11די אײנדרוקספֿולסטע פֿאַסירונג פֿון דעם יאָהר 1911 אין דעם לעבען פֿון אונזער באַװעגונג, און פֿון די אידישע אַרבייטער מאַסען אין אַלגעמיין, איז אַ פֿילפֿאַכע טראַגעדיע ביי אַ פֿײער (שׂרפֿה). די געשעהעניש האָט געמאַכט אַן אומגעהײַערען רושם. מאָנאַטען לאַנג האָט מען װעגען איהר ניט אויפֿגעהערט צו ריי־דען. און עד היום, װען מען רעדט אַרויס די װערטער „דער טרייענגעל פֿײער", װײיסען אַפֿילו קינדער, אַז דאָס מיינט מען עפּעס אַ גרויסע, אַ שרעקליכען אומגליק, װאָס האָט אַמאָל גע־טראַפֿען אין ניו יאָרק.
דער פֿײער האָט אויסגעבראָכען אין אַ פֿאַקטאָרי פֿון װײיסטען (בלויזעס), װעלכע האָט געהערט צו דער „טרייענגעל װײיס קאָמפּאַני", פֿון 23־29 װאַשינגטאָן פּלייס, לעבען גרין סטריט. די קרבנות זיינען מײיסטענטײלס געװען מיטגלידער פֿון אונזער מאַכער יוניאָן.
שבת נאָכמיטאָג, דעם 25טען מערץ, 1911, האָט דאָס פֿאַ־סירט. אין „פֿאָרװערטס" איז די טרויעריגע געשיכטע געװען געדרוקט אין זונטאָגדיגען נומער (דער נומער איז אָבער ער־שינען שבת אָװענט, דאָס הייסט, עטליכע שטונדען נאָך דער שׂרפֿה). די גאַנצע ערשטע פֿײדזש און אַ גרויסער טייל פֿון די אַנדערע פֿײדזשעם זיינען געװען פֿאַרנומען מיט'ן אומגליק. איבער דער ערשטער פֿײדזש געהען גרויסע װערטער: „דער מאָרגן איז פֿול מיט אונזערע קרבנות". אונטער דעם, אויך מיט גרויסע װערטער: „175 אַרבייטער פֿאַרלירען זייער לעבען אין אַ ברע12נענדער שװערט װײיסט פֿעקטאָרי". דערנאָך קומען עטליכע שורות, אַלץ איבער דער גאַנצער פֿײדזש, און דאַן, װידער מיט זעהר גרויסע װערטער און אויך איבער דער פֿײדזש: „דער גאַנצער אידישער קװאָרטאַל אין טרויער".
דעם באַריכט פֿון דעם אונגליק האָט פֿאַר'ן „פֿאָרװערטס" אויפֿגעשריבען דער פּאָעט מאָריס ראָזענפֿעלד. די אײנצעלהײ־טען האָבען איהם דערצעהלט מענשען, װאָס האָבען די שׂרפֿה ביינעװאוינט.
אָט זיינען עטליכע אויסצוגען פֿון זיין רעפּאָרט:
„דער פֿײער האָט אויסגעבראָכען האַלב־נאָך־פֿינף פֿאַרנאַכט, גלייך נאָכדעם, װי דער גלאָק האָט געקלונגען פֿאַר די אַרבייטער צו סטאַפּען. די הויז איז אַ צעהן־עטאַזשיגע. די אויבערשטע דריי עטאַזשען זיינען פֿאַרנומען פֿון דער טרייענגעל װײיסט קאָמ־פֿאַני, און אין דיזער פֿעקטאָרי האָט זיך דאַס דער פֿײער אָנ־געפֿאַנגען.
„די פֿלאַמען האָבען זיך פֿאַרשפּרייט זעהר שנעל. אַ שטראָם פֿײער האָט זיך דורך די עלעװײיטאָרס (ליפֿטס) און די טרעפּ אַ רים געטאָן אַרויף, צו די אויבערשטע פֿלאָרס. אויגענבליקליך האָט זיך דער פֿײער אין אַלע פֿענסטער באַװיזען, און צינגער פֿלאַמען זיינען פֿאַע די װענט געקראָכען העכער צו די ערטער, װאו גרויסע מענער און פֿרויען זיינען געשטאַנען אין פֿאַרצװייפֿ־לונג.
„דער פֿײער איז געװאָרען שטאַרקער, גרעסער, שרעקליכער. די אַרבייטער פֿון די אויבערשטע עטאַזשען האָבען שוין ניט גע־קענט אויסהאַלטען די היץ, און אײנער נאָך'ן צװייטען זיינען זיי געשפּרונגען פֿון דעם אַכטען, ניינטען און צעהנטען פֿלאָר אַרונטער אויפֿ'ן סיידװאָקס (טראַטואָר), װאו זיי זיינען געבליבען ליגען טויטע.
„ערשט װען אונטען איז שוין געלעגען אַ בּאַרג מתים, האָט זיך דער ערשטער פֿײער אינדזשין באַװיזען. די פֿײער־לײט זיינען אָבער געװען מאַכטלאָז. זייערע לייטערס האָבען דער־גרייכט נאָר ביז'ן זיבעטען פֿלאָר. װי פֿאַרלאָרענע זיינען זי גע13שטאַנען און צוגעקוקט, װי אײן פֿרוי נאָך דער צװייטער פֿאַלען, װי דערשאָסענע פֿויגעל, פֿון אויבען, פֿון די ברענענדע עטאַזשען. מענער האָבען זיך לענגער געהאַלטען, אײנגעהיללטע אין פֿלאַמען. און װען זיי האָבען שוין ניט געקאָנט אויסהאַלטען, זיינען זיי אויך געשפּרונגען.
„אונטען זיינען געשטאַנען מיט אַ יאָמער און געװיין טוי־זענדער אַרבייטער פֿון די אַרומיגע פֿעקטאָריס. ריהרענדע, שרעק־ליכע אומפֿאַרגעסליכע סצענען. אויפֿ'ן אַכטען פֿלאָר האָט זיך ביים פֿענסטער באַװיזען אַ יונגער מאַן מיט אַ יונג מיידעל. ער האַלט איהר פֿעסט ביי דער האַנט. הינטער זיי זעהט זיך דער רויטער פֿײער. דער יונגערמאַן דריקט די פֿרײילין צערטליך צו זיין ברוסט צו, גיט איהר אַ קוש אין די ליפֿען און לאָזט איהר אָפּ. זי גיט אַ שפּרונג, זי זעצט זיך שװער אויפֿ'ן סיידװאָקס. אין דעם נעקסטען מאָמענט שפּרינגט ער אַרונטער, און זיין קערפֿער ליגט האַרט לעבען איהר. ביידע טויט.
„און דאָרטען אויבען בושעװעט דער פֿײער. אַ ים מיט פֿלאַמען און אַ װאָלקען פֿון רויך האָט די אויבערשטע פֿלאָרס אײנגעהיללט. ציטערװױיז גיט דער װינט אַ בלאָז. די פֿלאַמען מיט'ן רויך גיבען אַ שטראָם אָן אַ זייט, און דאַן זעהען זיך דאָרט מאַסען פֿאַרצװייפֿעלטע מענשען.
„די פֿלאַמען האָבען שנעל פֿאַרכאַפֿט די טרעפּ און אָנגע־פֿילט די עלעװײיטאָר־שעפֿטס.*) אײן עלעװײיטאָר האָט זיך אָפּ־געריסען און איז אַראָפּגעפֿאַלען מיט אַ קראַך. די אַנדערע דריי האָבען צװײ מאָל אויספּעיעט אַרויפֿצופֿאָהרען און אַראָפֿנעמען ביי אַ הונדערט מיידלעך. צו פֿאָהרען אַ דריטען מאָל האָבען די עלעװײיטאָר־בּאָיס מורא געהאַט צו ריזיקירען. די הונדערטער מיידלעך האָבען היסטעריש געװיינט און געװאָרט. אָנשטאָט די עלעװײיטאָרס, זיינען די פֿלאַמען צו זיי צוגעקומען נעהנטער און נעהנטער. די מיידלעך האָבען געזעהן, אַז דאָרטען װעט זיי שוין קיין רעטונג ניט אָנקומען; האָבען זיי זיך אַ לאָז געטאָן צום14רוף (דאַר) צו די פֿײער עסקעיפּס (רעטונגס גאַניקלעך) און צו די װינדאָוס (פֿענסטער).
„און דאַן האָט זיך פּלוצלונג דערהערט אַ שרעקליכער קראַך. דער זיבעטער פֿלאָר איז אײנגעפֿאַלען. צעהנדלינגער מיידלעך, װאָס זיינען דאָרט געשטאַנען לעבען דעם ים פֿלאַמען, זיינען אַרײנגעשלײדערט געװאָרען אין דעם ים פֿלאַמען, און װאָס האָט דאָרט געבושעװעט. שפּעטער האָט מען זייערע קערפֿערס געפֿונען ליגענדיג אײנע אויף די אַנדערע אין אַ גרויסער הורבע.
„עס האָט געדויערט אַ גאַנצע שטונדע, אײדער די פֿײערלײט האָבען געקענט אַרײנקומען אין דער ברענענדער געביידע, און ביז דאַן איז שוין געװען אַלץ פֿאַריבער. די סיידװאָקס (טראָ־טואָרן) זיינען געװען פֿאַרלייגט מיט טויטע און פֿאַרװאונדעטע. ביי די פֿענסטער האָט מען שוין מעהר קיינעם ניט געזעהן. די אומגליקליכע מיידלעך, װאָס זיינען פֿאַרבליבען אין דער געביידע, זיינען געלעגען ערגעץ פֿאַרברענטע אָדער דערשטיקטע פֿון דעם פֿײער און רויך.
„עס האָט ניט געסטײיעט קיין אַמבולאַנסען און קיין פֿאַט־ראָל־װעגען. די אַרומיגע גראָסערי־לייט, בוטשערס, פּעדלערס האָבען אַנטליהען זייערע עקספּרעסען און פּושקאַרטס. צעהנדלי־גער אַרומיגע סטאָרס זיינען פֿאַרװאַנדעלט געװאָרען אין מאָרגס אָדער האָספּיטאַלס.
„מיט צעהן מינוטען פֿריהער װי מיר האָבען זיך גענומען פֿאַר'ן פּעדער, האָט זיך אין דעם רעדאַקציאָנס־צימער געעפֿענט די טיר, און עס האָט אַרויסגעזעצט אַ האַרצרײיסענדע כליפּעריי און געװיין. אַ יונגערמאַן, אַ אידישער אַרבייטער, איז אַרײנגע־פֿאַלען מיט אַ היסטערישען געװיין, מאַכענדיג מיט זיינע הענט און באַגיסענדיג זיך מיט טרערען.
„איך בין געװען דערביי! איך האָב געזעהן!" — האָט ער אַרויסגעשטאַמעלט, און מעהר האָט ער ניט געקענט ריידען. קוים װאָס מען האָט איהם באַרוהיגט. דאַן האָט ער אָנגעפֿאַנגען צו דערצעהלען. און דערצעהלענדיג, האָט ער אַלע װיילע זיך פֿאַר15נאַנדערגעכליפּעט און זיך געכאַפּט פֿאַר'ן קאָפּ, דערמאָנענדיג זיך אָן די סצענעם, װאָס ער האָט געזעהן".
די געביידע איז געװען אַ פֿײער־פּאַסטקע. און די טירען, דורך װעלכע די אַרבייטער מיידלעך װאָלטען זיך געקענט רעטען, זיינען אין דעם שרעקליכען מאָמענט געװען פֿאַרשלאָסען.
דער „פֿאָרװערטס" איז עטליכע טעג נאָכאַנאַנד געװען הויפּ־זעכליך פֿאַרנומען מיט דער טראַגעדיע. יעדער טאָג האָט גע־בראַכט נייע שרעקליכע אײנצעלהייטען. מיר האָבען געדרוקט פּאָרטרעטען פֿון די קרבנות. אונטער אײן גרופּע פּאָרטרעטען אזעלכע איז געשטאַנען: „אַרום דיזע בילדער גיסען זיך טרע־רען".
אַלס בּיישפּיל, ברענגען מיר דאָ עטליכע פֿון די אַנדערע „קעפּלעך" אין דעם „פֿאָרװערטס" פֿון יענע טעג:
„לװיות אַנשטאָט חופֿות"; „די גרעסטע טראַגעדיע זיינען איצט די 29 קערפּערס, װאָס מען קען ניט דערקענען"; „אויב איהר האָט בילדער פֿון די, װאָס פֿעהלען, ברענגט זיי אין אונזער „פֿאָרװערטס"; „אַ שראַק אין חופֿה קליידער — דאָס איז אַלץ, װאָס איז איבערגעבליבען פֿון יעטא שאַפֿירא"; „בלויז אַ שטומע פֿידעל איז פֿון איהם געבליבען"; „די מוטער פֿאַרברענט, דער זוהן פֿאַרברענט, דריי יתומים'לעך בליבען".
אונטער אַ גרויסען בילד פֿון חתן־כלה, װאָס איז גענומען געװאָרען אַ געװיסע צייט פֿאַר דער טראַגעדיע, געפֿינט זיך די אויפֿשריפֿט: „בעקי קעפּלער, די כלה, איז פֿאַרברענט געװאָרען."
אין דער װאָך פֿון דער טראַגעדיע איז גראָד געגאַנגען די סדרה ויקרא, װעלכע איז פֿאַרנומען מיט קרבנות. האָט דער „פּראָלעטאַרישער מגיד" אין זיין סדרה, שבת, דעם 1טען אַפּ־ריל, „אַרײנגעטײיטשט" די קרבנות פֿון דעם טריענגעל פֿײער.
דער צאָרן געגען די בעלי־בתים פֿון דער פֿאַבריק איז געװען אומגעהײַער.
די לויה פֿון די, װאָס זיינען אומגעקומען אין דעם טריענגעל פֿײער, איז געװען דעם 5טען אַפּריל. דער „פֿאָרװערטס" האָט16יענעם מאָרגען, אויף די ערשטער פֿײדזש, מיט די גרעסטע װער־טער געהאַט דעם רוף: „קומט אָפּגעבען אונזערע קרבנות די לעצטע עהרע!" און אונטער דעם: „יעדער יוניאָן מאַן מיט זיין טרײד, מיט זיין יוניאָן!"
