בלעטער פֿון מײַן לעבן · אבֿרהם קאַהאַן · פֿינפֿטער באַנד (נ.י., 1931)
ביז דער וועלט-מלחמה

פֿערטער קאַפּיטעל

ווידער אין אייראָפּא (צווייטע פֿאָרטזעצונג)

װעגן דעם טעקסט: דאָס איז אַ װאָרט-בײַ-װאָרט אָפּשריפֿט פֿון די געדרוקטע זײַטן 156–201 (גאַנצער פֿערטער קאַפּיטעל פֿון פֿינפֿטן באַנד), מיט דער אָריגינעלער אָרטאָגראַפֿיע פֿון 1931. די נומערן אַזױ װי 156 צײכענען אָן דעם אָנהױב פֿון יעדער געדרוקטער זײַט. רוסישע און פֿרעמדע װערטער זײַנען איבערגעגעבען אַזױ װי אין אָריגינאַל.
1
אויב ניט ווילנע, טאָ זאָל זיין כאָטש בראָד. — ניטאָ די חורבות, ניטאָ די הויכע קאַפּעליושען. — אידישע גימנאַזיסטען.

156די גאַנצע צייט, וואָס איך בין געווען אין לעמבערג, האָט פֿון מיר ניט אָפֿגעטראָטען דער געדאַנק, אַז איך געפֿין זיך ניט ווייט פֿון בראָד, די גאַליצישע שטאָדט בײַ דעם רוסישען גרענעץ, וואו איך האָב פֿאַרבראַכט דרײַ וואָכען אין יאָהר 1882, ווען איך בין צום ערשטען מאָל געפֿאָהרען קיין אמעריקא ; די אַלטע אידישע שטאָדט, וועלכע האָט געדינט אַלס דער זאַמלונגס-פּונקט פֿאַר דעם אָנהויב פֿון דער גרויסער אידישער עמיגראַציע קיין אמעריקא.

אין דעם צווייטען באַנד פֿון דיזע בלעטער (פֿון פֿײדזש 25 ביז 49) ווערט וועגען דיזע דרײַ וואָכען דערצעהלט אויספֿיהרליך. אין מײַן פֿערזענליכער געשיכטע געהערען זיי צו יענע קאַפּיטעל אין אַ מענשען'ס לעבען, וועלכע ער קען קיינמאָל ניט פֿאַרגעסען. ווילנע, וואו איך האָב זיך געהאַדעוועט, מײַן אַלטע היים ווילנע, האָט מיר קיינמאָל ניט אויפֿגעהערט צו ציהען צו זיך. אין 1905 האָב איך געהאַט אַ געלעגענהייט צו פֿאָהרען אַהין, אָבער ווי עס איז שוין דערצעהלט געוואָרען (זעה פֿערטען באַנד) האָבען זיך אַרײַנגעמישט אונגינסטיגע אומשטענדען, און די געלעגענהייט איז פֿאַרשוואונדען. איז פֿאַר מיר ווידער געוואָרען אונמעגליך צו באַזוכען מײַן אַלטע היים.

און איצט, געפֿינענדיג זיך ניט ווייט פֿון בראָד, האָב איך157געבענקט נאָך דער שטאָדט, וואו איך האָב פֿאַרבראַכט יענע אונפֿאַרגעסליכע דרײַ וואָכען. מיט אַ מאָדנער בענקעניש, אזוי צו זאָגען, ווי דאָס האַרץ וואָלט אין מיר געשריהען : אויב ניט ווילנע, טאָ זאָל כאָטש זיין בראָד ! ...

דעם 8טען יוני, 1912, האָב איך זיך געזעצט אויף אַ צוג, וואָס איז געגאַנגען פֿון לעמבערג קיין בראָד. ער איז געגאַנגען זעהר לאַנגזאַם, און דאָך האָט די רייזע געדויערט ניט מעהר ווי אַ פֿאָר שטונדען, ווערענד אין יאָהר 1882, ווען איך בין אי־בער דעם זעלבען וועג געפֿאָהרען אין אַ פֿאַרקעהרטער ריכטונג, אויף אונזער עמיגראַנטען-צוג, האָבען מיר זיך געשלעפֿט כּמעט אַ גאַנצע נאַכט. דיזען מאָל בין איך געפֿאָהרען בײַטאָג. אין דרויסען איז געווען וואַרעם און שעהן. זאַנגען האָבען זיך געקוואָשלעט. רוטעגישע פּויערים האָבען געאַרבייט אין די פֿעלדער. באַרוועסע מענער, פֿרויען, קינדער. די בילדער זיינען מיר געווען באַקאַנט פֿון מײַנע קינדער יאָהרען, די פּויערים אזוי גוט ווי די פֿעלדער. וואָרים די פּויערים זיינען דאָ דיזעלבע, ווי אין דרום רוס־לאַנד, און זיי זיינען עהנליך צו פּאָליאַקען, און די נאַטור סצע־נעם זיינען דיזעלבע, ווי אין דער געגענד, וואו איך בין געבאָרען געוואָרען.

דער צוג האָט דערגרייכט די סטאַנציע, וועלכע איז געווען דער ציל פֿון מײַן קורצער רייזע.

בראָד. פֿונקט מיט דרײַסיג יאָהר צוריק בין איך אַהער געקומען פֿון רוסלאַנד, אַ יונגערמאַן פֿון קנאַפּע 22 יאָהר. איצט בין איך געווען אַ 52-יעהריגער, מיט 30 יאָהר אמעריקא הינטער זיך. מײַנע איינדרוקען וועגען דעם האָב איך אַ יאָהר שפּעטער, אין 1913, איבערגעגעבען אין „פֿאָרווערטס".*

158„ווי אזוי פֿיהלט מען זיך, ווען מען באַזוכט אַ פּלאַץ, וואו מען איז ניט געווען דרייסיג יאָהר? — פֿאַנג איך אָן די איינלייטונג צו יענע ערינערונגען. — איך האָב אין בראָד ניט קיין איינציגען באַקאַנטען. די שטאָדט איז מיר ווילד-פֿרעמד. איך האָב דאָרטען אַמאָל פֿאַרבראַכט דרײַ וואָכען. דאָס איז אַלץ. און דאָך האָט מיר איצט געקלאַפֿט דאָס האַרץ. אמת, יענע דרײַ וואָכען זיינען צווישען די בולט'סטע אין מײַן לעבען. אמת, דאָ איז באַשלאָסען געוואָרען מײַן שיקזאַל. ווען איך באַטראַכט אָבער מײַן שטימונג, בשעת איך בין איצט ווידער אַרײַנגעקומען אין בראָד, זעה איך, אַז די בענקעניש, וואָס איך האָב גע־פֿיהלט נאָך איהר, זיינענדיג אין לעמבערג, איז ניט געווען די הויפּטזאַך. ניט די דרײַ וואָכען גופֿא האָבען אזוי געקלאַפֿט דאָס האַרץ.

דרייסיג יאָהר האָב איך אין מײַן זכרון געטראָגען אַ בילד פֿון דער שטאָדט. איצט בין איך מיט דיזען געדאַנקען-בילד צוגעקומען צו דער דאָזיגער שטאָדט. ווי ווייט וועט דאָס בילד שטימען מיט דער דאָזיגער בראָד, וואָס איך וועל איצט געפֿינען? וועל איך איהר דערקענען? אַ שאַרפֿע נײַגעריגקייט, אַן אונרוהיגקייט, ווי אַ מין וועהטאָג, האָט מיך באַהערשט. דאָס איז איינס.

דאָס צווייטע איז געווען אַ שטימונג, וואָס האָט ניט אויפֿגעהערט צו שעפּטשען : „שוין דרייסיג יאָהר! דרייסיג יאָהר! דאָ ביסטו געווען אַ יונגינקער, אַ בחור פֿון ווייניגער ווי 22 יאָהר. איצט באַזוכסטו בראָד ווידער!... יא, ווידער! אָבער אַלס אַ מאַן פֿון צוויי-אונ-פֿופֿציג!"

ווען איך האָב עמיגרירט קיין אמעריקא, האָט זיך מיר אַ 52-יעהריגער פֿאָרגעשטעלט, אַלס אַן אַלטער מאַן ; און דרײַסיג יאָהר זיינען מיר פֿאַרגעקומען, ווי אַן אייביגקייט. אָט בין איך דאָס דער אַלטער מאַן ! די „אייביגקייט" איז שוין אַוועק ! עס גלויבט זיך ניט. און דאָך פֿיהל איך ניט קיין איבעראַשונג. איך בין אין דער זעלבער „איך". 52 יאָהר איז נאָרניט אזא איינדרוקספֿולע זאַך, ווי איך פֿלעג אַמאָל מיינען, און די דרייסיג יאָהר — דאָס איז ווירקליך אַ סך. דאָס מאַכט עס אַן אונגעהויערען איינדרוק אויף מיר. יא, עס גלויבט זיך ניט.

ווען איך בין אַרויס פֿון דעם צוג און אַרײַנגעקומען אין159דעם בראָדער וואָקזאַל, האָב איך צו זיך געזאָגט : דער מיטעלפּונקט פֿון שטאָדט איז דער קראָמען-מאַרק, ער איז אַ פֿיר-קאַנטיגער, און ער האָט צײַלען מיט טויערלעך, אזוי ווי פֿענסטער מיט אַרקען (אויסגעבויגענע האַלב-קײַלעכדיגע סופֿיטען). מיר וועלען זעהן, צי איך וועל איהם דערקענען. אַ צווייטע זאַך איז די חורבות. די פֿילע צופֿאַלענע אָדער איינגעזעצטע פֿאַרריכטעטע הײַ־זער, פֿאַרברענט אין אַ שרפֿה. די לײדיגע פּלעצער... און וואָס אָנבאַטראָפֿט די אידען, האָב איך פֿאַר'ן אויג פֿון מײַן זכרון געהאַט די הויכע קאַפּעליושען, וואָס כּמעט יעדער פֿון זיי האָט געטראָגען אין 1882. אַ באַרוועסער אינגל, וואָס פֿאַרקויפֿט בײַגעל אויפֿ'ן גאַס, טראָגט אַ קאַפּעליוש ! אַ וואַסער-טרעגער מיט אַ קאַראָמיסל מיט וואַסער אויף די פּלייצעס און מיט אַ הויכען קאַפּעליוש אויפֿ'ן קאָפּ !...

מײַן אויפֿמערקזאַמקייט איז צוגעצויגען געוואָרען צו אַ בודקע אין רעכטען מיטען פֿון דעם גרויסען וואָקזאַל. אין דער בודקע איז בײַ אַ פֿענסטערל געזעסען אַ איד מיט אַ באָרד און לאַנגע פּאות'ן און אין אַ יאַרמולקע... דאָס איז געווען אַ חלפֿן, אַ געלד-בײַטער. אַ שרעקליכע אַרעמקייט האָט זיך גלייך גע־פֿיהלט.

איך האָב אויף'ן וואָקזאַל איבערגעלאָזען מײַן באַגאַזש און זיך געלאָזט געהן צום שטאָדט. איך בין אומישנע געגאַנגען צופֿוס, כּדי צו זעהן, ווי ווייט איך וועל די שטאָדט דערקענען.

עס זיינען מיך באַפֿאַלען אָפֿנעריסענע בעלי-עגלות און פֿאַק־טאָרס פֿון האָטעלען, אַכסניות. איך האָב זיך קוים פֿון זיי באַ־פֿרײַט. איך בין פֿאַרבײַגעגאַנגען פֿאַרבײַ אַ מאַרק פֿון גרינסען, פֿרוכט, עופֿות. איך האָב געזעהן דעם האַלב-גראַשענעם מסחר, די קלעגליכע פּרנסה, איבער וועלכער אידען קאַכען זיך, בעטען זיך, רייסען זיך אַרום.

מיר איז אנטקעגען געקומען אַ יונגער איד מיט פּאות'ן ; ביז איבער'ן קאָלנער און מיט צוויי הינער אונטער די אָרעמס. אזוי ווי איך האָב איהם באַקוקט, האָט ער זיך אַ כאַפּ געטאָן מיר זאָ־גען דעם פּרײַז פֿון זיינע הינער ; און ווען איך האָב איהם ער160ערקלערט, אַז איך דאַרף ניט קיין הינער, האָט ער מיך באַקוקט מיט אַן אומעטיגען, פֿאַר'חלום'טען בליק.

נאָך אַ צעהן מינוט גאַנג האָב איך דערגרייכט דעם הויפּט מאַרק, דאָס הייסט, די קראָמען און קרעמלעך, וועלכע זיינען דער האַנדעל-צענטער פֿון בראָד.

די טויערלעך מיט די געבויגענע סופֿיטען, דער פֿיר-קאַנטיגער שטח מיט געשעפֿטען אויף יעדער זייט ; דער אַלגעמיינער איינדרוק פֿון שרעקליכער אָרימקייט, פֿאַרצײַטיגקייט, ברודנעסקייט. איך האָב דעם פּלאַץ גלייך דערקענט.

יא, דערקענט ! אָבער עפּעס האָט מיין האַרץ קיין שפּרונג ניט געטאָן. עפּעס בין איך גלייכגילטיג געבליבען. און דאָס האָט מיך פֿאַרדראָסען : אַ געפֿיהל ווי פֿון אַ באַריהמטע טעאַטער־שטיק, וועלכע איהר קלייבט זיך מאָנאַטען לאַנג צו זעהן און וועל־כע, ווען איהר זעהט איהר ענדליך, ענטוישט אײַך...

עס איז יא יענער מאַרק און עס איז ניט יענער מאַרק...

אַלץ איז, דאַכט זיך, דאָס זעלבע, און דאָך איז דער אַל־געמיינער אנבליק ניט דער, וואָס איך האָב אימער געהאַט אין מײַן זכרון. איז ער דען ניט די דרייסיג יאָהר אָפֿגעבליאַקעוועט גע־וואָרען ? נאָך אַלעמען האָב איך דאָך דאָ פֿאַרבראַכט ניט מעהר ווי דרײַ וואָכען. דרײַ וואָכען אין אַ שטראָם פֿון דרייסיג יאָהר... וואָלט מיין אויפֿרעגונג געווען גרעסער, ווען דאָס בילד וואָלט אב־סאָלוט געשטימט ? אדער אפֿשר איז מיין געשטאַלט פֿון יענער בראָד אַ ריכטיגע, נאָר די דרייסיג יאָהר האָבען אין איהר ענ־דערונגען געמאַכט ?

אין אַ פֿאַר שטונדען אַרום, ווען איך בין צו דער שטאָדט מעהר צוגעוואוינט געוואָרען, האָב איך איהר בעסער דערקענט. אָבער אזוי ווי דאָס איז מיר אנגעקומען לאַנגזאַם, ניט מיט אַמאָל, איז מיין באַגײַסטערונג צוברעקעלט געוואָרען.

די חורבות האָב איך ניט געפֿונען. איבערהויפֿט איז בראָד שוין ניט געווען אזוי אָפֿגעלאָזען, ווי פֿאַר דרייסיג יאָהרען, הגם אָרימקייט האָט עס ניט געפֿעהלט. די שטאָדט איז נאָך אַלץ געווען איינע פֿון די קבצנ'ישסטע, אָבער דאָך האָט זיך געפֿיהלט אביסעל מעהר קולטור, און מעהר אינדוסטריע, טעטיגקייט. עס זיינען161געווען איניגע נישקשה'דיגע הײַזער, אַ היבשער אַפּטייק, גאַרניט קיין שלעכטער האָטעל, אַ פֿײַנע גרויסע גימנאַזיע-געבײַדע און נאָך אַ פֿאָר נעטע קהל'שע מויערען. אין רעכטען מיטען שטאָדט האָט זיך געהאַלטען אין בויען אַ היבשע פּאָסט.

קיין הויכע קאַפּעליושען האָב איך ניט געפֿונען. זיי זיינען שוין לאַנג אַרויסגעגאַנגען פֿון דער מאָדע. אידען האָבען דאָס רוב געטראָגען ווייכע, נידריגע פּלושענע היטלען, אזוי ווי מען טראָגט אומעטום אין אָסט-גאַליציען.

בלויז עטליכע אידען אין גאַנץ בראָד, אַלטע לײַט, האָבען געטראָגען הויכע קאַפּעליושען, ווי זיי זיינען געוואוינט געווען אין די אַלטע צײַטען. מיט איין אידען אזעלכען האָב איך זיך צורעדט.

אן אָרעמער שנײַדער איז דאָס געווען, און ער האָט שוין קיין כּוח ניט געהאַט צו אַרבייטען. קיין אַנדער צודעק אויפֿ'ן קאָפּ, ווי אַ הויכען קאַפּעליוש, האָט ער קיינמאָל ניט געהאַט. סיידען אַ יאַרמולקע.

