556איך זיץ און בלעטער אַלטע יאָהרגאַנגען „פֿאָרווערטס" — נומערען פֿון די ערשטע צעהן יאָהר נאָך מיין צוריקקומען אַלס רעדאַקטאָר.
די בלעטער זיינען שוין פֿאַרגעלט און פֿאַרטריקענט. די פֿאַרעלטערטע האַלץ-פּאַפּיר ברעקעלט זיך צווישען די פֿינגער. אָפֿט, ווען מען מישט איבער אַ בלאַט, צושניידעט ער זיך אין דער צווערך, ווי אַ גלאָז; ער ברעכט זיך און צושיט זיך. נאָך עטליכע יאָהר, און עס וועט בליבען אַ באַרג אונלעזבארע שטיקלעך און ברעקלעך. אַזוי איז מיט אַלע היינטיגע צייטונגען. די איצטיגע „פֿאָרווערטס"-נומערען וועלען האָבען אַ בעסערען שיקזאָל. די „פֿאָרווערטס אססאָסיאיישאָן" לאָזט זיך קאָסטען פֿון יעדען נומער אַ פֿאָר צעהנדליג עקזעמפּלאַרען צו דרוקען אױף טוך-פּאַפּיר ספּעציעל פֿאַר די גרויסע ביבליאָטעקען. דאָס וועט שוין לעבען כמעט אייביג.
בלעטערענדיג דערמאָן איך זיך. דאָ און דאָרטען פֿאַלט דאָס אױג אױף אַן איבערשריפֿט, אַ וואָרט, אַ נאָמען, וועלכער גיט אַ ציה ווי אַ מאַגנעט. איניגע זיינען פֿאַרבונדען מיט וויכטיגע געשעהענישען, אָדער מיט אַזעלכע וואָס זיינען אַמאָל געווען באַטראַכט אַלס וויכטיגע, און היינט שוין ניט; אַנדערע האָבען קיין מאָל קיין באַדייטונג ניט געהאַט, און דאָך גיט די עראינערונג אַ צופּ ביים האַרצען. ווי דורך אַ צויבער-וואָרט לעבט אױף557אַן אַמאָליגע שטימונג, אַ פֿאַרגעסענער געפֿיהל. און מיט דעם צוזאַמען לעבט אױף אַ לאַנג-פֿאַרשוואונדענער יאָהר, אַ מענשען-גרופּע, אַ גאַנצער לעבענס-קאַפּיטעל.
* * *
אָט לעז איך אין דעם „פֿאָרווערטס" פֿון יאַנואַר 28, 1904 : „קאַרל עמיל פֿראַנצאָז געשטאָרבען". און פֿאַר די אױגען וויקעלט זיך פֿאַרנאַנדער אַ סצענע אין בראָד, גאַליציען, ווען איך בין דאָרטען געווען אַלס עמיגראַנט, אױף מיין וועג קיין אַמעריקא. עס איז ווידער דער זומער פֿון 1882. אָט איז יענע עמיגראַנטען גרופּע, פֿאַר וועלכער דער אידישער שריפֿטשטעלער האָט אַ רעדע געהאַלטען (זעה צווייטען באַנד, פֿיידזש 32). איך בין איינער פֿון זיינע צוהערער. מיר ערוואַרטען זיך אַוועקצולאָזען אױף דער וויטער רייזע, אַהין אין דער פֿרעמדער, אונבאַקאַנטער לאַנד. אױפֿ'ן האַרצען דריקט יענער געפֿיהל פֿון אונבאַוואוסטקייט און אונזיכערקייט, און דאָך פֿון רייצענדע האָפֿנונגען, פֿון אונטערנעמונגס-לוסט און זאָרגלאָזיגקייט. אַזױ ווי איינגעוויקעלט, פֿאַרפּאַקט וואָלט דער פֿילפֿאַכער געפֿיהל געלעגען עטליכע און פֿערציג יאָהר און פּלוצלינג וואָלט מען איהם אױסגעפּאַקט, ווי אַ פּסח'דיגען בעכער פֿון פֿאַראיאָהרען.
* * *
איך גיב אַ מיש אַין אַיין נומער צוריק. עס איז יאַנואַר 27. דאָס אױג פֿאַלט אױף אַ לייט-אַרטיקעל מיט דעם אױפֿשריפֿט „יאָהאַן מאָסט'ס יום-טוב". איך דערמאָן זיך : דאָס האָב איך געשריבען. דער „פֿאָרווערטס" האָט דעם פֿיהרער פֿון די אַנאַר-כיסטען באַגריסט צו דעם 25-יאָהריגען יוּבילעי פֿון זיין דייטשער צייטונג „פֿרייהייט", פֿאַר וועלכער ער האָט אַזױ פֿיל געליטען. ווי זאָנדערבאַר דאָס וואָלט געקלונגען מיט אַ יאָהר צעהן פֿריהער, ווען סאָציאַליסטען און אַנאַרכיסטען זיינען געווען אױף מעסערס, ווען יאָהאַן מאָסט פֿלעגט אונז ביטער אַטאַקירען און אַטאַקירען מיך פּערזענליך! אין דעם לייט-אַרטיקעל געפֿין איך אַזעלכע ווערטער : „לעזער! איינע פֿון די זאַכען, וועלכע דער „פֿאָרווערטס" פּרעדיגט איז רעספּעקט צו דעם אַנדערענס עהרליכע מיינונגען... אין דיזען טאָג מוזען אַלע פֿיהלען רעספּעקט558און באַוואונדערונג צו דעם בראַווען, העלדישען פֿרייהייטס-קעמפֿער. מיר מוזען פֿאַרגעסען אַלע אונטערשיידען". וויטער געהט אַ באַמערקונג : „מיר זיינען געוואוינט גע-ווען מאָסט'ן צו געהן באַגריסען, ווען ער קומט אַרױס פֿון טורמע. לאָמיר היינט איהם געהן באַגריסען אין ניו-אױרווינג האָל, מיט דעם 25-יאָהריגען יוּבילעי פֿון זיין „פֿרייהייט"."
עס איז מיר אַנגענעם צו לעזען דיזען אַלטען לייט-אַרטיקעל. אַנגענעם צו זעהן די טאָלעראַנץ, פֿאַר וועלכע איך האָב גענומען אַגיטירען אַרײנקומענדיג צוריק אין „פֿאָרווערטס" אין 1902.
עס לעבט אױך אױף דער מיטינג אין ניו-אױרווינג האָל און די ליבליכע אונטערהאַלטונג וואָס מיר מיט מאָסט'ן און מיט זיינע נאָהענטע פֿריינד האָבען געהאַט נאָך דער פֿאַרזאַמלונג אין אַ קאַפֿע אױף קאַנעל סטריט.
* * *
דער לייט-אַרטיקעל אין דעם נומער פֿון דעם 25טען מערץ איז וועגען דעם 70-יאָהריגען יוּבילעי פֿון אַלעקסאַנדער יאָנאַס. הילף-קוויט איז געווען דער טאָסט-מייסטער. איך דערמאָן זיך דעם עולם, דעם גייסט פֿון די רעדעס. איך דערמאָן זיך מיין אייגענע רעדע. מיין האַרץ איז געווען פֿול. איך האָב גענאַרט פֿאַר דעם יוּבילאַר צו זאָגען, ווי טייער ער איז מיר, ווי הױך מיין רעספּעקט, ווי טיף מיין ליבע זינט איך האָב צום ערשטען מאָל איהם געזעהן און געהערט — אױף יענעם לאַסאַל יאָהר-צייט, אין 1882, אין גערמאַניא אַסעמבלי רומס, אױף דער 2טער עוועניו (זעה צווייטען באַנד, פֿיידזשעס 145-146. זעה אױך צווייטען באַנד, פֿיידזשעס 289-290). מיין רעדע האָט מיך אָבער אַליין ניט צופֿרידענגעשטעלט. איך האָב געפֿיהלט, אַז וואָס איך וויל אױסדריקען, דריק איך ניט אױס.
* * *
אַפּריל 17, 1894. צווישען די דעפּעשען פֿון דער רוסיש-יאַפּאַנעזישער מלחמה געפֿינט זיך די נאַכריכט אַז דער באַריהמ-טער מאַהלער און ווערעסטשאַגין האָט זיין לעבען פֿאַרלױרען אױף559אַרױף, אום צו שטודירען סצענעס פֿון ים-שלאַכטען פֿאַר גרױסע אױל-בילדער, און ער איז אומגעקומען מיט דער קריגסשיף צוזאַמען. אַ מאַרטירער פֿון זיין קונסט.
ווי אַ לעבעדיגע איז מיר פֿאָרגעקומען זיין רוסישע געזיכט אין יענעם אונפֿאַרגעסליכען נאָכמיטאָג אױף זיין אױסשטעלונג אין ניו יאָרק — די זאַלען מיט זיינע וואואונדערליכע בילדער און דער טהע-צימער, וואו ער האָט אַזױ סימפּאַטיש געזונגען פֿאָלקס-לידער, און וואו איך און מיין פֿרוי האָבען געגעסען געבעק מיט טהע, אַנשטאַט צו געהן אין אַ רעסטאָראַן, צו דינער, ווייל מיר האָבען אונזער לעצטען דאָלאַר אױף די צוויי טיקעטס אױסגעגעבען (זעה צווייטען באַנד, פֿיידזשעס 424-426).
* * *
יענעם ווינטער, 1904, בין איך איבער אַ וואָך געלעגען קראַנק. (אַ מין מאַלאַריא און אַן אָנהױב פֿון דעם מאַגען-טראָבעל, וועלכער האָט זיך אין מיר באַזעצט אױף שעהנע עטליכע יאָהר). די עראינערונגען פֿון יענער וואָך זיינען אין מיין געדאַנק צוזאַ-מענגעקניפּט מיט די שטאַרקע איינדרוקען וואָס איך האָב באַ-קומען פֿון אַרלעניעוו'ס טעאַטער-פֿאָרשטעלונגען.
אַרלעניעוו איז דאַן געקומען מיט אַלאַ נאַזימאָווא און מיט דער גאַנצער רוסישער טרופּע זיינער. איך און מיין פֿרוי האָבען זיי געזעהן אין טשירריקאָוו'ס „יעוורעאי", אין „צאַר פֿיאָדאָר" און „בראַטיא קאַראַמאַזאָוו". צו אונזער ענטציקונג איז קיין שיעור ניט געווען. עס איז געווען דער העכסטער גראַד שפּילען, וואָס איך האָב פֿריהער ווען עס איז געזעהן; די העכסטע מדרגה פֿון טעאַטער-קונסט, וואָס איך האָב זיך דענסטמאָל געקענט פֿאָר-שטעלען. אַ מאָדנער יום-טוב זיינען זיינע פֿאָרשטעלונגען ביי אונז געווען.
* * *
דעם זעלבען ווינטער האָט ניו-יאָרק באַזוכט דער ענגלישער שריפֿטשטעלער ה. ג. וועלס. איך בין מיט איהם באַקאַנט גע-וואָרען. ער, לינקאָלן סטעפֿפֿענס און איך האָבען געגעסען לאַנטש אין אַ אידישען רעסטאָראַן אױף גרענד סטריט. וועלס איז שוין דאַן געווען באַריהמט, הגם נאָך ניט אַזױ ווי היינט.
560* * *
אין דעם „פֿאָרווערטס" פֿון 17טען מערץ, 1906, קנאַפּע צוויי יאָהר נאָך דעם דערמאָנטען לייט-אַרטיקעל לכבוד יאָהאַן מאָסט'ן, זעה איך אַ טרויער-קאַסטען, און אינווייניג די ווערטער : „יאָהאַן מאָסט טויט".
אין די אַכציגסטע יאָהרען איז מאָסט געווען אַרומגערינגעלט מיט אַ היבשען עולם פֿון אַנאַרכיסטען, דייטשע און אידישע. אין די לעצטע עטליכע יאָהר פֿון זיין לעבען האָט ער אַרום זיך געהאַט נאָר אַ היפֿעלע אָנהענגער און אַפֿילו זיי האָבען ווייניג געגלױבט אין זיין גלױבען. רעספּעקט האָט מען אָבער צו איהם אימער געהאַט, רעספּעקט, באַוואונדערונג און מיטלייד.
דיזער מערקווירדיגער מאַן, דיזער שטורם-מענש, איז געווען מילד, נאַאיוו און קינדערש ווי אַ קינד.
ביי די ווערטער „מאָסט איז טויט", האָבען מיר אַראָפּגע-נומען די היט און איינגעבױגען די קעפּ מיט עהרפֿורכט געמישט מיט אַ רחמנות-געפֿיהל, וועלכען עס איז ניט לייכט אױסצו-דריקען.
* * *
יענעם זומער בין איך באַקאָנט געוואָרען מיט אָפּטאָן סינ-קלער. זיין ראָמאַן „דהי דזשאַנגל" האָט איהם אָקאָרשט בא-ריהמט געמאַכט. ער איז געווען אַ מיטגליד פֿון אונזער פּאַרטיי. איך האָב איהם אָבער פֿריהער פּערזענליך ניט געקענט. איצט האָבען מיר זיך באַגעגענט. מיר האָבען געהאַט אַן אינטערע-סאַנטען געשפּרעך. איך האָב דערנאָך געשריבען וועגען „דהי דזשאַנגל", און דעם ראָמאַן, אין אַן איבערזעצונג, געדרוקט אין „פֿאָרווערטס".
אַ „פֿאָרווערטס" בלאַט פֿון 1907 דערמאָנט מיך אָן בענטשקע'ן.
דאָס איז געווען אין פֿריהלינג. פֿון יענעם יאָהר. איין מאָל, קומענדיג אין אָפֿים, געפֿין איך אין מיין „מעיל" אַ לאַנגען קאָנ-561ווערט, מיט אַ בריף, וועלכער איז געווען געשריבען אין אַ גוטען ענגליש, אין אַ גוטער אָבער אױסלענדישער האַנדשריפֿט. דער שרייבער האָט געוואָלט וויסען צי ער איז מיינער אַ קרוב. עס האָט זיך געהאַנדעלט אום אַ ווייטע, אַ פֿאַרנעבעלטע פֿאַרגאַנ-גענהייט. איך וואָר פֿאַראינטערעסירט, און וואָס אַ שורה ווערט דער אינטערעס טיפֿער.
— איז דאָס ניט בענטשקע ? — פֿרעג איך זיך.
בענטשקע איז געווען מיין פֿאָטער'ס אַ קאָזין. און דאָס לעצטע מאָל וואָס איך האָב איהם געזעהן, איז געווען אין פּאָד-ברעזע, ווען איך בין געווען אַ קינד פֿון דריי-פֿיר יאָהר. דערנאָך איז ער פֿאַרשוואואונדען. ער האָט זיך געטױפֿט. מיינע מומעס פֿלעגען וועגען איהם רײדען מיט זיפֿצען און מיט קרעכצען, און מיין פֿאָטער מיט קללות. אױף אימער איז געבליבען העגגען אַ וואָלקען איבער דער פֿאַמיליע, און פֿון דעם וואָלקען האָט אַרױסגע-קוקט אַ שעהנער יונגער פּנים מיט פֿרישע פּוקסע באַקען און מיט פֿולע ליפּען. און דער נאָמען פֿון דעם דאָזיגען פּנים מיט דעם וואָלקען מיט אַלעמען איז געווען בענטשקע (זעה ערשטען באַנד, פֿיידזשעם 18-19).
יאָ, דער געהיימניספֿולער בריף, וואָס איך האָב ערהאַלטען אין דעם „פֿאָרווערטס" אָפֿים אין 1907 איז געווען פֿון „בענטשקען".
אַ געשיכטע שוין פֿון דריי-און-פֿערציג יאָהר איז דאָס דאַן געווען. אין ניו יאָרק האָט ער דערהערט מיין נאָמען דורך דעם ריח פֿון פֿריש-געקאָכטע געפֿילטע פֿיש. ער האָט שוין לאַנג קיין אידען ניט געזעהן, און די אידישע פֿיש האָט איהם צוגעצויגען. איז ער אַריין אין יענער שטוב, אָפּ-טאָן ערגעץ, און עס האָט זיך אַרױסגעצייגט, אַז די באַלעבאָסטע איז פֿון פּאָדברעזע. זי האָט געוואואוסט, אַז איך בין דאָרטען געבױרען געוואָרען, און פֿון איהרע ווערטער האָט דער אַמאָליגער בענטשקע אױסגערעכענט, אַז איך מוז זיין זיינער אַ קרוב, הגם ווער איך בין און וועמעס איך בין האָט ער גענוי ניט געקענט צוזאַמען'חשבונ'ען. ער איז פֿון זיין משפּחה געווען פֿאָלשטענדיג אָפּגעפֿרעמדט, און די אַלטע פֿעדים האָבען זיך אין זיין מוח צוזאַמענגעפֿלאָנטערט.
562איך האָב אױף זיין בריף געענטפֿערט, און איין מאָל, אין אַ פֿריהמאָרגען, ווען איך בין געקומען אין אָפֿים, האָב איך איהם געפֿונען וואַרטענדיג אױף מיר. איך האָב גלייך פֿאַרשטאַנען ווער דאָס איז. איך האָב איהם ניט בלױז געטראָפֿען. עס קען קלינגען זאָנ-דערבאַר, עס איז אָבער אַ פֿאַקט : איך האָב איהם דערקענט. ער איז שוין געווען איבער זעכציג יאָהר אַלט. אָבער אַ בליאַסק פֿון זיין אַמאָליגען יונגען געשטאַלט, ווי ער האָט זיך אָפּגעשפּי-געלט אין דער קינדערשער געדעכניס, איז פֿאַרבליבען.
אַלץ וואָס ער האָט געדענקט וועגען מיר איז ווי מיין מאַמע האָט איהם אַמאָל געבעטען מיך האַלטען ביי זיך אױפֿ'ן שױס, בשעת זי איז געגאַנגען צום אױוון אַרױסנעמען די וועטשערע. איך האָב זיך פֿון איהם דערוואואוסט, אַז ער האָט ביי מיין זיידען, דעם רב, געוואואוינט איבער אַ יאָהר. אין ווידז, דעם נענ-בורגער אױעזד, איז דאָס געווען. ער פֿלעגט איבערשרייבען זיינע חבורים. עס האָט זיך אַרױסגעצייגט, אַז די מאַנוסקריפּטען, וועלכע פֿלעגען דערנאָך ליגען ביי אונז אױפֿ'ן אַלמער, זיינען געווען אין זיין (בענטשקע'ס) האַנדשריפֿט (זעה ערשטען באַנד, פֿיידזש 16).
ער האָט זיך לעבען מיין זיידען געפֿונען די לעצטע שטונדען פֿון זיין לעבען, און ער האָט מיר איבערגעגעבען אַ פֿאָר איינצעל-הייטען פֿון זיין טױט.
— ער האָט געבעטען אַ טרונק, — האָט ער דערצעהלט, — אייער באָבע האָט איהם געגעבען אַ גלאָז וואַסער מיט עסיג. פֿון דעם האָט ער זיך געפֿיהלט אַביסעל בעסער. אָבער אין אַ שטונדע אַרום איז ער געשטאָרבען.