אין דעם זעלבען נומער געפֿינט זיך אַן אַרטיקעל פֿון דעם פּאָעט מאָריס ראָזענפֿעלד מיט דעם איבערשריפֿט: „די פֿאַר־שלאָסענע טיר". און דער לײיט־אַרטיקעל טראָגט דעם איבער־שריפֿט: „ביי די קרבנות".
אויף מאָרגען, דעם 6טען אַפּריל, האָט דער „פֿאָרװערטס" אויף דער ערשטער פֿײדזש מיט גרויסע װערטער: „אַ האַלבער מיליאָן מענשען אין טרויער", און אונטער: „אין אַ גרויסען גוס־רענען געהט אַ טרויער־מאַרטש פֿון 120 טויזענד מענשען. — די מאַסען זיינען פֿול מיט היסטערישען געװיין. — די מאָרשי־רענדע דערמאָנען די חורבה, װאו אזוי פֿיל אַרבייטער פֿרויען האָ־בען זיינ'ע לעבענס פֿאַרלאָרען". און אונטער דעם: „זיבען ניט דערקענטע קרבנות באַגראָבען אויף עװערגרין סעמעטערי." אויף דער ערשטער פֿײדזש איז אָפּגעדרוקט אַ געדיכט פֿון מאָריס ראָזענפֿעלד, „דער טרערען מאַרש".
מיר איז אונמעגליך געװען די לויה בײיצואואוינען. איך האָב יענעם טאָג געמוזט זיין אין װאַשינגטאָן װעגען אַן אַנ־געלעגענהייט, פֿון װעלכער עס װעט בּאַלד דערצעהלט װערען.
דעם 12טען אַפּריל האָט מען אַרעסטירט מאַקס בלאַנק'ען, דעם בּאַלעבאָס פֿון דער פֿעקטאָרי. עס האָט זיך אָנגעפֿאַנגען אַ פּראָצעס געגען איהם און זיינע שותפֿים. אָבּער זיי, די בּאַלעבאַטים, האָבען געדונגען דעם בעס־טען און פֿעהיגסטען לאָיער פֿון ניו יאָרק, מאַקס סטויער'ן, און דער רעזולטאַט איז געװען, אַז אין זיינע הענט האָט זיך אַ װיכטיגער עדות פֿאַרטומעלט אין געװיסע אײנצעלהייטען פֿון די פֿאַקטען, און די דזשורי האָט אַרויסגעטראָגען אַ װערדיקט „אונשולדיג".
17דער „פֿאָרװערטס" פֿון דינסטאָג, דעם 4טען אַפּריל, ענט־האַלט אויף דער ערשטער פֿײדזש אַ בילד פֿון אַ פֿאַמיליען־גרופּע, — פֿון װיקטאָר בערגער, דער פֿיהרער פֿון דער סאָציאַליסטישער באַװעגונג אין מילװאָקי, זיין פֿרוי און קינדער. מיט עטליכע מאָנאַטען פֿריהער, אין די נאָװעמבער װאַהלען, איז ער ערװעהלט געװאָרען רעפּרעזענטאַטיװ (פֿאָרשטעהער, דעפּוטאַט) פֿון דעם קאָנגרעס (אַמעריקאַנער פֿאַרלאַמענט), און איצט איז ער געקומען אין װאַשינגטאָן צו פֿאַרנעמען זיין שטעלע.
אין דער געשיכטע פֿון אונזער באַװעגונג איז דאָס געװען אַ מערקװוירדיגע נײיעס. אין אײראָפּאַ האָבען די סאָציאַליסטען שוין פֿון לאַנג געהאַט דעפּוטאַטען אין די פֿאָרלאַמענטען, און אין דייטשלאַנד, צום בּיישפּיל, האָבען זיי שוין פֿון לאַנג געהאַט אַ גרויסע צאָהל אזעלכע דעפּוטאַטען. אין אַמעריקא, אָבער, װאו די אומשטענדען זיינען גאַנץ אַנדערע װי אין אײראָפּאַ, און װאו דער עכט אַמעריקאַנער אַרבייטער קאָן פֿאָרלויפֿיג ניט זיין קלאַסען־באַװאוסטס און איז דעריבער קאַלט צום סאָציאַליזם, אין אַמעריקא געהט עס מיט דער סאָציאַליסטישער פּראָפֿאַגאַנדע זעהר שװער. פֿון צייט צו צייט האָבען מיר דאָ אָדער דאָרטען ערװעהלט אַן אַלדערמען אָדער אַן אַסעמבלימען (דעפּוטאַט צום לאָקאַלען פֿאַרלאַמענט פֿון אַ בעזונדערן שטאַאַט), און אין מיל־װאָקי האָבען מיר זאָגאַר דעם זעלבען יאָהר שוין געהאַט אַ סענ־סאַציאָנעלען ערפֿאָלג ביי די שטאַדט־װאַהלען. אונזער'ע גע־נאָסע מיט'ן נאָמען זיידעל איז ערװעהלט געװאָרען מעיאָר פֿון דיזער גרויסער שטאַדט, און צוזאַמען מיט איהם איז אויך דורכ־געגאַנגען אַ גרויסע צאָהל פֿון אונזערע קאַנדידאַטען צו אַנדערע װיכטיגע שטאַדט אַמטען. דאָס אַלץ האָט געמאַכט אַן אײנדרוק איבער'ן לאַנד. אָבער דאָס װיכטיגסטע פֿון דעם גאַנצען ער־פֿאָלג אין מילװאָקי איז געװען די ערװעהלונג פֿון װיקטאָר בערגער צום קאָנגרעס.
ביי אונז, סאָציאַליסטען, איז דאָס װירקליך געװען אַ גרוי18סער יום־טוב, אַן אונגעהײַער װיכטיגער קאַפּיטעל אין דער לאַנג־זאַמער געשיכטע פֿון אונזער באַװעגונג אין אַמעריקא.
דער לײיט־אַרטיקעל אין „פֿאָרװערטס" פֿון יענעם טאָג (דער 4טער אַפּריל) האָט אויבער זיך געהאַט אַן איבערשריפֿט מיט די װערטער: „אַ היסטאָרישער טאָג איז היינט — צום ערשטען מאָל עפֿענט זיך דער אַמעריקאַנער קאָנגרעס מיט אַ סאָציאַליסט אין איהם".
װיקטאָר בערגער איז געװען די װיכטיגסטע פֿערזענליכקייט צװישען די סאָציאַליסטען פֿון מילװאָקי און אײנער פֿון די װיכ־טיגסטע אין אונזער גאַנצער באַװעגונג. ער איז געװען אַ געביל־דעטער מאַן און אַ דענקער, אַ מענש מיט אַ פֿעסטען װילען און מיט אונטערנעמונגס גײיסט.
ער איז געבּאָרען געװאָרען אין אונגאַרן, פֿון אַ קריסטליכען פֿאָטער און אַ אידישער מוטער, און זיין ערציהונג איז געװען אַן אונגאַריש־דייטשע. אין מילװאָקי איז ער אַ לאַנגע צייט געװען דער רעדאַקטאָר פֿון דעם דאָרטיגען דייטשען סאָציאַליסטישען װאָכענבלאַט. שפּעטער האָט ער רעדאַקטירט אַן ענגלישען װאָ־כענבלאַט, און נאָך שפּעטער, װען די מילװאָקיער ענגלישע גענאָסען האָבען געגרינדעט דעם טעגליכען (ענגלישען) „מילװאָקי לידער", האָבען זיי איהם געמאַכט פֿאַר זיין רעדאַקטאָר. ער האָט גע־שריבען ענגליש אזוי גוט װי דייטש, ביידע שפּראַכען מיט אַ קלאָרען, קרעפֿטיגען סטיל. מיט אָריגינעלע געדאַנקען און מיט הומאָר.
מילװאָקי איז אַ דייטשע שטאַדט, און הגם די באַפֿעלקערונג איז דאַן שוין געװען אַ פֿאָלשטענדיג אַמעריקאַניזירטע, און די דייטשע שפּראַך האָט שוין פֿאַרלאָרען איהר באָדען, איז די פּֿסיכאָלאָגיע פֿון די מילװאָקיער אַרבייטער געװען בעסער צוגע־פּאַסט צו דער סאָציאַליסטישער באַװעגונג, װי אַנדערשואו אין די פֿאַראייניגטע שטאַטען. בערגער האָט געװאוסט, װי דאָס אויסצונוצען. מיט זיין מערקװוירדיגער ענערגיע און דורך דעם גרויסען פֿערזענליכען אײנפֿלוס, װאָס ער האָט זיך ערװאָרבען צװישען די ענגליש־ריידענדע, אזוי גוט װי צװישען די דייטש19ריידענדע אַרבייטער, האָט ער אויפֿגעבויט די שטאַרקסטע סאָציאַ־ליסטישע אָרגאַניזאַציע אין לאַנד.
איך בין אַריבערגעפֿאָהרען קיין װאַשינגטאָן און האָב ביי־געװאואינט די סצענע, װען בערגער האָט פֿאַרנומען זיין פּלאַץ צװישען די קאָנגרעסלייט. איך האָב באַזוכט זיינע צימערען אין דער גרויסער געביידע, װעלכע די רעגירונג האָט ספּעציעל אויס־געבויט פֿאַר די אָפֿיסעם פֿון קאָנגרעסלייט. איך האָב אין װאַ־שינגטאָן פֿאַרבראַכט דריי טעג.
אין דעם זעלבען „פֿאָרװערטס" נומער, דעם 6טען אַפּריל, װאו עס איז באַשריבען די לויה פֿון די טריענגעל קרבנות, געפֿינט זיך מיינער אַ לאַנגער אַרטיקעל פֿון װאַשינגטאָן, אונטער דער איבערשריפֿט: „װיקטאָר בערגער'ס ערשטער טאָג אין קאָנגרעס".
איך בין מיט װיקטאָר בערגער'ן בעקאַנט געװען פֿון פֿריהער. אָבער אין דיזע דריי טעג, װען מיר זיינען מײיסטענס געװען צו־זאַמען און שטונדען־לאַנג געשמועסט, זיינען מיר געװאָרען נאָ־הענטע פֿריינד.
אין „פֿאָרװערטס" פֿון דעם 13טען אַפּריל, 1911 (דער ערש־טער טאָג פּסח), איז געװען אָפּגעדרוקט מיינער אַן אַרטיקעל אונ־טער דעם נאָמען: „לכבוד פּסח און לכבוד אַמעריקא." דער גרונט טאָן װערט געגעבען אין דעם געדאַנק, אַז „אידען האָבען זיך אויסגעפּוצט לכבוד פּסח, און לאָמיר אויך זאָגען, אַז זיי האָבען זיך אויסגעפּוצט לכבוד אַמעריקא. מיט אַנדערע װער־טער: „מיר האָבען זיך ניט װאָס צו שעמען מיט דעם װאָרעמען געפֿיהל צו פּסח, און מיר האָבען זיך ניט װאָס צו שעמען מיט דעם פֿריינדליכען געפֿיהל, װאָס מיר האָבען צו אַמעריקא."
דער אַרטיקעל פֿאַנגט זיך אָן מיט די פֿאָלגענדע שורות:
„אין פֿילע פֿאָרטגעשריטענע געבילדעטע אידישע פֿאַמיליעם איז מען נעכטען געזעסען ביים סדר. — און מיט צװאָנציג יאָהר20צוריק װאָלט מען זיך דערװאָוסט, אַז אַ אידישער סאָציאַליסט אינטערעסירט זיך מיט אַ אידישען יום טוב, װאָלט מען אזאַ סאָציאַליסט גערופֿען צבוע. היינט איז דאָס אַ גאַנץ נאַטיר־ליכע זאַך.
„מיט אַ יאָהר צװאָנציג צוריק האָט אַ פֿריידענקער ניט גע־טאָרט אַרויסװיזען קיין אינטערעם צו דעם אידישען פֿאָלק. היינט מעג מען שוין! מיט די בלוט פֿון די פֿאָגראָמען קרבנות האָט מען זיך רעכט געקויפֿט.
„װאָס פֿאַר אַן ענדערונג! אין הונדערטער פֿאַרשידענע אײנצעלהייטען לאָזט זיך דאָס מערקען. אַן ענדערונג צו גוטען איז דאָס, צו אַ ברייטערען פֿאַרשטאַנד, צו אַ מענשליכערער באַ־ציהונג צו זיך אַליין, צו די אייגענע געפֿיהלען.
„און װען מען טראַכט װעגען דיזער ענדערונג, קומט אַרויף אויפֿ'ן זינען אַ צװייטע. דער פֿאָרטגעשריטענער געבילדעטער אימיגראַנט קומט אַהער אַריבער פֿון אײראָפּא אָנגעלאָדען מיט פֿאַראַכטונג צו אַמעריקא. מיט אַ גיפֿטיגען שמייכעל געהט ער אַרונטער פֿון שיף, און דער שמייכעל בלייבט אַ פֿאַרגליװוערטער אויף זיינע ליפֿען. אַלעם אַמעריקאַנישעם איז ביי איהם נידעריג. אין אײראָפּא איז אײנגעװאָרצעלט אַ מנהג צו קוקען אויף דעם לעבען אין די פֿאַראייניגטע שטאַאַטען פֿון אויבען אַרונטער. אַ לאַנד פֿון הימעל־קראַצערס און „געלען" זשורנאַליזם, אַ יאַריד פֿון ביזנעס און פֿון בלאָף — דאָס איז אַלץ, װאָס מען װייס דאָר־טען װעגען די יוניטעד סטייטס.
„אַמעריקא װערט באַהאַנדעלט אין אײראָפּא אויף דעם זעל־בען שטייגער, װי אַנטיסעמיטישע קריסטען באַהאַנדלען אידען. קען דען װער לייקענען, אַז דאָס אידישע פֿאָלק האָט פֿעלערן? אָבער מעהר װי פֿעלערען זעהען זיי אין איהם ניט. קען מען דען לייקענען, אַז אַמעריקא האָט אין זיך אַ סך בלאָף און „געלקייט"? דער אונגליק איז אָבער, אַז מעהר װי דאָס געדענקסט מען ניט אין אײראָפּאַ װעגען אַמעריקא.