ער האָט גוט געדענקט די פֿאַר-דרייסיג-יאָהריגע צײַטען, די פֿאַר יאָהר, ווען בראָד איז געווען פֿול מיט רוסישע עמיגראַנטען, און ער האָט מיר אָנגעוויזען אויף דעם פּלאַץ, וואו דער עמיגראַנ־טען קאָמיטעט האָט דאַן געהאַט זיין קאָנטאָר. איך האָב די הויז דערקענט, און איך האָב זיך דערמאָנט, ווי דאָרטען האָב איך גע־זעהן דעם באַריהמטען אידיש-עסטרײַכישען שרײַבער קאַרל עמיל פֿראַנצאָז, וועלכער האָט זיך אינטערעסירט מיט עמיגראַציע און איין ספּעציעל געקומען נאָך בראָד פֿון וויען אנטייל צו נעמען אין דער אַרבייט פֿון דעם קאָמיטעט. פֿאַר עטליכע פֿון אונ־זערע אינטעליגענטע עמיגראַנטע האָט ער דאָ אַ רעדע געהאַלטען.

און איצט, בשעת איך האָב געקוקט אויף דער הויז, האָב איך איהם געזעהן אזוי ווי אַ לעבעדיגען (זעה 2טען באַנד, פֿײדזש 32).

איינע פֿון די זאַכען, וועלכע זיינען אין בראָד פֿאַר דרייסיג יאָהר ניט געווען, און איצט האָב איך זיי דאָרטען געפֿונען, זיינען געווען רוסישע שילדערן (סײַנס) אויף די קראָמען. דאָס הייסט, אייגענטליך, רוטענישע, וואָרים די רוטענער שרײַבען מיט162דעם רוסישען אלף-בית. אין די דרייסיג יאָהר איז צווישען זייערע מאַסען פֿאַרשפּרייט געוואָרען אַביסעל בילדונג. דער עיקר איז אָבער באַשטאַנען אין דעם, וואָס בײַ זיי איז אויסגעוואַקסען אַ נאַציאָנאַלער באַוואוסטזיין. אום, אַלזאָ, צופֿרידענצושטעלען דיזען געפֿיהל אין זיי, האָבען די קרעמער זייערע שילדערן גע־האַט ניט נאָר אויף פּויליש, נאָר אויף רוטעניש אויך.

נאָך אַ נײַעס : אידישע גימנאַזיסטען, אינגלעך אין שעהנע פּוילישע גימנאַזיע-קאַסטיומען, וועלכע זיינען געווען עהנליך צו די יוניפֿאָרמס פֿון עסטרײַכישע אָפֿיצירען. איך האָב באַגעגענט אַ היבשע צאָל אזעלכע אויף די גאַסען.

2
איך זוך מײַן פֿאַר-דרייסיג-יאָהריגע קוואַרטיר. — גאָלד-גאַם. — אַ פֿלאַנטער. — מײַן אַמאָליגע באַלעבאָסטע אָבער צו יונג. — שרה'לע. — ענדליך געפֿין איך די קוואַרטיר. — געשטאָרבענע יאָהרהונדערטער טײַער ווי טײַערע קברים.

מעהר פֿאַר אַלץ האָט מיך, נאַטירליך, אינטערעסירט דער פּלאַץ, וואו איך בין איינגעשטאַנען אויף קוואַרטיר אין 1882. די שטוב פֿון דעם זיינערמאַכער'ס אלמנה, וואו איך האָב גע־וואוינט די דרײַ וואָכען (מיט דער אויסנאַמע פֿון די ערשטע פּאָר טעג. זעה 2טען באַנד, פֿײדזש 29). אויך האָב איך זיך שטאַרק אינטערעסירט מיט דער וואוינונג פֿון קולישער, בראָד־סקי'ס הויז-לעהרער, בײַ וועמען מיר פֿלעגען זיך צוזאַמענקומען און דעבאַטירען, און וואו איך האָב זיך ענדליך באַשלאָסען צו פֿאָהרען קיין אמעריקא. (זעה 2טען באַנד, פֿײדזש 35-37). אָבער דער אַלטער שנײַדער האָט מיר דיזע הײַזער ניט געקענט ווייזען. ער האָט די צוויי פֿאַמיליען ניט געדענקט, אדער ער האָט קיינמאָל ניט געוואוסט פֿון זיי.

איך האָב זיך אַוועקגעלאָזען זוכען מײַן אַמאָליגע קוואַרטיר.

דעם נאָמען פֿון דער גאַס האָב איך פֿאַרגעסען. באַלד אָבער האָב איך דערזעהן אַ פּוילישען שילד „אוליצא זלאַטאַ", דאָס הייסט „גאָלד גאַס", האָב איך זיך דערמאָנט, אז אזא גאַס איז163אין בראָד טאַקע געווען. אַלזאָ, האָב איך נערעכענט, אז דאָרטען האָב איך דאָס געוואוינט. אויב ניט, טאָ וואָרום געדענק איך עפּעס דיזען נאָמען און ניט קיין אַנדערן ? איך געה דורך גאָלד גאַס, ווי איז מיר צו שמאָל ! די גאַס, וואו איך האָב געוואוינט איז געווען אַ ברייטערע... און אפֿשר דוכט זיך מיר, אז „גאָלד גאַס" איז שמעלער, טראַכט איך זיך. עס איז דאָך שוין אַן אַלטער כּלל, אז ווען מען קומט פֿון אַ גרויסער שטאָדט אין אַ קליינע, וועלכע מען געדענקט פֿון אַמאָל, דוכט זיך אויס, אז די גאַסען זיינען קלענער געוואָרען...

איך געה נאָך ווייטער. איך קוק אויף די הײַזער. איך זוך מײַן אַמאָליגע קוואַרטיר ; איך דערקען אָבער קיין זאַך ניט.

דאָ אויף דער „גאָלד גאַס" געפֿינט זיך דער בעסטער האָ־טעל, האָב איך דאָרטען גענומען אַ צימער. אונטען איז אין דעם האָטעל פֿאַרהאַן אַ נישקשה'דיגער קאַפֿע און רעסטאָראַן, האָב איך דאָרטען אָפֿגענעסען און זיך ווייטער אַוועקגעלאָזען זו־כען מײַן אַלטע לאָזש.

באַלד בין איך צוגעקומען צו אַ קליינעם פּאַרק, איך האָב איהם גלייך דערקענט.

— איז דאָ אַ קאַזאַרמע ? — האָב איך געפֿרעגט בײַ אַ אידען.

— יא, אָט איז די קאַזאַרמע, — האָט ער מיר אָנגעוויזען. — אָבער די סאָלדאַטען שטעהען שוין דאָ מעהר ניט. מען האַלט זיי איצט ווײַטער הינטער דער שטאָדט. וואָס זיים איהר, אַ רו־סישער ?

— יא, אַ רוסישער, — ענטפֿער איך איהם און זעץ זיך אַנידער אויף אַ באַנק און קוק אַרום זיך. איך דערמאָן זיך, ווי מיר פֿלעגען אַהער געהן אין אַוונד זעהן, ווי די סאָלדאַטען שפּי־לען צו נאַכטלעגער אונטער דער השגחה פֿון אָפֿיצירען אין בלויע יוניפֿאָרמס. איך דערמאָן זיך, ווי דאָ האָב איך צום ערשטען מאָל געזעהן, ווי מען רויכערט די זעהר לאַנגע, דינע עסטרײַ־כישע ציגאַרען מיט אַ שטרוי בײַם שפּיץ. אָפֿיצירען פֿלעגען דאָס דאָ רויכערען (זעה 2טען באַנד, פֿײדזש 32-33).

אָבער אויב אזוי, איז „גאָלד גאַס" ניט די גאַס, וואו איך164האָב געוואוינט. וואָרים איך געדענק, אז פֿון מײַן קוואַרטיר צו די קאַזאַרמעס פֿלעג איך געהן צוערשט לינקס און דאָרטען ערשט צוקומען צו דעם פּאַרקעל מיט די קאַזאַרמעס.

לויט דיזע ערינערונגען רעכען איך אויס, אז די גאַס, וואו איך האָב געוואוינט, דאַרף זיין די, וועלכע טראָגט אויף זיך אַ שילד „גאָלדהאַבער גאַס". דאָס געפֿעלט מיר. איך קלער זיך : מסתּמא איז דער נאָמען „גאָלדהאַבער גאַס" בײַ מיר צופֿלאַנטערט געוואָרען מיט „גאָלד גאַס". איך געדענק אפֿילו גאַנץ גענוי, אז פֿון קיין גאָלדהאַבער גאַס האָב איך קיין מאָל ניט געהאַט, אָבער מאַלע וואָס מיר דוכט זיך, אז איך געדענק ! קורץ, איך לאָז זיך אַוועק איבער „גאָלדהאַבער גאַס".

די גאַס איז ברייטער ווי „גאָלד גאַס", און זי ווייזט מיר אויס היימישער, עפּעס אביסעל ווי אַן אַלטע באַקאַנטע. איך דערפֿרעה זיך.

איך געה און זוך מײַן קוואַרטיר...

פֿרעגען, וואו עס האָט דאָ אַמאָל געוואוינט אַ זייגערמאַכער'ס אלמנה מיט צוויי זיהן, שעהם איך זיך. עס איז אַ געשיכטע פֿון דרייסיג יאָהר, עס וועט אַרויסרופֿען אַ סענסאַציע אויפֿ'ן גאַס... דאַכט זיך, עס איז יא די גאַס, און דאַכט זיך, עס איז ניט די גאַס... איבערהויפֿט שטערט מיר דאָ דאָס פֿאָלגענדע :

בײַ מיר אין קאָפּ האָט בראָד געהאַט אַ באַשטימטע לענ־גע און אַ באַשטימטע ברייט. די לענג איז געווען די גאַס, אויף וועלכער איך האָב געוואוינט. איבער דיזער גאַס פֿלעג איך געהן אומעטום, און איבער דיזער גאַס פֿלעג איך זיך פֿון או־מעטום אומקערען אויף מײַן קוואַרטיר. דעריבער בין איך צו־געוואוינט געוואָרען דיזע ריכטונג זיך פֿאַרצושטעלען פֿאַר די לענג פֿון בראָד.

ווען אויף מײַן איצטיגען באַזוך וואָלט איך אין דער שטאָדט אַרײַנגעקומען איבער דערזעלבער גאַס, וואָלט איך מסתּמא אַלץ גלייך דערקענט. איך בין אָבער אַרײַנגעקומען איבער דער וואָק־זאַל גאַס, דאָס הייסט, אין אַ ריכטונג, וועלכע שנײַדט איבער די גאַס פֿון מײַן קוואַרטיר. אזוי ווי איך בין געגאַנגען אַ לאַנגע שטיק, האָט זיך מיר איצט פֿאַרגעשטעלט, אז דאָס איז די לענג.

165פֿון דעם איז בײַ מיר צומישט געוואָרען דער גאַנצער פּלאַן פֿון שטאָדט. „גאָלדהאַבער גאַס", וועלכע האָט מיר אזוי שטאַרק אויסגעזעהען ווי די גאַס, וואו איך האָב געוואוינט אין 1882, איז אייגענטליך גאָר אויסגעקומען אָן אַ זייט. עס האָט זיך מיר דע־ריבער ניט געגלויבט, אז דאָ איז דאָס געווען מײַן קוואַרטיר.

איך האָב זיך דערמאָנט דאָס פֿאָלגענדע : ווען מען פֿלעגט פֿון מײַן קוואַרטיר געהן אויף אַ גראַדען וועג, פֿון שטאָדט הינ־טער'ן-שטאָדט צו, פֿלעגט מען צוקומען צום רוסישען גרענעץ.

האָב איך יעצט געפֿרעגט, וואו דער גרענעץ איז, און מען האָט מיר טאַקע אָנגעוויזען אין יענער ריכטונג. עס האָט אַלזאָ געשטימט. אַלץ האָט, דאַכט זיך, באַשטעטיגט דעם איינדרוק, אז דאָס איז די גאַס, וואָס איך זוך. נאָר דאָס, וואָס זי ליגט אָן אַ זייט, האָט מיר געשטערט.

אַרומגעהענדיג דאָרטען, האָב איך דערזעהן אַ פֿרוי, וועלכע איז געווען עהנליך צו מײַן אַמאָליגער באַלעבאָסטע, צו דעם זיי־גערמאַכער'ס אלמנה. מײַן אינטערעס איז געווען אַן אומבאַ־שרײַבליכער. איך האָב באַקוקט די אָרומיגע הײַזער, און מיר האָט זיך געדאַכט, אז איך דערקען די נאַכבאַרשאַפֿט. אָבער מײַן באַלעבאָסטע וואָלט שוין הײַנט געווען ווײַניגסטענס זיבעצין יאָהר אַלט, ווערענד דיזע פֿרוי איז געווען פֿערציג אדער אפֿשר עטליכע-און-פֿערציג יאָהר.

אָבער ווער ווייס, אפֿשר זעהט זי נאָר אויס יונג. עס האָט זיך מיר ניט געגלויבט, אז אַ זיבעצין-יאָהריגע אידישע זאָל האָבען אזא פֿנים און אזא פֿיגור. עס האָט זיך מיר אָבער געוואָלט גלויבען, אז דאָס איז זי, און איהר אַנבליק איז געווען עהנליך צו יענער אלמנה.

איך האָב געוואָלט צו איהר צוגעהן און פֿרעגען, אויב זי געדענקט ניט אַ זייגערמאַכער'ס אלמנה, וואָס האָט אויף דיזער גאַס אַמאָל געוואוינט מיט צוויי זיהן. אויב דאָס איז זי (אדער איהרע אַ אינגערע שוועסטער פֿילייכט), וועט זי מיר שוין אַלץ ערקלערען, און אויב ניט, וועט זי מיר אפֿשר ווײַזען די הויז, וואו די אלמנה האָט געוואוינט. אָבער מײַן אַרומגעהן און קוקען אויף די הײַזער האָט צו מיר גענומען ציהען אויפֿמערקזאַמקייט. און דיזע פֿרוי האָט אויך אויף מיר געקוקט. עס איז מיר געוואָרען אזוי אונ166אנגענעהם, אז איך בין געצוואואונגען געווען פֿאַרלויפֿיג אויפֿצו־געבען די אונטערנעמונג. איך בין אַוועק צוריק אין מײַן האָטעל.

ניט ווייט פֿון דעם האָטעל האָט זיך געפֿונען דער גע־שעפֿט פֿון אַ זיינערמאַכער, בין איך אַרײַן צו איהם און איהם געפֿרעגט, אויב ער ווייס, וואו עס האָט אַמאָל געוואוינט אַ זיי־גערמאַכער'ס אלמנה מיט צוויי זיהן. איך האָב איהם ערקלערט, פֿאַרוואָס איך וויל דאָס וויסען. ער האָט זיך פֿאַראינטערעסירט, אָבער ער אַליין איז געווען צו יונג צו געדענקען, וואָס פֿאַר דרײַ־סיג יאָהרען איז געווען (הגם די חורבות מיט די הויכע קאַפּעליו־שען האָט ער יאָ געדענקט). אָבער אז אויף „גאָלדהאַבער גאַס" האָט אַמאָל געוואוינט אַ זיינערמאַכער, און אז ער האָט איבערגע־לאָזען אַן אלמנה, דאָס האָט ער געהערט. האָט, אַלזאָ, ווידער געשטימט.

ער האָט צוגעלעגט נאָך אַ שטיקעל אינפֿאָרמאַציע, וועלכע איז פֿאַר מיר וויכטיג געווען : „גאָלדהאַבער גאַס" איז אַ נײַער נאָמען. פֿריהער פֿלעגט מען דאָס רופֿען „לעשנעווער גאַס". איז שוין אַלזאָ קיין חדוש ניט, פֿאַרוואָס איך האָב דעם נאָמען קיין־מאָל ניט געהערט. אָבער „לעשנעווער גאַס" האָב איך אויך קיין־מאָל ניט געהערט. האָב איך זיך געטרייסט מיט דעם געדאַנק, אז אין אַ קליינע שטעדטעל ברויכט מען ניט אזוי אפֿט די נעמען פֿון די גאַסען, ווי אין גרויסע ; אַלזאָ, קען מען אפֿשר וואוינען דרײַ וואָכען און דאָך ניט וויסען, ווי עס הייסט די אדער יענע גאַס.

איך בין ווידער געגאַנגען אויף „גאָלדהאַבער גאַס", ווי־דער באַמערקט יענע הויז, ווידער באַגעגענט יענע פֿרוי און ווידער אַוועק מיט פּעולה גאָרניט. מען האָט אויף מיר געקוקט — געקוקט אויף דעם, וואָס דרעהט זיך דאָ אַרום אַ גאַנצען טאָג. וואָס איז דאָס פֿאַר אַ מענש ? ווער איז ער ? מיר האָט זיך געדוכט, אז די פֿראַגע איז אויפֿגעשריבען בײַ יעדען אויפֿ'ן פּנים. צוגעהן צו דער פֿרוי האָב איך דעריבער ניט געוואַגט.

