בלעטער פֿון מײַן לעבן · אבֿרהם קאַהאַן · פֿינפֿטער באַנד (נ.י., 1931)
ביז דער וועלט-מלחמה

צווייטער קאַפּיטעל

ווידער אין אייראָפּא

װעגן דעם טעקסט: דאָס איז אַ װאָרט-בײַ-װאָרט אָפּשריפֿט פֿון די געדרוקטע זײַטן 50–91 (גאַנצער צווייטער קאַפּיטעל פֿון פֿינפֿטן באַנד), מיט דער אָריגינעלער אָרטאָגראַפֿיע פֿון 1931. די נומערן אַזױ װי 50 צײכענען אָן דעם אָנהױב פֿון יעדער געדרוקטער זײַט. רוסישע און פֿרעמדע װערטער זײַנען איבערגעגעבען אַזױ װי אין אָריגינאַל.
1
אן אונטערשיד פֿון 19 יאָהר. — אַ פֿאָר אַלגעמיינע ווערטער וועגען מײַן באַזוך אין אײראָפּא אין 1912.

50דעם גאַנצען לעבען לערענט מען זיך. דאָס וואָס איך האָב געלערענט אין די עטליכע מאָנאַטען, וועלכע איך האָב דיזען מאָל, אין 1912, פֿאַרבראַכט אין אײראָפּא, געהערט צו אינטערעסאַנטע און וויכטיגע טײלען פֿון מײַן לעבענס-קורס.

איך בין דאָרטען ניט געווען נײַנצען יאָהר (אין אײניגע פֿלעצער צוואַנציג אָדער זאָגאַר אײן-און-צוואַנציג). אַלזאָ, האָב איך איצט געזעהען דעם אונטערשיד, וואָס די צוויי צענדליג יאָהר האָבען געבראַכט. אײניגע ערטער האָב איך איצט באַזוכט צום ערשטען מאָל. איך האָב דאָ אָבער אין זינען הויפּטזעכליך די שטעדט, וואָס זײַנען מיר שוין געווען באַקאַנט פֿון פֿריהער, און אײראָפּא אין אַלגעמײן.

אין די נײַנצען יאָהר האָבען יענע שטעדט זיך אויסערלעך ניט געענדערט, גאָרניט אויפֿ'ן שטײגער פֿון אַמעריקאַנער שטעדט. ווען איהר פֿאָרט אַוועק אויף אַ פֿאָר יאָהר פֿון ניו יאָרק, און איהר קומט נאָכהער צוריק, זײַנען פֿילע פֿון איהרע וויכטיגסטע טײלען ניט צו דערקעננען. ניו יאָרק האַלט זיך שטענדיג אין בויען און איבערבויען. אין די אײראָפּעאישע שטעדט, וואָס איך האָב איצט באַזוכט, זײַנען אין די נײַנצען צוואַנציג יאָהר אויך פֿאַרגעקומען געוויסע פֿאַרגרעסערונגען; זײ האָבען זיך אָבער ניט געוואָרפֿען אין די אױגען. די שטעדט-צענטערס זײַנען יעדענפֿאַלס געבליבען אַבסאָלוט דיזעלבע.

51דערפֿאַר אָבער האָב איך דאָרט באַמערקט אַן ענדערונג אין פֿילע קלענערע זאַכען; און אין דעם אינערליכען לעבען איז פֿאָרגעקומען אַן ענדערונג אין גרויסע זאַכען אױך. גײַסטיגע איבערקערענישען האָב איך אין געוויסע הינזיכטען געפֿונען גאַנץ וויכטיגע.

די סאָציאַליסטישע באַוועגונג איז אין די צוואַנציג יאָהר געוואָרען אומגעהײַער גרויס און שטאַרק, און דאָס האָט מיטגעבראַכט גרויסע פּאָליטישע נײַעסען, וועלכע איך האָב גלײך דערפֿיהלט. אין דעם כאַראַקטער פֿון דער סאָציאַליסטישער באַוועגונג גופֿא, אין איהר אינערליכען אײנהאַלט, זײַנען אױך פֿאָרגעקומען ענדערונגען, גרויסע וויכטיגע ענדערונגען.

דאַן, אין 1912, האָט זיך נאָך ניט גע'חלום'ט, אַז מיט צוויי יאָהר שפּעטער וועט זיך פֿאַרנאַנדערפֿלאַקערען אַ וועלט-מלחמה, וואָס וועט אָפּקאָסטען פֿילע מיליאָנען מענשליכע לעבענס און שטירצען די גרעסטע טראָנען. שטילע רעוואָלוציעס זײַנען אָבער אין די צוואַנציג יאָהר יאָ פֿאָרגעקומען. און איצט, ווען איך האָב ווידער באַזוכט אײראָפּא, האָבען זײ זיך מיר גע­וואָרפֿען אין די אױגען.

מיט אַ יאָהר צוואַנציג צוריק, ווען איך פֿלעג פֿון אַמעריקא באַזוכען אײראָפּא, פֿלעג איך האָבען אַ שטאַרקען אײַנדרוק, אַז כמעט אַלץ איז דאָרטען אַנדערש ווי אין אַמעריקא — די קליידער, די וואוינונגען, הונדערטער אײנצעלהײטען פֿון דעם טעגליכען לעבען. דיזען מאָל בין איך איבעראַשט געוואָרען פֿון ענהליכקײטען. די קליידער, דער שניט, די מאָדעס זײַנען געווען דיזעלבע ווי אין אַמעריקא. די אײראָפּעער האָבען אין מײַנע אַמעריקאַנער אױגען שוין מעהר ניט אױסגעזעהען ווי „גרינע". נאָר אין אײראָפּא איז מען נאָך אַזוי שקלאַפֿעריש טרײַ דעם געזעץ פֿון דער מאָדע, ווי בײַ אונז.

אין די הײזער, אין די טראַמוואײס (קאַרס), אין מאַסען אַנדערע זאַכען, וויכטיגע און אונוויכטיגע, וואָס זײַנען שײך צו באַקוועמליכקײט, האָבען די אײראָפּעער איבערגענומען אַמעריקאַנישע ערפֿינדונגען, אײנריכטונגען, צופּאַסונגען. אױף טריט און שריט האָב איך באַגעגענט עפּעס אַ „מאַכעריקע", וואָס פֿריהער פֿלעגט דאָס האָבען נאָר אַמעריקא. אָבער אין אײראָפּא52אין דאָס נאָך אַלץ געגאַנגען לאַנגזאַם. צום ביישפּיל, די גרעסטע האָטעלען אין פּאַריז האָבען נאָך באַדאַרפֿט אַנאָנסירען, אַדווערטײזען, אַז זײ האָבען עלעקטרישע צורייכטונגען, און אַז זײ ווערען באַהײצט מיט דאַמף. פֿליסענדע וואַסער אין אַ האָטעלצימער. סאַלטע און הײסע, איז נאָך אױך געווען אַ יחוס זאַך.

אַזאַ פּראַקטישע קלייניגקײט, ווי געבויגענע הילצערנע אָדער דראָטענע העניגערס צו רעק און מאַנטלען, זײַנען נאָך געווען אַ נײַעס. „סיפֿטי פּינס" („פֿאַרזיכערונגס נאָדלען") זײַנען שוין געווען איבעראַל; זײ זײַנען אָבער געווען טײַער, און מען האָט זײ געהאַלטען פֿאַר אַ שטיקעל לוקסוס.

טעלעפֿאָנען זײַנען מיט צוואַנציג יאָהר פֿריהער אין אײראָפּא געווען אַ גרויסע זעלטענהייט, הגם אין אַמעריקא האָט מען זײ דאַן שוין געברויכט אַלס אַ טעגליכע נויטווענדיגקײט אין יעדער אָפֿיס, און אין מאַסען פּריוואַט-וואוינונגען אין יעדער שטאָדט און שטעדטעל. אין 1912 האָט מען אין אײראָפּא זײ שוין אױך געברויכט איבעראַל. און דאָרטען זײַנען זײ פֿיל ביליגער, ווײַל דאָס רוב באַלאַנגען זײ דאָרטען צו דער רעגירונג. דעם אַמעריקאַנישען „האַלאָו" האָט מען בײַם טעלעפֿאָן שוין געברויכט אױף אַלע שפּראַכען...

פֿון עלעוויטאָרס (ליפֿטס) פֿלעגט מען מיט צוואַנציג יאָהר צוריק אױך וויסען בלויז אין אין אַמעריקא. איצט, אין 1912, האָט מען זײ שוין געהאַט אומעטום אין אײראָפּא אױך; דאָרטען זײַנען זײ אָבער געגאַנגען אױטאָמאַטיש, אָהן „עלעוויטאָר-מען" אָדער קאָנדוקטאָרען. ערשט שפּעטער, אין די גרויסע האָטעלען, האָט מען אָנגעהויבען צו זעהן גרויסע ליפֿטס מיט ספּעציעלע קאָנדוקטאָרען.

אין סך-הכּל, ווען איך האָב באַטראַכט די דאָזיגע ענדערונגען, וואָס זײַנען פֿאָרגעקומען אין די צוואַנציג יאָהר, האָב איך שטאַרק דערפֿיהלט, ווי די פֿאַרשידענע טײלען פֿון דער ציוויליזירטער וועלט ווערען אַלץ עהנליכער, אַלץ מעהר אױסגעגלייכט צווישען זיך. ווי אַלע לענדער ווערען אײן לאַנד.

איך האָב זיך געזעהן מיט אַ גאַנצער רייהע מענשען, אַלטע53באַקאַנטע און נײַע, אַ טייל פֿון זײ וויכטיגע באַריהמטע פּערזענליכקײטען. און איך האָב געהאַט אַ רייהע ערפֿאַהרונגען וואָס זײַנען פֿאַרצייכענט געוואָרען אין מײַן זכרון צווישען די בולט'ע פּאַסירונגען פֿון מײַן לעבען.

צווישען די ענדערונגען, וואָס איך האָב באַאָבאַכטעט אױף דער רייזע, האָבען זיך געפֿונען אַזעלכע, וואָס האָבען געוויזען די ריכטונג, אין וועלכער דאָס לעבען איז געגאַנגען אין די צוואַנציג יאָהר. איך האָב שוין דערמאָנט, אַז די סאָציאַליסטישע באַוועגונג איז אױסגעוואַקסען אונגעהײַער, און דאָס האָט אױף מיר געמאַכט אַ שטאַרקען אײַנדרוק. אָבער נאָך שטאַרקער איז געווען דער אײַנדרוק וואָס איך האָב באַקומען פֿון דער נײַער פֿאַרהעלטניס, וואָס איך האָב באַמערקט צווישען אונזער טעאָריע און דער ווירקליכקײט.

2
אױפֿ'ן שיף. — פּאַריז. — עס זײַנען אַריבער נײַנצעהן יאָהר, אָבער די שטאָדט איז דיזעלבע. — „סעלעקט" האָטעל. — אָטאָמאָבילם.

די „דזשאָרדזש וואַשינגטאָן" איז געווען אַ דייטשע שיף פֿון דער נאָרטה דזשוירמען לאָיד קאָמפּאַני. דעם פּראָגרעס, וואָס איז געמאַכט געוואָרען אין די נײַנצען יאָהר אין דער בויאונג פֿון שיפֿען, האָב איך דערשפּירט גלײך ווי איך בין אַרויף אױפֿ'ן דאַמפּפֿער. דאָס האָט זיך געפֿיהלט אױף יעדען שריט. די „דזשאָרדזש וואַשינגטאָן" איז ניט געווען דער גרעסטער דאַמפּפֿער, וואָס איז דאַן געגאַנגען צווישען אײראָפּא און אַמעריקא, און דאָך איז זי געווען ניט אין ערך גרעסער, ווי די גרעסטע שיף, אױף וועלכער איך פֿלעג פֿאָהרען אין די אַמאָליגע יאָהרען.

צווישען די נאָטיצען, וואָס איך האָב דאַן פֿאַרצייכענט זייענדיג אױף דער שיף, און וועלכע ליגען פֿאַר מיר איצט, ווען איך שרײַב דיזע שורות, געפֿין איך דאָס פֿאָלגענדע:

„די באַפֿעלקערונג פֿון דער „דזשאָרדזש וואַשינגטאָן" איז אַזוי גרויס, דאָס לעבען אױף איהר איז אַזוי פֿילפֿאַך, אַז צוליב54דעם פֿאַרגעסט מען גאָר אָן דעם ים. דער ים איז ניט מעהר, ווי אַ זייטיגע אײנצעלהייט פֿון דער רייזע. אײַער אױפֿמערקזאַמקײט איז פֿאַרנומען מיט דער שווימענדער וועלט, פֿון וועלכער איהר זײַט אַ טייל."

אױף אַן אַנדער בלעטעל געפֿין איך דאָס פֿאָלגענדע:

„אַ באַיאָרענטער דייטש פֿול מיט לעבען, געזאַנג און לוסט. די יונגע דאַמען אינטערעסירען זיך מיט איהם. זײ לאַכען פֿון זײַנע גלײכווערטלאַך מיט פֿאַרגעניגען. און ער האָט, ווי עס שײַנט, מעהר הנאה פֿון זײַנע וויצען, ווי פֿון זײַן ערפֿאָלג בײַ די דאַמען. מיט זיך אַלס קאַוואַליער אינטערעסירט ער זיך ניט".

„אָוונט. די זון, אַ גרויסער, בלוט-רויטער סײקעל, זינקט אין ים אַרײַן. גרויסע גרופֿען פּאַסאַזשירען שטעהען און קוקען אױף דער סצענע. פּלוצלונג איז געוואָרען אַזוי ליכטיג, ווי צוועלף אַזייגער בײַטאָג. די פּאַסאַזשירען זײַנען פֿרעהליך, זייערע שטימען קלינגען מיט לעבענס-לוסט, אָבער באַלד איז די זון אײַנגאַנצען פֿאַרשוואונדען. עס האָט שנעל גענומען ווערען פֿינסטער, און דאַן איז געוואָרען שטילער, מען האָט אױפֿגעהערט צו לאַכען און צו ריידען מיט קלינגענדע שטימען. נאָך אײניגע מינוטען, און עס האָט זיך דערהערט אַ געזאַנג, אַ פֿאַרטראַכטער, אומעטיגער ניגון".

„די ערשטע דרײַ טעג איז דער וועטער געווען אױסגעצײכענט. דער ים איז געווען אַזוי רוהיג, אַז ער איז געווען אונאינטערעסאַנט".

„ווען עס באַווײַזט זיך אַ שיף, לויפֿט דער עולם פֿון אַלע זייטען איהר באַקוקען, אַ ספּעציעלען אינטערעסירען רופֿט אַרויס אַ זעגעל-שיף. זי איז ווירקליך שעהן, אַזוי ווי אַ ריזיגער מין פֿויגעל מיט ווײַסע פֿליגלען, וועלכע זײַנען אױסגעשפּרייט איבער'ן הימעל."

פֿון די זיבען טעג, וואָס איך האָב פֿאַרבראַכט אױף דער „דזשאָרדזש וואַשינגטאָן", געדענק איך הויפּטזעכליך דעם אָרקעסטער, אונזער בעד-רום סטיואַרד (דער וואָס מאַכט די בעטען און ראַמט אױף די קאַיוטעס) און דעם הויפּט סטיואַרד. דער אָרקעסטער האָט צו דינער עטליכע מאָל געשפּילט אַ געוויסען55דייטשען ניגון, וועלכער האָט מיך געפֿאַנגען. אַ זאָנדערבאַרער מין ריטם האָט פֿון איהם געשלאָגען.