„און מיט דיזען אײנזײיטיגען אײנדרוק קומט דער אינטעלי־גענטער אידישער אימיגראַנט אַריבער פֿון זיין אַלטער היים אין דער נייער".
21איך האָב דאָ געברענגט דיזע אַלע שורות, אום דער לעזער זאָל האָבען אַ באַגריף וועגען דעם אינהאַלט פֿון דעם אַרטיקעל. ווייטער ווערט אין איהם אָנגעוויזען אױף די שעהנע שטריכען פֿון דעם אַמעריקאַניזם'ס לעבען, אױף די נאַטירליכע שטרעבונגען פֿון דעם אַמעריקאַנער פֿאָלק. עם ווערט אָנגעוויזען אױף דעם וואַוקס פֿון דער סאָציאַליסטישער באַוועגונג.
דאָ אָבער אינטערעסירטע מיך ספּעציעל דער פֿונקט וועגען זיצען ביים סדר. דיזע זייט פֿון דעם אַרטיקעל האָט אַרויסגערופֿען אַן אונצופֿרידענהייט ביי אַ הױבשער צאָל פֿון מיינע גענאַסען, „פֿאָרווערטסיסטען". אַ הױבשער טייל אָבער האָט דעם גייסט פֿון דעם אַרטיקעל באַגריסט.
אין פֿריוואַטע הײַזער, און נאָר אױך קליינע פֿאַרזאַמלונגען, זיינען פֿאָרגעקומען הײַסע דעבאַטעם.
דאָם וואָם איך האָב געזאָגט, אַז דער סאָציאַליסט מעג שױן זיצען ביים סדר, אַז פֿאַר אַזאַ זאַך וועט מען איהם שױן צבוע ניט רופֿען, — דאָם, האָט זיך אַרויסגעצייגט, איז געווען ריכטיג נאָר וועגען אַ טייל פֿון אונזערע גענאַסען און פֿריינד. אַ אַנדער טייל, און פֿילייכט אַ גרעסערער, איז געווען ענטריסטעט. דיזער צד האָט דעם אַרטיקעל באַטראַכט אַלם אַן אונאַנגענעהמע איבערראַשונג, אַלם אַפֿיקורסות געגען דעם גײַסט פֿון דעם „פֿאָרווערטס". דער אַרטיקעל זאָגט, אַז מיט צוואַנציג יאָהר צוריק האָט אַ סאָציאַליסט ניט געקענט טרוימען וועגען זיצען ביי אַ סדר (זײַדען ביי זײַן מוטער'ם טיש און האַלב אױף שפּאַם). עם האָט זיך אַרויסגעצייגט, אַז אַ גרוסער טייל פֿון אונזער באַוועגונג האָט נאָך געהאַט דיזעלבע באַציהונגען צו דעם. מען האָט אױף מיר געקוקט, ווי אױף אַ מענשען, וואָם איז אַוועק צו ווײַט „רעכטם".
ווא איך בין געשטאַנען און וואו איך בין געגאַנגען, זיינען צו מיר צוגעקומען גענאַסען און אױסגעדריקטם זייער פֿאַרדרוס, פֿאַרוואָם איך האָב דעם אַרטיקעל געשריבען. עם האָבען זיך אָבער אױך געפֿונען גענוג אַזעלכע, וואָם זיינען געווען מיט מיר פֿאָלשטענדיג אײַנפֿאַרשטאַנען. דער פּראָטעסט האָט מיך עראַינערט אָן די פּראָטעסטען, וואָם איך האָב געהערט אין דער22„פֿאָרווערטס" אַסאָסיאיישאָן און פֿון אַנדערע גענאַסען פֿאַר די אַלע ענדערונגען, וואָם איך האָב געמאַכט אין „פֿאָרווערטס", ווען איך בין צוריק געוואָרען רעדאַקטאָר נאָך אַן אבװעזענהייט פֿון קנאַפּע פֿינף יאָהר.
מיט אַ קורצער צייט שפּעטער האָט אונז מ. באַראַנאָוו, אונזער טאַלאַנטפֿולער מיטאַרבייטער, אין „פֿאָרווערטס" אָפּגעדרוקט אַן אַרטיקעל, וועלכער האָט אָפּגעשפּיגעלט דעם דאָזיגען פּראָטעסט געגען מײַן שטעלונג צום סדר. נעמענדיג דעם אַנטי־נאַציאָנאַליםטישען שטאַנדפּונקט, איז ער אַוועק צו ווײַט, און ער האָט זיך אױסגעדריקט צו שאַרף.
איך האָב איהם געענטפֿערט פֿילייכט אױך צו שאַרף. עם איז געווען אַ הײַסע דעבאַטע. אַן אָפּקלאַנג פֿון דער דעבאַטע האָט זיך געהערט אין טויזענטער הײַזער און שעפּער און כמעט ביי יעדען מיטינג פֿון אַן אַרבייטער רינג ברענטש אָדער פֿון אַ יוניאָן.
די צייט האָט געאַרבייט צו גונסטען פֿון מײַן שטאַנדפּונקטם. עם זיינען אַוועקגעגאַנגען אַ פֿאָר יאָהר. עם איז געקומען די מלחמה, מיט די אַלע גרויסע איבערקערענישען. דער נאַציאָנאַ־ ליסטישער געפֿיהל איז שטאַרק געשטיגען און אַ גרויסע, גרויסע מאַיאָריטעט פֿון די, וואָם זיינען געווען אױפֿגעבראַכט פֿון מײַן פסח'דיגען אַרטיקעל, האָבען אַליין גענומען פֿיהלען אַזױ ווי איך.
אין יאָהר 1911 האָט דער „פֿאָרווערטס" געדרוקט אָפֿטע קאָרעספּאָנדענצען פֿון אַמעריקאַנער שטעדט, פֿון ב. וואָלאַדעק. דער נאַמען איז אין אונזער באַוועגונג שױן געווען גוט באַקאַנט און ביי די אידישע סאָציאַליסטען פֿון רוסלאַנד איז ער גוט באקאַנט געווען נאָך פֿריהער ווי ביי אונז. דאָרטען איז ב. וואָלאַדעק (זײַן אמת'ער נאַמען איז ברוך טשאַרני) געווען באַריהמט צווישען די בונדיסטען. מען האָט איהם גערופֿען דער „יונגער לאַסאַל", פֿאַר זײַן רעדנער טאַלאַנט.
אין אַמעריקא האָט ער אימיגרירט אין יאָהר 1908. ער איז23דאַן געווען 22 יאָהר אַלט, אַ שעהנער יונג, אַ הױכער, מיט געקרייזעלטע סאַמעטענע האָר.
מיט זײַן באַגאַבונג אַלם רעדנער איז ער פֿאַר אונזער באוועגונג געווען אַ ווילקאָמענער גאַסט. ער איז גלייך געוואָרען טעטיג, און ער האָט געמאַכט אַ טור איבער'ן לאַנד אונטער דער לייטונג פֿון דער דאָמאַלסטדיגער אידישער אַגיטאַציאָנס ביוראָ פֿון אונזער פּאַרטיי.
ער האָט באַזוכט אַ גרויסע צאָל שטעדט, כמעט יעדען פּלאַץ, וואו עם האָט זיך געפֿונען אַ געזעלשאַפֿט, אַ גרופּע, וואָם איז געווען פֿאַרבונדען מיט אונזער באַוועגונג, — אַ ברענטש פֿון אַרבייטער רינג, אַ אידישער ברענטש פֿון דער סאָציאַליסטישער פּאַרטיי, אָדער אַ אידישע יוניאָן. צו יענער צייט איז אין די יוניטעד סטייטם שױן ניט געווען אַזאַ שטעדט, אָדער אַ הױבשע שטעדטעל, וואָם זאָל ניט פֿאַרמאָגען אַ וואָקסענדע אידישע באַפֿעלקערונג. אַלזאָ, איז כמעט אומעטום געווען אונזערע אַן אָרגאַניזאַציע.
וואָלאַדעק האָט דיזע אַלע שטעדט באַזוכט, און אומעטום רעדעם און לעקטשורם געהאַלטען. זײַן רייזע האָט „געדעקט" די פֿאַרשידענדסטע געגענדען פֿון אַטלאַנטישען ים ביז דעם פּאַסיפֿישען און פֿון קענעדע (קאַנאַדאַ) ביז מעקסיקא, קענעדע איינגעשלאָסען. אַלזאָ האָט ער פֿון יעדען וויכטיגען פּלאַץ אונז צוגעשיקט רייזע ברייף.
דעם 9טען אָקטאָבער פֿון יענעם יאָהר (1911) האָט דער „פֿאָרווערטס" געדרוקט אַ נאַכריכט, וועלכע האָט ביי אונז, עלטערע אימיגראַנטען, אַרויסגערופֿען אַ טיפֿען טרויער-געפֿיהל. עם איז געשטאָרבען סערגעי שעוויטש, דער רוסישער באַראָן, וועלכער איז געווען איינער פֿון די גרינדער פֿון דער סאָציאַליסטישער באַוועגונג אין אַמעריקא, דער וואונדערבאַרער רעדנער אױף עטליכע שפּראַכען, דער שעהנער, טאַלאַנטפֿולער מאַן, וועלכער האָט געשפּילט אַזאַ ראָלע אין אונזער גייסטיגען לעבען די24ערשטע צייט אין אַמעריקא, און וועמען מיר האָבען אַזױ הױך געשעצט. ער איז געשטאָרבען אין מינכען, בייערן, וואו ער האָט געוואױנט, זינט ער האָט פֿאַרלאָזען די נײַע וועלט.
אין דעם צווייטען באַנד פֿון „בלעטער פֿון מײַן לעבען" ווערט דערצעהלט וועגען דער ראָלע, וואָם ער האָט געשפּילט אין אַמעריקא (זעה דאָרטען פֿיידזשעם 88, 89, 102, 103, 258, 263, 264, 269, 270, 271, 272, 273, 274, 275, 276, 277, 278, 435, 436). זײַן בילד געפֿינט זיך אין דעם זעלבען באַנד, ביי פֿיידזש 103.
זעה אױך וועגען דער פֿאַסירונג, דורך וועלכער מיר האָבען זיך באַגעגנעט אין צוריך, אין יאָהר 1893, אין דעם דריטען באַנד „בלעטער פֿון מײַן לעבען" (פֿיידזשעם 328, 329, 330, 331, 332, 333).
אין דייטשלאַנד האָט שעוויטש געגרינדעט אַ ליטעראַטיש־הומאָריסטישע וואָכענבלאַט, „סימפּליציסימוס", וועלכע איז געוואָרען באַריהמט. שפּעטער איז זי איבערגעגאַנגען אין אַנדערע הענט. זײַנע לעצטע יאָהרען זײַנען געווען יאָהרען פֿון נויט.
אין דער מעלדונג וועגען שעוויטש'עם טויט איז אין „פֿאָרווערטס" אױך געווען באַריכטעט, אַז באַלד נאָך דעם איז זײַן פֿרוי באַגאַנגען זעלבסטמאָרד. אין דעם צווייטען באַנד פֿון דיזע „בלעטער" ווערט ערקלעהרט, אַז זי איז געווען ניט קיין אַנדער אַדערע, ווי די באַריהמטע שעהנע העלענע פֿאָן ראַסקאָוויץ, אין וועמען פֿערדינאַנד לאַסאַל איז געווען פֿאַרליבט, און איבער ועמען ער האָט פֿאַרלאָרען זײַן לעבען אין אַ דועל. אין דעמזעלבען באַנד (פֿיידזש 271) ווערט דערצעהלט, ווי שעוויטש האָט מיך פֿאַר איהר פֿאָרגעשטעלט, אױף דער פֿאַרזאַמלונג אין מײַנער'ם טעאַטער, וואו עם איז פֿאָרגעקומען די דעבאַטע (וועלכע איז פֿאַר אונז אַ היסטאָרישע) צווישען שעוויטש'ען און העגרי דזשאָרדזש'ען.
די לעצטע צייט פֿאַר שעוויטש'עם טויט האָט זיך די פֿאָרפֿאָלק שטאַרק געפֿלאַגט. און ווען זי איז געבליבען אַליין, אָהן שום לעבענסמיטעל און אַן עלענדע, האָט זי געמאַכט אַן ענד צו איהר לעבען.
25אין נאָוועמבער פֿון יענעם יאָהר, 1911, איז קיין ניו יאָרק געקומען דער ענגלישער שריפֿטשטעלער אַרנאָלד בעננעט. איך בין מיט איהם באַקאַנט געוואָרען.
איך האָב איהם געהאַלטען פֿאַר דעם בעסטען בעלעטריסט אין דער ענגלישער שפּראַך פֿון אונזער צייט. זײַנע ראָמאַנען, „אָולד וואַיווס טעילס" און „קלעיהענגער" האָבען אין מיר אַרויסגערופֿען באַגײַסטערונג. איך האָב איהם אײַנגעלאַדען אױף לאָנטש אין דעם דאָמאַלסדיגען רעסטאָראַן „קאַפֿע בולוואַר", אױף צווייטער עוועניו, קאָרנער צעהנטע סטריט. און דאָרטען האָבען מיר, מײַן פֿרוי, ער און איך, פֿאַרבראַכט פֿיר שטונדען אין שמועסען וועגען ליטעראַטור, הױפּטזעכליך וועגען די רוסישע מײַסטערם, וועלכע ער האָט פֿאַרגעטערט.
מיט די ווערק פֿון טורגעניעוו, טאָלסטאָי און דאָסטאָיעווסקי איז ער געווען באַקאַנט דורך פֿראַנצויזישע איבערזעצונגען (זײַן פֿרוי איז אַ פֿראַנצויזין, און ער האָט איהר מוטער־שפּראַך געקענט גרינדליך).
