בלעטער פֿון מײַן לעבן · אבֿרהם קאַהאַן · פֿינפֿטער באַנד (נ.י., 1931)
ביז דער וועלט-מלחמה

דריטער קאַפּיטעל

ווידער אין אייראָפּא (פֿאָרטזעצונג)

װעגן דעם טעקסט: דאָס איז אַ װאָרט-בײַ-װאָרט אָפּשריפֿט פֿון די געדרוקטע זײַטן 92–155 (גאַנצער דריטער קאַפּיטעל פֿון פֿינפֿטן באַנד), מיט דער אָריגינעלער אָרטאָגראַפֿיע פֿון 1931. די נומערן אַזױ װי 92 צײכענען אָן דעם אָנהױב פֿון יעדער געדרוקטער זײַט. רוסישע און פֿרעמדע װערטער זײַנען איבערגעגעבען אַזױ װי אין אָריגינאַל.
1
אין וויען נאָך אַן אַבוועזענהייט פֿון 19 יאָהר. — איך זעה זיך ווידער מיט וויקטאָר אַדלער'ן. — אויסטערליץ.

92וווען איך בין אָנגעקומען אין וויען און האָב געמאַכט דעם ערשטען שפּאַציר דורך די גאַסען, איז דער אַלגעמיינער איינדרוק געווען פֿונקט דערזעלבער ווי אין פּאַריז: קיינע ענדערונגען. די פּרעכטיגע שטאָדט איז געווען דיזעלבע, ווי זי האָט זיך אָפֿגעדרוקט אין מיין זכרון מיט ניינצעהן יאָהר פֿריהער.

דיזען מאָל האָב איך דאָ פֿאַרבראַכט אַ פֿאָר וואָכען. אײַנער פֿון די ערשטע פּלעצער, וואָס איך האָב באַזוכט, איז געווען די הויז, וואו איך האָב פֿאַרבראַכט עלף טעג מיט מיינע על־טערן, מיין מוהמע פֿינע און איהרע טעכטער, ווען איך בין דאָ געווען אין 1893. איך האָב באַזוכט דעם קליינעם האָטעל דאַנאו, וואו איך בין דאַן איינגעשטאַנען מיט מיין פֿאַטער, אויך דעם גאָרטען ניט ווײַט דערבײַ, וואו איך האָב אַ פֿאָר מאָל פֿאַרבראַכט מיט מיינע עלטערען. מיינע עלטערען זײַנען שוין געווען טויט. אין וויען האָב איך זיי און מיין מוהמע פֿינע'ן געזוכט דעם לעצטען מאָל אויף מיין לעבען. (זעה דריטען באַנד, פּײדזשעם 303־312 און 314־316). איצט האָב איך געוואוינט אין אַ גאַנץ אַנדער טייל פֿון שטאָדט, צימליך ווײַט פֿון יענעם געגענד.

נאָכדעם איז מיין ערשטער וויכטיגער וויזיט געווען צו דעם באַרימטען סאָציאַליסט וויקטאָר אַדלער, דעם קאָפּ פֿון דער93סאָציאַל־דעמאָקראַטישער באַוועגונג אין עסטרײַך, מיט וועמען איך בין באַקאַנט געוואָרען אויף די סאָציאַליסטישע קאָנגרעסען פֿון ברי־סעל און צוריך, אין יאָהר 1891 און 1893. (זעה דריטען באַנד, פּײדזשעם 161 און 313 און זיין בילד בײַ פּײדזש 162).

אַרײַנקומענדיג אין זיין קאַבינעט, האָב איך, אַנשטאָט זיך פֿאָרצושטעלען, געזאַגט צו איהם אויף מיין געבראָכענעם דײַטש:

— וואָס מאַכט איהר, גענאָסע אַדלער?

ער האָט מיך דערקענט. ער האָט אויף מיר אָנגעשטעלט זיינע קלוגע אויגען און געזאַגט מיט זיין גוטמוטיגען שמיי־כעל:

— זעה נאָר! וואו האָט איהר גענומען וואָנצעם?

מיט ניינצען יאָהר צוריק האָב איך דיזע סאָרט צירונג ניט געהאַט.

איך וואָלט איהם אויך גלייך דערקענט, אפֿילו ווען איך וואָלט איהם באַגעגענט אויף'ן גאַס. ער איז שוין געווען 60 יאָהר אַלט (יענעם זומער מען געפֿייערט זיין זעכציג־יאָהריגען יוביליי), ניט קיין הויכער, מיט לאַנגלעכע, צופֿאָטעלטע, דונקעל־ברוינע האָר, מיט קורצזיכטיגע קלוגע אויגען, און אַ סימפֿאַטישען הומאַר־שמייכעל.

אין די ניינצען יאָהר וואָס די אַרבייטער־באַוועגונג און די סאָציאַליסטישע באַוועגונג אין עסטרײַך אומגעהויער אויסגעוואָק־סען. ווען איך בין געווען אין וויען אין 1893, איז די ווע־נער „אַרבייטער צייטונג" געווען אַן אָרעמע בלעטעל, און איהר היים איז געווען אין אַ קליינער הויזעל אויף אַ קליינער געסעל. איצט איז דאָס געווען איינע פֿון די מעכטיגסטע צייטונגען אין וויען, מיט דער גרעסטער דרוקעריי אין שטאָדט, מיט אַ גרויסער אַלגעמיינער מויער, מיט די גרעסטע און בעסטע מאַשינעריע, מיט די מאָדערנסטע צוריכטונגען, וואָס מען האָט נאָר דאַן געקענט געפֿינען אין אייראָפֿאַ. אונזערע גענאָסען האָבען אין עסטרײַך אַרויסגעקראָגען אַ נײַעם וואהל־געזעץ, וועלכער האָט זיי געגעבען פֿיל גרעסערע מעגליכקייטען. דורך דעם גופֿא איז די באַוועגונג שטאַרק אויסגעוואָקסען. דאָס האָט זיך גלייך גע־פֿעהלט אין דעם מוטיגען גייסט, וועלכען איך האָב געפֿונען94צווישען די ווינער סאָציאַליסטען. מיט ניינצען, אָדער אפֿילו מיט צעהן יאָהר צוריק, איז דאָרטען געווען אַ סך ווייניגער רעדע פֿרייהייט. עס האָט געהערשט כּמעט אַ רוסישע צענזור. פֿאַר דער קלענסטער זאַך פֿלעגט מען די „אַרבייטער צייטונג" קאָנ־פֿיסקירען, ניט לאָזען ערשיינען יענעם נומער. און אויף מי־טינגען האָט מען געמוזט ריידען מיט גאַנץ ווייטע אָנדײַטערע־נישען. איצט, אין 1912, האָבען די סאָציאַליסטען גאַנץ פֿריי אַטאַקירט די מיניסטערען. אַבי מען האָט ניט גערעדט געגען דער פּערזאָן פֿון קייזער, האָט מען געהאַט אַ סך פֿאַרזאַמלונגס־פֿרייהייט און רעדע פֿרייהייט.

און דער פֿאָטער און פֿיהרער פֿון דיזער וואונדערבאַרער באַוועגונג איז געווען וויקטאָר אַדלער. ער איז געווען איינער פֿון די ליכטיגסטע און ליבליכסטע פֿיגורען אין אייראָפֿאַ. ער האָט מיך באַצויבערט אין 1891, צאָגאַר דאַן, ווען ער האָט באַקעמפֿט מיין פֿאָרשלאַג אויף דעם בריסעלער קאָנגרעס. דיזען מאָל האָט ער מיך נאָך מעהר באַצויבערט, און דיזען מאָל האָב איך געהאַט די געלעגענהייט זיך צו ערקונדיגען, ווי שטאַרק די ווינער אַרבייטער מאַסען האָבען איהם ליב, — אפֿילו די גענוסע פֿון סאָציאַליזם אויך. ער איז געווען די באַליבטסטע פֿיגור אין גאַנץ וויען.

אַדלער'ס בּיורא האָט זיך געפֿונען אין דער געביידע פֿון דער „אַרבייטער צייטונג". ער האָט מיך פֿאָרגעשטעלט פֿאַר אויסטערליץ'ען, דעם רעדאַקטאָר, און דערנאָך פֿאַר זיין (אד־לער'ס) זוהן, דעם הײַנט באַריהמטען פֿריץ אַדלער, וועלכער האָט שפּעטער, אין דער צייט פֿון דער גרויסער מלחמה, געשאָסען דעם עסטרײַכישען מיניסטער פֿון איננערען, און וועלכער איז דער סעקרעטאַר פֿון דעם צווייטען אינטערנאַציאָנאל.

מיין ערשטער געשפּרעך מיט אויסטערליץ'ען איז גלייך פֿאַר־וואַנדעלט געוואָרען אין אַ דעבאַטע וועגען דעם, ווי מען דאַרף אַרויסגעבען אַ צייטונג פֿאַר די מאַסען.

אויסטערליץ איז אַ באַקאַנטער רעדאַקטאָר, דער פֿעהיג־סטער, וואָס די סאָציאַליסטען האָבען דאַן געהאַט, און דאָס, וואָס ער האָט געזאָגט, איז מיר געווען אינטערעסאַנט. פֿון אונזער95„פֿאָרווערטס" האָט ער געהערט. קיין אידיש האָט ער אָבער ניט געלעזען, און מיט אונזער צייטונג איז ער ניט געווען בא־קאַנט. ער האָט בלויז געוואוסט, אז דאָס איז אַ בלאַט, וואָס ווערט אַרויסגעגעבען פֿאַר די אידישע מאַסען. די דײַטשע אַר־בייטער, פֿאַר וועלכע זיין צייטונג האָט עקזיסטירט, האָבען אַלע געהאַט דורכגעגאַנגען אַ שוהל. איך האָב וועגען איהר געהאַט אַ דײַטליכען באַגריף, און איך האָב איהם געקענט געבען וואַ־רעמע קאָמפּלימענטען. איך האָב אָבער אויסגעדריקט די מיי־נונג, אז אפֿילו אויף דייטש דאַרף מען אויך שרייבען פּאָפּו־לערער.

איצט, ווען דיזע שורות ווערען געשריבען, גיבען די גע־נאָסען אין וויען אַרויס, אַ חוץ דער „אַרבייטער צייטונג", אַ צווייטע צייטונג, אַ לייכטערע, אַ פּאָפּולערערע. די ערפֿאַה־רונג האָט זיי געוויזען, אז פֿאַר דעם גאַנץ ברייטען עולם איז די „אַרבייטער צייטונג" צו טרוקען און צו הויך.

2
פֿריטץ אַדלער — אויגוסט בעבעל.
פֿריטץ אַדלער
פֿריטץ אַדלער
(בילד-בלאַט; אין אָריגינאַל לעבן ז׳ 94)

מיט פֿריטץ אַדלער'ן האָב איך זיך געזעהן גאַנץ אָפֿט. מיין פֿרוי האָט זיך געקליבען צו פֿאָהרען אין איהר אַלטער היים אין קיעוו, צו זעהן זיך מיט איהר מוטער, ברודער און שוועסטער, און דערצו איז איהר געווען וויכטיג צו האָבען אַ שריפֿט פֿון אַ געשעפֿטס־פֿירמע, אז זי פֿאָהרט אין רוסלאַנד אלס איהר פֿאָרשטעהערין. אלזאָ, האָט דער יונגער אַדלער איהר באַקאַנט געמאַכט מיט אַ סאָציאַליסט, וועלכער האָט געהאַט אַ וויכ־טיגען געשעפֿט אין וויען, און יענער האָט איהר געגעבען דעם נויטיגען דאָקומענט. מיט דיזען פּאַפּיר, אלס אַ צוגאָב צו איהר אַמעריקאַנעם פּאַס, איז זי טאַקע נאָכהער אַרײַנגעפֿאָהרען אין רוסלאַנד, און מען האָט דאָרטען קיינע קשיות בײַ איהר ניט געפֿרעגט.

פֿריטץ אַדלער האָט געהאַט זיין אָפֿיס אין דעם נעקסטען צימער צו דעם אָפֿיס פֿון גענאָסע דייטש, וועלכער איז געווען דער סעקרעטער פֿון דער סאָציאַליסטישער פּאַרטיי. פֿלעגען96מיר זיך דאָרטען אָפֿט צוזאַמענקומען. איך בין אויך באַקאַנט געוואָרען מיט אַנדערע וויכטיגע גענאָסען.

אײן מאָל, ווען איך בין אזוי געזעסען און גערעדט מיט דייטש'ען וועגען אַמעריקא, עפֿענט זיך אויף די טיר, און עס קומט אַרײן פֿריטץ מיט אַ שלאַנקען גרויען מאַן, וועלכער איז מיר פֿאָרגעקומען זעהר באַקאַנט. דאַכט זיך, איך ווייס גאַנץ גוט ווער דאָס איז, און ווייס דאָך ניט. ווער איז דאָס?

— אויגוסט בעבעל און אבראהאם קאהאן אויס אמעריקא!

— האָט פֿריטץ אויסגערופֿען.

אויגוסט בעבעל! דער וועלט־באַריהמטער אויגוסט בעבעל, דער פֿיהרער פֿון דער גרויסער סאָציאַל־דעמאָקראַטיע פֿון דייטש־לאַנד! דער בעבעל, מיט וועלכען איך האָב פֿאַרבראַכט אַ וואָך צייט אויף דעם קאָנגרעס פֿון בריסעל, און צווײ יאָהר שפּעטער אַ וואָך אויף דעם קאָנגרעס פֿון צוריך!

איך האָב זיך געגעבען אַ שטעל. איך בין געווען אזוי צו־טומעלט, אז מיט מיין צרה'דיגען דייטשען לשון איז מיר גע־ווען שווער אויסצודריקען, וואָס איך האָב געוואָלט. איך האָב איהם געוואָלט דערמאָנען, אז איך בין דאָס דער אידישער דעלע־גאַט פֿון אמעריקא, וועלכער האָט זיי פֿאַרשאַפֿט טראָבעל אויף דעם בריסעלער קאָנגרעס מיט אַ רעזאָלוציע וועגען די אידישע אַרבייטער. אַדלער האָט מיר אַרויסגעהאָלפֿען. ער האָט שוין וועגען דעם געהערט פֿון זיין פֿאָטער און פֿון מיר. אלזאָ, האָט ער בעבעל'ען איבערגעגעבען, וואָס איך האָב ניט געקענט אויס־ריידען. דער דייטשער פֿיהרער האָט זיך דערמאָנט. מיר האָ־בען געשמועסט אַ פֿאָר מינוטען וועגען דער פֿאַרגאַנגענהייט און איבערגעגאַנגען צו אמעריקא. ער האָט געמאַכט אַ פֿאָר שפּאַ־סיגע באַמערקונגען וועגען די פּרעזידענט־וואַהלען, וואָס האָבען געדאַרפֿט פֿאָרקומען יענעם יאָהר. ער האָט געפֿרעגט אויף שפּאַס, ווער עס וועט זיין דער נעקסטער סאָציאַליסטישער פּרע־זידענט פֿון אמעריקא. דערנאָך זיינען אַרײַנגעקומען אַנדערע גענאָסען. מען האָט גערעדט וועגען די נייע סאָציאַליסטישע געביידעם, איינע פֿון דער ווינער „אַרבייטער צייטונג" און די אַנדערע פֿון דעם בערלינער „פֿאָרווערטס". די לעצטע איז דאַן,97דאַכט זיך, נאָך ניט פֿאַרטיג געווען. מען איז געגאַנגען איהם ווייזען די פֿאַרשידענע טיילען פֿון דער נייער געביידע פֿון דער „אַרבייטער צייטונג".

בעבעל איז געווען זעלטען נעט געקליידט און זעהר יוגענד־ליך אין זיינע באַוועגונגען. און די שטימע האָט אויך בײַ איהם געקלונגען יונג — פּונקט דיזעלבע שטימע, ווי פֿאַר צוואַנציג יאָהר — אַ פֿעסטע, אַ קלאָהרע און אַן אַנגענעהמע. ווען ניט די ווייסע קורץ־געשאָרענע האָר, וואָלט ער אַביסעל פֿון ווייטען פֿילייכט אויסגעזעהן ווי אַ מאַן פֿון עטליכע און דרייסיג יאָהר. ווען ער איז געזעסען און אַנטייל גענומען אין דעם געשפּרעך, האָט זיך מינוטענווייז געפֿיהלט, אז ער איז מיד פֿון דער רייזע. עס האָט זיך אָבער אויך געמערקט אַן אויסדרוק, וואָס האָט ערינערט אָן דעם פֿאַקט, אז ער איז ניט עטליכע און דרייסיג יאָהר אַלט, נאָר צוויי־און־זיבעציג.

איך האָב זייערע פּנים'ער דערנאָך פֿאַרגליכען מיט זיי־ערע פֿאָטאָגראַפֿיעם פֿון פֿאַר־צוואַנציג יאָהרען. אַדלער'ס פֿאָר־טרעט האָט אויסגעזעהן פּונקט ווי דאַן. בעבעל'ס — גאַנץ אַנדערש.

בעבעל האָט יענעם זומער פֿאַרבראַכט אַ געוויסע צייט אין דער שווייץ. פֿון דאָרט איז ער דאָס געקומען קיין וויען באַזו־כען זיין אינטימען פֿריינט וויקטאָר אַדלער און זיך באַטייליגען אין דער פֿייערונג פֿון אַדלער'ס זעכציג־יאָהריגען יובילעאום, צו וועלכען מען האָט זיך דאַן געגרייט.

3
אין דעם עסטרײַכישען פֿאַרלאַמענט. — דער סאָציאַל דע־מאָקראַטישער קלוב. — אָטאָ באַוער. — זאיץ. איגנאַץ דאַשינסקי.

די עסטרײַכישע סאָציאַליסטישע פּאַרטי איז דאַן שוין גע־ווען די צווייטע גרעסטע פּאַרטי אין פֿאַרלאַמענט. די צאָהל פֿון איהרע דעפּוטאַטען איז געווען צוויי־און־אַכציג. וויקטאָר אַדלער האָט מיך אײַנגעלאַדען צו קומען אין פֿאַרלאַמענט, וואו98עס איז דאַן אָנגעגאַנגען אַ זעהר וויכטיגע דעבאַטע. ער האָט מיך געבעטען מיט איהם זיך צו טרעפֿען אין דעם קלוב, וואָס די סאָציאַליסטען האָבען געהאַט אין דער פֿאַרלאַמענט געביידע.

דער לעזער דאַרף געדענקען, אז עסטרײַך איז דאַן געווען אַ לאַנד פֿון פֿאַרשידענע פֿעלקער מיט פֿאַרשידענע שפּראַכען, און אז יעדע פֿון זיי האָט געקעמפֿט פֿאַר איהרע נאַציאָנאַלע אינטערעסען. אלזאָ, האָט יעדע פֿון זיי געהאַט איהר פּאַרטי. (די אונגאַרען קען מען ניט אַרײַנרעכענען, ווייל אונגאַרן איז געווען אַ באַזונדערע קעניגרײך מיט אַ באַזונדערען פֿאַרלאַמענט, הגם דער טראָן איז געווען דערזעלבער.) די סאָציאַל־דעמאָקראַ־טישע (סאָציאַליסטישע) פּאַרטי איז באַשטאַנען פֿון מיטגלידער פֿון פֿאַרשידענע נאַציאָנאַליטעטען. געוועהנליך זיינען זיי אַלע געווען פֿאַראייניגט. עס זיינען אָבער געווען אָפֿטע אויסנאַ־מען. און פֿון דעם איז אַרויסגעקומען, אז אָנשטאָט צו האָבען איין קלוב פֿאַר אַלע 82 סאָציאַליסטישע דעפּוטאַטען, האָבען זיי געהאַט דריי באַזונדערע קלובען, אַ דייטשען, אַ טשעכי־שען און אַ פּוילישען. די דייטשע סאָציאַל־דעמאָקראַטען האָ־בען געהאַט די גרעסטע צאָהל דעפּוטאַטען (44), די טשעכישע זיינען געווען נעקסט (25), פּוילישע סאָציאַליסטען זיינען געווען אין פֿאַרלאַמענט געווען 9, רומענישע צוויי און איטאַליענישע צוויי. אזוי ווי די דייטשע סאָציאַליסטען האָבען געהאַט די גרעסטע צאָהל דעפּוטאַטען, האָט דער דייטשער סאָציאַליסטישער קלוב געהאַט די גרעסטע דירה. די צוויי רומענער און די צוויי אי־טאַליענער האָבען קיין באַזונדערע קלוב צימערען ניט געהאַט. זיי זיינען געווען שכנים בײַ די דייטשען.

אָט אהין בין איך געקומען דעם טאָג, וואָס איך האָב גע־דאַרפֿט באַזוכען דעם פֿאַרלאַמענט. איך האָב געפֿונען אַ שעה־נעם גרויסען זאַל, גרויס גענוג פֿאַר אַ פֿאַרזאַמלונג פֿון פֿינף־זעקס הונדערט פּערזאָן. אַ גרויסע צאָהל פֿענסטער זיינען אַרויס־געקומען אויף צוויי פֿון די פֿיר גאַסען, וועלכע רינגלען אַרום די פֿאַרלאַמענט געביידע. דער פֿאָרזיצער פֿון דעם קלוב איז גע־ווען וויקטאָר אַדלער. צו דעם גרויסען זאַל איז געווען אַ בא־זונדער צימער פֿאַר דעם סעקרעטער. אין וואַשינגטאָן גיט די99רעגירונג אַ ספּעציעלען סעקרעטער פֿאַר יעדען קאָנגרעסמאַן. אין וויען איז געווען איין סעקרעטער פֿאַר אַלע מיטגלידער פֿון דעם קלוב. דער סעקרעטער פֿון דעם דייטשען סאָציאַל־דעמאָ־קראַטישען קלוב איז דאַן געווען דער היינטיגער פֿיהרער פֿון די עסטרײַכישע סאָציאַליסטען, אָטטאָ באַוער.

ווי געזאָגט, זיינען די סאָציאַל־דעמאָקראַטען פֿון אַלע נאַ־ציאָנאַליטעטען אין פֿאַרלאַמענט געוועהנליך געגאַנגען אינאיינעם. די פּוילישע זיינען איבערהויפֿט געווען פֿריינדליך מיט די דייטשע. די באַציהונגען אָבער צווישען די טשעכען און די דייטשען זיי־נען דאַן געווען אָנגעשטרענגטע. עס איז געגאַנגען אזוי ווייט, אז בײַ די וואַהלען פֿלעגט מען אין אייניגע פּלעצער אַרויס־שטעלען אָפּאָזיציאָנס־קאַנדידאַטען איינע געגען די אַנדערע. דער הויפֿט סכסוך צווישען זיי פֿלעגט אַרויסקומען דורך די יוניאָנס. אין וויען זיינען דאַן געווען בײַ אַ דריי הונדערט טויזענד טשעכען, אָבער די דייטשע עסטרײַכער האָבען דאָרטען געהאַט אַ גרויסע מאיאָריטעט, האָבען די טשעכישע אַרבייטער זיך באַ־קלאָגט, אז זיי האָבען אין די יוניאָנס ווייניגער מאַכט, ווי זיי האָבען געדאַרפֿט האָבען. און אין דער טשעכישער הויפֿט־שטאָדט, פּראַג, איז געווען פֿאַרקערט. דאָרטען האָט געוואוינט אַ גרויסע דייטשע באַפֿעלקערונג. פֿלעגט זי זיך באַקלאָגען (און באַקלאָגט זיך נאָך היינט), אז די טשעכישע מאיאָריטעט גע־וועלטיגט איבער איהר.

די נאַציאָנאַלע פֿראַגען, נאַציאָנאַלע אינטערעסען און נאַ־ציאָנאַלע געפֿיהלען האָבען געגעסען דאָס לאַנד, ווי ראָסט עסט אייזען, און די סאָציאַליסטישע באַוועגונג האָט דערפֿון געליטען אָהן אַ שיעור.

אין דעם דייטשען סאָציאַל־דעמאָקראַטישען קלוב האָב איך און מיין פֿרוי געפֿונען גענאָסע אַדלער און גענאָסע באַוער, און באַלד זיינען אָנגעקומען נאָך מיטגלידער פֿון דעם קלוב. מיר זיינען געזעסען און געשמועסט, ביז עס איז געוואָרען עלף אוהר, דאַן האָט מען אונז אַרויפֿגעפֿיהרט אויף דעם אויבערשטען עטאַזש אין דעם פֿאַרלאַמענט גופֿא, אין איינע פֿון די ספּעציעלע לאָ100זשען, וועלכע די דעפּוטאַטען האָבען געהאַלטען פֿאַר זייערע איינגעלאַדענע פֿריינט. פֿון דאָרטען האָבען מיר צוגעזעהן די פֿאַרלאַמענט זיצונג. אהין איז צו אונז באַלד אַרויפֿגעקומען דער באַקאַנטער פֿיהרער פֿון דער פּוילישער סאָציאַליסטישער באַוועגונג, דאַשינסקי, מיט וועמען איך בין שוין באַקאַנט געווען פֿון פֿריהער, פֿון זיין באַזוך אין אַמעריקא. מיר האָבען זיך וואַרים באַגריסט און געהאַט אַ קורצען געשפּרעך.