און ווען איך דערמאָן זיך אָן יענעם אָרקעסטער, לעבט פֿאַר מיר אױף אונזער בעד-רום סטיואַרד, וואָרים ער איז געווען אַ מיטגליד פֿון דעם אָרקעסטער. אַלע מוזיקאַנטען זײַנען צו דערזעלבער צײַט געווען סטיוארדס. אונזער בעד-רום סטיוארד האָט געשפּילט אױף אַ טרומייט. אין דער צײַט פֿון די מאָלצײַטען פֿלעגט ער אָנטאָן אױף זיך אַ יוניפֿאָרם פֿון אַ מוזיקאַנט, און איך פֿלעג בעאָבאַכטען, ווי ער נעמט אַנטייל אין דעם אָרקעסטער. ווי פֿילע דייטשען, איז ער געווען אַ בריה אױף אַלץ, צו וואָס ער האָט זיך גענומען. אַלזאָ, איז ער געווען אַן אױסגעצייכענטער מוזיקאַנט. האָט אױסגעצייכענט געמאַכט די בעטען און געהאַלטען דעם גאַנצען צימער אונזערען אין אַן אױסגעצייכענטער אָרדנונג.

דעם הויפּט סטיוארד, אַ הויכען קרעפֿטיגען דייטש, געדענק איך הויפּטזעכליך ווײַל יעדעס מאָל, בײַם עסען, פֿלעגט ער אַרײַנקומען און אונז אַלעמען באַגריסען מיט דעם וואָרט „מאָהלצײַט!" אַזוי פֿלעגט ער געהן פֿון טיש צו טיש און מיט זײַן שײַנענדיג רויטען פּנים פֿלעגט ער בײַ יעדען טיש אַ שאָקעל טאָן מיט'ן קאָפּ און אױסרופֿען „מאָהלצײַט!"

די שיף האָט זיך אָפּגעשטעלט בײַ שערבורג, פֿראַנקרײַך. צום ברעג האָבען אונז צוגעפֿיהרט קלײנע שיפֿעלעך. אין פֿאַרבינדונג מיט דיזער קורצער רייזע צו דער פֿראַנצויזישער האפֿען-שטאָדט איז אין מײַן זכרון פֿאַרבליבען דאָס בילד פֿון דער באַריהמטער אָפּעראַ זינגערין מערי גאַרדען, וועלכע האָט זיך געפֿונען אױף דעמזעלבען שיפֿעל מיט אונז. זי איז באַריהמט געוואָרען אין דער אָפּעראַ „טאַיס", אין וועלכער זי האָט געשאַפֿען די הויפּט ראָלע אין פּאַריז. דאָס האָט איהר געגעבען איהר נאָמען. שפּעטער האָט זי געשפּילט אין ניו יאָרק. ווי דער שטייגער איז, האָט מען אױף אונזער רייזע איבער'ן ים דעם לעצטען אָוונט געגעבען אַ קאָנצערט, און מערי גאַרדען'ס אַנטייל איז געווען דער וויכטיגסטער נומער פֿון דער פּראָגראַם.

פֿון שערבורג האָט אַ צוג אונז געבראַכט קיין פּאַריז.

56מיר זײַנען אָנגעקומען בײַנאַכט. מיר האָבען גענומען אַ „פֿאַיעטאָן" און געהייסען זיך פֿיהרען צו אַ האָטעל. עס איז אָבער געווען אַ שווערע אונטערנעמונג. אַלע האָטעלען זײַנען יענע פֿאָר טעג געווען פֿאַרנומען. עפּעס איז פֿאָרגעקומען אַן אינטערנאַציאָנאַלער צוזאַמענפֿאָהר פֿון געוויסע געזעלשאַפֿטען, און די שטאָדט איז געווען פֿול מיט דעלעגאַטען פֿון פֿאַרשידענע לענדער. מיר זײַנען געווען אין פֿאַרצווייפֿלונג.

— פֿיהרט אונז אױף דעם פּלאַס דע לאַ סאָרבאָן, — האָב איך ענדליך געזאָגט דעם קוטשער.

דאָס איז דער סקווער, וואו איך בין אײַנגעשטאַנען מיט צוואַנציג יאָהר פֿריהער דעם לעצטען מאָל, ווען איך בין געווען נײַנצעהן יאָהר פֿריהער, דעם לעצטען מאָל, ווען איך בין געווען אין פֿראַנקרײַך. ער ליגט אין רעכטען מיטען פֿון דעם באַריהמטען לאַטינישען קוואַרטאַל, דער געגענד, וואו עס געפֿינט זיך דער אוניווערזיטעט, קינסטלער שולען און אַזוי הויך-שולען, דער געגענד פֿון געלערטע, סטודענטען און קינסטלער, וועגען וועלכען מען לייענט אין יעדען ראָמאַן, וואָס זײַן העלד אָדער העלדין באַזוכט פּאַריז. עס איז אַ היבשע שטיק פֿון דעם שטאָדט-צענטער, אױף דער אַנדערער זייט פֿון דעם טײַך סען, דאָרטען זײַנען פֿאַראַנען באָרדינג הײַזער, הײַזער פֿון מעבלירטע צימערען און קלײנע האָטעלכעלעך אָהן אַ צאָהל. איך האָב גערעכענט, אַז די דעלעגאַטען פֿון דעם צוזאַמענפֿאָהר האָבען זיך אַזוי ווײַט ניט פֿאַרקליבען. און אַזוי איז איז טאַקע געווען.

מיר האָבען געפֿונען אַ צימער אין אַ קלײנעם האָטעל, נעקסט צו דעם, וואו איך בין אײַנגעשטאַנען מיט נײַנצעהן יאָהר צוריק. דער נאָמען איז געווען „סעלעקט האָטעל", אַ קלײנע גאַסט הײַזעל, אָבער אַ נעטע און אַ באַקוועמע.

אױף מאָרגען אין דער פֿריה בין איך אַרויס אױפֿ'ן גאַס און באַקוקט די שטאָדט.

איך בין, אַלזאָ, ווידער אין פּאַריז! קײן זאַך האָט זיך אין די נײַנצעהן יאָהר ניט געענדערט.

אמת, אין די נײַנצעהן יאָהר זײַנען דאָרטען צוגעבויט געוואָרען אײניגע נײַע גאַסען, אָבער דאָס אַלץ איז געווען אין די ווײַטערע טײלען פֿון שטאָדט. דער צענטער פֿון פּאַריז, — אָט די57פּאַריז, וועלכע לעזער פֿון דער גאַנצער וועלט קעננען פֿון דער ליטעראַטור, — איז אַבסאָלוט ניט געביטען געוואָרען. איך בין אומגעגאַנגען איבערן שטאָדט מיט אַ געפֿיהל, אַזוי ווי איך וואָלט דאָ געווען נעכטען.

גראָד ווען דיזע שורות ווערען געשריבען, איז אַ שטיקעל סענסאַציע מיט אַ טעלעפֿאָן, וואָס מען האָט אײַנגעפֿיהרט צום ערשטען מאָל אין דעם הויכען געריכט פֿון פּאַריז (פּאַלעי דע-זשיסטיס). ערשט איצט האָט מען זיך ערלויבט דאָס צו טאָן. פֿריהער האָט מען דאָס געהאַלטען פֿאַר אַ חלול השם. די דאָזיגע אַלטע געבײַדע איז איצט כּמעט פּונקט ווי זי איז געוועזען אין דער צײַט פֿון דער פֿראַנצויזישער רעוואָלוציע און נאָך אַ סך פֿריהער. זי איז שרעקליך ענג און זעהר אונבאַקוועם. ווען אַן אַמעריקאַנער קומט אַרײַן אַהין, גלויבט זיך איהם פּשוט ניט, אַז דאָס זאָל זײַן די וויכטיגסטע געריכט-געבײַדע פֿון אַזאַ שטאָדט ווי פּאַריז. אָבער איהר אַלטקײט איז איהר היליגקייט, און אײַנפֿיהרען נײַע מאָדעס ווערט באַטראַכט ווי אַ פֿאַרשוועכונג פֿון דיזען היילינטום.

אױף דער גאַס, וואו עס געפֿינט זיך דער באַריהמטער האָטעל דע וויל (סיטי האָל, ראָט-האַוז), שטעהען געבײַדעס, וועלכע האָבען עד היום נאָך קײן פּלאַמבינג ניט. זײ זײַנען שטאַרק באַזעצט מיט מײַז. אָבער ענדערען זײ, אַרײַנברײַנגען „אימפּרואוומענטס" — דאָס פֿאַלט קײנעם ניט אײַן.

פֿאַר מיר אָבער איז דאָס גראָדע געווען ווילקאָמען. מיר איז ליב געווען די פּאַריז פֿון פֿאַר-נײַנצען-יאָהר, און זי האָב איך געפֿונען.

איך האָב זיך אַ לאָז געטאָן באַזוכען פֿאַרשידענע פּלעצער, מיט וועלכע איך בין געווען באַקאַנט, ווען איך האָב פֿאַרבראַכט אין פּאַריז אין 1891 און אין 1893: די באַריהמטע מוזעאומס, פֿאַרצײַטיגע קירכען, די באַריהמטע סקווערס, גאַסען און געסלעך: פּלעצער, וואו עס האָבען געוואואינט מײַנע אַמאָליגע פֿרײַנד. איך האָב אַלץ געפֿונען ניט געריהרט, אַזוי ווי די גאַנצע שטאָדט וואָלט געווען אַ מוזעאום.

אַ שעהנע, אינטערעסאַנטע שטאָדט.

58אײן ענדערונג האָב איך געפֿונען אין דעם אַלגעמיינעם אױסזעהן פֿון דער שטאָדט: אָטאָמאָבילם. אין דעם דריטען באַנד פֿון דיזע „בלעטער", אױף פֿידזש 343, ווערט דערמאָנט, אַז אױף מײַן באַזוך אין פּאַריז, אין 1893, האָב איך צום ערשטען מאָל אױף מײַן לעבען געזעהן אַן אָטאָמאָביל (אױף ענגליש האָט מען דאָס גערופֿען ניט מיט דעם נאָמען, נאָר „האָרסלעס קערידזשעס" — וועגען אָהן פֿערד). נאָר אײן אָטאָמאָביל האָב איך דאַן געזעהן. איצטער איז די שטאָדט געווען פֿול מיט אָטאָמאָבילען. און אין דעם אַלגעמיינעם אײַנדרוק, וואָס די וויכטיגע גאַסען האָבען אױף מיר געמאַכט, איז פֿון דעם אַרויסגעקומען אַ גרויסע ענדערונג.

דעם לעזער וועט פֿילייכט זײַן אינטערעסאַנט צו וויסען, אַז פּאַריז האָט דאַן (אין 1912) געהאַט מעהר אָטאָמאָבילם ווי ניו-יאָרק, — אַ סך מעהר. איצט קומט דאָס אױס קאָמיש, הגם הײַנט פֿעלט אין פּאַריז אױך קײן אָטאָמאָבילען ניט, און די שטאָדט האָט איצט אױך „טרעפֿיק פּראָבלעמס" (שוועריגקייטען מיט דעם פֿאַרקער).

די פּאַריזער גאַסען האָבען אױף מיר ווידער געמאַכט אַן אײַנדרוק מיט זייער ניט-אַמעריקאַנישער פֿיל-פֿאַרבינגקייט און בילדליכקייט. אַ סך האָבען דערצו בײַגעטראָגען די סאָלדאַטען און די אָפֿיצירען אױף די בולוואַרען, די מײַסטע פֿון זײ אין העל-רויטע הויזען און רויטע היטלען, קאָלירטע אָדער בליסטשענדע גילדערנע אָדער זילבערנע עפּאָלעטען.

בײַ די ציווילע קאַוואַלערען — האַלזטיכער פֿון אַלערליי קאָלירען און אַלערליי פֿאַסאָנען, אָזעלכע, וועלכע וואָלטען אין ניו יאָרק אַרויסגערופֿען אַ בליק פֿון איבעראַשונג און אַ שמייכעל פֿון שפּאָט. בערד, געשאַרען און צוגעפּוצט אױף די פֿאַרשידענסטע אַרטען; קאַפּעליושען פֿון אַלערליי פֿאָרמען, געטראָגען מיט אַלערליי מינים קאָקעטסטוואָס, און שטעקסענס אױך אױף אַזאַ שטייגער. יעדער מאַנסביל האָט מיט זײַן שטעקען געמאַכט אַ באַזונדערען אָנשטעל — אַזוי, ווייניגסטענס, האָט זיך דאָס מיר געדוכט.

אין אַמעריקא איז די אַלגעמיינע שטרעבונג אױסצומײַדען59פֿאַרשידענסקייט. אַלע מאַנסבילען טראָגען דעמזעלבען סאָרט קליידער, העטס, נעקטאַים, קראַגענס, אַזוי ווי זײ וואָלטען פֿינט געהאַט צוציהען צו זיך אױפֿמערקזאַמקײט. אַלע מעננער געהען אַזוי ווי אין אַ יוניפֿאָרם. די פֿראַנצויזישע מעננער זײַנען פּונקט פֿאַרקערט: יעדער זוכט אױסצוזעהן גאָר אַנדערש ווי די אַנדערע. ער וויל גראָד ציהען אױפֿמערקזאַמקײט צו זיך. איז דאָס אַ חטא? זײַנען די אַמעריקאַנער מעננער באַשיידענער, מאָראַלישער? אַזוי פֿלעגט מען אַמאָל מיינען אין אַמעריקא. אַמאָל, אָבער ניט הײַנט.

די פֿרויען פֿון פּאַריז האָבען געצויגען מײַן אױפֿמערקזאַמקײט מיט זייערע חן'עוודינע מינעס און האַוואַיעס מעהר ווי מיט זייערע פּנים'ער. און שטימען, אַקצענטען, אינטאָנאַציעס, ניגונים אין ריידען בײַ די פֿרויען זײַנען אױך געווען פֿול מיט חן. איהר קויפֿט אַ צייטונג בײַ אַן אַלטער, אָרים-געקליידעטער פֿעדלערקע, וואָס זיצט אין אַ צייטונגס-בײַדעל; איהר באַצאָהלט איהר אַ קופּערנע מטבע, און זי באַדאַנקט אײַך מיט „מערסי, מאָסיע!" (אַ דאַנק, מײַן הער!) מיט אַ ניגעלע, וועלכער קלינגט אײַך ווי צויבער-מוזיק.

דאָס אַלץ האָב איך באַמערקט אױף מײַנע וויזיטען אין פּאַריז מיט 19 און מיט 21 יאָהר צוריק. איצט אָבער האָט דאָס מיר אױסגעזעהן און געקלונגען נײַ, מיט אַ פֿרישען חן.

3
אַנטאָן גנאַטאָווסקי. — וולאַדימיר בורצעוו.

אײנער פֿון מײַנע אַלטע פֿרײַנד, וועלכע איך האָב באַזוכט אױף דיזען וויזיט מײַנעם, איז געווען מײַן יוגענד-חבר פֿון דעם ווילנער רעוואָלוציאָנערען „קרוזשאָק", דער פּאָליאַק אַנטאָן גנאַטאָווסקי (זעה ערשטען באַנד, פֿיידזשעם 390, 393 און 397, און דריטען באַנד, פֿיידזש 131), וועלכער האָט אין 1887 אַנטייל גענומען אין דער פֿאַרשווערונג צו טויטען אַלעקסאַנדער דעם דריטען, פֿאַר וועלכער מען האָט געהאַנגען אַ ברודער פֿון ניקאָלאַי לענין און נאָך פֿיר רעוואָלוציאָנערען. ער האָט חתונה60געהאַט מיט אַ אידישער פֿרוי, אַ דאָקטאָרין, און אַזוי ווי בײדע זײַנען געווען גוט באַקאַנט אין דער רוסישער קאָלאָניע פֿון פּאַריז, איז מיר לײַכט געווען צו דערגעהן זייער אַדרעס. איך בין אַרויפֿגעקומען צו זײ אין שטוב. איך האָב אַנטאָנ'ען געפֿונען.

איך האָב געוואָלט זעהן, צי ער וועט מיך דערקעננען. מיר פֿלעגען זיך זאָגען „דו", אָבער דיזען מאָל האָב איך צו איהם גערעדט, ווי צו אַ פֿרעמדען.