אין מײַן שמועס מיט איהם, איז מײַן אױפֿמערקזאַמקייט צוגעצויגען געוואָרען צו אַ געוויסען שטריך אין זײַנע באַציהונגען צו שריפֿטשטעלער אין אַלגעמיין, אַ שטריך, וואָם מען געפֿינט ביי אַלע וויכטיגע רעאַליסטען אין ענגלאַנד און אַמעריקא, אָבער ניט ביי די רוסישע. זיי, די ניט־רוסישע, זיינען מעהר טאָלעראַנט. זיי זיינען ניט אַזױ שטרענג אין זייער אורטייל. ווען אַ נאָוועליסט האָט טאַלאַנט, מעג ער שרייבען מעלאָדראַמאַ, לויבען זיי איהם אױך.
די אַרבייט ביים בויען די צעהן שטאָקיגע „פֿאָרווערטס" געביידע האָט זיך פֿאַרצויגען. גראַבענדיג די ערד פֿאַר דעם26פֿונדאַמענט, האָט מען זיך אָנגעשטויסען אָן אַ שטאַרקען וואַסער קוואַל. עם האָט געקאָסט פֿיל מיה, צײַט און געלט, איידער מען האָט איהם פֿאָלשטענדיג פֿאַרשטאָפֿט און פֿאַרמויערט. אונזערע אַרכיטעקטאָרען, די ברידער בעהם, ווי אױך די אינספּעקטאָרען פֿון דעם בילדינג דעפּאַרטמענט (בױ־אָפּטיילונג פֿון דער שטאָדט־רעגירונג), האָבען ערקלעהרט, אַז מען קען שױן מיט זיכערהייט לעגען דעם פֿונדאַמענט און אָנהויבען בויען די געביידע.
ענדליך, אַלזאָ, האָט מען אָנגעהויבען צו לעגען דעם פֿונדאַמענט. דעם 25טען נאָוועמבער, 1911, האָט מען מיט אַ גרויסער צערעמאָניע און מיט רעדעם, אין דער אַנוועזענהייט פֿון פֿינף־און־צוואַנציג טויזענד אַנוועזענדע, געלעגט דעם ערשטען ווינקעלשטיין.
מיט דער ראָלע פֿון „מויערער" ביי דער דאָזיגער צערעמאָניע האָט די „פֿאָרווערטס" אסאָסיאיישאָן מכבד געווען דעם, וואָם שרייבט דיזע שורות. איך האָב „געלעגט" דעם ווינקעלשטיין. דערצו האָט די ברילקעיערם יוניאָן (פֿאַרבאַנד פֿון מויערער) מיט אַ פֿאַר טעג פֿריהער מיך אָפֿיציעל געמאַכט פֿאַר איהרען אַ מיטגליד און מיר אַרויסגעגעבען אַ מיטגלידם קאָרטע.
רעדעם זיינען געהאַלטען געוואָרען פֿון ב. פֿייגענבוים, וואָנהאָף, אסאָסיאיישאיט עדיטאָר (געהילף רעדאַקטאָר) פֿון דעם „וואָריקמענ'ס אַדוואָקעיט", דזשייקאָב פֿענקין, ב. ווינשטיין, סעקרעטער פֿון די פֿאַראייניגטע אידישע געווערקשאַפֿטען, לעאָן דייטש*) און אַנדערע.
די אמת'ע מויערער האָבען מיך אַראָפֿגעפֿיהרט אונטען, צו דעם פּלאַץ, וואו מען האָט געלעגט דעם פֿונדאַמענט. דאַרטען האָט מען מיר געגעבען אַ זילבערנע „קעלניע", און אַ באַזילבערטע27„גרונטוואָגע". איך האָב געגעבען אַ פֿאַר כלומר'שטדיגע קלעפּ אין אַ שטיין, און פֿאַרטיג. עם האָט געהייסען, אַז איך האָב געלעגט דעם ערשטען ווינקעלשטיין פֿון אונזער צעהן־שטאָקיגער געביידע.
ביי די וואַהלען, אין נאָוועמבער, 1911, האָט אונזער פּאַרטי געהאַט אַ גלענצענדען זיג אין סקענעקטעדי, אַ וויכטיגע פֿאַבריק שטאָדט פֿון דעם שטאַאַט ניו יאָרק. דאָרטען איז ערוועהלט געוואָרען דזשאָרדזש לאָן, אונזער קאַנדידאַט אױף מעיאָר, און דזשאָהן מעריל, אונזערער אַ קאַנדידאַט אין דער אסעמבלי, דער ערשטער סאָציאַליסט אין דער אסעמבלי פֿון אָלבאַני (די שטאָדט, וואו עם געפֿינט זיך די רעגירונג פֿון דעם שטאַאַט ניו יאָרק).
צו דערזעלבער צייט זיינען אױך ערוועהלט געוואָרען סאָציאַליסטישע קאַנדידאַטען אױף מעיאָר אָדער אסעמבלימען אין אַנדערע פּלעצער.
דעם ערשטען יאַנואַר, ווען לאָן איז אַרײַנגעטראָטען אין זײַן אַמט, בין איך געווען אין סקענעקטעדי. איך האָב געהאַט אַ געשפּרעך מיט דעם נײַעם מעיאָר און אױך מיט וואָלטער ליפּמאַנ'ען, זײַן פֿריוואַט סעקרעטער, וועלכער האָט אױף מיר גלייך געמאַכט אַן איינדרוק אַלם אַ פֿעהיגער אידישער יונגערמאַן*).
דריי וואָכען שפּעטער, ווען לאָן איז געווען אין ניו יאָרק, האָבען די אידישע גענאָסען פֿאַר איהם געמאַכט אַ קבלת פּנים אין קלינטאָן האָל, וואו איך בין געווען איינער פֿון די רעדנער.
אַלם צוגאָב צו דעם גרויסען סאָציאַליסטישען זיג פֿון מילוואָקי, האָט די ערוועהלונג פֿון לאָן און מעריל און פֿון אַ גאַנצע רייהע אַנדערע סאָציאַליסטישע קאַנדידאַטען איבער'ן לאַנד28(הגם ניט אַזעלכע וויכטיגע) אױף אונז געמאַכט אַן ערפֿרעהענדען איינדרוק. עם האָט גענומען אױסזעהן, אַז אונזער באַוועגונג דערשלאַגט זיך שױן צו אַ פֿעסטען באָדען אין אַמעריקא.
און דאָך איז אונזער וויכטיגסטע מאָראַלע שטיצע נאָך אַלץ געווען די סאָציאַליסטישע באַוועגונג פֿון דייטשלאַנד.
מיר זיינען געווען אַזױ ווי אַן אָרעמע כלה פֿון דער אַלטער היים, וואָם גיט אַ חתן אָן אין נדן, דאָם וואָם זי האָט אַ רייכען פֿעטער אין אַמעריקא.
אױף יעדער פֿאַרזאַמלונג אונזערער פֿלעגען מיר אָנווייזען ווי גרוים עם איז די דייטשע סאָציאַל־דעמאָקראַטיע.
אין דער צייט, ביי וועלכער מיר האַלטען דאָ, דער אָנהויב פֿון יאָהר 1912, האָבען אונזערע דייטשע גענאָסען אױפֿגעשטורעמט די וועלט מיט זייער ריזיגען זיג ביי די רייכסטאַג וואָהלען. האָט דער „פֿאָרווערטס" דעם דאָזיגען פֿאַקט אַרויסגעשטעלט מיט פּאַראַד. דעם 13טען יאַנואַר (1912) איז אױף אונזער ערשטער פֿיידזש געווען אַן איבערשריפֿט מיט גרויסע בוכשטאַבען, וועלכע האָבען אָנגעזאָגט, אַז ביי די וואַהלען פֿון דייטשלאַנד זיינען אָפּגעגעבען געוואָרען העכער ווי פֿיר מיליאָן שטימען פֿאַר די סאָציאַליסטען, אַז זעכציג סאָציאַליסטישע דעפּוטאַטען זיינען שױן ערוועהלט געוואָרען, און אַז נאָך 99 געהען אין די שטיכוואַהלען.
און דעם 26טען יאַנואַר האָבען מיר געהאַט אַן איבערשריפֿט, פֿינף קאָלומנם די ברייט, מיט די ווערטער:
„די סאָציאַליסטען זיינען היינט די גרעסטע פּאַרטי אין דייטשלאַנד. זיי האָבען 110 דעפּוטאַטען, און די קאָנסערוואַטיווע פּאַרטי נאָר 93."
דעם ערשטען יאַנואַר, 1912, האָבען מיר אַנאָנסירט, אַז אין דעם פֿאַרגאַנגענעם יאָהר האָט די צירקולאַציע פֿון אונזער29צייטונג זיך פֿאַרגרעסערט אױף 17 טויזענד. לויט דעם אָפֿיציעלען באַריכט פֿון דער „אסאָסיאיישאָן אָוו אַמעריקען עדווערטייזערס", האָבען מיר איצט שױן געהאַט 130,462.
איך האָב איינגעפֿיהרט אַ פֿאָר נײַע לייכטע „פּיטשורם", און זיי האָבען געהאַט אַ גרויסען ערפֿאָלג. איין פּיטשור איז באַשטאַנען אין דעם, וואָם מיר האָבען יעדען מאָנטאָג געגעבען אַ גאַנצע פֿיידזש מיט דעם אינהאַלט פֿון די אינטערעסאַנטסטע זאַכען אין די אַמעריקאַנער צייטונגען פֿון דעם פֿריהערדיגען טאָג, דאָם הייסט, פֿון זונטאָג.
פֿאַר די ניט־אַמעריקאַנער לעזער פֿון דיזע „בלעטער" מוז ערקלעהרט ווערען, אַז אַן אַמעריקאַנער זונטאָג־צייטונג ענטהאַלט פֿילע צעהנדליגער בלעטער מיט אַרטיקלען, בילדער, אַנאָנסען א. אז. וו. דאָם איז בוכשטעבליך אַ ים מיט לעזע־שטאָף, אַ סך אינטערעסאַנטם פֿאַר די פֿאַרשידענע קלאַסען פֿון דעם ברייטען עולם. דער איבערשריפֿט „די אינטערעסאַנטסטע אַרטיקלען אין די נעכטיגע אַמעריקאַנער צייטונגען" האָט געמאַכט אַ „היט". די אָפּטיילונג איז אױפֿ'ן שטעל געוואָרען זעהר פּאָפּולער, און זי געהט אין „פֿאָרווערטס" עד היום.
אַ סך אינטערעם האָבען אַרויסגערופֿען אַנטוואָרטען וואָם לעזער האָבען צוגעשיקט אין דעם זומער פֿון יאָהר 1911 אױף מײַן פֿראַגע: „וואָם הייסט אַן אױסגעגרינטער"? און אַ הױבשע צאָהל פֿון די אַנטוואָרטען זיינען געווען געלונגענע.
איין אַנטוואָרט איז, צום ביישפּיל, געווען:
„אַן אימיגראַנט, וואָם איז אין דער היים געווען אַ בראַווער רעוואָלוציאָנער און האָט זיך מוטיג געשטעלט געגען שפּיאָנען און קאָזאַקען, און אין אַמעריקא שפּיאָנעוועט ער אין שאָפּ געגען זײַנע מיטאַרבייטער, אום נושא חן צו זיין ביי דעם באַלעבאָם."
אַ צווייטער אַנטוואָרט:
„אַן אימיגראַנט, וואָם שטודירט אױם אױף אַן אַרבייטער מיידעל'ם געלט, און דערנאָך וואַרפֿט ער איהר אַוועק."
אַ דריטער אַנטוואָרט:
„אַן אימיגראַנט, וואָם פֿאַרקאַשערט די הויזען, אַז עם זאָלען זיך זעהן זײַנע קאָלירטע זאָקען, וועלכע ער האָט געקויפֿט אױף30אַ פּוש־קאַרט, און וואָם אין דעם באַשטעהט זיין גאַנצע אַמעריקאַנישקייט".
פֿאַר דאַמען צו פֿאַרבען די באַקען און די ליפּען איז שױן דאַן געווען אין דער העכסטער מאָדע. און יונגע מיידלעך, נאָך נאָר קינדער, פֿלעגען זיך שױן אױך פּוצען אױף דיזען שטייגער. האָב איך געשיקט אַ מיטאַרבייטער זיך זעהן מיט די פּרינסיפּאַלם (דירעקטאָרען) פֿון עטליכע האי־סקולם (מיטעל־שולען), וועגען דעם ענין. אַלע האָבען זיך באַקלאָגט, אַז זייערע שילערינס פֿאַרבען זיך, און ווען מען מוסר'ט זיי, ענטפֿערען זיי, אַז דאָם איז זייער אייגענע „ביזנעם".
מיר האָבען דיזע געשפּרעכען מיט די פּרינסיפּאַלם איבערגעגעבען אין „פֿאָרווערטס", און דאָם האָט אַרויסגערופֿען בריף פֿון עלטערען וועגען דער פֿראַגע.
דער „פֿאָרווערטס" האָט געוואואונגען לעזער ביי יעדער וויכטיגער נייעם, וואָם האָט אױפֿגערודערט די שטאָדט אָדער די וועלט. אין אַזא צייט ווערען אַלע צייטונגען, נאַטירליך, פֿאַרשפּרייט בעסער ווי געוויינליך, און צו אַ פּאָפּולערער צייטונג כאַפּט מען זיך גיכער ווי צו אַנדערע. מיר האָבען יעדע נייעם אַזעלכע „געקאַווערט", מיט דער פּולער האַנט, אָפּגעגעבען אױף דעם אַ סך פּלאַץ, און אַ חוץ אַלע אינטערעסאַנטע פֿאַקסטען מיט אַלע איינצעלהייטען, האָבען מיר געדרוקט אַרטיקלען מיט ערקלעהרונגען, כדי אַלץ זאָל זיין פֿאַרשטענדליך, דייטליך און אינטערעסאַנט.
אַזױ האָבען מיר געטאָן אין אַפּריל, 1912, ווען די וועלט איז אױפֿגעשטורעמט געוואָרען פֿון דער „טיטאַניק" טראַגעדיע.*)
דער „פֿאָרווערטס" האָט די בלוט פֿאַרגליווערטע פֿאַסירונגען31באַשריבען מיט אַלע אײַנצעלהייטען, ניט זשאַלעוונדיג קיין פּלאַץ און קיין ענערגיע.