4
הערמאַן דיאמאַנט. — אַן ערינערונג אָן 1882.

צו מיר איז אויך אַרויפֿגעקומען וויקטאָר אַדלער. איך האָב אויסגעדריקט אַ וואונש באַקאַנט צו ווערען מיט דעם פּוי־לישען סאָציאַל־דעמאָקראַטישען דעפּוטאַט הערמאַן דיאמאַנט, דעם לעמבערגער איד, וועלכער איז איצט, ווען דיזע שורות ווערען געשריבען, איינער פֿון די וויכטיגסטע סאָציאַליסטישע דעפּו־טאַטען אין דעם וואַרשעווער סעים. זיין נאָמען געפֿינט זיך אין דעם צווייטען באַנד פֿון דיזע „בלעטער" (פּײדזש 50־51), דאָרטען וואו עס ווערט דערצעהלט וועגען דער רייזע פֿון אונ־זערע ערשטע אימיגראַנטען דורך גאַליציען קיין אמעריקא. ווען דער „עם עולם" איז דורכגעפֿאָהרען לעמבערג, האָט איהם אויפֿגענומען אַ קאָמיטעט פֿון געבילדעטע אידישע יונגע לייט, קינדער פֿון די פּני פֿון שטאָדט. די הויפֿט אָנפֿיהרער פֿון דער גרופּע זיינען געווען דיאמאַנט און נאַססיג (וועלכער איז שפּע־טער באַקאַנט געוואָרען אלס ציוניסט). זיי האָבען די וואָנדערער אַרויסגעוויזען אַ וואַרעמע גאַסט־פֿריינדליכקייט. אַ גאַנצע וואָך איז דער „עם עולם" דאָרטען פֿאַרבליבען. מיין פֿרוי איז געווען איינע פֿון די פּראָמינענטסטע עם־עולם־ניצעס. אלזאָ איז איהר איצט אינטערעסאַנט געווען מיט דיאמאַנט'ען זיך ווידער צו טרעפֿען.

אַדלער איז מיט איהם אַרויפֿגעקומען צו אונז אין דער לאָזשע. זי איז איהם פֿאָרגעקומען באַקאַנט, און ווען מען האָט איהם דערמאָנט אָן דעם „עם עולם", האָט ער איהר דער101קענט. דער „עם עולם" איז דורכגעפֿאָהרען דורך לעמבערג אין אָנהויב זומער, 1882, און דאָ האַלטען מיר בײַ דעם זומער 1912. אַ געשיכטע פֿון דרייסיג יאָהר! אָבער די רייזע פֿון „עם עולם" האָט דאַן געמאַכט אַ גרויסען רושם אין לעמבערג, און פֿאַר די יונגע לייט פֿון דעם קאָמיטעט, וואָס האָבען אַרום די דורכרייזענדע אַרומגעפֿאָדעט, איז דאָס געווען אַן אונפֿאַר־געסליכע געשעהעניש.

שפּעטער אַביסעל בין איך אויך באַקאַנט געוואָרען מיט דעם דעפּוטאַט ליבערמאַן פֿון פּשעמישל, אויך אַ מיטגליד פֿון דעם סאָציאַל־דעמאָקראַטישען קלוב, און אויך אַ איד.

פֿריהער האָט איבער'ן גאַנצען הויז געקאָכט ווי אַ קעסעל. עס איז געשטאַנען עפּעס אַ טשעכישער (ניט סאָציאַ־ליסטישער) דעפּוטאַט און געהאַלטען אַ רעדע, אָבער אויסער די סטענאָגראַפֿיסטען, וועלכע האָבען זיך ספּעציעל אוועקגעזעצט לעבען איהם, און עטליכע פֿון זיין פּאַרטי, האָט זיך קיינער ניט צוגעהערט. עס האָט געהוזשעט און געליאַרעמט; דער גאַנצער קראָוד פֿון אומגעפֿעהר פֿינף הונדערט דעפּוטאַטען איז געווען צוטיילט אויף גרופּען, און יעדע גרופּע האָט געשמועסט, געקריגט זיך, געשריען, געמאַכט מיט די הענט. דער איז געזע־סען, דער איז געשטאַנען, דער איז געשטאַנען מיט'ן פּנים אַהין, דער מיט'ן פּנים אַהער. אין סך הכל האָט עס אויסגעזעהן ניט ווי אַ פֿאַרלאַמענט, נאָר ווי אַ יאַריד אָדער אַ בירזשע.

די דעבאַטע איז געווען איבער אַ פֿאַרגרעסערונג פֿון דער אַרמיי. די רעגירונג האָט געוואָלט, אז אָנשטאָט דריי יאָהר, זאָל מען דינען צוויי, אָבער דערפֿאַר זאָל מען נעמען אונגעפֿעהר מיט 50 פּראָצענט מעהר סאָלדאַטען, ווי פֿריהער. די סאָציאַליס־טען זיינען געווען די אָפּאָזיציע צו דעם פֿאָרגעשלאָגענעם געזעץ, און זייערע רעדעס האָבען געמאַכט אַן אומגעהויערען איינדרוק איבער'ן גאַנצען לאַנד. די פֿאַרגרעסערונג פֿון די מיליטערישע לאַסטען האָט אין די מאַסען קיין צופֿרידענהייט, נאַטירליך, ניט אַרויסגערופֿען. דער סאָציאַליסטישער פּראָטעסט האָט אויסגע־דריקט דעם ווילען פֿון פֿאָלק.

102ווען דער סאָציאַליסט זאיץ, אַ הויכער, פֿול געבויטער מאַן מיט אַ בלאָנדער באָרד, מיט אַ קלוגען אינטעליגענטען פּנים, האָט זיך אַנידערגעשטעלט, איז געוואָרען שטיל. דער יאַריד האָט אויפֿגעהערט. זאיץ האָט אַ גוטע שטימע, און מען האָט גע־הערט זיין יעדען וואָרט. זיין באַמערקונג איז אָבער געווען בלויז איבער אַ טעכנישען פּונקט, און באַלד האָט אָנאַנדער דעפּוטאַט באַקומען דאָס וואָרט אין דער הויפֿט דעבאַטע. עס איז ווידער געוואָרען אַ מישעגינע. פֿילע דעפּוטאַטען זיינען גאָר אַרויס.

בײַ איין פּונקט האָט וויקטאָר אַדלער צו די „פּאַטריאָטען", וועלכע האָבען אונטערשטיצט דעם געזעץ־פּראָיעקט, אויסגערו־פֿען: „מיט דיזער קאָמעדיע וועט איהר קיינעם ניט אָפּנאַרען!" און אַנדערע סאָציאַליסטישע דעפּוטאַטען האָבען געשריען: „קאָמעדיאַנטען!" „רעגירונגס־קנעכט!" „די קאַפּיטאַליסטען באַצאָהלען אייך פֿאַר אייער טרייער דינסט!"

אין אַלעמען האָב איך אין פֿאַרלאַמענט פֿאַרבראַכט פֿיר טעג. פֿון די סאָציאַליסטישע דעפּוטאַטען האָב איך געהערט דיאמאַנט'ען, ליבערמאַן'ען, אַ טשעכישען סאָציאַליסט מיט'ן נאָמען האַווערמאַן, אַ דייטשען גענאָסע מיט'ן נאָמען ווינאַר־סקי און נאָך אַ פֿאָר (דאַשינסקי האָט געהאַלטען אַ רעדע מיט אַ טאָג פֿריהער. ער איז געווען איינער פֿון די בעסטע רעדנער אין פֿאַרלאַמענט). אַלע האָבען זיי שאַרף קריטיקירט די רע־גירונג און אָנגעוויזען אויף דעם פֿאַקט, אז די אַרמיי איז הויפֿטזעכליך אַ שוץ פֿאַר קאַפּיטאַל געגען אַרבייטער.

נאָך דער זיצונג, האָט דיאמאַנט מיך און מיין פֿרוי גע־פֿיהרט ווייזען די פֿאַרשידענע זאַלען און ביוראָס פֿון דער פֿאַר־לאַמענט געביידע. פֿון דעם געשפּרעך, וואָס מיר האָבען געהאַט אזוי שפּאַצירענדיג איבער די קאָרידאָרען און צימערען, געדענק איך אם דייטליכסטען, ווי דיאמאַנט האָט פֿאַר אונז געשילדערט וויקטאָר אַדלער'ס פּאָפּולאַריטעט אין גאַנץ עסטרײַך. „פֿיינד אזוי גוט ווי פֿריינד האָבען דעם העכסטען רעספּעקט צו איהם", — האָט ער געזאָגט.

5
סצענעם אויף סאָציאַליסטישע פֿאַרזאַמלונגען אין וויען. — עלענבאָגען. — ווינאַרסקי. — לייטנער.

103אין דער צייט, ווען אין דעם עסטרײַכישען פֿאַרלאַמענט איז פֿאָרגעקומען די דעבאַטע וועגען דעם נייעם געזעץ מכח דער מיליטער דינסט, און די סאָציאַליסטישע דעפּוטאַטען האָבען דעם פּלאַן שאַרף קריטיקירט, האָט די סאָציאַליסטישע פּאַרטי וועגען דעם ענין אָפּגעהאַלטען פֿילע מאַס־מיטינגען, אויף וועלכע די פֿראַגע איז ערקלערט געוואָרען פֿון איהר שטאַנדפּונקט. איך האָב בײַגעוואוינט צוויי פֿון דיזע מיטינגען. ביידע זיינען פֿאָר־געקומען אין אַרבייטער קוואַרטאַלען אין צוויי ווייט אָפּגעזונ־דערטע געגענדען. אויף דער ערשטער פֿון זיי בין איך געקומען אַ שטונדע פֿאַר די רעדעם און האָב געשמועסט מיט עטליכע פֿון די אנוועזענדע אַרבייטער. אויך האָב איך געהאַט גע־שפּרעכען נאָך דער פֿאַרזאַמלונג. די רעדנער זיינען געווען דער אויבען־דערמאָנטער גענאָסע ווינאַרסקי און דר. עלענבאָגען (אַ פֿיהרער פֿון דער עסטרײַכישער באַוועגונג, מיט וועלכען איך בין באַקאַנט געוואָרען אויף דעם בריסעלער קאָנגרעס און וועמען איך האָב צוויי יאָהר שפּעטער געהערט אויף אַ פֿאַרזאַמלונג אין וויען (זעה דריטען באַנד, פּײדזש 314).

דער עולם איז געזעסען אַרום די טישען בײַ גלעזער ביר, אָדער בײַ טעלער מיט שפּייז, מיט ביר בײַ דער זייט. עס האָט אויסגעזעהן, ווי אַן אָרעמער רעסטאָראַן מיט אַ פּלאַטפֿאָרמע פֿאַר אַ פֿאָרזיצענדען און אַ רעדנער. פֿילע האָבען שוין ניט געפֿונען קיין פּלאַץ בײַ די טישען, זיינען זיי געשטאַנען. קעלנערס זיינען אַרומגעגאַנגען און דערלאַנגט ביר אָדער עסען. דער רעדנער איז געשטאַנען און גערעדט, און זיינע צוהערער האָבען געטרונקען, געגעסען און זיך צוגעהערט.

קיין קראַגענס האָט מען כּמעט ניט געזעהן. דאָס איז גע־ווען אַן אַרבייטער מאַסע אָקאָרשט פֿון דער אַרבייט, אין „דזשאָמפּערס" אָדער אין די אָרעמע וואָכעדיגע רעקלעך, אין וועלכע זיי געהען אין שאַפּ; פֿילע פֿון זיי מיט לולקעס אין104די מײלער. די פֿרויען זיינען אויך געווען אָנגעטאָן, ווי בײַ דער אַרבייט אין שאַפּ אָדער אין קיך, אָהן העטס, און אין איינ־פֿאַכע באַוועלנע קליידלעך און יאַקלעך און אייניגע מיט פֿאַר־טוכער.

גאָר ניט ווי אַן אַרבייטער מיטינג אין אמעריקא.

פֿילע האָבען געלאָזען שטעהן אַביסעלע ביר אין גלאָז, כּדי דער קעלנער זאָל זיי ניט דערמאָנען וועגען נאָך אַ גלאָז. נאָך אַ גלאָז האָט זיך געגלוסט, נאָר מען האָט זיך ניט געקענט פֿאַר־גינען.

דער פֿאָרזיצענדער פֿון דער פֿאַרזאַמלונג איז געווען געקליידט עטוואָס בעסער ווי די איבריגע אַרבייטער, אין זיינע זונטאָג־דיגע בגדים מסתמא. די רעדנער אָבער זיינען געווען אָנגעטאָן גאַנץ נעט, ווי מענשען פֿון די פּראָפֿעסיאָנעלע קלאַסען.

צוזאַמען מיט'ן פֿאָרזיצענדען איז אויף דער פּלאַטפֿאָרמע געזעסען אַ פּאָליציי קאָמיסאַר אין זיין יוניפֿאָרם. אזוי פֿלעגט דאָס דאַן זיין אויף דאָס רוב פֿאַרזאַמלונגען אין עסטרײַך און אין דייטשלאַנד. טאָמער איז דעם קאָמיסאַר עפּעס ניט גע־פֿעלען געוואָרען, פֿלעגט ער דעם רעדנער רופֿען צו אָרדנונג אָדער די פֿאַרזאַמלונג שליסען אין רעכטען מיטען.

אין דייטשלאַנד איז געווען נאָך ערגער. דאָרטען פֿלעגט יעדע פֿאַרזאַמלונג זיך מוזען ענדיגען מיט אַ „הויך" געשריי לכבוד דעם קייזער. מיט 19 יאָהר פֿריהער איז אָבער אין וויען אויך געווען אַ סך שטרענגער.

אויף דער ווינער פֿאַרזאַמלונג, וועגען וועלכער מיר ריידען דאָ, האָט דער פּאָליציי־קאָמיסאַר זיך געהאַלטען זעהר העפֿ־ליך. ער האָט אַלע ווײלע זיך געווענדעט צום פֿאָרזיצענדען מיט אַ שפּאַס, מיט אַ פֿריינדליכען שמייכעל. די רעדנער האָ־בען גערעדט שאַרף, אָבער ער האָט זיי ניט געשטערט. ער האָט פֿילעם פֿאַרצייכענט. ער האָט זיי אָבער ניט אונטערבראָכען. ווען דער רעדנער האָט אָנגעגריפֿען די מיניסטאָרען, אָדער די נענעראַלען פֿון דער אַרמיי, אָדער די רעגירונג אין אַלגעמיין, און דער זאַל האָט געקראַכט פֿון געלעכטער אָדער צאָרן־גע105שרייען, פלעגט ער מאַכען אַן ערנסטע מינע און אַראָפּלאָזען די אויגען, אַזוי ווי אַ פֿאַרשעמטער.

דער אינטערעסאַנטסטער מאָמענט איז געווען, ווען דער רעדנער (ווינאַרסקי) האָט דערמאָנט דעם עסטרייכישען קייזער. מיט איניגע טעג פֿריהער איז פֿאָרגעקומען אַזאַ געשיכטע: אַ רוטענישער דעפּוטאַט (ניט קיין סאָציאַליסט) האָט אין פֿאַרלאַמענט געהאַלטען אַ רעדע צוויי טעג נאָכאַנאַנד, נאָר מיט'ן צוועק צו פֿאַרלענגערען די דעבאַטע, אין „אַבסטרוקציע" (שטערען די פֿאַרהאַנדלונגען). דאַן האָט דער הויפּטמיניסטער אים צוגעשיקט אַ צעטעלע פֿון קייזער, מיט עטליכע פֿריינדליכע שורות וועגען די רוטענער, און דאָס שטיקעל פּאַפּיר האָט געווירקט ווי אַ רעצעפּט פֿון אַ גוטען דאָקטאָר. די רוטענישע נאַציאָנאַליסטען, וועלכע האָבען דער רעגירונג'ס געזעץ־פּראָיעקט געוואָלט שטערען, זיינען פּלוצלונג געוואָרען איהרע טרייסטע שטיצער. האָבען זיך אָבער באַליידיגט די פּוילישע פּאַטריאָטען, פֿאַרוואָס דער קייזער שרייבט אַ גרוס צו די רוטענער און ניט צו זיי. האָט דער הויפּטמיניסטער באַלד געבראַכט פֿון קייזער אַ צעטעלע צו די פּאָליאַקען אויך. דאָס אַלעם האָט ווינאַרסקי אויף דער פֿאָרזאַמלונג געשילדערט מיט הומאָר. דעם קייזער אַליין האָט ער איגענטליך מיט ווערטער ניט אָנגעריהרט. אָבער דער מאַן, אין וועלכען ער האָט גערעדט וועגען איהם, און איבערגעגעבען די גאַנצע געשיכטע, האָט מיט קיין רעספּעקט צו איהם ניט געקלונגען. „צווישען די שורות" האָט געהילכט שפּאַט און אָפּלאַכעניש און דער עולם האָט געקייכט פֿון געלעכטער.

און ווען עס פֿלעגט זיך האַנדלען וועגען דעם קייזער, איז אין עסטרייך געווען אַ סך ווייניגער רעדע־פֿרייהייט, ווי אין באַצוג צו אַנדערע ענינים. די עסטרייכישע מיניסטערען, די עסטרייכישע רעגירונג אין אַלגעמיין, האָט מען די סאָציאַליסטען ער־לויבט צו אַטאַקירען כמעט אָהן אַ שיעור. זינט עס איז נענע־בען געוואָרען אַלגעמיינע שטים־רעכט, און די סאָציאַל־דעמאָקראַ־טיע איז געוואָרען אַ גרויסע פּאָליטישע מאַכט, איז אין לאַנד106געוואָרען אַ סך פֿרייער ווי פֿריהער. די קייזערליכע פֿאַמיליע איז אָבער אַלץ געווען געפֿערליך אָנצוריהרען.

דער אויבען־דערמאָנטער אָטטאַ באַוער האָט אין אַ גע־שפּרעך, וואָס איך האָב מיט אים געהאַט אַ פֿאָר טעג שפּעטער, געזאָגט: „ביי סטרייקס אָדער דעמאָנסטראַציעס שטערט אונז די פּאָליציי ווייניגער, ווי דער אַרבייטער ווערט געשטערט אין דייטשלאַנד. דערפֿאַר קענען די סאָציאַליסטישע ציטוננגען פֿון דייטשלאַנד זיך ערלויבען מעהר פֿרייהייטען ווי אונזער פּרעסע, ווען עס האַנדעלט זיך וועגען דעם קייזער. אין דיזער באַ־ציהונגען איז ביי אונז פֿיל שטרענגער ווי דאָרטען."

ווען ווינאַרסקי האָט גענומען רעדען וועגען דעם קייזער'ס צעטעלע און דעם קייזער'ס „גרוס", און דער עולם האָט געלאַכט אויפֿ'ן קול, האָב איך די אויגען ניט אַראָפּגענומען פֿון דעם פּאָליציי־קאָמיסאַר. אָבער אַלץ וואָס ער האָט געטאָן איז באַשטאַנען אין דעם, וואָס ער האָט אַ סך פֿאַרצייכענט אין זיין נאָטיץ־ביכעל. אונטערברעכען דעם רעדנער האָט ער ניט.

אַט זיינען אַ פֿאָר שטעלען פֿון די, וואָס איך האָב פֿאַר־שריבען פֿון ווינאַרסקי'ס רעדע.

„מען זאָגט אונז, אַז מיר מוזען האָבען אַן אַרמיי צו באַ־שיצען דאָס לאַנד... צו באַשיצען וועמען? די רייכע? אויב דאָס אַרבייטענדע פֿאָלק דאַרף האָבען באַשיצונג, טאָ זאָל עס צוערשט האָבען וואָס צו באַשיצען (דערביי ווערט אַ קול אַ געשריי: „גאַנץ ריכטיג! זעהר ריכטיג!"). זאָלען די אַרבייטער האָבען אַן אַנשטענדיג לעבען; זאָל צו זיי געהערען דאָס, וואָס זיי שאַפֿען מיט זייער פּראַצע. זאָל מען זיי ניט באַרויבען. די רויבער דאַרפֿען האָבען די אַרמיי, ניט די אַרבייטער (אַ געשריי: וואָס דען? אַזוי איז עס! זעהר ריכטיג!). און אויב אַן אַרמיי איז שוין יא נויטיג, דאַרף דאָס פֿאָלק זיך ניט בלו־טיגען, אום מאַסען אָפֿיצירען זאָלען קענען לעבען אין גלאַנץ און וואוילטאָג און פֿאַרברענגען די צייט אויף פּאַראַדען מיט צערע־מאָניעס, מיט הולטאַיסטוואָ. זאָל יעדער ביורגער, יעדער אַר־בייטער זיין אַ סאָלדאַט און טאַקע האָבען אַ ביקס ביי זיך אין שטוב. דאָס וואָלט געווען אַן אמת'ע אַרמיי, אַן אמת'ע באַשי107צונג. אָבער דאָס וואָלט געווען צו געפֿעהרליך פֿאַר די מאַכט־האָבענדע! (געלעכטער און אַפּלאָדיסמענטען). איינער פֿון די צוהערער שרייט אויס: „דאַן וואָלט אַלץ געוואָרען פּונקט פֿאַר־קערט ווי היינט"!). עס פֿאַרשטעהט זיך, די רויבער פֿון פֿאָלק האָבען מורא די אַרבייטער צו געבען געוועהר אַהיים... זיי מוזען דעם סאָלדאַט האַלטען אין קאַזאַרמע, מאַכען פֿון איהם אַן אינ־סטרומענט געגען זיינע אייגענע אינטערעסען."

דער נעקסטער רעדנער, ד״ר. עלענבאָגען, האָט צווישען אַנ־דערעם געזאָגט: „אין אונזער פֿאַרלאַמענט הערשט דאָס רוב אַ טומעל, אַ מישעניננע. די פֿאַרשידענע גרופֿען קענען ניט דורכ־קומען צווישען זיך. אָבער יעדעס מאָל, ווען עס האַנדעלט זיך וועגען אונטערדריקען דעם אַרבייטענדען פֿאָלק, ווערען די אַלע גרופֿען פֿאַראייניגט. איצט ווילען זיי אַ פֿאַרגרעסערטע אַרמיי צו דיזען צוועק. אַלזאָ, שטימען מיר פֿינפֿטעל פֿון די דעפּוטאַטען פֿאַר דעם. מיר, סאָציאַל־דעמאָקראַטען, ווילען באַשיצען אונזער לאַנד מיט אונזער בלוט; מיר ווילען אָבער זיין די בעלי־בתים איבער אונזער בלוט (הויכע אַפּלאָדיסמענטען און צופֿרידענע געשרייען). מיר ווילען ניט, אַז די זיהן פֿון קאַפּיטאַליסטען און פֿון פּריצים, וועלכע פּראַנטעווען אין אָפֿיצערסקע קליידער, זאָלען זיין די בעלי בתים איבער אונזער אַרמיי. זאָל דאָס גאַנצע פֿאָלק זיין די אַרמיי, און זאָל עס אַליין זיין דער בעל־הבית איבער זיך. זאָל דאָס פֿאָלק אַליין באַשליסען, צי וויל ער האָבען אַ מלחמה צי ניט".

ווען אַ רעדנער האָט געבראַכט אַ פֿאַקט, וועלכער האָט גע־וויזען ווי די מאַכט־האָבענדע באַשווינדלען און באַרויבען דעם פֿאָלק, האָבען די צוהערער געשריען: „פֿוי, פֿוי!" און עטליכע מאָל האָבען זיך געהערט אַזעלכע ווערטער ווי: „שורקען! באַנ־דיטען!"

די רעדנער זיינען שוין צוגעוואוינט צו דיזע אונטערברע־כונגען. און סך הכל גיט דאָס דעם מיטינג אַ כאַראַקטער פֿון אַ היימישער פֿאָרזאַמלונג מיט געשפּרעך אָהן צערעמאָניעס.