אין אַמעריקא איז בענטשקע שוין געווען לאַנג. פֿינף-און-צוואַנציג יאָהר האָט ער אָפּגעדינט אין דער אַמעריקאַנער אַרמי. ער איז געווען אַן אינטעליגענטער, באַלעזענער מענש. דאָך האָט ער זיך דערדינט נאָר ביז דעם ראַנג פֿון אַ סאַרדזשען (פֿעלד-פֿעבעל). די אורזאַכע דערפֿון, ווי ער האָט ערקלערט, איז געווען דאָס וואָס בשעת ער איז אַריינגעטראָטען אין דער אַרמי איז ער שוין געווען צו אַלט צו קענען האָלטען עקזאַמען אױף אָפֿיציר.
563ער האָט באַקומען אַ פּענסיע, און פֿון דעם האָט ער גע-לעבט. פֿאַרהיירראַט איז ער קיין מאָל ניט געווען.
ווען איך האָב איהם באַזוכט אין זיין פֿוירנישד רום, האָב איך דאָרטען געפֿונען ענגלישע, דייטשע און פֿראַנצויזישע ביכער. ער האָט די דריי שפּראַכען געקענט גאַנץ גוט.
אידיש און העברעאיש האָט ער כמעט אין גאַנצען פֿאַר-געסען. וועגען זיין פֿאַרגאַנגענהייט האָט ער ניט דערמאָנט, און איך האָב איהם ניט געפֿרעגט. ער האָט אױף מיר געמאַכט דעם איינדרוק פֿון אַ כאַראַקטערלאָזען מענשען, פּונקט פֿון דעם סאָרט, וועלכען עס איז גרינג, מיט דער הילף פֿון עטליכע רובעל און אַ נײעם קאָסטיום, אָפּצו'שמד'ען.
ווען מיין פֿאָטער וואָלט געלעבט, וואָלט איך אים גע-שריבען אַז איך האָב באַגעגענט בענטשקע'ן. דאָס וואָס איך זעה מיך מיט'ן משומד וואָלט איהם קיין פֿאַרגעניגען ניט פֿאַר-שאַפֿט. די נײעם וואָלט אָבער פֿאַר איהם געווען אַן אינטערע-סאַנטע איבעראַשונג. אָבער מיין פֿאָטער איז שוין געווען טױט, און דער פֿאַקט, אַז איך האָב שוין זאָגאַר ניט צו וועמען צו שרייבען וועגען מיין באַגעגעניש מיט בענטשקע'ן, האָט אין מיין האַרצען פֿאַרשפּרייט אַ שאַרפֿען געפֿיהל פֿון עלענט.
זינט מיין ערשטער באַגעגעניש מיט בענטשקע'ן שטעל איך זיך מיין זיידען אימער פֿאָר, ווי מיין באָבע גיט איהם די גלאָז וואַסער מיט עסיג. און מיר דאַכט זיך, אַז דורך דעם איז ער מיר געוואָרען אַ סך דייטליכער ווי פֿריהער.
דעם 13טען יאַנואַר, 1907. אַן איבערשריפֿט איבער אַן אַר-טיקעל : „ער און נאָך 15 זיינען אַנטלאָפֿען אונטער דער ערד". ביי דעם אָנפֿאַנג געפֿינט זיך אַ בילד פֿון אַ יונגען מאַן אין אַר-בייטער קליידער. דער אַרטיקעל איז דער אָנהויב פֿון אַ גאַנצע רייהע. דאָס אַלץ האָט פֿאַר'ן „פֿאָרווערטס" אױפֿגעשריבען דער564יונגער מאַן, וואָס טראָגט דעם אַרבייטער-קאָסטיום. זיין פֿאַמי-ליען נאָמען איז געווען ראַבינאָוויטש (זיין ערשטער נאָמען ווערט ניט דערמאָנט).
דער דאָזיגער ראַבינאָוויטש און די אַנדערע פֿופֿצען, וועגען וועמען ער דערצעהלט, זיינען געווען רעוואָלוציאָנערען, פֿאַר-שיקט אין סיביר, אין אַ דאָרף מיט'ן נאָמען ראָמאַנאָוואָקאַ. דאָרטען האָבען זיי געהאַט אַ בראַוון צוזאַמענשטויס מיט סאָלדאַטען. דערנאָך האָט מען זיי פֿאַרשפּאַרט אין אַ טורמע; האָבען זיי ביסלעכווייז, אַרבייטענדיג נאָך דער רייהע, דורכגעגראָבען אַ טו-נעל, און אַנטלאָפֿען.
אין אַ ווינטער נאַכט איז דאָס געווען. אױף אַ פֿאַרשנייטע פֿעלד זיינען זיי אַרױסגעקומען, באַגריסט פֿון אַ העלען לבנה-שיין.
די געשיכטע לעזט זיך ווי אַ מעשה פֿון טויזענד-און-איין נאַכט. אין דער היסטאָריע פֿון דעם רוסישען פֿרייהייטס-קאַמף איז זי באַקאַנט אַלס „די צווייטע יאַקוטסקער פּאַסירונג", אָדער אַלס „די מעשה מיט די ראָמאַנאָװצעס".
ראַבינאָוויטש איז צו מיר געקומען מיט אַ ביטע איך זאָל איהם רעקאָמענדירען ענגלישע ביכער צום לעזען — הויפּטזעכליך די בעסטע ווערק פֿון דער אַמעריקאַנער ליטעראַטור. אױף דיזען אַרט זיינען מיר באַקאַנט געוואָרען. ער האָט מיך פֿאַראינטערע-סירט, און ער איז עטליכע מאָל אַרױפֿגעקומען צו מיר, געוועהנ-ליך אין אָוונט.
ער האָט געאַרבייט ביי אַייזען, און זיינע הענט זיינען געווען פֿאַרמאַזאָליעט און צו-וואואונדעט. אַ גאַנצען טאָג פֿלעגט ער האָ-רעווען און אין די אָוונדען פֿלעגט ער לעזען און לערנען. ער איז צו פֿיזיש פּראָסטע ניט געווען געוואואינט. ער פֿלעגט קומען אַהיים אַ צוּבראָכענער. מיט זיין שטאַרקען ווילען פֿלעגט ער אָבער אַלץ בייקומען, און אַנשטאָט צו רוהען פֿלעגט ער ביז שפּעט אין דער נאַכט זיצען איבער אַ בוך.
— איך וויל באַקאַנט ווערען מיט אַמעריקא — האָט ער מיר565ערקלערט — מיט איהר עקאָנאָמישען לעבען און מיט איהר קולטור.
אין אַ קורצער צייט האָט ער זיך אױסגעלערענט ענגליש. ער האָט געלעזען אַמעריקאַנער צייטונגען און זשורנאַלען און די בי-כער וואָס איך האָב איהם אױסגערעכענט אױף אַ צעטעל.
זיין צוועק איז געווען דאָ צו פֿאַרבלייבען ניט מעהר ווי אַ יאָהר; דערנאָך זיך אומצוקעהרען קיין רוסלאַנד און דאָרטען ווידער זיך אַריינצואווארפֿען אין דער רעוואָלוציע. אַלזאָ, איז ביי איהם יעדער טאָג געווען טייער. ער איז נאָך געווען זעהר יונג. אין אַדעס האָט ער געענדיגט די רעאַל שוהל; גלייך געוואָרען טעטיג אין אַ קרוזשאָק, אַריינגעפֿאַלען צו די זשאַנ-דאַרען אין די הענט, און מען האָט איהם פֿאַרשיקט. איצט, ווען ער איז געוואָרען פֿריי, האָט איהם געצויגען צוריק אין דעם קאַמף.
עס איז ביי אונז אױך געווען אַן אַנדער טיפּ רעוואָלוציאָנער-אימיגראַנט — אַזאַ וואָס האָט אױף אַמעריקא געקוקט מיט פֿאַראַכטונג און פֿון דעם אַמעריקאַנער לעבען אֿפֿילו ניט געוואָלט הערען. אֿפֿילו פֿון אונזער באַוועגונג אױך ניט. פֿון אונזערע יו-ניאָנס און זייערע קאַמפֿען האָבען אַזעלכע אימיגראַנטען געמאַכט חוזק. וואָס פֿאַר אַ ווערדע קען האָבען אַ באַוועגונג, ווען עס זיינען ניטאָ קיין באַריקאַדען און קיין סיביר ?...
דיזער טיפּ האָט גאָר ניט געטאָן, אָפֿט צוגעהונגערט און זיך געקוויקט מיט רעוואָלוציאָנערע עראינערונגען און מיט פֿאַר-אַכטען די אַמעריקאַנער טרייד-יוניאָנס און סאָציאַליזם. עס זיי-נען געווען איניגע סימפּאַטישע מענשען צווישען זיי, אָבער גע-נוג אונסימפּאַטישע.
די צייט האָט נאַטירליך געהאַט איהר ווירקונג. ביסלעכווייז האָבען פֿילע פֿון זיי זיך אַריינגעצויגען אין דער אַמעריקאַנער ווירקליכקייט, און אָנגעהויבען אױף איהר צו קוקען מיט אַנדערע אױגען.
אַזעלכע ווי ראַבינאָוויטש, וואָס האָבען גלייך באַטראַכט אַמעריקא מיט קלאָהרע, ניכטערע אױגען, האָב איך געזעהן ווייניג.
566אין איניגע פּרטים איז ער געווען אַ מערקווירדיגער אױסנאַם. ער איז מיר געווען זעהר אינטערעסאַנט.
אין דעצעמבער, 1907, אין דער צייט וואָס איך בין געלע-גען קראַנק, האָט מיט מיר פּאַסירט איינע פֿון יענע קלייניג-קייטען, וועלכע בלייבען אין אַ מענשען'ס זכרון פֿאַרצייכענט צווישען די באַמערקונגסווערטע איינצעלהייטען פֿון זיין לעבען.
ווען צו מיר איז אַריינגעקומען די נוירס („שוועסטער", וואָרטערקע), האָט זיך אַרױסגעצייגט, אַז איך בין אַמאָל געווען באַקאַנט מיט איהר פֿאָטער. דאָס איז געווען אין 1882, דעם ערשטען זומער וואָס איך האָב פֿאַרבראַכט אין אַמעריקא. ער איז דאַן געווען דער סעקרעטער פֿון דעם „פּראָפּאַגאַנדא פֿאַר-איין", ביי וועלכען איך האָב געהאַלטען מיינע ערשטע רעדעם (זעה צווייטען באַנד, פֿיידזש 104-109). זינט דאַן — פֿינף-און-צוואַנציג יאָהר — האָב איך איהם ניט געזעהן. כמעט אין גאַנ-צען פֿאַרגעסען אָן איהם.
ער האָט געוואואינט אין ניט קיין גרויסע שטאָדט, ווייט פֿון ניו יאָרק. זיין טאָכטער האָט איהם געשריבען אַ גרוס פֿון מיר, און אין עטליכע טעג אַרום האָט זי מיר געבראַכט אַ דיקען בריף. ענטפֿערענדיג פֿריינדליך אױף מיין גרום, האָט ער מיך דערמאָנט אָן דער רעדע וואָס איך האָב געהאַלטען אױף סאָפֿאָלק סטריט אין יענעם זומער, 1882. דאָס איז די קינדערש-רעוואָלאָציאָ-נערע רעדע, אין וועלכער איך האָב גערופֿען די אַרבייטער מיט אייזענס און מיט העק צו געהן אױף דער פֿינפֿטער עוועניו און צונעמען ביי די מיליאָנערען זייערע פּאַלאַצען מיט זייערע רייכ-טימער (זעה צווייטען באַנד, פֿיידזש 108*. מיין אַמאָליגער567פֿאַראיין-גענאָסע האָט אָן אונגעוועהנליכען זכרון. ער האָט די רע-דע גערעדנקט פֿון אָנהויב ביז'ן סוף. און איצט, אין זיין בריף צו מיר, האָט ער איהר איבערגעגעבען מיט יעדער איינצעלהייט.
דערביי האָט ער געשריבען, אַז ער פֿאָלגט נאָך מיין קאַ-ריערע און האָט מיר געגעבען אַ „גאָב", פֿאַר וואָס איך בין ניט געבליבען טריי מיינע אַמאָליגע „אַנאַרכיסטישע" אידעאַלען, און בין איבערגעגאַנגען צו דעם סאָציאַליסטישען לאַגער. ער אַליין איז די דאָזיגע אידעאַלען טריי — אַזױ האָט עס געהייסען לױט זיין בריף.
שפּעטער בין איך געוואָהר געוואָרען, אַז ער איז אַ פּרעזידענט פֿין אַ שוהל. איך האָב זיך צולאַכט. איך האָב זיך אָבער ער-קונדיגט, אַז ער העלפֿט מיט אַ בריטער האַנט אַלע באָנדיסטישע און אַנדערע סאָציאַליסטישע רעדנער וואָס קומען אין זיין שטאָדט, און אַז אַליין איז ער ווירקליך אַנאַרכיסטיש געשטימט. אַ העכסט עהרליכער און גוטער מענש איז ער, און ער טוט אַלעס מעגליכעס פֿאַר יעדער פֿאָרטגעשריטענער באַוועגונג.
אַ שוהל-פּרעזידענט איז ער פֿון נאָכגעביגקייט, פֿריינדליכקייט און גוט-בריִדערשאַפֿט מיט זיינע שכנים, און אַלס רעזולטאַט פֿון דעם לאַנגווייליגען לעבען וואָס רינגעלט איתם אַרום. ווען ער וואָלט געוואואינט אין ניו יאָרק, וואָלט ער זיך אין די 25 יאָהר געענדערט. אַזױ אָבער זיינען זיינע אַנאַרכיסטישע אידעען פֿון 1882 אין איהם פֿאַרגליווערט געוואָרען.
אין אָנפֿאַנג פֿון 1907 האָט דאָס לאַנד בוכשטעבליך געקאָכט מיט דעם טהאָא פּראָצעס. אייגענטליך האָט מיט דער געשיכ-טע ניט אױפֿגעהערט זיך צו רודערען ביי פּופּצעהן יאָהר.
טהאָא איז געווען דער זיהן פֿון אַ באַקאַנטע מיליאָנערסקע משפּחה אין פּיטסבורג. ער האָט זיך איינגעליבט אין אַ שעהנער אָרימער מיידעל מיט'ן נאָמען עוועלין נעסביט. זי האָט איהם דערצעהלט, אַז דער באַריהמטער אַרכיטעקט סטענפֿאָרד ווהייט568האָט איהר געשענדעט. דאָס האָט טהאָא'ן ניט געשטערט איהר צו הייראַטען. אָבער נאָך זיין חתונה האָט ער ווהייט'ען ער-מאָרדעט.
אױף דעם מאָרד פּראָצעס זיינען פֿאָרגעקומען פֿאַרשיידענע סענסאַציאָנעלע סצענעס, איניגע פֿון וועלכע האָבען געהאַט אַ פּסיכאָלאָגישען אינטערעס און איניגע — פּשוט דעם אינטערעס פֿון „פֿאַרבאָטענע פֿרוכט". (דער דיסטריקט אַטוירני (פּראָקו-ראָר) האָט עוועלין'ען געשטעלט, צום ביישפּיל, פֿראַגען, ביי וועל-כע מען האָט געמוזט הייסען אַלע דאַמען פֿאַרלאָזען דעם גע-ריכטס-זאַל). טהאָא'ס אַדוואָקאַטען האָבען געבראַכט די באַ-ריהמטסטע נערוון-עקספּערטען צו באַווייזען אַז ער איז דעם מאָרד באַגאַנגען אין אַן אָנפֿאַל פֿון וואַהנזין. (איינער פֿין זיי האָט אין זיין עדות-זאָגען געברויכט דעם אױסדרוק „מאָרד-שטורם" — דאָס הייסט, אַז פֿון אױפֿרעגונג, נאָך דעם ווי זיין עוועלין האָט איהם דערצעהלט איהר געשיכטע, איז ביי טהאָא'ן געוואָרען אַ שטורם אין מאָרך; איז דער ווערטעל גלייך פֿאַר-שפּרייט געוואָרען איבער גאַנץ אַמעריקא אַלס אַ שפּאַס.) דער פּראָקוראָר פֿון זיין זייט האָט אױך געבראַכט עקספּערטען. דער סוף איז געווען, אַז די דזשורי האָט דעם באַשולדיגטען ערקלערט וואַהנזיניג.*
איך האָב דעם פּראָצעס בייגעוואואינט פּערזענליך, און האָב אין „פֿאָרווערטס" געשריבען מיינע איינדריקע וועגען איהם.
569אין אָנהויב פֿון 1908 האָבען מיר ווידער געהאַט וויכטיגע געסט פֿון רוסלאַנד'ס טעאַטער-וועלט. דיזען מאָל איז צו אונז געקומען די באַריהמטע קאָמיסאַרזשעווסקאַיאַ מיט איהר טרופּע. זייער רעאַליסטישער שפּילען האָט ביי אונז אױך געמאַכט אַ טיפֿען איינדרוק.
די וואָרימסטע באַגייסטערונג האָט אַרױסגערופֿען בראָוויטש, דער וויכטיגסטער אַקטיאָר פֿון דער טרופּע. איך גלױב, אַז אַרלעניעוו איז געווען אָריגינעלער, מיט מעהר „געטליכען פֿייער", ווי מען רופֿט דאָס. וואָס אָנבאַטרעפֿט אָבער נאַטירליכקייט און קונסטלערישע אמת'דיגקייט, איז בראָוויטש געשטאַנען העכער.
עטליכע מאָנאַטען שפּעטער האָט זיך באַווייזען דער יונגער פֿידעל-שפּילער מישאַ עלמאַן. אין איראָפּא איז ער שוין גע-ווען באַריהמט. ווען מיר האָבען איהם געהערט דאָ ביי אונז, האָט ער בוכשטעבליך געמאַכט אַ פֿורער.
זיצענדיג ביי זיין ערשטען קאָנצערט, האָב איך אין מיין מוח זיין אונגעהייערען טאַלאַנט ניט-ווילענדיג פֿאַרבונדען מיט עראינערונגען אָן די שרעקליכע פּאָגראָמען, וועלכע זיינען דאַן נאָך געווען אַזױ פֿריש אין דעם אידישען זכרון. דער פֿאַקט, אַז אַזױ פֿיל קריסטען מוזען אַפּלאָדירען דיזען אידישען איינגעל, האָט זיך מיר אין יענעם מאָמענט פֿאָרגעשטעלט אַלס אַ מין נקמה פֿאַר די רציחות און ערנידערונגען וואָס אידישע קינדער שטעהען אױס.
איך האָב דעם דאָזיגען געדאַנק אױסגעדריקט אין מיין אַר-טיקעל וועגען עלמאַן'ס ערשטען קאָנצערט.
דער „פֿאָרווערטס" האָט פֿיל מיטגעהאָלפֿען אין באַקאַנט מאַ-כען דעם עולם מיט עלמאַן'ס טאַלאַנט.
שפּעטער איז געקומען אפרים צימבאַליסט. און אַזױ האָט זיך דאָס אָנגעהויבען דער מערקווירדיגער שטראָם פֿון מוזיקאַ-לישע וועלט-טאַלאַנטען קיין אַמעריקא. און כמעט אַלע פֿון דיזע570יונגע גאונים פֿידערל-שפּילער און פּיאַניסטען זיינען אידען, אונ-זערע אידישע קינדער פֿון רוסלאַנד, פּוילען, אָדער גאַליציען!