אַרום דערזעלבער צייט האָט זיך אין קיעוו, רוסלאַנד, אַנטוויקעלט די שענדליכע געשיכטע מיט דעם בלוט-בלבול אױף מענדעלע בייליסן, און אַנצאַפֿען צוויי יאָהר שפּעטער אױף פֿאַרקומען דער בייליס פּראָצעם, מיט וועלכען עם האָט לאַנג געקאָכט גאַנץ רוסלאַנד, און ביי די אידען פֿון דער גאַנצער וועלט. מיר האָבען דאָם אַלע איבערגענומען פֿאַר אונזערע לעזער אױף אַן אײַנדרוקסמאַכיגער שטייגער, מיט אַלע פֿאַקטען און מיט ערקלעהרונגען.
דער „פֿאָרווערטס" פֿון דעם 23טען מערץ, 1912, האָט אַנטהאַלטען אַ פֿאַקטאָגראַפֿישע קאָפּיע פֿון אַ רוסישער אַנטיסעמיטישער פּראָקלאַמאַציע. די פֿאַקסימאַטעאַ איז אילוסטרירט מיט אַ בילד פֿון אַ אידען, וואָם קוילעט עם קריסטליכע אינגעלאך, אונטער וועלכען עם זיינען געשטאַנען דריי ווערטער: „כריסטיאַנע, בערעגיטע סוואָאיך דיעטיי" (קריסטען, היט אײַערע קינדער!).
מיין אַגיטאַציע פֿאַר טאָלעראַנץ, פֿאַר אַנשטענדיגע באַציהונגען צו עהרליכע געגנער האָב איך פֿאַרטגעזעצט. איך האָב, צום ביישפּיל, געהאַט אין „פֿאָרווערטס" אַן אַרטיקעל אונטער דער איבערשריפֿט „פֿרײַדענקער און פֿרייע דענקער" וואו32עם ווערט ערקלעהרט דער אונטערשייד צווישען אמת'ע פֿרייע דענקער און אפּיקורסים, פֿאַנאַטיקער, ביי וועלכע דער אטעאיזם איז אַ מין נייע רעליגיע. ביי אידען פֿלעגט דאָס וואָרט פֿאַנאַטישער געהן נאָר אױף פֿרומע רעליגיעזע מענשען. אַלזאָ איז אין דעם אַרטיקעל ערקלעהרט געוואָרען דער אמת'ער זין פֿון דעם וואָרט, און עם ווערט געוויזען אז אַן אפּיקורסות קען מען אױך זיין אַ פֿאַנאַטיקער.
דער אַרטיקעל האָט מיר געבראַכט בריף פֿון לעזער. אייניגע האָבען מיר געדאַנקט, אַנדערע אָבער זיינען געווען זעהר אונצופֿרידען. איין בריף איז מיר געקומען פֿון אַ גוטען באַקאַנטען. ער האָט גערעדט מיט אַ טאָן פֿון יסורים. ער האָט מיין אַרטיקעל באַטראַכט פֿאַר אַ פֿאַרראַט צו מיין אײַגענער מיינונג וועגען רעליגיע. זיין בריף האָט מיך ערינערט אָן דעם גרויסען בריף, וואָס איך האָב מיט עטליכע יאָהר פֿריהער באַקומען פֿון אַ געוועזענעם אַנאַרכיסט פֿון דער סאָוט (זעה פֿערטען באַנד, פֿײדזש 566 און 567). יענער געוועזענער אַנאַרכיסט האָט מיט עגמת נפֿש געלעזען מיין רוף, אַז מען זאָל מיט טאָלעראַנץ זיך פֿאַרהאַלטען צו מענשען, וועלכע האָבען אַנדערע מיינונגען ווי אונזערע.
דער שרייבער פֿון דעם איצטיגען בריף איז געווען אַן אינטערעסאַנטער מענש. איך האָב איהם שוין ניט געזעהן אייניגע יאָהר, און מיט זיין בריף האָט ער מיך אַזױ פֿאַראינטערעסירט, אז איך האָב איהם ספּעציעל אײַנגעלאַדען צו קומען צו מיר. מיר האָבען פֿאַרבראַכט אַ גאַנצען נאָכמיטאָג צוזאַמען. ער האָט גערעדט מיט אַזאַ ערנסט, מיט אַזױ פֿיל גייסט, אַז איך האָב קיין הארץ ניט געהאַט מיט איהם צו דעבאַטירען. עם איז מיר סתּם אינטערעסאַנט געווען מיט איהם צו שמועסען. ביי איהם איז אױך די אפּיקורסות געוואָרען אַ רעליגיע.
נאָר אַמאָל, אין דער היים, אין די גאַנץ יונגע יאָהרען, איז ער געווען אַ לידענשאַפֿטליכער פֿרומאַק, און ווען ער איז געקומען צו זיינע אטעאיסטישע געדאַנקען, איז ער געוואָרען אַ לידענשאַפֿטליכער אטעאיסט. ער איז אַ גוטער דענקער. ער געהערט אָבער צו יענעם טיף מענשען, ביי וועלכע, ווען זיי ווערען33באַגייסטערט, הערט אױף צו ווירקען דער שכל און עם רעגירט נאָר דער געפֿיהל.
איך שרייב דאָ וועגען דעם, ווייל מיר האַלטען ביי דער צייט, ווען ער איז צו מיר געקומען אין בעצוג צו דעם אױבן-דערמאָנטען אַרטיקעל מיינעם. איך קען אָבער מיינע געשפּרעכען מיט איהם אין מיין געדאַנק ניט אָפּטיילען פֿון אַ באַגעגעניש, וועלכע איך האָב מיט איהם געהאַט מיט עטליכע יאָהר שפּעטער, ווען אַמעריקא איז שוין געווען אין דער מלחמה.
זיין זוהן איז געפֿאַלען אין קריג. דאָס האָט איהם אַזױ אױפֿגערייסעלט, אַז ער איז שיער פֿון זינען ניט אַראָפּ. אין זיין פֿאַרצווייפֿלונג האָט ער געזוכט עפּעס אַ גייסטיגע רעטונג פֿאַר זיך, און דערביי האָט איהם געצויגען צוריק צו רעליגיע.
— יא, איך בין שיער ניט צוריק געוואָרען רעליגיעז, — האָט ער מיר אַמאָל ערקלעהרט, ווען מיר האָבען זיך געטראָפֿען אין אַ טעאַטער.
ער האָט זיך געוואָלט פֿאַר'שכור'ען מיט וואָס עם איז, אבי ער זאָל קענען זיך אײַנריידען, אַז זיין זוהן'ס לעבען האָט זיך נאָך אין גאַנצען ניט געענדיגט, אַז עם איז פֿאַראָן פֿאַר איהם אַ „יענע וועלט".
עם איז געווען האַרץ-רייסענד.
ווען מיר האָבען זיך געהאַלטען אין זעגענען, און איך האָב איהם געדריקט די האַנט, זאָגט ער צו מיר מיט אַ זאַנדערבאַרען שמייכעל:
— מילא, איינריידען זיך, אַז עם איז פֿאַראָן אַ „יענע וועלט", וועל איך ניט קענען. איין נוץ ברענגט מיר מיין אומגליק. איהר האָט אױסגעפֿיהרט, מר. קאַהאַן. איך בין שוין איצטער טאָלעראַנט. איך בין שוין ניט אַזױ אײַנגעשפּאַרט אין מיין פֿרייען געדאַנק. יא, יא, איהר האָט רעכט. יעדען עהרליכען געדאַנק מוז מען שעצען. מען מוז האָבען געדולד, מען מוז האָבען געדולד.
אונזער אָפּטיילונג פֿון טעאַטער קריטיק, וועלכע האָט שוין34לאַנג געהאַט אַ גרויסען אײַנפֿלוס אין דעם אידישען קוואָרטאַל, איז אַ ווייטער געוואַקסען אין איהר עהר באַדײַטונג. ווען עם פֿלעגט אין „פֿאָרווערטס" ערשיינען אַ קריטיק אױף אַ נייער פּיעסע, האָט דער עולם בכלל און טעאַטער מענשען בפֿרט איהר געלעזען מיט זשעדנעסקייט.
מיר האָבען זיך אימער פֿאַרהאַלטען שטרענג צו זיך. ביים שרייבען פֿאַרגעסען מיר אָן פֿריינדשאַפֿט, אָן דער פֿראַגע פֿון פֿאַרטיי, אָדער צד. עם איז אַ גאַנץ אָפֿטע ערשיינונג, אַז מיר זאָלען אַרונטעררייסען אַ פּיעסע פֿון אונזערען אַ נאָהענטסטען חבר, און פֿאַרקערט, אַז מיר זאָלען לויבען מיט'ן גאַנצען האַרצען אַ טעאַטער שטיק פֿון אַ דראַמאַטורג, וואָס געהערט צו אַ פֿיינדליכען לאַגער. דאָס און, אָהן צוויפֿעל, אױך דער כאַראַקטער פֿון די קריטיקען גופֿא האָט דער אָפּטיילונג פֿאַרשאַפֿט אַ גרויסען נאָמען. עם איז געוואָרען אַ ווערטעל, אַז דער „פֿאָרווערטס" קען אַ פּיעסע אַרונטערוואַרפֿען און אױפֿשטעלען. אַזעלכע בכלל זיינען געוועהנליך שטאַרק איבערטריבען, ווארים דער שיקזאל פֿון אַ טעאַטער-שטיק ווענדט זיך ניט דוקא אָן דיזען אײַנפֿלום. עם זיינען פֿאַראַן פֿאַרשידענע אומשטענדען, וועלכע קענען אַ פּיעסע פֿאַרשאַפֿען ערפֿאָלג, טראָץ די בעסטע און שטאַרקסטע, די ריכטיגסטע און געלונגענסטע אונגינסטיגע קריטיק. און פֿאַרקערט, די בעסטע און מעכטיגסטע קריטיק איז אָפֿט מאַכטלאָז צו ברענגען דעם עולם צו אַ פֿאָרשטעלונג, וועלכע געפֿעלט איהם נים.
און אױב איהר נעמט אײַערע קריטיקען ערנסט, קומט אײַך שרייבענדיג אָפֿט אױס צו פֿיהלען, אַז איהר מעגט זיך צורייסען לויבענדיג אַ דראַמע, וועט דער עולם פֿאָרט ניט געהן זעהן. אָדער פֿאַרקעהרט. עם פֿלעגט אָבער זעהר אָפֿט טרעפֿען, אַז אַ פּיעסע, וואָס איז שוין אײַגענטליך דורכגעפֿאַלען, און מען האָט זיך געקליבען אַראָפּצונעמען זי פֿון דער ביהנע, האָט דורך אַ וואַרעמע גינסטיגע קריטיק אין „פֿאָרווערטס" ווידער אױפֿגעלעבט און איז דערנאָך געגאַנגען אַ היבשע צייט פֿאַר געפּאַקטע הײַזער.
די אָפּטיילונג „ליטעראַטור און לעבען" האָב איך פֿאַרטגעזעצט.
35אין יאַנואַר, 1912, איז ה. ד. נאָמבערג געקומען אױף אַ ווייזיט קיין אַמעריקא. ער איז ביי אונז געווען אַן אָפֿטער אײַנגעהער און האָט געשריבען אַ פֿאָר אַרטיקלען פֿאַר'ן „פֿאָרווערטס". אין איין אַרטיקעל, אונטער דעם נאָמען „געדאַנקען פֿון אַ גרינעם", האָט ער איבערגענעבען זיינע אײַנדריקע פֿון ניו יאָרק. אַן ערצעהלונג מיט'ן נאָמען „פֿריינט", וועלכע ער האָט געשריבען ספּעציעל פֿאַר אונז, איז ביי אונז געגאַנגען אין דריי נומערן, אָנפֿאַנגענדיג זיך דעם 25טען פֿעברואַר. נאָהנטערע באַקאַנט זיינען מיר אָבער געוואָרען ערשט מיט עטליכע יאָהר שפּעטער.
שלום אש און אברהם רייזען האָבען רעגעלמעסיג געשריבען אין „פֿאָרווערטס", און אַרום יענער צייט האָט יונה ראָזענפֿעלד אונז אָנגעהויבען צושיקען זיינע זאַכען פֿון רוסלאַנד. דעם 6טען אַפּריל, 1911, האָבען מיר געדרוקט זיין ערצעהלונג „אַ סוחר".
אונזער אייגענע בעלעטריסטישע גרופּע, — איך מיין די, וואָס האָבען זיך ענטוויקעלט אַרום דעם „פֿאָרווערטס", דוד בראָון, ב. באָטוויניק, מ. אַדערשלעגער, מ. אָשעראָוויטש, יצחק בלום, — האָבען אָפֿט געשריבען סקיצען.
דעמזעלבען יאָהר האָט אָנגעפֿאַנגען מיטצואַרבייטען אין „פֿאָרווערטס" ז. לעווין, וועמעס שריפֿטשטעלערישע טעטיגקייט עם האָט זיך אָנגעהויבען אין „פֿאָרווערטס", אין יאָהר 1897, ווען איך בין נאָך געווען דער רעדאַקטאָר (זעה דריטען באַנד פֿון דיזע „בלעטער", פֿײדזש 474). פֿון איהם האָט זיך ענטוויקעלט אַ פֿיינער קינסטלער. דאָס איז אַ שריפֿטשטעלער, וואָס שילדערט מענשען און זאַכען מיט אױבערצײַגענדע לעבענס-שטריכען און לעבענס-פֿאַרבען, איינער פֿון די וויכטינסטע טאַלאַנטען אין דער אידישער ליטעראַטור.
מיט דעם ספּעציעלען צוועק צו געבען די לעזער אַ מוסטער36פֿון דער בעסטער ליטעראַטור, האָב איך אין יענעם יאָהר פֿאַר'ן „פֿאָרווערטס" איבערגעזעצט טאָלסטאָי'ס „קרייצער סאָנאַטא" און דאָס געדרוקט מיט קריטישע ערקלעהרונגען. די איבערזעצונג האָט אָנגעפֿאַנגען צו געהן אַרום סוף פֿון יאָהר 1911.