די צווייטע פֿאָרזאַמלונג, וואָס איך האָב ביינעוואוינט, איז געווען אין אַ פֿיל גרעסערען זאַל און ניט אין אַ פּריוואַטע האַלע,108נאָר אין איינעם פֿון די פֿיר גרויסע אַרבייטער־היימען (לייבאָר לייסעאומס), וועלכע די פּאַרטיי האָט דאַן געהאַט אין ווין. דאָס זיינען געווען גרויסע געביידעס, יעדע מיט אַ רעסטאָראַן, אַ לעזע־צימער, פֿאַרשידענע מיטינג־זאַלען און אָפֿיסעס פֿון די יוניאָנס אָדער פֿון דער פּאַרטיי.

די סצענעס אויף דעם צווייטען מיטינג זיינען געווען עהנליך צו די אויבען־דערמאָנטע. אויך טישעט, אַרום וועלכע מען איז געזעסען מיט ביר און מיט שפּייז. אויך איז לעבען דעם פֿאָר־זיצענדען געזעסען אַ פּאָליציי־קאָמיסאַר. די רעדעס זיינען געהאַלטען געוואָרען פֿון אַ סאָציאַליסט מיט'ן נאָמען ליטנער, אַ געוועזענער אָפֿיציר, און פֿון דעם אויבען־דערמאָנטען גענאָסע צאַיץ. ביידע רעדעס זיינען געווען אינהאַלטס־רייך. צאַיץ איז געווען אַ בעסערער רעדנער מיט אַ בעסערער שטימע, און מיט מעהר טעמפּעראַמענט.*) אָבער דעם שטאַרק־סטען איינדרוק האָט אויף מיר געמאַכט אַ געוויסע שטעלע אין ליטנער'ס רעדע. ער האָט באַוויזען, אַז דורך דעם, וואָס מען וועט שטאַרק פֿאַרגרעסערען די אַרמיי, וועט מען געצוואונגען זיין פֿאַר רעקרוטען צו נעמען שוואַכע און קראַנקע יונגע לייט. דערביי האָט ער געשילדערט, ווי דאָס פֿאָלק איז אויסגעהונגערט, ווי דורך דער קאַפּיטאַליסטישער רויבעריי ווערען ביי די אַרבי־טערמאַסען געבאָרען אַלץ שוואַכערע קינדער, ווי עס וואַקסט אַ דאַרע קוואָרע באַפֿעלקערונג. דערביי איז אין זאַל פֿאָרגעקומען אַ מערקווירדיגע סצענע. מיט אַ ווילדען צאָרן האָט מען גע־שריען: „פֿוי!" און פֿילע פֿון די אָנוועזענדע פֿרויען האָבען זיך צושריען מיט היסטערישע קולות: „נידערטרעכטיגע באַנדיטען! מערדער"!

די דעבאַטע אין פֿאַרלאַמענט האָט אָנגעהאַלטען פֿיר טעג. די רעגירונג האָט נאַטירליך אויסגעפֿיהרט. די שטעלונג און די רעדעס פֿון די סאָציאַליסטישע דעפּוטאַטען האָבען אָבער געמאַכט אַ גרויסען רושם איבער'ן לאַנד.

6
אַ פֿאָר טעג אין בודאַפּעסט.

109פֿון ווין בין איך אויף אַ שיף אַ ביסעל איבער דעם דאָנאו אַריבער־געפֿאָהרען קיין בודאַפּעסט אויף אַ פֿאָר טעג. דער טייך ווערט באַזונגען אַלס דער „בלאָהער דאָנאו". אין דער אמת'ען הויבט ער ניט אָן צו זיין בלאָה. ער איז געל, גרינליך־געל, אָדער גראָה. שעהן איז ער אָבער דאָך. זיינע ברעגעס אודאי. שעהנע בערג, פֿעלדער, לאַנקעס, וועלדער, וועלדלאַך. דאַ צוגיסט ער זיך אין אַן אָזערע; דאַ — ביי אַ וועלדעל — צוצווייגט ער זיך אויף צוויי טייכען; דאַ און דאָרטען טראָגט זיך די שיף פֿאַרביי אַ פּרעכטיגען קליינעם אינזעלע. אַ שעהנע נאַטור, אַ מילדע, אַ געמיטליכע.

מיר זיינען אָנגעקומען אין בודאַפּעסט, זיך אָפּגעשטעלט אין אַ האָטעל, אָפּגעגעסען אַ גוטען אונגאַרישען מאָהלצייט, אַרום אויפֿ'ן גאַס און געפֿרואוואָט נעמען אַ דראָשקע זיך דורכצופֿאָהרען צו באַקוקען די שטאָדט. דראָשקעס האָט איהר דאַ געהאַט וויפֿיל איהר ווילט, אָבער אויף דייטש ענטפֿערען אייך די קוטשערס ניט. געוועהנליך האָט מען אין בודאַפּעסט גערעדט דייטש אַזויפֿיל, ווי־פֿיל אונגאַריש. דער נאַציאָנאַליזם האָט אָבער דאַמאָלס געהאַלטען אין רעכטען פֿלאַקער, און קיין אַנדער שפּראַך ווי אונגאַריש האָט מען ניט אַנערקענט. אַ פֿאָר אידישע קוטשערס זיינען נאָך געווען שאָוויניסטישער ווי די אַנדערע.

מיר זיינען געווען אין פֿאַרצווייפֿלונג. אָבער אַן אינטעלי־גענטער אונגאַרישער איד, וועלכער האָט צוגעקוקט די סצענע, האָט פֿאָרגעשלאָגען אונז צו העלפֿען. ער האָט געדינט אַלס אונ־זער דאָלמעטשער, און אויף דיזען אָרט האָבען מיר באַקומען אַ דראָשקע.

אַ גרויסע שעהנע שטאָדט בודאַפּעסט. אַנדראַשי שטראַסע, איהר שעהנסטע גאַס, איז אַ לאַנגע ברייטע איינדרוקספֿולע עוועניו. פֿאַראַן אויך אַ פֿאָר פֿיינע געשעפֿטס־גאַסען מיט גרויסע רייכע קראָמען, לעבעדיגע קאַפֿעס, רעסטאָראַנען. דער צענטער110פֿון שטאָדט איז געווען פֿול מיט לעבען. ווי מיר זיינען דורכ־געפֿאָהרען דורך דער אַנדראַשי שטראַסע, האָט דער קוטשער פֿון דער דראָשקע אונז אָנגעוויזען אויף דעם פּאַלאַץ פֿון גראַף טשעשעני, וועלכער האָט דאַן שוין פֿון עטליכע יאָהר געהאַט אַן אַמעריקאַנער פֿרוי, וואַנדערבילט'ס אַ טאָכטער. דער אַמעריקאַ־נער נדן, וואָס ער האָט באַקומען, האָט איהם געמאַכט פֿאַר דעם רייכסטען מאַן אין אונגאַרן.

אין בודאַפּעסט איז מיר גראָד אויסגעקומען צו זיין, ווען דער אונגאַרישער פֿאַרלאַמענט איז געווען באַוואַכט פֿון מיליטער, און די גאַנצע שטאָדט איז געווען פֿול מיט זשאַנדאַרען. ביי יעדען געוועהנליכען פּאָליסמאַן זיינען געשטאַנען דריי זשאַנדאַרען מיט ביקסען. דער קאַמף פֿאַר אַלגעמיינע שטים־רעכט, וועלכער האָט אויסגעבראָכען אין אונגאַרן צוליב דעם נייעם געזעץ־פּראָיעקט וועגען דער פֿאַרגרעסערונג פֿון דער אַרמיי, איז נאָך דאַן ניט איינגעשטילט געוואָרען. די בלוטיגע מיטלען, מיט וועלכע גראַף טיססאַ, דער פּרעזידענט פֿון דעם אונגאַרישען פֿאַרלאַ־מענט *), האָט געאַרבייט דורכצושטופֿען דיזען געזעץ, זיינען נאָך געווען אויף דער טאַגעס־אָרדנונג. אַלזאָ, האָט מען דעם בודאַ־פּעסטער פֿאַרלאַמענט געהאַלטען באַוואַכט מיט פֿוס־סאָלדאַטען און מיט קאַוואַלערריע. איך האָב געזעהן די סאָלדאַטען, ווי זיי זיינען געזעסען אויף די טרעפּ פֿון די שעהנע פֿאַרלאַמענט־געביי־דעס מיט זייערע ביקסען צוזאַמענגעשטעלט אין גרופּען נאָהענט צום האַנט. איך האָב אויך געזעהן, ווי אַן עסקאַדראָן דראַגונער האָט גערייטען צום זעלבען פּלאַץ. ביי טיססאַ'ס וואוינונג האָב איך געזעהן אַ גרופּע זשאַנדאַרען.

די שטאָדט אין אַלגעמיין האָט אָבער געהאַט אַ געוועהן־ליכען אויסזעהן.. די ביטערע צוזאַמענשטויסען זיינען שוין גע־ווען פֿאַראיבער.

די סאָציאַליסטישע פּאַרטיי האָט געשפּילט אַן אָנגעזעהענע111ראָלע אין דעם קאַמף. מען האָט ערוואַרט, אַז די רעגירונג וועט נאָכגעבען אין וויכטיגע פּונקטען.

7
צוריק אין ווין. — ר. אַבראַמאָוויטש. — אַ. ליטוואַק. — וולאַדימיר מעדעם.

מיר האָבען זיך אומגעקערט קיין ווין. מיר האָבען זיך אָפּגעשטעלט אין דעם זעלבען האָטעל, וואו מיר זיינען פֿריהער איינגעשטאַנען. אין ווין האָט זיך דאַן געפֿונען ר. אַבראַמאָ־וויטש, וועלכער איז דאַן הויפּטזעכליך געווען באַקאַנט אַלס איינער פֿון די וויכטיגסטע פֿיהרער פֿון דעם „בונד". וועגען זיין באַזוך אין ניו יאָרק איז דערצעהלט געוואָרען אין דעם פֿערטען באַנד, וואו עס געפֿינט זיך אויך זיין בילד (זעה פֿערטען באַנד, פּיידזש 414). ער האָט געוואוינט אין ווין מיט זיין פֿרוי און קינד. איך האָב די פֿאַמיליע באַזוכט עטליכע מאָל. פֿון די געשפּרעכען מיט איהם בין איך באַקאַנט געוואָרען מיט אינטע־רעסאַנטע שטריכען פֿון דער סאָציאַל־דעמאָקראַטישער באַוועגונג אין עסטרייך און אויך פֿון דעם לעבען פֿון די רוסישע רעוואָלו־ציאָנערען, וואָס האָבען זיך דאַן געפֿונען אין ווין.

דער אידישער שרייבער אַ. ליטוואַק, דער בונדיסט, איז דאַן אויך געווען אין ווין. מיט איהם בין איך באַקאַנט געוואָרען נאָך פֿריהער, אין ניו יאָרק. אויך האָט דאַן דאָרטען געוואוינט וולאַדימיר מעדעם. איך האָב זיך דאָרטען מיט איהם גע־טראָפֿען צום ערשטען מאָל. די באַקאַנטשאַפֿט האָט שטאַטגע־פֿונדען אין דעם באַריהמטען אוניווערזיטעט־קאַפֿע, וואו מעדעם, ליטוואַק און איך האָבען פֿאַרבראַכט אַ גאַנצען אָוונט צוזאַמען. וועגען מעדעם'ען האָב איך, נאַטירליך, אַ סך געהערט. איצט זיינען מיר עטליכע שטונדען אָפּגעזעסען צוזאַמען און גע־שמועסט, און דער איינדרוק, וואָס איך האָב באַקומען וועגען איהם פֿון פֿריהער, איז באַשטעטיגט געוואָרען — אַ זאַך, וואָס פּאַסירט ניט אָפֿט; וואָרים געוועהנליך, ווען איהר זעהט אַ מענ־שען „אין פֿלייש און בלוט", באַקומט איהר אַ גאַנץ אַנדער באַ־גריף, ווי דער, וועלכער האָט זיך אויסגעאַרבייט אין אייער גע112דאַנק פֿון פֿריהער. איך האָב זיך איהם פֿריהער פֿאָרגעשטעלט ווי אַ „פּאַניטש", אַ יונגער קריסטליכער אַדעליגער. און אַזוי איז ער איצט געווען אין מיינע אויגען. ער איז געווען שעהן, מיט אַ חן, וועלכער איז געווען דורכגעדרונגען מיט אַ ניט־אידי־שען מין זעלבסט־ווירדע אָהן גאוה. זיצענדיג מיט איהם ביים טישעל, האָב איך זיך געקלערט: ווי קומט אַ איד צו אַזאַ אויסדרוק אויפֿ'ן פּנים, מיט דיזען ספּעציעלען סאָרט חן? דאָס וואָס זיינע עלטערען האָבען זיך גע'שמד'ט, האָט דאָך זייערע געזיכטער ניט געענדערט. פֿון וועמען זשע האָט ער גע'ירש'ענט דיזען ניט־אידישען אויסדרוק מיט דיזער ניט־אידישער ווירדע? שלאַגענד ניט־אידיש זיינען זיינע געזיכטס־שטריכען ניט געווען. עס איז אָבער אויך לייכט געווען זיך פֿאָרצושטעלען, אַז דאָס איז אַ פּוילישער פּנים. אָבער דאָס אַלץ איז פֿאַרהעלטניסמעסיג ניט וויכטיג. זיינע מאַנירען, זיינע האַלטונגעס, זיין אַרט רעדען, זיין האַלטען זיך, זיין געמיט — אַלץ האָט אָנגעזאָגט, אַז דאָס איז ניט קיין איד. אַזאַ איינדרוק האָט ער אויף מיר געמאַכט.

דער פֿאַקט, אַז ער האָט זיך אומגעקערט צו אידען (ניט צו שוהל־אידען, נאָר צו דעם „בונד") און האָט זיך פֿאַר די אידישע אַרבייטער געאָפּפֿערט, האָט אין זיין פּנים אַ ספּעציעלען חן אריינגעגעבען, — אַזוי האָט זיך מיר געדאַכט, ווען איך האָב געקוקט אויף איהם. ווען ער וואָלט געהאַט אַן עכט אידישע געזיכט, מיט עכט אידישע האַוואַיעס, וואָלט דיזער ספּעציעלער חן דאָרטען ניט געווען. וואָס פֿאַר אַ וואונדער איז דאָס, ווען אַ איד איז אַ בונדיסט? ווען אַ „פּאַניטש" אָבער ווידמעט זיין לעבען ספּעציעל צו אידישע אַרבייטער — דאָס איז שוין עפּעס אַנדערש. אין אַן אַרטיקעל אין „פֿאָרווערטס" האָב איך אים אַמאָל אָנגערופֿען „דער אוריאל אַקאָסטאַ פֿון אונזער באַוועגונג", און איצט, זיצענדיג מיט איהם אין דעם וויענער קאַפֿע, האָב איך אים אין מיינע געדאַנקען אָנגערופֿען מיט דעמזעלבען נאָמען.

אַ זאָנדערבאַרען איינדרוק האָט אויף מיר געמאַכט זיין אידישער לשון. זיין אויסשפּראַך איז געווען ווי „אַ גוי רעדט אידיש". ער האָט אונזער לשון געקענט גענוי, און ער האָט זיך אויף איהם אויסגעדריקט פֿריי. ער האָט אויף איהם אָבער גערעדט,113אַזוי ווי אַן אויסלענדער רעדט אויף דער פֿרעמדער שפּראַך, וועלכע ער האָט אויסגעלערענט דורך אַ ביכעל. ער האָט געברויכט מעהר העברעאישע ווערטער, ווי איך, אַ סך מעהר. אָבער דאָס גופֿא האָט באַשטעטיגט, אַז דאָס איז אַ גוי. אַן אויסלענדער, וואָס רעדט אויף אַ פֿרעמדער שפּראַך, געברויכט אַ סך מעהר הויכע ווערטער, ווי דער, וואָס רעדט אויף איהר פֿון געבאָרענשאַפֿט אָן.

אין דער צייט, וואָס מיר האָבען אַזוי פֿאַרבראַכט אין דעם קאַפֿע, האָט זיך דאָרטען ביי אַן אַנדער טישעל געפֿונען דער איצט וועלט־באַריהמטער לעאָן טראָצקי. איך בין דאַן מיט איהם ניט געווען באַקאַנט. איך האָב אָבער געהערט פֿון איהם. און איך האָב געוואואוסט, אַז ער גיט אַרוים אַ רוסישע סאָציאַליסטישע צייטונג אין ווין. דעם פֿאַקט, אַז ער איז דאַן געזעסען אין דעמזעלבען קאַפֿע, האָט מיר איבערגעגעבען טראָצקי אַליין אין 1917, ווען ער האָט זיך געפֿונען אין ניו יאָרק און האָט באַ־זוכט דעם „פֿאָרווערטס" אָפֿיס.

— איך האָב געוואָלט צוקומען צו אייער טישעל און באַקאַנט ווערען, איך בין אָבער געזעסען מיט אַ דאַמע, — האָט ער מיר ערקלערט.

8
די קאָנפֿערענץ פֿון די טעריטאָריאַליסטען. — איזראעל זאַנגוויל. — ש. יאַצקאַן. — דאָקטאָר ראָטנער.

פֿון ליטוואַק'ען האָב איך זיך דערוואוסט, אַז אין ווין וועט מאָרגען זיך עפֿענען אַ קאָנפֿערענץ פֿון די טעריטאָריאַליס־טען (ציוניסטען, וועלכע האָבען זיך מיאש געווען פֿון אַ אידי־שע היים אין פּאַלעסטינא און האָבען געזוכט אַן אַנדער פּלאַץ, וואו די אידען וואָלטען געקענט גרינדען אַ זעלבסטשטענדיגע רעגירונג). ער האָט מיר געגעבען דעם אַדרעס, און מיר האָבען אָפּגעמאַכט זיך צו טרעפֿען. אויף מאָרגען זיינען מיר אַהין ביידע געקומען. דער פֿאָרזיצער פֿון דער פֿאָרזאַמלונג איז געווען דער באַריהמטער ענגלישער שריפֿטשטעלער איזראעל זאַנגוויל. ער114האָט די זיצונג געפֿיהרט אויף דער דייטשער שפּראַך, אויף וועל־כער ער האָט גערעדט מיט גרויס שוועריגקייט. אַזוי ווי מיר זיינען געווען באַקאַנט פֿון ניו יאָרק, האָבען מיר זיך באַגריסט און אַ געוויסע צייט פֿאַרבראַכט צוזאַמען (זעה 4טען באַנד, פּיידזשעם 222—224).

ליטוואַק האָט מיך פֿאָרגעשטעלט פֿאַר איניגע פֿון די דע־לעגאַטען. אויף דיזען אָרט בין איך באַקאַנט געוואָרען מיט ש. יאַצקאַן, דער גרינדער און רעדאַקטאָר פֿון „היינט", וואָס איז דאַן געווען די פֿאַרשפּרייטסטע אידישע צייטונג אין איי־ראָפּא. מיין מיינונג איז געווען, אַז ער איז דער איינציגער אידישער זשורנאַליסט אין אייראָפּא, וואָס שרייבט אידיש אַזוי, אַז עס זאָל זיין פֿאַרשטענדליך פֿאַר דעם איינפֿאַכען עולם. איך האָב געגלויבט, אַז דאָס איז איינע פֿון די וויכטיגסטע אור־זאַכען פֿון זיין ערפֿאָלג. די צייטונג איז ארויסגעגעבען געוואָ־רען גאַנץ אַנדערש, ווי אונזער „פֿאָרווערטס", אָבער אויך די אומשטענדען זיינען אין רוסלאַנד געווען גאַנץ אַנדערע, ווי אין אַמעריקא.

— מיר האָבען שוין לאַנג געדאַרפֿט באַקאַנט ווערען, — האָט יאַצקאַן צו מיר געזאָגט ביים באַגריסען זיך. דאָס איז געווען אַן אַנצוהערעניש אויף דעם פֿאַקט, אַז דער „פֿאָרווערטס" האָט אַ גרויסען ערפֿאָלג אין אַמעריקא, און זיין „היינט" האָט אַ גרויסען ערפֿאָלג אין אייראָפּא.

דערביי האָט זיך אויך געפֿונען דער באַקאַנטער וויענער דאָק־טאָר ראָטנער, אַ פֿיהרער פֿון די „עס־עס־אָווצעס" (ציוניסטען סאָציאַליסטען). מען האָט דערצעהלט וועגען אַ פֿאַמיליע־דראַ־מאַ, פֿון וועלכער ער איז געווען דער ליידענדער צד. ווען איך האָב זיך מיט איהם באַגעגענט, איז ער געווען טיילווייז פּאַראָ־ליזירט און מענשען, וואָס זיינען געווען באַקאַנט מיט דער גע־שיכטע, האָבען מיר ערקלערט, אַז דאָס איז אַ רעזולטאַט פֿון דער טראַגעדיע. ער האָט זעהר ווייניג גערעדט. עס איז איהם שווער געווען צו ריידען. אַנשטאָט דעם האָט ער געשמייכעלט מיט אַ זעהר סימפּאַטישען, טרויעריגען שמייכעל.

9
ביי אַ באַריהמטען דאָקטאָר.

115מיין הויפּט צוועק פֿון קומען אין ווין איז געווען צו באַ־זוכען איינעם פֿון די דאָרטיגע באַריהמטע דאָקטוירים. איך האָב זיך באַראַטען מיט וויענער פֿריינט, און מען האָט מיר אָנ־גערופֿען דאָקטאָר אָרטנער, וועלכער איז אין ווין געווען פֿאַר־רעכענט פֿאַר דעם וויכטיגסטען אַרצט אויף אינערליכע קראַנקהיי־טען. מיר איז אויסגעקומען ביי איהם צו וואַרטען אַ לאַנגע צייט, וואָרים ער האָט יענעם טאָג פֿאַרשפּעטיגט צו זיינע אָפֿיס שטונדען. ווען ער האָט מיך אויפֿגענומען, האָט ער מיך גע־איילט, בוכשטעבליך ניט געגעבען קיין מעגליכקייט צו דער־צעהלען, וואָס מיט מיר איז. יעדען זאַץ מיינעם האָט ער אונטערבראָכען מיט אַן אומגעדולדיגער באַמערקונג: „יא, דאָס ווייסט מען שוין". (פֿאַר דער מעדיצינישער וויסענשאַפֿט איז דאָס קיין נייעם ניט, הייסט עס). גערעדט האָט ער מיט אַן עכטען וויענער דיאַלעקט. די דייטשע ווערטער זיינען ביי איהם אַרויסגעקומען שפּיציג און מיט „קאַמעצ'ען" אַנשטאָט „פּאַ־סער'ען". פֿילע פֿון זיי האָבען געקלונגען אידיש. ער האָט מיר געהייסען נעמען אַן עקס־רעי (רענטגען שטראַהלען) פֿאָטאָגראַפֿיע, און דאָס האָט מען אַראַנזשירט אין דעם גרויסען וויענער האָספּי־טאָל, מיט וועלכען ער איז געווען פֿאַרבונדען.

דעם רעזולטאַט פֿון דעם עקס־רעי האָט דער ספּעציאַליסט אין זיין באַריכט אויסגעדריקט אַזוי פֿאָרזיכטיג, אַז שפּעטער, ווען איך האָב דאָס געוויזען ניו יאָרקער דאָקטוירים, האָבען זיי מיט אַ שמייכעל געזאָגט, אַז מען קען דאָס טייטשען, ווי מען וויל. מען דאַרף אָבער האָבען אין זינען, אַז די „עקס־רעי" פּראַקטיק איז נאָך דאַן געווען אַ סך ווייניגער ענטוויקעלט ווי היינט.

פֿיל מעהר צופֿרידענהייט האָב איך באַקומען פֿון אַ קלע־נערען דאָקטאָר, וויקטאָר אַדלער'ס אַ פֿריינד. ער האָט מיך גאַנץ גענוי אונטערזוכט און מיר ערקלעהרט מיין קראַנקהייט אַזוי איבערצייגענד, אַז צו זעהן זיך מיט וויטערע ספּעציא116ליסטען האָב איך שוין געהאַלטען פֿאַר איבעריג. ער איז איינ־פֿאַרשטאַנען געווען מיט דאָקטאָר אָרטנער'ען, אַז עס איז ראָט־זאַם פֿאַר מיר צו פֿאָהרען קיין קאַרלסבאַד — אַז יעדענפֿאַלס וועט דאָס ניט שאַדען.

10
דער טעאַטער אין עסטרייך און אין אַמעריקא.

די פֿאָלגענדע שורות האָב איך געשריבען צום „פֿאָרווערטס" פֿון ווין, אין יאָהר 1912, נאָכדעם ווי איך האָב דאָרטען באַזוכט דעם באַריהמטען „בורג טעאַטער".