דעם 3טען יאַנואַר, 1909, האָב איך באַקומען אַ בריף פֿון דר. חיים ספּיוואָק, וועלכער האָט דאַן שוין פֿון פֿילע יאָהרען גע-וואוינט אין דענווער, קאָלאָראַדאָ.* דער בריף האָט זיך אָנגע-פֿאַנגען מיט וואַרימע ווערטער וועגען אונזער לאַנג-יעהריגער פֿריינדשאַפֿט.
אין ניו יאָרק האָט ער געוואוינט ווייניג, — נאָר די ערשטע מאָנאַ-טען פֿון אונזער ערשטען זומער אין אַמעריקא. ער האָט זיך גערופֿען ספּיוואַקאָווסקי, ווי אין דער היים; דערנאָך אָבער, האָט ער זיין נאָמען געענדערט אױף „ספּיוואָק". מיר זייגען גלייך געוואָרען נאָהענט באַ-פֿריינדעט און האָבען זיך גענומען זאָגען „דו". דערנאָך האָט ער געאַר-בייט אױף אַ פֿאַבריק אין ליסבאָן פֿאַלעס, מעין. ענדליך האָט ער זיך באַזעצט אין פֿילאַדעלפֿיע, וואו ער האָט אױסגעשטודירט אױף דאָקטאָר און פּראַקטיצירט זיין פּראָפֿעסיע. דאָרטען האָט ער געהיירראַט. אין די 90טע יאָהרען, ווען איך בין געווען פֿאַרבונדען מיט דער „אַרבייטער-צייטונג" און פֿלעג אָפֿט קומען קיין פֿילאַדעלפֿיע אױף לעקטשורס, פֿלעג איך זיך אימער אָפּשטעלען ביי איהם אין הויז. שפּעטער האָט ער זיך אַריבערגעקליבען קיין דענווער, וואו ער איז געווען איינער פֿון די גרינ-דער פֿון דעם דענווער סאַנאַטאַריום פֿאַר שווינדזיכטיגע. ער פֿלעגט אָפֿט קומען קיין ניו יאָרק און אױף דיזע וויזיטען זייגע פֿלעגען מיר זיך זעהן. אין פֿאַרלױף פֿון עטליכע יאָהר איז ער געווען אַ מיטאַר-בייטער אין „פֿאָרווערטס", וואו ער פֿלעגט דרוקען אַרטיקלען איבער מע-דיצינישע און אַנדערע געגענשטאַנדען. דאָס איז אָבער ביי איהם געווען אַ ביי-זאַך. זיין הויפּט אינטערעס איז געלעגען אין דעם סאַנאַטאַריום, אין דער מעדיצינישער וויסענשאַפֿט און אין קהל'שע טעטיגקייטען. ער איז געווען איינער פֿון די פּראָמינענטסטע און שעהנסטע פֿיגורען אין אונזער אימיגראַציע, איינער פֿון איהרע סימפּאַטישסטע און נאָבעל-סטע, אַ מענש מיט אַ גילדערנע נשמה אין דעם אמת'ען זין פֿון דעם אױס-דרוק. דער בולט'סטער שטריך אין זיין גייסטיגען לעבען איז געווען זיין ליבע צום אידישען פֿאָלק, אַ ליבע, וועלכע איז אין איהם שטענדיג געוואַקסען.
571דער אינהאַלט און טאָן פֿון די ערשטע שורות האָבען אױף מיר געמאַכט אַ זאָנדערבאַרען איינדרוק. וואָס עפּעס פּלוצלונג אַזעלכע סענטימענטאַלע ערינערונגען ?
עס איז געווען אַ הקדמת צו ניט קיין פֿרעהליכער בשורה. ווייטער איז אין דעם בריף געשטאַנען, אַז מיין ברודער, איסאַאק, איז געשטאָרבען. (זעה ערשטען באַנד, פֿיידזשעס 168-169, 446 און 447; צווייטען באַנד, פֿיידזש 109, און דריטען באַנד, פֿיידזשעס 268-272 און 412).
איסאַאק איז מיט אַ יאָהר דריי פֿריהער קראַנק געוואָרען אױף די לונגען. ער איז אָבער געווען אַן ענערגישער, טעטיגער און לעבענס-לוסטיגער מענש און ער האָט פֿאַרטגעזעצט זיין טע-טיגקייט, פֿאַרנאַכלעסיגענדיג זיין שוואַכען געזונט, ביז די געפֿאַהר איז אַוועק צו ווייט. דאַן איז ער אַוועקגעפֿאָהרען מיט זיין פֿרוי און דריי-יעהריגען זוהן קיין דענווער. אין דעם סאַנאַטאַריום פֿון וועלכען דר. ספּיוואָק איז געווען די נשמה, איז ער קיין פּאַ-ציענט קיין מאָל ניט געווען. מיט דר. ספּיוואָק'ען פֿלעגט ער זיך אָבער זעהן זעהר אָפֿט.
אַלס רעזולטאַט פֿון אַ פֿאַרקיהלונג, האָט ער באַקומען לונגען-ענטצינדונג און מיר האָבען איהם פֿאַרלאָרען.
ער איז געווען מיין איינציגער ברודער, און קיין שוועסטער האָב איך קיין מאָל ניט געהאַט. עס איז מיר ניט לייכט אױס-צודריקען דעם געפֿיהל פֿון שמערץ און פֿאַרצווייפֿלונג, וועלכען דר. ספּיוואָק'ס בריף האָט אין מיר אַרױסגערופֿען. אַ חוץ זיין זוהן עמאַנועל, איז פֿון איהם געבליבען אַ טאָכטער, סילוויא. מיט אַ קורצער צייט שפּעטער, איז מיין שוועגערין, ענני, געקו-מען פֿון דענווער מיט די צוויי יתומים. די קלייניגקע סילוויא נאָך אַ בייבי אױף די הענט.
אין דעם „פֿאָרווערטס" פֿון דעם 11טען יוני, 1909, אױף דער ערשטער פֿיידזש, אין אַ טרויער-ראַם, געפֿינען זיך די ווער-טער : „יעקב גאָרדין טױט", און אונטער דעם : „דער באַריהמטער572דראַמאַטורג געשטאָרבען האַלב נאָך צוועלף נעכטען אָוונד פֿון אַ בלוט-שטורץ אין די לונגען אַלס רעזולטאַט פֿון קאַנסער".
אױף דער זעלבער פֿיידזש געפֿינט זיך אַ רעדאַקציאָנס-אַרטיקעל (געשריבען פֿון מיר) אױף צוויי קאָלומס, וואו עס ווערט גערעדט וועגען דעם געשטאָרבענעם אין אַ טאָן פֿון טרויער און רעספּעקט.
עס ווערט דערמאָנט זיין פֿאַרבינדונג מיט דער פֿאָרטגעשרי-טענער טייל פֿון דער אימיגראַציע און מיט דער אַרבייטער באַווע-גונג; און עס ווערט אָנגעוויזען אַז ער האָט דורך דער ביהנע געאַרבייט „פֿאַר ליכט און פֿאָרטשריט און אין די אינטערעסען פֿון די אידישע מאַסען".
ווייטער איז אױסגעדריקט דער געדאַנק, אַז גאָרדין האָט גע-העָרט צו דער רוסישער אינטעליגענץ, און דאָס הייסט, אַז ער האָט באַלאַנגט צו אַזאַ וועלט, וואו פֿון ליטעראַטור און קונסט ווערט געפֿאָדערט דינסט פֿאַר די בעסערע אינטערעסען פֿון דער מענשהייט; אַז „ער איז ערצויגען געוואָרען אין דער גייסטיגער אַטמאָספֿערע פֿון די דאָבראָליובאָוס און די טשערנישעווסקים, ביי וועלכע אַ שרייבער וואָס האָט זיין טאַלאַנט ניט געווידמעט דער פֿרייהייט-באַוועגונג, איז געווען פֿאַרדאַמט אַלס אַ דאַרמאָ-יעדניק, אַלס אַ פֿאַררעטער צו דער געזעלשאַפֿט, וועלכע האָט אין איהם זיינע קרעפֿטען אױסגעהאָדעוועט.
„אָט מיט דיזע טראַדיציעס, אָט מיט דיזע געפֿיהלען, האָט יעקב גאָרדין פֿאַרנומען זיין פּלאַץ אין דער אידישער טעאַטער וועלט".
ווייטער דערצעהלט דער אַרטיקעל, אַז יעקב גאָרדין איז גע-ווען איינער פֿון די נאָהענטסטע פֿריינד פֿון דער גרופּע וואָס האָט געגרינדעט דעם „פֿאָרווערטס", און אַז אין די ערשטע מאָנאַ-טען פֿון דעם „פֿאָרווערטס" עקזיסטענץ איז ער געווען אַ שטענדיגער מיטאַרבייטער אין אונזער רעדאַקציע.
דער אַרטיקעל ווערט געשלאָסען מיט אַ רוף צו עהרען דעם אָנדענקען פֿון דעם געשטאָרבענעם אױף פֿאַרזאַמלונגען, געהן צו דער לויה און ברענגען בלומען אױפֿ'ן קבר.
573דעם לייט-אַרטיקעל אין דעם טאָג פֿון דער לויה האָט, אױף מיין ביטע, אױפֿגעשריבען א. ליעסין. אַ שעהנער, פּאָעטיש-גע-שטימטער הספּד איז דאָס געווען. דער שרייבער פֿאַנגט אָן פֿון דעם איינדרוק וואָס גאָרדין האָט אױף איהם געמאַכט, ווען ער האָט איהם געזעהן צום ערשטען מאָל — אין דער רעדאַקציע פֿון „פֿאָר-ווערטס" — מיט אַ יאָהר צוועלף פֿריהער :
„וואָס פֿאַר אַ הדרת פּנים ! — זאָגט ער — וואָס פֿאַר אַ פֿיינער אידישער עקזעמפּלאַר ! אַן ענטציקענדער איינדרוק. עס האָט זיך ניט געוואָלט ריידען. עס האָט זיך נאָר געוואָלט קוקען אױף איהם.
„און דאָס איז אױך געווען דער ערשטער איינדרוק וואָס האָט אױפֿגעקוועטשט דאָס האַרץ ביי דער נאָכריכט פֿון זיין טױט. און דאָס וועלען אױך פֿיהלען פֿילע פֿון די צעהנדליגע טויזענדער ווען זיי וועלען היינט באַגלייטען דאָס לעצטע וואָס די שרעקליכע קראַנקהייט האָט איבערגעלאָזען פֿון דעם אַמאָליגען יעקב גאָרדין. מען וועט שוין מעהר ניט זעהן דיזען הדרת פּנים, דיזען פֿיינעם אידישען עקזעמפּלאַר — קיין מאָל ניט מעהר !
„און עס וועלט זיך אױפֿלעבען אין געדעכניס נאָך אַמאָל דיזע ריזיגע פֿיגור מיט'ן גרויסען שטערען און מיט די גוטע, פֿאַר-טראַכטע אױגען, דיזען פּנים פֿון וועלכען עס האָט אַרױסגעשיינט אַ שטאָלצע און הערשענדע אָבער אױך אַ ברייטע און אַ רייכע נאַטור, און טיף-טיף וועלט עס זיך איינפּרעסען אין געדעכניס.
„פֿון יעקב גאָרדין'ען האָט מען אימער ערוואַרטעט גרויסעס. און אַנדערש האָט מען פֿון איהם ניט געקענט ערוואַרטען. און ער אַליין האָט עס אױך פֿון זיך ערוואַרטעט. ער איז אָבער געווען אַ ראָמאַנטיקער — סיי אין זיין לעבען, און סיי אין זיין שאַפֿען אַ ראָמאַנטיקער. און דערמיט ערקלערט זיך פֿילעם אין זיין קאַריערע — פֿילע מיספֿאַרשטענדנישע זיינע מיט'ן שיקזאָל".
צום שלום דערמאָנט ליעסין ווידער די צייט „מיט צוועלף יאָהר צוריק, אין דעם ערשטען העכסט אינטערעסאַנטען „פֿאָר-ווערטס" פּעריאָד, ווען מיר האָבען געאַרבייט זייט ביי זייט מיט גאָרדין'ען" און ער רופֿט אױס : „בויגענדיג זיך אין טרויער: עהרע דיין אָנדענקען, אָה, טיערער חבר !"
574גאָלדפֿאַדען איז געשטאָרבען מיט אַנדערהאַלבען יאָהר פֿריהער — דעם 9טען יאַנואַר, 1908.
צוויי מאָנאַט נאָך דעם טױט פֿון יעקם גאָרדין, דעם 14טען אױגוסט, 1909, איז אין ניו יאָרק אָנגעקומען רחל קאַמינסקי, די באַריהמטע אידישע אַרטיסטין פֿון רוסלאַנד, וועלכע האָט גע-שפּילט אין זיינע פּיעסען. זי איז געווען די וויכטיגסטע קראַפֿט אין דער אידישער טעאַטער וועלט פֿון אונזער אַלטער היים, און איך בין געווען נייגעריג איהר צו זעהן אױף דער ביהנע — נייגעריג צו זעהן ווי מען שפּילט אױף אידיש אין רוסלאַנד.
אונזער אידישער טעאַטער אין אַמעריקא האָט זיך ענטווי-קעלט, דירעקט אָדער אינדירעקט, אונטער אַמעריקאַנער איינפֿלו-סען. אַז דער אַמעריקאַנער טעאַטער איז געשטאַנען נידעריגער ווי דער רוסישער — דאָס האָב איך געוואואוסט גאַנץ גוט. טאָ-מער וואָלט ביי מיר געווען אַ צווייפֿעל וועגען דעם, וואָלט אר-לעניעוו מיט זיין טרופּע און קאָמיסאַרזשעווסקאַיאַ מיט איהר טרופֿע דעם צווייפֿעל צוטריבען ווי אַ רויך. ווי איז אָבער מיט די אידישע טעאַטער טרופּען וואָס שפּילען אין וואַרשע, ווילנע, קיעוו אָדער אדעם ? שטעהען זיי העכער אָדער נידעריגער ווי אונזערע ? פֿיהלט זיך אין זייער שפּילען די ווירקונג פֿון דער רוסישער און פּױלישער ביהנע ?
ווען מאַדאַם קאַמינסקי איז אַראָפּ פֿון שיף, האָט זי גע-צויגען אױפֿמערקזאַמקייט מיט אַ שטריך, אין וועלכען די היי-מישע שוישפּילערינען זיינען אַנדערש ווי אין אַמעריקא. זי איז געווען זעהר איינפֿאַך געקליידט — ווי אַ באַלעבאָסטע, גאָר ניט ווי אַ אידישע אַקטריסע פֿוצט זיך דאָ ביי אונז.
מאַדאַם קאַמינסקי'ס ערשטער אױסטריט איז פֿאָרגעקומען אין טהאָליא טעאַטער פֿרייטאָג-צו-נאַכט, דעם 27טען אױגוסט, אין575גאָרדין'ס „קרייצער סאָנאַטא". זי האָט געשפּילט מיט דוד קעסלער'ן.
מיין קריטיק איז ערשינען אין דעם „פֿאָרווערטס" פֿון זונ-טאָג, אױגוסט דעם 29טען, אונטער דער איבערשריפֿט : „מאַדאַם קאַמינסקי אין גאָרדין'ס „קרייצער סאָנאַטא" — צוויי פֿאַר-שיידענע טעאַטער-שולען — די אייראָפּעאישע און די היגע".
דער עיקר פֿון דעם אַרטיקעל געפֿינט זיך אין די פֿאָלגענדע שורות, וועלכע זיינען אַן אױסצוג פֿון איהם :
„ווען אונזערע אַ „סטאַר" („שטערן") שפּילט דיזע ראָלע, לאָזט זי די שטילע סצענעס אױך ניט אַוועקגעהן אָהן ליאַרם. זי שרייט „דראַמאַטיש", וואו לױט דער ראָלע דאַרף מען דעם וואָרט אױסריידען געלאַסען; זי וואָרפֿט „הױך דראַמאַטישע" בליקען; זי לאָזט ניט צו אַז די אַנדערע אַקטיאָרען זאָלען צוקומען צו דער אױפֿמערקזאַמקייט פֿון דעם טעאַטער עולם.
„דיזע „טריקס" אָו די סטאַר טרייד" (קונצען און שפּיצלעך פֿון דעם „סטאַר"-פֿאַך) זיינען מאַדאַם קאַמינסקי'ן ניט באַקאַנט. זי האָט געשפּילט מיט דער אַרטיסטישער עהרליכקייט און אױפֿ-ריכטיגקייט פֿון דער רוסישער און פּױלישער שול. דאָרטען, וואו די ראָלע פֿאָדערט, אַז זי זאָל זיצען שטיל, איז זי געזעסען שטיל; וואו איהר איז אױסגעקומען צו ריידען אָדער ריידען אָהן היס-טעריקע, האָט זי אַזױ געטאָן. דאָס האָט ענטוישט יענעם עולם, וועלכער איז געוואואינט יעדע מינוט צו הערען מעלאָדראַמאַטישע געוואַלדען.
„און די אַנדערע אַקטיאָרען אױף דער ביהנע האָבען זיך באַ-נוצט מיט דעם וואָס די „גרינע" לאָזט דורך איהרע „געלעגענ-הייטען". זיי האָבען אַזױ געשריען, אַזױ זיך „געמאָרדעוועט", אַז איניגע פֿון מאַדאַם קאַמינסקי'ס שענסטע מאָמענטען זיינען איינ-פֿאַך דערטרונקען געוואָרען אין אַ ים פֿון מוזיק-האָל געפּילדער".
„מאַדאַם קאַמינסקי האָט אַן אמת'ן טאַלאַנט" — זאָג איך ווייטער. ווען זי האָט אַ דראַמאַטישען מאָמענט, דרינגט זי אױך דורך מיט אַן עסטעטישען ציטער. די ווערטער רייסען זיך ביי איהר אַרױס אױף אַ נאַטירליכען שטייגער, מיט אַן עכטער, ניט געבלאָפֿטער וואַרימקייט. די טרערען קומען אױף אַן אמת'דיגען,576ניט פֿאַבריצירטען אופֿן. קיינער קען אייך ניט מאַכען וויינען אַזוי ווי זי. אַזעלכע מאָמענטען האָט איהר ראָלע אין „קרייצער סאָנאַטאַ" וויניג, אָבער אין די וואָס זיינען דאָ, האָט זי יעדעם מאָל געהאַט ערפֿאָלג אין דעם בעסערען זין פֿון וואָרט. איהר ביהנע פֿערזענליכקייט איז דאַן געווען העכסט סימפּאַטיש, און דער עפֿעקט איז געווען אַ טיפֿער.
„עס איז קיין פֿראַגע ניט, אַז די לויב-געזאַנגען, וועלכע זי האָט באַקומען אין רוסלאַנד, זיינען כשר פֿאַרדינט. אָבער — משנה מקום, משנה אומשטענדען. אין רוסלאַנד איז דער טעאַטער עולם ניט צוגעוואוינט צו קיין סטאַר פּריווילעגיעס און סטאַר-„טריקס"; אויך ניט צו די „טריקס", וועלכע די אַנדערע אַקטיאָרען געברויכען ביי אונז אין זייער קאַמף פֿאַר אַנערקענונג".