דעם 29טען יאַנואַר, 1912, קנאַפּע פֿיר מאָנאַטען נאָכדעם ווי מיר האָבען פֿון דייטשלאַנד באַקומען די טרויעריגע נאַכריכט, אַז סערגעי שעוויטש איז געשטאָרבען, האָבען מיר פֿאַרלאָרען אַלעקסאַנדער יאָנאַס'ען. איך שטעל דאָ די צוויי פֿאַרלוסטען צוזאַמען, ווייל אין די ערשטע יאָהרען פֿון אונזער לעבען אין אַמעריקא זיינען זיי ביידע געווען די הויפּט פֿיהרער פֿון אונזער סאָציאַליסטישער באַוועגונג. ווי אַ ליכטיגער צווילינג זיינען זייערע געשטאַלטען פֿאַרבליבען אין מיין זכרון.
יאָנאַס און שעוויטש! מיר זיינען געוואוינט געווען די צוויי נעמען אַרויסצורידען צוזאַמען.
ווען איך בין געקומען אין אַמעריקא אין דעם זומער פֿון 1882 און האָב דאָ געפֿונען אַ ליבען סורפֿריז, די דייטשע סאָציאַליסטישע טעגליכע „פֿאָלקסצייטונג", זיינען זיי געווען איהרע רעדאַקטאָרען, — יאָנאַס אַלס הויפּט רעדאַקטאָר און שעוויטש אַלס דער רעדאַקטאָר פֿון דער זונטאָגס אױסגאַבע. ביידע זיי זיינען געווען גלענצענדע זשורנאַליסטען און רעדנער, יאָנאַס אױף דייטש, און שעוויטש אױף דייטש, ענגליש און רוסיש (ער האָט אױך גוט גערעדט איטאַליעניש און פֿראַנצויזיש). מיר זיינען דאַן געווען זעהר יונג; זיי זיינען געווען פֿיל עלטער. אַ גייסטיגער אוצר זיינען זיי פֿאַר אונז געווען. שעוויטש'ען האָבען מיר רעספּעקטירט און געליבט ספּעציעל, ווייל אַ חוץ זיינע גרויסע פֿעהיגקייטען און פֿאַרדינסטען, איז ער געווען אונזערער אַ רוסישער. זיינע רוסישע לעקציעם און רעדעם פֿלעגען אין אונז אַרויסרופֿען אַ געפֿיהל פֿון באַוואונדערונג געמישט מיט אָן און-באַשרייבליכען געפֿיהל פֿון לאַנדסמאַנשאַפֿטליכע פֿאַרוואַנדשאַפֿט.
יאָנאַס'ען האָבען מיר געשעצט און געליבט אױף אַן אַנדער שטיי37גער, אָבער גיט ווייניגער, און אין אַ געוויסען זין נאָך מעהרער ווי שעוויטש'ען.
איך בין מיט ביידען געוואָרען גאַנץ נאָהענט באַקאַנט. שעוויטש, ווי דער לעזער ווייס שוין, האָט פֿאַרלאָזען אַמעריקא אין 1890, ווערענד יאָנאַס האָט אין אַמעריקא אױסגעלעבט זיינע יאָהרען. נאָך שעוויטש'עס אַוועקפֿאַהרען בין איך מיט יאָנאַס'ען נאָך נעהענטער באַקאַנט געוואָרען. מיר פֿלעגען זיך אָפֿט זעהן. מיר האָבען צוזאַמען געקעמפֿט געגען דעם דעלעאַניזם. דורך דיזען קאַמף, אין דער צייט, ווען מיר האָבען געגרינדעט דעם „פֿאָרווערטס", אין 1897, זיינען מיר ספּעציעל אינטים געוואָרען, ער פֿלעגט מיך אָפֿט בעטען, איך זאָל איהם רופֿען ניט יאָנאַס, נאָר אײַנפֿאַך יאָנאַס. איך פֿלעג פֿרואוון אַזױ טאָן, אָבער דאָס איז מיר געווען שווער (זעה דריטען באַנד, פֿײדזשעס 395, 402, 463 און 465). איך בין צו איהם ניט געווען צוגעבונדען ווי צו אַ פֿאָטער. אַז איך זאָל איהם ניט באַגריסען, ווי אַן עלטערען, האָט זיך מיר קיין מאָל ניט געקענט פֿאָרשטעלען. און זעהר אָפֿט פֿלעג איך אַזױ ווי פֿאַר די אױגן זעהן יענעם גרויסען דייטשען סאָציאַליסטישען מיטינג אין דזשערמעניע אַסעמבלי רומס, דעם גרעסטען און אײַנדרוקספֿולסטען, וועלכען איך האָב ביז יענער צייט ווען עם איז ביינגעוואוינט. איך מיין מיין גרויסע פֿאַרזאַמלונג, וואָס איז געווען אַ יאָהר-צייט מיטינג נאָך פֿערדינאַנד לאַסאַל'ען אין יאָהר 1882. (זעה 2טען באַנד פֿון דיזע בלעטער, פֿײדזש 89). איך פֿלעג איהם אימער זעהן, ווי ער שטעהט אױף דער פּלאַטפֿאָרמע ביי דעם רויט דעקאָרירטען ווייסען ביוסט פֿון לאַסאַל, ווי ער לייכט אַרויף זיין האַנט אױף דער גיפֿסענער פֿיגור, און מיט זיין רייכען באַריטאָן רופֿט ער אױס: „לאַסאַלע"! און מיין יונג האַרץ ציטערט פֿון עהרפֿורכט און פֿון גליק. ביי יענער סצענע איז ער ביי מיר געווען דער גרעסטער און העריליכסטער אין דער וועלט, אַ נביא-פֿיגור.
אַלזאָ, אַז איך זאָל יענעם אַלעקסאַנדער יאָנאַס'ען רופֿען יאָנאַס, ווי אַ גלייכען, — דאָס האָט מיר אין געדאַנק ניט געקענט אַרײַן. מיין הארץ האָט געבלוטעט, זעהענדיג, ווי דיזען באַליבטען און באַגאָבטען פֿיהרער אונזערען אַטאַקירט מען און38מען באַליידיגט. (דריטער באַנד, פֿײדזש 402). מיר איז אױסגעקומען צו זעהן איהם אין נויט. אָבער אױף זיין אױסזעהן האָט זיך דאָס קיין מאָל ניט באַמערקט. ער איז אימער געבליבען דער שעהנער, נאָבעל-אױסזעהענדער אַלעקסאַנדער יאָנאַס, דער נעט, זאַנער עלעגאַנט געקליידעטער, מערקווירדיג ציכטיגער מאַן מיט דעם פֿאַרפֿעסאָרישען פּנים. ווען די אַמעריקאַנער צייטונגען פֿלעגען באַשרייבען אַ מיטינג, וועלכען ער האָט אַדרעסירט, פֿלעגען זיי באַמערקען, אַז ער זעהט אױס, ווי אַ שעהנער געלעהרטער אָדער אַ שריפֿטשטעלער.
אין אַ געוויסען נאָכמיטאָג, אַ פֿאָר יאָהר נאָכדעם ווי מיר האָבען געפֿײַערט זיין זיבעציג יעהריגען יוביליעאום, איז מיר מיט איהם אױסגעקומען צו געהן איבער דער פֿערטער סטריט. אַזױ שפּאַצירענדיג און שמועסענדיג, זאָגט ער צו מיר אױף ענגליש מיט זיין טיפֿער, נאָבעלער דייטשער שטימע:
— קאַהאַן, אײַך איז גוט. איהר האָט אַ צוקונפֿט פֿאַר זיך. איך אָבער האָב שוין קיין צוקונפֿט ניט. ווייסט איהר, וואָס דאָס הייסט לעבען אױף דער וועלט אָהן אַ צוקונפֿט? (ער האָט געמיינט דעם פֿאַקט, אַז ער איז שוין איבער זיבעצינ).
אַלעקסאַנדער יאָנאַס איז, אַלזאָ, געשטאָרבען. זאָגען, אַז מיין הארץ איז געווען געדריקט פֿון טרויער, וואָלט געווען אַ צו-פּראָזאַאישער אױסדרוק.
נאָך אַ געפֿיהל האָט מיך פֿאַרפֿאָלגט: שעוויטש געשטאָרבען און יאָנאַס געשטאָרבען! באַליבטע פֿיהרער מיינע. ווען איך בין געקומען קיין אַמעריקא, זיינען זיי ביידע געווען אַזױ פֿול מיט לעבען. איצט שוין פֿון דער וועלט אַוועק!... דאָס און די 22 בענדער „בילאיע". יא, די יאָהרען, ווען איך בין געווען גאַנץ יונג, זיינען שוין ווייט פֿון מיר. עם איז שוין ניט דאָס, וואָס עם פֿלעגט זיין. אַ נייע וועלט. יענע, צו וועלכער איך בין געווען געוואוינט, איז געווען אַ וועלט פֿון יאָנאַס'ען און שעוויטש'ען, און דאָרטען אין רוסלאַנד — פֿון אַ שליסעלבורג מיט איהרע מאַראַזאַוום, ווערא פֿיגנערס...
39דער „פֿאָרווערטס" האָט געדרוקט אַ גרויסען שעהנעם בילד פֿון אַלעקסאַנדער יאָנאַס'ען מיט אַ לייט אַרטיקעל אין אַ טרויער ראַם, מיינע און אַנדערע אַרטיקלען וועגען איהם מיט אױספֿירליכע באַריכטען וועגען זיין טויט און דער לויה.
אױף דער ערשטער פֿײדזש איז געווען דער איבערשריפֿט: „צעהן טויזענד מענשען באַגלייטען דעם אַלטען פֿרייהייטס קעמפֿער צו זיין אייביגער רוה".
די לויה איז פֿאָרגעקומען דעם 4טען פֿעברואַר. דער טרויער מאַרטש און די אַנדערע צערעמאָניעם האָבען געדויערט פֿון ניין אוהר אין דער פֿריה ביז שפּעט נאָכמיטאָג. עם איז געווען אַ ביטערע קעלט, און עם איז געגאַנגען אַ געדיכטער שניי. דאָך האָבען פֿילע טויזענדער אידישע און דייטשע אַרבייטער געשטאָפֿט פֿון דער אַרבייט און גענאַנגען אין דעם טרויער מאַרטש. צוערשט זיינען הספֿרים געמאַכט געוואָרען אין לייבאָר טעמפּעל, אױף דער 84טער סטריט. די רעדעם זיינען געווען אױף דייטש, אױף ענגליש און אױף אידיש. דאַן איז מען מיט דעם קערפּער אַריבערגעפֿאַהרען אין דעם האַרלעם קאַסינאָ האָל, אױף דער 127טער סטריט און צוויטער עוועניו. אַ קינדער-כאָר פֿון די סאָציאַליסטישע סאָנדעי סקולס האָט געזונגען אַ טרויער מאַרש און סאָציאַליסטישע לידער. רעדעם זיינען געהאַלטען געוואָרען פֿון דייטשע סאָציאַליסטען, פֿאָרשטעהער פֿון דייטשע יוניאַנס, פֿון אידישע סאָציאַליסטען, פֿאָרשטעהער פֿון אידישע יוניאַנס, און אױף ענגליש — פֿון פֿאָרשטעהער פֿון דער פֿאַרטיי. וויקטאָר בערגער, אונזער קאָנגרעסמאַן, איז געקומען צופֿאַהרען פֿון וואַשינגטאָן און האָט געהאַלטען אַ רעדע אױף דייטש. הילקוויט האָט גערעדט אױף ענגליש. צווישען אַנדערע זאַכען האָט הילקוויט דערמאָנט, ווי יאָנאַס און אַדאָלף דואי האָבען געגרינדעט די סאָציאַליסטישע באַוועגונג אין אַמעריקא, ווי דואי איז דערנאָך אַוועקגעפֿאַהרען קיין דייטשלאַנד, און יאָנאַס איז געבליבען און האָט פֿאָרטגעזעצט די אַרבייט מיט שעוויטש'ען.
איך האָב גערעדט אױף ענגליש. איך האָב געפּרואוט פֿאָרשטעלען, ווי טײַער יאָנאַס איז מיר געווען, און אױסצודריקען דעם געפֿיהל, אַז ער איז פֿאַר מיר געווען אי אַ חבר, אי40אַ פֿאָטער; און אַז פֿון דיזען געפֿיהל איבערצוגעהן צו אַ פֿאַמיליאַרער באַציהונג האָב איך קיין מאָל ניט געקענט. איך האָב אױך געזאָגט דאָס פֿאָלגענדע:
„עם איז מיר שווער יאָנאַס'ען זיך צו שילדערען אַלס אַ געשטאָרבענעם. עם איז אין מיר אײַנגעפֿלאַנצט אַ געוואוינהייט זיך פֿאַרצושטעלען איהם אַלס די פֿאַרקערפּערונג פֿון אונזער באַוועגונג. עם איז מיר אונמעגליך אָפּצוטיילען איינס פֿון דאָס אַנדערע".
איך האָב אױך גערעדט וועגען יאָנאַס'עס מילדער, גוטהאַרציגער צערטליכער נאַטור. „איך קען קיין מאָל ניט דענקען וועגען יאָנאַס'ען אַלס אַ פֿיהרער פֿון אַ קאַמף געגען אַן אײַנצעלנעם מענשען, — האָב איך געזאָגט, — אַפֿילו געגען זיין ערגסטען פֿערזאָנליכען שונא. ער איז געווען אַזױ ווייך, אַזױ צערטליך, אַזױ גוט. אין זיין גאַנצער סאָציאַליסטישער טעטיגקייט האָט ער געקעמפֿט בלױז געגען קאַפּיטאַליזם אין אַלגעמיין, און ניט געגען דעם באַזונדערען מענשען".
איינער פֿון די ענגלישע רעדנער איז געווען פֿרענק מעקדאָנאַלד, דער רעדאַקטאָר פֿון דער „קאָל". דר. אינגערמאַן האָט גערעדט אױף רוסיש.