עס פֿלעגט זיין אַ כלל, אַז אין גייסטיגע זאַכען דאַרף אַמע־ריקא שטעהן אָהן אַ היטעל פֿאַר דער אַלטער אייראָפּא. אַז דאָס איז אמת וועגען טעאַטער, האָב איך זיך ספּעציעל ערקונדיגט אויף דיזען באַזוך מיינעם אין ווין און דערנאָך אין בערלין דעמזעלבען זומער. איך בין מיט מיין פֿרוי געגאַנגען אין דעם באַ־ריהמטען „בורג טעאַטער" זעהן די פּיעסע „די פֿינף פֿראַנקפֿור־טערס", וואו עס האַנדעלט זיך וועגען דער ראָטשילד פֿאַמיליע. מיר האָבען פֿון דער פֿאָרשטעלונג געהאַט דעם העכסטען פֿאַר־געניגען.

קיין סימן פֿון דער אַמעריקאַנישער און ענגלישער „סטאַר" סיסטעם. איך וויל מיט דעם ניט זאָגען, אַז קיין איינציגער פֿון די שוישפּילער איז ניט געווען בעסער ווי די אַנדערע. דאָס וואָלט ניט געווען אמת. הערר קאַרף, וועלכער האָט גע־שפּילט אַלס דער פּרינץ, האָט אַרויסגעוויזען מעהר טאַלאַנט ווי אַלע. אָבער ערשטענס, האָבען די אַנדערע, כמעט יעדער און יעדע אין דער קאָמפּאַניע, אויך געהאַט פֿיינע טאַלאַנטען; צווייטענס, האָט זיך אויף אַ סעקונדע ניט געמערקט, אַז קאַרף איז וויכטיגער, אַז מען אונטערדריקט אימיצען אויפֿ'ן קלענסטען אָרט, אום קאַרף זאָל זיך בעסער אַרויסזעהן. יעדער שוישפּילער איז אין זיין ראָלע געווען פּונקט אַזוי וויכטיג ווי ער; יעדער האָט געשפּילט זיין ראָלע, — ניט ווייניגער און ניט מעהר. און געשפּילט האָט מען מייסטענס נאַטירליך, אָהן געמאַכטע117געשרייען, אָהן פֿאַלשע קונצען. קאַרף האָט זיך באַוועגט און גערעדט אויפֿ'ן איינפֿאַכסטען, נאַטירליכסטען אופֿן, און ער האָט געשאַפֿען אַ לעבעדיגען פּאָרטרעט פֿול מיט חן און הומאָר.*)

אויב ביי איניגע פֿון די אַנדערע מיטגלידער פֿון דער טרו־פּע איז די איינפֿאַכקייט און לעבענס־דייטליכקייט ניט אימער געבליבען אונגעשטערט, האָט דאָס ווייניג קאַליע געמאַכט דעם אַלגעמיינעם איינדרוק פֿון נאַטירליכקייט, וואָס זייער אַלעמענס שפּילען האָט אַרויסגעבראַכט. אַמווייניגסטענס צופֿרינדענשטע־לענד איז געווען די מוטער, וועלכע איז אייגענטליך די וויכטיג־סטע ראָלע אין דער פּיעסע; האָט זי אָבער אויך אַרויסגעצייגט טאַלאַנט.

אין ניו יאָרק פֿלעגט מען אַזא זאָרט שפּילען זעהן בלויז דאַן, ווען דער קליינער דייטשער טעאַטער אין אוירווינג פּלייס איז געווען אין זיין אַמאָליגען גוטען צושטאַנד, אָדער ווען עס פֿלעגט אַריבערקומען אַ גוטע קאָמפּאַניע פֿון דייטשלאַנד, אָדער איטאַ־ליען. די אַמעריקאַנישע ביהנע האַלט זיך דערווייל גאַנץ ווייט פֿון אַזא סאָרט קונסט. פֿאַרלויפֿיג קענען נאָך אפֿילו די אַמע־ריקאַנישע „סטאַרס" ניט פֿאַרשטעהן, אַז דעקלאַמירען און מאַ־כען מיט די אויגען און אויף נאַטען הייסט ניט פֿאַרשטעלען לעבע־דיגע מענשען...**)

דער טעאַטער גופֿא איז אַן אמת'ע פּראַכט פֿון אינווייניג, אַזוי גוט ווי פֿון דרויסען. זיין „פֿאַיע" (אַ ברייטער קאָרידאָר אויף צו שפּאַצירען צווישען די אַקטען) איז ניט ווייניגער שעהן און גרויסאַרטיג ווי דער באַריהמטער „פֿאַיע" אין דער פּאַריזער118אַפֿעראַ. דער אַרױסגאַנג אינװײניג צו די אָרקעסטראַ סיטס און צו די לאָזשעם עפֿענט אױף פֿאַר'ן אױיג אַ הערליכען עפֿעקט.

אין אַ פֿאַראַדנעם אָרט שטעהט דאָרטען אַ נײַער ביוסט פֿון דעם לאַנג־פֿאַרשטאָרבענעם אַדאָלף זאָנענטאַל (זעה 4טען באַנד, פֿיידוש 219).

די דעקאָראַציעס בײַ די „פּינף פֿראַנקפֿאָרטער" זײַנען געװען רײַך, שעהן און האָט אָפֿגענאַרט דאָס אױיג. דאָס, צוזאַמען מיט'ן שפּילען, האָט זיך צונױיפֿגעגאָסען אין אײן קינסטלערישען בילד.

11
פֿון מײַן װיענער נאָטיץ־ביכעל. — די באַרימטע סטעפֿאַן קירכע. — אַ סצענע אין אַ טראַמװאַי.

די פֿאָלגענדע שורות זײַנען געגרינדעט אױף נאָטיצען אין נאָטיץ־ביכעל, װעלכע איך האָב געפֿיהרט, זײַענדיג אין װיען.

צוערשט קומען אײַנדריקע פֿון דער סטעפֿאַן קירכע, די גראָסטע קירכע אין װיען און אײַנע פֿון די באַרימטסטע אין דער װעלט.

עס האָט געװוּנגען אַ גרױסער כאַר. עס האָבען זיך לאַנגזאַם געקײַקעלט די טענער־כװאַליעס פֿון אַן אָרגעל. די כאַריסטען האָט מען ניט געזעהן. זײַערע שטימען האָבען געקלונגען אַזױ װי פֿון גאַנץ װײַט. אױיסגעצײכענטע שטימען, און דער װוידער־קול פֿון דער ריזיגער קירכע האָט זײַער געהיימניספֿולקײט פֿאַרגרעסערט.

עס האָבען געברענט װועקסענע ליכט... גאַנצע װועלדער פֿון ליכט. אַ גילדענער בילד פֿון דער הײליגער מאַריא האָט אין זײַנע פֿלאַמען געגליהט. די ריזיגע זײַלען האָבען זיך געהױיבען צו דעם הױיכען סופֿית, גרױיע, פֿאַרטראַכטע, פֿינף־הונדערט־יאָהריגע. פֿון אַ שװערער אַטעם פֿון װיירױך, פֿון ברענענדיגע ליכט, פֿון אַ האַלב־טױיזענד־יאָהריגע שימעל, פֿון אַ טונקלער קיהלקײט, װי פֿון אַן אַלטמען קעלער... אַן אַרעמע פֿרױ מיט אַ שװערען אָנגעפּאַקטען קאָרב אין האַנט האָט זיך אַ װאָרף געטאָן אױיף די קני און זיך גענומען צלם'ען מיט אַלע כּוחות.119זי האָט זיך געשטעלט, איז צוגעפֿאַלען צום דראָטענעם נעץ, װאָס שיצט דאָס הײליגע בילד פֿון גנבים, און גענומען די דראָט קושען לײַדענשאַפֿטליך... צו מאַריאַ'ען גופֿא קען מען מיט די ליפֿען ניט צוקומען...

װען זי האָט זיך אָנגעזעטיגט, האָט זי מיט באַרוהיגטע בליקען אין די אױיגען אַ הױיב געטאָן איהר קאָרב און איז אַװעק מיט שטילע, גיכע טריט.

און דער כאַר, װאָס האָט זיך ניט געזעהן, האָט װײַטער געזונגען. די ליכט האָבען װײַטער געברענט. דער גילדערנער הײליגער פּנים האָט װײַטער געבליסטשעט. דער װוידער־קול האָט װוידער געהילכט מיט װוייטקײט, און אױיף די צעהנדליגער געזיכטער איז אַלץ געװען אױיסגעגאָסען אַ פֿרומע עהרפֿורכט.

דער צװײיטער נאָטיץ אױיף שײַד איז שײַך צו אַ סצענע אין אַ טראַמװאַי.

איך בין געזעסען אין אַ װיענער טראַמװאַי. עס איז אַרײַנ־געקומען אַ מוטער מיט אַ מײדעלע, בײַ װועמען אַ האַנט איז געװען פֿריש פֿאַרבאַנדאַזשירט. גלײַך האָבען די פּאַסאַזשירען גענומען די מײדעלע באַקוקען און רײדען צו איהר. אײַנע האָט איהר גענומען פֿאַר דעם הענטעל, אַ צװײיטע האָט איהר געגלעט אָיבער דעם קעפּעלע און אָנגערופֿען מיט צערטליכע נעמען. פֿרױיען האָבען פֿון אַלע זײַטען גענומען פֿאַנאַנדער־פֿרעגען די מוטער װועגען דעם אומגליק. זײ האָבען אױיסגעדריקט מיטלײַד, געגעבען עצות. די מוטער האָט אַלעמען געענטפֿערט. די גאַנצע קאַר איז פֿאַרװואַנדעלט געװואָרען אין אַ פֿאַמיליע־פֿאַרזאַמלונג. די מוטער האָט הנאה געהאַט פֿון דער אױיפֿמערק־זאַמקײט, װאָס מען שענקט איהר קינד און איהר, און מען האָט געקענט זעהן, אַז די מײדעלע פֿיהלט זיך אַלס די העלדין פֿון דער סצענע. די פֿרױיען האָבען איבערגעשטײַגט אײַנע די אַנ־דערע אין אַרױיסװױיזען זײַער סימפּאַטיע, זײַער װוייך־האַרציג־קײט. די סצענע איז אָבער געװוען אַ סימפּאַטישע. אין אַ שטאָדט, װי באָסטאָן, אָדער לאָנדאָן, זעהט מען אַזעלכע סצע־נעם זעהר װוייניג. דאַרטען האַלט זיך דער עולם שטײַפֿער. מען איז ניט אַזױ צוגעלאָזען אײַנער צום אַנדערען.

12
אײַנדריקע פֿון קראַקאָו. — אַ מוטער מיט אַ זוהן. — אינטעליגענטע אידען מיט פּאות'ן. — דער הױיפּט־מאַרק. — דער װואָװועל. — דער אידישער קװואַרטאַל. — ס. עהרליך. — אין אַ קלױז. — אַ מלמד. — אַ ישיבה. — דאַמען. — פּאות. — אַן אַלטע קירך. — נאָך מיטאָג אין פּאַרק.

120פֿון װיען בין איך געפֿאָהרען קײן קראַקאָו. אײַנע פֿון די זאַכען, װאָס האָבען געצױגען מײַן אױיפֿמערקזאַמקײט, װען איך האָב געמאַכט מײַן ערשטען שפּאַציער דורך די גאַסען פֿון דער אַלטער פּױלישער שטאָדט, איז געװען אַ יונגע אידישע מוטער מיט איהר צעהן אָדער עלף יאָהריגען אײַנגעלע. זי איז גע־גאַנגען אין די אײַנענע האָר און געטראַגען האָט זי אַ שעהנע גרױסע הוט מיט אַ רײַכען װוייסען שטרױיס־פֿעדער און אַ שװואַרצען סאַמעטענעם סוט. אױיף איהר פּנים האָט זיך גע־זעהן געלט מעהר װי בילדונג. געקלײַדעט איז זי אָבער געװען אַמת עלעגאַנט און מיט אַ פֿײַנעם געשמאַק. דער אײַנגעל װי־דער האָט געהאַט לאַנגע געקרײַזעלטע פּאות און געטראַגען אַ „בעקעשע" בוכשטעבליך ביז דער ערד, און אַ פּלישענעם קאַפּע־ליושעל, אַ חסידישען.

איך האָב געװואוסט, אַז אין װואַרשע קען מען באַגעגענען אומגעפֿעהר אַזאַ מוטער מיט אַזאַ זוהן, אָבער דאַן האָב איך װואַרשע נאָך קײַנמאָל ניט געהאַט באַזוכט, און פֿון הערען ביז זעהן איז װוייט. פֿאַר מיר איז דאָס בילד געװען אַן איבעררא־שונג. איך האָב מיינע אױיגען ניט געגלױיבט. אַ מוטער פֿון דעם צװואַנציגסטען יאָהרהונדערט מיט אַ זוהן פֿון דעם צװועלפֿטען יאָהרהונדערט.

זײ זײַנען געגאַנגען צו דעם פּלאַץ, װאו עס געפֿינען זיך די װויכטיגסטע קראָמען. אַ שטונדע שפּעטער האָב איך זײ באַ־געגענט אַ נאַנדער גײַענדיג צוריק. די מוטער האָט געטראַגען אַ פֿאַר־פּעקלעך, און דער אײַנגעל האָט שױין איצט געהאַט אַ שפּאַנגעל נײַעם שטעקען, אַ פֿאַרבױיגענעם שטעקען פֿון דעם סאָרט, װועל־כען עס טראָגען פֿאַרצײַטיגע אידען. דאָס האָט די מאַמע איהם121געקױפֿט. דאָס בילד פֿון אַן עלף־יאָהריגען חסיד'ל איז איצט געװוען פֿאַרפֿאָלקאָממט.

עס איז געװען אינטערעסאַנט צו זעהן, װי דער אײַנגעל מאַרשירט שטאָלץ, צוקלאַפֿענדיג מיט'ן שטעקען, און װי די פּאות טרײַסלען זיך בײַ איהם צום מאַשק. אַ אידישע מאַמע פֿון רוסלאַנד, אַז װי די דאָזיגע, װאָלט זיך געשעמט מיט אַזאַ אײַנגעל צו געהן איבער'ן גאַס.

באַלד האָט דער עלף־יאָהריגער חסיד'ל זיך גענומען לאָס־טשען צו זײַן מוטער, און זי האָט, נעהענדיג, איהם צוגעצױיגען צו זיך. איהרע אױיגען האָבען מיט מוטער־שטאָלץ געשײַנט. פֿאַר מיר איז דאָס געװען אַן אונגלױיבליכע סצענע. אין מײַן אַלטמער הײם האָב איך קײַנמאָל אַזעלכעס ניט געזעהן. און אין אַמעריקא אודאי ניט. די עלעגאַנט־געקלײַדעטע פֿרױ איז מיר סימפּאַטיש געװואָרען.

שפּעטער האָב איך אין קראַקאָו געזעהן אידען מיט לאַנגע פּאות און מיט לאַנגע בעקעשעס, װי זײ גײַהען מיט מאָדערנע געפּוצטע דאַמען, זײַערע פֿרױיען. אױיך האָב איך אזעלכע פֿאַר־צײַטיגע אידען געזעהן געהאַנדיג פֿלײַצע בײַ פֿלײַצע מיט געגאָנעל־טע הײַנטיגע פֿראַנצמען.

איך האָב אָבער אױיך געזעהן אידען מיט לאַנגע פּאות און בערד און אין לאַנגע בעקעשעס, װי זײ זיצען פֿאַרטיפֿט אין אַ לײַט־טשערטיקעל פֿון דער װויענער „נײַע פֿרײַע פּרעסע".

אין דעם האָטעל, װאו איך בין אײַנגעשטאַנען, האָב איך זיך מיט עטליכע אידען אזעלכע צוריעדט. אַ פֿאַר פֿון זײ זײַנען געװען אינטעליגענטע מענטשען. צוערשט האָט זיך מיר אבאַ־לוט ניט געגלױיבט, אַז אזעלכע רײַד קומען אַרױס פֿון אזעלכע בערד מיט אזעלכע פּאות'ן. אין אַ פֿאַר טעג בין איך אָבער שױין אזױ צוגעװואוינט געװואָרען צו דעם, אַז מיר האָט זיך כמעט געדאַכט, אַז די לאַנגע בערד און פּאות זײַנען אױיך אינטע־לינענט. אַלץ איז אַן אײַנדרוקס־זאַך און אַ געװואוינהײַט־זאַך.

אין מײַן געבורטס־שטאָדט, אין װוילנע, איז דאָס אַן אונ־מעגליכע ערשײַנונג. אין רוסלאַנד איז דער גרעניץ צװוישען דעם אַלט־מאָדישען דור און דעם מאָדערנעם געװוען ניט אין ערך שאַר122פֿער. בײַ אונז האָט אַ פֿאַרצײַטיגער איד פֿון אַ הײַנטיגען גע־װוייכט. ער האָט פֿאַר איהם פּשוט מורא געהאַט. די אורזאַכע פֿון דיזען אונטערשיד צװוישען גאַליציאַנער אידען און רוסישע האָט געשטאַממט פֿון דעם אונטערשיד אין דער פּאָליטישער לאַגע פֿון די אידען. די עסטרײַכישע רעגירונג האָט דעם אידען ניט פֿאָרבאַלגט. איז דער פֿאַרצײַטיגער איד געװוען מעהר תקיף בײַ זיך, שטאָלצער מיט זײַן אידישקײט און מיט זײַ פֿאַרצײַטיג־קײט. אַ גרױיסער טײַל פֿון דער אידישער באַפֿעלקערונג אין קראַקאָו האָט די חסידישע קלײַדער שױין געהאַט אַראָפּגעװואָר־פֿען פֿון זיך. מען איז געגאַנגען װי אײַראָפּעאיִשע מענשען, און אױפֿ'ן גאַס האָבען אזעלכע אידען גערעדט פּױיליש. אױיף טריט און שריט האָב איך באַגעגענט אידישע גימנאַזיסטען.

∗ ∗ ∗

אַ שטאָדט אורטײַלט מען לױט איהר לעבעדיגסטען פּונקט. און דער לעבעדיגסטער פּונקט אין קראַקאָו איז געװוען ניט קײַן אײַנדרוקספֿולער. אַ שלעכט ברוקירטער סקװוער מיט אַרעמע אָפֿגעריסענע פּראַװוינציעל אױיסזעהענדע געבײַדעס אין מיטען, מיט ניט קײַן גרױיסע קראָמען, — דאָס איז דער „הױיפּט־מאַרק", דער צענטער פֿון קראַקאָו. קײַן סך מענשען האָבען זיך אױיף די טראָטואַרען ניט באַװעגט. װען איך האָב זיך אָבער דורך־געשפּאַצירט דורך די באַרימטע אַלטע פּלעצער, אַבישעל װוײַ־טער פֿון דעם צענטער, איז מײַן אײַנדרוק געװען אַ גאַנץ אַנ־דערער. קראַקאָו איז אין מײַנע אױיגען דאַן געװואָרען אײַנע פֿון די שעהנסטע און אינטערעסאַנטסטע קלענערע שטעדט אין אײַראָפּא. קראַקאָו איז די מצבה אױיף דער אַמאָליגער פּױלישער קעניגרײַך. דאָרטען געפֿינען זיך די קברים פֿון די פּױילישע קע־ניגען. װואַרשע איז דער הײַנט פֿון פּױילען, קראַקאָו איז איהר נעכטען. און אַ פֿאַרגאַנגענהײט איז אינטערעסאַנטער װי אַ געגענװואַרט.

∗ ∗ ∗

איך האָב פֿאַרבראַכט עטליכע שטונדען אין דעם „װואָװועל", דעם שלאָס פֿון די אַמאָליגע פּױילישע קעניגען אין קראַקאָו. איך האָב געזעהן די קברים פֿון די קעניגען, װאָס ליגען דאָרטען אין123קעלערען, און דעם קבר פֿון אדאם מיצקעװויטש, דעם גרױיסען פּױילישען פּאָעט, װועלכער געפֿינט זיך אױיך דאַרטען; ער ליגט אין אַ באַזונדערען קעלער־צימער. װען די פּױילישע קעניגרײַך װאָלט נאָך הײַנט עקזיסטירט, װאָלט מען דעם קערפּער פֿון אַ פּאָעט צװוישען די טרונעס פֿון די געקרױינטע ניט געלעגט. אָבער דאָ, אין דעם האַרץ, שטעהט אַ מאָנומענט צו מיצקעװויטש'ען. דאָסזעלבע איז אין לעמבערג. דאָסזעלבע איז אין יעדער מעהר װויכטיגער שטאָדט אין גאַליציען. אױיך זײַנען דאַרטען אומ־טום פֿאַרהאַן נאַסען, װאָס טראָגען זײַן נאָמען. (הײַנט, װען פּױילען איז װוידער זעלבסטשטענדיג אָבער אָהן אַ קעניג, געפֿינט איהר דאָסזעלבע אין אַלע פּױילישע שטעדט. דאַן אָבער איז דאָס געװוען בלױיז אין גאַליציען).

זײַנען די פּאָליאַקען דאָס אזעלכע ליבהאַבער פֿון פּאָע־זיע, אַז אַ פּאָעט שטעלען זײ העכער פֿון די העלדישע? נײַן, ניט אַלס פּאָעט, נאָר אַלס דעם קעניג פֿון דער אונצוטײַלבאַרער שפּראַך פֿון דער צוטײַלטער לאַנד, האָט מען איהם געעהרט.

∗ ∗ ∗

דער „קאַזשימיש", דער אידישער קװואַרטאַל פֿון קראַקאָו, איז ניט קײַן גרױיסער געגענד, און זײַן באַפֿעלקערונג איז ניט קײַן גרױיסע. דלות זעהט זיך דאָ אָהן אַ שיעור. דאָ װואוינען מײַסטענס אָרטאָדאָקסישע אַלטמאָדישע משפּחות. איהר באַ־געגענט אין קראַקאָו אַ סך אינטעליגענטע אידען, װאָס געהען געקלײַדעט װי הײַנטיגע אײַראָפּעער און רײדען כמעט בלױיז פּױיליש. אָבער די, װאָס האַלטען זיך בײַ די פֿאַרצײַטיגע אידי־שע קלײַדער און מנהגים, זײַנען זעהר אַלטמאָדיש.

124די קראָקאָװוער שול איז אײַנע פֿון די עלטסטע אין אײַ־ראָפּא. פֿון דרױיסען באַשטעהט זי פֿון רױיטע, אָפֿגעבראָקענע פֿאַר־פֿינף־הונדערט־יאָהריגע צינעל. זי איז געבױיט געװואָרען אין דעם פֿופֿצענטען יאָהרהונדערט, און אינעװוייניג איז זי אינטערע־סאַנט — אַ װוערטפֿולע שטיקעל אידישע פֿאַרגאַנגענהײט. ליידער איז זי זעהר פֿאַרנאַכלעסיגט. זי פֿאַרדינט געהאַלטען צו װוערען רײַנער און מיט מעהר אָרדנונג. די פֿראַגע שול באַקומט אַ סך מעהר אױיפֿמערקזאַמקײט. (אין לעמבערג איז אױך פֿאַר־האַן אַ זעהר אַלטע שול. די קראַקאָװוער איז אָבער פֿיל עלטער און גרעסער. נאָך גרעסער און שעהנער איז די אַלטע שול פֿון בראָד).

ס. עהרליך (יושר), דער דאַמאָלסדיגער קאָרעספּאָנדענט פֿון „פֿאָרװוערטס", האָט מיך אַרױיפֿגעפֿיהרט אױיף דעם צװוייטען עטאַזש פֿון אַן אַרעמער געבײַדע לעבען דער אַלטער שול. מיר זײַנען אַרײַנגעקומען אין אַ קלױיז. לאַנגע פֿאָליצעס מיט ספֿרים מיט אַלטע, צוברעקעלטע רוקענס. אַ פֿאַר בחורים און אַ אײַנגעל האָבען געלערנט, יעדער פֿאַר זיך, בײַ לאַנגע טישען. זײ האָבען געלערנט דיזעלבע גמרא און מסתּמא מיט דעמזעל־בען נגון, װי די אידען, װאָס האָבען אין דעם 15טען יאָהר־הונדערט די שול איבערגעבױיט פֿון אַ פּױילישער ביבליאָטעק.