„אונזער היגער טעאַטער האָט אָבער געוויסע מעלות", — זעץ איך פֿאָרט — „וועלכע דער אידישער טעאַטער אין רוסלאַנד האָט ניט, ווי עס שיינט. אין די 27 יאָהר האָט אונזער ביהנע אויסגעאַרבייט אַ טעכניק, וועלכע זי איבערטרייבט, אָבער אָהן וועלכער מען קען אין אַ טעאַטער ניט אויסקומען. אונזערע שויש פֿילער וויסען ווי און וואו צו שטעהן אויף דער ביהנע און ווי זיך צו באַנוצען מיט אמת'ע קינסטלערישע געלעגענהייטען. די רוסישע אַקטיאָרען פֿון רוסלאַנד וויסען דאָס אויך. די דאָרטינע אידישע אַקטיאָרען אָבער פֿעהלט דאָס פֿאַרלויפֿיג, ווי עס זעהט אים אויס (און די רוסישע צייטונגען זאָגען דאָס ווירקליך וועגן זיי. זיי לויבען זיי אַלס קינסטלער, ביי וועלכע דאָס לעבען אַליין איז די שול, אָבער וועלכע עס פֿעהלט אַ טעאַטער-שול).
„מאַדאַם קאַמינסקי מאַכט אָפֿט דעם איינדרוק ווי אַ זעהר טאַלאַנטפֿולע אַמאַטאָרין, וועמען עס פֿעהלט בלויז טעכנישע ערפֿאַהרונג אום צו זיין אַ גלענצענדער פֿאָלשטענדיגער טאַלאַנט.
„נאָר אַ זאַך: איהר שטימע האָט דאָס רוב געקלונגען שוואַך, הגם אין די וויכטיגע מאָמענטען האָט זי געהילבט הויך און אַנגענעהם. דער אידישער טעאַטער אין רוסלאַנד איז דאָס רוב אַ קליינער, ענגער זאַל. צו ריידען פֿאַר אַזאַ גרויסען עולם ווי577די טהאַליאַ טעאַטער מאַסע איז מאַדאַם קאַמינסקי מסתמא ניט געוואואינט".
מען האָט געגאַרט די וואַרשעווער אַקטריסע צו זעהן אין יעקב גאָרדין'ס „מירעלע אפרת", איהר וויכמינגסטע ראָלע, ווי מען האָט געהערט. אָבער די פּיעסע „מירעלע אפרת" איז געווען דאָס אייגענטום פֿון אונזער שוישפּילערין קעני ליפּצין, און צוערשט האָט די וואַרשעווער אַקטריסע ניט געקענט באַקומען אן ערלויבניס צו שפּילען אין איהר. ענדליך האָט מאַדאַם ליפּצין איהר די ערלויבניס געגעבען.
מאַדאַם קאַמינסקי האָט די ראָלע דורכגעפֿיהרט קינסטלעריש. עס האָט זיך אָבער אַרויסגעצייגנט, אַז מאַדאַם ליפּצין איז צו איהר מעהר צוגעפּאַסט. עס איז אַ בריליאַנטענע ראָלע, אָבער ניט קיין רעאַליסטישע. און מאַדאַם קאַמינסקי'ס נאַטירליכע לעבענסטענער זיינען אין איהר ניט געווען אַזוי ערפֿאָלגרייך ווי מאַדאַם ליפּצין'ס „אויפֿגעהויבענע", אָבער איינדרוקספֿולע דעקלאַמאַציע. ריידען איינפֿאַך, מיט דעם נאַטירליכען געשפּרעך-נגון פֿון לעבעדיגע מענשען, האָט מאַדאַם ליפּצין ניט געקענט. אָבער אויף אַ ניט-רעאַליסטישען שטייגער איז זי געווען אַ גלענצענדע אַרטיסטין, מיט אַ פֿלאַמענדען טעמפּעראַמענט, מיט איינבילדונגס-קראַפֿט, מיט אַ קלינגענדער, עפֿעקטנער שטימע און מיט אַ מערקווירדיג קלאָרער און דורכדרינגענדער אויסשפּראַך. און אויף דער טעכניק פֿון דער ביהנע, אויף די מעכאַנישע מיטלען, וועלכע העלפֿען אין אַ מעלאָדראַמאַטישען שפּילען — אויף דעם איז זי געווים געווען מעהר בריה ווי די גאַסטראָלירענדע שוישפּילערין.
אַן אויסגעצייכענטע רעאַליסטישע שוישפּילערין איז ביי אונז געווען סאַראַה אדלער. דוד קעסלער, איינער פֿון אונזערע צוויי וויכטיגסטע דראַמאַטורגען, איז אויך אין זיין שפּילען געווען כמעט אַ פֿאָלשטענדיגער רעאַליסט. דזשייקאָב פּ. אדלער איז אין גרונד געווען אַ „שעקספּירישער" אַרטיסט. אָבער אַז ער האָט געהאַט אַ גרויסען טאַלאַנט — וועגען דעם האָט קיין פֿראַגע ניט געקענט זיין.
578אונזער אידישע ביהנע האָט געהאַט ברייטערע מעגליכקייטען ווי די אידישע ביהנע אין רוסלאַנד, און אין די 27 יאָהר פֿון אונגעשטערטע ענטוויקלונג האָט זי געמאַכט באַדייטענדע פֿאָרטשריט, טראָץ דער אונגינסטיגער ווירקונג פֿון דער אַנגלאָ-סאַקסישער שול. מיט אַלע פֿעהלערען, און ניט קוקענדיג אויף איהרע „טריקס", האָט זי אויסגעאַרבייט אייניגע גלענצענדע קרעפֿטען.
די מעטאָדען פֿון שפּילען זיינען אין רוסלאַנד געווען בעסערע, העכערע. כחות אָבער האָבען מיר געהאַט בעסערע.
אַרום יענער צייט זיינען די אידען פֿון אַמעריקא געווען שטאַרק פֿאַראינטערעסירט אין דעם נאָמען וויקטאָר ד. ברענער. מיט דעם נאָמען האָט זיך איבערהויפֿט גערודערט אין אַמעריקא.
פּרעזידענט רוזוועלט האָט געמאַכט אַ נייעם סענט. פֿריהער פֿלעגט אויף דעם אַמעריקאַנער סענט שטעהן דער קאָפּ פֿון אַ אינדיאַנער. די נייע מטבעת האָט אויף זיך געהאַט די געשטאַלט פֿון פּרעזידענט לינקאָלן — דער אינטערעסאַנטסטער, סימפּאַטישסטער און מערקווירדיגסטער פֿון אַלע אַמעריקאַנער פּרעזידענטען, דער פּרעזידענט וועלכער האָט דורכגעפֿיהרט די גרויסע מלחמה צווישען די נאָרד און די זיד שטאַאַטען און באַפֿרייט די אַמעריקאַנער נעגערס פֿון שקלאַפֿעריי.
דער קינסטלער, וואָס האָט געמאַכט די פֿיגור פֿון לינקאָלן פֿאַר די נייע סענטען, איז געווען דער דערמאָנטער וויקטאָר ד. ברענער, אַ אידישער אימיגראַנט פֿון שאַוועל, קאָוונער גובערניע. ער איז געבוירען געוואָרען אין יאָהר 1871. זיין פֿאָטער איז געווען אַ שטייןקריצער, און ער האָט זיך אויסגעלערענט די מלאכה נאָך אַלס קינד. און אַלס קינד האָט ער שוין אויך אַרויסגעוויזען טאַלאַנט צו העכערע פֿאָרמען פֿון קונסט. ער האָט אימיגרירט קיין אַמעריקא אין 1890. אין ניו יאָרק האָט ער צוערשט שטודירט אין קופּער יוניאָן, און נאָכהער איז ער געגאַנגען אין579אַ געוויסע צייט האָט ער אויך פֿאַרבראַכט שטודירענדיג קונסט אין דייטשלאַנד און איטאַליען.
רוזוועלט האָט לכתחילה געוואָלט האָבען לינקאָלן'ס בילד אויף די נייע האַלבע דאָלאַרס, און מען האָט אַרויסגעגעבען אַ קאָנקורס אויף דעם. האָט דער שאַוולער איד געוואואנען דעם קאָנקורס. ער האָט געמאַכט די בעסטע פֿיגור פֿון לינקאָלן. נאָכהער האָט זיך ביי רוזוועלט'ן געענדערט דער געדאַנק: אַנשטאָט צו שטעלען די פֿיגור אויף אַ זילבערנעם האַלבען דאָלאַר, זאָל מען איהר שטעלען אויף דעם סענט, וואָרים דער סענט איז די מטבעה פֿון אָרימע לייט, פֿון די גרויסע מאַסען, היימט עס, און לינקאָלן איז דאָך געווען דער פּרעזידענט פֿון די פֿאָלקס-מאַסען.
די נייע סענטען אַלזאָ האָבען אויף זיך געהאַט ברענער'ם פֿיגור פֿון לינקאָלן. ביי דער צייט איז געשטאַנען דער וואָרט „פֿרייהייט", און אויבען איז געווען די פֿראַזע, וועלכע געפֿינט זיך אויף אַלע אַמעריקאַנער דאָלאַרס: „מיר גלויבען אין גאָט". אויף דער סענטיגער מטבעה האָט זיך, מיט גאַנץ קליינינקע בוכשטאַבען אויך געפֿונען דער נאָמען פֿון דעם קינסטלער, ברענער.
דער סענט איז באַקאַנט געוואָרען אַלס „די לינקאָלן פּעני", און אַז דיזע לינקאָלן פּעני זאָל גראָד זיין געמאַכט פֿון אַן אויסלענדער, ניט קיין אַמעריקאַנער געבוירענער — דאָס האָט ווידערשפּראָכען די „פּאַטריאָטישע געפֿיהלען" פֿון מאַנכע אַמעריקאַנער.
האָט זיך פֿאַרקאָסקט אַ קאַשע. אייניגע האָבען גע'טענה'ט, אַז עס איז ניט ריכטיג וואָס מען האָט פֿון דעם סענט אַראָפּגענומען דעם אינדיאַנער, דאָס הייסט דעם עכטסטען אַמעריקאַנער. עס איז פֿאָרגעקומען אַ הייסע דעבאַטע, און אין דיזער דעבאַטע האָט זיך אַרויסגעצייגנט דאָס פֿאָלגענדע: אַז דער קאָפּ פֿון דעם אינדיאַנער, וואָס פֿלעגט שטעהן אויף די פֿריהערדיגע סענטען, איז גאָר געווען דער קאָפּ פֿון אַן אַמעריקאַנער מיידעלע. אַ וויכטיגע דעלעגאַציע פֿון אינדיאַנער איז אַמאָל געקומען קיין וואַשינגטאָן און אַן אָנגעזעהענער בעאַמטער האָט די דעלעגאַטען איינגעלאַדען צו זיך. דאַן האָט איינער פֿון די אינדיאַנער פֿון זיך אויסגעטאָן580זיין פֿעדערנע „קרוין", און דעם באַלעבאָס'ם טעכטעריל האָט עס אָנגעטאָן אויף זיך אויף שפּאַס. דערביי איז געוועסען אַ קינסטלער, וועלכען עס איז געפֿעלען געוואָרען איהר פּנים'ל. האָט ער געמאַכט אַ סקעטש פֿון איהר. און דיזע געשטאַלט מיט די אינדיאַנער פֿעדערן אויפֿ'ן קאָפּ האָט מען דאָס דערנאָך אַרויפֿגעשטעלט אויף די סענטען.
די דאָזיגע איינצעלהייט איז פֿאַרגעסען געוואָרען, און מען האָט אימער געמיינט אַז דער קאָפּ אויף די סענטען איז פֿון אַ אינדיאַנער. איצט, אלזאָ, איז שוין די פֿראַגע וועגען דעם אינדיאַנער געווען גע'פּטר'ט. האָט אָבער געקאָכט מיט דער פֿראַגע וועגען דעם אידען, ברענער. ווי קומט אַ איד, נאָך ניט קיין אַמעריקאַנער געבוירענער דערצו, צו האָבען אַזאַ יחום, אַז זיין לינקאָלן זאָל שטעהן אויף די אַמעריקאַנער סענטען? קיין אָפֿענער אַנטיסעמיטיזם האָט זיך דערביי ניט אויסגעדריקט, וואָרים די אַמעריקאַנער זיינען צו טאַקטפֿול. אָבער הינטער דער סצענע האָט עס זיך אויסגעדריקט. איבערהויפֿט איז דער כעס געווען גרויס איבער דעם נאָמען פֿון דעם קינסטלער — פֿאַר וואָס ער שטעהט אויף דעם סענט. וואָרים אַזאַ זאַך איז פֿריהער ניט געהערט געוואָרען. דער סוף איז געווען, אַז ווען מען האָט ווייטער געשמידט סענטען, האָט מען שוין ברענער'ם נאָמען אויף זיי ניט אַרויפֿגעשטעלט.
זיין לינקאָלן איז אָבער געבליבען, און אַזעלכע סענטען געהען עד היום. קיין אַנדערע זיינען ניטאָ.
איך בין באַקאַנט געוואָרען מיט ברענער'ן אין דעם רעכטען קאָך איבער זיין פּעני. איך האָב זיך מיט איהם באַקאַנט אין הויז פֿון מיינעם אַ פֿריינד, דר. פֿישבערג. מיר האָבען געגעסען אידישע פֿיש צוזאַמען, און געשמועסט וועגען דער אַלטער היים — איך אויף ווילנער אידיש, און ער אויף שאַוולער. ער האָט אויף מיר געמאַכט זעהר אַ גוטען איינדרוק — אַן איינפֿאַכער, טאַקטפֿולער, סימפּאַטישער יונגערמאַן, און טאַקע ניט קיין מיאוס'ער אויך — אָנגענעהמע אידישע געזיכטס-שטריכען איינגעפֿאַסט אין אַ ווייכע בערדעל מיט קינסטלער-חן אויפֿ'ן אָנבליק.
581צו דעם נעקסטען גרויסען „פֿאָרווערטס" באָל האָבען מיר איהם איינגעלאַדען צו זיין איינער פֿון די ריכטער, צו באַשטימען די אינטערעסאַנטסטע מאַסקעס.
אין דעם ווינטער 1910-1909 האָבען מיר געהאַט אַ גאַסט: קיין ניו יאָרק איז אַריבערגעקומען אויף אַ פֿאָר מאָנאַט דער רוסישער רעוואָלוציאָנער וולאַדימיר בורצעוו, וועלכער איז באַריהמט געוואָרען אַלס דער „שערלאָק האָומס פֿון דער רוסישער רעוואָלוציע". איך בין מיט איהם באַקאַנט געוואָרען אין צוריך אין 1893. ער איז דאַן געווען אַ גאַנץ יונגער (זעה דריטען באַנד, פֿיידזש 338; אויך פֿיידזש 336). איצט איז ער שוין געווען אין די מיטעלע יאָהרען. זיין באַזוך האָט, צווישען אַנדערע זאַכען, געהאַט אַ וויכטיגע שייכות צו דער פֿראַגע וועגען עוואַלענקאַ'ן, וועלכער איז אויבען דערמאָנט געוואָרען אין פֿאַרבינדונג מיט דעם קומען פֿון לעאָ דייטש (זעה דיזען באַנד, פֿיידזשעס 235-234). די פֿראַגע האָט מיך אינטערעסירט שוין איבער צעהן יאָהר, און איצט האָט בורצעוו וועגען איהר גראָד געמאַכט אַ העכסט וויכטיגע ענטדעקונג.
אָבער צוערשט עטליכע ווערטער וועגען אַ געשעהעניש, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין 1904.
מיין חשד אַז עוואַלענקאַ איז אַן אַגענט פֿון דער רוסישער אָכראַנא (פּאָליטישע געהיים פּאָליציי) איז געוואָרען שטאַרקער און שטאַרקער, און איך האָב דאָס אויסגעדריקט פֿאַר באַקאַנטע. ווען עוואַלענקאַ האָט זיך דערוואואסט וועגען דעם, האָט ער געסטראַשעט מיך צו שלאָגען. אָבער אַנשטאָט דעם האָט ער זיך געווענדעט צו דאָקטאָר פּאול קאַפּלאַן, אַז ער זאָל צוזאַמענרופֿען פֿאַרשטעהער פֿון דער רוסישער אינטעליגענץ, וועלכע זאָלען אויספֿאָרשען מיינע באַשולדיגונגען געגען איהם און אַרויסגעבען זייער אורטייל, צי זיי זיינען באַגרינדעט צי ניט.
582אַזאַ פֿאַרזאַמלונג איז דערנאָך פֿאָרגעקומען אין דר. קאַפּלאַן'ם הויז, און דר. קאַפּלאַן, יעקב גאָרדין, דר. אינגערמאַן, דר. זאָלאָטאַראָוו, לואי מיללער און איך זיינען געווען צווישען די אנוועזענדע. צוזאַמען זיינען געווען אַכט פּערזאָן, אַלע לויט אַ צעטעל, וועלכען עס האָט צוזאַמענגעשטעלט עוואַלענקאַ אַליין.
עוואַלענקאַ האָט אָנגעפֿאַנגען מיט אַ רעדע, וועלכע ער האָט געהאַלטען אין אַ טאָן פֿון ענטריסטונג און פּיין. ער האָט אפֿעלירט צו אונזער געפֿיהל פֿון יושר צו אַ חבר. אויף מיר האָט ער זיך ניט געקלאָגט. מיין נאָמען האָט ער אין זיין רעדע זאָגאַר ניט דערמאָנט. איך בין געווען איינער פֿון זיינע איינגעלאַדענע, איינפֿאַך אַלס אַ מיטגליד פֿון דער גרופּע, ביי וועלכער ער האָט געזוכט גערעכטיגקייט. אַזוי האָט עס געהייסען.
איך האָב גענומען דאָס וואָרט גלייך נאָך איהם. דער עיקר פֿון מיין רעדע איז באַשטאַנען אין פֿאָלגענדען:
קיינער פֿון אונז האָט ניט קיין פֿערזענליכע אורזאַכע צו זיין געגען עוואַלענקאַ'ן. מיר זיינען אַלע אין די פֿריינדליכסטע באַציהונגען מיט איהם, און ער איז צו אונז זעהר גאַסטפֿריינדליך. איבער איהם הענגט אָבער אַ פֿראַגע-צייכען. אין זיינע געשעפֿטליכע אונטערנעמונגען און אויסגאַבען זיינען פֿאַראַן פֿאַרשיידענע זאַכען, וועלכע מאַכען אַ זאָנדערבאַרען איינדרוק. זאָל ער געבען אַ קאָמיטע די מעגליכקייט צו אונטערזוכען די קוואַלען פֿון זיין איינקונפֿט, דעם כאַראַקטער פֿון זיינע געשעפֿטען, הויפּטזעכליך פֿון זיין טהעטיגקייט אַלס אַרויסגעבער פֿון ביכער. אויב די קאָמיטע וועט זיך איבערצייגען, אַז דער חשד איז אַן אומזיסטער, וועלען מיר אַלע מיט'ן גרעסטען פֿאַרגעניגען אונטערשרייבען אַן ערקלעהרונג, אַז ער איז אונשולדיג.