— איהר דערקעננט מיך? — האָב איך איהם געפֿרעגט.

ער האָט מיך באַקוקט, געגעבען אַ שמייכעל און אָנגעכאַפּט מיר פֿאַר בײדע הענט.

— קאַגאַן! — האָט ער אױסגערופֿען, מיט דער רוסישער אױסשפּראַך נאַטירליך.

אױפֿ'ן אױסזעהן האָט ער זיך שטאַרק געענדערט. איך בין אָבער צו איהם באַלד צוגעוואואינט געוואָרען.

אַ סך וואַסער האָט אין די נײַנצען יאָהר אַריבערגעשטראָמט. מיר האָבען גערעדט וועגען געמיינשאַפֿטליכע באַקאַנטע, וועגען פֿאַרשידענע פּאַסירונגען.

עס האָבען ווידער אױפֿגעלעבט אין מײַן זכרון די שטונדען, וואָס מיר האָבען פֿאַרבראַכט צוזאַמען אין פּאַריז, אױף מײַן צווייטען באַזוך דאָרטען, אין 1893. אָבער נאָך לעבעדיגער זײַנען איצטער פֿאַר מיר פֿאָרגעקומען יענע סצענעס אין ווילנא, אין וולאַדימיר סאָקאָלאָוו'ס הויז, וואו אַנטאָן האָט געוואואינט, און וואו איך האָב זיך געטראָפֿען מיט קריסטליכע סאָציאַליסטען, אָפֿיצירען און ציווילנע, די ערשטע טעג, ווען איך בין באַקערט געוואָרען צום סאָציאַליזם, ווען מײַן יונגע נשמה האָט דורכגעלעבט אַזוי פֿיל וואָס איז געווען נײַ און פֿול מיט הימלישער טרעוואָגע.

גנאַטאָווסקי איז איצט געווען אַ פֿאָטער פֿון אַ פֿאַמיליע, זעהר צוגעבונדען צו די קינדער.

אפֿילו ווען ער איז נאָך געווען אַ יאָהר אַכצען אָדער צוואַנציג, האָב איך איהם געהאַלטען פֿאַר אַ קלוגען. אין די נײַנצען61יאָהר איז ער אַ סך ענטוויקעלט געוואָרען. דער געשפּרעך מיט איהם איז מיר געווען זעהר אינטערעסאַנט.

∗ ∗ ∗

אין פּאַריז האָט דאַן געוואוינט דער באַרימטער וולאַדימיר בורצעוו, מיט וועלכען איך בין באַקאַנט געוואָרען אין די אַלטע יאָהרען, און מיט וועלכען איך האָב זיך אויך געזעהן אין ניו יאָרק, וואו ער איז געוועןאויף אַ באַזוך מיט אַ פּאָר יאָהר פאַר מיין איצטיגען וויזיט אין אייראָפּא. זיין קוואַרטיר איז געווען אין דעם פּאַריזער אַרבייטער קוואַרטאַל. איך האָב איהם באַזוכט, און מיר האָבען פאַרבראַכט עטליכע שטונדען צוזאַמען. דאָס איז אַן עכטער רום פון אַ שעהנעם טיפ. מעגט איהר מיט איהם זיין איינפאַרשטאַנען אָדער ניט איינפאַרשטאַנען, — רעספּעקט צו איהם מוזט איהר האָבען.

4
איך ווער באקאנט מיט זשאן זשאָרעס׳ען. — זיין אנטי-מאַרקסיזם.
זשאַן זשאָרעס
זשאַן זשאָרעס
(בילד-בלאַט; אין אָריגינאַל לעבן ז׳ 64)

אויף דיזען וויזיט מיינעם אין פּאַריז בין איך באַקאַנט געוואָרען מיט זשאן זשאָרעס׳ען, דער פיהרער פון די פראנצויזישע סאָציאַליסטען און דער גרעסטער רעדנער אין פראנקרייך פון זיין צייט. דיזע באַקאַנטשאַפט איז פאַר מיר געווען אַ וויכטיגע ערפאהרונג. איך האָב זיך מיט איהם געזעהן צוויי מאָל — איין מאָל אין דעם שאַמבער דע דעפּיוטעי (דער פראנצויזישער פּאַרלאַמענט), און אַ צווייטען מאָל ביי איהם צו הויז.

אין פּאַרלאַמענט, וואו ער איז געווען דער פיהרער פון דער סאָציאַליסטישער פראַקציע, האָב איך זיך מיט איהם געזעהן אין אַ שבת נאָכמיטאָג (דעם 5טען יוני). איך בין אהין געקומען מיט אַ דאָפּעלטען צוועק: באָאָבאַכטען אַ זיצונג פון דעם פראנצויזישען פּאַרלאַמענט און צו זעהן זיך מיט זשאָרעס׳ען.

דער פראנצויזישער פּאַרלאַמענט איז איינע פון די שענסטע און איינדרוקספולסטע געביידעם אין פּאַריז, און ער שטעהט אין אַ באַריהמטען פּלאַץ. ער געפינט זיך ביי איינעם פון די בריקען,62וואָס שפּאַנען אַריבער דעם טייך סעין. אויף דער אַנדערער זייט פון דעם בריק געהט דער גרויסער סקווער פּלאַס דע לאַ קאָנקאָרד, וואו אין דער צייט פון דער פראנצויזישער רעוואָלוציע אין געשטאַנען די גיליאָטינע. דאָ האָט מען דאָס אין יאָהר 1793 געקעפּט דעם קעניג לואי דעם 16טען.

אין דעם שאַמבער דע דעפּיוטעי איז דאַן פאַרגעקומען אַ וויכטיגע דעבאַטע איבער דעם יקרות אויף וויין, און זשאָרעס איז געווען דער אָנפיהרער פון דעם קאַמף, וועלכען די סאָציאַליסטען האָבען דאַן אָרגאַניזירט געגען דער רעגירונג.

ער האָט מיך אויפגענומען אין דעם גרויסען פאָדער-זאַל פון דעם שאַמבער. ער האָט אָבער געמוזט גלייך לויפען צוריק אינעווייניג אין פּאַרלאַמענט. אלזאָ, האָט ער מיך פריהער באַזאָרגט מיט אַ פּלאַץ אויבען, אין דער גאַלעריע. פון דאָרטען האָב איך דערנאָך געהערט זיין באַרימטע לייבען-שטימע, בשעת ער האָט געהאַלטען זיין רעדע.

די סאָציאַליסטען האָבען דאַן געהאַט פינף-און-זיבעציג דעפּוטאַטען, און ער איז געווען זייער פיהרער.

איך וווייס ניט וואָרום, נאָר לויט זיינע בילדער פלעג איך איהם אימער זיך פאָרשטעלען פאַר אַ מאַן מיט אַ קאַלטען, שטרענגען געזיכט. אין דער אמת׳ן האָב איך געפונען, אז זיין פּנים איז פול מיט לעבען. ער האָט אויסגעזעהן עלטער, ווי איך האָב זיך איהם געשילדערט, און מיט די עטליכע ווערטער, וואָס ער האָט גערעדט מיט מיר (אויף אַ זעהר געמאַטערטען ענגליש), אזוי גוט ווי מיט דער רעדע, וואָס ער האָט געהאַלטען פון דער פּלאַטפאָרמע, האָט ער געמאַכט אַן איינדרוק פון אַ מאַן פול מיט פייער און ענערגיע.

בשעת ער האָט מיך באַזאָרגט מיט דעם פּלאַץ אין דער גאַלעריע, פון וואַנען איך זאָל קאָנען זעהן און הערען די דעפּוטאַטען, האָט ער מיך איינגעלאַדען צו קומען צו איהם מאָרגען אין דער פריה.

ער האָט געוואוינט אין דעם קוואַרטאַל, וועלכער הייסט פּאַסי. זיין קאַבינעט איז געווען בוכשטעבליך אָנגעפּאַקט מיט ביכער. ווי באַקאַנט, איז ער פריהער געוועזען אַ פּראָפעסאָר63פון פילאָזאָפיע אין דעם אוניווערזיטעט פון טולוז, און אַ גרויסע צאָל פון די ביכער, וואָס איך האָב באַמערקט אויף זיינע פּאָליצעס, זיינען געווען איבער דיזען געגענשטאַנד.

ער האָט דאַן געהאַלטען אין אַרבייטען אויף זיין באַרימטער געשיכטע פון דער פראַנצויזישער רעוואָלוציע, פון וועלכער איינינג בענדער זיינען שוין דאַן געווען ערשינען.

דער שמועס איז אונז ניט אָנגעקומען לייכט. ער האָט גערעדט אַ דייטש, אי ענגליש, אָבער אויף ביידע שפּראַכען איז ער געווען אַ סך מעהר ברה׳ה ביים לעזען ווי אין רעדען. צווישען זיינע ביכער האָב איך באַמערקט אַ סך ווערק אויף דייטש און אויף ענגליש. ער האָט זיי געלעזען פריי. אָבער רעדען אויף די שפּראַכען האָט ער גערעדט מיט גרויסע שווערינקייטען. מיט מיין פראַנצויזיש איז געווען דאַטשעלביג, ווי מיט זיין ענגליש אָדער דייטש, פיליכט נאָך אביסעל ערגער. מיר האָבען זיך אָבער ווי עס איז דורכגעטאָלקעוועט. אידען זיינען ניט די איינ-ציגע, וואָס קענען זיך אין אַ געשפּרעך אויסהעלפען מיט די הענט און מיט די אויגען. די פראַנצויזען זיינען אויך קינסטלער אויף דעם, הגם אויף אַן אַנדער שטייגער. דערצו האָבען זיי נאָך אַ דריטען אינסטרומענט דערביי — די פּלייצעס.

אזוי ווי לעזען פראַנצויזיש איז מיר אַ סך לייכטער ווי ריידען, פלעגט ער פון צייט צו צייט אויפשרייבען זיין געדאַנק אויף זיין מוטער-שפּראַך. און ענגליכעם פלעג איך טאָן. קורץ: מיר האָבען זיך אזוי איינגעטריט, אז דער צוויטער העלפט פון אונזער געשפּרעך איז געגאַנגען לייכטער, הגם אין איינינג מאָ-מענטען בין איך פאָרט ניט געווען זיכער, אז מיר ריידען זיך צונויף.

ווענען דער וויץ פראַגע האָט ער מיר געזאָגט דאָס פאָל-גענדע:

„מיר סאָציאַליסטען שטעלען אַלס אונזער ערשטע פאָדע-רונג, אז דעם גאַנצען אריינפיהר פון תבואה זאָל די רעגי-רונג איבערנעמען אין איהרע הענט אַלס אַ געזעלשאַפטס-מאָנאָ-פּאָל, לויט דעם סאָציאַליסטישען געדאַנק.

„ערווערטען, אז מיר זאָלען דאָס קאָנען פאַרווירקליכען איז64פאַרלויפיג ניטאָ קיין האָפנונג. דעריבער שטעלען מיר אַלס אונ-זער נעקסטע פאָדערונג, אז מען זאָל אָפּשאַפען דעם טאַריף אויף וויין. מיר זיינען ניט קיין „פרי טריידערס", אָבער דער פּרייז פון וויין, דאָס הייסט, פון ברויט, איז איצט אין פראַנקרייך שרעקליך הויך, און די אַרבייטער מאַסען ליידען דערפון. אלזאָ, פאַרערען מיר, אז די אָפּשאַפלונג אויף אימפּאָרטירטע וויין זאָל אָפּגעשאַפט ווערען".

איך האָב דאַן ביי איהם געפרעגט וועגען די סינדיקאַליסטען, די ראַדיקאַלע יוניאָן-לייט, וועלכע האָבען דאַן שטאַרק באַקעמפט די סאָציאַליסטישע יוניאַנס. דאַן, און נאָך מעהר אביסעל פריהער, האָבען סינדיקאַליסטען געפרעדיגט דעם סאַבאָטאַזש, דאָס הייסט, אז אַרבייטער זאָלען די פאַבריקאַנטען אַנטאָן שטערונגען און שאָדען, קאַליע מאַכען געצייג, רואינירען די וואַרע, א. אז. וו. די סאָציאַליסטען האָבען געקעמפּט געגען דיזע מיטלען. אלזאָ, האָב איך איהם געפרעגט וועגען דיזען ענין.

אויף דעם האָט ער געזאָגט דאָס פאָלגענדע:

„דאָס איז ניט אזוי געפעהרליך, ווי איהר מיינט. פריהער פלעגען מיר ווירקליך האָבען גרויסע צוזאַמענשטויסען מיט זיי. דאָס איז שוין אָבער פיל אָפּגעשוואַכט געוואָרען. אונזער פאַר-עלטעניסטען זיינען אַ סך בעסער. איהר ווייסט דאָך, וואָרשיינ-ליך, אַ מיר זיינען איצטער אין פראַנקרייך שוין אַ פאַראייניגטע סאָציאַליסטישע פּאַרטיי. פריהער זיינען געווען עטליכע סאָציאַ-ליסטישע גרופּען. אונזער פאַר-עלטעניסטען זיינען אַ סך צוזאַמען. איך וויל בלויז צוגעבען, אז דער גייסט פון סאָלידאַריטעט און איינינקייט איז איצט ביי אונז ניט בלויז אויפ׳ן פּאַפּיר, נאָר אין דער ווירקליכקייט".

ווענען דעם סאַבאָטאַזש האָט ער מיר געזאָגט אָט וואָס:

„דאָ ניט לאַנג איז פאַרגעקומען אַ קאָנגרעס פון אונזערע בוי-אַרבייטער. האָט דיזער קאָנגרעס אנערקענט אַלס פּרינציפ, אז די אַרבייטער מוזען טאָן זייער אַרבייט ערליך און געוויסען-האַפט; אז אזוי פאָדערט די זעלבסט-ווירדע פון דעם אַרביי-טער קלאַס. דאָס איז פונקט דער געגענזאַץ פון סאַבאָטאַזש, און דער באַשלוס צייגט, אז די פראַנצויזישע אַרבייטער פאָרשטעהען,65אז זייער זיג וועט קומען דורך זייער פאַראייניגטע מאַכט, אז צו געהן מיט אונווירדיגע מיטלען איז געגען זייער ווירדע. די אַרבייטער זיינען צו גרויס אין זייער קראַפט און אין זייער היסטאָרישער ראָלע, אז זיי זאָלען זיך באַנוצען מיט אזאַ מיטעל, ווי סאַבאָטאַזש. אין גרונט גענומען, האָט דער סאַבאָטאַזש קיין אמת׳ע באַדייטונג קיינמאָל ניט געהאַט. אין אַ סטרייק טרעפט אמאָל, אז דער אָדער יענער אַרבייטער באַנוצט זיך מיט דעם. דאָס איז אָבער אַן אינדיוידועלער פאַל, עס האָט ניט קיין שייכות צו דער באַוועגונג".

איך האָב מיט איהם גערעדט וועגען זיין אנטי-מאַרקסיזם, האָט ער וועגען קאַרל מאַרקס׳ען געמאַכט זעהר פריינדליכע און זאָגאַר באַגייסטערטע באַמערקונגען; ער האָט אָבער געזאָגט, אז די מאַרקסיסטישע טעאָריע איז צו „טעאָרעטיש". ער האָט דאָס ערקלערט אויף אַ שטייגער, וועלכער איז מיר געווען אומגעהייער אינטערעסאַנט. ער האָט געזאָגט דאָס פאָלגענדע:

„דער פאָרגאַנג פון דער מענשהייט דאַרף ניט צוטיילט ווערען אזוי, אז יעדער פּעריאָד זאָל זיין ענג און שטרענג פאַר-בונדען מיט אַ באַשטימטען קלאַס. עס איז נאַטירליך אַ היס-טאָרישער פאַקט, אז דער אַרבייטער קלאַס פיהרט אַן זיין קאַמף געגען דעם קאַפּיטאַליסטישען קלאַס. לויט מאַרקס׳עס טעאָרע-טישע סיסטעם אָבער קומט אויס, אז דער גאַנצער פאָרטשריט פון דער מענשהייט ווערט צוטיילט אויף דייטליך אָפּגעזונדערטע טיילען, אזוי אז יעדער טייל איז פאַרבונדען מיט דער צייט, ווען עס האָט געהערשט דער אָדער יענער קלאַס.