געהענדיג איבער דערזעלבער ענגער אידישער גאַס, צװוישען די אונבאַשרײַבליך אַרעמע קרעמלעך, װאו אַ הערינג װוערט צושניטען אױיף צעהן טײַלען, און אין יעדער שטיקעל איז אַ בא־זונדערע סחורה, האָב איך באַמערקט אַ אידישען גימנאַזיסט אין אַ צורישענעם יוניפֿאַרם. ער איז געשטאַנען אױיף אַ שװוע־לע אין אײַנער פֿון די צרה'דיגע שטיבער ניט װוייט פֿון יענער קלױיז און פֿון דער אַלטער שול. עס איז געװוען דײַטליך, אַז זײַנע עלטערען װואוינען דאָרטען, אַז דאָס איז זײַן הײם...

מיט אַ טאָג פֿריהער האָב איך אין מײַן נאָטיץ ביכעל125פֿאַרצײַכענט אַן עלעקטרישען טראַמװואַי, װאָס געהט דורך דעם טױיער פֿון אַ גאַנץ פֿאַרצײַטיגען פּױילישען טורעם. װען איך האָב געזעהן דעם גימנאַזיסט, װאָס װואוינט אין דיזען אַלטען אַלט־מאָדישען אידישען קװואַרטאַל, האָב איך אין מײַן ביכעלע אַרײַנגעשריבען די װוערטער: „אַ אידישער גימנאַזיסט אין דער מיטפּעניש פֿון דעם פֿאַרצײַטיגען אידישען דלות און אידישער פֿרומקײט! עס האָט מיך דערמאָנט אָן דעם עלעקטרישען טראַמ־װואַי, װאָס געהט דורך דעם פֿאַרצײַטיגען טורעם".

איך האָב באַזוכט אַ חדר. ער איז געװוען פֿון דעמזעלבען סאָרט, װי די חדרים פֿון פֿאַר פֿינף הונדערט יאָהרען. אין גע־װוסע פּרטים איז ער אפֿשר נאָך געװוען צרה'דיגער. אין צװוי שרעקליך שמוציגע צימערען האָב איך געפֿונען בײַ אַ פֿערציג קלײַניִנקע אײַנגעלעך. דער מלמד און זײַנע צװוי געדונגענע „באַהעלפֿער", האָבען מיט זײ געלערענט אײַנציגװוייז. פֿאַר־נומען זײַנען, אַלזאָ, געװוען ניט מעהר װי דרי אײַנגעלעך מיט אַ מאָל. די איבעריגע זײַנען געזעסען אױיף בענק, געשריען, געלאַכט, געװוויינט, געשטיפֿט. אַ געפֿילדער איז געװוען פֿאַרטױיבט צו װוערען, און די לופֿט איז געװוען אָנגעפֿילט מיט אַן אָטעם־פֿאַרכאַפּענדער זױיערקײט. די װוענט, דער סופֿית און די פֿאָד־לאָגע זײַנען דאַרטען מסתּמא געװוען דורכגעדרונגען מיט אָנ־געזאַמעלטע טוכלעקײַטען פֿון דורות און דורות. ניט אומזיסט זײַנען אַלע אײַנגעלעך געװוען בלײַך און קרענקליך, אזױ װי אױיסגעװוייקטע.

די באַהעלפֿערס האָבען געקנעלט מיט מאַטערניש, מיט הײַזעריגע שטימען, זײַערע פּנים'ער האָבען אױיסגעזעהן בלאַס, אױיסגעמוטשעט, נערװוועז. עס איז געװוען אַ רחמנות צו קוקען אױיף זײַ...

דער מלמד אָבער איז געװוען אַ געזונטער, אַ פֿעטער. אַ ראָזעלער איד מיט פֿולע באַקען, מיט קלאָרע, רוהיגע אױיגען. ער האָט געלערענט מיט זײַן תלמיד, ניט אָפֿהעסענדיג זיך דאָס האַרץ. די שרעקליכע לופֿט, װועלכע איז געװוען אזױ געדיכט, אַז מען האָט איהר, דאַכט זיך, געקענט שעפּען מיט אַ לעפֿעל,126האָט איהם ניט געשעדיגט. פֿאַרקערט, עס האָט געמאַכט דעם אײַנדרוק, אַז ער פֿיהלט זיך אין איהר װי אַ פֿיש אין װואַסער.

די קראַקאָװוער ישיבה האָב איך באַזוכט אין אַ שפּעטער נאָכמיטאָג שטונדע. איך האָב די ראש ישיבות באַגעגענט אין טױיער. זײ זײַנען שױין געגאַנגען אהיים. זײ האָבען מיר געגע־בען שלום עליכם, און דער װויכטיגסטער פֿון זײ, אַ איד מיט אַ גרױיסער בּאָרד, האָט זיך מיט מיר צורעדט װועגען ישיבות אין אַלגעמיין און װועגען אַמעריקא. ער איז פֿון אידיש גליך איבער־געגאַנגען צו דײַטש. ער האָט געברױיכט פֿילע אױיסדרוקען און װוערטער, װועלכע האָבען געװוויזען, אַז ער איז באַקאַנט מיט דער שפּראַך.

און דאָס איז ניט געװוען דאָס ערשטע מאָל, װאָס איך האָב אין גאַליציען געהערט אַ גאַנץ פֿרומען פֿאַרצײַטיגען אידען רײ־דענדיג דײַטש. אין יאָהר 1912 איז דאָס דאָרטען געװוען אַ גאַנץ געװואָהנהעלכע זאַך. דער פֿאַרצײַטיגער ראש ישיבה האָט איבער־געװוויזען אַן איבעראַראַשענדע הײַנטיגקײט. װוידער די געשיכטע מיט דער עלעקטרישער קאַר אין דעם פֿאַרצײַטיגען פּױילישען טורעם...

∗ ∗ ∗

די עלעגאַנטסטע און חן'עװדיגסטע דאַמען, װאָס איך האָב געזעהן, זײַנען געװוען אידישע. דאָסזעלבע האָב איך דערנאָך געפֿונען אין לעמבערג און אין אַנדערע גאַליצישע שטעדט.

מײַן אײַנדרוק איז איבערהױיפּט, אַז צװוישען שעהנע אידישע פֿרױען איז פֿאַרהאַן אַ גרעסערער פּראָצענט שעהנע, װי צװוישען די אידישע פֿרױען פֿון רוסלאַנד. (זעה צװוישען באַנד, פֿײַדוש 45). װואַרשײַנליך איז דאָסזעלבע מיט די מענער אױיך.

און דער פֿאַרצײַטיגער אידישער הילוך שטערט ניט. איך האָב אין גאַליציען געזעהן פֿיל אַלטמאָדישע אידען, איבערהױיפּט אַלטע לײַט, אױיף װועלכע עס איז געװוען שעהן צו קוקען. די לאַנגע קלײַדער מיט די בּאָרד און פּאות'ן האָבען זײ צוגעגעבען „בילדערליבקײט". בײַ אַ מאהלער װואָלטען זײ ערװועקט אַ חשק זײַערע פּאָרטרעטען צו מאָהלען.

127װועגען פּאות'ן װאָלט מען געקענט אַ גאַנצען בוך אױיפֿ־שרײַבען. װאָס פֿאַר אַ פֿאַרשידענאַרטיגקײט! מען זאָגט, אַז לױט דער האַנטשריפֿט פֿון אַ מענשען קען מען דערקענען זײַן כאַראַקטער; דאָסזעלבע קען מען אפֿשר זאָגען װועגען פּאות'ן. עס זײַנען פֿאַרהאַן פּאות'ן, װאָס װוייזען אָן אױיף אַ שטאַרקען כאַראַקטער, און פּאות'ן, װאָס זאָגען עדות װועגען אַ כאַראַקטער־לאָזיגקײט. עס זײַנען דאָ שטאָלצע פּאות'ן און „אַראָפּגעפֿאַלענע בײַ זיך", אױיפֿגעריכטיגע און צבועצקע, גוט־האַרציגע און האַרץ־לאָזע, סעריעזע און לײַכטזיניגע, קלוגע פּאות'ן, נאַרישע פּאות'ן, פּעהיגע פּאות'ן און אונפֿעהיגע. אזױ װי עס זײַנען ניטאָ קײן צװוי פּנים'ער, װאָס זאָלען זײַן אַבסאָלוט דיזעלבע; אזױ זײַ־נען ניטאָ קײן צװוי פּאר פּאות'ן װאָס זאָלען זײַן אַבסאָלוט דיזעלבע. יעדע פּאר פּאות'ן האָט זיך איהר געשטאַלט, איהר אָנבליק, איהר אינדיװוידואַליטעט.

דער כלל, װאָס איך האָב זיך געפּרואַװוט געבען, אַז יעדע פּאר פּאות'ן האָט אַ שײַכות צו דעם כאַראַקטער פֿון דעם װאָס טראָגט זײ, איז מאַסע אַ כלל. איך האָב אָבער צו איהם גע־פֿונען אַ סך אױיסנאַהמען.

די לעבעדיגסטע פּאות'ן האָב איך געזעהן אין בעלז; די שװוערסטע און אָריגינעלסטע אין לעמבערג; די בכבוד'סטע אין בראָד. אין פּשעמישל האָב איך באַגעגענט אַ פּאר פּאות'ן, װועלכע זײַנען געװוען אזױ האַרט פֿאַרגרײַזעלט און אזױ לאַנג, אַז זײ האָבען זיך געױוינט, װי צװוי פֿעסטע זײַדענע שניר. בשעת זײַער אײַגענטימער איז געגאַנגען, האָבען זײ איהם געשמיסען אין די באַקען און אין די האַלז; און ער האָט די שמיץ מקבל באהבה געװוען. ער האָט מיט די פּאות'ן קאָקעטירט, פּונקט װי אַ אָפֿיציר, מיט װועמען ער איז געגאַנגען און גע'שמועסט, האָט קאָקעטירט מיט זײַן גלאַדענעם קאָלנער און מיט דעם זילבערנעם שײַד פֿון זײַן שװוערד.

אָפֿט זעהט איהר אַ דאַרינקע, קורצינקע פּאר פּאות'לעך, שװוינדזיכטיגע, נעבעך, בלױיז פֿון עטליכע הערעלעך. זײַער באַלעבאָס געהט מיט אַ רחמנות פּנים, ער גלעט זײ און ציהט זײ, אזױ װי אַ יונגינקער בחור'ל ציהט זײַנע שפּראָצענדע װואָנ128צעלעך, זײ זאָלען װואַקסען גיכער. און אַן אַנדער אידען שיקט דער מזל צו אַ פֿאָר מזל־ברכה'דיגע פּאות'ן, גרױיסע, גערּאָטענע, שעהנע קאָסטען. הײַנט געה פֿרעג קשיות בײַם רבונו של עולם!

דאָס אַלץ איז שײַך צו גאַליציע אין אַלגעמיין, ניט דוקא צו קראַקאָו. אין קראַקאָו האָב איך זיך אָבער צום ערשטען מאָל פֿאַראינטערעסירט מיט דעם ענין. און אָנגעפֿאַנגען האָט זיך דאָס פֿון דעם, װאָס אײַנער פֿון די אינטערעסאַנטסטע אידען, מיט װועמען איך בין באַקאַנט געװואָרען אין מײַן האָטעל, װי אױי־בען איז דערמאָנט געװואָרען, האָט געהאַט אַ מערקװוערדיגע פּאַר פּאות'ן. אומגעװואָהנהענליך לאַנג און אומגעװואָהנהענליך געקרײַזעלט זײַנען זײ געװוען. דער פּנים איז בײַ דעם אידען געװוען אַן אײַ־דעל מיט אַ כאַראַקטער, פֿול מיט כאַראַקטער און מיט גײַסטיגען אינטערעסען.

אין מײַן ערשטען געשפּרעך מיט איהם האָב איך זיך ערקונדיגט, אַז ער איז אַן ענטװויקעלטער באַלעזענער מענש, אַז ער פֿאַר־שטעהט די װועלט און האָט עפּעס װאָס צו זאָגען װועגען מענשען און װועגען פּאָליטישע פֿראַגען. זײַנע לאַנגע, לאַנגע פּאות'ן האָבען װוידערשפּראָכען דעם אינערליכען פּאָרטרעט, װאָס איך האָב באַקומען פֿון איהם. איך האָב מיט איהם געשמועסט נאָך אַ פֿאָר מאָל. ער איז מיר געװוען זעהר אינטערעסאַנט.

∗ ∗ ∗

די אַלטע קראַקאָװוער קירכע פֿון דער הײליגער מאַריא ציהט מיט איהר אױיסערליכען אױיסזעהן ניט קײן אױיפֿמערקזאַמקײט. אינעװוייניג אָבער איז זי שעהן און רײַך. זי איז מיט אַ פֿאָר יאָהרהונדערטער עלטער, װי די שול. מען האָט זי בײַדען שױין עטליכע מאָל רעמאָנטירט, באַנײַט. פֿילע טײַלען זײַנען אָבער פֿאַרבליבען װי געװוען. די װויכטיגסטע טײַל פֿון דער קירכע איז פֿול מיט גלאַנץ און מיט קאָסטבאַרע אַלטע קונסט אַרבייט. גאָלדענע און זילבערנע באַפּוצונגען בליסטענדיג מאַסענװוייז. טײַל־װוייז איז דאָס צו שרײַענד, אָבער אין סך־הכל — ניט. עס איז דאָ גענוג אמת'ע שעהנקײט. אינערליך איז די קירכע אײַנע פֿון די רײַכסטע אין אײַראָפּא.

∗ ∗ ∗

129קראַקאָו האָט אַ פּאַרק, װועלכער געהט אַרום און אַרום די װויכטיגסטע טײַלען פֿון שטאָדט. „די פּלאַנטען" רופֿט מען איהם. פֿילייכט איז דאָס װואָרט פּאַרק צו װואָזשנע. מײַסטענס איז דאָס ניט מעהר, װי אַ פֿאָר אַלעען. אין פֿילע פּלעצער איז ער אָנגענעהם און שעהן. און כמעט דורך יעדען קװואַרטאַל געהט דורך אַ טײַל פֿון איהם. מיט די פּלאַנטען מעג קראַ־קאָו שטאָלצירען. פֿון קײן אַנדער שטאָדט װאָס זאָל האָבען אזעלכע איבעראַל־געהענהענדע אַלעען, װוייס איך ניט.

נאָכמיטאָג שפּילט אין די פּלאַנטען אַ קעסטער, און אַרום דעם אָרקעסטער פֿאַרזאַממעלט זיך אַ גרױיסער עולם. איך האָב יענעם פּלאַץ באַזוכט אין אַ שעהנהנע זומער־דיגען נאָכמיטאָג. די זון האָט געלױיכטען העל, עס האָט גע־שמעקט מיט בלומען. דער אָרקעסטער האָט געשפּילט אױיס־געצײכענט. אַ הוּבשע טײַל פֿון די שפּאַצירענדע איז באַשטאַנען פֿון עלעגאַנטע דאַמען און עלעגאַנטע קאַװואַליערען, אידישע און קריסטליכע. און צוזאַמען מיט זײ האָבען זיך באַװועגט אי־דען מיט בעקעשעס ביז דער ערד און מיט פּאות'ן ביז די פֿלײצעס, און די פֿאַרצײַטיגע אידישקײט האָט ניט געשטערט דעם אַלגעמײַנעם אײַנדרוק פֿון מאָדערנער קולטור. חסידים האָבען שפּאַצירט צוזאַמען מיט אָפֿיצירען, אָדער מיט אידישע פֿראַנטען, אָדער מיט דאַמען געקלײַדעט לױיט דער הײַנטיגער מאָדע, אזױ װי זײַערע בעקעשעס און די פּאות'ן װאָלטען געװוען אַ טײַל פֿון דערזולבער מאָדע. עס האָט זיך געפֿיהלט אַ פֿאַראָדנע שטימונג, אַ שטילע פֿײַערליכקײט. אין יענעם מאָמענט האָט קראַקאָו מיר אױיסגעזעהן װי אַ בליהענדע גרױיסע שטאָדט, װי אַ הײַנטיגע הױיפּט־שטאָדט.

13
מײַן באַגעגעניש מיט לענין'ען.

איגנאַץ דאַשינסקי, דער פֿיהרער פֿון דער פּױילישער סאָ־ציאַליסטישער באַװועגונג אין גאַליציען, מיט װועמען איך האָב זיך געזעהן אין ניו יאָרק און איצט אין װויען, איז אַ קראַקאָװוער; ער איז אָבער דאַן ניט געװוען אין דער הײם. די סאָציאַליסטישע130פּױלישע ציונים „נאַשאָוו" פֿון קראַקאָו האָט דאַן געהאַט אַ שטאַרקען אײַנפֿלוס אױף די פּױלישע אַרבײַטער, און דאַשינסקי איז דאָרטען געװען זעהר פּאָפּולער, אָבער די אינטעלגעסטריע אין דאָרטען שװאַך עניטװיקעלט, און װעגען אַ גרױסער אַרבײַטער באַװעגונג האָט קײן רײד ניט געקאָנט זײַן.

אין דער באַגליסונג פֿון דעם „פֿאַרװערטס" קאָרעספּאָנדענט מ. עהרליך האָב איך באַזוכט די רעדאַקציע פֿון „נאַשאָוו". עמיל העקער, דער הױפּט־רעדאַקטאָר (אַ ר׳ב׳ם׳ אַ זוהן) איז אױך דאַן ניט געװען אין שטאַדט. מיר האָבען אָבער געפֿונען צװײ מיט־ אַרבײַטער, אױף מײַן פּױליש, דורך דער הילף פֿון מײַן באַגליטער, עס האָבען מיר אָבער געשטאַממעט טײַלװײיס אױף דײַטש, טײַלװײיס אױף פּױליש. אַ אײַנער פֿון מײַן צװײיי מיט־ אַרבײַטער פֿון „נאַשאָוו" אין אַ רוסישער פֿאַליאַ פֿון מינסק, און אַז ער האָט שמודירט אין אַ רוסישען אוניװערזיטעט. מיר האָבען, אַלזאָ, געקאָנט רעדען אױף רוסיש, און דער געשפּרעך האָט באַקומען אַ פֿיל לײכטערען און אינטימערען כאַראַקטער. דער רוסיש־פּױלישער געגאַסע האָט מיר דאַן פֿאַרטרױיט אַ סוד, דער ניקאָלאַי לעגין געפֿינט זיך אין קראַקאָו — אַ סוד, װײיל לעגין האָט דאָרטען געאיניטעט „אינקאָגניטאָ", אין נעהיים.

איך האָב אױסגעדריקט אַ װאונש איהם צו באַזוהען.

— איך װעל איהם לאָזען װיסען, — האָט דער רוסיש־ פּױלישער געגאַסע געענטפֿערט.

אױיף מאָרגען האָט מען מיר געמאָלדען, אַז לעגין לאָדט מיר אײן צו זיך.

לעגין האָט געװאױינט הינטער׳ן שטאַדט. איך בין געקומען צו איהם אין אַ נאַכמיטאָג, אומגעפֿעהר אַרום צװײ אוהר. די קװאַרטער איז געװען אױף אַ צװײיטען עטאַזש אין אײנער פֿון אַ צײל נײַע הײַזער. די דירה איז ניט געװען קײן גרױסע. איך האָב איהם געפֿונען מיט זײַן פֿרוי. איך האָב בײַ איהם פֿאַרבראַכט עטליכע שטונדען. ער איז געװען זעהר ליבליך, מיט אַן עכט רוסישער גאַסטפֿרײַנדליכקײט. ס׳האָט זיך מיר פּראָסט ניט געגלױיבט, אַז דאָס איז דער לעגין, װעלכער איז באַקאַנט פֿאַר אַזאַ ביטערען און גרױזאַמען קעמפֿער געגען זײַנע אײגענע131פּאַרטײי־חברים, װאָס נעמען ניט אָן זײַן פּראָגראַם. מען האָט זיך אַזױ פֿיל אָנגעהערט װעגען דעם גיפֿט און גאַל, מיט װעלכען ער האָט געשטריטען געגען די מענשעװױיקעס און איבערהױפּט געגען יעדען, װאָס איז ניט געװען מיט איהם אײַנפֿאַרשטאַנען. אין מײַן געדאַנק איז געװען אױפֿגעמאָלען אַ האַרטער בײַזער ביטערער טיפּ, און דאָ האָב איך גאָר געפֿונען אַ מענשען מיט אַ ליבליכען שמייכעל און מיט אַ האַרציגען לוסטיגען געלעכטער.

נאָך דעם, װי מיר האָבען פֿאַרבראַכט פֿינף מינוט צײַט, האָט זיך מיר געדאַכט, אַז איך בין מיט איהם באַקאַנט שױן פֿון מאָנאַטען. דער פּליך אױף זײַן קאָפּ, זײַן בלאָנדע בערדעלע און דער הומאָר, װעלכער האָט אָפֿט אױפֿגעבליצט אין זײַנע אױיגען, און דער גאַנצער אָנבליק פֿון זײַן עכט־רוסישען געזיכט האָט אױף מיר געמאַכט אַן אײינדרוק, אַז איך רעד דאָ מיט אַ גוט־ מוטיגען קלוגען געבילדעטען רוס פֿון דעם „קופּעץ" קלאַס. ער האָט בײַ מיר אַ סך געפֿרעגט װעגען אַמעריקא. פֿון אײן זײַט האָט ער אַרױסגעװיזען אַ מערקװירדיגע באַקאַנטשאַפֿט מיט דעם עקאָנאָמישען לעבען אין די פֿאַראײיניגטע שטאַאַטען, פֿון דער אַנדערער זײַט אָבער האָט ער אַרױסגעװיזען פֿונקט אַזאַ מערקװירדיגע אומבאַקאַנטשאַפֿט מיט דער אַמעריקאַנער װירק־ ליכקײט. ער האָט אױסגעדריקט אײיניגע באַגריפֿען, װעלכע האָ־ בען מיר געקלונגען זעהר זאַנדערבאַר. אַז דאָס איז אַ מענש פֿול מיט װיסען און מיט אַ געבאָרענעם שכל האָב איך געזעהן. איך האָב געװאָלט פֿון איהם הערען זײַנע מײַנונגען װעגען דער אַרבײַטער־באַװעגונג בכלל און װעגען רוסלאַנד בפֿרט. ער איז אָבער געװען אַזױ פֿאַראינטערעסירט אין פֿרעגען װעגען אַמעריקא און איבערהױפּט אין רעדען װעגען אַמעריקא, אַז ער האָט אױף מײַנע פֿראַגען געענטפֿערט אין אײַלעניש, אַזױ װי פֿאַרבײַגעהענדיג. שפּעטער, װען איך בין געקומען אין מײַן האָ־ טעל און האָב געװאָלט אין מײַן נאָטיץ־ביכעל פֿאַרשרײיבען, װאָס ער האָט געזאָגט װעגען רוסלאַנד, האָב איך זיך געכאַפֿט, אַז איך האָב װעניג מאַטעריאַל.

בײַ אײן פּונקט אין אונזער געשפּרעך האָט ער אַװעקגעלעגט די האַנט בײַ מיר אױפֿ׳ן פּלייצע און געזאָגט: „איך װעל אײך132געבען אונזער צײַטונג „פֿראַװאָדאַ", װעט איהר דאָרטען אַ סך געפֿינען".

דאָ דאַרף ערקלערט װערען, אַז די באָלשעװיקעס האָבען דאַן אין פּעטערבורג אַרױסגעגעבען אַ טעגליכע אַרבײטער-צײטונג, פֿון װעלכער לענין איז געװען דער רעדאַקטאָר. דאָס איז געװען די דאַמאָלסדיגע „פֿראַװאָדאַ". אָבער אין רוסלאַנד װאױנען האָט לענין ניט געקענט. מען װאָלט איהם גלײך פֿאַרשיקט אין די „קאַלטע געגענטען". האָט ער די צײַטונג רעדאַקטירט פֿון קראַקאָו".(*

מיר האָבען געטרונקען טײ, צוגעביסען און געשמועסט, הױפּטזעכליך װעגען אַמעריקאַ. ער איז געװען שטאַרק פֿאַראינטערעסירט אין אַלץ, װאָס איך האָב איהם געקענט דערצעהלען װעגען דעם לעבען אין די פֿאַראײיניגטע שטאַאַטען, — מעהר פֿון אַלץ, װעגען דעם עקאָנאָמישען לעבען. ער האָט זעהר געװאָלט האָבען דעם נײעם אַמעריקאַנער צענזוס, די אָפֿיציעלע סטאַטיסטיק פֿון די פֿאַראײיניגטע שטאַאַטען.

— װען איהר װאָלט מיר דאָס געקענט צושיקען, װאָלט איך אײך זעהר דאַנקבאַר געװען, — האָט ער געזאָגט.

איך האָב דאָס איהם צוגעזאָגט.