איך האָב צוגעלייגט, אַז די אונטערזוכונג דאַרף זיך פֿיהרען שטרענג פּריוואַט און אַז די קאָמיטע דאַרף אונז באַריכטען נאָר דעם ענדליכען רעזולטאַט, אָהן שום איינצעלהייטען.
אויף דעם האָט עוואַלענקאַ געענטפֿערט מיט אַ שטאָלצען טאָן, מיט דעם צאָרן פֿון אַ באַליידיגטען מענשען: אונטערזוכען583זיינע פּריוואַט געשעפֿטען? דאָס וואָלט געווען די גרעסטע ערנידערונג פֿאַר איהם! דאָס וועט ער קיין מאָל ניט ערלויבען.
דאַן האָבען גערעדט אַנדערע פֿון די אַנוועזענדע. יעקב גאָרדין איז געווען דער איינציגער, וואָס האָט מיך מעהר אָדער ווייניגער אונטערשטיצט. די אַנדערע האָבען פֿאַרטיידיגט עוואַלענקאַ'ן אָדער געשוויגען. און ל. מיללער, וועלכער איז שוין דאַן געווען אונפֿריינדליך צו מיר, האָט פֿון מיין חשד חוזק געמאַכט.
— קאַהאַן בויט צופֿיל אויף זיין איינבילדונגסקראַפֿט און אויף פּסיכאָלאָגיע — האָט ער געזאָגט מיט אַן איראָנישען שמייכעל. — איך ווייס ווי קאַהאַן'ם באַווייזע. זיי זיינען הויפּטזעכליך פּסיכאָלאָגישע.
מיט דעם האָט זיך דאָס דאַן געענדיגט. עוואַלענקאַ האָט פֿאָרטגעזעצט זיין טעטיגקייט אין אונזערע סאָציאַליסטישע אָרגאַניזאַציעם, הויפּטזעכליך אין יענע, וועלכע זיינען געווען פֿאַרבונדען מיט דער רעוואָלוציאָנערער באַוועגונג אין רוסלאַנד.
אַזוי זיינען אַוועק עטליכע יאָהר. מיין פֿאָרדאַכט איז פֿאַרוואַנדעלט געוואָרען אין אַ טיפֿער איבערצייגונג. איך האָב געמאַכט ווייטערע פּראָבעם צו איבערצייגען אויך אַנדערע מיטגלידער פֿון אונזער רוסישער קאָלאָניע, אָבער אַלץ אָהן ערפֿאָלג.
עוואַלענקאַ האָט אַרויסגעוויזען ספּעציעלע פֿריינדליכקייט צו רוסישע רעוואָלוציאָנערען, וואָס זיינען געקומען פֿון רוסלאַנד. ער פֿלעגט זיי האַלמען ביי זיך, זיך לאָזען קאָסטען אויף זיי און געבען זיי געלט אויף צו פֿאָהרען צוריק. וולאַדימיר בורצעוו'ן, וועלכער האָט זיך דעמאָלט שוין אָפּגעגעבען מיט דער געשיכטע פֿון דער רעוואָלוציאָנערער באַוועגונג און וועלכער האָט דאַן געוואוינט אין לאָנדאָן, האָט ער געגעבען געלד צוזאַמענצושטעלען און אַרויסצוגעבען זיין באַריהמטען רעוואָלוציאָנערען קאַלענדאַר „זאַ סטאָ ליעט" (פֿאַר הונדערט יאָהר).
זינט דער רעוואָלוציע פֿון 1905 האָט בורצעוו זיך באַריהמט געמאַכט מיט זיין דעטעקטיוו-אַרבייט געגען רוסישע שפּיאָנען. ער האָט שוין געמאַכט די סענסאַציאָנעלע ענטדעקונג אַז אזעוו584איז אַ שפּיאָן*. דערנאָך האָט ער באַקומען אינפֿאָרמאַציע וועגען אַנדערע כלומרשט'דיגע רעוואָלוציאָנערען, וועלכע האָבען געדינט אַלס מוסרים ביי דער צאַרישער רעגירונג. ער האָט זיינע ענטדעקונגען געמאַכט טיילווייז דורך זיינע אייגענע פֿאָרשונגען, און טיילווייז דורך אויסקונפֿט, וואָס ער האָט באַקומען פֿון אַ וויכטיגען בעאַמטען פֿון דער אָכראַנא גופֿא.
אין אַ געוויסען טאָג, אין 1909, האָט בורצעוו געלאָזט וויסען, אַז עוואַלענקאַ שטעהט שוין פֿילע יאָהרען אין פֿאַרבינדונגען מיט דער רוסישער געהיים-פּאָליציי אַלס איהר אַגענט אין אַמעריקא.
אין דעם ווינטער, אלזאָ, פֿון 1909-1910 האָט בורצעוו באַזוכט ניו יאָרק. ער האָט ערקלעהרט וואָס ער ווייס וועגען עוואַלענקאַ'ן. און עוואַלענקאַ האָט זיך געווענדעט צו דריי אָרגאַניזאַציעם, אַז זיי זאָלען באַשטימען אַ קאָמיטע צו אונטערזוכען זיין קייס. די דריי אָרגאַניזאַציעם זיינען געווען: די רוסלענדער סאָציאַל-דעמאָקראַטען, רוסישע סאָציאַליסטען-רעוואָלוציאָנערען און די רעדאַקציע פֿון „פֿאָרווערטס". עס איז באַשטימט געוואָרען אַ קאָמיטע, און זי האָט געפֿיהרט אַ פֿאָרהער אונטער דעם פֿאָרזיץ פֿון דר. זשיטלאָווסקי, מיט מאָריס הילקוויט'ן אַלס איינער פֿון די אַנטיילנעמער. אַלס פֿאָרשטעהער פֿון „פֿאָרווערטס" האָט אין דעם פֿאָרהער זיך באַטייליגט ה. בורגין.
דער פֿאָרהער האָט געדויערט עטליכע טעג. אַ פֿינף-קאָלום-דינער באַריכט וועגען דעם, מיט מאַסען איינצעלהייטען, איז געווען פֿאַרעפֿענטליכט אין „פֿאָרווערטס" פֿון דעם 24טען פֿעברואַר.
אויף דיזען פֿאָרהער האָט בורצעוו געמאַכט די פֿאָלגענדע ערקלערונג:
„איך באַשולדיג עוואַלענקאַ'ן אַז אין 1899, 1900, 1901, 1902 און 1903, האָט ער געהאַט שטענדיגע פֿאַרהעלטניסע מיט'ן585רוסישען פּאָליציי-דעפּאַרטמענט, וועלכען ער פֿלעגט צושטעלען באַריכטען וועגען די רוסישע פּאָליטישע עמיגראַנטען וואָס געפֿינען זיך אין אַמעריקא.
„די באַווייזע געגען עוואַלענקאַ'ן האָט מיר צוגעשטעלט אַ בעאַמטער פֿון דעם פּאָליציי דעפּאַרטמענט. דאָס איז דער זעלבער בעאַמטער, וועלכער האָט מיר צוגעשטעלט די באַווייזע געגען אזעוו'ן, קאַפּלינסקי'ן (דער שפּיאָן פֿון „בונד"), האַרטינג'ן און פֿילע אַנדערע פּראָוואָקאַטאָרען. און, ווי איהר ווייסט, האָבען זיך זיינע באַווייזע נאַכהער פֿאָלקאָם באַשטעטיגט. קיינע טעות'ן קען ער ניט מאַכען. ער זיצט אין דעם דעפּאַרטמענט גופֿא, וואו ער שעפּט די נאַכריכטען פֿון די אָריגינעלע דאָקומענטען פֿון'ם דעפּאַרטמענט. ער ווייס ניט פֿון קיינע קונצען און נעמט אַרויס אויסצוגען פֿון די אָריגינעלע דאָקומענטען וואָרט אין וואָרט, פּונקט ווי דאָרטען איז געשריבען. אונטער זיינע באַריכטען פֿלעגט זיך עוואַלענקאַ אונטערשרייבען מיט די פֿאַרשטעלטע נעמען קוזנעצאָוו, סאָראָוו און סערגעיעוו".
עוואַלענקאַ האָט מודה געווען אויף דעם פֿאָרהער, אַז ער האָט געברויכט דעם נאָמען סערגעיעוו. ער האָט אָבער ערקלערט, אַז ער האָט דאָס געטאָן נאָר אין זיינע בריף וועגען געשעפֿט. אַי, ווי קומט דער רוסישער פּאָליציי דעפּאַרטמענט צו האָבען באַריכטען מיט דיזען נאָמען? האָט עוואַלענקאַ אַרויפֿגעוואָרפֿען דעם בלבול אויף זיין שוואָגער — יענער האָט דאָס געהאַט באַציהונגען מיט דער רוסישער געהיים-פּאָליציי, און יענער האָט דאָס געברויכט זיין „געשעפֿטליכען נאָמען" סערגעיעוו אין זיינע באַריכטען צו איהר.
אַז ער אַליין איז אַן אַגענט פֿון דער נעהיימער רוסישער פּאָליציי האָט עוואַלענקאַ געלייקענט.
בורצעוו האָט ערקלערט, אַז ביידע — אי עוואַלענקאַ, אי זיין שוואָגער — שיקען באַריכטען צו דער געהיים-פּאָליציי, אַז זיי פֿלעגען שרייבען דאָנאָסען (מסירות) איינער געגען דעם אַנדערען, און אַז ענדליך האָט מען יעדען פֿון זיי געשריבען פֿון דער586פּעטערבורגער פּאָליציי, אַז דער אַנדערער איז אויך אַן אַגענט, און אַז ער זאָל אויפֿהערען צו שרייבען דאָנאָסען אויף איהם.*
ווייטער געהען אַנדערע פֿון די פֿראַגען וואָס די קאָמיטעלייט האָבען געשטעלט עוואַלענקאַ'ן און די אַנטוואָרטען וואָס ער האָט זיי געגעבען.
עוואַלענקאַ ערקלערט, צום ביישפּיל, אַז ער איז אַ סאָציאַלדעמאָקראַט און אַ נאַציאָנאַליסט. פֿרעגט מען איהם: אויב ער איז אַ נאַציאָנאַליסט, טאָ פֿאַרוואָס האָט ער זיך געטויפֿט? ענטפֿערט ער אויף דעם, אַז דאָס האָט גאָרניט צו טאָן מיט נאַציאָנאַליסטישע געפֿיהלען.
אויף דער פֿראַגע, ווי קומט ער אין פּעטערבורג צו עסען דינער מיט דורנאָוואָ'ן (ווען דורנאָוואָ איז געווען דער הויפּט פֿון דעם רוסישען פּאָליציי דעפּאַרטמענט), האָט ער געענטפֿערט, אַז דורנאָוואָ האָט מיט איהם געוואָלט ריידען, ווייל ער האָט איהם חושד געווען אַלס רעוואָלוציאָנער און אַז ער האָט איהם מכבד געווען מיט פֿרישטיק, ווייל ער האָט געזעהן אַז ער זעהט אויס הונגעריג.
וועגען די סומען, וואָס ער גיט אויס אויף דרוקען רעוואָלוציאָנערע און סאָציאַליסטישע ביכער האָט ער געענטפֿערט, אַז ער איז פֿאַראינטערעסירט אין פֿאָרשפֿרייטען קולטור, און אַז ער פֿאַרדינט גרויסע סומען געלט פֿון זיינע פּריוואַט געשעפֿטען.
דעם נעקסטען טאָג איז די קאָמיטע שוין געווען פֿאַרטיג אַרויסצוטראָגען איהר אורטייל. זי האָט דאָס אָבער אָפּגעלייגט587(פֿאַרוואָס, וועט דער לעזער באַלד זעהן). זי האָט איהר ענטשיידונג אַרויסגעגעבען ערשט אין אָקטאָבער. דער דאָקומענט איז אָפּגעדרוקט אין דעם „פֿאָרווערטס" פֿון אָקטאָבער דעם 12טען, 1910. אָט איז ער:
„דער קאָמיטעט פֿון די רעוואָלוציאָנערע אָרגאַניזאַציעם — רוסלענדער סאָציאַל-דעמאָקראַטען, סאָציאַליסטען-רעוואָלוציאָנערען און דער „פֿאָרווערטס" — צו וועלכע עוואַלענקאַ האָט זיך געווענדעט איין מאָל פֿאַר אַלע צו אונטערזוכען די באַשולדיגונגען געגען איהם אַז ער איז אַן אַגענט פֿון דער רוסישער געהיים פּאָליציי, פֿאַרעפֿענטליכט יעצט זיין ענדליכען ווערדיקט.
„אייגענטליך איז שוין דער קאָמיטעט פֿאַרטיג געוואָרען מיט דער אונטערזוכונג נאָך דעם 25טען אַפּריל, 1910.
„נאָר אַזוי ווי מר. עוואַלענקאַ האָט ערקלערט בורצעוו'ן, זיין באַשולדיגער, אַז בלויז אין אייראָפּפּאַ וועט ער האָבען אַ מעגליכקייט צו באַווייזען זיין אונשולד, האָט בורצעוו, ניט צוריקציהענדיג זיין אַנקלאַגע, געבעטען דעם קאָמיטעט פֿאָרלויפֿיג ניט צו פֿאַרעפֿענטליכען זיין ענדליכען אורטייל.
„די קאָמיטע האָט דאַן איינגעשטימט מיט בורצעוו'ן און האָט באַשלאָסען צו וואַרטען ביז עוואַלענקאַ וועט אין פּאַריז פֿאָרקומען ביי אַ שידעסגעריכט פֿון רעוואָלוציאָנערען, ווי ער האָט זיך אויסגערופֿען צו טאָן.
„ענדליך האָט דער קאָמיטעט ערהאַלטען פֿון בורצעוו'ן אַ בריף, אין וועלכען ער ערקלערט, דאָס אַזוי ווי עוואַלענקאַ איז געווען אין וועסט יוראָפּ און אין רוסלאַנד און האָט אפֿילו ניט געפּרוופֿט זיך דאָרטען רייניצואואשען פֿון די באַשולדיגונגען געגען איהם, ציהט ער (בורצעוו) צוריק זיין ביטע אָפּצולייגען דעם ענדליכען ווערדיקט וועגען עוואַלענקאַ'ן.
„אויף זיין זיצונג פֿון 7טען אָקטאָבער האָט דער קאָמיטעט באַשפּראָכען די באַווייזע געגען עוואַלענקאַ'ן, אויך זיינע (עוואַלענקאַ'ם) אַנטוואָרטען וואָס ער האָט געגעבען אויף די פֿריהערדיגע זיצונגען, און עס איז איינשטימיג באַשלאָסען געוואָרען, אַז עוואַלענקאַ איז שולדיג אין דעם, אַז זייענדיג דאָ אַ מיטגליד פֿון דער רוסלענדער סאָציאַל-דעמאָקאַרטישער אָרגאַניזאַציע, פֿון
588„בונד", פֿון אַ געוועזענעם רוסישען סטודענטען-קלוב און פֿון אַנדערע רוסישע רעוואָלוציאָנערע אָרגאַניזאַציעם, איז ער צו דער זעלבער צייט געווען אַ געהיימער אַגענט פֿון רוסישען פּאָליציי-דעפּאַרטמענט".
אין 1910 האָבען מיר געהאַט איינעם פֿון די קאָכעדיגסטע און אינטערעסאַנטסטע קאַמפּיינס (וואַהל-פּראָפּאַגאַנדא און אַגיטאַציע) אין דער געשיכטע פֿון אונזער פּאַרטיי. טשאַרלז ראָססעל איז געווען אונזער קאַנדידאַט אויף גאָווערנאָר פֿון דעם סטייט ניו יאָרק און מאיר לאָנדאָן אויף קאָנגרעסמאַן פֿון דעם 12טען קאָנגרעס דיסטריקט פֿון דער שטאָדט ניו יאָרק. די אידישע קוואַרטאַלען — און הויפּטזעכליך די אַלטע אידישע איסט-סייד וואו עס געפֿינט זיך דער 12טער קאָנגרעס דיסטריקט — האָבען געשטורעמט מיט אונזער וואַהל-פּראָפּאַגאַנדא, און דער „פֿאָרווערטס" איז מיט דעם געווען פֿאַרנומען פֿילע טעג.
פֿאַר מיר ליגט דער נומער פֿון דעם 5טען נאָוועמבער, דער לעצטער שבת פֿאַר דעם דינסטאָג, ווען די וואַהלען האָבען בעדאַרפֿט פֿאָרקומען. כמעט די גאַנצע ערשטע פֿיידזש איז פֿאַרנומען מיט אַ פּאָרטרעט פֿון מאיר לאָנדאָן. אַ צווייטע פֿיידזש איז אָפּגעגעבען צו אַרטיקלען פֿון טשאַרלז ראָססעל און מאָריס הילקוויט, און אַ דריטע פֿיידזש — צו אַ גרויסען אינטערעסאַנטען אַרטיקעל פֿון ב. פֿיינענבוים, מיט דעם איבערשריפֿט: „דער טעלער פֿון גאָלד און דער טעלער פֿון פֿייער". (די גאָלד איז געווען אַן אָנצוהערעניש אויף גאָלדפֿאָגעל'ן, דעם טאַמאַני קאַנדידאַט, וואָס איז „געלאָפֿען" געגען לאָנדאָן'ען).
אַז ראָססעל זאָל קענען ערוועהלט ווערען גאָווערנאָר, האָבען מיר אפֿילו ניט געקענט טרוימען. אויף לאָנדאָן'ם עלעקשאָן אָבער האָבען מיר שטאַרק געהאָפֿט. מיר זיינען געווען כמעט זיכער אין דעם. און מיר האָבען אויף זיין קאַמפּיין אָנגעשטרענגט אַלע קרעפֿטען.
589ערוועהלט איז ער ניט געוואָרען. ער האָט אָבער באַקומען אַ ריזיגע צאָהל שטימען, און אין מאַנכע עלעקשאָן-דיסטריקטס האָט ער געשלאָגען גאָלדפֿאָגעל'ן. (ווי איך האָב שוין פֿריהער געזאָגט, איז ער ביי דער נעקסטער קאָנגרעס עלעקשאָן אין 1912, ערוועהלט געוואָרען.)
דעם זעלבען שבת נאָכמיטאָג, דעם 5טען נאָוועמבער, 1910, האָב איך צום ערשטען מאָל געזעהן אַן עראָפּלאַן (פֿליה-מאַשין). אין די צייטונגען האָט מען וועגען אַזעלכע מאַשינען נאַטירליך געלעזען פֿריהער. וועגען די צוויי אַמעריקאַנער ברידער, ראַיט, די ערשטע מענשען, וואָס האָבען זיך פֿולשטענדיג אויפֿגעהויבען אין דער לופֿטען און געפֿלויגען, האָט מען זיך גענוג אָנגעהערט און אָנגעלעזען. מען האָט אויך געהערט וועגען דעם פֿראַנצויזישען לופֿט-פֿליהער, בלעריאַ, וועלכער איז מיט אַ קורצער צייט פֿריהער, אין 1910, אַריבערגעפֿלויגען דעם ים, וואָס טיילט אָפּ פֿראַנקרייך פֿון ענגלאַנד: אָבער אַליין ווי מען פֿליהט — אַזאַ ערפֿאַהרונג האָב איך געהאַט ערשט יענעם נאָכמיטאָג. אין ניו יאָרק אין בעלמאָנט פּאַרק, איז דאָס געווען.