אין דער צערעמאָניע האָט זיך באַטייליגט דער דאַן באַריהמטער דייטשער געזאַנגס-פֿאַראיין, פֿילע מיטגלידער פֿון וועלכען פֿלעגען זינגען אױף די סאָציאַליסטישע פֿאַרזאַמלונגען אין מיינע ערשטע יאָהרען אין אַמעריקא.
דעם קערפּער האָט מען דאַן אַוועקגעפֿיהרט אין יוניאָן היל, (אױפֿ'ן אַנדערען זייט פֿון דעם טייך האָדסאָן), וואו מען האָט איהם פֿאַרברענט אין אַ קרעמאַטאָריום.
ווען איך דערמאָן זיך די סצענע, שטעהען פֿאַר מיינע אױגן בערג און בערג מיט בלומען. עם עפֿענט זיך אױף אַ טירעלע, מען רוקט אַרײַן דעם טויטען קאַסטען, מען מאַכט צו, — און אַ סוף! פֿון אַלץ, וואָס בײַ אונז הייסט אַלעקסאַנדער יאָנאַס, בלייבט אַ הויפֿען אַש...
איך בין אַוועק פֿון דעם קרעמאַטאָריום צוזאַמען מיט אַ41גרופּע גענאַסען. מיר האָבען געשמועסט. אױפֿ'ן האַרצען איז בײַ אַלעמען געװען אַ געפֿיהל פֿון הײליגטום.
זונטאָג בײַטאָג, דעם 28טען אַפּריל, 1912, האָט דער „פֿאָרװערטס" געפֿײַערט זײַן פֿופֿצעהן־יאָהריגען יובילעי. דאָס איז געװען אײַנער פֿון די שענסטע און גרעסטע יום־טובֿים אין דער געשיכטע פֿון אונזער באַװעגונג.
די פֿײַערונג איז פֿאָרגעקומען אין דעם גרױסען רײַך טאָפּעצירטען היפּאָדראָם. עס זײַנען געװען אַנװעזענד איבער זיבען טױזענד מענשען. די פֿלאַסטעראָמע און די אַלע באַלקאָנען און לאָושעס פֿון דעם ריזיגען טעאַטער זײַנען געװען דעקאָרירט מיט אַמעריקאַנער פֿאָהנען, מיט רױטע פֿאָהנען און מיט פֿאָהנען פֿון פֿאַרשידענע אידישע יוניאַנס.
אױף דער פֿלאַסטעראָמע האָבען זיך צװישען די אַנװעזענדע געפֿונען דרײַ װיכטיגע געסט: אונזער קאָנגרעסמאַן װוילסאָן בערגער און װאַשינגטאָן; דער סאָציאַליסטישער מעיאָר פֿון סקענעקטעדיר, לאָן, און דער געװעזענער מעיאָר פֿון מילװאָקי, עמיל זײדעל. אין אונזער ציעטונג האָבען מיר דאַן געהאַט אַ בילד פֿון דיזע דרײַ געלאַדענע צוזאַמען, — אַ לעבעדיגער אױסדרוק פֿון דעם װאַקסען פֿון סאָציאַליזם אין אַמעריקא.
עס איז געװען אַ רײַכער קאָנצערט. זײַן הױפּט „פּיטשור" איז באַשטאַנען אין דעם אַנטײל פֿון דעם װעלט־באַריהמטען פֿידעל שפּילער עפֿרעם זימבאַליסט. און עס האָט געשפּילט אײַנער פֿון די באַריהמטסטע אָרקעסטערס פֿון שטאָדט, אונטער דער לײַטונג פֿון נעיהען פֿרענקאָ.
און אַן אינטערעסאַנטער שטריך פֿון דעם יום־טובֿ איז געװען די באַטײליגונג פֿון פֿינף הונדערט קינדער, שילער פֿון אונזערע סאָציאַליסטישע סאַנדעי סקולס (זונטאָג שולען).
דער יובילעי פֿעסט איז געפֿיהרט געװאָרען אונטער דעם פֿאָרזיץ פֿון מאָריס הילקװיט.
42פּונקט צװײ אוהר האָט דער אָרקעסטער אױפֿגעשפּילט די „מאַרסעליעזע". דער גרױסער עולם האָט זיך אױפֿגעשטעלט מיט אַ שטורמדיגען אַפּלאָדיסמענט.
אַלע רעדעס האָבען זיך באַצױגען אױף דעם פֿאָרטשריט, װאָס די סאָציאַליסטישע באַװעגונג מאַכט אין אַמעריקא.
„מיר סאָציאַליסטען, — האָט הילקװיט אַנגעפֿאַנגען, — זײַנען צונױפֿגעקומען צו רופֿען פֿאַרפֿעסט־פֿאַרזאַמלונגען. אַז עס איז אַ דאָפּעלטער פֿאַרגעניגען צונױפֿצוקומען זיך אַזױ צו אַ שמחה. און אַן אורזאַכע זיך צו פֿרעהען האָבען מיר הײַנט אַ גענוגענדע. מיר פֿײַערען דעם 15טען יובילעי פֿון „פֿאָרװערטס", פֿון דער גרינדונג פֿון דעם שטאַרקסטען און װיכטיגסטען אָרגאַן פֿון דער סאָציאַליסטישער פּראָפּאַגאַנדע אין דיזען לאַנד. און אין די פֿופֿצעהן יאָהר, װאָס דער „פֿאָרװערטס" עקזיסטירט, האָט אונזער באַװעגונג געמאַכט אַ געװאַלדיגען פֿאָרטשריט. אַ גרױסע באַװעגונג איז אין איהר װאָקסם אַזױ װי דער מענש. אין איהרע קינדער יאָהרען גרײַט זי זיך צו צום קאַמף, אין איהר יוגענד טרעט זי אין קאַמף אַרױס, און אין איהרע מיטעלע יאָהרען פֿאַנגט זי אָן צו זיגען. די סאָציאַליסטישע פּאַרטיי אין אַמעריקא האָט איצט דערגרײַכט איהרע מיטעלע יאָהרען, איהרע זיגעס־יאָהרען; און דיזע באַװעגונג האָט פֿיל צו פֿאַרדאַנקען דעם „פֿאָרװערטס". זאָל ער װאַקסען און װײַטער זײַן דאָס, װאָס ער איז אימער געװען, — אַ שטראַל פֿון ליכט, אַ שטעם פֿון האָפֿנונג פֿאַר די פֿילע טױזענדע אידישע אַרבײַטער."
זײַנע װערטער זײַנען אױפֿגענומען געװאָרען מיט אַ באַגײַסטערטען אַפּלאָז.
נאָך איהם האָט גערעדט זײדעל, דערנאָך לאָן און דאַן װױקטאָר בערגער. יעדער פֿון זײ איז אױפֿגענומען געװאָרען מיט אָװאַציעס, מיט הילכענדע הורא געשרײַען. די עטליכע טױזענד פּנים'ער האָבען געשײַנט. הערליכע מאָמענטען זײַנען דאָס געװען.
די פֿאָלגענדע שורות נעם איך אַרױס פֿון דעם באַריכט, װעלכער איז אױף מאָרגען געװען געדרוקט אין „פֿאָרװערטס".
43„װען דער טשערמאַן האָט אַנאָנסירט דעם נעקסטען רעדנער, אַב. קאַהאַן, דער רעדאַקטאָר פֿון „פֿאָרװערטס", האָט אין דעם ריזיגען טעאַטער אױסגעבראָכען אַ שטורעם פֿון הורא געשרײַען און אַפּלאָדיסמענטען, װעלכער האָט אָנגעהאַלטען מינוטען־לאַנג. אומזיסט האָט קאַהאַן מיט די הענט געבעטען דעם עולם זיך צו באַרוהיגען, אומזיסט האָט ער עטליכע מאָל געמאַכט אַ פֿאַרזוך אָנצופֿאַנגען זײַן רעדע, — די אַפּלאָדיסמענטען זײַנען שטאַרקער און שטאַרקער געװאָרען און האָבען זיך פֿאַרשפּרײט פֿון אײן זײַט פֿון דער געבײַדע צו דער צװײַטער.
„און די רעדע קאַהאַן'ס האָט דעם עולם'ס באַגײַסטערונג פֿאַרשטאַרקט און פֿאַרגרעסערט. ער האָט גערעדט װעגען דעם סאָציאַליזם אַלס אַ רעליגיע, אַלס די פּאָעזיע פֿון דעם אונטערדריקטען, פֿאַרפֿינסטערטען אַרבײַטער. די פּראַקטישע נוצען, װאָס דער אַרבײַטער האָט איצטער פֿון דער באַװעגונג, זײַנען װײניג װערט. פֿאַרקעהרט, פֿיל מאָל קומט איהם נאָך אױס פֿאַר זײַן אידעאַל צו לײַדען. אָבער די גײַסטיגע פֿאַרגענוגינגס, װאָס דער דאָזיגער אידעאַל פֿאַרשאַפֿט, די פּאָעזיע, װאָס ער גיט אַרײַן אין דער נשמה, — דאָס איז װערט מעהר װי אוצרות געלט. דאָס איז אַ געטליכע באַלוינונג. דאָס איז דער סאַרט שכר, װאָס די אידישע רעליגיע פֿאַרשפּרעכט איהרע צדיקים אױף יענער װעלט, אָבער װעלכען די אַרבײַטענדע מענשהײט װעט האָבען אױף דער װעלט.
„דער אָרעמער, אױסגעדאָרטער, פֿאַרטריקענטער רעליגיעז־באַגײַסטערטער שנײַדער פֿון אַן אָרעמער קלײַנער שטעדטעל אין רוסלאַנד פֿיהלט זיך װי אַ מלך, װען ער קומט פֿרײַטאָג צו נאַכט אין זײַן שול אַרײַן דאַװענען, — האָט קאַהאַן װײַטער געזאָגט. — די שול איז זײַן אידעאַל, זײַן פּאָעזיע, זײַן נשמה, און זײַן העכסטע האָפֿנונג. ער װינשט, אַז זײַן שול זאָל װערען גרעסער און שעהנער. אַז ער דערלעבט אַמאָל, אַז דער דאָזיגער טרױם זײַנער װערט פֿאַרװירקליכט, אַז אױפֿ'ן פּלאַץ פֿון זײַן קלײַנער שול'כעל װערט אױפֿגעבױט אַ גרױסע, שעהנע סינאַגאָגע, — װער קען דאַן אָפּמעסטען זײַן פֿרײד?
„מיר סאָציאַליסטען האָבען ניט דיזען שול אידעאַל. אַנ44שטאָט אַ גן־עדן אױף יענער װעלט, זוכען מיר צו מאַכען די װעלט פֿאַר אַ גן־עדן. און אַנשטאָט אַ שול, האָבען מיר אַ סאָציאַליסטישע באַװעגונג. דער געפֿיהל אָבער איז דער זעלבער. אונזער העכסטען גליק, אונזער גרעסטען פֿאַרגענוגינגען האָבען מיר, װען דיזער טעמפּעל אונזערער, די סאָציאַליסטישע באַװעגונג, װאַקסט. און זי װאַקסט! זי פֿאַרשפּרײַט זיך, זי זינגט און געװינט. דאָס זײַנען אונזערע טײַערסטע מאָמענטען. אַזױ מאָמענטען לעבען מיר דורך איצטער.
„אַמאָל, מיט צעהן, פֿופֿצעהן יאָהר צוריק, װען מיר האָבען אונזערע פֿאַרזאַמלונגען אָפּגעהאַלטען אין קלײַנע האָלס אױף דער איסט סײַד, װען מעהר װי אידען און דײַטשען זײַנען אין אונזער באַװעגונג ניט געװען, האָט מען פֿון אונז חוזק געמאַכט. 'װאָס טױג אײַך אײַער אַרבײַט? — װאָס מאַכט איהר זיך נאַרריש? — האָט מען צו אונז געזאָגט. — 'זעהט איהר ניט, אַז די ערד איז אַ פֿאַרשטײנערטע, אַז דאָ פֿלאַנצען דעם סאָציאַליזם איז אַבסאָלוט אונמעגליך?'
„אָבער מיר האָבען אונזער מוט ניט פֿאַרלאָרען. אײן קערנדעל נאָכ'ן צװײטען האָבען מיר געפֿלאַנצט, און די ערד האָבען מיר נעאַקערט, און די שטײַנער האָבען מיר פֿון איהר מיט אונזערע נעגעל אַרױסגעריסען. ענדליך, ענדליך האָבען זיך גענומען בלומען באַװײַזען! דאָ זיצען מאַנכע פֿון זײ. אָט איז אײן בלום — גענאָסע לאָן; אָט איז אַ צװײַטע — גענאָסע בערגער; אָט איז אַ דריטע — גענאָסע זײדעל. און מיר האָבען נאָך און נאָך און נאָך."
דער לעצטער רעדנער, װאָס איז אױך אױפֿגענומען געװאָרען מיט אַ גרױסער אָװאַציע, איז געװען גענאָסע פֿײַנבױם. ער האָט אין דעם „פֿאָרװערטס" ערפֿאַלג געזעהן ניט בלױז אַ פֿרײד פֿאַר די סאָציאַליסטען, נאָר אױך אַן אַרגומענט פֿאַר'ן סאָציאַליזם. דער אַרגומענט איז, אַז די אַרבײַטער זײַנען פֿעהיג אַלײן זײַערע געשעפֿטען צו פֿאַרװאַלטען און צו מאַכען דערפֿון אַ ריזיגען ערפֿאַלג.
גענאָסע ב. װײנשטײן האָט דאַן באַגריסט דעם „פֿאָרװערטס" אין דעם נאַמען פֿון די פֿאַראײניגטע אידישע געװערקשאַפֿטען,45און י. גאָטהעלף, דער טשערמאַן פֿון דער עקזעקוטיװו קאָמיטע פֿון אַרבײַטער רינג, האָט אָפּגעגעבען אַ גרום פֿון דעם אַרבײַטער רינג.