איך האָב זיך שוין געקליבען אַוועקצופֿאָהרען, אָבער דער וואואונש צו דערגעהן, וואו מײַן קוואַרטיר איז געווען פֿאַר דרײַ־סיג יאָהרען, האָט זיך אין מיר אײַנגעגעסען ווי אַ קליפֿה. די167געשטעלט פֿון יענער אלמנה און פֿון דער פֿרױ, װעלכע איך האָב דאָ איצט באַגעגענט, האָט מיר ניט געלאָזען פֿאַהרען. איז דאָס דיזעלבע פֿרױ? איז דאָס אַ שװעסטער, אָדער אַ קרובֿה, װאָס איז עהנליך צו איהר? די פֿראַגע האָט ניט אַפֿגעלאָזען מײַן מוח. איך האָב געמוזט פֿאַרבלײַבען אין בראָד נאָך אַ טאָג.

װען עם איז געװאָרען אױװענט, האָב איך זיך געקלערט: עם איז פֿינסטער; איצט װעל איך זײַן פֿרײַ פֿון נײַגעריגע אױגען; איצט װעל איך צוגעהן צו דער פֿרױ און רײדען מיט איהר. עם איז געװען װאַרעם. איך בין געװען זיכער, אַז איך װעל איהר װידער געפֿינען אין דרױסען. בין איך אַלזאָ װידער אַרױס אין דער „גאָלדהאַבער גאַם".

איך האָב איהר װירקליך געפֿונען. זי איז געשטאַנען און געשמועסט מיט אַן אַנדער אידישע. איך בין גלײַך צו איהר צוגעגאַנגען.

— ענטשולדיגינ מיר, איך װיל בײַ אײַך עפֿעס פֿרעגען, — האָב איך אָנגעפֿאַנגען.

— מיר האָט דעם גאַנצען טאָג געװאוּנדערט, װאָס איהר קוקט אױף מיר, — האָט זי זיך אָפֿגערופֿען מיט אַ גרױיסען אינ־טערעס און מיט אַ מעהר פֿרײַנדליכען און אַנגענעמען שמייכעל.

— איך האָב געזעהן, אַז איהר זוכט דאָ אימיצען.

איך האָב איהר דערצעהלט די גאַנצע געשיכטע.

— שרה'לע! — האָט זי אױסגעשריען, — איהר מײַנט שרה'לע סענזאַל!

— האָט זי געהאַט קינדער? — האָב איך געפֿרעגט, אום זיך צו ערקונדיגען, אַז זי מײַנט טאַקע מײַן אַמאָליגע באַלע־באָסטע.

— צװײ זיהן, — האָט זי געענטפֿערט.

עם האָט אַלזאָ געשטימט. זי האָט געזאָגט, אַז עם איז גע־װען אַ שעהנע, „עמאַנציפֿירטע" פֿרױ, דאָס הײסט, אַז זי איז געגאַנגען אין די אײַנענע האָר, און דאָס האָט אױך געשטימט. מײַן האַרץ האָט געקלאַפֿט װי מיט אַ האַמער.

זי האָט מיך צוגעפֿיהרט צו אַ שטוב, װאָו פֿון פֿאַרענט איז168געװוּען אַ קלײנע שפּײַז־קרעמעל. מיט דרײַסיג יאָהר צוריק איז דאַרטען קײן קרעמעל ניט געװוּען.

— האָט מען די הױז אַביסעל איבערגעבױט? — אױף די־זער פֿראַגע האָט זי מיר ניט געקאָנט ענטפֿערען. אױך האָט זי ניט געװוּסט, װאָס מיט שרה'לע סענזאל איז געװאָרען. אַז זי אַלײן איז אפֿילו ניט קײן קרובֿה פֿון מײַן אַמאָליגער באַלע־באָסטע, איז געװוּען דײַטליך. איך האָב פֿאַרשפֿאַרט אפֿילו װעגען דעם צו פֿרעגען.

זי האָט מיך אַרײַנגעפֿיהרט אין אַ גרעסערער שפּײַז־קראָם, אױף דער אַנטקעגענדינער זײַט גאַם, און דאַרטען האָט די קרע־מערין, אַן עלטערע פֿרױ, מיר געגעבען מעהר אײַנצעלהײטען.

— שרה'לעם זיהן זײַנען שױן לאַנג אַװעק קײן אדעם, און זײ האָבען זײער מוטער אַריבערגענומען צו זיך, — האָט זי מיר ער־קלערט.

די הױז האָט מען אַביסעל איבערגעבױט, און לעשנעװוּער גאַם האָט מען מיט אַ יאָהר צװאַנציג צוריק אַביסעל געענדערט, דאַכט זיך, מיט בױמער באַפֿלאַנצט.

די שפּײַז קרעמערקע און איהר מאַן האָבען מיך אױסגע־פֿרעגט, צו װאָס איך דאַרף דאָס אַלץ װיסען. מיר האָט זיך גע־דוכט, אַז זײערע פֿראַגען שמעקען מיט חשד, אַז זײ גלױבען זיך ניט, אַז מײַן אינטערעס אין יענער קװאַרטיר באַשטעהט אין דעם, װאָס איך בין מיט דרײַסיג יאָהר צוריק דאַרטען אײַנגע־שטאַנען.

דאָס, װאָס איך האָב געזוכט, האָב איך אַלזאָ געפֿונען. אַ צופֿרידענער בין איך געגאַנגען צוריק אין מײַן האָטעל.

אין דעם קאַפֿע, װאָס ער האָט ענטהאַלטען, האָב איך גע־פֿונען אַן אָרקעסטערעל פֿון דרײַ מוזיקאַנטען. בײַ עטליכע טיש־לער האָבען אידען געשפּילט שאַך. בײַ אײן טישעל איז גע־זעסען אַ שעהנער יונגער אַפֿיציר. ער האָט אַ פֿאַר מאָל געהײסען איבערשפּילען די אַמעריקאַניש־אידישע ליד „חוה". די באַלע־באָסטע האָט מיר געזאָגט, אַז ער איז אַ איד.

איך האָב געהערט, אַז אין אַ געװוּיסען שענק אױפֿ'ן מאַרק קען מען הערען אידישע טעאַטער זינגער. בין איך נאָך װע169טשערע אַװעק אַהין. עם איז געװוּען אַ גאַנץ צרה'דיגער געזאַנג. אײנער פֿון די אַקטיאָרען איז געװוּען אַ געװוּזענער מיטגליד פֿון אַ טעאַטער־טרופֿע אין רוסלאַנד. איך האָב מיט איהם אַביסעל געשמועסט װעגען אידישען טעאַטער. איך האָב איהם דערמאָנט די באַרימטע בראָדער לידער זינגער, װעלכע פֿלעגען האָבען אַ שם אין רוסלאַנד און פֿון װעלכע עם איז געקומען צו דעם אָנ־הױב פֿון דעם אידישען טעאַטער. דאָס האָט איהם אָבער ניט אינטערעסירט. ער איז געװוּען פֿאַרנומען מיט דער פֿראַגע װע־גען די מטבעות, װאָס דער עולם האָט געװאָרפֿען אין זײַן טעלער. עם איז געװוּען אַ זעהר קלײנער עולם און זעהר אָן אַרעמער, איז די אײַננאַמע אַלזאָ געװוּען אַ נעבעכדיגע.

װען איך בין אַרױס פֿון דאַרטען, האָב איך אױפֿ'ן מאַרק װידער באַגעגענט די פֿרױ, װאָס איז געװוּען עהנליך צו מײַן באַ־לעבאָסטע. זי איז געשטאַנען און גערעדט מיט אימיצען. זי האָט מיך אָפֿגעשטעלט.

— נו, זײַט איהר שױן צופֿרידען? — האָט זי געפֿרעגט מיט איהר אַנגענעמען שמייכעל.

— יא, — האָב איך געענטפֿערט, דאַנקענדיג איהר פֿאַר דער מיה, װאָס זי האָט זיך מיט מיר גענומען. — איצט קען איך רוהיג פֿאָהרען צוריק קײן אַמעריקא.

— איהר װײסט, — האָט זי געזאָגט, — די פֿרױ אין דעם שפּײַז קלײט גלױבט דאָך ניט, אַז איהר זײַט אַ פֿרעמדער. זי מײַנט, אַז איהר זײַט שרה'לעם אַ זוהן. עם גלױבט זיך איהר ניט, אַז אַ פֿרעמדער זאָל זיך אַזױ אינטערעסירען.

אױף מאָרגען אין דער פֿריה האָב איך װידער באַזוכט לעש־נעװוּער גאַם. איך האָב געװוּאַלט אַ לעצטען מאָל אַ קוק טאָן אױף מײַן אַמאָליגער קװאַרטיר. איצט האָב איך אַלץ פֿאָלשטענדיג דערקענט, און דאַן ערשט האָב איך פֿאָלשטענדיג דערפֿיהלט, אַז עם איז שױן דרײַסיג יאָהר, און װאָס דאָס הײסט. אַן אומעט האָט זיך אין מײַן האַרצען פֿאַרשפּרײט.

איך האָב אין מײַנע געדאַנקען איבערגעבױט דעם פּלאַן פֿון דער שטאָדט אַזױ, אַז די ריכטונג פֿון לעשנעװוּער גאַם זאָל זײַן די לענג, און דאַן איז אַלץ געװאָרען קלאָר און דײַטליך.

170דאַן האָב איך אױפֿ'ן שטעל געטראָפֿען, װאָו קולישער'ם קװאַרטיר איז געװוּען, די װאוּינונג פֿון דעם שעהנעם לעהרער מיט דער גרױיסער גילדערנער באָרד און זײן שװאַרץ־חן'עװדיגער יונ־גינקער װײבעלע מיט'ן קינד אױף די הענט. די פֿײַנע דירה, װאו מיר פֿלעגען זיך צוזאַמענקומען און דעבאַטירען װעגען אידישע קאָלאָניעם אין אַמעריקא. איך האָב אױך דערקענט אײניגע פֿון די דערבײַאיגע הײַזער (זעה 2טען באַנד, פֿידרוש 35).

איך בין אַװעק אױף דער שול גאַם, װאוּ עם איז געװוּען מײַן ערשטע קװאַרטיר אין בראָד, בײַ דעם הױכען געלען קאָנ־טראַבאַנדסטשיק. און אין אַלגעמיין האָב איך דעם אָרט איצט שױן אױך דערקענט, הגם אַ הױז, װאָס אַ העלפֿט פֿון איהר זאָל זײַן צופֿאַלען, האָב איך ניט געפֿונען.

איך האָב באַזוכט די גרױיסע, פֿאַרצײַטיגע, באַריהמטע בראָ־דער שוהל, און אַ פֿאָר חדרים. אין אײן חדר איז דער רבי, אַ יונגער מאַן, געװוּען אַזױ מוזיקאַליש, אַז די אײַנגלעך האָבען בײַ איהם געזאָנגט חומש מיט אַ שעהנעם נגון, אַלע צוזאַמען אין אַ האַרמאָנישען כאָר.

עם איז מיר געװוּען זעהר אינטערעסאַנט צו זעהן, װי ער קאָמאַנדעװוּעט איבער זײ, װי אַ דיריגענט, און װי, מאַכענדיג מיט זײַן רימען, דיריגירט ער אױס אַ מעלאָדיע. זײ האָבען געזונגען מיט אַנגענעמע הילכענדע אינגעלשע שטימעלעך. אַזאַ חדר האָב איך נאָך קײנמאָל ניט געזעהן. איך האָב מיט'ן מו־זיקאַלישען מלמד געװוּאַלט באַקאַנט װערען, פֿרעגען װעגען זײַן חדר־כאָר און װעגען זײַן פּרנסה, איך האָב שױן אָבער קײן גע־דולד ניט געהאַט.

די געשטאָרבענע יאָהרען זײַנען טײַער, װי די קבֿרים פֿון אײַערע עלטערען. איהר באַװוּינט זײ. איהר װוּינט אָבער ניט אױף אײַער איצטיגען פֿופֿציג־אָדער זעכציג־יאָהריגען באַװאוּסט־זײַן. פֿאַרקערט! איהר זײַט שטאָלץ און צופֿרידען מיט אײַער עלטער. איך דוכט זיך אַז פֿריהער זײַט איהר געװוּען אַן אונ־ערפֿאַרענער שנעק; אַז איצט ערשט הױבט איהר אָן צו פֿאַר־שטעהן, איצט הױבט די װעלט אָן צו באַקומען דעם ריכטיגען טעם בײַ אײַך.

171יעדער טאָג איז אַ נײַער אָנהױב. דאָס לעבען פֿאַנגט זיך ערשט אָן.

די פֿראַנצױוּיזען פֿלעגען בײַ דער לוױה פֿון אַ געשטאָרבענעם הערשער אױסרופֿען װעגען איהם און זײַן יורש: „דער קעניג איז טױט! עם לעבע דער קעניג!" אין אַן ענליכען זין װוּילט זיך אױסרופֿען: „דאָס לעבען איז טױט! עם לעבע דאָס לעבען!"

∗ ∗ ∗

איך האָב שױן געפֿונען אַלץ, װאָס איך האָב געזוכט. גע־פֿונען, און דאָך... ניט געפֿונען. די בראָד, װאָו איך האָב פֿאַרבראַכט דרײַ װאָכען פֿאַר דרײַסיג יאָהרען, — פּונקט װי זי איז דאַן געװוּען, האָט געלעבט נאָר אין מײַן זכרון. די בראָד פֿון 1912 איז געװוּען אַן אַנדערע. אָבער מײַנע איצטיגע ערינע־רונגען און מײַן אַמאָליגער יוגענד זײַנען געװוּען געשלאָסען. אַן אינטערעסאַנטער בוך װאָס איז שױן איבערגעלעזען. די פֿאַרגאַנ־גענהײט האָט מיך פּלוצלונג אױפֿגעהערט צו ריהרען. איך האָב דערפֿיהלט, אַז איך בענק אהײם, נאָך אַמעריקא...

אין אַ פֿאָר שטונדען אַרום בין איך געזעסען אין אַ צוג, װאָס איז געגאַנגען קײן לעמבערג. לאַנגזאַם, לאַנגזאַם האָט ער זיך געשלעפֿט. און לאַנגזאַם האָבען זיך אױך געשלעפֿט מײַנע געדאַנקען. קאַלעמוטנע געדאַנקען.

3
איך פֿאָר צום בעלזער רבי'ן. — צװײַי חסידים. — אַ מיט־רײַזענדער. — אַן אכסניה.

איך האָב געװוּאַלט באַקאַנט װערען מיט דעם לעבען פֿון די172„גוטער איד" פֿון די ברײַטע חסידישע מאַסען; דער צװוייטער פֿאַרמאָגט אַ קלענערען, אָבער אַ רײכערען עולם. מײַן פּלאַן איז געװוּען צו באַזוכען בײדען. דער טשערטקאָװער, האָב איך גע־הערט, פֿאַרברענגט זײַנע זומערען אין מאַריענבאַד, לעבען קאַרלס־באַד; און אַהין האָב איך דאָך סײַ װי סײַ זיך געקליבען צו פֿאַהרען. דער בעלזער רבי, װוּידער, איז דאַן געװוּען אין דער הײם, און בעלז איז נאָר פֿיר שטונדען רײַזע פֿון לעמבערג. אַלזאָ, האָב איך פֿון לעמבערג געמאַכט אַ נסיעה אַהין.

יענע אײַזענבאַהן ליניע איז ניט געװוּען פֿון די בעסטע. דער צוג האָט זיך געשלעפֿט, געטרײַסעלט זיך און געטאָאַנצט. מיך האָבען אָבער אינטערעסירט די סצענעם, װאָס האָבען זיך גע־זעהן פֿון דעם װאַגאָן־פֿענסטער און אפֿילו דער צרה'דיגער צוג אױך. אַלזאָ, בין איך ניט געװוּען אונצופֿרידען.

די דערפֿער זײַנען אין יענעם געגענד דורכאױס רוטענישע. עם האָבען זיך באַװעגט באַרװוּעסע פֿױערים און פֿױערטעם. דאַ און דאָרטען האָט זיך געהערט אַן אוקראַינישער געזאַנג. איך האָב זיך געפֿיהלט, װי אין זיד־רוסלאַנד.

אין װאַגאָן איז לעבען מיר געזעסען אַ יונגער רוטענישער גלח. איך האָב צו איהם געפֿרואַװט רעדען אױף רוסיש, טאָמער װעט ער פֿאַרשטעהן אַ פֿאָר װוּערטער; און, צו מײַן אַנגענע־מער איבעראַשונג, האָט ער מיר געענטפֿערט אױף רוסיש, מיט אַ שטאַרקען אוקראַינישען אַקצענט, אָבער אױף אַ גוטען, גראַמאַטיקאַלישען רוסיש.

— האָט איהר געװוּאוּינט אין רוסלאַנד? — האָב איך געפֿרעגט.

— נײן, די רוסישע שפּראַך איז אָבער אונז ליב, — האָט ער געענטפֿערט, — איך האָב איהר געלערענט אין דער הײם.

ער איז געװוּען אַביסעל באַהאַװוּענט אין דער רוסישער לי־טעראַטור.

אין אײן פּלאַץ, בײַ אַ קלײנער סטאַנציע, איז פֿאַרבײַגע־גאַנגען אַ רעליגיעזע פּראָצעסיע. דער גלח האָט אַראָפֿגענו־מען זײַן הוט און מיר ערקלערט, אין װאָס די צערעמאָניע באַ־שטעהט.