איך קען קיין מאָל ניט פֿאַרגעסען דעם איינדרוק, וואָס די סצענע האָט אויף מיר געמאַכט. איהר הערט ווי עס רוישט איבער אייער קאָפּ, אַזוי ווי אימיצער וואָלט מאָלען מיט אַ גרויסען קאַפֿע-מילכעל; איהר פֿאַררייסט דעם קאָפּ — איהר זעהט ווי עס טראָגט זיך עפּעס אַ זאָנדערבאַר-אויסזעהענדער געגענשטאַנד אין דער לופֿטען. איהר גלויבט קוים אייערע אויגען. דאָס האַרץ ציטערט פֿון ערשטוינונג און פֿון פֿרייד. מיט אַן עהנליכען געפֿיהל האָב איך צום ערשטען מאָל — אין 1905 — געהערט קאַרוסאָ'ם זינגען פֿון אַ וויקטאָר „רייד-מאַשין", און מיט יאָהרען פֿריהער — וואַרטער דורך אַ טעלעפֿאָן, אָדער געזעהן די לעבעדיגע פֿיגורען פֿון אַ מואווינג פּיקטשור (קינאָ). היינט ווער רעדט שוין וועגען די ניסים פֿון דער ראַדיאָ, וועלכע זיינען געקומען שפּעטער.
590אָבער די ערשטוינונג, מיט וועלכער איך האָב יענעם שבת נאָכמיטאָג זיך צוגעקוקט צו דער פֿליה מאַשין אין בעלמאָנט פּאַרק, האָט אין זיך געהאַט עפּעס ספּעציעלעם, וואָס די אַנדערע דערמאָנטע איבערלעבונגען מיינע האָבען ניט ענטהאַלטען.
יענע ערפֿינדונגען זיינען סתם וואואנדער. דיזע אָבער, איז אַ וואואנדער, וועלכער שטעלט דעם מענשען אין אַ פֿאַרגלייך מיט אַ פֿויגעל.
עס איז אימער געווען אַ כלל: די מעכטיגסטע באַשעפֿעניש, דער קעניג פֿון דער וועלט, קען ניט פֿליהען. אַ פֿויגעל קען און אפֿילו אַ פֿליג אויך. און ער, דער קיסר פֿון אַלע ברואים — ניט. און אַזוי מוז שוין דאָס פֿאַרבלייבען. אין דעם איז אין מיין באַוואואסטזיין געלעגען איינער פֿון די שוואַכסטע פּונקטען פֿון דער מענשליכער אַלמעכטיגקייט. אלזאָ, ווען מען האָט גענומען שרייבען אַז מענשען קענען שוין אויך פֿליהען, האָט זיך מיר כמעט ניט געגלויבט. דאָ אָבער האָב איך דאָס געזעהן מיט מיינע אייגענע אויגען. ניט ווילענדיג, האָב איך זיך דערמאָנט אָן די פֿויגעל. „אהאַ! זיי זיינען שוין ניט מעהר קיין יחסנים איבער אונז," — האָט זיך מיר געוואָלט אויסשרייען. איך געדענק דעם געפֿיהל גאַנץ גוט.
עס איז געווען אַ רעים, אַ וועטעניש צווישען אַן אַמעריקאַנער פֿליהער, אַ פֿראַנצויזישען און אַן ענגלישען.
דער הימעל איז געווען פֿאַרכמאַרעט. דערנאָך האָט אָנגעהויבען צו רעגענען אַ ביסעל. דזשאַנסאָן, דער אַמעריקאַנער, האָט זיך אויפֿגעהויבען העכער און העכער און איז פֿאַרשוואואנדען געוואָרען הינטער'ן וואָלקען. מען האָט געקוקט אויף די אַנדערע צוויי פֿליהער. איך האָב אָן דזשאַנסאָן'ען פֿאַרגעסען. שפּעטער האָט ער זיך ווידער באַוויזען; פֿון די וואָלקענס אַרויסגעשוועווט — אַזוי ווי פֿון יענער וועלט.
דער עולם האָט זיך געגעבען אַ כאַפּ, מיט אַ ווילדען הורא-געשריי. מען איז געזעסען און געקוקט בוכשטעבליך ווי פֿאַרגאַפֿטע.
דזשאַנסאָן האָט געוואואנען דעם רעים. אָבער דאָס האָט מיך591ניט אינטערעסירט. פֿאַר מיר זיינען אַלע דריי געווען גלייכע וואואנדער.
איך בין אַוועק אהיים אַ פֿאַרצויבערטער. מיר האָט זיך געדוכט, אַז אַלע מיינע באַגריפֿען וועגען דעם מענשען און דער נאַטור זיינען איבערגעקערט געוואָרען קאָפּוויר. ווי באַלד, אַז מענשען קענען פֿליהען, ווי פֿויגעל; איז ניטאָ אַזאַ זאַך וואָס זיי וועלען ניט קענען טאָן — פֿריהער אָדער שפּעטער.
ביי יעדען סאָציאַליסט האָט דערביי דורכגעבליצט דער געדאַנק: ווי לעבערליך עס איז צו מיינען, אַז דער מענש וועט ניט קענען איינפֿיהרען גערעכטיגקייט און גלייכהייט אויף דער וועלט!
יענעם אָוונד, אָדער אפֿשר אַ פּאָר אָוונדען שפּעטער, איז מיר אויסגעקומען צו האַלטען אַ רעדע, איז דאָס געווען מיין הויפּט-געדאַנק אין איהר. איבעריגענס פֿלעג איך אויף דיזער טהעמא האַלטען רעדעס נאָך מיט יאָהרען צוריק, ווען קיין פֿליה-מאַשינען זיינען נאָך ניט געווען און איך פֿלעג געבען אַנדערע ערפֿינדונגען אַלס ביישפּיל פֿון דעם מענשען'ם אויפֿטואונגען (זעה דריטען באַנד, פֿיידזשעם 221-223).
אין דעם פֿאָריגען באַנד, פֿיידזשעם 427-435, ווערט דערצייִלט, ווי אונזערע אידישע אימיגראַנטען האָבען זיך גענומען באַזעצען אין דער האַרלעם, אַ טייל פֿון ניו יאָרק, וועלכער איז פֿריהער מייסטענס באַשטאַנען פֿון פֿעלדער און פֿעלזען. טאַקע דער זעלבער סאָרט אידען — איבערוואַנדערער פֿון רוסלאַנד, פּוילען, גאַליציען, רומעניען, — האָבען דאָס געבויט די נייע מויערען. זיי האָבען האַרלעם פֿאַרבויט מיט צייִלען און צייִלען פֿון טענעמענט הייזער.
אין דעם זעלבען קאַפּיטעל, פֿיידזש 433, געפֿינען מיר, אַז דערנאָך האָט זיך „דיזעלבע פֿיבערשע טעטיגקייט אָנגעפֿאַנגען592אין דעם ווייטערען געגענד אָפּטאַון, אין דעם גרויסען בראָנקס; און ווידער האָט מען באַשאַפֿען אַ נייע, גרויסע שטאָדט, אַ פֿיל גרעסערע ווי די האַרלעם; און צו דער זעלבער צייט איז עהנליכעם אָנגעגאַנגען אין אַן אַנדער טייל, אין וואַשינגטאָן הייטס. ווידער איז אַן אַנדער גרויסער געגענד געוואָרען אויסגעוואַקסען, און אויף יענער זייט איסט ריווער, אין ברוקלין, איז אויף דעם זעלבען שטייגער און צו דער זעלבער צייט בראַנזוויל געוואַקסען „ווי אויף הייזען".
אין 1910 איז די בראָנקס, וואַשינגטאָן הייטס און נייע סטרעקעס אין בראַנזוויל און לעבען בראַנזוויל שוין געווען שטאַרק פֿאַרבויט מיט נייע גאַסען, אַלץ פֿון אונזערע אידען. ניו יאָרק איז פֿאַרטאָפּעלט געוואָרען, פֿאָרדרײַפֿאַכט, פֿאַרפֿירפֿאַכט געוואָרען; די שטאָדט איז געוואַקסען ניט נאָר אין אַלע זייטען אויף דער ערד, נאָר אויך צום הימעל צו. און דערביי האָבען אונזערע אידען געשפּילט אַן אונגעהייערע ראָלע. מיט זייער אונערמידליכער טעטיגקייט, אונטערנעמונגס-גייסט און פֿעהיגקייט האָבען זיי אין עטליכע יאָהר אין ניו יאָרק צוגעבויט נייע ריזיגע געגעגדען, יעדער גרעסער ווי אדעם.
די אידישע באַפֿעלקערונג איז געוואָרען ריזיג גרויס.
אויף דער איסט סייד, אין דעם אַלטען אידישען קוואַרטאַל, האָבען מייסטענס געוואואינט די נייערע אימיגראַנטען. די, וואָס זיינען שוין געווען „אויסגעגרינט" און האָבען „געמאַכט אַ בעסערען לעבען", האָבען געוועהנליך געמופֿט אין די נייע נאַכבאַרשאַפֿטען.
אויף זומער זיינען צעהנדליגער טויזענטער אידישע פֿאַמיליעם געפֿאָהרען אין די קעטסקילס, אָדער אויף זומער קווואַרטירען ביים ים, לעבען דער שטאָדט ניו יאָרק, אָדער אין ניו דזשוירזי. דער ברעג ים, אין לאָנג איילאַנד, ביי דרייפֿערטעל שטונדע רייזע פֿון שטאָדט, איז פֿאַרבויט געוואָרען מיט גאַנצע זומער שטעדט, פֿון וועלכע עס זיינען אין דער פֿריה געגאַנגען צעהנדליגער לאָנגע צוגען, יעדער צוג געפּאַקט מיט אידען, וואָס פֿאָהרען צו זייערע געשעפֿטען אָדער צו דער אַרבייט, און שפּעט593נאָך מיטאָג איז אויף די וואָקזאַלען געווען אַ געדרענג און אַ געלאַף פֿון די, וואָס קערען זיך אום אין די זומער-פּלעצער צו זייערע פֿאַמיליען.
עס האָבען זיך ענטוויקעלט נייע סצענעם, מען האָט געזעהן נייע מינים מענשען-מאַסען. דער בעאָבאַכטער האָט באַמערקט טויזענדער טשיקאַווע שטריכען, ענדערונגען, איבעראַשונגען, איבערקערענישען גאַנצע. עס זיינען אויסגעוואַקסען רייכע זומער-האָטעלען. אַרוואוירן איז געווען דער צענטער פֿון דעם זומער לעבען ביים ים. זיין באָרדוואָק (אַ ברייטער הילצערנער טראָטואַר ביים סאַמע ים) האָט געשטראָמט מיט זומער-געפֿוצטע דאַמען און פֿראַנטען. צוערשט האָט מען דאָרטען הויפּטזעכליך געזעהן „יהודים", אַמעריקאַנער קינדער פֿון פֿריהערדיגע אימיגראַנטען פֿון דייטשלאַנד. אין די יאָהרען, וועגען וועלכע איך רייד דאָ, איז אַרוואוירן שוין געווען פֿול מיט אונזערע אידען. מען האָט געבויט ווייטער און ווייטער, נאָך און נאָך זומער קווואַרטירען, אַ גאַס נאָך אַ גאַס...
נאָך דעם קריזיס פֿון 1907 זיינען געקומען בעסערע צייטען. עס האָט זיך פֿאַנאַנדערגעבליהט „פּראָספּעריטי". עס איז געווען אַרבייט אין די פֿאַבריקען און ביזנעס אין די סטאַרס. מען האָט ספּעקולירט, געבויט, געמאַכט געלט, פֿאַרלאָרען געלט און ווידער געמאַכט.
צוזאַמען מיט דיזער כוואַליע פֿון „פּראָספּעריטי", האָט זיך גענומען מערקען מעהרער מאָראַלע פֿרייהייט, — ריכטיגער געזאָגט, ווייניגער פּיוריטאַנישע* פֿרומקייט אין די באַציהונגען צווישען די געשלעכטער. עס האָבען זיך באַוויזען קאַבאַרעס אָדער594גרויסע, רייכע רעסטאָראַנען, וואו גאַנץ בכבוד'ע מענער און פֿרויען האָבען געטאַנצט אין אַ נייעם מין גייסט פֿון לעבענסלוסט. אין אייראָפּפּאַ (אויסער ענגלאַנד), זיינען אַזעלכע קאַבאַרעס אָדער רעסטאָראַנען אימער געווען אַ געוועהנליכע זאַך; אין אַמעריקא אָבער, איז דאָס מיט אַ פֿאָר יאָהר פֿריהער געווען אַן אונמעגליכקייט.
פּלוצלונג האָט מען אין ניו יאָרק אַזוי ווי אַראָפּגעוואָרפֿען פֿון זיך דעם פּיוריטאַנישען יאָך, אַזוי ווי פֿון אַלע זייטען וואָלט מען געשריען: „מען מעג שוין!"
צוערשט האָט זיך דאָס געמערקט נאָר אין ניו יאָרק, און די נייע אַמעריקאַנער אָלרייטניקעס פֿלעגען אַהין קומען פֿון די אַנדערע שטעדט און שטעדטלאַך לעבען אַ גוטען טאָג. דערנאָך האָט זיך די „מאָראַלע מגפֿה" פֿאַרשפּרייט איבער שיקאַגאָ, סאַן פֿראָנציסקאָ און אַנדערע גרויסע שטעדט.
די אַמעריקאַנער דאַמען האָבען אויך גענומען טראָגען „לייכטזיניגערע" קליידער. ביי די גאַנץ קורצינקע, שטאַרק דעקאָלטירטע דרעסעס, מיט די געפּודערטע באַקען און געפֿאַרבטע ליפּען, האָט דאָס נאָך פֿאָרלויפֿיג ניט געהאַלטען. אין פֿאַרגלייך אָבער מיט די פֿריערדיגע מאָדעס, זיינען די נייע געווען פֿאַרשייט. די אַנשטענדיגסטע פֿרויען פֿלעגען זיך אויספּוצען אויף דיזען שטייגער און געהן עסען אַ דינער אין אַ פֿיינעם רעסטאָראַן, וואו עס האָט געשפּילט אַן אָרקעסטער און עס איז געווען אַ ספּעציעלער פּאַרקעט אויף צו טאַנצען מיט קאַוואַלירען פֿאַר צענדליגער פֿרעמדע אויגען. אַזעלכע סצענעם פֿלעגט מען זיך פֿריהער אין אַמעריקא פֿאָרשטעלען נאָר אַלס אַ טייל פֿון דעם לעבען אין פּאַריז.
אַרום יענער צייט האָבען פֿרויען אויך גענומען טראָגען העלערע און שעהנערע קליידער ווי פֿריהער. פֿון דייטשלאַנד זיינען געקומען נייע פּראַכטפֿולע פֿאַרבען און פֿון פֿראַנקרייך די פֿרייערע פֿאַסאָנען. די נייע מאָדעס זיינען געגאַנגען אומעטום, אָבער קיין שטאָדט אין דער וועלט האָט אַזוי רייך און שעהן ניט595געשימערירט און געפֿלאַמט מיט די נייע, העל-קאָלירטע דאַמען קליידער ווי ניו יאָרק.
דיזע ענדערונג איז אָבער ניט געווען די איינציגע. עס האָט זיך אויך גענומען באַווייזען אַ נייער סאָרט פּיעסען אויף דער אַמעריקאַנער ביהנע — פֿרייערע, „סמעלערע", אָפֿענערע; ענינים, וועלכע מען פֿלעגט פֿריהער זיך ניט ערלויבען אָנצוריהרען צוליב דער פֿאַרגליווערטער פּיוריטאַנישער מאָראַל, האָט מען אָנגעפֿאַנגען צו באַהאַנדלען. אייניגע פֿון דיזע פּיעסען זיינען געווען ביליג סענסאַציאָנעל און זיי האָבען געצויגען דעם עולם נאָר מיט דער געשלעכט-טהעמא, אויף וועלכע זיי זיינען געשריבען געוואָרען. עס זיינען אָבער אויך געווען אַזעלכע, וואָס האָבען געהאַט אַ ליטעראַרישען ווערט און אַ געדאַנקען-ווערט אויך.
ענליכעס איז געווען מיט דער בעלעטריסטיק. די טאַלאַנטפֿולע רעאַליסטישע ראָמאַנען פֿון טעאָדאָר דרייזער האָבען גענומען ציהען אויפֿמערקזאַמקייט.
דער מאָראַל צענזאָר האָט נאַטירליך ניט געשלאָפֿען. ער האָט געבראַכט פּאָליציי צו די טעאַטער-פֿאָרשטעלונגען; ער האָט געמאַכט אָבלאַוועם אויף די פֿערלאַגען, וואָס האָבען אַרויסגעגעבען די „צולאָזענע" ווערק. עס זיינען פֿאָרגעקומען געריכט-פּראָצעסען. און אין מאַנכע פֿאַלען איז דער צענזאָר געווען דער זיגער. אָבער די צאָל פֿון פֿאָרטגעשריטענע און מוטיגע דזשורים און ריכטער איז געוואַקסען, און דער זיג פֿון ליכט און פֿאָרטשריט איז געוואָרען אַ גאַנץ אָפֿטע ערשיינונג.
אין די גרעסערע שטעדט האָט די עפֿענטליכע מיינונג אַ שפּרייז געטאָן פֿאָראויס.
קנאַפּע צוויי יאָהר איידער דיזע שורות זיינען געשריבען געוואָרען האָט אייראָפּפּאַ זיך ניט געקענט אָנלאַכען פֿון אַ משפּט, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין אַ דרום-אַמעריקאַנער שטאַאַט געגען אַ שוהל-לעהרער, וועלכער האָט מיט זיין קלאַס געלערענט די דאַרווינישע טעאָריע. דער משפּט האָט זיך געענדיגט מיט אַן אורטייל געגען דער דאַרווינישער טעאָריע. ענליכעס קען נאָך איצט אויך פֿאָ596סירען אין אַ קליין שטעדטעל; און אפֿילו אין ניו יאָרק גופֿא האָט מען מיט עטליכע יאָהר צוריק באַשטראָפֿט אַ טעאַטער פֿאַר שפּילען שלום אש'ם „גאָט פֿון נקמה" (אין אַן ענגלישער איבערזעצונג). דאָס זיינען אָבער אַלץ אױסנאַמען, איבערבלייבענישען פֿון דער פֿאַרגאַנגענהייט.
דאָס עראינערט מיך אָן דעם פֿאַקט, אַז בשעת מען האָט אין ניו יאָרק אױפֿגעפֿיהרט „גאָט פֿון נקמה" אין דעם אָריגינאַל, זיינען געװיסע פֿאָרשטעהער פֿון אונזער אידישער אינטעליגענץ אַרױסגעטראָטען געגען דער פּיעסע, אַלס אַן אונמאָראַלישע. עס האָט זיך זאָגאַר ענטװיקעלט אַ שטיקעל באַװעגונג געגען די פֿאָרשטעלונגען. דער „פֿאָרװערטס" האָט זיך איינגעשטעלט פֿאַר דער פּיעסע. אין אױספֿיהרליכע ערקלעהרונגען האָבען מיר געװיזען, אַז ניט נאָר איז „גאָט פֿון נקמה" ניט קיין אונמאָראַלישע דראַמע, נאָר אַז פֿאַרקעהרט, איהר אינהאַלט האָט אַ הױך-מאָראַלישען זין. עס איז פֿאָרגעקומען אַ שטילער קאַמף און מיר האָבען געזיגט.