„לויט מיין מיינונג, איז דאָס אַ צו ענגער בליק. מיר סאָ-ציאַליסטען דאַרפען זיין בריטער. גרענעצען קענען אזוי שטרענג ניט געמאַכט ווערען. די מענשהייט אַלס אַ גאַנצע האָט אויפגענומען און טוט אויף קאַלאָסאַלע זאַכען, גאַנץ אָפּגעזעהן פון דעם קלאַסען קאַמף. דער מענשליכער פאָרגאַנג געהערט צו דער מענשהייט אין אַלגעמיין. מיר, סאָציאַליסטען, קעמפען פאַר דעם אַרבייטער, און דיזער קאַמף פיהרט ווייטער אויפ׳ן וועג צו פּראָ-גרעס. אָבער ווען אַ געלערטער אַרבייט ביי זיין וויסענשאַפט, און ער האָט מיט דעם אַרבייטער קלאַס קיין פאַרבינדונג ניט66הייסט עס דען, אז ער געהערט ניט צו דעם פּראָגרעס? און ווען אַ קאַפּיטאַליסט טוט אַ גרויסע, שעהנע זאַך, אָדער ווען מיט זיין אַקטיווער הילף ווערט געמאַכט אַ גרויסע וויכטיגע וויסענשאַפט-ליכע ענטדעקונג אָדער טעכנישע פאַרבעסערונג, הייסט עס דען ניט, אז ער העלפט דעם פּראָגרעס?

„אזוי זאָגען הייסט זיין פאַרבלענדעט פון פאַנאַטיזם", האָט זשאָרעס ערקלערט.

ער האָט גערעדט מיט באַגייסטערונג וועגען דעם פּראָגרעס אין אַלגעמיין און וועגען דעם בייטראַג, וואָס די סאָציאַליזם מאַכט צו איהם. איבערהויפט האָט ער זיך אויסגעשפּראָבען מיט אַ וואַרעמער טאָלעראַנץ, און דאָס האָט געמאַכט אַ שטאַר-קען איינדרוק אויף מיר, וואָרים טאָלעראַנץ האָב איך געפרעדיגט אין „פאָרווערטס" פון דעם ערשטען טאָג אָן, און ווען איך האָב זיך צו איהם אומגעקעהרט אין יאָהר 1902.

ער האָט זיך אויסגעדריקט אַלס אַ באַגייסטערטער סאָציאַ-ליסט וועגען דער געגענוואַרט און וועגען דער צוקונפט, אָבער ניט אויף דעם זעלבען שטייגער, ווי עס פלעגען רעדען אַלע אַנדערע סאָציאַליסטען מיט וועלכע איך בין געווען געוואוינט צו שמועסען צי אין אַמעריקא צי אין אייראָפּא. עפּעס אַנדערש, און די דאָזיגע אַנדערשקייט האָט צו מיר שטאַרק געפעלירט. איך האָב געפיהלט אז טיף אין האַרצען לינט ביי מיר אזא סאָרט סאָציאַליזם ווי זיינער.

איך האָב פאַרצייכענט וואָס ער האָט געזאָגט. עס האָט פאַרנומען ביי מיר שעהנע עטליכע בלעטלעך. און איך האָב דאָס אַלץ דערנאָך איינגעשלאָסען אין אַ קאָרעספּאָנדענץ צום „פאָרווערטס". איך האָב זיך אָבער דערנאָך אָרומגעזעהן, אז דאָס צו דרוקען וואָלט ניט געווען ראַטזאַם. עס וואָלט געקלונ-גען אנטי-מאַרקסיסטיש. אין יענע צייטען איז מען נאָך צו אזעל-כע געדאַנקען אין אונזער באַוועגונג ניט געווען צוגעוואוינט. איך האָב מורא געהאַט, אז די דיזער טייל פון מיין בריף וועט ניט ריכטיג אויסגעטייטשט ווערען. אלזאָ, האָב איך דאָס אַלץ פון דעם בריף אַרויסגענומען. מען האָט מיר סיי ווי סיי גערופען אפּי67קורס פאַר דער אַרט, ווי אזוי איך האָב געפיהרט דעם „פאָר-ווערטס".

ביי מיר אין מוח האָבען זיך שוין געפלאָנטערט געוויסע „אפּיקורסישע" געדאַנקען וועגען דער סאָציאַליסטישער טעאָריע אויך. אָבער טאַקע ניט מעהר ווי געפלאָנטערט. אין מיין גע-שפּרעך מיט זשאָרעס׳ען האָבען די דאָזיגע אונדייטליכע געדאַנ-קען געפונען אַ קוואַל פון ערמוטיגונג. זיינע רייד האָבען מיך שטאַרק פאַראינטערעסירט.

ווי מיר וועלען באַלד זעהן, האָב איך עטליכע וואָכען שפּע-טער, אין בערלין, נעהאַט ערפאהרונגען, וועלכע האָבען אויף מיר געווירקט אין דער זעלבער ריכטונג ווי זשאָרעס׳עס רייד, נאָר דייטליכער און שטאַרקער. דיזער רייע מיינע אין אייראָפּא אין יאָהר 1912 איז באַשערט געווען צו האָבען אַ וויכטיגען איינפלוס אויף מיין געדאַנקען גאַנג.

מיר האָבען אויך געשמועסט וועגען רוזוועלט׳ן און וועגען די איבעראַשענדע ענדערונגען, וואָס קומען פאָר אין דעם עקאָ-נאָמישען לעבען פון די פאַראייניגטע שטאַטען. מיר האָבען גערעדט וועגען די אַמעריקאַנער טראָסטס און אויך וועגען דער אַמעריקאַנער סאָציאַליסטישער באַוועגונג.

איך האָב זיך באַנוצט מיט דער געלעגענהייט צו פרעגען איהם, וואָס פאַר אַ מיינונג ער האָט וועגען דרייפוס׳ן (אין דעם קאַמף פאַר דרייפוס׳ן האָט זשאָרעס געשפילט אַ גרויסע ראָלע. עס זיינען געווען סאָציאַליסטען, וועלכע האָבען געהאַלטען פיינדליך צו דרייפוס׳ען. וויינינגסטענס, האָבען זיי ניט געוואָלט אונטיל נעמען אין דעם קאַמף פאַר איהם. זשאָרעס אָבער איז געווען איינער פון יענע סאָציאַליסטישע פיהרער, וואָס זיינען אָפּען אַרויסגעטראָטען געגען די שונאים פון דרייפוס׳ען און טע-טיג געאַרבייט, אז דיזער מאַרטירער זאָל באַפרייט ווערען. אין 1912, ווען איך האָב באַזוכט זשאָרעס׳ען, איז שוין דרייפוס לאַנג געווען פריי).

— דרייפוס איז אַ זעהר עהרליכער און סימפּאַטישער מענש, — האָט ער געזאָגט. — ער איז ניט קיין סאָציאַליסט, ער איז68אָבער אַ מאַן מיט אַ ברייטען בליק. מיר טרעפען זיך זעהר אָפט, און ער געפעלט מיר זעהר אַלס מענש. וואָס אָנבאַטרעפט דעם קאַמף פאַר איהם, האָבען מיר דאָך געהאַט אזא פּאָלשטענ-דיגען זיג. דאָס איז געווען אַ גרויסער זיג געגען דער פינס-טערער מאַכט פון די קלעריקאַלען, אַ זיג פאַר ליכט און פּאָרט-שריט.

איך האָב ניט געוואָלט אַוועקפאָהרען פון פּאַריז, און וואו איך וועל זיך ניט זעהן מיט דעם מאַרטירער אַליין. אלזאָ, האָט זשאָ-רעס מיר געגעבען אַ וואַרעמען בריף צו איהם. איך האָב דריי-פוס׳ען באַזוכט מיט אַ פּאָר טעג שפּעטער.

5
איך באַזוך קאַפּיטאַן דרייפוס. (דאַן שוין אַ פּאָלקאָווניק).
אַלפֿרעד דרייפֿוס (מיט אַן אונטערשריפֿט „à Mr Ab. Cahan, Alfred Dreyfus
אַלפֿרעד דרייפֿוס (מיט אַן אונטערשריפֿט „à Mr Ab. Cahan, Alfred Dreyfus")
(בילד-בלאַט; אין אָריגינאַל לעבן ז׳ 72)

איינער פון די שענסטע ווינקעלעך אין פּאַריז איז דער גע-גענד אַרום פּאַרק מאָנסאָ. גלייך לעבען דיזען פּאַרק געפינט זיך אַ קורצינקע געסעלע, רי לאַשעלבאַק. און אין נומער פינף פון דיזער געסעלע, בלויז עטליכע טריט פון דעם פּרעכטיגען פּאַרק, האָט דאַן געוואוינט אַלפרעד דרייפוס, דער באַריהמטער מאַרטי-רער פון טייפעלס-אינזעל, דער געוועזענער קאַפּיטאַן דרייפוס, פאַר וועלכען עס האָט געבלוטעט יעדע אידישע האַרץ און יעדע אמת מענשליכע האַרץ, צי אַ אידישע, צי ניט קיין אידישע.

אין דער צייט, ווען די צייטונגען פון דער גאַנצער וועלט זיי-נען טאָג-טעגליך געווען פול מיט דער דרייפוס געשיכטע, האָבען די לעזער באַקומען דעם איינדרוק, אז דרייפוס באַלאַנגט צו אַי-נער פון די רייכסטע אידישע פאַמיליעס אין פּאַריז. איך האָב, אלזאָ, ערוואַרטעט צו געפינען אַ הויז פון אַ מיליאָנער, און דיזע ערוואַרטונג איז אויך ניט פאַרווירקליכט געוואָרען. דרייפוס האָט גע-וואוינט ווי אַ וואָהלהאַבענדער באַלעבאָס, אָבער ניט ווי אַ מי-ליאָנער. זיין דירה איז געווען אויפ׳ן צווייטען עטאַזש.

די קאָרעספּאָנדענץ, וואָס איך האָב דערנאָך געשריבען צום „פאָרווערטס" (זי איז ערשינען דעם 25טען יוני, 1912), האָט צווישען אַנדערעם ענטהאַלטען דאָס פאָלגענדע:

69„די גאַנץ יונגע לעזער פון „פאָרווערטס", די וואָס האָבען וועגען דער דרייפוס טראַגעדיע בלויז געהערט, וועלען מיך אפשר ניט פאַרשטעהן. אָבער די, וואָס זיינען מיט דרייצען-פופצען יאָהר צוריק שוין געווען אימשטאַנד צו וויסען און פאַרשטעהן, וואָס עס טוט זיך אויף דער וועלט, יענע וועלען זיך דייטליך פאָרשטעלען די מאָמענטען. וואָס איך האָב דורכגעלעבט יענעם מאָרגען אין פּאַריז, ווען איך בין געפאָהרען זיך זעהן מיט דריי-פוס׳ען.

„איך בין אהין אָנגעקומען אביסעל צו פריה. האָב איך אַ האַלבע שעה פאַרבראַכט אין דעם הערליכען דערביייאיגען מאָנסאַ פּאַרק. עס איז געווען אַ שעהנער מאָרגען נאָך אַ רעגען. דער פּאַרק איז געווען אזוי ווי אָנגעגאַסען מיט גאָלדענע זונען שטראַ-לען. די בוימער, די גראָז און די בלומען, באַפרישט פון דעם רעגען, האָבען געלעסטשעט די אויגען מיט וויכע קאָלירען. עס האָט געשמעקט מיט זומער.

„פּונקט צעהן אוהר בין איך אריינגעקומען צו דרייפוס׳ען, און ער האָט מיך זעהר פריינדליך אויפגענומען אין זיין קאַבי-נעט.

„דער ערשטער בליק אויף איהם האָט מיך איבעראַרשט. מיר זיינען אַלע צוגעוואוינט צו יענע פאָרטרעטען זיינע, וועלכע זיינען פאַטאָגראַפירט געוואָרען מיט אַ יאָהר 18 אָדער 20 צוריק, ווען ער איז נאָך געווען אַ יונגערמאַן, — דער מאַרטירער, קאַפּיטאַן דריי-פוס. ער איז איצט שוין איינגאַנצען גרוי, און דער אָנבליק איז ניט שטאַרק ענליך צו דעם דרייפוס, וואָס איך האָב פריהער גע-האַט אין געדאַנק. אין אַלגעמיין אָבער האָב איך באַלד דער-קענט איהם אַ פיגור, אי די פּנים.

„ער איז אַ דאַרליכער, נעטער, אַרומגעראַזירטער מאַן פון איבער 50 יאָהר, מיט קורץ-אָרומגע-שוירענע זילבער-גרויע האָר און זילבער-גרויע וואָנצעם. קיין מי-ליטערישע קליידער טראָגט ער שוין ניט. ער איז דאָך שוין לאַנג אַרויס פון דער דינסט, — מיט אַ העכערען ראַנג, ווי ער האָט געהאַט פריהער.

„איך האָב פיל מאָל געלעזען באַשרייבונגען פון זיין פּאַר-צאָן, אין וועלכע ער איז פאָרגעשטעלט געווען אַלס אַ קאַלטער70מענש, וואָס רעדט געצעהלטע ווערטער, און האַלט זיך אימער פאַר זיך. די אנטיסעמיטישע אָפּצייערען האָבען געזאָגט, אז מיט זיין קאַלטקייט און צוריקגעהאַלטענקייט האָט ער זיי פון זיך אָפּ-געשטויסען. אז דאָס אַלץ איז ניט אמת, איז געווען איינער פון די ערשטע פערזענליכע איינדריקע, וואָס איך האָב פון איהם באַ-קומען. ער האָט גערעדט ניט 'געצעהלטע ווערטער', און געהאַל-טען זיך ניט פאַר זיך, ווי אַ צוריקגעצויגענער, נאָר פּונקט פאַר-קערט. מיט אַן אָנגענעמען, כמעט קינדערשען שמייכעל האָט ער גערעדט, און די ווערטער זיינען ביי איהם געפלאָסען פריי, מיט אַ וואַרימער לעבהאַפטיגקייט, אָהן אַ שפּור פון צוריקגעהאַלטענקייט. ער האָט גערעדט מיט אינטערעס און ניט וואָרטענדיג אויף פראַ-גען. ער האָט אַליין פילע פראַגען געשטעלט וועגען אַמעריקא, געמאַכט פאַרשידענע באַמערקונגען, אביסעל צוגעשפּאַסט, און אין אַלגעמיין געמאַכט דעם איינדרוק פון אַ אָנגענעמען מיט-שמועסער, וועלכער האָט ליב צו שמועסען און רעדט פון האַרצען, ניט מעסטענדיג און ניט וועגענדיג זיינע רייד. (אויב עס איז אמת, אז ער איז געווען צוריקגעהאַלטען מיט יענע אָפּצייערען, הייסט עס פּשוט, אז זיי האָבען זיך פאָרהאַלטען אַנטיסעמיטיש, פיינדליך צו איהם).

