעם פּאָליטישען לעבען פֿון אַמעריקאַ אַ דזשאַב, אַ שטעלע אָדער עפּעס אַן אַנדער סאָרט פֿאַרדינסט, וואָס די רעגירונג גיט מענשען פֿון דער זיגרייכער פּאַרטיי.
[ז׳ 536] דעם 26טען מאַי האָט דער „פֿאָרווערטס" צום ערשטען מאָל געדרוקט אַ באַריכט וועגען זיין סירקוליישאָן פֿון דער געזעלשאַפֿט פֿון אַמעריקאַנער אַדווערטייזערס — אַ פֿאַראייניגונג פֿון קאַפּיטאַליסטישע פֿירמעס מיט'ן צוועק צו אונטערזוכען די צאָל לעזער פֿון פֿאַרשיידענע צייטונגען, כּדי צו וויסען וויפֿיל עס איז ווערט דער פּלאַץ וואָס מען דינגט ביי זיי פֿאַר אַנאָנסען. אַ באַריכט פֿון דיזער געזעלשאַפֿט ווערט איבעראַל אָנגענומען אַלס אַ שטרענג ריכטיגער. וועגען „פֿאָרווערטס" איז איהר באַריכט געווען — דורכשניטליך פֿאַר דעם גאַנצען יאָהר, ביז מאַי, 1907 — איבער 53 טויזענד טעגליך; אין אַפּריל — איבער 62 טויזענד טעגליך, און אין מאַי — 72,335 טעגליך. די צאָל האָבען מיר פֿון דעמאָלט אָן געדרוקט יעדען טאָג אויבען איבער דעם „קאָפּ" „פֿאָרווערטס"; דערנאָך — ווען עס איז ווייטער געוואַקסען — די העכערע צאָל, און אַזוי האָבען מיר געטאָן כּסדר. דער „פֿאָרווערטס" איז געווען די איינציגע אידישע צייטונג, וואָס האָט אַזוי געטאָן, ווארים ער האָט געהאַט די גרעסטע סירקוליישאָן און ער האָט אַלע אַנדערע צייטונגען איבערגעשטיגען אַלץ מעהר און מעהר.
[ז׳ 541] שפּעטער האָט הלל ראָגאָף גענומען שרייבען אַ געשיכטע פֿון די פֿאַראייניגטע שטאַאטען, אָנהויבענדיג פֿון די קאָלאָניעס, פֿון וועלכע עם איז דערנאָך אויסגעוואַקסען די רעפּובליק. ווען דיזע שורות ווערען געשריבען, זיינען שוין ערשינען דריי בענדער.
[ז׳ 549] דעבם איז געשטאָרבען דעם 20טען אָקטאָבער, 1926.
[ז׳ 550] אין אַן אַרטיקעל, וועלכען מ. אָשעראָוויטש האָט געשריבען פֿאַר דעם יובילעי נומער פֿון „פֿאָרווערטס" אין 1922, גיט ער איבער וואָס אברהם רייזען האָט איהם אַמאָל דערצעהלט וועגען זיין (רייזען'ס) אָנ קומען אין ניו יאָרק. דער שריפֿטשטעלער איז געקומען דעם 4טען נאָ וועמבער, 1908. דאָס איז געווען אין דעם אָוונט פֿון די וואַהלען. מען האָט איהם אַרויפֿגעבראַכט אין דער „פֿאָרווערטס" רעדאַקציע.