173מיר האָבען גערעדט װעגען אַמעריקא. ער האָט אין ניו יאָרק געהאַט אַ שװעסטער און באַקומען בריף פֿון איהר. פֿון די דאָזיגע בריף האָט ער אָבער געשעפֿט אַ מאָדנעם באַ־גריף װעגען דעם לעבען אין די פֿאַראײַניגטע שטאַאַטען. ער איז, צום בײַשפּיל, געװוּען אונטער דעם אײַנדרוק, אַז אַלע אַמערי־קאַנער זײַנען אימיגראַנטען, און אַז די רײַכסטע מענשען אין לאַנד זײַנען רוסישע אידען.

∗ ∗ ∗

דער צוג איז צוגעקומען צו בעלז. מיר זײַנען דורכגע־פֿאָהרען גרױיסע זומפֿיגע לאָנקעם. עם האָבען אַרומגעשפּאַצירט בױטשאַנעם, הױכע, הױכע מיט דינע לאַנגע פֿיס, מיט פֿאַר־טראַכטע שטאָלצע טריט. אױף אַזעלכע בױטשאַנעם פֿלעג איך קוקען אין מײַן געבורטס־פּלאַץ, װען איך בין געװוּען אַ קינד פֿון אַ פֿיר־פֿינף יאָהר. זינט דאַן האָב איך אַזעלכע פֿױגלען איצט, אין בעלז, געזעהן צום ערשטען מאָל.

— צוליב דיזע בױטשאַנעם אַליין װאָלט מיר געװוּען כדאי צו קומען אַהער, — האָב איך געזאַגט צום גלח.

— יא, אונזער געגענד איז אַ פֿײַנער. אַ שעהנע לאַנד, — האָט ער באַמערקט, — אָבער אַן אַרעמע. פֿילע פֿון אונזערע דאָרפֿס־קינדער פֿאַרען אַװעק קײן אַמעריקא. פֿילע פֿון אונזערע מײדלעך שרײַבען פֿון דאָרטען, אַז זײ דינען בײַ רוסישע אידען, און אַז עם איז זײ גוט בײַ זײ.

עם איז נאָך געבליבען אַ פֿאָר מינוט צו בעלז. פֿון װוּי־טען האָבען זיך באַװוּיזען צװוויי חסידים. זײ זײַנען געלאָפֿען מיט אַלע כּחות, אום צו כאַפֿען דעם צוג, װאָרים בעלז איז אַ קלײנע סטאַנציע, און ער שטעהט דאָרטען זעהר װוּיניג. איך האָב געקוקט, װי זײ װוּענדען אָן זײַערע קרעפֿטען. זײַערע בעקעטשעם, װעלכע האָבען דערגרײַכט ביז דער ערד, האָבען זײ געשטערט. די לאַנגע פֿאַלעם האָבען זיך געפֿלאַנטערט צוװוּישען זײַערע פֿים. זײ האָבען געמאַכט אַן ענערגישע אָנשטרענגונג צו דערײַגען דעם צוג. די לאַנגע פֿאַלעם האָבען זײ אָבער צוריקגעהאַלטען. זײַערע פּאות האָבען זיך צוגעשאָקעלט צום טאַקט פֿון זײַערע באַ174צוװוּישען זײ און דעם לאָקאָמאָטיװ איז אָבער געװוּען אינטערע־סאַנט. איך האָב געבעטען גאָט, זײ זאָלען געװוּינען. צו דער־זעלבער צײַט איז די סצענע מיר פֿאָרגעקומען, װי אַ סימבאָל פֿון די שטערונגען, װאָס פֿאַרצײַטיגע באַגריפֿען שטעלען אונז אין װועג. איך האָב זיך געטראַכט: מיטעלאַלטערליכע אבערגלױיבענס פֿלאַנטערען זיך בײַ אידען צוװוּישען די פֿים און פֿאַרהאַלטען זײַער פֿאָרטשריט.

די צװוויי יוננע לײַט האָבען אױפֿגעגעבען דעם קאַמף. זײ זײַנען געבליבען שטעהן פֿון װוּיטען, באַזיגטע, אױסגעמאַטערטע. דער צוג איז געװוּען אַ שטיק צרה. אָבער פֿאַרט אַ טײל פֿון דעם מאָדערנעם פֿאָרטשריט, און ער האָט געװוּאוּנגען.

די בעלזער סטאַנציע געפֿינט זיך אױסער'ן שטעדטעל בײַ אַ פֿערטעל שעה צוצופֿאָהרען מיט אַ פֿערד און װאָגען. עם האָבען זיך אַרומגעדרעהט אַ פֿאָר אידען. אײנער אַ בלאָנדער מיט אַ רױטליכער בערדעל, האָט פֿאַרגעשלאָגען מיך צוצופֿיהרען. ער האָט מיט זיך געהאַט אַן אַנשטענדיג אױסזעהענדע בריטשקע, און זײַן אײגענער אױסזעהן איז אױך געװוּען אַ באַלעבאַטישער. האָב איך זיך אַרײַנגעזעצט. באַלד האָט זיך באַװוּיזען נאָך אַ פּאַסאַזשיר, אַן אײראָפּעאיש געקלײדעטער מאַן פֿון אַ יאָהר עט־ליכע־און־דרײַסיג. ער איז געקומען אין דעמזעלבען צוג, װאָס איך, נאָר אין אַן אַנדער װאָגאָן. ער האָט זיך אױעסגעזעצט לעבען מיר. מיר זײַנען גלײַך באַקאַנט געװאָרען. ער איז געװוּען פֿון אונגאַרן, פֿון אַ שטעדטעל מיט'ן נאָמען מאָקקאָ. דאָס איז אַ הױבשער מהלך פֿון בעלז. ער איז געפֿאָהרען ספּע־ציעל צום בעלזער רבי'ן.

זײַנע אײראָפּעאישע קלײדער זײַנען געװוּען זעהר ציכטיג און נעט, און גערעדט האָט ער מיט פֿילע דײַטשע אױסדריקען און מיט סמנים פֿון אַ געװוּיסען גראַד אינטעליגענץ. איך בין ער־שטױנט געװאָרען: אַזאַ איד זאָל פֿאָהרען צום רבי'ן און נאָך פֿון אַזאַ װוּיטען פּלאַץ! דער מאַן איז געװוּען אַזאַ אָפֿענהערצי־גער, אַזאַ אײנפֿאַכער און צוגעלאָזענער, אַז איך האָב די פֿראַגע איהם גלײַך געשטעלט, און ער האָט מיר געענטפֿערט גאַנץ אױפֿ־

175— אײנם האָט ניט צו דאָס אַנדערע, — האָט ער געזאָגט.

— איך גלױב אין איהם. ער איז אַ איש תמים. (אַ טיפֿ־ער־ליכער, אױפֿריכטיגער מאַן, אַ מענש אָהן זינד און אָהן אַ האָר צװוייזײַטיגקײט). דאָס גיט איהם אַ גרױיסע קראַפֿט.

ער האָט מיר ערקלערט, אַז דיזען מאָל קומט ער ספּעציעל זיך באַראַטען װועגען אַ װוּיכטיגען געשעפֿט. דאָס איז מיר שױן גאָר געװוּען טשיקאַװוּע. האָב איך דאָס פֿאַר איהם אױך אױס־געדריקט.

— איהר שײַנט צו זײַן אַ װאָהלהאַבענדער, ערפֿאַהרענער קױפֿמאַן, — האָב איך געזאָגט, — פֿאָהרט איהר צו אַ רבי'ן אין אַ װוּיטען געגענד זיך באַראַטען װועגען אַ װוּיכטיגער פּראַק־טישער פֿראַגע? װאָס װוּיס ער װועגען דעם?

— יא, טאַקע װוּייל עם איז אַ װוּיכטיגע פֿראַגע, פֿאָהר איך זיך באַראַטען. איך האָב מורא צו האַנדלען אָהן זײַן עצה.

— אָבער װאָס װוּיס ער? — האָב איך איבערגעזאַגט, — דער בעלזער רבי װועט אײַך װוּיזען, װי צו טאָן דעם ריכטיגען שריט? — האָב איך געפֿרעגט.

— בײַ אײַך קומט עם אױס קאָמיש. עם איז אָבער ערנסט. ערשטענס, פֿאַרגעסט ניט, אַז צו איהם װוּענדען זיך נאָך עצות הונדערטע און הונדערטע געשעפֿטס־לײַט, און אַזױ געהט עם אַ יאָהרען און יאָהרען. ער הערט זיך אָן אַזױ פֿיל, ער האָט ערפֿאַהרונג אין אַלערלײַ געשעפֿטען. קײן נאַר איז ער ניט. איהר װועט זיך אַליין אין דעם ערקונדיגען. נו, איז שױן גאָר־ניט אַזױ װאָונדערבאַר, װי איהר מײַנט. אָבער איך מוז אײַך זאָגען דעם אמת: איך גלױב אין זײַן געטליכע קראַפֿט, אַז ניט װאָלט איך אַהער ניט געקומען.

— און װי װועט זײַן, אַז ער װועט אײַך געבען אַן עצה, װעל־כע װועט אױף אײַך ניט מאַכען קײן גוטען אײַנדרוק? װעט איהר איהם אױך פֿאָלגען?

— צי איך װועל פֿאָלגען? — האָט ער געזאָגט מיט אַ מין רעליגיעזען שמייכעל, — אָבער װאָרום זאָל דאָס מאַכען ניט קײן גוטען אײַנדרוק אױף מיר? דאָס קען גאָרניט זײַן. אַלץ,176מאַכען אַ גוטען אײַנדרוק. ניט דעם ערשטען מאָל פֿאָהר איך צו איהם.

— לאָמיר זיך אָבער פֿאָרשטעלען, אַז איהר זײַט מיט זײַן עצה ניט אײַנפֿאַרשטאַנען, װאָלט איהר דאַן אױך געפֿאָלגט?

— נו, געװוּיס! װאָס פֿאַר אַ פֿראַגע! ניט פֿאָלגען װאָלט געװוּען אַ סכנה. עם װאָלט געװוּען אַן אומגליק פֿאַר מײַן גע־שעפֿט און פֿאַר מײַן פֿאַמיליע. פֿאָלגען איהם איז סתם גוט. עם װוּערט אַזױ גוט אױפֿ'ן האַרצען פֿון דעם.

איך האָב פֿאַר זיך געזעהן אַ מענשען, װאָס איז פֿאַר־שיכּור'ט מיט אבערגלױיבען. זײַן אבערגלױיבען איז אָבער ניט געװוּען קײן טרוקענער, ניט קײן עגאָאיסטישער. ער האָט גע־פֿאָלגט דעם רבי'ן ניט דוקא ניט װוּייל ער האָט מורא געהאַט ניט צו פֿאָלגען. אין דעם איז געלעגען באַגײַסטערונג אױך. אַ שטילע, נאַאיװוּע, קינדערשע באַגײַסטערונג. ער האָט אױף מיר געמאַכט דעם אײַנדרוק פֿון אַ העכסט ערליכען און גוטען מענשען.

איך האָב זיך געקלערט: װען מען זאָל אין זײַן מוח אַרײַנברענגען ליכט און איהם פֿאַראינטערעסירען אין אַ נאָבעלער מאָדערנער באַװוּעגונג, װי דער פֿרײַהײַטס־קאַמף, צום בײַשפּיל, װאָלט ער געװוּען אַן איבערגעבענער סימפּאַטישער קעמפֿער.

עם האָט זיך אַרױסגעצײַגט, אַז דער בלאָנדער בעל־עגלה, װאָס האָט אונז געפֿיהרט, איז טאַקע דער באַלעבאָס פֿון דער אכסניא, אין װועלכער ער האָט אונז אַרײַנגעפֿיהרט. ער האָט אָבער אױך געמאַכט אַ גוטען אײַנדרוק אױף מיר. ער האָט ניט געכיטרעװוּעט. פֿון די עטליכע װוּערטער זײַנע און פֿון זײַן באַ־נעמען זיך האָב איך געפֿיהלט, אַז ער איז אַן אױפֿריכטיגער מענש.

ער האָט מיר געגעבען אַ גרױיסען צימער מיט צװוויי פֿענס־טער, אַ צימליך ציכטיגען.

אַ פֿאָר מינוט שפּעטער איז אַרײַנגעקומען אַ אינגעל פֿון אַ יאָהר דרײַצעהן מיט לאַנגע, רױטליכע פּאות'ן. אַ זוהן פֿון דעם באַלעבאָס. זײַן עהנליכקײט צו איהם איז געװוּען דײַטליך. ער האָט מיר געגעבען שלום און געפֿרעגט, צי איך בין שױן177איך קום. איך האָב געענטפֿערט, אַז איך קום פֿון אַ גאַנץ װוּייטען געגענד. אָבער דאָס האָט איהם אײגענטליך ניט אינטערעסירט. ער האָט געפֿרעגט פֿון יוצא װועגען. בײַ איהם זײַנען אַלע געגענדען געװוּען גלײַך — פּלעצער פֿון װאַנען מען פֿאָהרט צום בעלזער רבי'ן.

שפּעטער האָט זיך באַװוּיזען אַ קאַמיטע, װי מיר װאָלטען דאָס גערופֿען, פֿון צװוויי אידען. אין טיר האָט מען ניט גע־קלאַפֿט. מען איז אַרײַנגעקומען אָהן צערעמאָניעם. די צװוויי אידען האָבען מיר ערקלעהרט, אַז זײ זאַמלען געלט פֿאַר אַ ישיבה. עם האָט זיך אָבער גלײַד באַװוּיזען דער באַלעבאָס און האָט זײ העפֿליך געבעטען, זײ זאָלען מיר צוערשט לאָזען זיך אָפֿרוהען.

איך האָב געהײסען מיר דערלאַנגען עפּעס צו עסען. עם איז אַרײַנגעקומען די באַלעבאָסטע. איהר געזיכט געדענק איך ניט. איך געדענק נאָר איהר שטימע און איהר אָרט רײדען. זי האָט מיר דערצעהלט װועגען דער גרױיסקײט פֿון דעם בעלזער רבי'ן, און זי האָט פֿאַר מיר געשילדערט זײַן טאָכטער'ם חתונה, װועלכע איז פֿאָרגעקומען מיט אַ קורצער צײַט פֿריהער.

— עם זײַנען זיך צוזאַמענגעקומען אַנדערע רביים, מיט קרובֿים, גרױיסע לײַט. מען האָט געבראַכט דרשה־געשאַנק, — האָט זי דערצעהלט מיט באַגײַסטערונג. — יענע גוטע אידען זײַנען געװוּען רײַך געקלײדעט, אין די טײַערסטע זײַדענס. אונ־זערער, זאָל געזונט זײַן, האָט דאָס ניט ליב. אָט װועט איהר זעהן, ער געהט אָנגעטאָן װי אַלע אידען. אַ טײַערע נשמה. אַזאַ צדיק איז אױף דער װועלט ניטאָ.

זעהן דעם רבי'ן איז שױן געװוּען צו שפּעט. איך האָב דאָס געמוזט אָפֿלײגען אױף מאָרגען.

4
די שטעדטעל בעלז. — באַקאַנטשאַפֿטען אױפֿ'ן גאַם. — איך שטעל זיך פֿאַר פֿאַר'ן רבין'ם גבאי.

אױף מאָרגען, נאָכדעם װי איך האָב אָפֿגעגעסען פֿרישטיק, איז צו געהן זעהן דעם רבי'ן נאָך געװוּען צו פֿריה. האָב איך

178זיך דורכגעשפּאַצירט דורך'ן שטעדטעל. די בלאָטע איז געװוּען גרױיס, און דער דלות — ניט קלענער.

די װוּיכטיגסטע טײל פֿון בעלז, איהר צענטער, איז אַ סקװוּער, אַ פֿיר־קאַנטיגער שטח מיט אַ צײל הײַזער אױף יעדער זײט. די מײַסטע פֿון די טירען זײַנען געװוּען אָפֿען. און װי װוּייט איך האָב געקענט זעהן, זײַנען דאָס רוב פֿון די װאוּינונגען באַשטאַנען פֿון אײן צימער מיט'ן דלות פֿון דרױסען און פֿון אינװוּיניג. אַלץ איז געװוּען זעהר פּרימיטיװוּ. װאָרשײַנליך האָבען דאָס רוב אידען אַזױ געלעבט אין מיטעל־אַלטער. אָבער אַזױ זײַנען דאָך די אידישע שטעדטלעך אין דער ליטא אױך געװוּען.

מען איז געגאַנגען פֿון דאַװוּנען. אײן יונגער חסיד, אַ באַלעבעסעל פֿון אַ יאָהר פֿינף־און־צװוּאַנציג, מיט אַ טלית־זאַק אונטער'ן אָרעם, איז געגאַנגען פֿאַרטראַכטערהײַט, אַזױ װי אַ פֿאַרדװוּייעקטער. זײַנע פּאות'ן זײַנען געװוּען זעהר לאַנג און זעהר דין. אױפֿ'ן קאָפֿ האָט ער געטראַגען אַ פּליושענעם קאַ־פּעליוש. אַ בלאָנדער, אַן אױסגעװוּייעקטער, אַ זײדענער יונגער־מאַנטשיק, װוּי אַ הײליגער.