„איך האָב איהם געפרעגט, אויב ער רעדט ענגליש, און ער האָט געענטפּערט, אז ער לעזט ענגליש לייכט, אָבער ריידען איז איהם שווער. איך האָב געפרואוט זיך באַגעהן מיט מיין טרו-עריגען פראַנצויזיש, אָבער מיט דעם האָבען מיר קיין גרויס פאָרטשריט ניט געקענט מאַכען. אלזאָ, האָבען מיר ענדליך גע-מאַכט אַ פשרה אויף דייטש — אַ שפּראַך, וועלכע דרייפוס רעדט אויך ניט אזוי לייכט, אָבער דאָך פליסיג גענוג און גוט. מיין „פאַרדייטשמערישטען" ליטוווישען אידיש ווידער האָט ער לייכט פאַרשטאַנען. אָפט פלעגט ער אריינוואַרפען אַ פראַנצויזישען וואָרט (קעסטיאָן", צום ביישפּיל, אנשטאַט פראַגע). אָפט פלעג איך זיך באַנוצען מיט אַן אַלגעמיין באַקאַנטען ענגלישען וואָרט. אָפט ווידער פלעג איך אַ וואָרט אויפשרייבען אויף פּאַפּיר, און אזוי האָבען מיר זיך פאַרשטאַנען פּאַלשטענדיג. דער שמועס איז געגאַנגען פלינקער, ווי מיט זשאָרעס׳ען.

71„אויף מיין פראַגע, וואָס ער מאַכט און געזונט, האָט ער גע-זאָגט:

„— זעהר גוט. איך בין איינגאַנצען געזונט געוואָרען. פון די סליאַדען וואָס זיינען אויף מיין קערפּער איבערגעבליבען פון יענע שרעקליכע יאָהרען. בין איך שוין איינגאַנצען אויסגעהיילט.

„מיר האָבען גערעדט וועגען יענע שרעקליכע יאָהרען. איך האָב איהם פאָרגעשטעלט, מיט וואָס פאַר אַ קלאַפּפענדער האַרץ יעדער לעזער פון „פאָרווערטס" און פילע מיליאָנען אנדערע איינ-וואוינער פון אַמעריקא האָבען דאַן וועגען דער געשיכטע געלייענט אין די צייטונגען, ווי מיר האָבען געליטען זיינע ליידען. אויף דעם האָט ער געענטפּערט אביסעל פאַרשעמט:

„— דאָס איז מיר, נאַטירליך, אימער אַנגענעהם צו הערען. עס איז דאָך אָבער ניט געווען מיין פערזענליכע זאַך. איך, אַלס פערזאָן, בין דאָך בלויז געווען אַ צופאַל. די גאַנצע דראַמע איז געווען אַן אַלגעמיין געזעלשאַפטליכע, און אונזער זיג האָט גע-בראַכט גרויסע נוצען. די פרוכט פון דעם קאַמף איז באַשטאַנען אין דעם, וואָס די רעגירונג פון פראַנקרייך איז אָפּגעטיילט גע-וואָרען פון דער קירכע. די פראַנצויזישע רעגירונג האָט זיך ענדליך אָפּגעזונדערט פון דעם קאַטאָליציזם, אלס און אָפּיציעלע שוועסטער מאַכט. דאָס איז אַן ערפרעהענדער, וויכטיגער פאָר-ווערטס שריט, און דאָס איז דער רעזולטאַט פון יענעם שרעק-ליכען קאַמף אונזערען.

„— און ווי איז מיט דעם פראַנצויזישען אנטיסעמיטיזם היינט? — האָב איך געפרעגט.

„— אין אַנדערער לענדער איז עם יעדענפאַלס פיל ערגער, — האָט ער געענטפּערט, — כל זמן פראַנקרייך איז אַ רעפּוב-ליק, קען דער אנטיסעמיטיזם דאָ ווייט ניט געהן. וועמען אַרט דאָס וואָס די אַריסטאָקראַטיע ווייכט פון אידען? איך האָב עס מיט די „הויכע חברה", מיט די 'פיר הונדערט', ווי מען רופט דאָס ביי אייך אין ניו יאָרק, קיין מאָל ניט געזוכט זיך צו חבר׳ן... איך דאַרף זיי ניט און זיי אינטערעסירען מיך ניט. און ווייטער, זיי-נען דאָך אין פראַנקרייך פאַראָן גענוג אָרענטליכע מענשען, וואָס72זיינען גרייט צו קעמפען פאַר גערעכטיגקייט און אנשטענדיגקייט. און דיזער צד האָט געזיגט.

„איך האָב געגעבען אָנצוהערעניש אויף די אונאנגענעהמ-ליכקייטען, וואָס אנטיסעמיטען האָבען אַ פּאָר מאָל איהם פאַר-שאַפט אויפ׳ן גאַס, ווען; ער איז שוין געווען פריי. אויף דעם האָט ער געזאָגט:

„— אַ, דאָס איז שוין אויך לאַנג פאַראיבער! קיינער שטערט מיר מעהר ניט. איך זעה מעהר ניט דעם קלענסטען סימן פון אן אונאנגענעמען געפיהל. איך זעה אומעטום, באַווייז זיך אומעטום, ווי יעדער אנדערער בירגער. ניין, קיינע אונאנ-גענעמליכקייטען זיינען מעהר ניטאָ.

„דער געשפּרעך האָט אָנגערירט די געשיכטע מיט אנרי בערנשטיין׳ען, דעם באַרימטען פראַנצויזישען דראַמען-שרייבער, געגען וועלכען אנטיסעמיטישע מאַסען האָבען מיט אַ געוויסער צייט צוריק געמאַכט אונרוהען אין טעאַטער. דרייפוס האָט דער-ביי באַמערקט:

„— וואָס קען זיין נאַטירליכער? — בערנשטיין האָט טאַלענט, און ער איז אַ איד. אלזאָ, פאַרגינט מען איהם ניט. דאָס געהט אָבער אַלץ אויף די ערגערע עלעמענטען, און זיי זיינען ניט דער גאַנצער פראַנצויזישער פאָלק. זיי האָבען קיין איינפלוס ניט. די אויפגעקלערטע עלעמענטען פון פראַנקרייך קוקען אויף זיי מיט פאַראַכטונג.

„וועגען זשאָרעס׳ען האָט ער גערעדט מיט גרוים רעספּעקט און ליבע.

„— ער איז אַ מאַן מיט טיפע סימפּאַטיען, אַן אמת נאַ-בעלער און אינטערעסאַנטער מענש, אַלס פערזאָן, אזוי גוט ווי אַלס פאַרלאַמענט פיהרער, — האָט ער געזאָגט.

„איך האָב גערעדט וועגען זיין (דרייפוס׳עס) בוך, אין וועל-כען ער באַשרייבט זיינע יסורים אויפ׳ן טייפעלס-אינזעל און וועלכען איך האָב געלעזען אין אן ענגלישער איבערזעצונג.

„— דאָרטען ווערט אָבער באַשריבען בלויז אַ קלעינער טייל פון דער געשיכטע. עס איז נאָך פאַראָן מאַטעריאַל אויף עטליכע ביכער אזעלכע.

73„— שרײַבט איהר אַהער דאָס? — האָב איך געפֿרעגט.

„— יאָ, — האָט דרײַפֿום געענטפֿערט, — אָבער ניט גלײַך צום דרוקען. דאָס וועט פֿאַרעפֿענטליכט ווערען עֶרשט נאָך מײַן טוים.

„דיזע ליטעראַרישע אַרבײַט זײַנע פֿאַרנעמט אַ הִיבשען טײל פֿון זײַן צײַט. דאָס איז אָבער ניט זײַן אַלעם, וואָס ער טום. עֶר באַשעפֿטיגט זיך מיט אָנדערערלײ נִיצליכער אַרבײַט אױך. עֶר לעזט אַ סך און שרײַבט אַ סך. ווי באַקאַנט, האָט ער, אַלם אַרטיללעריע אָפֿיציר, זיך אױסגעצײכענט אַלם פֿעהיגער מאַ-טעמאַטיקער. אַלזאָ, באַשעפֿטיגט ער זיך, צווישען אַנדערע זאַ-כען, מסתּמא מים מאַטעמאַטיק. אַזױ וועניגסטענס איז מײַן אײַנדרוק.

„מים אַ יאָהר דרײַצען צוריק, ווען עֶם האָט נעקאָכט מים זײַן טראַגישער געשיכטע, און אַלע, וואָס אים איז נוֹגע זײַן פֿאַמיליע, האָט אַלעמען אינטערעסירט, איז אַ פֿיל געשריבען נעוואָרען וועגען זײַן פֿרױ און זײַנע צווײ קינדער, אַ אינגעלע און אַ מײדעלע. די קינדער זײַנען דאַן נאָך נעווען צו קלײן צו פֿאַרשטאַהן, וואָס מיט זײַער אונגליקליכען פֿאַטער טום זיך. אַלזאָ, ווען ער איז געווען אױפֿ׳ן טײַפֿעלס-אינזעל אָדער אין די מיליטערישע פֿעם-טונגען, האָט די מוטער זיי געזאָגט, אַז זײַער פֿאַטער איז אַװעק-געפֿאָהרען ערגעצ-וואו. מיט בלוטענדע הערצער פֿלעגט מען דאָס אַלץ דאַן לעזען. אַיצט, ריידענדיג מיט דרײַפֿום׳ן, האָב איך געפֿרעגט, וואָם מאַכט זײַן זוהן (איך האָב נעווען פֿרענען וועגען דער מאַכט אױך, עם האָט זיך אָבער אַרױסגערעדט בלױז דער וואָרט „זוהן").

„— אַ, ער איז שױן אײַן-און-צוואַנציג יאָהר אַלם, — האָט דרײַפֿום נעענטפֿערט מים אַ באַזונדערען בליסטעם אין זײַנע אױגען, — ער ענדיגט שױן שטודירען.

„דערבײַ האָט ער געעפֿענט אַ טיש-קעסטעל פֿון זײַן שרײַב-טיש, און אַרױסנעמענדיג זײַנעם (דעם פֿאַטער׳ם) אַ פֿאָטאָגראַ-פֿישע בילד, האָט ער געזאָגט מים ליבע:

„— ער האָט דאָס מיך פֿאָטאָגראַפֿירט. ער נעמט גוטע74בילדער מיט זײַן קאַמעראַ. דאָס איז אײנע פֿון זײַנע באַליבט-סטע צײַט-פֿאַרטרײַבען.

„איך האָב דאָס בילד געבעטען אַלם אָנדענקען, און ער האָט מיט אַ פֿרײַנדליכען שמײכעל אױפֿגעשריבען אױפֿ׳ן בילד זײַן נאָמען און מיר די פֿיקטשור געגעבען.

„ווען עם איז געקומען צו רייד וועגען רוסלאַנד און דעם רעוואָלוציאָנערען קאַמף, האָט דרײַפֿום אַרױסגעוויזען אַ באַ-קאַנטשאַפֿט מיט דער טעטיגקייט פֿון אידישע רעוואָלוציאָנערען, און ווי עם האָט אױסגעזעהן, איז ער געווען שטאָלץ מיט דעם, וואָס אידען האָבען אַרױסגעוויזען אַזױ פֿיל העלדישקייט אין דער באַפֿרײַאונגס-באַוועגונג.

„מיר האָבען אױך נערעדט וועגען רוזוועלט׳ען, דעם וואָס פֿון די טראָסטם און דער גרױסער ענדערונג, וואָס איז אַרױס-געקומען אין דעם עקאָנאָמישען און, דורך דעם, אין דעם פּאָלי-טישען לעבען פֿון אַמעריקא. דרײַפֿום איז מיט דעם אַלעמען באַקאַנט. אַמעריקא אינטערעסירט איהם זעהר אױבערהױבם. אױך ווע-נען דער אידישער באַפֿעלקערונג פֿון אַמעריקא, וועגען „פֿאַר-ווערטם", און אַנדערע ענינים האָבען מיר נערעדט.

„נאָהענט פֿון צווײ שטונדען האָבען מיר אין דרײַט גע-שפּרעך פֿאַרבראַכט."

6
אברהם פֿרומקין. — אַ פֿאָרטראָג

איך בין אױעקגענאַנגען מיט גליק אין האַרצען. איך האָב זיך נעזעהן מיט דרײַפֿום׳ען! דאָס איז פֿאַר מיר געווען ווי אַ גרױסער אומדערוואַרטעטער געווינס. מיט יאָהרען צוריק, ווען מען האָט איהם, אַן אומשולדיגען, געמאַטערט אױפֿ׳ן טײַפֿעלס-אינזעל, פֿלעג איך אָפֿט טראַכטען וועגען איהם. אין מײַן גע-דאַנק האָט איצט אױפֿגעלעבט יענער שבֿת בײַטאָג, ווען איך האָב מיט אומגעדולד געוואַרטעט אױף דעם שלום פֿון זײַן צווײטען משפּט, אין דער פֿראַנצױזישער שטאָדט רען; ווי עם איז אָנ-געקומען דער אומגינסטיגער רעזולטאַט, און אַ געפֿיהל פֿון שאַר75פֿען אַנגסט און הילפֿלאָזען צאָרן האָט מיר מײַן האַרץ נעריסען (זעה ערשטען באַנד, פֿײדזש 129-131). ווען מען וואָלט מיר דאַן נעזאָגט, אַז איך וועל זיך טרעפֿען מיט׳ן קרבן פֿון יענער וועלט-באַרהמטער אינטריגע, וואָלט איך די פֿאַראױסזאָגונג אױפֿגענומען מיט אַן אונבעשרײַבליכער פֿרײד. איצט, אַלזאָ, האָב איך זיך מיט איהם געזעהן!

איך נעדענק, ווי אַ פֿאַר מינוטען שפּעטער, פֿאַהרענדיג אין אַ טעקסי צוריק צו מײַן האָטעל, האָב איך זיך נעקלאָרט: דאָס איז דאָך אָבער ניט יענער דרײַפֿום! אין מײַן באַוואוסטזײַן איז נעווען אײַנגעוואָרצעלט אַ דרײַפֿום, וועלכער ווערט נעמאַטערט אױפֿ׳ן טײַפֿעלס-אינזעל, אָדער וועלכען מען האַלט אַ באַוואַכטען מיט סאָלדאַטען בײַם נעריכט, אַרומגערינגעלט מיט בלוטיגע שונאים, וואָס פֿאָדערן זײַן פֿאַרניכטונג. דער דרײַפֿום, וועלכען איך האָב דאָ מיט עטליכע מינוטען צוריק באַזוכט, איז דאָך גאָר אַ פֿרײַער מענש. איך האָב איהם געזעהן, אָבער ניט הינטער די גראַטעם פֿון אַ וויסטער פֿעסטונג, אָדער בײַם מיליטערישען נעריכט. בײַ איהם אין שטוב האָב איך דאָך איהם געזעהן, אָט דאָ אין פֿאַריז לעבען דעם פֿאַרק מאָנסאָ, אַ רוהיגען, אַ געמיטליכען, אַ פֿרײַנדליכען און אַ גרױען! נײן, עם איז ניט דער דרײַפֿום, וואָס איך פֿלעג זיך פֿאָרשטעלען.

מײַן האַרץ איז געווען פֿול מיט פֿרײד, וואָס ער איז פֿרײַ, און וואָס זײַן גהינום איז שױן פֿאַריבער. איך האָב געפֿרואוט צוזאַמענפֿאַרען דעם איצטיגען דרײַפֿום מיט יענעם...

אין פֿאַריז האָט דאַן געוואוינט אברהם פֿרומקין, אונזער פֿריהערדיגער מיטאַרבײַטער אין דער רעדאַקציע (זעה ערשטען באַנד, פֿײדזש 271, און פֿאָרטרעט בײַ פֿײדזש 470), וועלכער האָט איצט נעשיקט קײן אַמעריקא קאָרעספּאָנדענצען פֿון פֿאַריז. האָט אַ אידישע גרופּע, פֿון וועלכער ער איז געווען אַ מיטגליד, מיר אײַנגעלאַדען צו האַלטען אַ פֿאָרטראָג וועגען אַמעריקא. דאָס איז געווען די ערשטע פֿאַרזאַמלונג, וואָס איך האָב אַדרעסירט אין פֿאַריז, זינט 1891 (זעה דריטטען באַנד, פֿײדזש 133). דיזען מאָל איז מײַן רעדע נעהאַלטען געוואָרען אונטער אַנדערע אומ-שטענדען. אין פֿאַריז האָבען זיך דאַן געפֿונען מעהר אידישע76אימיגראַנטען. דער זאַל איז געווען אַ גרעסערער און אַ בע-סערער, דער עולם אױך אַ גרעסערער און מײַן רעדע אַ גרעֶ-טענערע.