אין „פֿאָרװערטס" פֿון 19טען מאי, 1912, געפֿינט זיך דער פֿאָלגענדער באַריכט:
„נעכטען אין דער פֿריה איז מיט דער שיף דזשאָרדזש װאַשינגטאָן אָפּגעפֿאָהרען גען. אב. קאַהאַן, דער רעדאַקטאָר פֿון „פֿאָרװערטס".
„גענאָסע אב. קאַהאַן װעט אין אײראָפּאַ פֿאַרברענגען דרײַ מאָנאַטען. ער װעט זײַן אין פֿראַנקרײַך, איטאַליען, דײַטשלאַנד, עסטרײַך, גאַליציען און ענגלאַנד. אין פּאַריז, לאָנדאָן און אין אײַניגע שטעדט אין גאַליציען װעט ער רעדען אױף סאָציאַליסטישע פֿאַרזאַמלונגען, װעלכע די דאָרטיגע גענאָסען גרײַטען שױן צו. אין גאַליציען װעט ער באַזוכען אײַניגע שטעדט, אום זיך צו באַקענען מיט דעם לעבען פֿון די דאָרטיגע אידישע מאַסען, און זײַנע אײַנדריקע װעט ער נאָכהער באַשרײַבען אין „פֿאָרװערטס".
„צו דער שיף האָבען גענאָסע קאַהאַן'ען באַגלײַט אַ קאָמיטע פֿון „פֿאָרװערטס" אַסאָסיאיישאָן, אַ קאָמיטע פֿון די פֿאַראײניגטע אידישע געװערקשאַפֿטען, אַלע מיטאַרבײַטער פֿון דער רעדאַקציע און פֿילע פֿון זײַנע פֿערזענעליכע פֿרײַנד.
„אַ פֿאָר װאָכען װעט גענאָסע קאַהאַן פֿאַרברענגען אין קאַרלסבאַד, װאָהין דאָקטױרים האָבען איהם געהײסען פֿאָהרען.
„מיט גענאָסע קאַהאַן'ען איז מיטגעפֿאָהרען מרס. קאַהאַן.
„דאַנערשטאָג אָװענט איז אין צײַטלין'ס רעסטאָראַנט געגעבען געװאָרען פֿאַר גענאָסע קאַהאַן אַ אבשידס־באַנקעט פֿון אַלע אָנגעשטעלטע אין „פֿאָרװערטס".
דער הױפּט־צװעק פֿון מײַן רײַזע איז געװען צו זעהן דאָקטױרים אין װיען און צו נעמען די בעדער אין קאַרלסבאַד.46מײַנע מאָגען שמערצען האָבען ניט אױפֿגעהערט. דאָקטאָר דזשייקאָב קאַופֿמאַן (זעה פֿערטען באַנד, פֿײדזש 521) האָט שטאַרק רעקאָמענדירט אַן אָפּעראַציע.
ער איז אַ מאַן פֿון שטאַרקע איבערצײַגונגען, און װען ער רעדט װעגען אַן ענין, װעגען װעלכען ער האָט אַ דײַטליכע מײַנונג, דריקט ער דאָס אױס מיט אַ פֿעסטע אײַנדרוקספֿולע טענער. אױף דיזער אַרט האָט ער מיר געראַטען, געפֿאָדערט, און געסטראַשעט, אַז איך זאָל זיך „ניט שפּילען מיט פֿײער". ער האָט גענומען אַ שטיקעל פּאַפֿיר, און מיט זײַן בלײַשטיפֿט האָט ער געמאַכט אַ פֿאַר שטריכען פֿאַרצושטעלען דעם מאָגען.
— די װענטעל איז אַ דינע, מר. קאַהאַן, זעהר אַ דינע. דאַן האָט ער מיט'ן פֿענסיל אָנגעצײכענט דעם פּלאַץ, אין דעם „דואָדענום", װאו עס האָט זיך בײַ מיר דאַן געפֿונען דער „אָלסער" (מכּה). ער האָט מיט דעם פֿענסיל גענומען אַזױ װי גראַבען אין דעם פּאַפֿיר. און מיט זײַן פֿעסטען, איבערצײַגענדען טאָן האָט ער געזאָגט:
— עס װערט טיפֿער, טיפֿער, טיפֿער. און װען עס זאָל זיך דורכבלעכערען, װעט זײַן שלעכט. עס װעט שױן זײַן צו שפּעט פֿיליעכט.
אױף אַן אָפּעראַציע בין איך גרינג געװען נאָך מיט עטליכע יאָהר פֿריהער. אָנדערע דאָקטױרים, נאָכאַנטע פֿערזענליכע פֿרײַנד, האָבען מיך אָבער צוריקגעהאַלטען, און אַזױ איז איצטער אױך געװען.
— פּרואװוט פֿאָהרען אין קאַרלסבאַד. װאָס װעט איהר צולירען? — האָט צו מיר געזאָגט אײַן דאָקטאָר, אַ נאָהענטער פֿרײַנד. — אגב, אַז איהר װעט זײַ אין װיע' באַראַט זיך מיט דאָרטיגע ספּעציאַליסטען.
דיזע עצה האָב איך אַנגענומען.
דעם אמת זאָגענדיג, בין איך בײַ זיך אין האַרצען קײן מאָל ניט געװען איבערצײַגט, אַז עס איז טאַקע אַן „אָלסער". איך האָב זיך צופֿיל אָנגעלעזען װעגען דיזער קראַנקהײט. אַזױ איז אימער מיט פּריװאַטע מענשען. און װען זײ האָבען עפּעס אַ פֿעלער, לעזען זײ װעגען דעם אין ענציקלאָפּעדיעס און אין מע47דיצינישע ביכער. און דערצו נאָך רײדען זײ װעגען דעם מיט דאָקטױרים. מען רעדט זיך כּמעט אײן, אַז אין באַצוג צו דיזער קראַנקהײט איז מען שױן אַלײן אַ גאַנצער דאָקטאָר.
אין די אַלע װערק, װאָס איך האָב געלײיענט װעגען מײַן טראָבעל, איז געװען אָנגעװיזען אױף געװיסע סימפּטאָמען, צײ־כענס, און דיזע סימפּטאָמען האָבען זיך גראַד בײַ מיר ניט אַרױסגעװיזען. אַלזאָ, האָב איך זיך געצװױיפֿעלט. מען האָט מיר ערקלעהרט, װי אַזױ דאָס קען פֿאַסירען, אַז די סימפּטאָמען זאָלען זיך ניט אַרױסצײַגען, אָבער דאָס האָט אױף מיר קײן אײַנדרוק ניט געמאַכט. קורץ, איך האָב זיך באַשלאָסען צו פֿאָהרען קײן װיען און קאַרלסבאַד. איך קען ניט זאָגען, אַז איך האָב שטאַרק געגלױבט, אַז דאָס װעט העלפֿען, אָבער טאַקע — װאָס קען איך צולײיגען?
דעם ערשטען פֿעברואַר, 1911, איז אין „פֿאָרװערטס" ער־שינען אַ מעלדונג, אַז עס איז געשטאָרבען דער פֿיהרער פֿון די דײַטשע סאָציאַלדעמאָקראַטען, דער איד פּאָול זינגער, דער גוטער פּאָול זינגער, מיט װעלכען איך בין באַקאַנט געװאָרען אין בערלין, אין יאָהר 1891, און האָב דערנאָך זיך אױך באַגעגנט אין צוריך (זעה דריטען באַנד, פֿײדזשעס 162, 300 און 333). עס איז געדרוקט געװען אַ בילד, װעלכען ער האָט, אױף מײַן ביטע, מיר צוגעשיקט מיט אַ פֿאַר יאָהר פֿריהער צוזאַמען מיט אַן אַרטיקעל. אונטער'ן בילד שטעהען די װערטער: „אײַנער פֿאַר אַלעמען — דאָס איז מענשען־פֿליכט; אַלע פֿאַר אײנעם — דאָס איז מענשען רעכט".
דעם 19טען פֿעברואַר, 1911, געפֿינט זיך אין „פֿאָרװערטס" די אָפּטײלונג, „אין אַמעריקאַנער זשורנאַלען פֿון דיזען מאָנאַט". דער פּיטשור איז געגאַנגען אין פֿאַרליױף פֿון אַ פֿאַר יאָהר.
סעפּטעמבער דעם 14טען, 1911, איז אין „פֿאָרװערטס" גע־דרוקט געװען אַ מעלדונג, אַז סטאָליפּין, דער הױפּט מיניסטער48פֿון רוסלאַנד, איז דער'הרג'עט געװאָרען פֿון אַ אידישען יונגען מאַן מיט'ן נאָמען באָגראָװ.
דעם 28טען נאָװעמבער, 1911, — אַ מעלדונג אַז עס איז געשטאָרבען דער סאָציאַליסטישער דענקער און שרײַבער פּאָול לאַפֿאַרג און זײַן פֿרױ, קאַרל מאַרקס'עס טאָכטער (זײ זײַנען באַגאַנגען זעלבסטמאָרד).
אין 1911 פֿלעג איך באָאָבאַכטען, װי מען בױט די נײַע 40־שטאָקיגע „מיוניסיפּאַל" בילדינג. דער שעהנער אַלטער סיטי האַל איז שױן געװאָרען צו קלײן, און אום צו מאַכען פּלאַץ פֿאַר די פֿאַרשידענע אָפּטײלונגען פֿון דער שטאָדט רעגירונג, האָט מען דערבײַ אױפֿגעשטעלט דיזע גרױסע געבײַדע (מען האָט די מיוניסיפּאַל בילדינג אָנגעהױבען בױען אין 1910 און געענדיגט אין 1912).
אין 1911 און אין 1912 האָט זיך געבױט די באַרימטע װאולװאָירט בילדינג, װעלכע האַלט, צוזאַמען מיט איהר אױבערשטען טורעמעל, זעכציג עטאַזש (אָהן דעם טורעמעל 56 עטאַזש). די נײַעס, אַז עס בױט זיך אַזאַ הױז, האָט געמאַכט אַ רושם איבער דער גאַנצער װעלט. און אפֿילו דאָ בײַ אונז אין ניו יאָרק האָט עס געמאַכט אַ שטױנענדען אײַנדרוק. איך פֿלעג אָפֿט ספּעציעל געהן עסען לאַנטש אין אַ רעסטאָראַן, װעלכער געפֿינט זיך נאָהענט דערבײַ, אום צו זעהן, װי אַזױ די הױז בױט זיך. עס איז געװען אינטערעסאַנט צו קוקען, און די גאַנצע געשיכטע האָט געדױערט עטװאָס איבער צװײ יאָהר, װערענד אין אײראָפּאַ זײַנען באַריהמטע געבײַדעס געבױט געװאָרען אין פֿאַרלױף פֿון צעהנדליגער יאָהרען, און מאַנכע קירכען, װי דער „דאָם" פֿון קעלן, צום בײַשפּיל, עטליכע הונדערט יאָהר. די גאַנצע װאולװאָירט געבײַדע איז אױסגעגאַסען געװאָרען אין אַ פֿאַבריק, און פֿון דאָרטען האָט מען איהר געבראַכט כּמעט אַ פֿערטיגע. (די געבײַדע האָט מען אָנגעהױבען בױען אין יאַ־נואַר, 1911, און געענדיגט אין מאי, 1912).
דעם 15טען אַפּריל, 1912, איז געװען געדרוקט די טראַגישע נאַכריכט, אַז מייקעל מינע, דער מאַן פֿון דער באַריהמטער אידי49שער שױשפּילערין קעני ליפֿצין, איז באַגאַנגען זעלבסטמאָרד (זעה פֿערטען באַנד, פֿײדזש 353).
דינסטאָג אָװענט, דעם 23טען מאי, 1911, איז ערעפֿענט געװאָרען די נײַע גרױסע פּאָבליק לײברערי (שטאָדטישע ביב־ליאָטעק) אין ניו יאָרק.
[ז׳ 13] *) „עלעװײיטאָר" איז אַ ליפֿט. „שעפֿט" איז דער לעערער פּלאַץ דורך װעלכען דער ליפֿט באַװעגט זיך.
[ז׳ 26] *) דער באַריהמטער רוסישער רעוואָלוציאָנער, וועלכער איז אין יאָהר 1901 אַנטלאָפֿען פֿון סיביר און האָט דאַן אַ קורצע צייט פֿאַרבראַכט אין ניו יאָרק (זעה פֿערטען באַנד פֿון „בלעטער", פֿיידזשעם 232, 233, 234, 235). איצט, אין 1911, איז ער ווידער געקומען צו אונז, און ער איז געוואָרען רעדאַקטאָר פֿון דעם רוסישען סאָציאַליסטישען וואָכענבלאַט „נאָווי מיר".
[ז׳ 27] *) ווען דיזע ווערטער ווערען געשריבען, איז ער דער הױפּט לויטאַרטיקעל שרייבער אין דער ניו יאָרק „וואָירלד", און ער האָט אַ נאָמען איבער'ן גאַנצען לאַנד.
[ז׳ 30] *) די „טיטאַניק" איז געווען אַ נייע שיף פֿון דער ענגלישער „ווהייט סטאַר קאָמפּאַני", די גרעסטע שיף וואָם איז ביז דאַן ווען עם איז געבויט געוואָרען. דאָם איז געווען איהר ערשטער רייזע (פֿון ענגלאַנד קיין אַמעריקא). אױפֿ'ן וועג האָט זי זיך אָנגעשלאָגען אָן אַן אײַז־באַרג. אַ שטיק שיף איז אַרויסגעריסען געוואָרען, און די
[ז׳ 31] ריזיגע אונדזשיווס האָבען עקספּלאָדירט. איבער צוויי טויזענד מענ-שען זיינען אומגעקומען, צווישען זיי אייניגע באַקאַנטע פֿערזאָנען. עטליכע טעג נאָכאַנאַנד זיינען די אַמעריקאַנער צייטונגען געווען פֿול מיט די אײַנצעלהייטען, — אָהן א צאָהל טראַגעדיעם, סצענעם פֿון וואונדערבאַרע רעטונגען, פֿון זעלבסט-אָפּפֿערונג, פֿון האַרץ-רייסענדע געזעגענישען פֿאַר'ן טױט, צופֿאַלען...