אַ 50-יאָהריגער יוּבילעי.
אין הערבסט, 1910, האָבען די גענאָסען געמאַכט צוגרייטונגען צו פֿייערען מיין 50-טען געבורטסטאָג. די אימענינעס זיינען דעם 6טען יולי (אױף אידיש — שבעה-עשר בתמוז). אָבער די זומער מאָנאַטען זיינען ניט קיין באַקװעמע צייט פֿאַר אַ פֿיערונג. האָט מען אָפּגעלייגט אױף נאָװעמבער — נאָך די װאַלען.
די „פֿאָרװערטס אַסאָסיאיישאָן", די אידישע יוניאָנס און דער „אַרבייטער רינג" האָבען זיך צו דער אונטערנעמונג פֿאַרהאַלטען מיט אַ בריטסקייט און אַ האַרציגקייט, פֿון װעלכער איך בין געװען גערירהרט מעהר װי איך האָב געקענט אױסדריקען מיט װערטער. מען האָט אַראַנזשירט אַ פֿאָלקס-פֿאַרזאַמלונג אין קאַרנעגיע האָל אױף פֿרייטאָג אָװענד, דעם 11טען נאָװעמבער, און אַ גרױסען באַנקעט אױף שבת אָװענד, דעם 12טען נאָװעמבער.
אױף איין טאָג (שבת, דעם 12טען נאָװעמבער) האָט מען597מיר געמאַכט „אױס רעדאַקטאָר", כדי דער „פֿאָרװערטס" זאָל זיך קענען אָפּגעבען צו דעם יום-טוב. די צייטונג האָט יענעם טאָג געפֿיהרט ב. פֿיינענבוים, מיט פֿאָרשטעהער פֿון דער „פֿאָרװערטס אַסאָסיאיישאָן" אַלס אונפֿאַרמעלע באַראַטונגס-קאָמיטע.
די ערשטע פֿיידזש האָט ענטהאַלטען אַ באַריכט פֿון דער פֿאָלקס-פֿאַרזאַמלונג, מיט אַן איבערשריפֿט איבער דער גאַנצער פֿיידזש און אַ פּאָרטרעט, װעלכער פֿאַרנעמט אַ גרױסען טייל פֿון דער פֿיידזש. די לייט-אַרטיקעל פֿיידזש איז אין גאַנצען פֿאַרנומען מיט אַרטיקלען װאָס זיינען שייך צו דעם יוּבילעי.
דאָס פֿאָלגענדע איז אַן אױסצוג פֿון דעם באַריכט:
„קאַרנעגי האָל איז נעכטען אָװענד געװען געפּאַקט, פֿון סטיידזש ביז די העכסטע גאַלעריע, מיט טױזענדער מענשען, װעלכע האָבען זיך פֿאַרזאַמעלט צו פֿייערען גענאָסע אַב. קאַהאַן'ס 50 יאָהריגען יוּבילעאום.
„אױפֿ'ן סטיידזש זיינען געזעסען די פֿאָרשטעהער פֿון דער אידישער אַרבייטער באַװעגונג אין אַמעריקא, פֿאָרטרעטער פֿון דער סאָציאַליסטישער באַװעגונג אין ניו יאָרק און פֿילע פֿערזענליכע פֿריינד פֿון דעם יוּבילאַר.
„פֿון די באָקסעס (לאָושעס) זיינען אַרונטערגעהאַנגען די רױטע בענערס פֿון סאָציאַליסטישע אָרגאַניזאַציאַנען און פֿון יוניאָנס, װעלכע קאַהאַן האָט געהאָלפֿען גרינדען און װעלכע ער האָט מיט זיין פֿעדער און מיט זיינע רעדעס געהאָלפֿען אױפֿבױען.
„צװישען די טױזענדער פֿאַרזאַמעלטע האָט מען געקענט זעהן די פּנים'ער פֿון אַלטע סאָציאַליסטען, װעלכע זיינען מיט צעהן אָדער צװאַנציג יאָהר צוריק געװען אין דער באַװעגונג אױף דער איסט-סייד. פֿילע פֿון זיי זיינען שױן פֿון דאַנען לאַנג אַװעק, און זיי זיינען היינט ביזנעסלייט אָדער פּראָפֿעסיאָנעלע מענשען. מאַנכע װאױנען זאָגאַר אין אַנדערע שטעדטעט. זיי זיינען געקומען פֿון נאָהענט און פֿון װייט צו פֿייערען דעם יום-טוב פֿון דעם מאַן, װעמען זיי עהרען און אַכטען פֿון אימער אָן אַלס דער קװאַל פֿון זייער גייסטיגען לעבען.
„אױסער די טױזענדער מענשען, װאָס האָבען געפֿונען
598פּלאַץ אין האָל, זיינען אין אָפֿיס פֿון „פֿאָרװערטס" און צום באָקס אָפֿיס פֿון האָל געקומען נאָך טױזענדער מענשען און געבעטען מען זאָל זיי געבען אַ געלעגענהייט צו באַטייליגען זיך אין דעם יום-טוב. ליידער האָט מען זיי געמוזט ענטזאָגען. צעהן קאַרנעגי האָלס װאָלטען ניט געװען גרױס גענוג אַריינצונעמען אַלע טױזענדער װאָס האָבען געװאָונשען צו באַגריסען אַב. קאַהאַן צו זיין גרױסען יום-טוב.
„דער פֿייער האָט זיך אָנגעפֿאַנגען פּונקט 9 אוהר, װען אַב. קאַהאַן איז אַרױפֿגעפֿיהרט געװאָרען אױף דער ביהנע אין באַגלייטונג פֿון גענאָסע מאָרריס הילקװיט, גענאָסע ראָססעל און לינקאָלן סטעפֿפֿענס. דער גרױסער אָרקעסטער האָט אױפֿגעשפּילט די „מאַרסעליעזע", און די טױזענדער פֿאַרזאַמעלטע האָבען זיך אױפֿגעשטעלט פֿון זייערע פּלעצער און מינוטען-לאַנג „געטשירט" און אַפּלאָדירט דעם יוּבילאַר.
„דאַן האָבען זיך אָנגעפֿאַנגען די באַגריסונגס-רעדעם פֿון די פֿאָרשטעהער פֿון די פֿילע אָרגאַניזאַציאָנען און פֿון די פּראָמינענטע פֿערזענליכע פֿריינד פֿון אַב. קאַהאַן.
„דער ערשטער רעדנער איז געװען ד ר . ה אַ ל פֿ ע ר ן , װעלכער האָט אין נאָמען פֿון דער יוּבילעאום קאָמיטע פֿאָרגעשטעלט דעם טשערמאַן פֿון דער פֿאַרזאַמלונג גענאָסע אַ ל ע ק ס אַ נ ד ע ר י אַ נ אַ ס , דער פֿאָטער פֿון דער סאָציאַליסטישער באַװעגונג אין אַמעריקא.
„דאַ קומען אױסצוגען פֿון רעדעם, װעלכע זיינען געהאַלטען געװאָרען פֿון די פֿאָלגענדע גענאָסען און פֿריינד: מאָרריס הילקװיט, טשאַרלס עדװאָרד ראַססעל, ב. פֿיינענבוים, לינקאָלן סטעפֿפֿענס, ב. װיינשטיין, מאיר לאָנדאָן, דזשייקאָב פֿאַנקין, ש. יאַנאָװסקי, עדװאָרד קינג, אברהם קאַספּע און ש. בולגאַטש.
דזשייקאָב פֿאַנקין האָט פֿאָרגעלעזען באַגריסונגען פֿון די פֿאַראייניגטע אידישע געװערקשאַפֿטען, פֿון דעם גענעראל עקזעקוטיװ קאָמיטעט פֿון דעם „אַרבייטער רינג" און אַ ליסט פֿון אַנדערע באַגריסונגס-טעלעגראַמען.
דאָס פֿאָלגענדע איז דער אַדרעם פֿון דער „פֿאָרװערטס599אַסאָסיאיישאָן", װעלכער איז אָפּגעדרוקט אױף דער לייט-אַרטיקעל פֿיידזש:
די „פֿאָרװערטס אַסאָסיאיישאָן" צו איהר רעדאַקטאָר.
מיר, די מעמבערס פֿון „פֿאָרװערטס אַסאָסיאיישאָן", דריקען אױס אונזער הערצליכסטע און װאַרימסטע באַגריסונג צו גענאָסע אַב. קאַהאַן צו זיין 50-יאָהריגען יוּבילעאום.
אַלס די אַרױסגעבער פֿון „פֿאָרװערטס", פֿיהלען מיר זיך אױף זיין היינטיגען יום-טוב די נאָהענטסטע מחותּנים. גענאָסע אַב. קאַהאַן האָט מיט זיין מערקװירדיגער פֿעדער, מיט זיין פֿעהיגקייט אַלס זשורנאַליסט און מיט זיין מאָראַלען איינפֿלוס אַלס סאָציאַליסט און אַרבייטער פֿיהרער, געמאַכט דעם „פֿאָרװערטס" אין מאַכט און מאָראַלישען איינפֿלוס פֿאַר דער גרעסטער אידישער צייטונג אין דער װעלט.
גענאָסע אַב. קאַהאַן איז געװען איינער פֿון די גרינדער פֿון אונזער צייטונג. ער איז געװען איהר ערשטער רעדאַקטאָר אין יענע יאָהרען, װען מען פֿלעגט אױף איהר דאַרפֿען געהן אױפֿמאַכען אַלע מאָנטאָג און דאָנערשטאָג צװישען די אַרבייטער אין די יוניאָנס און אין די שעפּער. ער איז געשטאַנען נאָהענט צו איהר און איהר געשטיצט מיט דאָס בעסטע מאַטעריאַל פֿון זיין פֿעדער אין די עטליכע יאָהר װאָס ער איז געװען באַשעפֿטיגט מיט שרייבען אין די ענגלישע צייטונגען און זשורנאַלען. און ער איז צו איהר צוריקגעקומען מיט ניין יאָהר צוריק, װען זי האָט זיך געמוטשעט מיט אַ הײַפֿעלע לעזער און האָט פֿון איהר געמאַכט דאָס װאָס זי איז היינט — דער ריזיגער פֿאָרשטעהער, דער מעכטיגער סאָציאַליסטישער אָרגאַן, װעמעס שטימע עס דערגרייכט יעדען טאָג אַ פֿערטעל מיליאָן לעזער אין אַלע װינקעלעך פֿון אַמעריקא.
די אידישע אַרבייטער אין דיזען לאַנד עהרען און אַכטען גענאָסען אַב. קאַהאַן ניט בלױז פֿאַר די גרױסע דינסטע װאָס ער האָט געלייסטעט זייער אָרגאַן. זיי האָבען איהם געקענט פֿאַר זייער לעהרער און אַגיטאַטאָר, פֿאַר זייער הייסען און איבערגעגעבענעם פֿריינד פֿילע, פֿילע יאָהרען איידער דער „פֿאָר600װערטס" האָט זיך געגרינדעט. גענאָסע קאַהאַן'ס טעטיגקייט אין דער אידישער אַרבייטער באַװעגונג איז פֿאַרשפּרייט װייט איבער די גרענעצען פֿון אונזער די צייטונג.
דאָך װעט יעדער אנערקענען, אַז די װיכטיגסטע טייל פֿון זיין אַרבייט איז פֿאַרבונדען מיט דעם „פֿאָרװערטס". װען גענאָסע קאַהאַן װאָלט קיין אַנדער זאַך אין זיין לעבען ניט געטאָן װי אױפֿצובױען פֿאַר די אידישע אַרבייטער אַזאַ ריזיגען קאַמפֿס-אָרגאַן װי דיזע צייטונג, װאָלט ער דערפֿאַר אַליין שױן פֿאַרדינט די עהרע און אנערקענונג װאָס די גאַנצע אידישע אַרבייטער װעלט אין דיזען לאַנד שענקט איהם היינט.
כל זמן דער אַרבייטער קאַמף װעט אָנגעהן, װעט דער „פֿאָרװערטס" אימער שטעהן אױף דעם קאַמפֿס-פּלאַץ אין די פֿאָדערשטע רייהען, און כל זמן דער „פֿאָרװערטס" װעט לעבען, װעט ער אימער געדענקען זיין ערשטען און גרעסטען רעדאַקטאָר, װעלכער האָט פֿון איהם געמאַכט אַזאַ גװאַלדינע ריזען-מאַכט.
און גענאָסע קאַהאַן איז ניט בלױז אונזער רעדאַקטאָר. ער איז אױך אונזער פֿריינד און גענאָסע. אין די פֿילע יאָהרען װאָס ער איז געװעןָ פֿאַרבונדען מיט אונז אין דער אַרבייטער באַװעגונג האָט ער זיך ביי אונז באַליבט געמאַכט מיט זיין פֿאָלקאָם דעמאָקראַטישען נייסט, מיט זיין איינפֿאַכקייט, און אמת האַרציגע פֿריינדליכקייט.
גענאָסע קאַהאַן איז אַ מענש מיט אַ װאַרימע האַרץ, װאָס שלאָגט מיט סימפּאַטיע און ליבע פֿאַר יעדען פֿון זיינע פֿריינד און באַקאַנטע, און די דיזע האַרציגקייט, דיזע װאַרימע סימפּאַטיע פֿאַר די מיט-מענשען, האָט ער אַריינגעטראָגען אין „פֿאָרװערטס". ער האָט געמאַכט אונזער צייטונג, אױסער פֿאַר אַ לעהרער, פֿיהרער און פֿאָרקעמפֿער, אױך פֿאַר דעם אָרגאַן, װאָוּ די גרױסע אונטערדריקטע ליידענדע מאַסען קענען אױסרײדען זייערע הערצער און צונױפֿרײדען זיך מיט זייערע מיט-מענשען, װעלכע זיינען גליקליכער און קענען זיי העלפֿען מיט ראַט און טאַט.
מיר באַגריסען גענאָסע אַב. קאַהאַן'ען אַלס אונזער רעדאַקטאָר, לעהרער, פֿאָרשטעהער, פֿריינד און גענאָסע, צו זיין 50-יאָה601ריגען יוּבילעאום און װינשען איהם נאָך לאַנג צו בלייבען מיט אונז אין קאַמף און צו דערלעבען אונזער זיג.
דאָס פֿאָלגענדע, געשריבען פֿון ב. פֿיינענבוים, אין נאָמען פֿון אַלע קאָלעגען פֿון דער רעדאַקציע, איז דער לייט-אַרטיקעל אין דעם „פֿאָרװערטס" פֿון'ם 12טען נאָװעמבער, 1910:
צום יובל-יאָהר פֿון אונזער רעדאַקטאָר.
אױף דעם היינטיגען טאָג האָבען מיר אונזער רעדאַקטאָר אַרױסגעװאָרפֿען פֿון דער רעדאַקציע און מיר האָבען אַ הפֿקרװעלט. מיר שרייבען און דרוקען װאָס מיר װילען.
„הינטער די אױגען מעג מען אפֿילו אױף אַ קייזער זאָגען דעם אמת" — אפֿילו אױף אַ רעדאַקטאָר!
מיט ליבע און קאַמעראַדשאַפֿט שיקען מיר צו אונזער חבר רעדאַקטאָר, גענאָסע אַב. קאַהאַן, אונזער הערצליכע גראַטולאַציאָן צו דער פֿייערונג פֿון זיין 50טען געבורטסטאָג.
„מיט ליבע און קאַמעראַדשאַפֿט", װי חברים צו אַ חבר דערפֿאַר, װייל מיר פֿיהלען מיר קיינמאָל ניט קיין אַנדערע פֿאַרהעלטעניס צװישען אונז און איהם.
עס איז די שמחה פֿון דעם פֿערטעל מיליאָן לעזער פֿון „פֿאָרװערטס". און עס איז די שמחה פֿון די הונדערט טױזענד אידישע אַרבייטערינען און אַרבייטער. און עס איז די שמחה פֿון פֿילע טױזענדער סאָציאַליסטען פֿון אַנדערע נאַציאָנאַליטעטען. און עס איז די שמחה פֿון מאַסען לעזער און ליבהאַבער פֿון ענגלישע ליטעראַטור.
און ביי די אַלע איז עס די שמחה פֿון אַ ברודער, פֿריינד און קאַמעראַדען — דען אַ ברודער, אַ פֿריינד און אַ קאַמעראַד איז אַב. קאַהאַן אין אַלצדינג װאָס ער טוט. דער אָטעם פֿון באַשיידענהייט און חבר'שאַפֿט שװעבט איבער זיין גאַנצע אױסגעברייטע עפֿענטליכע טעטיגקייט.
28 יאָהר שטעהט ער אין פֿראָנט פֿון אונזער עפֿענטליכען לעבען. געקומען מיט די ערשטע גרױסע אידישע איינװאַנדערונג פֿון רוסלאַנד, איז זיין טעטיגקייט צוזאַמענגעװאַקסען מיט דער גאַנצער היסטאָריע פֿון דעם „אידישען יודענטום" אין דער נייער602היים, אין דער נייער װעלט, פֿון איהר אָנפֿאַנג ביז צום היינטיגען טאָג.
און װאָס פֿאַר אַ װאַונדערבאַרע אױסגעברייטע טעטיגקייט דאָס איז געװען! אין װיפֿיל ראָלען ער האָט זיך אױסגעצייכענט! אַלס װעגװייזער אין ליטעראַטור און דראַמא איז ער געשעצט פֿון אונצעהליגע טױזענדער, װעלכע האָבען איהם צו פֿאַרדאַנקען זייער מבינות אין דיזע קונסטען.
אַלס אונטערהאַלטער און באַלערער אין פּאָפּולערע לעבענס-פֿילאָזאָפֿיע איז ער באַליבט ביי די מאַסען װאָס קענען ניט פֿאַרגעסען זיינע פֿעליעטאָנען „פֿון אַ װאָרט אַ קװאָרט".
זיין „נשמה יתרה" האָט אױף טױזענדער געמאַכט דעם איינדרוק פֿון באַגייסטערענדע און איידעלענדע מוסר און איהם געמאַכט אַ נאָמען אַלס מאָראַל-פּרעדיגער אין דעם ערנסטסטען און װירקזאַמסטען זין פֿון דעם װאָרט.
זיין באַדייטונג אַלס ענגלישער שריפֿטשטעלער װערט געשטעלט אױף אַ הױכער מדרגה פֿון די גרעסטע און באַדייטענדסטע ליטעראַטען אין אַמעריקא און קריטיקער אין רוסלאַנד.
זיין פּאָפּולאַריזאַציע פֿון דאַרװיניזם, עלעמענטאַרע אַסטראָנאָמיע, נאַטור-װיסענשאַפֿטליכע געגענשטענדע, אורשפּרונג פֿון דער מענשליכער שפּראַך, װי מען שרייבט פּאָעזיע, א. ז. װ., געדענקען טױזענדער טױזענדער לעזער פֿון די אַמאָליגע „צוקונפֿט" ביז'ן היינטיגען טאָג און דערמאָנען דאָס אַלס מוסטער פֿון לייכטע, פֿאַרשטענדליכע װיסענשאַפֿטליכע פֿאָלקס-באַלעהרונגען.