צווישען די פֿראַנגע-שטעלער, נאָך דעם פֿאָרטראָג, איז גע-ווען אַ יונגערמאַן אַן אַנאַרכיסט, וועלכער האָט מיט פֿעפֿער-דיגע ווערטער קריטיקירט דעם „פֿאָרווערטם". איך האָב איהם געענטפֿערט אין דעם זעלבען טאָן. אָבער פֿון פֿאַרלאַמענטאַרישען דרך ארץ האָט זיך קײנער ניט אָראָפּגענלאָטשט.

פֿון די רוסישע רעוואָלוציאָנערען, מיט וועמען איך בין אין פֿאַריז באַקאַנט נעוואָרען מיט 19 און מיט 21 יאָהר צוריק, האָב איך אױסער בורצעוו׳ען און אַנטאָן גנאַטאָווסקי׳ן קײנעם ניט געפֿונען. רובאַנאָוויטש האָט געוואוינט אין פֿראַנקרײַך (זעה דריטטען באַנד, פֿײדזשעם 149-150 און 174 און 175), ער האָט אָבער דאַן זיך געפֿונען ערגעֶץ אַנדערש.

דער באַריהמטער פֿעטער לאַוואָרו איז שױן געווען טויט, און די הױכע פֿיגור פֿון דעם גרײַז-גרױען נעלעהרטען מיט דעם אײַנדרוקספֿולען פּנים האָט מיר שטאַרק געפֿעהלט. די רוסישע קאָלאַניע אַהן איהם איז בײַ מיר נעווען ווי דאָס האַמלעט אָהן דעם דענישען פּרינץ (זעה דריטטען באַנד, פֿײדזשעם 135, 138 און 342).

7
ווידער אין דעם לואוור מוזעאום.

מיט דעם לואוור מוזעאום בין איך שױן נעווען באַקאַנט פֿון די פֿריהערדיגע צווײ מאָל, וואָס איך האָב באַזוכט פֿאַריז. דאָך בין איך דעם באַריהמטען מוזעאום דורכגענאַנגען נאָך אַמאָל. אַיצט האָב איך אין איהם נעפֿונען אַ סורפֿריז. אײַנער פֿון זײַנע קלענערע צימערען איז נעווען פֿאַרנומען מיט זילבערנע כּלים, וועלכע מען האָט אױסגענראַבען פֿון פּאָמפּעי, די רוֹמישע שטאָדט, וואָס איז נאַהאַנט פֿון צווײ טויזענד יאָהר נעלעגען אונטער דער ערד, פֿאַרשאָטטען מיט אַש און לאַווא פֿון דעם דער-בײַאיגען וואָלקאַן וועזואוויוס. מיט נײַנצען יאָהר צוריק, ווען איך בין נעווען אין לואוור, איז דאָס דאָרטען נאָך ניט נעווען.77די אַלטע זילבערנע כּלים האָט באַראָן ראָטשילד אָפֿנעקױפֿט, און ער האָט דאָם זיי דעם מוזעאום אַוועקנעשאַנקען. זײַ זײַ-נען אַלע קינסטלעריש אױסגעאַרבײַט. קײן שענערע זילבערנע זאַכען וואָלט מען הײַנט אַבסאָלוט ניט נעקענט שאַפֿען. דאָרטען געפֿינען זיך לעפֿעל, בעכערס, וואַזען, שיסלען, שיסעלעך, אַלץ באַפּוצט מיט אַלערלײ פֿיגורען פֿון בלומען, פֿױגלען, מענשליכע געשטאַלטען, א. ז. וו. זײַ פֿאַרנעמען אַ גרױסען גלעזערנעם שאַפֿטעל.

פּאָמפּעי האָט מיך אימער אינטערעסירט. נאָך זײַענדיג אין דעם ווילנער לעהרער אינסטיטוט, האָב איך אַמאָל געלעזען אײַנצעלהײטען וועגען דיזער אַלטער שטאָדט, ווי זי איז פֿאַרשאָ-טען נעוואָרען אין די צײַטען, און ווי מיט אַ זיבעצען אָדער אַכצען הונדערט יאָהר שפּעטער האָט מען איהר דורך אַ צופֿאַל געפֿונען און אױסגענראַ-בען. די באַשרײַבונגען האָט אױף מיר נעמאַכט אַן אומגעהױערען אײַנדרוק, און איך האָב אימער געטרױמט וועגען פֿאָהרען אין איטאַליען, הױפּטזעכליך צוליב צווײ זאַכען: צו זעהן דעם מאַנומענט, וואָס מען האָט אין רוֹם נעשטעלט טיטוס׳ען אַ קורצע צײַט נאָך זײַן טוֹט, און צו זעהן פּאָמפּעי. פֿאָהרען אין איטאַליען האָב איך איצט, אין 1912, ניט נעקענט. אַלזאָ, איז דער שאַכטעל מיט די זילבערנע כּלים פֿאַר מיר געווען אַ זעהר אַנגענעמע איבעראַשונג.

אין דעם זעלבען לואוור צימער איז אױך פֿאַראַן אַ שאַכטעל מיט נאָלדענע קיטען, אױך פֿון פּאָמפּעי. (דאָם האָט נעשאַנקען אַן אַנדערער). אין סך הכּל איז דאָס אײנע פֿון די וויכטיגסטע קאָלעקשאַנס, וואָס אירגענד וועלכער מוזעאום פֿאַרמאָגט.

איך האָב אין יענעם צימער פֿאַרבראַכט אַ פֿאַר שטונדען. ווען איך בין אַרױס פֿון דאָרטען, איז דער דורשט צו באַזוכען פּאָמפּעי געווען בײַ מיר שטאַרקער ווי אימער.

אַ טשיקאַווע ערפֿאַהרונג האָב איך נעהאַט אין דעם באַזונ-דערען צימערעל פֿון לואוור, וואו עס געפֿינט זיך די סטאַטוע ווענום פֿון מילאַ. עס האָט מיט מיר פֿון דאָם נײַ פּאַסירט דאָס, וואָס איך האָב דאָ דורכגעמאַכט, ווען איך האָב די וואונדער78באַרע סטאַטוע נעזעהן דעם ערשטען מאָל אין יאָהר 1891 (זעה דריטטען באַנד, פֿײדזש 140).

ווען איך בין אַרײַנגעקומען, בין איך צוערשט ווידער ענ-טוישט נעוואָרען. מיר האָט זיך נעדוכט, אַז פֿיליײַכט האָב איך די שעֶהנהײט פֿון דיזער מירמעלשטײַנערנער נעטין איבערטריבען, זיך נעלאָזען אײַנרײדען. אַזױ בין איך נעשטאַנען אײַניגע מינו-טען. דער צוֹיבער איז אָבער נעוואָקסען. איך האָב ווידער דערשפּירט די אומבאַשרײַבליכע פֿראַכט, וואָס דיזע קונסט-ווערק האָט אין זיך. איך האָב דערפֿיהלט די רעליגיעֶזע שטימונג, אין וועלכער עם האָט זיך געפֿונען דער פֿאַרצײַטיגער גריכישער סקולפֿטאָר, וועלכער האָט איהר נעשאַפֿען, און די גריכען, וואָס האָבען איהר באַקוקט.

8
שטוטגאַרט. — דאָס דײַטשע מיליטער. — אַ ווידערשפּרוך.

שטוטגאַרט איז אַן אַנגענעהמע שעֶהנע באַרינגע שטאָדט. דער וואָקזאַל האָט זיך געפֿונען אין רעכטען מיטטען, אין דעם שעֶנסטען און לעבעדיגסטען טײל.(*) פֿון דאָרטען האָב איך אַלזאָ אָנגעפֿאַנגען מײַן באַקאַנטשאַפֿט מיט דער שטאָדט. אַ שעֶהנער פֿאַרק מיט אַ ריזיגען מאָנומענט צו קײזער ווילהעלם דעם ערש-טען (דער זײַדע פֿון ווילהעלם דעם צווייטען, וועלכער האָט מיט זעקס יאָהר שפּעטער פֿאַרלאָרען זײַן טראָן). דער מאָנומענט79שטעֶלט פֿאַר דעם אַלטען קײזער רײַטענדיג. ער איז נעווען אין גאַנצען באַגאָלדעט. דער רײַטער און דער פֿערד האָבען אָבער אױס-געזעהן ווי לעבעדיגע.

פֿון אײן זײַט פֿאַרק געפֿינט זיך דער קעניגליכער פֿאַלאַץ. (שטוטגאַרט איז די הױפּט שטאָדט פֿון דער דײַטשער קעניג-רײַך ווירטעמבערג, וועלכע איז אַ טײל פֿון דער דײַטשער אים-פּעריע, דאָס הײסט, פֿון אַלע דײַטשע מלוכות, וועלכע זײַנען פֿאַראײַניגט נעוואָרען אין 1870. ווילהעלם איז נעווען דער ערשטער קײזער פֿון דער אימפּעריע, אָבער יעדע פֿון דיזע מלוכות איז צו דערזעֶלבער צײַט פֿאַרבליבען בײַ איהר קעניג אָדער הערצאָג). דער פֿאַלאַץ, אין דער פֿאַרמע פֿון דעם בוכ-שטאַב „ח", איז פֿון דרױסען נעווען באַשטעט מיט צווײ סאַל-דאַטען מיט ביקסען אױף די שולטערען און מיט הױכע פֿו-טערנע היטלען אױף די קעפּ. (הײַנט, ווען עם איז שױן מעהר ניטאָ קײן קעניג, ווערט דער פֿאַלאַץ נעברױכט פֿאַר אַ נעזעֶל-שאַפֿטליכען צוועק.)

פֿון דער אַנדערער זײַט פֿאַרק נאַהט אַ לאַנגער צײַל הױכע זײַלען, און הינטער זײַ אַ צײַל פֿון די שעֶהנסטע קראָמען מיט דעם רײַכסטען קאַפֿע אין שטאָדט. אַהער זײַנען דאַמען נעקומען קױקען אױף די שעֶהנע זאַכען, וואָס זײַנען נעווען אױסגעֶלעגט אין די פֿענסטער, און אױף די נעזונטע, שטאָלצע, נלענצענד-מונדירטע אָפֿיצירען, וואָס האָבען דאָ אַרומגעשפּאַצירט... אָפֿי-צירען, וואו איהר האָט זיך נאָר נעגעבען אַ קעהר; סאָלדיד-נע-בױטע, ברײַט-פֿלייציגע, הױך-נעוואוקסיגע יונקערם... עפּאָלעטען, קאָלנערס, לאַמפֿאַסען פֿון פֿאַרשײדענע העלע קאָלירען... אין דעם נלאַנץ פֿון די באַגאָלדעטע אָדער באַזילבערטע קנעפּ האָט זיך נע-שפּיגעֶלט די נרױזאַמע מאַכט פֿון דער דײַטשער אַרמײ, וואָס איז דאַן נעווען די נרעֶסטע מיליטער-מאַכט אין דער וועלט.

מיט נאָוה האָבען די אָפֿיצירען דאָ נעשפּאַצירען, קאָקעטע-וועֶנדיג מיט זײַערע ווײַסע הענדשקעם און קאָקעטיש קלינגענ-דיג מיט זײַערע זילבערנע שפּאָרען.

דער נרױסער קאַפֿע געפֿינט זיך הינטער די זײַלען. טיש-לאַך פֿון אינוועניג און פֿון דרױסען, און אַרום זײַ אָפֿיצירען אָדער80נוט-נעקלײדעטע ציוויילנע. האַרט בײַ דעם טראָטואַר האָבען זיך פֿאַרבײַגעטראָנען אױטאָמאָבילען, ווידער מיט אָפֿיצירען אָדער מיט וואױלהאַבענדע ציוויילע בירגער.

אין שטוטגאַרט האָט זיך אין יענע יאָהרען נעדרוקט דער וויסענשאַפֿטליכער סאָציאַליסטישער זשורנאַל „די נײַע צײַט". דאָ איז נעווען די הײם פֿון דעם דיץ-פֿאַרלאַג, וועלכער האָט דעם דאָזיגען זשורנאַל אַרױסנענעגעבען, און וועלכער האָט אױך נע-דרוקט צעֶנדלינגער סאָציאַליסטישע ביכער אונטער דעם אַלגע-מײַנעם נאָמען „אינטערנאַציאָנאַלע ביבליאָטעק" (זעה דריטטען באַנד, זײַט 300). איך האָב דעם פֿלאַץ באַזוכט און נעשמועסט מיט די באַאַמטע. דיץ איז דאַן ניט נעווען אין דער הײם.

איך האָב נעמאַכט אַ שפּאַציר דורך דער שטאָדט. עטליכע מינוטע נאַנג פֿון דעם צענטער האָט זיך אָנגעפֿאַנגען דער אַרבײַ-טער-קוואַרטאַל. ער האָט זיך נעצויגען נאַנץ ווײַט. עם האָט זיך נעמאַרקעט אָהן אַ שיעור אַרומיקייט, אָבער אַלץ האָט אױסגעֶ-זעהן ציכטיג, אױפֿ׳ן דײַטשען שטײַנער.

שטוטגאַרט האָט שױן דאַן נעהאַט אַ סאָציאַליסטישע צײַ-טונג, „די שוואַבישע טאַגוואַכט", און איהר רעדאַקציע איז גע-שטאַנען אין דער טיפֿעניש פֿון די אַרבײַטער-קוואַרטאַלען. איך בין אַהין צוגעפֿאָהרען אױף אַ עלעקטרישען טראַמוויי. איך האָב נעהאַט אַ געשפּרעך מיט׳ן רעדאַקטאָר, נאַנצעס פֿליגער, אַ מאַן מיט אַ גרױסער שוואַרצער באָרד און אינטעלעגעֶנטע נרױסע אױגען. ער האָט אױסגעזעהן ווי אַן אַראַבער אָדער אַ אידֿ. ווען איך האָב זיך צו איהם אָבער צוגעקוקט, האָב איך נעוואוסט, אַז ער איז אַן עכטער דײַטש. מיר האָבען נערעדט וועגען דער באַוועגונג אין דײַטשלאַנד און אין אַמעריקא. נע-נאָסע פֿליגער האָט מיך פֿאַרגעשטעֶלט פֿאַר די מיטאַרבײַטער און נעוויזען די פֿאַרשײדענע אָפּטײַלונגען. די צורײכטוגגען און די מאַשינען זײַנען נעווען פֿון די נײַעֶסטע.

די אַרבײַטער פֿון שטוטגאַרט (און פֿון נאַנץ דײַטשלאַנד) זײַנען שױן דאַן נעווען נוט אָרגאַניזירט אין יוניאָנס, און די יוניאָנס זײַנען איבעראַל אין דײַטשלאַנד נענאַנגען האַנט אין81האַנט מיט דער סאָציאַליסטישער פּאַרטיי. די באַפֿעלקערונג האָט אַרװעהלט אין רײַכסטאָג-דעפּוטאַט, און ער איז נעווען אַ סאָ-ציאַל-דעמאָקראַט (זײַן נאָמען איז נעווען קאַרל הילדערבראַנד). די „שוואַבישע טאַגוואַכט" האָט דאַן נעהאַט אַן אױפֿלאַנע פֿון 25 טױזענד, אַ נרױסע צאָהל פֿאַר אַז שטאָדט ווי שטוטגאַרט.