נעקסט צו איהם האָט זיך מײַן אױפֿמערקזאַמקײט אָפֿגע־שטעלט אױף דרײַ שעהנע אינגלעך, ברידערלעך, אַלע אין גע־קעסטעלטע הײַיזלעך, אין יאַרמולקעלעך און מיט פּאה'לעך. די עקען פֿון די העמדלעך האָבען בײַ זײ אַרױסגעשטעקט פֿון הױטען. ניט װוּילענדיג האָב איך צו זײ געגעבען אַ שטיפּערישען װאונק, האָט זיך אײַנער פֿון זײ צולאַכט אױפֿ'ן קול, און אַלע דרײַ זײַנען אַנטלאָפֿען.

איך האָב אױך באַגעגענט צװוויי אידישע אינגעלעך, װאָס זײ־נען געגאַנגען אין קורצע הײַיזלעך מיט נאַקעטע פֿים, אױף אַ מאָדערנעם שטײגער. מיט זײ איז געגאַנגען אַ געגאָלטער איד, אַ שעהן־געקלײדעטער. איך האָב געפֿרעגט בײַ אַ פֿאַרבײַגעהער, װוער דאָס איז, האָט ער מיר ערקלערט, אַז דאָס איז אַן אדװוּאָ־קאַט און זײַנע צװוויי זיהן. צוװוּישען יענע דרײַ ברידערלעך און דיזע צװוויי איז אױפֿ'ן אױסזעהן געװוּען אַן אונטערשיד פֿון עטלי־כע יאָהרהונדערטען.

אין אײן פּלאַץ איז געשטאַנען אַ יונגערמאַן אין אַ קורצען179ראָק, אַהן פּאות'ן, און האָט גערעדט צו אַן אַלטען אידען. ער האָט גערעדט אידיש, ווי אַלע אידען. מיין אויפֿמערקזאַמקייט האָט ער געצויגען, ווייל ער האָט ניט אויסגעזעהן ווי אַ איד. זעהענדיג, אַז איך אינטערעסיר זיך מיט איהם, האָט ער גענומען רײדען צו מיר, און עס האָט זיך אַרויסגעוויזען, אַז ער איז ווירק­ליך אַ קריסט, אַ רוטענער. ער איז אַ געבאָרענער פֿון לעבן בעלז. ער האָט גערעדט אידיש אַזוי גוט, ווי אַלע אידען, מיט דעם עכטען אַקצענט פֿון דעם בעלזער געגענד, און ער איז געווען גוט באַקאַנט מיט אַלע אידען, וואָס עס טוט זיך אין דעם רבי'נס „הויף". — האָב איך בײ איהם נעפֿרעגט אויף שפֿאַס.

— איך וואָלט געווען אַ חסיד, האָט ער נעענטפֿערט גאַנץ ערנסט, — אָבער איך בין אַ דאַך ניט קײן איד. אַ גרויסער, הײ­לינער מאַן איז דער רבי.

— וואָלט איהר וועלען זײן אײנער פֿון זײנע חסידים?

— דאַס ניט. יעדער דאַרף זײן, וואָס ער איז. אַ קריסט דאַרף זײן אַ קריסט, און אַ איד — אַ איד. ווען אַ איד שמדט זיך אָדער אַ גוי איז זיך מגייר, איז דאַס ניט גוט.

אַ קלײנער אידעל מיט גרויסע פּאות'ן, בײ וועמען איך האָב עפּעס נעפֿרעגט, האָט זיך פֿון מיר שוין ניט אָפּגעטשעפּעט. ער איז מיט מיר מיטגעגאַנגען. ער האָט אַבער נאַרישע נעמיינט דערבײ. כּתם געווען נײַגעריג צו נעהן מיט'ן אורח. ער האָט מיך נענומען אויף דעם געוועהנליכען קרײַ­פֿאַרהער, און ווען איך האָב איהם אויף זײנער אַ פֿראַגע ניט נעענטפֿערט, האָט ער זיך ניט אָפּגעוווענדעט די האַרץ און נעשטעלט אַ צווייטע פֿראַגע. ענדליך, זעהענדיג, אַז איך האָב קײן חשק ניט צו רײַדען, האָט ער זיך אַליין אָוועקגעלאַזען רײַדען, און אויף דיזער אַרט האָט ער מיר איבערגעגעבען אײנינע זאַכען, וואָס מיר איז געווען אינטערעסאַנט צו הערען, הגם אַבסאָלוט זיכער אין דער פֿונקט­ליכקײט פֿון זײן אינפֿאָרמאַציע בין איך ניט געווען. ער האָט מיר, צום בײַשפּיל, נעזאָנט, וויפֿיל אײנקונפֿט די שטעדטעל האָט דורך די געסט, וואָס קומען צום רבי'ן (בײ אבצוג אַדער ניינ­ציג טויזענד גולדען אַ יאָהר); וויפֿיל אײנקונפֿט דער רבי האָט180פֿון די, וואָס קומען צו איהם, און וויפֿיל מען שיקט איהם צו דורך פּאָסט (אַ סך הכל פֿון אַ האַלב מיליאָן גולדען אַ יאָהר); וויפֿיל דעם רבי'ן פּאָסט אויסצוהאַלטען זײן הויף און די פֿילע אָרימע חסידים, וואָס קומען צו איהם און בלייבען אין בעלז מאָנאַטען אָדער זאָגאַר יאָהרען לאַנג; וויפֿיל ער גיט אויס אויף צדקה, א. אז. וו.

ער האָט אויך דערצעהלט וועגען דער חתונה פֿון דעם רבי'נס טאָכטער.

— אַכט טויזענד מענשען זײנען זיך צוזאַמענגעפֿאָהרען אויף דער שמחה, — האָט ער געזאָגט, — יעדע הויז אין בעלז איז געווען נעפּאַקט מיט אורחים, און פֿילע פֿון זיי האָבען פּשוט נעשלאָפֿען אויפ'ן גאַס.

∗ ∗ ∗

דער וועג צום רבי'נס „הויף" איז געווען זעהר אַ בלאַטי­גער. מסתּמא האָט פֿריהער אין בעלז אַ סך גערעגענט, און יענע געסלעך זײנען געווען פֿול מיט גריבער; וואָרים עס זײנען דאָרטען געווען גרויסע לוזשעס. עס זײנען געלעגען קלאָד­קעס. מען האָט באַדאַרפֿט נעהן פֿאָרזיכטיג.

פֿון אַלע זײטען זײנען נאָך מיר נאַבעלעאַפֿען אַרעמע לײט. איך האָב שוין נעהאַט אַנגעגריים פֿולע קעששענעס מיט פֿאַרשי­דענע מטבעות, קופּערנע און זילבערנע, אַ חוץ פּאַפּיר געלט.

איך בין צוגעקומען צו אַ גרויסען בית המדרש. אינגעוויי­ניג איז ער געווען פֿול מיט חסידים. עס איז ניט געווען אויפֿ­געראַמט, און די לופֿט איז געווען אַ שווערע. אײנינע אידען זײנען אומגעגאַנגען, זאָגענדיג עפּעס שטילערהייד. אַנדערע שווײ­גענדיג. ווידער אַנדערע האָבען געשמועסט.

צווײ פֿון די חסידים האָבען זיך אָפּגעוויגעלט אין מיין זכרון מיט דער נערוועזער אומרוהיגקייט פֿון זייערע באַוועגונגען. זיי זײנען אַרומגעגאַנגען, בײדע צוזאַמען, זאָגענדיג אָדער זינגענ­דיג עפּעס מיט אַ שטילען נגון. זיי זײנען געגאַנגען ניט גיך. זייערע קערפּערס און געזיכטער האָבען אָבער אויסגעדריקט אײלע­ניש, האַסט, אַנגעשטרענגטקייט, אומגעדולד. מיר האָט זיך גע­דוכט, אַז זיי זײנען עלעקטריזירט מיט אַ רעליגיעזער באַגײ­181טערונג, וועלכע זיי ברענגען אין זיך פֿאַרלענדער מיט זייער איי־גענעם ווילען, און וועלכע זיי סטאַרעווען זיך צו דערזעלבער צייט צו אונטערדריקען, כדי עס זאָל ניט אויסקומען, אַז זיי פֿײַנען זיך אויס מיט זייער התלהבות.

∗ ∗ ∗

אום צו זעהן דעם רבי'ן, מוז מען, נאַטירליך, פֿריהער צו־קומען צום הויפֿט גבאי. דאָ אין דעם בית המדרש האָב איך אים געפֿונען. פֿון יענע, וואָס איך האָב זיך אַנגעהערט וועגען די גבאים, וואָס שפֿילען די ראָלע פֿון „הויפֿט מיניסטערן" בײַ די חסידישע רביים, האָט זיך מיר צוזאַמענגעשטעלט דער פֿאָלגענדער פֿאָרטרעט: אַ איד, וואָס פֿאַרשטעהט אן עסק, אַ איד מיט כאַראַקטער, מיט סמכים פֿון אַ צופֿרידענעם לעבען אױפֿ'ן פּנים און מיט אַ כיטרען קוק אין זײַנע אױגען. געהענדיג צום גבאי, האָב איך זיך געקלערט: געוואַהנליך קומט אַלץ אױס פֿאַרקעערט, ווי מען ערוואַרט. אַלזאָ, וועט מסתּמא דער גבאי אױך זיין ניט ווי דאָס בילד, וואָס איז אױפֿגעמאָלען אין מײַן גע־דאַנק. מײַן ערוואַרטונג איז אָבער ניט מקוים געוואָרען. דער גבאי איז געווען, פֿונקט ווי איך האָב זיך אים פֿאָרגעשטעלט: אַ געזונטער, אַ גוט־געשפֿיציטער איד מיט רויטע באַקען און מיט אן אױסדרוק פֿון פּראַקטישען שכל אױפֿ'ן פּנים. ער האָט גע־טראָגען אַ גרױסע פּוטערנע היטעל.

ער איז געשטאַנען און געשמועסט מיט אימיצען.

איך האָב זיך פֿאָרגעשטעלט פֿאַר איהם. איך האָב געזאָגט מיין ריכטיגען נאָמען, אָבער ניט דעם ריכטיגען פֿלאַץ, פֿון וואו־נען איך קום. איך האָב געהערט, אַז אין דעם בעלזער „הויף" איז מען צו אידישע צייטונגען ניט זעהר גינסטיג. (מסתּמא האָט אַ אידישע צייטונג איהם אטאַקירט). אַלזאָ, האָב איך געגלױבט, אַז פֿאַרצושטעלען זיך אַלס רעדאַקטאָר פֿון „פֿאַרווערטס" איז קיין פֿלאַן ניט. זיך אַרויסגעבען אָבער פֿאַר אַ געשעפֿטס־מאַן וואָלט אױך ניט געווען! קיין פֿלאַן. לויט דעם, וואָס איך האָב געהערט פֿון מײַן מיטרײַזיעענדען, דעם מאַן פֿון אונגאַרען, האָט מען אין „הויף" וועגען ביזנעס געוואוסט אַ סך מעהר ווי איך. אַלזאָ, ווען איך זאָל פּרואוואען שפֿילען די ראָלע פֿון אַ סוחר, וועל איך מאַכען182אַ שלעכטען אײַנדרוק. קורץ, איך האָב געפֿיהלט, אַז עס וועט זיין באַקוועמער צו קומען אַלס אַ זשורנאַליסט, און אויב צו זיין אַ אידישער צייטונגס־מענש לוינט זיך אין בעל'ז ניט, וועל איך זיך ערקלעהרען פֿאַר אַ קאָרעספּאָנדענט פֿון ענגלישע צײַ־טונגען.

איך געדענק ניט, ווי אזוי דאָס איז אויסגעקומען, — איך האָב זיך פֿאַר דעם גבאי פֿאָרגעשטעלט אַלס אַ איד, וואָס וואױנט אין ענגלאַנד און איז פֿאַרבונדען מיט ענגלישע צייטונגען אין ניו יאָרק, אַלס זייער לאַנדאַנער קאָרעספּאָנדענט.

דער גבאי האָט מיך באַקוקט מיט זיינע קלוגע אויגען און האָט מיך גענומען אויף אַ שטרענגען קרייץ־פֿאַרהער. די מעשה, וואָס איך האָב איהם דערצעהלט, איז אָפּגעגאַנגען גלאַט. איך האָב מיין ראָלע געשפֿילט אויף אַ אױברצײַגענדען שטייגער, און עס האָט געווירקט. פֿאַר דעם איד'ן, וואָס איז אַ קאָרעס־פּאָנדענט פֿון ענגלישע צייטונגען וועלכע געהען אַרויס אין אַמע־ריקא, האָט דער גבאי געהאַט רעספּעקט. ער האָט מיט מיר גע־נומען ריידען מיט זעהר אַ פֿריינדליכען טאָן.

עס זיינען צוגעקומען אַנדערע חסידים, אַלע אין הויכע פו־טערנע היטלען, און אַלע האָבען זיי מיר גענומען שטעלען פֿראַגען.

— פֿון לאָנדאָן?

— אַ קאָרעספּאָנדענט?

— פֿון אַמעריקאַנער צייטונגען, אָבער ניט קיין אידישע? וועלכע? ענגלישע?

— פֿון לאָנדאָן, ניט פֿון אַמעריקא? אין אַמעריקא רעדט מען דאָך ענגליש, גיט אמת?

אײן איד האָט זיך געפֿרעגט, צי איך קען יעקב גאָרדין'ען, וועלכער האָט באַזוכט בעל'ז מיט עטליכע יאָהר פֿריהער.

איך האָב איהם געזאָגט, אַז ער איז שוין דרײַ יאָהר טויט.

— ברוך דין אמת, — האָט ער געזאָגט מיט אַ פֿרומער איבערראַשונג. — אַ שעהנער מענש געווען. אָבער ס'אָרא געשעפֿט פֿאַר אידען! שרײַבען מעשות פֿאַר טעאַטער! פֿע!

183דער גבאי האָט געמאַכט אַן אומצופרידענע מינע, אַזוי ווי איינער זאָגט: „רעדסט צופיל!"

איך האָב דעם גבאי פאָרגעלעגט אַן אַמעריקאַנער פינגערדאָלער ביל. ער האָט אָבער ניט גענומען.

— דאָס דאַרף מען ניט, — האָט ער געזאָגט, אַוועקסמאַכענדיג דעם פאַפירעל מיט'ן האַנד.

5
אין דעם רבינ'ס הויז. — דעם רבינ'ס סוויטע. — דער רבי. — אונזער געשפרעך.

איך געדענק ניט די איינצעלהייטען, נאָר מען האָט מיך אַריינגעפיהרט צום רבי'ן אין שטוב. די טיר הינטער מיר האָט מען גלייך פאַרשלאָסען, און דערבי האָט מען מיר ערקלערט, אַז ווען מען זאָל איהר לאָזון אָפען, וואָלטען זיך אַריינגעכאַפט אַלערליי מענשען, — דער נאָך אַן עצה, דער נאָך אַ רפואה, דער נאָך אַ תפילה.

אין דער אַנטקעגענדיגער וואַנט איז געווען נאָך אַ טיר.

דעם הויפט גבאי האָב איך מעהר ניט געזעהן. איך האָב זיך געפונען אין אַ גרויסען צימער, וואָס האָט אויף מיר צוערשט געמאַכט דעם איינדרוק פון אַ פאַר־צימער. דאָרטען זיינען געשטאַנען צוויי בעטען, וועלכע זיינען געווען טיילווייז פאַרהאַנגען, און, ווי מען האָט מיר שפעטער ערקלערט, אַז דאָס געווען דעם רבינ'ס און דער רבי'צינ'ס שלאָף־צימער. איך האָב געדאַרפט וואַרטען, האָב איך דערווייל אַלץ באַקוקט. דאָרטען איז געשטאַנען אַ האַלב־אָפענער קליידער־שראַנק, אין וועלכען עס זיינען געהאַנגען דעם רבינ'ס בגדים, די בעסטע זשופיצעס זיינע, ווי איך האָב שפעטער אויסגעפונען. איך בין ערשטוינט געוואָרען, קוקענדיג אויף זיי, אַזוי אַלט און אָרעם האָבען זיי אויסגעזעהן; און פון דעם אַלמער האָט זיך געהערט אַ טוכלעקסיט, אַזוי ווי מען וואָלט איהם קיינמאָל ניט אויסגעלופטערט.