זיינע אַרטיקלען איבער די גרונט-פּרינציפּען פֿון מאַרקסיזם, זיין פּאָפּולאַריזאַציע פֿון דעם ערשטען קאַפּיטעל „קאַפּיטאַל", און זיין ביכעל „לױן אַרבייט און קאַפּיטאַל" האָבען איהם געשטעלט אין די רייהען פֿון די בעסטע פּאָפּולאַריזאַטאָרס פֿון מאַרקסיזם.
פֿאַר אונז איז נאַטירליך מעהר װי אַלץ געשעצט זיין ראָלע אַלס פֿיערדינגער אַגיטאַטאָר פֿאַר'ן סאָציאַליזם און טרייד-יוניאָניזם אין װאָרט און אין שריפֿט, װעלכעם איז געװען זיין לעבענס-אױפֿגאַבע.
און אַלס דער ערפֿאָלגרייכסטער אידיש-אַמעריקאַנישער603זשורנאַליסט, װאָס אונטער זיין רעדאַקציע איז דער „פֿאָרװערטס" געװאָרען די גרעסטע אידישע צייטונג פֿון דער װעלט און איינע פֿון די גרעסטע סאָציאַליסטישע צייטונגען פֿון דער װעלט.
אין אַזאַ פֿילזייטיגע אױסגעברייטע טעטיגקייט האָט ער זיך אױסגעצייכענט און פּאָפּולער געמאַכט. און דיזע גאַנצע טעטיגקייט זיינע איז אימער געװען באַהערשט פֿון אַ טיף-דעמאָקראַטישען טאָן. קיין סימן פֿון הױך-פֿליהענדיגקייט. קיין שפּור פֿון אַן איבערטריבענעם פּראָפֿעסאָרען-טאָן. קיין צייכען פֿון אַ יחסנישע מינע פֿון אַ גדול און פֿילאָזאָף.
זיין װערטעל „אידישע אידיש", זיין אייביגער געשרײ װעגען די נױטװװענדיגקייט צו שרייבען זעהר פּאָפּולער פֿאַר די מאַסען, כאַראַקטעריזירט זיין גאַנצע טעטיגקייט אַלס אַ טיף-דעמאָקראַטישע, פֿרייע פֿון יעדען יחסן'ישען טאָן, פֿון יעדען „גדלות", פֿון יעדע שול-מייסטערײַ, פֿון יעדע איבערטריבענע פּרעטענזיע.
פֿאַר איבערטריבען מעג מען האַלטען זיין אייביגען אַרומריטען אױפֿ'ן פֿערדעל פֿון פּאָפּולאַריטעט. אָבער דאָס צייגט יעדענפֿאַלס סיי באַשיידענהייט, סיי אַבסאָלוטע פֿרייהייט פֿון הױכע פּרעטענזיעם און אַריסטאָקראַטיע פֿון אירגענד װעלכען סאָרט.
און דאָס מאַכט אונז זיך פֿיהלען נאָהענטע מחותּנים אױף זיין שמחה.
מיר װאָלטען זיך ענטזאָגט איהם אָפּצוגעבען יחסן'ישע „טשעסט" אַלס דעם „שעף". מיר װאָלטען זיך ענטזאָגט איהם צו פֿאַרגעטערען אַלס דעם אונפֿעהלבאַרען אױטאָריטעט אין אירגענד עטװאָס. אָבער מיט'ן גאַנצען האַרצען און מיט די טיפֿסטע אנערקענונג באַגריסען מיר איהם אַלס טרייען און טיערען חבר, ברודער, קאַמעראַד — פֿון אונז אַלס גענאָסען און קאָלעגען און פֿון דער גאַנצער אידישער באַפֿעלקערונג, ספּעציעל פֿון דעם אַרבייטער קלאַס, אַלס איהר טרייער פֿאָרקעמפֿער.
קאָלעגע און קאַמעראַד! אַ האַלב יאָהרהונדערט האָסטו אָפּגעלעבט אױף דיזער פֿינסטערער װעלט און מיט אַלע דיינע פֿעהיגקייטען האָסטו געהאָלפֿען זי ליכטיג מאַכען. דו האָסט געהאָלפֿען מיט דיינע גייסטעס-בליצען באַלייכטען טעמפּפֿאָרער איהר604געגענװואַרט. דו האָסט געהאָלפֿען מיט דיין קאַמף-פֿלאַקער באַלייכטען דװיערהאָפֿט איהר צוקונפֿט.
דו האָסט דיין לױן שױן היינט. דען דו קענסט זעהן, אַז דיין אַרבייט איז ניט געװען אומזיסט.
װען אין דעם פֿינסטערען לעבען פֿון די טענעמענט באַװואױנער פֿינקעלט היינט אַ גייסטיג ליכטעל — איז דאָס צו אַ גרױסען טייל דיין אַרבייט.
װען אין דער פּאָסטקייט און כמורנעקייט פֿון זייער פֿאַמיליען לעבען איז אַריין אַ שטראַהל פֿון מונטערע אונטערהאַלטונגען צװישען מאַן און װוייב איבער ליטעראַטור, דראַמא, נאַטור, סאָציאַליזם — איז דאָס זעהר פֿיל דיין פֿאַרדינסט.
װען אױף זייערע טישען, צו זייערע מאָגערע פֿרישטיקס און מיטאָגען, זיינען צוגעקומען שטיקלעך פֿוטער און פֿלייש — אין דאָס אַ סך דער רעזולטאַט פֿון דיין אַנטייל נעמען אין זייערע קאַמפֿען.
װען פּונקט צו דיינע 50 יאָהר האָסטו דערלעבט צו זעהן כמעט דעם גאַנצען אידישען אַרבייטער קלאַס גוט אָרגאַניזירט און ערפֿאָלגרייך אין זיין גלענצענדען קאַמף, דעם אינטערנאַציאָנאַלען סאָציאַליזם אין אַ הערליכען צושטאַנד, און אין אַמעריקא דעם ערשטען איינברוך פֿון סאָציאַליזם אין קאָנגרעם — איז דאָס אַ פֿרייד אַ װעלכע דו האָסט דיר כשר פֿאַרדינט מיט דעם שװוייס פֿון דיין פּנים. דען דו האָסט צו דעם אַלעם בייגעטראָגען דיין פֿולען חלק.
די, װעמען דו האָסט געגעבען דעם פֿאַסענדען נאָמען „אַלראיטניקעס" — סיי עם-האָרץ'ישע, סיי אינטעלעקטועלע — קענען דאָס גאָר ניט באַגרייפֿען: אַ מענש מיט אַזױ פֿיל אַלזייטיגע פֿעהיגקייטען, שױן 28 יאָהר אין אַמעריקא, און האָט נאָך אפֿילו קיין טענעמענט הױז ניט, פֿון אַן אָטאָמאָביל אודאי אָפּגערעדט. „װאָס האָט ער דערפֿון?"
דו אָבער האָסט דערפֿון דאָס, װאָס דער גרעסטער מיליאָנער קען פֿאַר זיינע אַלע מיליאָנען ניט קריגען צו קױפֿען: דו האָסט אמת'ע ליבע פֿון טױזענדער און דאַנקבאַרקייט פֿון צעהנטױזענדער. דו האָסט די גליקזעליגקייט פֿון זעהן פֿאַראױס אָנקומען די605שעהנע, גליקליכע צייט פֿאַר דער ליידענדער מענשהייט און פֿון פֿיהלען אַז דו האָסט דערצו אַזױ פֿיל צוגעהאָלפֿען.
אַז דו זאָלסט עס נאָך דערלעבען איז דער הייסער װאונש, װעלכען דו קריגסט היינט פֿון פֿילע טױזענדער, צװוישען זיי דיינע קאָלעגען פֿון דער רעדאַקציע.
אױף דעם באַנקעט (אין דעם מאָררי הילל לײסעאום) זיינען געװוען אַנװוזענד ביי פֿינף הונדערט פֿערזאָן — פֿאָרשטעהער פֿון יוניאָנס, סאָציאַליסטישע אָרגאַניזאַציעס, מיינע פֿערזענליכע פֿריינד (צװוישען זיי עטליכע אַמעריקאַנער שריפֿטשטעלער).
אידישע אַרבייטער אָרגאַניזאַציעס פֿון די אַרומיגע שטעדט האָבען געשיקט פֿאָרטרעטער.
די האָל איז געװען דעקאָרירט. רעדעם זיינען געהאַלטען געװואָרען פֿון פֿאָרשטעהער פֿון אָרגאַניזאַציעס און פֿון די פּראָמינענטסטע מענשען אין דער סאָציאַליסטישער באַװעגונג. איינער פֿון די װאָס האָבען געהאַלטען רעדעם איז געװוען אַרטהור בריסבעין, דער באַריהמטער רעדאַקטאָר פֿון „איװוונינג דזשורנאַל".
אַ ספּעציעלען װואָרט פֿאָדערט זיך צו זאָגען װועגען דער באַטייליגונג פֿון ש. יאַנאָװסקי, פֿיהרער פֿון די אַנאַרכיסטען און רעדאַקטאָר פֿון זייער װואָכענשריפֿט „די פֿרייע אַרבייטער שטימע". דיזער געװועזענער געגנער אונזערער (אַמאָל אַ ביטערער געגנער) איז איצט שױן געװוען איינער פֿון אונזערע בעסטע פֿריינד. דאָס װואָס פֿריהער (פֿיידזש 557) איז באַמערקט געװואָרען װועגען יאָהאַן מאָסט'ען, דאַרף מען דאַ באַמערקען װועגען ש. יאַנאָװסקי'ן. צו אונזער שטאַנדפּונקט איז ער ניט באַקערט געװואָרען; אין אונזער פּאַרטיי אין ער ניט אַריבערגעגאַנגען. מיר זיינען אָבער געװוען אין זעהר פֿריינדליכע באַציהונגען, און זיין פֿריינדשאַפֿט איז אונז געװוען ליב.
מיט זיין פֿיינער רעדנער-קראַפֿט און איגענאַרטיגען לוסטיגען הומאָר האָט ער באַצירט פֿילע פֿון יענע פֿאַרזאַמלונגען אונזערע, װעלכע האָבען ניט געטראָגען קיין פּאַרטיי כאַראַקטער. מיר האָבען אים באַטראַכט אַלס איינעם פֿון אונזער משפּחה.
606אַ צעהן-שטאָקיגע „פֿאָרװערטס"-געביידע.
עטליכע טעג נאָך דעם יוּבילעאום האָט „די סאָסייעטי אָװ אַמעריקען אַדװוערטייזערס" אַרױסגעגעבען אַ סוירטיפֿיקייט אַז די סוירקוליישאָן פֿון „פֿאָרװערטס" איז שױן 113,300.
שפּעטער איז זיין סירקוליישאָן אַװעק אַ סך אַ װייטער. זי איז אַריבערגעשפּרונגען 200,000. אָבער פֿאַר אַ אידישע צייטונג — און פֿאַר אַ צייטונג װאָס װערט אַרױסגעגעבען אױף אירגענד אַנדערער אױסלענדישער שפּראַך — איז 100,000 אױך אַ זעהר אונגעװוועהנליכע צאָל. דער באַריכט האָט געמאַכט אַ רושם אין דער אַמעריקאַנער פּרעסע איבער'ן גאַנצען לאַנד.
די געביידע, 175 איסט בראָדװוי, איז געװואָרען צו קליין. דאָס האָט זיך גענומען פֿיהלען נאָך מיט אַ פּאָר יאָהר פֿריהער, און אין 1909 האָט די אַסאָסיאיישאָן אָפּגעקױפֿט די נעקסטע הױז, 173 איסט בראָדװוי, מיט דעם צװעק אַרונטערצוװוערפֿען ביידע אַלטע מױערען און אױף די צװוייי לאָטס אױפֿצושטעלען אַ מאָדערנעם בנין, לױט די פֿאָדערונגען פֿון אַ טעגליכע צייטונג.
די פֿראַגע איז געװוען װואָס פֿאַר אַ סאָרט געביידע מען זאָל שטעלען, און װועגען דעם זיינען געװוען צװוייי מיינונגען. אייניגע מיטגלידער האָבען געגלױבט, אַז מען דאַרף האָבען אַ הױז פֿון פֿיר עטאַזש — נאָר פֿאַר דער צייטונג. דער אַנדערער צד, װוידער, האָט זיך אױסגעשפּראָכען פֿאַר אַ צעהן-עטאַזשיגען מױער, אַזױ, אַז אױסער דער רעדאַקציע און געשעפֿטס-אָפּטיילונג פֿון דער ציייטונג, זאָלען זיין מיטינג-רומס (פֿאַרזאַמלונגס-צימערען) און איין גרױסער זאַל פֿאַר אַן עולם פֿון אַרום טױזענד פֿערזאָן, פֿאַר קליינע מאַסען-פֿאַרזאַמלונגען, לעקטשורס, קאָנצערטען. איך האָב אונטערשטיצט דעם צװוייטען צד. אַזאַ בנין װואָלט געװואָרען דער צענטער פֿון אונזער אַרבייטער באַװעגונג און מיט זיינע צעהן שטאָק װואָלט ער ציהען אַ סך אױפֿמערקזאַמקייט. דאָס װואָלט זיין די עכסטע געביידע אין דעם גרױסען אַלטען אידישען קװואַרטאַל; און אַזױ װוי פֿון פֿאָרענט איז אַ פֿרייער פּלאַץ — סואַרד פּאַרק —607װועט זיך דער װואָרט „פֿאָרװערטס" זעהן אױף אַ גרױסע שטרעקע אַרום און אַרום; אַלזאָ װועט דאָס גופֿא זיין אַ גוטער אַגיטאַציאָנס-מיטעל פֿאַר דער צייטונג און פֿאַר דער באַװעגונג.
דער צװוייטער פֿאָרשלאַג איז אָנגענומען געװואָרען.
די אונטערנעמונג האָט געדאַרפֿט קאָסטען 348 טױזענד דאָל. אױף דעם האָט דער „פֿאָרװערטס" געהאַט 60 טױזענד דאָלאַר קעש (מזומן). אױף דאָס איבעריגע האָט מען טיילװוייז געגעבען מאָרטגעדזשעם און טיילװוייז געבאָרגט אין די באַנקען. דער קרעדיט פֿון „פֿאָרװערטס" איז דאַן שױן געװוען כמעט אונבאַגרעניצט.
אױך האָט שלעזינגער, מיט דער אָפּשטימונג פֿון דער „פֿאָרװערטס אַסאָסיאיישאָן", באַשטעלט דריי פּרעסס מאַשינען פֿון די גרעסטע און נייעסטע מאָדעלען און די נייסטע סטערעאָטאַיפ מאַשינען און צוריכטונגען. צו זיי האָט ער אױך פֿאַרגרעסערט די צאָל זעץ-מאַשינען.
עס האָט זיך געפֿאָדערט אַ ריזיגער קאַפּיטאַל, אָבער דער איינקונפֿט פֿון „פֿאָרװערטס" איז שױן געװוען זעהר גרױס און איז שנעל געװואַקסען.
דעם 1טען יאַנואַר 1911 האָט די רעדאַקציע און דער ביזנעם אָפֿיס פֿון „פֿאָרװערטס" צייטװוייליג אַריבערגעמופֿט אין אַן אַנדער הױז, אין 91 איסט בראָדװוי. און אױף דעם באַפֿרייטען פּלאַץ פֿון 173 און 175 איסט בראָדװוי האָט מען גענומען בױען די 10-עטאַזשיגע „פֿאָרװערטס" בילדינג.
די נייע געביידע האָט געזאָלט פֿאַרטיג װוערען אין מאי 1912.
(ענדע פֿון פֿערטען באַנד)
[ז׳ 566] אין דעם צווייטען באַנד געפֿינען זיך אױף דיזען פּלאַץ די ווער-טער : „מיט דרייסיג יאָהר שפּעטער האָט ער מיך עראינערט אָן איהר (מיין רעדע) דורך אַ בריף". דאָס איז אַ טעות. עס האָט בעדאַרפֿט שטעהן : „מיט פֿינף-און-צוואַנציג יאָהר שפּעטער".
[ז׳ 568] מען האָט טהאָא'ן פֿאַרשפּאַרט אין אַ קרימינאל-דולהויז. פֿון דאָרטען איז ער שפּעטער אַנטלאָפֿען. מען האָט איהם אָבער דערנאָך דערכאַפּט. דאַן האָט ער אָנגעפֿאַנגען אַ פּראָצעס, טענה'ענדיג אַז ער איז שוין פֿאָלשטענדיג געזונט. דערווייל האָט עוועלין פֿון איהם געקראָגען אַ גט. דעם אַדווערטייזמענט וואָס די גאַנצע געשיכטע האָט איהר פֿאַרשאַפֿט, האָט זי אױסגענוצט פֿאַר אַ קאַריערע אַלס טענצערין. עס איז אױך פֿאַר-געקומען אַ געלט-פּראָצעס. טהאָא האָט זיך ענטזאָגט זיין געוועזענע פֿרוי צו שטיצען, ערקלעהרענדיג אַז איהר קינד איז ניט פֿון איהם. זיין אייגענער קאַמף פֿאַר באַפֿרייאונג פֿון דולהויז האָט זיך געצויגען עטליכע יאָהר. ענדליך האָט ער זיין ציל דערגרייכט.
[ז׳ 570] זעה צווייטען באַנד, פֿיידזשעס 40, 41, 140 און 141.
[ז׳ 584] דאַן, אויף זיין וויזיט אין ניו יאָרק, האָט בורצעוו דאָס מיר געזאָגט, אַז אויף מיין פֿאָרטראַג אין צוריך, אין 1893, איז צווישען די צוהערער געווען אזעוו (זעה דריטען באַנד, פֿיידזש 336).
[ז׳ 586] פֿון בורצעוו'ם ערקלערונגען האָב איך זיך אויך דערוואואסט, אַז וועגען דער אויבעןדערמאָנטער פֿערזאַמלונג, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין דר. קאַפּלאַן'ם הויז, אין 1904, האָט עוואַלענקאַ אויך געמעלדעט צו דעם פּאָליציי דעפּאַרטמענט. ער האָט די פֿאַקטען נאָר אַביסעל צודרייט. זיין הויפּט צוועק איז געווען צו ווייזען, אַז סאָציאַליסטען באַשולדיגען איהם אין שפּיאָנסטוו, אָבער אַז ער ענטפֿערט אויף אַלץ אַזוי קלוג, אַז די באַשולדיגונגען געגען איהם ווערען צוריקגעשטוויסען; מען האַלט איהם אַלץ פֿאַר אַ גוטען רעוואָלוציאָנער, הייסט עס, און ער קען ווייטער דינען דער פּאָליציי, אַלס איהר געהיימער אַגענט.
[ז׳ 593] מיט דעם וואָרט מיינט מען דאָ די חסידישע, שטרענג פֿרומע, לויט די רעליגיעזע פֿאָדערונגען פֿון די פּיוריטאַנער — די ענגלענדער, וואָס האָבען אימיגרירט קיין אַמעריקא אין דעם 17טען יאָהרהונדערט און געגרינדעט די עטליכע שטאַאַטען, וועלכע זיינען באַקאַנט אַלס ניו-ענגלאַנד.