ווען איך בין נעקומען צוריק פֿון די אַרבײַטער-קוואַרטאַלען, אױפֿ׳ן ווענ צו דעם האָטעל, וואו מיר זײַנען אײַנגעשטאַנען, האָב איך בײַ אַ שטונדע פֿאַרבראַכט אין דעם נרױסען קאַפֿע הינטער די זײַלען. דער פֿלאַץ איז נעווען פֿול מיט נוט-נעקלײדערטע קונ-דען, אָפֿיצירען און ציוויילע. ווי דער שטײַגער איז אין אײַראָ-פּעאישע קאַפֿעען, האַלט מען דאָרטען כּמעט אַלע ציימונגען פֿון לאַנד. האָב איך בײַ דעם אױבער-קעלנער נעבעטען דעם לעצטען נומער פֿון דער „שוואַבישע טאַגוואַכט". ער האָט מיר צונע-טראָגען אַן אַנדער ציימונג, ניט קײן סאָציאַליסטישע. — „די שוואַ-בישע טאַגוואַכט", — האָב איך נעזאָגט, — „איז לײַדער ניטאָ", — האָט ער נעענטפֿערט.

אײַניגע מינוטען שפּעטער האָב איך זיך נעוואונדט צו אַן אונטער-קעלנער, און ער האָט מיר נעבראַכט, וואָס איך האָב נעפֿאָדערט. דערבײַ האָט ער זיך אַרומגעקוקט, צי זעהט מען נים, און, וואָס פֿאַר אַ ציטונג ער דערלאַנגט מיר. ער האָט מיר ערקלערט, אַז אין דיזען קאַפֿע זײַנען סאָציאַליסטישע ציטונגען טריפֿה, אַז ער אַלײַן איז אַ מיטגליד פֿון דער סאָציאַליסטישער פּאַרטיי, און אַז די ציטונג, וואָס ער האָט מיר נעגעבען, איז זײַן אײַגענע.

— „אין אַזא פֿלאַץ, ווי דיזער, איז צו זײַן אַ סאָציאַל-דעמאָ-קראַט ניט קײן יחוֹם, — האָט ער מיר אײַנגעראַממט אַ סוֹד מיט אַ שמײַכעל. — מיר הערען זײַ אָבער ווי דעם קאַטער.

אין מײַן נאָטיץ-ביכעל געפֿינען זיך וועגען דיזער ערפֿאה-רונג מײַנע עטליכע שורות נעשריבען מיט פֿאַרקירצטע ווערטער.

דער נעדאַנק, וואָס ווערט דאָרטען אָנגעדײַטעט, באַשטעהט אין פֿאָלגענדען:

די שטאָדט ערװעהלט אַ סאָציאַליסטישען פֿאָרשטעהער צום רײַכסטאָג פֿון דער דײַטשער אימפּעריע. אין רײַכסטאָג איז שטוטגאַרט אַ סאָציאַליסטישע שטאָדט, אַ שטאָדט וואו בײַ די וואַהלען האָט אַן אױפֿגעקלעֶרטער אַרבײַטער-עולם די אױבער82האַנט. דער נרױסער עולם איז סאָציאַליסטיש נעשטימט. ווען מען קוקט אָבער אױף די אָפֿיצירען מיט די ציוויילע פֿראַנטען, וואָס זיצען דאָ אין דעם רײַכען קאַפֿע, אָדער אױף די וואָס פֿאַרבײַנעהען דאָרטען הינטער די זײַלען, און אױף יענעם נילדער-נעם מאָנומענט פֿון קײזער ווילהעלם, קומט אױס, אַז ז י י זײַנען נאָר שטוטגאַרט. וואָס פֿאַר אַ ווידערשפּרוך !

פֿון דער שטונדע, וואָס איך האָב פֿאַרבראַכט אין דעם קאַפֿע, זײַנען אין מײַן זכּרון אױך פֿאַרבליבען צווײ אָפֿיצירען, ווי זײַ זיצען און שפּילען שאַך. אײַנער, אַן עלטערער, איז בײַ דעם שאַך-ברעט נעזעסען ווי אַ מאַרמאָרנע פֿיגור, דער אױסדרוק פֿון זעֶלבסט-וועֶרדע. ער איז מיר נעווען קאָמיש און אָפּשטוֹסענד. איך האָב באַקוקט זײַן פֿנים, און צו מײַן פֿאַרדרום איז דאָס נעווען אַ אינטערעסאַנטער און זעהר אינטעליגענטער פֿנים. זײַן פֿאַרטנער איז נעווען אַ דאַרער יונגער מאַן מיט צו ברײַטע פֿלייצעם און נערוועזע אױגען. מיר האָט זיך נעדאַכט, אַז ער ניט זיך מיה צו זיצען רוהיג און קען ניט.

9
היידעלבערג, דרעזדען

היידעלבערג האָט דעם וויכטינסטען און עֶלטסטען אוניווער-זיטעט אין דײַטשלאַנד. זי איז איבערהױפֿט אײנע פֿון די עֶלט-סטע שטעדט אין לאַנד. מיר האָבען דאָרטען אָבער נעדענקט פֿאַרברענגענען בלױז עטליכע שטונדען, דורכגעהן איהר טשיקאַווען פֿאַרצײַטיגען שלאָס, און פֿאָהרען ווײַטער.

פֿאָהרענדיג אױפֿ׳ן וועג קײן דרעזדען, האָב איך נעהאַט אין זינען, אַז דאָרטען געפֿינט זיך ראַפֿאַעל׳ם סיקסטינער מאָדאָנאַ, וועלכע פֿילע באַטראַכטען פֿאַר זײַן וואונדערערליכסטע קונסט-ווערק. דעם נאַנצען לעבען האָב איך וועגען איהר נעהערט. איצט, אַלזאָ, וועל איך איהר זעהן.

ווען מיר זײַנען שױן נעווען אין דרעזדען און נעזעהן די סיקסטינער מאָדאָנאַ אין דער דאָרטינער בילדער-נאַלעריע, בין איך נעווען ענטוישט. איך האָב נעזעהן ראַפֿאַעל׳ס קונסט-ווערק אין83דער לאָנדאָנער נעשאָנאל גאַלערי און אין דעם פּאַריזער לואװר, און אײניגע פֿון זײ האָבן אױף מיר װירקליך געמאַכט אַ שטאַרקען אײַנדרוק. די סיקסטינער מאַדאָנאַ אָבער האָט מיך ניט גענומען. מיר זײַנען דאָרטען פֿאַרבליבען אַ היבשע צײַט. דער אײַנדרוק איז אָבער גינסטיגער ניט געװאָרען.

אין דרעזדען האָב איך צום ערשטען מאָל געזעהן אַ צעפּעלין „דיריזשיבעל" (אַ פֿליה־באַלאָן, װאָס מען קאָן קירעװען װי אַ שיף). ער האָט געהאַט די פֿאָרמע פֿון אַ ריזיגען סיגאַר, און ער איז געהאַנגען גאַנץ נידעריג. עס האָט זיך געדוכט, אַז מען קען איהם מיט דער האַנט דערגרײכען.

אין דעם האָטעל, װאָו מיר זײַנען אײַנגעשטאַנען, האָב איך באַמערקט, אַז כּמעט אַלע באַאַמטע רעדען גוט ענגליש. פֿון געשפּרעכען מיט זײ האָב איך זיך דערװאָוסט, אַז אַזעלכע קלײַבט מען אױס ספּעציעל, האָבענדיג אין זינען די אַמעריקאַנער רײַזענדער, און אַז צװײי פֿון די העכערע דינער זײַנען אומישנע געפֿאָהרען קײן לאָנדאָן אױף אַ פֿאָר יאָהר, אום זיך אױסצולערנען די שפּראַך. דערנאָך האָב איך עהנליכעס געפֿונען אין די האָטעלען פֿון אַנדערע דײַטשע שטעדט. אין פּאַריז איז אַ האָטעל־באַאַמטער, װאָס רעדט ענגליש, אין יענע יאָהרען געװען אַ גרױסע זעלטענהײט. זינט דאַן האָבען זיך די פֿראַנצױזען אױך געבױגען אין דיזען פּרט. די אַמעריקאַנער פֿאַרפֿלײצען פּאַריז. אָהן דער ענגלישער שפּראַך איז שױן פֿאַר אַ דאָרטיגען געשעפֿטס־מאַן ניט לײַכט אױסצוקומען.

10
נירנבערג

אין נירנבערג, גלײַך װי איך בין אָנגעקומען בײם װאָקזאַל, איז מײַן אױפֿמערקזאַמקײט צוגעצױגען געװאָרען צו דעם גרױסען פּראָצענט אידישע פּנים׳ער, װאָס מען זעהט דאָרטען. און דערנאָך, װען איך בין געגאַנגען דורך דער שטאָדט, איז דער אײַנדרוק באַשטעטיגט געװאָרען. איך האָב באַגעגענט אידען אין די אָרימערע קװאַרטאַלען, אַזױ גוט װי אין די רײַכע. און דאָס84זײַנען געװען ניט קײן אימיגראַנטען, נאָר דאָרטיגע אידישע קינדער — אור־אור־אײניקלאַך פֿון יענע צײַטען, װען אין נירנבערג האָט זיך אידיש בלוט געגאָסען. די מיטעלאַלטערליכע קלױסטערס פֿון נירנבערג האָבען מיר געשמעקט מיט מיטעלאַלטערליכע אַנטיסעמיטישע שחיטות.

דאָס איז אײנע פֿון די דײַטשע שטעדט, פֿון װעלכע אידען האָבען אימיגרירט נאָך פּױלען.

אין נירנבערג, װי אין גאַנץ בײַערן, הערשט די קאַטױלישע קירכע. די סאָציאַליסטישע פּאַרטי איז דאָרטען אָבער שױן דאַן געװען שטאַרקער פֿאַר דער קירכע. די שטאָדט האָט שױן געהאַט אַ סך אַרבײַטער (אױף פֿאַבריקען פֿון שפּיל־צײַג), און דער דעפּוטאַט, װאָס זי האָט ערװעהלט צום רײַכסטאָג, איז געװען אַ סאָציאַליסט. זודענקאַמפֿ האָט ער געהײסען.

אַרומשפּאַצירענדיג איבער דער שטאָדט, האָב איך שטאַרק געפֿיהלט דעם טעם פֿון מיטעלאַלטער. סקװערס, גאַסען, געסעלאַך, מײסטענס שמאָלע און געדרעהטע, װאָו עס דאַכט זיך אײַך, אַז איהר געפֿינט זיך אין דעם פֿערצעהנטען יאָהרהונדערט. עפּעס אַזױ װי איהר װאָלט געװען ניט אין אַ שטאָדט, נאָר אין אַ מוזעאום.

אױף אײן קלײנעם סקװער שטעהט אַ מאָנומענט פֿון דרײ קאָלירען — גאָלד, שװאַרץ און גראָה. ער איז אײגענטליך ניט פֿון די עלטסטע פּלעצער אין נירנבערג. ער שטאַמט אָבער מיט פֿאַר־טױזענט יאָהרען. מערקװירדיג אינטערעסאַנט איז דיזער דענקמאָל און דער סקװער אַרום און אַרום. אַן עהנליכען אײַנדרוק האָט אױף מיר געמאַכט דער פּלאַץ, װאָו עס געפֿינט זיך דער ראַטהױז אין בריסעל, װען איך האָב יענע שטאָדט באַזוכט אין 1891 און אין 1893.

11
צװײי טעג אין פּראַג

מיט דעם נאָמען פּראַג איז בײַ מיר געװען פֿאַרבונדען אַ געפֿיהל פֿון פֿאַרצײַטיגער אידישקײט. מיט דיזען געפֿיהל בין איך אַהין געפֿאָהרען.

85װידער אַ שטיק מיטעלאַלטער. די הױפּט־גאַסען — די גראַבען און דער װענצעל פּלאַץ — זײַנען ברײט און שעהן, מיט הײַנטיגע קראָמען, מיט שעהנע שטאָדט־געבײַדעס; און דער עולם איז אױך אַ הײַנטיגער, אַ װעלטליכער. די דאַמען זײַנען געװען געקלײדט נאָך דער לעצטער מאָדע און מיט געשמאַק. און די שלאַנקע עסטרײַכישע אָפֿיצירען האָבען געטראָגען די שעהנסטע יוניפֿאָרמס פֿון דער הײַנטיגער אײראָפּא. װען איך האָב אָבער געפֿרואַוט אָפּגעהן אַ פֿאָר צעהנדליג טריט אָן אַ זײַט, דורך אײנע פֿון די גאַסען, װאָס קרײַצען איבער די גראַבען, האָב איך זיך דערפֿיהלט אין אַ װעלט, װאָס איז מיט עטליכע הונדערט יאָהר עלטער, װי די דערמאָנטע דאַמען און די אָפֿיצירען. שמאָלינקע געדרעהטע געסעלאַך, װי אין נירנבערג, װידער אַלערלײ סקװערלאַך, מיט װעניג פֿאָרמע, אָבער מיט אַ סך אינטערעס פֿאַר׳ן אױג. װידער אַ געפֿיהל, אַזױ װי דאָס װאָלט געװען ניט קײן שטאָדט, נאָר אַ מוזעאום פֿון אַן אַמאָליגער שטאָדט.

די אַלטע אידישע שוהל פֿון פּראַג איז אײנע פֿון די זאַכען, װאָס אַלע געדרוקטע װעג־װײַזערס ראַטען דעם רײַזענדען צו באַזוכען. זי געפֿינט זיך בלױז אַ פֿינף מינוט גאַנג פֿון דעם מאָדערנעם שטאָדט־צענטער. װען איהר קומט צו איהר צו, זעהט איהר דעם אונטערשיד צװישען אַ באַריהמטער אַלטער קירכע און אַ באַריהמטער אַלטער שוהל. די קירכען זײַנען הױך, שטאָלץ, אײַנדרוקספֿול. זײיערע באַשפּיצטע דעכער הױבען זיך צום הימעל. װען איהר קומט צו צו דער אידישער שוהל, האָט איהר ניט װאָס צו זעהן. אין דער גרופּע אײן־עטאַזשיגע אָדער צװײי־עטאַזשיגע הײַזער, װאָס געפֿינען זיך דאָרטען, קענט איהר צוערשט ניט דערקענען, װעלכע איז די שוהל און װעלכע אַ געװעהנליכע װאױנונג. באַלד באַמערקט איהר אַן אַלטען מעטאַלענעם טאָפּעל מיט אידישע בוכשטאַבען אױפֿ׳ן װאַנט. דאָס איז די אידישע שוהל, די עלטסטע אין אײראָפּא. װען איך בין אַזױ געשטאַנען און געפֿרואַוט איבערלײיענען דעם אַלטען טאָפּעל, איז פֿון אינװעניג אַרױסגעקומען אַן אָרים־געקלײדטער אידעל. ער האָט אױף דײַטש מיך אײַנגעלאַדען אַרײַנצוקומען און גע86װיזען, װאָו דער אַרײַנגאַנג איז. ער האָט מיך אַראָפּגעפֿיהרט עטליכע טרעפּלאַך אונטער׳ן טראָטואַר. דאָרטען איז דער פּאָליש. דאַן האָט ער מיך אַראָפּגעפֿיהרט נאָך טיפֿער, אין קעלער. די שוהל איז אַ קלײן שוהלכעל, אַ קלײַזעל, װי מיר װאָלטען דאָס הײַנט גערופֿען.

זי מאַכט אַ זאָנדערבאַרען אײַנדרוק. אַז זי איז זעהר אַלט, דאָס פֿיהלט איהר גלײַך. די אונטערשטע טײלען פֿון די װענט זײַנען פֿיל עלטער װי די אױבערשטע, װעלכע זײַנען צוגעבױט געװאָרען שפּעטער; אָבער די אױבערשטע זײַנען שױן אױך עטליכע הונדערט יאָהר אַלט. די אונטערשטע העלפֿט האָט שױן געזעהן מעהר װי אַכט יאָהרהונדערטער.