ענדליך האָט זיך די דערמאָנטע צווייטע טיר געעפענט און עס זיינען אַריינגעקומען דריי אידען און מיט זיי אַ פערטער. עס איז אויפ'ן שטעל געוואָרען דייטליך, אַז דער פערטער איז דער184רבי. דאָס איז געווען אַ מאַן פון אַ יאָהר זעכציג, מיט איין אויג אין אַ שלעכטען צושטאַנד. ער איז געווען געקליידט ווי אַן אָרימער באַלעבאָס, ריכטיגער געזאָגט, ווי אַן אָרעמער קלויזניק. ער האָט געטראָגען אַ פאַרעלטערטע אַטלעסענע קאַפּאָטע און אויפ'ן קאָפ — אַ ספּאָדיק. די דריי אידען, גבאים, האָבען אויסגעזעהן נאָך אָרימער ווי ער. זיי האָבען זיך אָנידערגע־זעצט. אַזוי ווי זיי האָבען מיך ניט געבעטען זיצען, האָב איך אַליין גענומען אַ שטול און זיך געוואָלט זעצען. אָבער אין דעם זעלבען מאָמענט זיינען צוויי פון זיי צוגעלאָפען צו מיר און מיך צוגעהאַלטען פאַר ביידע אַרעמס, איך זאָל זיך נאָך ניט זעצען. איך האָב געהאַלטען אַ רעגען־שירם אין האַנט, האָט איינער פון די אידען דאָס ביי מיר צוגענומען און אַוועקגעשטעלט אין אַ ווינקעל.

דער רבי האָט געווישט די הענט אָן אַ האַנטוך און גע־זאָגט אַ ברכה. ווען ער איז פאַרטיג געוואָרען, האָט ער מיר גע־געבען שלום און געבעטען זיצען.

איינער פון די דריי גבאים האָט געהאַט אַ קראַנקען אויער. דער אויער איז געווען פאַרשטאָפט מיט אַ שטיקעל לייוונט, אָבער ניט איינגאַנצען. עס האָט פון איהם גערונען. די שטי־קעל לייוונט איז געווען פאַרפלעקט מיט פרישע געלע פלעקען, שוידערליך אונציכטיג.

דער רבי האָט צו מיר זיך געווענדט מיט פראַגען. דער גבאי מיט דעם קראַנקען אויער האָט זיך אין דעם געשפרעך אַריינגעמישט.

דעם רבינ'ס לשון איז געווען אַביסעל געשטערט. ער האָט ניט געשטאַמעלט, אָבער די ווערטער זיינען ביי איהם געגאַנגען שווערליך, כבד־פּה'דיג אַביסעל. מיט זיין מאַניער און מיט דעם שטיינער פון זיין ריידען האָט ער אָבער אויף מיר געמאַכט אַ גוטען איינדרוק. און ווי ווייט איך האָב געקענט אורטיילען אין דער האַלבער שעה, וואָס איך האָב פאַרבראַכט ביי איהם, האָב איך באַקומען די מיינונג, אַז ער איז אַן אויפריכטיגער טאָל־קאָווער מענש, און ווירקליך מיט ערפֿאַרהרונג. אָבער אַלץ אויף אַ גאַנץ פאַרצייטיגען זעהר אונוויסענדען שטייגער.

185עס האָבען זיך באַוויזען צוויי אינגעלעך, דעם רבי'ס אייניקלעך, איינער פון אומגעפאֵהר צעהן יאהר, און דער אנדערער פון אַ יאהר צוועלף. ביידע האָבען געטראָגען יארמולקעלעך, און ביידע זיינען געווען מיט פאה'לעך. זיי זיינען געזעסען די גאנצע צייט, וואס מיר האָבען גערעדט, און זייערע שוואַרצע אויגעלעך האָבען זיך נישט אָרגעננומען פון מיר, — אַבער מיט דרך ארץ, שטיל, „סטאטעטשנע".

— פון וואנען זייט איהר ? — האָט דער רבי בּיי מיר געפרעגט מיט פריינדליכקייט און רעספּעקט, און צו דערזעלבער צייט אויך מיט אַ טאָן פון אַ מענשען, וואָס איז צוגעוואוינט רעספּעקט צו באַקומען אַ סך מעהר ווי צו געבען. דאָס אלץ האָט זיך אַרויסגעוויזען אויף אַ מילדען שטייגער. זעלבסטבאַוואוסטזיין, ערגייץ אָדער הערשאַפֿטס־גייסט האָט זיך ניט געזעהן.

— פון לאָנדאָן, — האָב איך געענטפֿערט.

— מ'האָט מיר געזאָגט, אז איהר שרייבט אין דער צייטונגען אין ניו יאָרק. איהר וואוינט אין לאָנדאָן, און שרייבט איהר אין ניו יאָרק. ווי הייסט ?

איך האָב איהם ערקלערט, אז איך בין אַ קאָרעספּאָנדענט, אז מיינע ארטיקלען שיק איך דורך פּאָסט. אויף דעם האָט ער צוגעשאָקעלט מיט'ן קאָפּ, אזוי ווי איינער זאָגט: „יאַ, יאַ, דאָס פֿאַרשטעהט מען שוין. איהר מיינט, איך פֿאַרשטעה ניט ?"

— אין ענגלישע צייטונגען ?

— יאָ, אין ענגלישע.

— אין ענגלישע צייטונגען ! — האָט ער איבערגעזאָגט מיט דרך ארץ. — איהר זייט דאָך אַבער אַ איד, ווי אלע אידען, ניט אמת ?

— געוויס בין איך אַ איד ווי אלע אידען, אַבער אין ענגלאנד וואוין איך שוין לאַנג.

— און פון וואַנען זייט איהר אַליין ?

— פון ווילנע.

— ווילנע ? אַ אידישע שטאָדט ! אַ פֿיינע שטאָדט !

186איך האָב גענומען פֿרעגען וועגען זיין שטאַנדפּונקט צו פּאָליטישע פֿראַגען. אין גאליציען האָט זיך אימער געהאַנדעלט וועגען דעם, צי אידען זאָלען בּיי די וואַהלען שטיצען די פּאָליאַקען אָדער די רוטענער. אלזאָ, איז מיר געווען אינטערעסאַנט צו וויסען, וואָס ער האָט צו זאָגען וועגען דעם ענין. דעם אמת געזאָגט, איז מיר געווען טשיקאַווע אז אַ פֿאַרצייטיגען אידען פון דיזען טיפּ זאָל מען אזעלכע פֿראַגען גאָר שטעלען. מיין אינטערוויו מיט איהם איז מיר אויסגעקומען, ווי אַ מין שפּאַס. און ער האָט ווירקליך פון פּאָליטיק, אין דעם וויכטיגערען זין פון וואָרט, געוואוסט גאַנץ ווייניג, אַבער דאָך מעהר, ווי איך האָב ערוואַרט.

— איך היים די אידען געהן מיט דער רעגירונג, — האָט ער געזאָגט. (ער האָט געמיינט די אַלגעמיינע עסטרייכישע רעגירונג, די הערשאַפֿט פון דעם טראָן). — אונזער מלוכה איז גוט צו אידען, דארפֿען מיר שטעהן מיט דער מלוכה. די ציוניסטען וועלען, אז מיר זאָלען זיך שטעלען אנטקעגען איהר. זיי זאָגען אלץ, אז אידען דארפֿען ווייזען מוט, און מיר זאָגען, אז דאָס אלץ איז פּאָליטיקע. ווען עס וועט קומען די צייט, אז מען וועט דארפֿען ווייזען מוט, וועלען מיר ווייזען מוט. די ציוניסטען האַבען זיך זייער פּאָליטיקע, און מיר האָבען זיך אונזערע. אונזער פּאָליטיקע איז היינט, אז אידען דארפֿען האַלטען געבויגען דעם קאָפּ (דערבּיי האָט ער געברעבּט אַ באַקאַנטע גראַמע, וואָס זאָגט, אז אידען דארפֿען דעם קאָפּ האַלטען אַראָפּגעלאָזען).

— מען זאָגט, אז מיר האַלטען אלע מאָל מיט די פּאָליאַקען, ווייל זיי זיינען די שטאַרקערע. דאָס איז ניט אמת. מיר מיינען נאָר, אז עס זאָל זיין בעסער פֿאַר אידען. ווען מיר זאָלען וויסען, אז פֿאַר אידען איז בעסער צו געהן מיט די רוטענער, וועלען מיר פֿאַר די רוטענער. מיר האָבען איין כּלל : טאָן דאָס, וואָס איז בעסער פֿאַר אידען.

ריידענדיג וועגען ציוניזם אין אַלגעמיין, האָט ער געזאָגט:

— זיי מאַכען קאַליע די אידישקייט. זיי מאַכען אידישע שולען, וואו מען לערענט גוייאישקע למודים. זיי, די ציוניסטען,187זאָגען, אז אַ גוטער פּאָליאַק דאַרף ניט דוקא זיין אַ גוטער קאַטאָליק. מיט דעם ווילען זיי באַווייזען, אז מען קען זיין אַ טרייער איד און ניט האַלטען פֿון אידישקייט. איך זאָג אָבער, אז אַ איד, וואָס האַלט ניט פֿון אידישקייט, איז קיין איד ניט. מיין איינדרוק איז געווען, אז קיין דייטליכען באַגריף, אז ענגלאַנד און אמעריקא זיינען זוויי ווייט איינע פֿון דער אנדערער, האָט ער ניט געהאַט. איך האָב געזאָגט, אז איך בין אין אמעריקא געוואָרען עטליכע מאָל. האָט ער בײ מיר געפֿרעגט וועגען אונזערע אידישע אימיגראַנטען, און דערבײ האָט ער געמאַכט אזאַ באַמערקונג:

— פֿון מיינטוועגען וואָלט קיין אימיגראַציע ניט געדאַרפֿט זיין, וואָרים די אימיגראַנטען פֿאַרלאָזען דעם אידישען גייסט. (דאָס זיינען געווען זיינע ווערטער; און אין מיינע נאָטיצען פֿון דיזען געשפּרעך איז פֿאַרצייכענט אַ באַמערקונג: „דעם אויסדרוק 'אידישער גייסט' האָט ער מסתמא געהערט פֿון וועמען עס איז, און ער איז אים געפֿעלען געוואָרען, וואָרים ער האָט אים געברויכט ווידער און ווידער). די אימיגראַנטען פֿאָהרען קיין אמעריקא זיך זאָרגען וועגען דעם גוף, מען פֿאַרלאָזט די ווייב, מען לעבט מיט אנדערע, אלץ מעג מען.

ער האָט געזאָגט אַ פֿאָר ווערטער וועגען רוזוועלט'ן. ער האָט אים געליובט. אָבער קיין קלאָרען באַגריף וועגען אים און זיין פּאָליטיק האָט ער ניט געהאַט.

אום אַנצוהאַלטען דעם געשפּרעך, האָב איך געפֿרעגט, פֿון וואַנען ער ווייס דאָס אלץ, און צי לעזט ער צייטונגען. דערבײ האָט דער אדיוטאַנט מיט דעם קראַנקען אויער זיך אָפֿגערופֿען: „ניין, דער רבי לייענט ניט קיין צייטונגען. קיין צייטונג קומט אין שטוב ניט אריין".

אויפֿ'ן טיש איז געלעגען אַ גמרא, האָט דער רבי מיט'ן פֿינגער איהר אַ טאַפּ געטאָן און געזאָגט:

— ווען מען פֿאַרברענגט גאַנצענע טעג אויף אזעלכע שווערע ענינים, האָבען דאַך שוין די קלענערע זאַכען קיין ווערט ניט. זיי דאַרף מען גאָרניט לערנען. מען פֿאַרשטעהט זיי שוין פֿון זיך אליין.

188ריידענדיג וועגען אמעריקא אַ צוויייטען מאָל, האָט ער בײ מיר געפֿרעגט, פֿון וואַנען איך ווייס אזוי פֿיל, וואָס עס טוט זיך דאָרטען. דאָס וואָס איך האָב אים געזאָגט, אז איך בין אַמעריקא געווען עטליכע מאָל, האָט ער פֿאַרגעסען. ווי עס האָט גע שינט, האָט דאָס אויף איהם קיין איינדרוק ניט געמאַכט. וועגען דעם אונטערשיד צווישען ענגלאַנד און אמעריקא האָט ער איבערהויפּט ניט געהאַט קיין קלאָרען באַגריף. וויבאַלד אז צווישען זיי לינגט אַ גרויסער ים, מאָ ווי אזוי בין איך דאַ אין ענגלאַנד און דאָ אין אמעריקא? וועגען דעם איז בײ איהם אין מח געווען אַ טומאַן.

— ערשטענס, לייענט מען אין די צייטונגען, און צווייטענס, קומט מיר אַרויס אין מיין געשעפֿט צו זיין אין אמעריקא פֿון צייט צו צייט, — האָב איך ווידער ערקלערט.

איך האָב איהם דערצעהלט וועגען די אידישע אַרבייטער אין אמעריקא, ווי זיי זיינען אָרגאַניזירט, „כדי מען זאָל זיי ניט אָפֿנאַרען, מען זאָל זיי ניט באַשווינדלען", ווי איך האָב זיך אויסגעדריקט.

— זיי מאַכען סטרייקס? — האָט ער געפֿרעגט. — וואָס ווילען זיי? מען זאָל זיי צאַהלען מעהר שכירות? קיין עולה ניט! עס איז אַ יקרות. אין אמעריקא איז אויך אַ יקרות? מען אַרבייט דאָרטען צו שווער, ניט אמת?

— יאָ, עס איז אמת.

איך האָב געפֿרואַווט פֿון איהם אַרויסקריגען אַ מיינונג וועגען קאַפּיטאַל און אַרבייט, וועגען רייך און אָרעם. דאָס איז אָבער אונמעגליך געווען. אויף מיין ערשטער פֿראַגע אין דיזער ריכטונג האָט ער געענטפֿערט אזוי:

— אלע זיינען קינדער פֿון דעמזעלבען רבונו של עולם. ווען אַן ערליכער איד האַלט אַ פֿאַבריק, צאַהלט ער גוטע שכירות, און ווען אַ איד פֿיינינט זיינע בעל מלאכות, איז ער אַ רשע. ער האָט ציטירט אַ פּסוק אדער אפֿשר אַ שטיקעל גמרא, אז מען דאַרף גוט באַהאַנדלען אַ פּועל.

דאָס איז שוין געווען דער דייטליכסטער ענטפֿער, וואָס איך האָב פֿון איהם געקענט אַרויסקריגען אין באַצוג צו דער189אַרבייטער פֿראַגע. איך האָב איהם דאָס זעלבע געפֿרעגט אין אַנאַנדער פֿאָרמע, טאַמער וועל איך איהם אין דעם ענין אַרײַנ­ציהען טיפֿער אַביסעל. ער האָט זיך אָבער ניט געלאָזען. מען האָט געקענט זעהן, אַז ער האָט אַן אינסטינקט, וועלכער ווײַזט איהם, וואו פֿאַר איהם לוינט זיך בעסער זיך אַרויסצודרעהען פֿון אַן ענטפֿער. און ער האָט געהאַט אַ סך ערפֿאַרהונג אין דיזער הינזיכט. מענשען פֿון פֿאַרשידענע קלאַסען האָבען מיט איהם גערעדט, געזוכט איהם אַרײַנצופֿלאַנטערען אין אַרויסזאָגען אַ מיינונג וועגען פֿאַרשידענע געפֿעהרליכע ענינים. אַלזא, איז ער שוין געווען געניט און פֿלינק אין געבען ענטפֿערס, וואָס ענטפֿערען ניט.

און דאָך, נאָך אַלעמען, האָט ער אויף מיר ניט געמאַכט קיין איינדרוק פֿון אַ כיטרעיאַק. פֿאַרקערט, ער איז מיר זאָגאַר געווען סימפּאַטיש. ווען ער וואָלט געווען אַ געשייטער, אַביסעל אַ פֿאַלשער, וואָלטען אייניגע אידען, וועניגסטענס, איהם ניט ליב געהאַט. און, ווי ווייט איך האָב געקענט אויסגעפֿינען, האָבען איהם אַלע אמת געלובט, ניט נאָר מיט זייער אַבערגלויבערישער ליבע צום „געטליכען מאַן", נאָר פּשוט אַלס אַ מענשען אויך.

ווען מײַן ווײַזיט האָט זיך געענדיגט, האָט איינער פֿון די דרײַ גבאים מיך באַגלייט צום אַרויסגאַנג. ער האָט אָפּגע­שלאָסען די טיר. דערבײַ האָט זיך אַ שפּאַר געטאָן אַ גרופּע אידען, וועלכע האָבען געוואָרט פֿון דרויסען, טאַמער וועלען זיי קענען אַרײַנקומען ווי עס איז. מען האָט זיי אָבער ניט אַרײַנ­געלאָזען.

6
געשפּרעכען מיט חסידים אויפ'ן גאַס.

פֿון דרויסען האָבען זיך אַלערליי מענשען אַ לאָז געטאָן צו מיר מיט אויסגעשטרעקטע הענט.

איך האָב זיך אָפּגעשטעלט אָן אַ זייט צו פֿאַרצייכענען מײַן אינטערוויו מיט'ן רבי'ן און אַלץ וואָס עס האָט פּאַסירט דערבײַ. די בעטענדע האָבען מיך ניט אונטערבראָכען. זיי האָבען מיט190רעספּעקט און מיט נײַגעריגע בליקען געקוקט, ווי איך שרײַב אין מײַן נאָטיץ ביכעל.