װען עס איז שױן געװאָרען צימליך פֿינסטער, און איך האָב זיך געשטעלט צו געהן, האָט ער זיך מיט מיר װאַרים געזעגענט, און מיר האָבען אָפּגעמאַכט זיך צו טרעפֿען אַ צװײיטען מאָל. ער האָט מיר געגעבען די לעצטע עטליכע נומערען פֿון דער „פֿראַװאָדאַ". װען איך האָב געהאַלטען אין אַראָפּגעהן פֿון די טרעפּ, איז ער מיר נאָכגעלאָפֿען מיט נאָך אַ פּאַק „פֿראַװאָדאַ"-נומערען, אַ פֿיל גרעסערען, װי איך האָב שױן געהאַט מיט זיך.

133— לײענט דאָס, װען איהר װעט פֿאָהרען אין די צוגען, — האָט ער געזאָגט.

ער האָט אױף מיר געמאַכט דעם בעסטען אײַנדרוק. איך האָב זיך געקליבען צו איהם צו פֿאָהרען אױף אַ צװײיטען װיזיט, אָבער לײדער איז מײַן צײַט אין קראַקאָו געװען באַשרענקט, און דאָס איז אונמעגליך געװען.

14
אַ גרופּע אינטעליגענטע אידישע סאָציאַליסטען

אין קראַקאָו איז שױן דאַן געמאַכט געװאָרען אַן אָנהױב פֿון אַ סאָציאַליסטישער באַװעגונג בײ די אידען. קײן גרױסע אידישע אַרבײטער-באַװעגונג האָט ניט געקענט זײַן. װי שױן געזאָגט, זײַנען די אינדוסטריען דאָרטען געװען װעניג ענטװיקעלט, און פֿאַר קײן לעבעדיגער אַרבײטער-באַװעגונג איז איבערהױפּט קײן באָדען ניט געװען. דער סאָציאַליזם צװישען די אידען האָט געטראָגען אַ בונדיסטישען כאַראַקטער. ריכטיגער געזאָגט, אונזערע קראַקאָװער אידישע גענאָסען האָבען סימפּאַטיזירט מיט דעם רוסישען „בונד", און אַזױ װײַט, װי דאָס האָט געשטימט מיט די גאַליצישע אומשטענדען, װעלכע זײַנען געװען גאַנץ אַנדערע װי אין רוסלאַנד, האָבען זײ זיך באַטראַכט אַלס בונדיסטען.

מיט די פֿאָרשטעהער פֿון דיזער באַװעגונג האָב איך זיך באַקאַנט זײַענדיג אין קראַקאָו, און זײ האָבען מיך באַעהרט מיט אַ צוזאַמענקונפֿט בײ אַ װעטשערע. דאָס איז פֿאָרגעקומען אונטער׳ן פֿרײיען הימעל בײ אַ רעסטאָראַן, װעלכער האָט צו זיך אַ שעהנעם שטיקעל פּאַרק גלײך לעבען דעם װאָקזאַל. די פֿיהרער פֿון דער גרופּע זײַנען געװען גענאָסע שרײַבער און גענאָסע גראָסער.

זײ און די אַנדערע קראַקאָװער גענאָסען פֿון דער גרופּע, װאָס האָט אַנטײל גענומען אין דעם מאָלצײט, זײַנען געװען געבילדעטע יונגע לײט פֿון דעם באַלעבאַטישען קלאַס. אידיש איז זײ געװען שװער צו רעדען, זײ האָבען אונזער שפּראַך אָבער134גוט פֿאַרשטאַנען. צװישען זיך האָבען זײ גערעדט פּױליש אָדער דײַטש, און דורך מײַן אידיש און זײער דײַטש האָבען מיר זיך לײכט צוזאַמענגערעדט.

15
אײַנדרוקען פֿון לעמבערג. — דער מיטעל-פּונקט פֿון דער שטאָדט. — קאַרל לודװיג גאַס. — דער טעאַטער. — דער אידישער מאַרק. — די אַלטע לעמבערגער שוהל. — סצענעם.

אין לעמבערג בין איך שױן אַמאָל געװען, הגם אין דער שטאָדט גופֿא האָב איך דאַן פֿאַרבראַכט בלױז אַ דרײַ שטונדען. דאָס האָט פּאַסירט אין דעם היסטאָרישען זומער פֿון 1882, װען עס האָט זיך אָנגעהױבען די גרױסע אידישע עמיגראַציע קײן אַמעריקא. אונזער גרופּע, דער באַלטער קרוזשאָק „עם עולם", איז אַרױסגעפֿאָהרען פֿון בראָד, און אונזער לאַנגזאַמער עמיגראַנטען-צוג האָט זיך אין גאַליציען אָפּגעשטעלט אין לעמבערג און דערנאָך אין קראַקאָו. אין קראַקאָו זײַנען מיר לאַנג ניט געשטאַנען. געהן אַ קוק טאָן אױף דער שטאָדט איז קײן צײַט ניט געװען (זעה צװײיטען באַנד, פּײדזש 50). אין לעמבערג אָבער האָט זיך דער צוג אָפּגעשטעלט כמעט אױף אַ גאַנצען טאָג. האָבען פֿילע פֿון אונז זיך אַראָפּגעכאַפּט אין שטאָדט אױף אַ פּאָר שעה (זעה צװײיטען באַנד, פּײדזש 49—50).

װען איך בין איצט, מיט דרײַסיג יאָהר שפּעטער, געקומען קײן לעמבערג, האָט אין מײַן זכרון מיט אַ מערקװוירדיגער העלקײט אױפֿגעלעבט אַלץ, װאָס אין מײַן מוח האָט זיך אױפֿגעמאָלט אױף מײַן ערשטען װיזיט. דאַן האָב איך אָבער נאָר געזעהן אַ גאַנץ קלײנע טײל פֿון לעמבערג, װאָהרענד איצט האָב איך דאָרטען פֿאַרבראַכט איבער אַ װאָך און בין באַקאַנט געװאָרען מיט דער גאַנצער שטאָדט. אין די אַכט טעג האָב איך אַ סך אַרומגעשפּאַצירט, באַזוכט פֿאַרשידענע פּלעצער, געקוקט, באָאָבאַכטעט.

אײנע פֿון די ערשטע זאַכען, װאָס האָט זיך מיר געװאָרפֿען אין די אױיגען, װען איך האָב געמאַכט מײַן ערשטען שפּאַציר דורך לעמבערג אין 1912, איז געװען דער פֿאַקט, אַז דער אָנהױב135פֿון דעם אידישען קװאַרטאַל מיט זײַן מאַרק, מיט זײַן אַלטער שוהל, מיט זײַן „העסטער סטריט" ליגט אין דעם סאַמען צענטער פֿון שטאָדט, אין איהר שעהנסטען פּלאַץ. די גרויסאַרטיגסטע און פּרעכטיגסטע צװײ געבײדעם אין לעמבערג זײַנען דער „סעים" (דער לאָקאַלער גאַליצישער פֿאַרלאַמענט אונטער דער עסטרײַכי־שער הערשאַפֿט) און דער פּױלישער טעאַטער, און דיזער טעאַטער שטעהט בײַ דער „העסטער סטריט".

— װי קומט דאָס, אַז די פּאָליאַקען האָבען זייער קונסט־טעמפּעל געבויט גראַד דאָרטען, וואו עס הויבט זיך אָן דער אידישער געגענד? — האָב איך געפֿרעגט בײַ מיינע באַגלייטער. האָט מען מיר געענטפֿערט, אַז דער אידישער קװאַר־טאַל פֿון לעמבערג פֿאַנגט זיך אָן גראַד אין דעם צענטראַלסטען און שענסטען פּונקט. אַלזאָ, איז דאָס דער פֿאַסענדסטער אָרט פֿאַר אַ שטאָדט־טעאַטער.

דאָ, לעבען טעאַטער, געהט די װיכטיגסטע גאַס — קאַרל לודװיג שטראַסע. פּאַראַלעל צו איהר ציהט זיך אַ לאַנגער שמאָ־לער פֿאַרק, וועלכער הייסט געטמאַנסקער וואַל. וואו עס ענדיגט זיך דער וואַל, געפֿינט זיך אַ היבשער סקווער מיט גראָז און בוימער. דאַן הויבט זיך אָן די אינטערעסאַנטע טעאַטער־גע־בײדע. דער גאַנצער שטח איז אָפֿען, פֿריי, שעהן. אָט דיזען פּלאַץ האָב איך באַזוכט פּונקט מיט דרײַסיג יאָהר פֿריהער. איך האָב איהם איצט דערקענט, הגם דער טעאַטער איז דאַן נאָך ניט געשטאַנען. און דער סקווער איז מסתמא געווען אַ דירעקטע פֿאָרטזעצונג פֿון דעם וואַל. דער געגענד האָט אין מײַן געדאַנק איבערגעלאָזען אַ בילד פֿון שעהנע לאַנקעס אין מיטען שטאָדט. דאָ לעבען דיזע „לאַנקעס" האָט דאָס מיר מאַשביר פֿאָרגעשטעלט פֿאַר וואַלטער'ן, דעם טויבען קיעוװער סטודענט, וועלכער איז געווען איינער פֿון די גרינדער פֿון דעם „עם עולם", און וועלכער האָט געמוזט אַוועקפֿאָהרען פֿון רוסלאַנד צוליב זײַן באַטייליגונג אין דער רעװאָלוציאָנערער באַװעגונג (זעה צווייטען באַנד, פֿידזש 49). דאָס איז דער מיטעלפּונקט פֿון לעמבערג. אַהין קומען זיך צונויף אַלע טראַמװייס (קאַרם), און דאָרטען פֿאַנגען זיך אָן די װיכטיגסטע קראָמען. דאָס איז136פֿון איין זייט טעאַטער און פֿון דער אַנדערער זייט געהט דער אידישער מאַרק.

אַ שעהנע לעבעדיגע שטאָדט איז לעמבערג. באַפֿעלקערונג האָט זי געהאַט כמעט צוויי מאָל אַזוי פֿיל ווי קראַקאַו. לעבען אָבער האָט זי אַרויסגעוויזען אפֿשר דריי מאָל אַזוי פֿיל. אַזוי האָט זיך מיר געדוכט.

יעדען פֿאַרנאַכט און זונטאַג נאָך קירכע־צייט איז דער טראָטואַר אויף קאַרל לודװיג שטראַסע געווען פֿול מיט שפּאַצירענ־דע, אַ סך געשמאַקפֿולע געקליידעטע דאַמען און קאַװאַליערען — אָפֿיצירען, יוניפֿאָרמירטע סטודענטען, גימנאַזיסטען און ציווילנע פּראָנטען.

צווישען די אָפֿיצירען האָב איך אויף דיזען שעהנעם טראָטואַר באַמערקט אַ פּאָר אידישע. זיי האָבען געשפּרייזט מיט מילי־טערישען שטאָלץ. זיי האָבען אָבער געמאַכט אַזאַ איינדרוק, ווי אַקטיאָרען וואָס שפּילען זייער ראָלע מיט'ן קאָפּ און ניט מיט אַ געבאָרענעם טאַלאַנט. ווען איך האָב געזעהן אַ אידישען אָפֿיציר אין עסטרײַך־אונגאַרן—אין לעמבערג, צי אין וויען, צי אין בודאַ־פּעסט — האָט זיך מיר געדוכט, אַז ער פֿיהלט זיך ניט ווי בײַ זיך אין דער היים. רייכע אידען פֿלעגען זיך לאָזען קאָסטען אייגענסען זייערע זיהן צו באַזאָרגען מיט אַ מיליטערישער קאַריע־רע. די קאַריערע האָט אָבער מעהר געשמעקט מיט ערנידערונג ווי מיט גדולה. קיין אַנטיסעמיטיזם האָט אין די אָפֿיצערישע קלובען ניט געפֿעהלט. מען דאַרף דאָ באַמערקען, אַז אויפֿ'ן גאַס זײַנען עסטרײַ־כישע אָפֿיצירען ניט געגאַנגען מיט אַזאַ גאוה ווי דייטשע. אחוץ אַלעם זײַנען זיי ניט געווען אַזוי „האָמעטנע" געבויט. זיי זײַנען געווען שלאַנקער, און די שעהנע הויכע היטלען, וואָס זיי האָבען געטראָגען, האָט זיי געמאַכט אויסזעהן העכער (די דייטשע אָפֿי־צירען און 'סאָלדאַטען האָבען געטראָגען ברייטע פֿוראַזשקעס). אין אַלגעמיין האָבען די עסטרײַכישע אָפֿיצירען אויסגעזעהן עלעגאַנטער. זייערע יוניפֿאָרמס זײַנען געווען די שעהנסטע אין יוראָפּ.

די שעהנע קאַרל לודװיג גאַס איז ניט קיין לאַנגע. זי פֿאַר137נעמט ניט מעהר ווי עטליכע ניו יאָרקער „בלאַקס". אונגעפֿעהר אַ העלפֿט פֿון איהר לענג, — די וואָס איז נעהנטער צו דעם אידישען קווארטאל, — איז כמעט אין גאַנצען אַ אידישע. דאָר־טען האָבען זיך מייסטענס געזעהן פֿאַרצייטיג־געקליידעטע אי־דען.*) די אַנדערע העלפֿט, ווידער, איז אַ מאָדערנע, און דאָרטען שפּאַצירט אַ פֿײַן געקליידעטער עולם. עס איז אָבער געווען דאָס זעלבע, ווי אין קראַקאו אין די פּלאַנטען: צוזאַמען מיט מאָדערן־געפּוצטע ציווילע און אָפֿיצירען שפּאַצירען דאָ איי־ניגע גאַנץ פֿאַרצייטיג־געקליידעטע חסידים.

אין קראַקאו בין איך שוין צו דעם אַביסעל צוגעוואוינט געוואָרען, און אין לעמבערג נאָך מעהר.

איין מאָל, אַרומגעהענדיג איבער קאַרל לודװיג שטראַסע און באַאָבאַכטענדיג אַ ציכטיג געקליידטען בלאָנדען אידען מיט זעהר לאַנגע פּאות'ן און שיך מיט ווײַסע זאָקען, אַ זעהר לאַנגע בעקעשע און אַ פּלושענעם חסידישען קאַפּעליוש, האָב איך זיך געטראַכט: מיט וואָס איז דאָס אַזאַ אויסזעהן געשמאַקלאָזער, ווי דער אויס־זעהן פֿון אַ פֿאַר־הונדערט־יאָהריגען אַריסטאָקראַט און פּראַנט אין זײַן ווײַסען פּאַרוק מיט דעם ווײַסען עק פֿון הינטען, מיט די קורצינקע הייזעלאַך און לאַנגע זאָקען? היינט זעהט דאָס אויס קאָמיש. אַלץ איז אַ פֿראַגע פֿון מאָדע, און די מאָדע באַשטימט דעם געשמאַק.

ווען איהר געהט פֿון אידישען קווארטאל איבער דער קאַרל לודװיג גאַס, און איהר דערגעהט ביז איהר ברעג, קומט איהר צו צו מאַריאַטשקע פּלאַץ — אַ שעהנער פּונקט מיט גרויסע רייכע קלייטען. דאָס איז די פֿאָרטזעצונג פֿון דעם טראָטואַר, איבער וועלכען עס שפּאַצירט דער ציווילער עולם און אָפֿיצירען. דאָ זעהען זיך נאָך אַלץ אייניגע אידען מיט פּאות'ן און מיט לאַנגע בעקעשעם. דאָ פֿיהלען זיי זיך נאָך אַלץ בײַ זיך אין דער היים. דער טראָטואַר פֿון מאַריאַטשקע פּלאַץ פֿאַרקירעוועט זיך138באַלד רעכטס. עס פֿאַנגט זיך אָן אַ לאַנגע שמאָלע גאַס, וועלכע איז אויך פֿול מיט שעהן געקליידעטע מענשען; אָבער דאָרטען זעהט איהר שוין ניט קיין פֿארצייטיגע אידען. איהר זעהט דאָר־טען איבערהויפט זעהר וועניג אידען, אפֿילו היינטיגע. דיזע שמאָלע, זעהר לאַנגע גאַס, וועלכע ציהט זיך ביז דעם אוניווער־זיטעט, הייסט אַקאַדעמיטשקע. אויף איהר געפֿינען זיך אויך גרויסע געשעפֿטען, אָבער זיי זײַנען ניט קיין אידישע. און דער עולם, וואָס געהט דאָ מאַסענווייז, הויפּטזעכליך פֿאַרנאַכטלאַך, איז כמעט דורכאויס אַ פּוילישער עולם. דער וויכטיגסטער אָרט פֿון שטאָדט אָבער, דאָרטען וואו עס קומט פֿאָר דער הויפּט־שפּאַציר, ליגט צווישען ביידע געגענדען — אַ „נייטראַלע" שטי־קעל שטאָדט, וואו ביידע נאַציאָנאַליטעטען שפּאַצירען צוזאַמען, און ביידע פֿיהלען זיך „צו הויז".

אין לעמבערג איז פֿאַראַן אַ פּאַרק, יעזואיטען־גאָרטען, וואו אין אַמאָליגע יאָהרען פֿלעגט אידען זיין פֿאַרבאָטען אַרײַנצוגעהן. אין 1912 האָט מען דאָרטען געזעהן מעהר אידען ווי קריסטען. עס איז אַ פֿײַנער גרויסער פּאַרק, און יעדען אָוונט האָט דאָרטען געשפּילט אַן אויסגעצייכענטער מיליטערישער אָרקעסטער.

אַנטקעגען דעם אַרײַנגאַנג צום יעזואיטען־גאָרטען שטעהט די אויבען־דערמאָנטע סעים־געבײדע, אַ פּרעכטיגער בנין, מיט וועלכען אַ פּאַריז וואָלט זיך ניט געהאַט וואָס צו שעמען. דאָ פֿאַנגט זיך אָן די גאַס פֿון „דריטען מאַי" (דער נאָמען איז גע־נומען פֿון דער פּוילישער געשיכטע), וואו עס געפֿינען זיך רייכע אָפֿיסעם — אַ שטילע גאַס פֿון שעהנע, ניט הויכע מויערען. אין סך הכל איז דיזער פּלאַץ — דער אָנפֿאַנג פֿון דער גאַס פֿון „דריטען מאַי", דער סעים און דער אַרײַנגאַנג צום פּאַרק — פֿאַר'ן אויג דער ערהאַבענסטער ווינקעל אין לעמבערג.

אין אַן אַנדער געגענד אויף אַ באַרג געפֿינט זיך אַ גרעסערער פּאַרק. אַ גרעסערער און אַ ווילדערער. אָבער דאָס איז שוין ווייטער פֿון דעם צענטער פֿון דער שטאָדט. אין דיזען ווייטערען פּאַרק שטעהט אַ הויכער קיילעכדיגער היסטאָרישער היגעל (בער־געל) פֿון ערד און פֿון שטיינער. אַמאָל איז דאָס געווען אַ פּעס139טונג, און אין דער היסטאָריע פון פוילען איז דאָס אַ באַריהמטער אָרט, אַ וויכטיגער דענקמאָל. דער היגעל איז זעהר הויך. אױף איהם איז זעהר שװער אַרױפצוגעהן. װען מען קומט אָבער אַרױף, זעהט מען פאַר זיך די גאַנצע שטאָדט מיט די אַרומיגע פעלדער, אַזױ װי אַ בילד אױף אַן אױסגעשפרײטען פאַפיר. עס איז צױבערליך שעהן.

∗ ∗ ∗

אײן בלאָק (ניו יאָרקער) פון דעם פוילישען טעאַטער געפינט זיך די באַריהמטע אַלטע, עטליכע־הונדערט־יעהריגע לעמבערגער שוהל. דאָרטען דאַװענט נאָך אַלץ אַ גרױסער עולם. דאָך איז זי פון דרױסען און פון אינװעניג זעהר אָפּגעלאָזען, פאַרשטױבט און פאַרשלומפערט. דער שמש האָט מיר געװיזען אַ פאַראָסטען אַלטען אײזערנעם רײף מיט אַ שלאָם. דאָס איז די פאַרצײטיגע „קונע". אױך האָט דער שמש מיר געװיזען אַ סך אַלטע זילבערנע קרױנען, יד׳ען און „בלעכען" פון ספרי תורות.

אַרום און אַרום דער שוהל ליגט די טעטיגסטע און די אָרימסטע טײל פון דעם אידישען מאַרק, ריכטיגער געזאָגט מערק, װאָרום זײ ציהען זיך אױף עטליכע גאַסען און אָפּענע סקװוערס. דער גאַנצער געגענד הײסט „פאַר דער שוהל". שטעלט זיך פאַר דעם פושקאַרט־ביזנעס מיט דעם געפילדער פון העסטער סטריט בײ נאַרפאָלק און עסעקס סטריט; לעגט צו די סצענעם פון דעם מאַרק אונטער דעם דעלענסי סטריטער בריק, און כפל׳ט די אָרימקײט אױף צעהן, װעט איהר באַקומען דעם „פאַר דער שוהל". דאָרטען קענט איהר קױפען פון אַ האַלבען הערינג ביז אַ שטיקעל זײדענס, און פון אַ פאַראָסטען שלעסעל אָהן אַ שליסעל ביז אַן אַלטער זילבערנער בשמים־פושקע. אָבער ניט אין דעם גרעסערען דלות ליגט דער אונטערשיעד. דער אַלגעמײנער אױסזעהן איז אַן אַנדערער װי בײ דער אַמעריקאַנער העסטער סטריט.

איך האָב דעם פלאַץ באַזוכט צװײ מאָל, און בײדע מאָל איז דאָס אױסגעקומען אין אַ פרײטאָג, װען ער זעהט זיך אין זײן פולען גלאַנץ.

140איך האָב אַ היבשע ביסעל צײט פאַרבראַכט אױף יענעם טײל פון דעם מאַרק, װאו עס זיצען װײבער מיט שטיקלאַך קאַרטון, פערקעל, העמדער, פאַרטוכער, יאַקלאַך און צעהנדליגער אַנדערע זאַכען, ניע אָדער גענוצטע. מינע באַגלײטער זײנען גע־ װען גענאָסע קיסמאַן, דער רעדאַקטאָר פון דעם „אידישען סאָציאַל־דעמאָקראַט", און אַ צװײטער יונגער אידישער שרײבער. מיר זײנען אָנגעקומען װען דאָרטען האָט געפלאַקערט אַ קריגערײ צװישען צװײ פון די העכדלערקעס איבער אַ קונד. באַלד האָט זיך באַװיזען אַ דריטע מאַרק־אידענע, און זי האָט גלײך אַנטײל גענומען. עס האָט זיך אַרױסגעצײגט, אַז די מלחמה איז פון אָנהױב אָן געװוען אַ דרײפאַכע. די דריטע איז אין מיטען אױעק אױף אַ װײלע; איצט, אַלזאָ, איז זי צוריקגעקומען, און זי האָט גלײך פאַרטגעזעצט צו שרײען און צו שילטען יענע צװײ. יעדע פון זײ האָט געשימפט און „געבראַנדעװעט" די אַנדערע צװײ.

איך האָב זיך צוגעהערט, איך האָב אָבער ניט געקענט כאַפּען די װערטער. זײער לעמבערגער אידיש האָט אין מינע ליטװישע אױערען זיך צונױפגעפלאַנטערט אין אײן קנױל. מערקװוירדיג, אין ניו יאָרק פאַרשטעה איך גאַליציש־אידיש פונקט אַזױ גוט װי װילנער, און דאָ, אױף דעם לעמבערגער „פאַר דער שוהל", האָב איך װידער דערשפירט, אַז איך בין אַ „געבראָטענער ליטװאַק".

איך האָב געפרעגט מינע פרײנד, און זײ האָבען מיר ערקלערט:

— אָט יענע אידענע, די העכערע, די דאָרע, זאָגט: „אַ קרעבס דיר אין בױך אַרײן!"

— און װאָס האָט געענטפערט די אידענע מיט די דינע ליפען און רױטליכע אױגען? — האָב איך געפרעגט.

— זי האָט צו איהר געזאָגט: „אַ שטאָק־קאַטאַר דיר אין האַלז אַרײן"...