געװעהנליך איז אַכט אַ שוהל (ניט אַ קלױז אָדער אַ בית־המדרש, נאָר טאַקע אַ שוהל) נידעריגער פֿון דער גאַס, אױף װיפֿל עס אָט צוגעהן: „פֿון די טיפֿענישען האָב איך צו דיר גערופֿען, גאָט מײַנער!" — דעם פּשט פֿון די דאָזיגע װערטער לערענט מען װערטערליך: צו גאָט דאַרף מען בעטען פֿון אַ קעלער. די קריסטען אָבער האָבען אין די אַמאָליגע צײַטען װעגען דעם זעלבען ענין געהאַט זײיער אײגענע מײנונג. זײי האָבען ניט ערלױבט, אַז אַ אידישע שוהל זאָל קענען דעם קאָפּ אױפֿהױבען. זײי האָבען געפֿאָדערט, אַז זי זאָל „ליגען נײן אײלען אין דער ערד", אַזױ װי די אידען גופֿא. אַז די געבײַדע זאָל זײַן הױך, זיך אױסצײכענען פֿון געװעהנליכע הײַזער, מאַכען אַן אײַנדרוק — דאָס האָט מען איבערגעלאָזט פֿאַר די קאַטױלישע קירכען. אָבער דיזער ספּעציעלער זאָרט אונטערדריקונג, פּונקט װי טױזענטער זאָרטען, האָבען אױף אידישע הערצער געװירקט שטאַרקער װי די הױכקײט פֿון אַ בית־המדרש געבײַדע װאָלט אױף זײי געװירקט.

אינװעניג אין שוהל האָט מיך אױפֿגענומען אַ יונגערמאַן מיט אַ בלאָנדער באָרד. די בלאָנדע באָרד איז בײַ איהם געװען נעט פֿאַרקאַמט, און גערעדט האָט ער דײַטש. אױסגעזעהן האָט ער װי אַ ליטװאַק — װי אַ ליטװאַק אַ למדן. ער איז אָבער געװען אַ פּראַגער אַ געבאָרענער.

מען דאַװענט דאָרטען הײַנט אױך. די שוהל איז אַ שטרענג87אָרטאָדאָקסישע. אָפֿט קומט מען אַרײַן לערנען אַ בלאַט גמרא. װי דער שמש האָט מיר דערצעהלט, האָבען זיך אין פּראַג דאַן געפֿונען עטליכע אידישע לומדים פֿון גאַליציען און פֿון רוסלאַנד. זײי זײַנען געװען די הױפּט־לערנער. עס זײַנען אָבער אױך געװען פּראַגער אידען, אינטעליגענטען, דײַטש־געשולטע, װעלכע זײַנען אױך געװען בריות אױף אַ בלאַט גמרא, און אָפּטמאָל פֿלעגט פֿאַרקומען אַ װיכוח צװישען אַ פּראַגער אַ למדן מיט אַ גאַליציאַנער אָדער אַ ליטװישען. אַמאָל פֿלעגען זיך אַלע דרײַ טיפֿען באַטײיליגען אין דעם פּלפּול, יעדער אױף זײַן שפּראַך, מיט זײַן אַקצענט.

אין דעם יאָהר 1365 האָט מען אין דיזער שוהל צו כּל־נדרי געמאַכט אַ בלוטיגען פּאָגראָם. מען האָט אױסגעקױלעט יעדען אידען. נעראַטעמליך האָט זיך בלױז דער רב, און ער האָט דערנאָך די אַלע קרבנות געבראַכט צו קבר ישראל אױפֿ׳ן בית עלמין, װעלכער געפֿינט זיך דערבײַ. הײַנט קומט דער דאָזיגער בית עלמין אױס אױף דער אַנדער זײַט גאַס, װאָרים די גאַסען זײַנען דאָ אױסגעצײלעט געװאָרען שפּעטער. דאָרטען ליגען ניט בלױז די קרבנות פֿון יענער שחיטה. אַנדערע אידען פֿון יענער צײַט און פֿון אַנדערע צײַטען האָבען דאָרטען אױך זײיער אײביגע רוה געפֿונען.

איך האָב אױפֿ׳ן בית עלמין פֿאַרבראַכט אַ פּאָר שטונדען, באַקוקט די פֿאַרשידענע אַלטע מצבות. אין סך נעפֿונען זיך דאָרטען צוועלף טױזענט מצבות. די עלטסטע איז אַכט הונדערט יאָהר אַלט. דער איד, װאָס האָט מיך באַגלײט דורך די קברים, האָט מיר איבערדערצעהלט עטליכע היסטאָרישע אײַנצעלהײטען און ערקלערט פֿילע פֿון די אױפֿשריפֿטען.

אַ שװערען אײַנדרוק האָט דער בית עלמין אױף מיר געמאַכט.

אין פּראַג, אַרום דער אַלטער שוהל, װאָוינען אַ סך אידען. זײי װאָוינען איבער דער גאַנצער שטאָדט, אָבער דאָרטען זײַנען זײי געדיכטער. אײיניגע אידען זײַנען אין זײיערע קרעמלאַך געזעסען אין יאַרמולקעס; אַזעלכע האָבען געהאַט בערד. זײי האָבען אױסגעזעהן װי אונזערע אידען, נאָר זײי האָבען גערעדט88דײַטש, און פֿילע פֿון די יאַרמולקע־אידען זײַנען געזעסען מיט טשעכישע צײַטונגען אין די הענט.

די טשעכען זײַנען שעהן געװאַקסען, און פֿילע פֿון זײ האָבען חן׳עװדיגע פּנים׳ער. זײיער סלאַװיש שפּראַך קלינגט אַביסעל װי פּױליש און אַביסעל װי מאַלאָרוסיש (מיר האָבען גאַנג טשעכען אין ניו יאָרק — אַרום דער 72טער סטריט — אָבער דאָרטען זײַנען זײ ניט אַזױ קענטיג אַלס אַ באַזונדער פֿאָלק). דערױבער איז מיר ניט שװער געװען צו פֿאַרשטעהן די מײסטע פֿון די שילדען אױף זײיערע קראָמען.

מיט אײיניגע שטונדען שפּעטער, אױף דער אַנדער זײַט פֿון דעם אינטערעסאַנטען טײך מאָלדאַװאַ, האָב איך באַזוכט דעם באַריהמטען פּראַגער „דאָם" — די גרױסע קאַטױלישע קירכע, װעלכע שטעהט שױן עטליכע הונדערט יאָהר, און װעלכע מען האַלט אימער אין בױען און איבערבױען. עס פֿיהלט זיך אַ אָפּגעלעבטהײט, אַ פֿאַרימיטעטקײט. אַרום אױסזעהענדע גלחים זײַנען אַרומגעגאַנגען, געשטאַנען, געזעסען, אײיניגע מיט פֿאַר־דרבֿקות׳דיגע פּנים׳ער. מײסטענס זײַנען זײ געװען בלײך און דאַר. זײ האָבען אױסגעזעהן װי פֿאַרהונגערטע פּרושים. פֿאַראָן אין דעם „דאָם" אַלטע הײלינטימער, װעלכע װערען באַטראַכט אַלס װיכטיגע קונסטװערק. פֿאַראָן אַ סך אינטערעסאַנטס. איך בין אָבער אַהין געקומען אָנגעלאַדען מיט די עראינערונגען פֿון אונזער אידישער שוהל און פֿון דעם בית־עלמין, מיט די סצענעס פֿון פּאָגראָמען מיט מאַסען־בילדער פֿון אידישע הרוגים. איך האָב זיך פֿאָרגעשטעלט, אַז אין דעם דאָזיגען „דאָם" איז דאָס דער אַנטיסעמיטישער פֿײער אָנגעצונדען געװאָרען; אַז פֿון דאַנען האָט מען אין יענער נאַכט אױװעגקגעמאַרשירט אין די אידישע קװאַרטאַלען שעכטען אידישע קינדער.

עס האָבען זיך געגומען טראָגען די קלאַנגען פֿון אַן אָרגעל. דער געפֿיהל אין מיר איז נאָך שװעררער געװאָרען. בײם אַרױס־געהן האָט אַ גלח מיר פֿאָרגעשלאָגען עפּעס אַ בילעט, איך זאָל עס בײַ איהם קױפֿען. ער איז געװען אָפּגעלאָזען, און זײַן פּנים איז געװען זעהר בלאַס; און אױיגען האָט ער געהאַט בלױע, קינ89דערשע, מיט אַ סימפּאַטישען בליק אין זײ. עס איז מיר שװער געװען דיזען גײסטליכען בעטלער צו פֿאַרבינדען מיט די בלוטיגע פֿאַרברעכענס, װאָס זײַן קירכע איז באַאַנגאַנגען געגען אונזערע זײדעס. צװישען גלחים און רבנים זײַנען דאָך אױך פֿאַראָן פּעטע און מאָגערע, געהױבענע און נידעריגע.

די באַריהמטסטע זאַך אױף אַן אַנדער פֿאַרצײַטיגער קירכע אין פּראַג איז אַ זײיגער, װעלכער שטעהט פֿון דרױסען. װעגען דעם דאָזיגען זײיגער דערצעהלט אײַך יעדער, װאָס האָט באַזוכט די שטאָדט. בײַ יעדע דרײַ־פֿערטעל שטונדע פֿאַנגט זיך דאָ אָן אַ קאָנצערט, און אַ סקעלעט הױבט אַן צו ציהען אַ שנור. דאַן הױבען זיך אָן צו שפּילען. דאַן עפֿענט זיך אַ פֿענסטערעל, און עס באַװײַזען זיך די פֿיגורען פֿון יוזוס און פֿון זײַנע צװעלף תּלמידים (אַפּאָסטאָלען). די דרײַצעהן פֿיגורען קומען אַרױס אײַנער נאָך׳ן אַנדערן. זײ באַװױיגען זיך אַהין און אַהער. דער צוױג איז צו מאַכען אַן אײַנדרוק פֿון הײַליגטום. דער אמת׳ער אײַנדרוק איז אָבער אַזױ װי די דרײַצעהן הײַליגע װאָלטען געװען דרײַצעהן קאָמעדיאַנטען.

צום שלום האָט אַ קינסטליכער האָן אָנגעהױבען צו קרעהען. אַ פֿאַסטענער ענד צו דעם װאַדעװיל.

דער זײיגער מיט דער גאַנצער קונץ איז זעהר אַלט — גוט אַדװעראַטיזט. איז בײַ זײַן יעדע דרײַ־פֿערטעל שטונדע פֿאַראָן אַן עולם. געװעהנליך זײַנען דאָס רײַזענדע. װען איך בין דאָרטען געע־שטאַנען האָבען זיך צוזאַמענגעקליבען עטליכע אָטאָמאָבילען מיט אַמעריקאַנער און ענגלענדער. מען האָט בײַ דעם זײיגער דאַן נאָר גערעדט ענגליש. אַ אידישע ברױ, אונזערע אַן אָלרײַטניצע, האָט גערעדט ענגליש מיט אַ שטאַרקען אידישען אַקצענט. זי האָט אױסגעדריקט באַװאוֹנדערונג. דערמאָנענדיג אָבער מיך, האָט זי אַ זאָג געטאָן מיט אַ שמײַכעל:

„עס האָט זיך געלױנט איבער אַזאַ װאַונדער צו קומען אַזש פֿון אַמעריקאַ!..."

אַלטקײט שעצט מען מעהר װי קונסט. אַלטקײט איז די גרעסטע רעקלאַמע. איך האָב דאָס ספּעציעל געפֿיהלט, װען איך90האָב אין פּראַג באַזוכט דעם פּאַלאַץ פֿון דעם עסטרײַך־אונגאַרישען קײזער. דאָס איז די אונאינטערעסאַנטסטע געבײַדע װאָס איך, אַ רעפּובליקאַנער, האָב יעמאָלס געזעהן. עס איז אַ נײַ געבײַ, אַ פּאַלאַץ, פֿאַר אַ קײזער, פֿאַר אַ פֿירשט, פֿאַר אַ מלך. עס פֿעלט אים אַלץ, װאָס מאַכט אַ פּאַלאַץ אינטערעסאַנט. דאָ פֿעלט די אַלטקײט, און עס פֿעלט די קונסט. די באַװױנער פֿון דעם דאָזיגען פּאַלאַץ זײַנען ניט קײן אינטערעסאַנטע מענטשען.

איך האָב באַזוכט די רעדאַקציע פֿון דער פּראַגער סאָציאַליסטישער צײַטונג „פּראַװאָ לידו". די טשעכען האָבען שױן דאַן געהאַט אַ גרױסע סאָציאַליסטישע באַװעגונג מיט אַ רײַ־כען טעגליכען בלאַט. אין דער רעדאַקציע האָב איך געפֿונען אַ מיטאַרבײַטער, װעלכער האָט עטליכע יאָהר געװאױינט אין ניו יאָרק אין דעם בעהמישען קװאָרטאַל, אַרום דער 72טער סטריט. מיר האָבען געהאַט גמײַנשאַפֿטליכע באַקאַנטשאַפֿטען אין אונזער אַמעריקאַנער באַװעגונג. װאָס מיך האָט פֿאַראינטערעסירט מעהר פֿון אַלעם אין דעם געשפּרעך, װאָס מיר האָבען געהאַט, איז געװען דאָס פּאָלגענדע. איך האָב זיך צוגעהערט צו דער אָרט, װי אַזױ ער רעדט װעגען אַמעריקא, װעגען אונזער אַמע־ריקאַנער באַװעגונג און װעגען ניו יאָרק, און איך האָב זיך גע־קלערט: בײַ איהם קומט עפּעס אַלץ אױס אַנדערש װי בײַ מיר. דאַכט זיך, מיר זײַנען געװען אין דער זעלבער באַװעגונג, אין דער זעלבער שטאָדט, געפֿאָהרען אין די זעלבע קאַרס און עלעװײיטעדס, געזעהן די זעלבע קראָודס, און — װען ער און איך װאָלטען דאָס אַלעם געשילדערט, װאָלט אַרױסגעקומען צװײי גאַנץ באַזונדערע װעלטען. יאָ, יעדער מענש קוקט אַױף אַלץ דורך זײַנע אױיגען, און ער זעהט אַ גאַנץ באַזונדערע װעלט.

אַ צװײיטען שטאַרקען אײַנדרוק האָט אױף מיר געמאַכט די פֿאָלגענדע סצענע:

אין דער פֿריה. מיר האָבען אָקאָרשט אָפֿגענעסען פֿריש־שטיק אין אונזער האָטעל. מיר זײַנען אַרױס אױפֿ׳ן גאַס. בײם טיר איז געשטאַנען אַ גאַנצע שורה מיט פֿאַרשידענע דינער, לאַ־קײַען, קעלנער אַלערלײי, און אַלע האָבען זײ אונז באַגריסט. דאָ האָבען אַלע צו אונז גערעדט דײַטש: גוטען מאָרגען! גוטען91מאָרגען! גוטען מאָרגען! אײַנער נאָך׳ן אַנדערען בוקט זיך און ניט אײַך אָפֿ זײַן „גוט מאָרגען!"

די זעלבע ערפֿאַהרונג האָבען מיר געהאַט כּמעט יעדען מאָל, װען מיר זײַנען אַרױס פֿון האָטעל; און בײַ אונזערע אָפֿ־רײיזען, װען עס האָט געהאַלטען בײַ די טרינק־געלט, האָט זיך די סצענע װידערהאָלט מיט אַ ספּעציעלער װאַרעמקײט. נאָר אַנשטאָט „גוט מאָרגען" האָבען זײ געזאָגט: „גליקליכע רײַזע! גליקליכע רײַזע! גליקליכע רײַזע! דאַנקע שעהן! דאַנקע שעהן! דאַנקע שעהן!"...

אין אַמעריקא האָט מען פֿון אַזעלכע זאַכען קײנמאָל ניט געוואוֹסט.

הערות (פֿוס-נאָטיצען פֿון אָריגינאַל)

[ז׳ 78] *) זינט דאַן האָט מען אױסגעבױט אַ בײַעם וואָקזאַל, ניט ווײַט פֿון דעם אַלטען.