ווען איך בין פֿאַרטיג געוואָרען, האָב איך צווישען זיי צו­טיילט אַ היבשע צאָהל מטבעות און האָב זיך געלאָזען געהן צוריק צו מײַן אכסניא, שפּאַנענדיג איבער די קלאַדקעס, וואָס זײַנען געלעגען איבער די לוזשעס און בלאָטעס.

די צאָהל פֿון די אידען, וואָס האָבען געבעטען שטיצע, איז געוואַקסען. מײַן „סטאַק" מטבעות איז ענדליך אויסגעשעפּט געוואָרען. איך האָב ערקלערט, אַז איך האָב ניט מעהר, און אַז שפּעטער, בײַ דער אכסניא, וועל איך געבען די איבריגע. איך האָב זיך בײַ זיי געבעטען, זיי זאָלען מיך לאָזען געהן אַליין. עס איז מיר אַנגעקומען ניט לייכט. איך האָב אָבער ענדליך געפּועל'ט, מען זאָל נאָך מיר ניט נאָכלויפֿען. נאָר איין אויסנאַמע איז געווען — אַ שטומער. ער האָט ניט פֿאַרשטאַנען מיינע וואונקען, און ער האָט מיך ניט אָפּגעלאָזען. ער איז נאָך מיר געגאַנגען דורך דעם גאַנצען פּלאַנטער פֿון זומפּיגע געסלעך און צאוואולקעלעך, נאָכיאַגענדיג זיך נאָך מיר און שרײַענדיג צו מיר אויף זײַן נערוועז־מאַכענדען שטומען שטייגער. ווען איך האָב דערגרייכט די אכסניא, האָב איך בײַ דעם באַלעבאָס געקראָגען מטבעות און איהם צופֿרידענגעשטעלט.

שפּעטער זײַנען אין מײַן צימער אַרײַנגעקומען דער באַלעבאָס און זײַן זוהן און אַ פּאָר שכנים, דאַכט זיך. אַלע האָבען זיך געפֿרעגט וועגען מײַן באַזוך בײַם רבי'ן. עס האָט זיך אַנגעזאַמעלט אַן עולם, און איך וועל קיינמאָל ניט פֿאַרגעסען דעם באַגײַסטערטען פּנים פֿון אַ מיטעל־יעהריגען אידען, בשעת איך האָב דערצעהלט, וואָס דער רבי האָט געזאָגט.

— ער האָט אַ ריין מויל, פֿאַרשטעהט איהר מיך, — האָט ער זיך אָפּגערופֿען, — זײַנער אַ וואָרט איז ניט מײַנער אַ וואָרט. וואָס ער רעדט, ווערט מקוים.

עפּעס האָט ער דערנאָך גענומען דערצעהלען וועגען דעם טריסקער רבי, אַז יענער איז גאָר אַ הײַליגער מאַן, אַ מין גאָט.

— ער עסט ניט און שלאָפֿט ניט, דער טריסקער. איז דען אַ חידוש, אַז אַזאַ מענש קען איבערקערען וועלטען?

191דער באַלעבאָס און אַנדערע פֿון די אַנוועזענדע האָבּן אים איבּערגעשלעגען די רייד מיט ליבּ־געזאַנג צו דעם בעלזער, בּיז ענדליך האָבּן זיי אים איבּערגעשריען.

דער חסיד, וואָס איז געווען בּאַגײַסטערט פֿאַר דעם טריסקער, האָט דערנאָך בּײַ מיר געפֿרעגט:

— איז עס אמת, אז אין אַמעריקא עסט מען שלוש סעודות בּײַ זיך אין שטוב, ניט אין שטיבּעל?

איך האָבּ מודה געווען, אז עס איז אמת. און אויף דעם האָט ער אויסגעשריען מיט סאַרקאַסטישען גיפֿט:

— הײַנט וואָס פֿאַר אַ טעם קען דאָס האָבּן? וואָס האָט איהר דאָרטען, טעאַטער? זינגען און עסען שלוש סעודות בּיים רבּינ׳ם טיש איז דאָך דער גרעסטער מאכל. וואָס איז טעאַטער? אַ גוי פֿאַרשטעלט זיך פֿאַר אַ אידען, און אַ איד פֿאַר אַ גוי, אַן אַלטער פֿאַר אַ יונגען און אַ יונגער פֿאַר אַן אַלטען. אַ שעהנער תענוג...

שפּעטער, אין אַוואָנט, איז אַרײַנגעקומען אַ האַלבּ־אינטעליגענטער איד, וועלכער האָט מיך אַרײַנטערעסירט מיט זיינע קלוגע רייד. ער האָט אויף מיר נעמאַכט דעם איינדרוק פֿון אַ מענשען, וואָס לאַכט אָבּ פֿון רבּי׳ן. פֿאַרקערט, ער האָט וועגען איהם גערעדט מיט אמת׳ן רעספּעקט. מיר האָט זיך אָבּער געדאַכט, אז ער רעספּעקטירט דעם רבּי׳ן, ווייל ער איז געוואוינט אזוי, — ווי אַ איד, למשל, וואָס איז שוין לאַנג ניט רעליגיעז, קען אַלץ ניט פֿאַרגעסען קיין טריפֿה.

ער האָט מיר דערצעהלט וועגען די פֿאַרשידענע סאָרטען „יושבּים". דאָס וויינען חסידים, וואָס בּלייבּען זיצען בּיים רבּי׳ן. איינער איז אַ פּוילער, זיצט ער פּשוט, ווייל אויף דיזען אָרט פֿאַרשפֿאַרט ער צו דאַרען דעם מוח וועגען פּרנסה. זאָל די ווייבּ און וועגען דעם דאגה׳ן! בּיים רבּי׳ן עסט ער פֿאָרטינגען, זינגען און דערצעהלט זיך מעשיות מיט די אַנדערע יושבּים. אַן אַנדערער האָט אַ ווייבּ אַ צרה, אַנטלויפֿט ער פֿון איהר.

דערנאָך איז אַרײַנגעקומען אַ איד, וואָס האָט זיך אין זיין שפּראַך נעבּרויכט געוועזעלט ווערטער ווי „קאַפּאַציטעט" און „אַבּ192סטראַקט". ער האָט מיר פֿאַרטרויט אַ סוד, אז ער רויכערט אום שבּת, אָבּער אז אין דעם רבּי׳ן גלויבּט ער.

— ווי אזוי פֿאָרט זיך דאָס? — האָבּ איך געפֿרעגט.

— בּײַ מיר איז דאָס ניט קיין פּשוט׳ע אמונה, — האָט ער ערקלערט, — ס׳איז אַ העכערע מדרגה פֿון אמונה. אויבּ איך רויכער אום שבּת, איז דאָס געגען דער פּשוט׳ער אמונה, די נשמה הויבּט זיך אָבּער אויף צו די העכערע מדרגות און דאַרטען האָט די געוועהנליכע תורה מיט די געוועהנליכע מצוות און עבּירות קיין ווערטה ניט.

איך האָבּ אים געזאַגט, אז זיין ענטפֿער איז מיר ניט פֿאַרשטענדליך. אויף דעם האָט ער בּאַמערקט:

— אז איהר וואָלט זיך דאָ בּאַזעצט בּײַ אונז און אָפּגעוואוינט עטליכע וואָכען, וואָלט איהר שוין פֿאַרשטאַנען. מיט׳ן הערען אַליין קען מען אַזעלכע זאַכען ניט בּאַנעמען.

ווי ווייט איך האָבּ דערנאָך געקאָנט דערגעהן, האָבּן די חסידים אויף אים געקוקט ווי אויף אַ האַלבּען משוגענעם.

שוין גאָר שפּעט בּיינאַכט איז אַרײַנגעקומען אַ איד און האָט ערקלערט, אז אזוי ווי איך וויל וויסען וועגען די פֿאַרשידענע יושבּים, וואָס פֿאַר אַ מענשען זיי זיינען (אימיצער האָט אים אזוי געזאָגט), קען ער דאָס מיר אַלץ ערקלערען פֿאַר עטליכע גולדען. מיר האָבּן זיך בּאַדונגען פֿאַר אַ איין גולדען (צוויי קראָנען), און ער האָט גענומען רידען. ער האָט סתם געפּלאפּעלט, אויף אַ טשיקאַווען, טומעלדיגען שטיגער, וועלכער האָט אים אַליין פֿאַרטומעלט דעם מוח מעהר ווי מיר.

— איהר ווייסט, וואָס אַ טיפ איז? — האָבּ איך זיך פּלוצלונג געוואונדערט צו אים.

— ניין, — האָט ער געענטפֿערט, — וואָס איז דאָס אזוינס?

— אָט וועל איך אײַך געבּען צו פֿאַרשטעהן. איהר ווילט מיר דערצעהלען וועגען די פֿאַרשידענע יושבּים, וואָס פֿאַר אַ סאָרט מענש יעדער פֿון זיי איז. ניט אמת? נו, אָט דאָס הייסט, אז איהר ווילט מיר דערצעהלען, וואָס פֿאַר אַ טיפ יעדער פֿון זיי איז. פֿאַרשטעהט איהר שוין, וואָס עס הייסט אַ „טיפ"?

193— יאָ, איצט פֿאַרשטעהע איך.

— נו, זאָג איך אײַך, אז דער אינטערעסאַנטסטער פֿון אַלע טיפֿען זייט איהר אַליין.

איך האָבּ געזעהן, אז וואָס אַ טיפ איז, פֿאַרשטעהט ער פֿאָרט נימ. די צוויי קראָנען האָבּ איך אים אָבּער בּאַצאַהלט. האָט ער צוגענומען די זילבּערנע מטבעות, מיר צוגעוואונשען אַלדאָס גוטס און איז אַוועק.

עם זיינען געקומען אַנדערע חסידים. איך האָבּ זיך הויפּט־זעכליך אינטערעסירט מיט די, וואָס האָבּן אויף מיר געמאַכט אַן איינדרוק, אז זייער בּאַגייסטערונג איז אַן אויפֿריכטיגע. אזעלכע האָבּ איך פֿאַרצייכענט דרײַ.

7
אײַנדרוקען פֿון פּשעמישל. — בּערג. — אַ מאַרק טאָג. — מאַלינעם. — אָפּצירען. — אידען.

פּשעמישל איז די דריטע שטאָדט אין גאַליציען, איהר צענ־טער אָבּער איז לעבּעדיגער, ווי דער צענטער פֿון קראַקאָו. איך האָבּ דאָרטען פֿאַרבּראַכט נאָר איין טאָג, און דער אַלגעמיינער איינדרוק, וואָס איז אין מיין זכרון פֿאַרבּליבּען, איז, אז עם איז אַ שטאָדט פֿון בּערג און מיליטער.

דאָס רוב גאַסען געהען אַרויף און אַראָפּ אן בּאַרג. ווען איהר ווילט פֿון דעם צענטער צוגקומען צו דעם שעהנעם שטאָדט־פּאַרק, מוזט איהר געהן הויך אַרויף אן בּאַרג; אויבּ איהר ווילט געהן צום מאַרק, מוזט איהר ווידער געהן אַרויף אן בּאַרג. פּילע גאַסען זיינען זעהר משופע. איך האָבּ געזעהן, ווי זעהר אַלטע לײַט שטײַגען איבּער זיי. עם איז זיי טאַקע שווער געווען.

דער אידישער קוואַרטאַל איז אין רעכטען מיטען שטאָדט, אזוי ווי אין לעמבּערג, און אזוי ווי אין לעמבּערג איז ער די בּעסטע גאַס פֿול מיט אַ געמישטען עולם פֿון פֿאַרצייטיגע חסידים מיט הינטיגע פֿראַנטען און אָפּצירען, אַפֿיצירען אָהן אַ צאָל. פּשע־מישל האָט אַ שטאַרקע פֿעסטונג, וועלכע איז געווען איינע פֿון די וויכטיגסטע אין דער דאַמאָלסדיגער עסטרייכישער אימפּעריע. האָ־בּען דאָ די מיליטערישע קליידער געפֿינקעלט אויף טריט און שריט.

194איך האָבּ אין מיין בּיכעל פֿאַרצייכענט, אז פּשעמישלער איינוואוינער בּאַוועגען זיך מיט מעהר ענערגיע, ווי די מענשען אין קראַקאָו און לעמבּערג, און אז זייערע געזיכטער לײַכטען מיט לעבּענס־לוסט. מעגליך, אז דיזער איינדרוק האָט געשטאַמט פֿון דעם וואונדער־שעהנעם וועטער, וואָס איך האָבּ דאָרטען געפֿונען. עם איז געווען הייס, אָבּער ניט אונאַנגענעם. די הויך ליגענדע בּערגערינגע שטאָדט האָט געאַטעמט פֿריי און לופֿטיג. און ווען איך בּין אַרויף אויפֿ׳ן בּאַרג, ווא דער פּאַרק לינט אויסגעשפּרייט ווי אַ גן־עדן, האָבּ איך זיך דערמאַנט אן אונזערע קעטסקילס. גאַנץ פּשעמישל האָט אַ קעטסקיל לופֿט.

אין אזאַ טאָג, אין אזאַ לופֿט קוקט דער בּעאַבכטער גאָר מיט אַנדערע אויגען.

∗ ∗ ∗

בּײַ דעם בּרעג מאַרק, לעבּען אַ קליינעם פּאַרק, געפֿינט זיך אַ קליינער פּאַוויליאָן, אויף עטליכע טרעפּ אַרויפֿצוגעהן, מיט אַ פּלאַטפֿאָרמע און אַ דאַך. אויף דער פּלאַטפֿאָרמע זיינען גע־שטאַנען טישלעך מיט שטולען. דאָס האָט געהערט צו אַ צו־קערינע, וואָס איז געשטאַנען דאָ דערבּײַ. אין דעם פֿריהמאָרגען, ווען איך האָבּ בּאַזוכט דעם פּלאַץ, שפּאַצירערונדיג דורך׳ן שטאָדט, איז דער פּאַוויליאָן געווען פֿול מיט קונדען. מען איז געזעסען בּײַ גלעזער קאַווע, טיי, אייז קרים (נעפֿראָרענס), שיסעלעך זויער־מילך מיט שוואַרץ בּרויט, טעלער מיט צוקער־געבּעק.

דער מאַרק איז געווען אין פֿולען גאַנג. ער האָט דערגרייכט בּיז׳ן פּאַוויליאָן און האָט אים אַרומגערינגעלט פֿון צוויי זײַ־טען. פֿילע פֿון די פֿויערטעם זיינען מיט זייערע סחורות געזע־סען אונטער די, וואָס האָבּן אויבּען אין דעם פּאַוויליאָן געמיט־ליך געטרונקען אָדער גענאַסען בּײַ די טישלעך.

די מאַרק־סצענע איז געווען אַבּסאָלוט ניט־אַמעריקאַניש. עם האָט פֿון איהר געאַטעמט מיט מיין אַלטער היים, ווא אין מיינע גאַנץ יונגע טעג האָבּ מיינע אעלטערען געוואוינט לעבּען אן עהנליכען מאַרק (זעה ערשטען בּאַנד, פֿײַדזש 211). דער פּאַוויליאָן איז געווען אן אויסגעצייכענטער בּעאָבאַכטונגס־פּלאַץ. ער האָט מיך אַ ציה געטאָן, ווי אַ מאַגנעט.

195איך בּין אַרויפֿגעגאַנגען. גראָד האָט זיך אין יענעם מאָמענט בּאַפֿרײַט אַ טישעל אין אַן אָרט ווא אונטען האָט געקאָכט מיט האַנדעל. איך האָבּ בּאַשטעלט אַ גלאָז טיי. דער מאַרק איז גע־ווען אויסגעשפּרייט פֿאַר מיינע אויגען — אַראָפּ־בּאַרג צו.

עם איז געווען אַ טאָג פֿון מאַלינעם (ראָזבּעריס). די פּויער־טעם האָבּן זיי יענעם פֿריהמאָרגען געבּראַכט אין שטאָדט צום ערשטען אָדער צווייטען מאָל. פֿון אַלע זײַטען האָבּן זיך גע־רוימעלט בּערג מיט מאַלינעם, — עמערס, צעבּערס, טעפּ, קענד־לאַך, אנגעפֿילט מיט זאַפֿטיגע, געשמאַקע מאַלינעם. פֿאַזימקעס (סטראַבּעריס) איז אויך געווען גענוג, אָבּער ניט אזוי פֿיל, ווי מאַלינעם. אויך האָבּן זיי שוין ניט אויסגעזעהען אזוי פֿריש. שהחיינו האָט מען אויף זיי שוין לאַנג געמאַכט. מיט אייניגע וואָכען צוריק זיינען זיי געווען די יחסנים. אָבּער קיין זאַך איז ניט אייבּיג. אַ דור אַרויף, אַ דור אַראָפּ. איצט איז די מאַלינע געווען די קעניגין פֿון דעם מאַרק.