װען איך האָב זיך נאָר צוגעקוקט און ניט געפרואוט פאַר־ שטעהן װאָס זײ זאָגען, זײנען די דרײ װײבער פאַר מיר געװוען די זעלבע אידישע מאַרק־פרוייען װי אין װילנע, אבסאָלוט די141זעלבע. פונקט דער זעלבער אָנבליק, פונקט די זעלבע אװואיעם. מיר האָט זיך געדוכט, אַז זײ מאַכען מיט די הענט, שאָקלען צו צו יעדער קללה מיט׳ן קאָפּ און שטעלען אױס די ליפען מיט אונזער ליטװישען „אַקצענט"... אַ ליטװישע מאַרק־אידענע פאַר־ שטעהט ניט דעם װאָרט קרעבס. בײ איהר הײסט עס „ראַק", און מיט קײן „ראַק" שילט זי זיך ניט. יעדענפאַלס איז די דאָ־ זיגע קללה ניט געװוען קײן גאַנגבאַרער אַרטיקעל אין מײן צײט. און פון אַ „שטאָק־קאַטאַר" האָט זי גענויס קײן באַגריף ניט גע־ האַט. זי קומט אָבער אױס אָהן דיזע צװוײ קללות. עס פעהלט איהר ברוך השם ניט. אױפ׳ן װילנער פיש־מאַרק האָט מען אין מינע הײמישע יאָהרען געקענט צונױפשטעלען אַ צימליך רײכען אידישען װערטערבוך.

קוקענדיג אױף די לעמבערגער מאַרק־װײבער, האָב איך זיך דערמאָנט, אַז בײ אונז אין ניו יאָרק, אױף ריװוינגטאָן סטריט, איז ניט קײן זעלטענהײט צו הערען װי אַ ליטװישע פושקאַרט־ פעדלערקע פאַרהערט זיך אין „לשון" מיט איהר גאַליציאַנער קאָנקורענטין. איך האָב זיך אַמאָל אָפּגעשטעלט בײ אַזאַ „דע־ באַטע". בײדע אַנטײל־נעמערינס זײנען געװוען טאַלאַנטפולע שילטערקעס. אַלזאָ, האָט געבליצט און געדונערט מיט תוכחה־ שפראַך, אױף בײדערלײי אידיש. איבעריגענס, האָט מען געקענט זעהן, אַז זײ פאַרשטעהען זיך אײנע די אַנדערע מיט די װערטער אױך. אין ניו יאָרק, װאו די פאַרשידענע זאָרטען אידישע אימי־ גראַנטען װאױנען צוזאַמען, װערט מען שױן צוגעװואױנט צו די פרעמדע דיאַלעקטען און אױסשפראַכען. דערצו נאָך האָבען די צװוײ ריװוינגטאָן סטריטער װײבער אין זײער דעבאַטע געברױכט אַ סך אַמעריקאַנער אידיש, װאָס איז אַ געמײנשאַפטליכער לשון בײ זײ.

דעם צװײטען פרײטאָג, װען איך בין געװוען אױפ׳ן לעמ־ בערגער „פאַר דער שוהל", האָב איך געזעהן װי אַ זעהר אַלטע אידענע מיט אַ צוקנײטשטען פנים זיצט בײ אַ בערגעלע קאָרשען און שרײט: „קאַװוע מיט צוקער!"; זי איז געזעסען, איהרע בײנערנע הענט צוזאַמענגעשלאָסען, איהר אַלטען פנים פאַר־ קרימט, און געקוקט אָן אַ זײט. אַ פאַר מינוטען איז זי142אַזױ געזעסען און געשװיגען, און דאַן, פלוצלונג, האָט זי זיך אַ כאַפּ געטאָן מיט אַ בײזען געשרײי:

— צוקער! קאַװוע מיט צוקער!

זי איז װידער אַנטשװויגען געװואָרען. אַ פאַר מינוטען שפע־ טער האָט זי זיך װידער אַ כאַפּ געטאָן און מיט כעס אױסגע־ שריען:

— צוקער! קאַװוע מיט צוקער!

און אַזױ װײטער...

דער טעם פון קאַװוע מיט צוקער איז מסתמא געװוען דער געשמאַקסטער טעלערעל פון הימעל, װאָס זי האָט זיך געקענט פאַרשטעלען.

אין אַן אַנדער אָרט איז געזעסען אַ יונגע מאַרק־װײבעל בײ לעבלאַך ברױט, און לעבען איהר איז געזעסען אַן עלטערע פרױ מיט לעקעבלאַך. די יונגע האָט געהאַלטען אין פאַרלאַטען אַ העמד, אָדער אַ לײלאַך, און דערבײי האָט זי הױך גערעדט צו איהר שכנ׳טע. איך האָב דערהערט דאָס װאָרט „פילאַדעלפיע", און דערנאָך „טשיקאַגאָ". װען איך בין צוגעגאַנגען נעהנטער, האָב איך געהערט, אַז זי דערצעהלט עפעם װעגען איהר מאַן און טרעבלינירט איהם מיט איהר שװואָגער. דער שװואָגער, װעלכער איז אױך אין אַמעריקא, איז אַ גזלד, אַן אוצר, און איהר מאַן איז אַ „שאַרלאַטאַן" און נאָך עפעס, װאָס איז מסתמא אױך ניט געװוען קײן עהרען־טיטעל. זי האָט גערעדט געדיכט און מיט הנאה, און די עלטערע אידענע האָט צוהערענדיג זיך שװוער צוגע־ זיפצט און טרױעריג צוגעשאָקעלט מיט׳ן קאָפּ. אָבער אַזױ זיפ־ צענדיג און שאָקלענדיג מיט׳ן קאָפּ, האָט זי אַלע װוײלע געשריען צום עולם: „לעקאַך! די בעסטע לעקאַך, זאָל איך אַזױ האָבען פרנסה!"

איהרע ענטוזיאַסטישע לױב־געזאַנגען זײנען אַרױסגעקומען פאַרזיפצטע, פאַרטרױיערטע, אַזױ װי זי װואָלט אימיצען באַקלאָגט, און אַזױ איז דאָס געגאַנגען װוײטער: די אײנגערע פרױ האָט דערצעהלט, און זי, די עלטערע, האָט זיך צוגעהערט, און מיט אַ זיפצענדען װוײנענדיגען נגון האָט זי געלױבט איהרע לעקעבלאַך. ניט װוײט דערבײי, אין רעכטען מיטען פון דעם אידישען143מאַרק פֿאַר דער שוהל, און געשטאַנען אַ װענדעלע מיט פֿױלישע ביכער. װאָס מיך האָט ספּעציעל פֿאַראינטערעסירט, איז אַן אַלטער איד מיט אַ גרױזאַמע פֿאַר פֿאות און אַ אַלטער צורי־סענער בעקיטשע בײַ דער ערד, װעלכער איז געשטאַנען דערבײַ, פֿאַרטיפֿט אין אײַנעם פֿון די פֿױלישע ביכלאַך. דאָס ביכעל איז געװען ניט קײן אומאינטערעסאַנטער. אַלזאָ, האָט מען אים געלעזען, אַרײַנקוקענדיג צוױשען די פֿאַרשװינדענע בלעטלאַך. מען האָט געקענט זעהן, אַז דער פֿאַרשטעמטע פֿױלישע גוט און אַז עס לעבט מיט אַ גרױסע אַפּעטיט. אַ אַ איד בײַ דיזען סארטם זאָל לעזען אַ רוסישער ביכעל, איז אין מײַן געבורטס־פּלאַץ געװען אַ אונמעג־ליכע סצענע.

אין אײן אָרט, פֿאַר דער שוהל" איז אַ אידישער ניטמאַל זיסם געװעזען בײַ עסליכע קאַשעקעם מיט גרינמאַן און געלעזען אַ ביכעל. באַלד אין אַנגעקומען זײַנע אַ שװעסטערקינד. די האָט אַרױסגעריסען דעם ביכעל פֿון זײַנע הענט און אױף איהם גע־נומען שרײַען (אױף פֿױליש), פֿאַר װאָס ער פֿאַרשלעפֿטעטס זײַנע פֿליכטען אַלם הענדלער. דער ניטמאַל זיסם האָט אומאַנהױבען דעם ביכעל און, מיט אַ פֿאַרלױרענעם פּנים, האָט ער געגונען אױסגעהױבען די סחורה, װאָס איז געלעגען אױ זײַנע קאַשיקעם. דאָס מײדעלע האָט אױך געפֿעט, אָבער עס האָט אַ העפֿטיגער קול און מיט מעהר חשק; דער ניטמאַל זיסם האָט גערעטעט אַזױ װי איבערגעטראַװעלע. באַלד אין צוגעקומען זײער פֿאַטער, אַ קלײ־נינקער אידעלע מיט אַ קליינינקע שװאַרצע בערדעלע, מיט אַ גרױסע נעדריגע פֿאַרבלאַנטשטעטע פֿאות', און דאַ האָט דער אינגעל אױך געגומען שרײַען מיט מעהר חשק. דער פֿאַטער האָט אױך געפֿעט. פֿון דעם זיסם איז געװעזען אַ טרײ־אַזױ סצענע מיט אַ גימנאזיסט אין דיזער ראָלע איז אין מײַן אַלטער הײם אױך געװען אַ אונמעגליכע זאַך. בײַ אונז װאָלט אַזױ אָרימע פֿאַמיליע אַ קינד אין גימנאזיע ניט געשיקט.

אַן אַנדער אידענע איז געזעסען אױף דער ערד בײַ אַ באַרג שװאַרצע יאַגאָדעם. איהרע הענט זײַנען אין גאַנצען געװען בלאָהליך־רױט פֿון דער יאַגאָדע זאַפֿט; זײ האָבען אױסגעזעהן װי אײַנגעטונקט אין בלוט. איהרע קודלעװאַטע האָר זײַנען געװען144פֿול מיט פֿעדערען. עס איז אַרױסגעקומען אַ בילד פֿון אַ װיל־דער, פֿאַרבלוטיגטער מכשפה. איז אָבער צו איהר צוגענאַנגען אַ קלײנינקע מײדעלע, און זי האָט צו איהר גענומען שמײכלען מיט אַזױ סימפּאַטישען שמײכעל, אַז פֿון דער מכשפה איז גע־װאָרען אַ זונען־שײַנענדער בילד פֿון מוטער־ליבע.

16
צװײַטערע אײַנדרוקען פֿון לעמבערג. — אידישקײט. — אידישע גימנאזיסטען. — װידער אין דער אַלטער שוהל. — אַ שפּאַציר דורך די אידישע גאַסען אין אַ פֿרײַטאָג־צו־נאַכט. דלות. — געזאַנג. — קאַפֿעם. — דער מאַרק אַרום דעם מאַגיסטראַט. — רוטענער און פּאָליאַקען.

פֿאַהרענדיג פֿון קראַקאָו קײן לעמבערג, האָב איך אין דעם װאַגאָן זיך צורעדט מיט אַ פֿרומען אידעל, אַ לעמבערגער. װען איך האָב איהם געפֿראַגט װעגען זײַן שטאָדט, האָט ער אַ מאַך געטאָן מיט׳ן האַנט און געזאָגט:

— לעמבערג איז קצליע געװאָרען!

— װאָס מײַנט איהר? — האָב איך געפֿראַגט. — אין װאָס איז אײַער שטאָדט קצליע געװאָרען?

— אין אַ געשעפֿט, אין אידישקײם. — די באַנקען באַרױבען קײן געלט ניט. עם זײַנען דאָ אַ סך באַנקראָטען, האָט מען מורא צו נעטרױען אַ גולדען. עס איז מום.

— אין אידישקײט?

— אידישקײט אין לעמבערג איז זעהר שוואַך!

װען איך בין געקומען אין דער גרױסער גאַליציאַנער שטאָדט, האָב איך זיך ערקונדיגט, אַז אַבצוג אין אידישקײט און זי „קצליע געװאָרען" נאָך מעהר, װי איך האָב זיך פֿאַרגעשטעלט פֿון יענעם אידען׳ם װערטער.

איך בין געקומען פֿרײַטאָג בײַטאָג. אױף מאָרגען, שבת, בין איך איבעראַרשט געװאָרען פֿון דער גרױסער צאָהל אידישע קראַמען, װאָס זײַנען געװען אָפֿען. כּמעט יעדער אידישער גע־שעפֿט, װאָס איז ניט געװען פֿאַררוסט אין די טיפֿענישען פֿון דעם145אידישען קװאַרטאַל, איז געװען אָפֿען. אין דעם אידישען טײל פֿון קצליע לעמבערג נאַם האָט זיך גערודערט מיט געשעפֿטם, װי אין מיטעל װאָך. די קראַמען אױף דער מאָדערנער העלפֿטע פֿון קצליע לעמבערג נאַם זײַנען אױך אידישע, און זײ זײַנען געװען אָפֿען, איז שױן בײַ מיר געװען געלעגען פֿעלבסטפֿאַרשטענדליך. אױף די זײַטיגע נאַסען, װאָס שיתען זיך פֿון קצליע לעמבערג נאַס, אַבעון דאָס רוב אידישע קלײטען אױך אַנגעריהרט זײער האַנדעל.

אידישע יונגע לײט מיט פֿאַפּירעמען אין די מײַלער האָב איך געזעהן אױף נאַסען און שטרים. דאָס אַלץ אָבער מיר געװען אַ נײַעס. אַ פֿרומע אַלט־מאָדישע אידישע פֿאַרגעשטעלטע אַלם אַ פֿרומע אידישע שטאָדט.

צו דערזעלבער צײַט האָב איך נאַסען אױף די נאַסען און שרים אַ אידיל אין אַ שטרײַמעל, אַ אַטלאַסשענער זשופּיצע מיט אַ נאַרטעל, אַ פֿרומע אַלט־מאָדישע אידען זיך נאַטעל מיט װײַסע זאָקען. אַ פֿרומע אַלט־מאָדישע אידישע יונגען זיך געגאַנגען זײער װעג, און די הײַנ־טינע מיט די פֿאַפּירעמען אין די מײַלער זײַנען זיך געגאַנגען זײער װעג. אײַנער האָט דעם אַנדערען באַטראַכט אַלם אַ נאַטור נאַטורליכע ערשיינונג.

יענעם מאָרגען, װען איך בין געגאַנגען באַזוכען די אַלטע לעמבערגער שוהל, האָב איך אין נאַטעל דאַװעננדיג אַ הײבשע ביסעל מיט אידען מיט נעגאַטל אַ באַרד. דאָס פֿאַרשמעַט זיך, אַז די מאַטעריאַ פֿון באַשטאַנען פֿון שטרײַמעל אידען (אין טליתים אָדער אָהן צואַונען מיט אַ זײַנען נעשטאַנען זײער װעג, אין טליתים) מענטשען מיט אַ אַ „שפֿירערישען" אױסזעהען. נימטאַזיע־טען האָבען די פֿאַרבראַשטען אין די מײַלער שאַטטען זיך פֿאַ סימנאזיסטען. עם איז געװען װאו־טען אַ ביסעל אַ הײבשע צאָהל. די אין געװען װאו־קצײַ־צײַט, האָבען זײערע חסידישער שטאַטם זײ סימכנאַזיטעטן דאַװוּנען. אַז אַ איד מיט אומגעהײַער לאַנגע פֿאות'ן, אַ אַטלאַסשענער זשופּיצע מיט די נאַרטעל, זאָל אין שוהל לעבען זיך האָבען אַ זוהן אַ גימנאזיסט, דאָס איז אַ בילד, װעלכען איך האָב אין מײַן געבורט־שטאָדט אױך קײנמאָל ניט געזעהן. אַז אַ פֿרומער רוסישער איד זאָל שיקען זײַן קינד אין גימנאזיע, דאָס איז בײַם ענדע פֿון די זיבעציגער יאָהרען שױן בײַ אונז ניט געװען קײן נאַװינע. עס איז אָבער ניט געװען דער זאַרט146פֿרומער איד, װעלכער טראָגנט לאַנגע פֿאות און אַן אַטלאַסשענע זשופּיצע. אפֿשר האָט אַמאָל געטראָפֿען אַן אױסנאַמע אױ. אין גאַליציען האָט מען אַז דאָס אַבער געװען אױף טריט און שריט. דורך די געגנטסער האָט אַרײַנגעקוקט אַ הײַסע זון. די שוהל האָט נעבליטסטעטע מיט שװאַרצע אַטלאַסשענער קאַפּאָטעם, װײַסע סליתים, און זילבערנע עטרות. אײַנינע פֿון די באַלי־באַטים זײַנען נעװען זעהר שעהנע אין זײ. בלױז די שטרײַמלאַך האָבען זיגען נעװען זעהר שאַהן און זײ. קײן אונדמעטשישעַ היטעלן קען מען זיך ניט פֿאַרשטעלען. די שטרײַמעל איז געגאַנגען זיך נומען פֿומאַװעאַװאָרען איז נאָך נישטעטעם. אַמאָל ניט נו צו דעם װאָס מאַראָגן אױער זאַער װידערדע מין כּן. װען זי איז אַ נראַמער פֿעלבעל, אַ דאַ אַ דאַרע אַן קוװאָנע, אין און נאָך אַלם דערזען, דאַן איז זי מיט אױהרע עקעלאַ װירקליך עפֿעלכעם. דאָס רוב שטרײַ־לאַר, װאָס האָט מען זאַטם שבת אױ זײ, זײַנען דערפֿדינ צרה־דינע שמאַטעלעך, אין װעלכע דער שעַנדמער איד זעהט אױ קצמיש. און דאָס טראָגען מען „לכבוד שבת".

װען איך בין אין שוהל פֿאַרבראַכט אַ האַלבע שעה, האָט מען נעעטרץ דאַװוּנען. מען האָט נעכומען צונויפֿלעַגען די מליתים. דער עולם האָט זיך צוטיילט אױ נרופּען, קלעעערע גרעטסעּטא. אין רעבעל האָט זיך אַרומגעלעקעלט אַרום צוױי לומדים, װאָס האָבען זיך פֿאַרטשעַטעט אין אַ שטיקעל תּורה.

אָבער אין אַרױסנעקאַמען פֿון שוהל צוזאַמען פֿון קאַמפּאַניע באַלי־באַטים. מען אין נעַנאַנגען פֿון אַנדערע שוהל און קלױזען באַלעבאַטים. מען אין נעַנאַנגען פֿון אַנדערע שוהל און קלױזען אױך. און די צװײ זײַנען זיך נעטרעפֿען: „נוט שבת!" „נוט שבת!" און צוױשען דיזע אַלט־װעלטמינע רעליגיעַנע נרובען אין באַלד דורכגאַנגערהען און דערשטעַטמית אַ אידעל אַ קײַזער האָט זיך אפֿילו ניט אומגעקוקסט.

∗ ∗ ∗

דעם נעקסטען פֿרײַטאָג און פֿרײַטאָג־צו־נאַכטם האָב איך פֿילע שטונדען פֿאַרבראַכט אַרומגעהענדיג איבער'ן אידישען קװאַרטאַל. עס איז אַ גרױסער קװאַרטאַל מיט אַ סך מױערען און מיט אָרימקײט אָהן אַ שיעור. עס איז געװען אַ הײסער טאָג און אַ הײסער אָװענט. װען עס איז געװאָרען פֿינסטער, איז147קיהלער כּמעט ניט געװאָרען. די פֿענסטער זײַנען אומעטום געװען אָפֿען. בײַ די טירען זײַנען געזעסען װײַבער מיט קינדער (די מענער זײַנען דאָס רוב געװען אין די קלױזען) אָדער גע־שטאַנען אױ נאַס און געשמועסט. נאַכדעם אַז דעם נאַנצען אינטוואַלם פֿון לײַ־טער מיט נענעַשעַשע ליבע, און דעם נאַנצען אײַנהאַלט פֿון די פֿראַנט־צימערען אױף די אונטערשטע עטאַזשען.

דאָס רוב איז מעהר װי אין צימער אַ דירה ניט געװען. און אַן פֿייסעם פֿלעַערע ליכט זײַנען אַן דעם אײַניצינע צימער געװען אַ צוױיע אַדער דרײַ אַדער זאַלעַ פֿיר פֿאַר לײַטסטיטע מיט ליכע. איך האָב נעהאַט נעשפּרעכען מיט לעמבערגער, און זײ האָבען באַשטעטינט מיין אױנדרוק. און אַ פֿילע אײַניצינע צימערען װאױנינען אַ צוױיע, דרײַ אַדער מעהר פֿאַמיליעם.

דיורדעַעלע אין מײַן לעמבערג געװען מיר זעהר הױך, כּמעט אַזױ װי אין ניו יאָרק; און די פֿאַרדינסטעַ, אפֿילו װען עס איז אַ סך אַרבעיע, זײַנען זעהר קלײַנע. דער דלות איז געװען אַ שרעקליכער.

אין אַ קלײַנינע צימערעל, װעלכער קומט אַרױס מיט'ן פֿענ־סטער אױף נאַס, האָט אַ באַלעבאַטער מיר דורך'ן פֿענסטער אַנגעוױזען אױף צװיי באַטטען מיט צװיי בערג בעטגעוואַנט. אױך אַ מיט אַ זײַנען געשטאַנען צװיי פֿאַר ליכע. אַן אַלטע אידעַנע איז געטעַנען לעבען פֿענסטער, נעקומען אױף'ן נאַס, זיך נעשפּעקעלם און נעטאַם עפֿעס אױף עפֿעס אױסטינענע.

— דאָ װאױנינען אונזערע צװיי פֿאַמיליען, — האָט מיר ערקלערט אַ אידער אַ פֿליטעַניק. — אָבער אַ אײַנינסטיר זײַנען אַם דרײַ פֿאַמיליעם, אַזעבעם מיט די חודה אַ אױ שעַן פֿאַרהירעַטע און די װאױנינ דאַ מיט אױהר מאַן. מיר רעכענען זײ צו צו מײַן מוטער׳ם משפּחה.

אין אַ סך הכל האָבען אין יענעם צימער געװאױנט נײַן פּערזאָן.

און מען האָט מיר געזאָגט, אַז עס זײַנען פֿאַראָן אַ סך ערגערע פֿאַלען.

אַ פֿאַר ניו יאָרקער בלאָק פֿון דיזער הױז האָב איך געזעהן צײכענס פֿון נאָך טיפֿערער אָרימקײט.

148דאָ האָב איך באַמערקט אַ קלײַועל, װעלכע האָט זיך אױפֿ־געעפֿענט פֿון נאַס. אַזױ װי די פֿענסטער זײַנען געװען אָפֿען, האָט מען געקענט זעהן, אַז דאָס איז אַ בעַפּעלעַ צימערעל. די'נע קלײװעלעך אין געװען נעפֿאַקט מים מענטשען, אָבער מעהר ניט אױ־געעפֿעַ צוזעַלע אָדער פֿאַרצעַ פֿאַרצעַ האָט דערמען ניט נעקענע אַרײַן. זײ זײַנען נעשטאַנען „אױף די קעפ" און זיך גע־שמיכט פֿון רושטעַקײט און הין.

באַלד האָב איך דערזעהן נאָך אַזאַ קלײַועל, אַ דריטעַ, אַ פֿערטעַ, אַ פֿינפֿטע. קלײַועלאַך און קלױזען צאָהן אַ שיעור, אומ־טום האָט מען נעַטעַ דאַװעַט אַ פֿרומע שבת זיין אַדער דאַװוּנען מערין. אַ פֿון דעם האַבעַ זי אָרימע נעַשעַ און נעַשלעַט גע־הױשעַם מים אַ זאַנדערבעַרען נעפֿעלדער, מים אַ אומאַטינע, אַ הושעאַם מים אַ זאַנדערבעַרען נעפֿעלדער, מים אַ אומאַטינע. מיר האָט זיך נעַרעַ, אַז פֿאַ׳צרה־דינע תּפֿלה־דערזער. דער האָר אַ צוריקנעַבלעַנעַם יאַמער פֿון דחקות, פֿון עלענד, פֿון הונגעַר.

קומענדיג צוריק אין מײַן האָטעל יענעם אָװענט, האָב איך אין מײַן נאָטיצביכעל צוױשען אַנדערעם אױפֿנעַשרעַבעַן די װער־טער:

„איך װעל קײנמאָל ניט פֿאַרגעסען דעם שװעַרען אײַנדרוק, װאָס דיזער קבלת שבת האָט אױף מיר נעַמאַכט."

אין אַ פֿלאַ האָט דיזער שװעַרער אײַנדרוק אַפֿנעַפֿעַרטעַ זײַן פֿלאַ פֿאַר אַ אַנדערעַ. בײַ אײַנעם פֿון די קלײַועלאַך, אַדער „שטיבלאַך", האָט זיך אין אַ שעַטעַ שטונדע אַ חבֿרה'שיסעַ נעַזעַ פֿול מים נעפֿיכ און מױזיקאַליטעַט אַ. דער נגון אין אױך געװען אַ טרױערלעַ. ער האָ אָבער נעַטרעַעַ ניט מים דאָגה און נוט, נאָר פֿאַרקעַרט: מים נײַסטעַ נליק און מים אַ הנאה'דינער פֿאַרטרױמטעַטעַ. די שטימען זײַנען געװען ניט קײן שלעכטע, און צוזאַמען האָבען זײ נעקלונגען אַזױ װי מים אַ באַװאוסטזײַן פֿון מאַכט, פֿון ברײַטע ערװאָרטונגען, פֿול מים נשמה, מים פֿײַער.

איך בין געשטאַנען און זיך צוגעהערט װי אַ פֿאַרצױבערטער. די נאַנצע נאַכט װאָלט איך אפֿשר אַזױ אָפֿגעשטאַנען. צו מײַן149באַדױערען, האָט דאָס זינגען באַלד אױפֿגעהערט און דער עולם איז זיך צוגאַנגען.

∗ ∗ ∗

קאַפֿעם האָב איך אין לעמבערג געפֿונען אַ סך. און די פֿיהרונגען זײַנען אין זײ געװען דיזעלבע, װי אין וױען; און זײער קאַװע איז מיר נעפֿעלען נעװען נאָך בעסער װי די וױענער. „װאָס אַנבאַטרעפֿט די קאַפֿע־פֿראַגע, — האָב איך דאַן געשרי־בען, — װאָלט איך געשטימט פֿאַר לעמבערג, אַלס די הױפּט־שטאָדט פֿון עסטרײַך."

דער נײסטער און רײכסטער קאַפֿע אין געװען „װאַרשאַװע" — אַ נאָמען, װעלכער איז פֿאַר פֿױלישע הערצער פֿון גאַליציען דאַן געװען אַזױ טײַער, װי ירושלים בײַ די צוניסטען. דערטען פֿלעגט זיך אין אָװענט צוזאַמענקומען דער רײכטסטער און עלע־גאַנטסטער עולם, אידען, אַזױ גוט װי קריסטען. אָבער מעהר. װען איך בין דער בעל־הבתּים אַלײן אַ געװען אַ איד. דער דאָרטען געװען, האָט געשפּילט אַ צינעַער־אָרקעסטער פֿון רומ־נינען. דער דיריגענט — אַ צינעַער מיט אַ גרױסע שװאַרצע אױגען, װעלכער האָט אַלײן געשפּילט פֿידעל — האָט אַ בוכשטעבליך גע־פֿלאַקערט. ער האָט געאַרבעיט מיט זײַן אַלע כּחות און מיט אַ אַלע גלידער. דעם גאַנצען אָװענט האָט זײַן קאַפֿעליע געפֿלאַמט מיט ציגײַנער־נגונים, װאַלאַכישע און אונגאַרישע נגונים, מײַסטענס אומאַטיגע. דעם דיריגענט׳ם שװאַרצע גרױסע אױגען האָבען ניט אױפֿגעהערט צו שפֿריצען מיט פֿיערדיגען טראַגימס. ער האָט אַבסאָלוט ניט גערוהט.

אײן מאָל, װען איך האָב דאָרטען פֿאַרבראַכט אַ טײַל פֿון דעם אָװענט, אין בײַ אַ טיש ניט װײַט פֿון מיר געזעסען אַ גע־מישטע קאָמפּאַניע פֿון קריסטען מים אידען — צװיי קריסטען און פֿינ אידעַ. עס אין ניט געװען אַנגענעם צו זעהן װי די פֿינ באַנעמעַ זיך צו די צװיי. זײ האָבען ניט אױפֿנעַהערט צו שמײכלעַ צו זײ און אָפֿט אַרױסגעשאַסעַ מים אַ דונער פֿון150חנופֿה'שען געלעכטער איבער עפֿעס אַ שפּאַס, װאָס אײַנער פֿון יענע האָט געזאָגט. איבערהױפּט קען מען דאָס נאָר זאָגען װעגען פֿיר פֿון די פֿינ אידען. דער פֿינפֿטער האָט מעהר געקוקט אױף זײַן אײַנינענער װײַב, װי אױף די פֿאָליאַקען. ער אַלײן איז געװען אַ דאַרער און ניט קײן שעהנער, און זײַן פֿרױ איז געװען זעהר אַ שעהנע, מיט פֿאַלען אָדער דאָך זעהר לעבעדיגע און אינטערעסאַנטע אױגען, אין װעלכע ער האָט אַלע װײַלע געקוקט. מיט אַ בענקען־דיגען בליק האָט ער געקוקט. עס איז געװען לײַכט צו זעהן, אַז דאָס איז אַ מאַן, װאָס איז פֿאַרליבט אין זײַן װײַב און דורשט נאָך אַ טראָפֿען אױפֿמערקזאַמקײט פֿון איהר.

זײַן װײַב, די שעהנסטע אין דער קאָמפּאַניע, האָט פֿאַרגעסען, אַז ער איז דאָ אױף דער װעלט. איהרע שעהנע אױגען האָבען זיך אונטערװעגענס געלאָסען צו די קריסטען.

∗ ∗ ∗

דער „מאַגיסטראַט" פֿון שטאָדט (דער סיטי האָל) איז אַ גרױסע, אַלטע, ניטמאָדנע געבײַדע. אױפֿ׳ן סקװער, װאָס געפֿינט זיך אַרום איהר, קומט יעדען פֿריהמאָרגען פֿאַר אַ מאַרק — דער הױפּט־מאַרק פֿון לעמבערג. אַהער קומט מיט די פֿאַר צוױיע פֿױערים און אױפֿעטעם פֿון אַרום לעמבערג מיט די פֿראָ־דוקטען פֿון זײַערע פֿעלדער, סעדער, גערטנער. די דאָרפֿס־פֿרױען זײַנען געקומען באַרװעס, און אַזױ זײַנען זײ געזעסען אױף דער ערד, יעדע בײַ איהר סחורה, אַזױ װי די פֿױערטעם אין ליטע. עס האָבען זיך צוזאַמענגעקליבען מאַסען לעמבערגער בעל־הבתּיש'־טעם. עם איז געװען אַ געפֿילדער.

די פֿױערים מיט די פֿױערטעם זײַנען מײַסטענס געװען רוטענער (אוקראַינער). עס זײַנען אָבער צװישען זײ געװען אײַנינע פֿױלישע אױך. לעבען דעם מאַגיסטראַט און דעם מאַרק געפֿינט זיך אַ געסעל, װעלכע הײַסט „רוסקאַ אוליצאַ" (רוסישע גאַס). דאָרטען האָט זיך געצויגען אַ צײַל בודקראַמען מיט רוטענישע און רוסישע ביכער, און עס זײַנען געװען אױסגעהאַנגען שילדען פֿון רוטענישע צײַטונגען. די רוטענישע באַפֿעלקערונג פֿון לעמבערג איז צוזעית איבער'ן גאַנצען שטאָדט, און דאָ איז געװען דער צענטער פֿון זײַער געיסטיגען לעבען.

151אין גאַליציען איז דאַן געװען פֿונקט אַזױ פֿיל רוטענער װי פֿאַליאַקען; און די דערפֿער צו מורח־צו פֿון קראַקאָו זײַנען די רוטענער אַ גרױסע מאַיאָריטעט, נאָר אין די שטעדטעלאַך איז די פֿױלישע באַפֿעלקערונג שטאַרקער. די פֿאַליאַקען האָבען מעהר אײַנפֿלוס פֿון גאַליציען, מענטשען מיט זײַנען שױן געװען נעװאוינט צו זײַן די הערשער פֿון גאַליציען, װי אַ אַ מאָליגע צײַטען, װען פֿױלען אַ געװעַ אַ שטאַארטע, זעלבסטשטעַנדינ מלוכה.

די רוטענער האָבען אָבער שױן דאַן געהאַט אַ לעבעדיגע נאַציאָנאַלע באַװאוסטזײַן, און צװישען זײ און די פֿאַליאַקען איז אַנגעגאַנגען אַ קאַמף. דעריבער זײַנען די שילדערן אױף די קראַ־מען, װאָקזאַלען און עפֿענטליכע אַנשטאַלטען אין לעמבערג שױן דאַן געװען אױף צװיי שפֿראַכען: אױף פֿױליש און אױף רוטעניש מיט רוסישע בוכשטאַבען. די רוטענער האָבען זיך שױן דאַן געהאַט אױסגעקעמפֿט אַ רוטענישע גימנאזיע אין לעמבערג און אין נאָך אַ שטאָדט, און אין 1912 האָבען זײ אַנגעפֿיהרט אַ קאַמף פֿאַר אַ רוטענישען אוניװוערזיטעט. אין דעם לעמבערגער אוניװוערזיטעט איז געװען אַ הײבשע צאָהל רוטענישע סטודענטען, און זײ האָבען מיט די פֿױלישע סטו־דענטען געהאַט אָפֿטע געשלעגען.

יענע טאָג איז אין לעמבערג געװען אַ סטרײַק פֿון אידישע פֿאַפּיראָסען־מאַכערינס. האָבען זײ אַרױסגעװיזען דעם זעלבען מוט און אָפֿפֿערװיליגקײט, װי אונזערע סטרײַקערינס אין אַמע־ריקא.

17
דער טראַמװײ װאָס געהט צום װאָקזאַל. — אַן עראינערונג.

אין דעם ערשטען באַנד פֿון דיזע „בלעטער" (פֿעַרדיש 49 און 50) איז דערצעהלט געװאָרען, װי איך האָב באַזוכט לעמ־בערג אין 1882, און װען איך האָב געמאַכט מײַן ערשטע רײַזע קײַ אַמעריקא. דאָרטען װערט בקיצור איבערגעגעבען, װי איך האָב זיך אַראָפֿגעכאַפֿט פֿון װאָקזאַל צו דעם מיטעל־פּונקט פֿון שטאָדט. װעגעַ אונזער פֿאָהרען צוריק צום װאָקזאַל שטעהט דאָרטעַ דאָס פֿאָלגענדע:

152„צוריק צו אונזער צוג זײַנען מיר געפֿאַהרען אױפֿ'ן פֿערד־באַהן, און עד היום קלינגט אין מײַנע אױערען די פֿײַפֿעל, מיט װעלכער דער קאַנדוקטאָר האָט געגעבען זײַנע סיגנאַלען; און עד היום זעה איך די בלישטשענדע מעשענע קנעפּעל פֿון דעם שרירע, מיט װעלכער דער פֿאָהרמאַן האָט קאָמאַנדירט די פֿערד. דער טראַמװײ אין געװען אַ שפּאַנגעל־נײַער."

אין 1912, װען איך בין װידער געװען אין לעמבערג, האָט יענע פֿײַפֿעל ניט אױפֿגעהערט צו הילכען אין דעם געהער פֿון מײַן זכּרון. פֿון דער ערשטער מינוט, װען איך בין אַנגע־קומען, האָב איך זיך געקליבען צו מאַכען דיזעלבע רײַזע װי דאַן, מיט 30 יאָהר פֿריהער, פֿון מיטען שטאָדט צום װאָקזאַל. מיר האָט זיך געגלוסט צו פֿאַרגלײַכען די איצטיגע ערפֿאַהרונג מיט דער יעמאָלדיגער. אין אַ געװיסען נאָכמיטאָג האָב איך די דאַזיגע קורצע רײַזע געמאַכט.

אָנשטאַטם אַ פֿערד־באַהן, האָב איך איצט געפֿונען אַן עלעק־טרישען. דעם קאַנדוקטאָר'ם פֿײַפֿעל האָט אָבער געהאַט דעם זעלבען קלאַנג װי דאַן, מיט דרײַסיג יאָהר פֿריהער, און די מעשענע קנעפּעלעך, מיט װעלכע דער „טרײַבער" האָט איצט קאַנטראָלירט דעם מאָטאָר, האָט געבלישטשעט פּונקט װי יענע שפּאַנגעל־נײַע הענטעל פֿון דעם פֿערד־װאָגאָן. איך בין געװען זיכער אין דעם, און די ענהליכקײט האָט מיר אַן אמת'ן תּענוג פֿאַרשאַפֿט.

דער פֿלאַץ, װאו די טראַמװײַען שטעלען זיך אַף לעבען דעם װאָקזאַל, און אַ טײל פֿון דעם אַרומיגען געגענד האָב איך אױך דערקענט.

18
אַ מאַס־מיטינג אין לעמבערג.

דער באַקאַנטער סאָציאַליסט דר. קיסמאַן איז דאַן געװען אַ סטודענט אין לעמבערג. צו דערזעלבער צײַט האָט ער רעדאַקטירט די אידישע סאָציאַליסטישע װאָכענבלאַט „דער סאָציאַל־דעמאָ־קראַט". די באַװעגונג איז דאָרטען געװען יונג און קלײַן, און די מיטלען זײַנען געװען זעהר באַשרענקטע. די רעדאַקציע און די153פּריװאַט־קװאַרטיר פֿון דעם רעדאַקטאָר זײַנען געװען אין אײן צימער.

די צײטונג איז אַרױסגעגעבען געװאָרען פֿון דער אידישער סאָציאַליסטישער אָרגאַניזאַציע פֿון לעמבערג, און זי האָט אַראַנ־זשירט אַ פֿאַרזאַמלונג. דאָס פֿאָלגענדע איז די אַנאָנסע װעגען דעם, װי זי איז אָפֿגעדרוקט געװאָרען אין דעם נומער 28 „סאָציאַל־דעמאָקראַט", דעם 12טען יולי, 1912:

„פֿאָרטראַג — אַב. קאַהאַן.

„שבת, דעם 13טען יולי, 8 אזײגער אין אבענד, װעט גען. אב. קאַהאַן, רעדאַקטאָר פֿון ניו יאָרקער „פֿאָרװערטס", האַלטען אַ פֿאָרטראַג.

„אין זאַל יד חרוצים בערנשטינא 11.

„װי אַזױ לעבט זיך דער יוד אין אַמעריקא?

אײַנטריט: זיץ־פּלאַץ 1 גראָצער — שטעה־פּלאַץ 1 העלער.

„די לעמבערגער אַרבײַטער האָבען איצט אַ געלעגענהײט צו הערען אײַנעם פֿון די װיכטיגסטע רעפֿרעזענטאַנטען פֿון דער יודי־שער אַרבײַטער באַװעגונג איבער אַ העכסט אינטערעסאַנטע טעמע.

„דעריבער זײַנען מיר איבערצײַגינ, אַז קײן אײַנציגער בא־װאוסטער אַרבײַטער װעט בײַ דעם פֿאָרטראַג ניט פֿעהלען."

דער אײַנטריט פֿרײַז האָט אױף מיר געמאַכט אַ שװערען אײַנדרוק. אײן גראָצער, — אַ דריטעל פֿון אַ סענט, — פֿאַר אַ פּלאַץ צו זיצען און אַ האַלבער גראָצער פֿאַר אַ פּלאַץ צו שטעהן. אַזױ דלות איז אין דעם אַמעריקאַנער אַרבײַטער זיך שׁװער פֿאָרצושטעלען.

די עקזעקוטיװע קאָמיטע פֿון דער אידישער סאָציאַליסטישער אָרגאַניזאַציע האָט אַלס איהר פֿאָרזיצענדען געהאַט אַ גוט־באַקאַנטען גענאָסע מיט'ן נאָמען נוסברעכער. ער האָט אַלזאָ באַדאַרפֿט זײַן דער פֿאָרזיצענדער פֿון דעם מיטינג. אין דעם אָװענט פֿון דער פֿאַרזאַמלונג האָט מען זיך אָבער דערמאָנט, אַז ער קען ניט רײדען אידיש גענוג אױף צו פֿיהרען אַזאַ פֿאַר־זאַמלונג. איז אױף זײַן פּלאַץ באַשטימט געװאָרען גענאָסע קיסמאַן.

„יד חרוצים" איז דאַן געװען דער גרעסטער זאַל, װאָס די אידישע אַרבײַטער פֿון לעמבערג פֿלעגען געברױכען פֿאַר זײַערע פֿאַרזאַמלונגען. עם איז זיך צוזאַמענגעקומען אַ גרױסער עולם.

154אין דעם נעקסטען נומער „סאָציאַל־דעמאָקראַט" איז ער־שינען אַ צימליך אױספֿיהרליכער באַריכט װעגען דעם פֿאָרטראַג, אין װעלכען איך האָב געשילדערט דאָס לעבען פֿון די אידען אין אַמעריקא, אין אונזער סאָציאַליסטישע באַװע־גונג און אונזער אַרבײַטער־באַװעגונג. איך האָב אױך דערצעהלט, װי די ערשטע עמיגראַנטען זײַנען דורכגעפֿאַהרען דורך גאַליציען אױף זײער װעג קײן אַמעריקא, װי מיר זײַנען געשטאַנען אין בראָד עטליכע װאָכען, װי נאָכדעם האָט אונ־זער עמיגראַנטען צוג זיך אָפֿגעשטעלט אַ טאָג אין לעמבערג און אַ קורצע צײַט אין קראָקאָו. איך האָב אױך דערצעהלט װעגען דער גרעסערער גרופֿע עם עולם מיט ניקאָלאַי אַלעיניקאָװ'ן אָן דער שפּיצע; װי זײ זײַנען דורכגעפֿאַהרען דורך לעמבערג און קראָקאָו מיט אַ ספֿר־תּורה אַלם אַ פֿאָהן. אַלעיניקאָװ און זײַן פֿאַרטיע זײַנען אין לעמבערג געשטאַנען איבער אַ װאָך, די אינטעלינענטען פֿון שטאָדט האָבען זײ אַרױסגעװיזען אַ װאַרעמע גאַסטפֿרײַנדליכקײט. דאָס אַלץ האָב איך געשילדערט אין מײַן רעדע, און איך האָב אױך פֿאַרגעשטעלט, װי מיר זײַנען אַרױס־געפֿאַהרען פֿון דעם לעמבערגער װאָקזאַל אין שטאַטעם.

דער באַריכט ענדיגט זיך מיט די פֿאָלגענדע שורות:

„מיט אַן אפֿעל צו די פֿאַרזאַמעלטע, אַז אױב זײ װעלען אַמאָל קומען קײן אַמעריקא, און אין זײ שלאָגט אַ סאָציאַליסטיש האַרץ, זאָלען זײ זיך דאָרט, אױף יענער זײַט ים, שטעלען אין די רײַהען פֿון קעמפֿענדען פֿראָלעטאַריאַט, — ענדיגט דער רעדנער אונטער שטורמישע אַפֿלאַדיסמענטען פֿון די פֿאַרזאַמעלטע.

„בכּלל איז דער רעפֿעראַט געפֿיהרט געװאָרען אױף אַן עכט־אַמעריקאַנעם אופֿן, באַלד אַלס געשפּרעך מיט די פֿאַרזאַמעלטע, כּמעט אין אַ טאָן פֿון קאָנװערסאַציע, באַלד מיט שילדערונגען פֿון דער נױט אין דעם אידישען אַרבײַטער קלאַס, אין אַ לײדענשאַפֿט־ליכען טאָן פֿון הױכער רעטאָריק. דער רעפֿעראַט איז זעהר אָפֿט איבערגעריסען געװאָרען פֿון בײַפֿאַל־שטורמען דורך די פֿאַר־זאַמעלטע, װעלכע האָבען די גאַנצע צײַט מיט אױפֿמערקזאַם־קײט זיך אײַנגעהערט און זײַנען בײַ די לײדענשאַפֿטליכע שטע־לען װי עלעקטריזירט געװאָרען."

155„גענאָסע קיסמאַן, דער פֿאָרזיצענדער, דאַנקט דעם גענאָסע קאַהאַן, אין נאָמען פֿון לעמבערגער אידישע אַרבייטער, פֿאַר זיין אינטערעסאַנטען אויספֿיהרליכען באַריכט און שליסט דערמיט דעם אָוונט.

„נאָך דעם פֿאָרטראַג איז פֿאָרגעקומען אַ קאַמערס (צוזאַמענקונפֿט), בײַ וועלכער אַ גרעסערע גרופּע גענאָסען זײַנען שפּעט צוזאַמענגעזעסען מיט אונזער גאַסט."

דער צוזאַמענקומס איז פֿאָרגעקומען אין אַ באַקאַנטען לעמבערגער רעסטאָראַן. יושר האָט אין אַ קאָרעספּאָנדענץ וועגען דעם אין „פֿאָרווערטס" דעם ערשטען אויגוסט געשריבען:

„באַזונדערס אינטערעסאַנט און אײַנדרוקספֿול איז געווען דער מאָמענט פֿון צוזעהען זיך. די קאָמפּאַניע האָט אַרומגעזונגען דעם גאַסט און איהם „באַזונגען" מיט רעוואָלוציאָנערע לידער".

און ווײַטער, דעם 7טען אויגוסט, שרייבט יושר:

„דער פֿאָרטראַג פֿון גענאָסע אב. קאַהאַן אין לעמבערג האָט געמאַכט אַזאַ אײַנדרוק, אַז פֿון אַלע שטעדט אין גאַליציען זיינען אָנגעקומען אײַנלאַדונגען, ער זאָל קומען האַלטען אַ פֿאָרטראַג. איבעראַל האָט מען זיך גערייצט גענאָסע קאַהאַן'ען צו געבען אַ קבלת פּנים, אַלס דעם לעהרער און באַגייסטערער פֿון די אידישע אַרבייטער זייט דרייסיג יאָהר. אין די רייהען פֿון די אידישע אַרבייטער אין גאַליציען האָט זיך געפֿעלען אַ יום טוב צוליב די ערוואַרטונגען צו זעהן און הערען דעם גאַסט, וועלכער האָט געמאַכט אַזאַ אײַנדרוק אין לעמבערג. לײַדער אָבער איז איהם ניט איבערגעבליבען קיין צייט די אײַנלאַדונגען אָנצונעמען".

די אכט אדער ניין טעג, וואָס איך האָב פֿאַרבראַכט אין לעמבערג, האָב איך זיך פֿיעל שטונדען געטונען אין דער געזעל־שאַפֿט פֿון די דאָרטיגע גענאָסען. איך האָב אַ סך צייט פֿאַרבראַכט אין אַרומשפּאַצירען אַליין. אָבער די מייסטע אָוונטען און נאָכמיטאָגען האָב איך געהאַט זייער געסטפֿריינדליכע באַגלייטונג. זיי האָבען אויף מיר איבערגעלאָזען דעם זעלבען סאָרט אָנגענעהמען איינדרוק, ווי דער, וואָס איך האָב באַקומען פֿון דער אידישער סאָציאַליסטישער גרופּע אין קראָקאָו.

הערות (פֿוס-נאָטיצען פֿון אָריגינאַל)

[ז׳ 108] (*) שפּעטער, נאָך דער רעוואָלוציע, איז ער געווען דער ערשטער פּרעזידענט פֿון דער עסטרייכישער רעפּובליק, און ווען דיזע שורות ווערען געשריבען, אין 1929, איז ער מעיאָר פֿון ווין.

[ז׳ 110] (*) אין דעם פֿאַרלאַמענט פֿון ווין האָבען די אונגאַרען זיך ניט באַטייליגט. אַזוי ווי זייער לאַנד איז געווען אַ באַזונדערע מדינה, האָט זי געהאַט איהר אייגענעם פֿאַרלאַמענט.

[ז׳ 117] (*) מיט פֿילע יאָהרען שפּעטער האָב איך קאַרף'ען געזעהן אין ניו יאָרק, צוערשט אין דייטשע פּיעסען, און אין אַ קורצער צייט אַרום אין ענגלישע. ביידע לשונות שיינען צו זיין מוטער־שפּראַכען ביי איהם און אויף ביידע שפּילט ער וואונדערבאַר.

[ז׳ 117] (**) היינט שטעהט דער אַמעריקאַנער טעאַטער שוין אויך העכער ווי אין יענע יאָהרען. עס זיינען אימער פֿאַראַן אַ פֿאָר גוטע פּיעסען און זיי ווערען געשפּילט אַ סך בעסער ווי מען פֿלעגט דאַ שפּילען מיט יאָהרען צוריק.

[ז׳ 132] אין דער „פֿראַװאָדאַ"-רעדאַקציע אין פּעטערבורג האָט איהם אַלס אַקטיװער רעדאַקטאָר פֿאַרטראָטען אײנער מיט׳ן נאָמען טשערנאָמאַזאָװ, און אַלס פֿיהרער פֿון דער באָלשעװיסטישער פּאַרטײ האָט איהם אין פּעטערבורג פֿאַרטראָטען אַ מיטגליד מיט׳ן נאָמען מאַלינאָװסקי. שפּעטער האָט זיך אַרױסגעצײיגט, אַז בײדע זײַנען געװען שפּיאָנען פֿון דער רוסישער רעגירונג.

[ז׳ 137] *) ווען איך האָב לעמבערג ווידער באַזוכט, נאָך דער מלחמה, אין יאָהר 1923, איז אין דיזער טייל קאַרל לודװיג שטראַסע דער פּראָצענט פֿאַרצייטיג־געקליידטע שוין געווען פֿיל קלענער.