ערטערווייז האָבּען זיך געזעהן שוין אויסגעלידינגטע עמערס. די מאַלינעם, וואָס מען האָט אין זיי געבּראַכט, זיינען שוין געווען פֿאַרקויפֿט. אַלץ, וואָס פֿון זיי איז געבּליבּען, איז געווען אַ רוטע פּוסטקייט און אַבּיסעל רוטע סאַפֿ בּיים דעק, ווי סליאַ־דען פֿון אַ בּלוטיגער אָפּעראַציע.

די פּויערטעם — דיזעלבּע אָדער אַנדערע — האָבּן פֿון זייערע דערפֿער אויך געבּראַכט „פֿאַריעטשקעם", קאַרטאָפֿעל, אר־בּעס, באָבּ, מעהרען. אויך האָט זיך געזעהן אַבּיסעל אוגערקעס, קלינע און גרויסע שוועמליך, ציבּעלעס, קימעל, קעפּלעך קרויט, בּלומענקאָהל (קאַליפֿלאואר), אייער, פֿיסלעך פֿון חזירים, לעבּע־דינע חזירים׳לעך, גענז, קאַטשקעס, היהנער, וואַזשאָנם מיט בּלו־מען, — פֿון אַלץ צו בּיסלעך. אָבּער מאַלינעם איז געווען מאַ־סענווייז.

עם האָט געשמעקט מיט דאָרף. די ריחות פֿון די פּרוכ־טען, גרינסען אַלערליי, האָבּען זיך צוזאַמענגעמישט אין איין אָנ־גענעמען ריח פֿון פֿרישקייט.

באַלעבּאָסטעם, קריסטליכע און אידישע, זיינען אַרומגעגאַנגען צווישען די פּויערטעם, בּאַקוקט, בּאַטאַפּט די סחורות, געפֿרעגט196וויפֿיל עם קאָסט, זיך גערונגען, זיך מישב געווען, בּאַראָטען זיך צווישען זיך. די דאַרפֿס־פֿרויען — דאָס רוב רוטעניטשע און כמעט אַלע בּאָרוועסע — זיינען געזעסען אויף דער ערד, יעדע לעבּען איהר סחורה, און ווען מען האָט זיי אנגעבּאָטען אַ קלע־נערען פּרייז, ווי זיי האָבּן געפֿאָדערט, האָבּען זיי קאַלט אַ שאַקעל געטאָן מיט׳ן קאָפּ, און נעבּליבּען זיצען ווי פֿאַרגלי־ווערטע. די קונים האָבּען זיך געמוזט קערפּערליך בּויגען פֿאַר זיי, אום די מאַלינעם צו בּאַטראַכטען; זיי האָבּען געמוזט ריידען צו זיי, פֿרעגען, דינגען זיך, בּעטען זיך, אין כעם ווערען; און זיי, די פּויערטעם, האָבּען אויף זיי אפֿילו די אויגען ניט אויפֿגעהויבּען. בּלויז ווא ניט ווא פֿלעגט בּײַ איינער די געדולד פּלאַצען, און דאַן פֿלעגט אַמאָל קומען צו אַ זידלעריי, צו אַ געשריי, אָדער בּלויז אויף אַ ווײַלע.

ניט ווייט פֿון דעם פּאַוויליאָן האָט אַ רוטעניטשע פּויערטע צו אַ אידענע געזאָגט „טפו" דערפֿאַר, וואָס זי האָט איהר געסמיעט אנצובּאָטען אַ צו־קליינעם פּרייז. די אידענע האָט זיך צושריען אויפֿ׳ן קול און איהר אָפּגעענטפֿערט מיט אַנאַנדער „טפו". איהר „טפו" איז שוין אָבּער ניט געווען קיין טראָקענער. עם האָט זיך אנגעפֿאַנגען אַ דועל פֿון שפּײַען איינע אויף די אנדערע, עם האָט זיך אַרומגעקליבּען אַ רעדעל, אָבּער לאַנג האָט עם ניט אנגעהאַלטען. דער עולם איז געווען צו שטאַרק פֿאַראינטערע־סירט אין דאַרף־סחורה, אום מיט אנדערע ענינים זיך צו בּא־שעפֿטיגען. דאָס „רעדעל" איז צוגאַנגען אין דעם מאַרק, אזוי ווי אַ שטיקעל צוקער אין אַ הייסער גלאָז טיי. יענע אידענע האָט נאָך אַ פּאָר מינוטען ניט אויפֿגעהערט צו שריען, אָבּער קיינער האָט איהר שוין קיין אויפֿמערקזאַמקייט ניט געשענקט. זעהען־דיג, אז איך בּין אין דער איינציגער, וואָס אינטערעסירט זיך מיט איהר, האָט זי פֿאַרריסען דעם קאָפּ צו מיר און איבּערדער־צעהלט די נאַנצע געשיכטע פֿון אנהויבּ בּיז צו ענדע מיט קללות און שבועות, אז זי האָט געהאַט רעכט. פֿלוצלונג האָט זי אָבּער דערזעהן, ווי אַ פּויער טראָגט צוויי פֿעטע גענז אונ־טער די אָרעמס, האָט זי זיך אַ לאָז געטאָן טאַפֿען די גענז און דינגען זיך מיט׳ן פּויער. אָן מיר האָט זי זיך פֿאַרגעסען.

197באַלעבּאָסטעם האָבּען איינע פֿאַר די אנדערע זיך בּאַקלאָגט אויף דעם הויכען פּרייז פֿון די מאַלינעם און פֿון די אנדערע פּראָדוקטען. אומעטום האָט מען געקענט זעהן, ווי מען קוועטשט מיט די פּלייצעס, ווי מען לאָזט אַראָפּ די הענט פֿון פֿאַרצוויי־פֿלונג, ווי מען מאַכט אַ רחמנות־פּנים אויס סימפּאַטיע צו אַנאַנדער פֿרוי און צו זיך אַליין. דעם וואָרט „יקרות" האָבּ איך גע־הערט אַלע ווײַלע.

ניט ווייט פֿון דעם פּאַוויליאָן איז געשטאַנען אַ בּילד־שעהנע יונגינקע פֿרוי, אַ קריסטליכע, און זיך געדונגען מיט אַ פֿאַרקויפֿערין פֿון „קאַליפֿלאואר". לעבּען איהר איז געשטאַנען איהר דינסט מיט אַ האַנט־בּיטעל פֿון שוואַרצע צעראָטע. די יונגע באַלעבּאָסטע איז געווען אנגעטאָן ניט ווי מען טוט זיך אן אינדערפֿריה, נעוויס ניט צו אַ מאַרק. איהר בּלויע זײַדענע קליד איז געווען דעקאָלטירט, און איהרע שיכעלעך זיינען געווען פֿון ווייסע זײַד. איהר דינסט איז געווען אויסגעפּוצט אין אַ יום־טובֿ׳דינג רוטעניטשען קאָסטיום מיט גאַנצע בּערג פֿאַטשעלקעם אַרום האַלז. אָבּער בּאָרוועם!

מיט אַ מערקווירדיגער בּאַגײַסטערונג האָט די דעקאָלטירטע דאַמעלע זיך גערונגען און אַרומגעשמאַייעט אַרום די גרינסען. עם איז געווען דייטליך, אז זי האָט ערשט מיט אַ פּאָר טעג צוריק חתונה געהאַט, און די ראָלע פֿון אַ בּאַלעבּאָסטע האָט דעם צוי־בּער פֿון אַ נײַעם בּײַ איהר.

אָבּער די עלטערע ווײַבּער זיינען אויך ניט געבּליבּען גליבּ־גילטיג. מען האָט געקענט זעהן אויף זייערע פּנים׳ער, אז אַרום־צוגעהן איבּער׳ן מאַרק, אויסקוקען, אויספֿרעגען, דינגען זיך איז בּײַ זיי ניט בּלויז אַ נויטווענדיגקייט, נאָר אויך אַ פֿאַרגעניגען, אַ ספּאָרט. מיט דער צוטראָגענער מינע און מיט דעם פּאַרטיפֿטען בּליק, מיט וועלכען אַ געמבּלער זיצט בּײַ זיינע קאַרטען, זיינען זיי אַרומגעגאַנגען צווישען די קערב שווענמלעך אָדער אונגערקעם... שפּעטער בּין איך אַראָפּ פֿון דעם פּאַוויליאָן און געמאַכט אַ שפּאַציר איבּער׳ן מאַרק נאַכאַמאָל.

דער געפֿילדער איז געוואָקסען. דורך דער מישענינע פֿון מענשליכע שטימען האָט זיך געהערט דער בּאַסאָווער „קראַ־קראַ"198פֿון קאַטשקעם, דער הייזעריגער בּאַריטאָן פֿון גענז, דער קווייטש פֿון אַ יונגען חזיר׳ל. אין איין ווינקעל האָט אַ איד איינגעקויפֿט גאָר די מאַלינעם פֿון עטליכע פּויערטעם מיט אַמאָל (מסתמא פֿאַר אַ פּרובּעל־געשעפֿט אָדער אפֿשר אויף צו מאַכען מאַלינעווע קונאַס). דערבּײַ איז געשטאַנען אַ גרובּע ווײַבּער און געקוקט מיט אַ זשעדנעם בּליק אין די אויגען. אבּיסעל אן אַ זייט זיינען גע־שטאַנען ווײַבּער און געבּלאָזען אויף די הינער אין אַ געוויסען אָרט, צו זעהן, צי די עופֿות זיינען פֿעט.

אַ איד מיט אַ פֿײַנער בּאַלעבּאַטישער בּעקעשע, אַ הויכער, אַ דיקער, מיט אַ שעהנער גאָלדענער בּאָרד און פֿאות, מיט אַ יאַרמולקע אונטער דעם פּולישענעם קאַפּעליוש, איז אויך געשטאַ־נען מיט אַ הוהן אין די הענט און אויך געבּלאָזען, ווא עם פֿאַסט נימ. בּײַ יעדען בּלאָז, וואָס ער האָט געטאָן, האָבּען זיך זיינע פֿאות אַ טרייסעל געטאָן. ער איז אָבּער געווען צו שטאַרק פֿאַרטיפֿט אין דער הוהן, צו בּאַמערקען אזעלכע קליינינקייטען.

אין איין פּלאַץ האָט אויסגעבּראַכען אַ מלחמה צווישען אַ רו־טענישער פּויערטע און אַ אידישען בּעל עגלה, וועלכער האָט גע־דאַרפֿט עפּעס אַוועקפֿיהרען פֿון מאַרק. די דעבּאַטע איז פֿאָרגע־קומען אויף רוטעניש. אָבּער פֿילע ווערטער זיינען געווען עהנליך צו רוסיש, און איך האָבּ זיי פֿאַרשטאַנען. זייער פּשוט איז אָבּער געווען אזעלכער, אז איך מוז זיי איבּערהיפֿען.

ווי איך בּין אזוי געשטאַנען און זיך צוגעהערט, האָט אין מיר זיך אײַנגעקוקט אַ אידענע, וואָס האָט געהאַלטען אַ גאַנץ צו־געדריקט צום האַרצען.

— זאָגט מיר, איך בּעט אײַך, זייט איהר ניט פֿון אַמעריקא?

— האָט זי זיך צו מיר געוואונדערט.

ווען איך האָבּ געענטפֿערט, אז יאָ, האָט זי ערקלעהרט, שיער מיט טרערען אין די אויגען, אז זי קען מיך, אָבּער אז זי געדענקט ניט פֿון מיין נאָמען. עם איז שוין אַ געשיכטע פֿון זיבּ־צעהן יאָהר, האָט זי געזאָגט. זי האָט אין ניו יאָרק גע־אַרבּייט בּײַ מיר אין שאַפּ בּײַ „ניע פֿענטס" (די ווערטער „ניע פֿענטם" האָט זי געדענקט גאַנץ גוט). איך האָבּ איהר פֿאָרזי־כערט, אז זי האָט אַ טעות. זי האָט זיך ווי עם איז בּאַרוהיגט,199אָבּער בּלויז אויף אַ סעקונדע. בּאַלד האָט זי ווידער זיך גענומען קאַכען און שריען, און האָט זיך „דערמאַנט", אז איך בּין געווען איהר דאָקטאָר, אז איך האָבּ איהר אַטענדעט בּיים ערשטען קינ־פּעט; און איידער איך האָבּ געהאַט אַ מעגליכקייט פֿון דיזער עהרע זיך אויך צו ענטזאָגען, האָט זי מיך געבּעטען צו זיך אין שטוב, אום מיך פֿאַרצושטעלען פֿאַר איהר עלטסטער טאָכ־טער, די פֿרוכט פֿון יענעם היסטאָרישען קינדבּעט. פֿאַר בּאַגײַס־טערונג האָט זי אַלץ געשריען, און די גאַנז האָט מיטגעשריען.

קוים וואָס איך האָבּ איהר איבּערצײַגט, אז זי האָט ווידער אַ טעות. ענדליך האָט זיך אַרויסגעוויזען, אז זי האָט מיך אין ניו יאָרק געזעהן אויף אַ מיטינג.

מיין געשפּרעך מיט איהר, און הויפּטזעכליך איהר צוהיצ־טער געשריי האָט געצויגען אויפֿמערקזאַמקייט. עטליכע מענשען האָבּען זיך אָפּגעשטעלט קוקען און צוהערען. איינער פֿון זיי, אַ מאַן פֿון אַ יאָהר פֿופֿציג, וועלכער איז געווען נעקליידעט „האַלבּ אויף האַלבּ", טיילווייז ווי אַ חסיד און טיילווייז ווי אַ הינטיגער, האָט זיך שטאַרק פֿאַראינטערעסירט אין די פּאָר ווערטער, וואָס ער האָט דאָ דערהערט וועגען אַמעריקא.

— איהר זייט פֿון אַמעריקא? — האָט ער געפֿרעגט מיט אַ שטרענגען טאָן, אזוי ווי ער וואָלט געווען אַ דעטעקטיוו און איז מיך חושד אין עפּעס אַ פֿאַרבּרעכען. דער סוף איז געווען, אז איך האָבּ זיך אין איהם אויך פֿאַראינטערעסירט. מיר האָבּען זיך צורעדט, צוערשט אויף שפּאַס, דערנאָך ערנסט. אזוי שמ־עסענדיג, זיינען מיר אַוועק פֿון מאַרק און זיך געזעצט אויף אַ בּאַנק אין דעם קליינעם פּאַרק, וואָס געפֿינט זיך נאָהענט דערבּײַ. ער האָט מיר מיט פֿרייד געזאָגט, אז ער האָט בּײַ די וואַהלען געשטימט פֿאַר דר. ליבּערמאַן, דעם סאָציאַליסטישען קאַנדידאַט. זיין סאָציאַליזם איז אָבּער געווען פֿון אַ זאָנדערבּאַרען סאָרט. ווען איך האָבּ איהם נעפֿרעגט, ווא ער האָט דאָס נעלעבּען, האָט ער געזאָגט מיט שטאַלץ, אז אין ערגעץ ניט. ער איז „אַלץ דערגאַנגען מיט זיין אייגענעם שכל". פֿון אַרבּייטער סאָציאַליס־טען האַלט ער ניט, ווייל זיי מיינען דאָך בּלויז זייער אייגענע טובה. זייער סאָציאַליזם איז אַן עגאָאיסטישער. אָט זיין סאָ200ציאַליזם איז אַ ריינער, ווייל ער דאַרף קיין טובות פֿאַר זיך ניט, וואָרים אים איז היינט אויך גוט. די אַרבּייטער זיינען „עגאָ־איסטען", „ניט פֿאַרגינער" און „עזות־פּנים׳ער". אַלע צרות קו־מען אַרוים פֿון זיי. און ער האָט גענומען בּרענגען בּײַשפּילען אויף דעם.

איך האָבּ געהאַט אַ פּאָר געשפּרעכען מיט אַנדערע פּשע־מישלער אידען אויך, — געשפּרעכען, וואָס האָבּען מיר געוויזען, אז דר. ליבּערמאַן׳ס ערוועהלונג איז געווען געגרינדעט אויף פֿיל בּעסערע בּאַגריפֿען וועגען סאָציאַליזם, ווי די, וואָס דיזער איד האָט אַרויסגעוויזען.

8
בּײַ דעם סאָציאַליסטישען דעפּוטאַט הערמאַן ליבּערמאַן.

דער אידישער סאָציאַליסטישער דעפּוטאַט צו דעם ווינער פּאַרלאַמענט, ליבּערמאַן, פֿון פּשעמישל (וועלכער איז היינט איינער פֿון די וויכטיגסטע סאָציאַליסטישע דעפּוטאַטען פֿון וואַרשעווער סעים), איז דאַן געווען אין דער היים. איך האָבּ איהם בּאַזוכט. ער האָט אויסגעזעהען זעהר יונג. אַ בּלאָנדער, ניט קיין הויכער, ניט קיין דיקער, מיט אַ גוטמוטיגען אינטעליגענטען פּנים. ער איז געווען זעהר גאַסטפֿריינדליך, און מיר האָבּען פֿאַרבּראַכט אַ הויבּשע צײַט אין געשפּרעך וועגען דער פּוילישער בּאַוועגונג און וועגען אַמעריקא. ער האָט, נאַטירליך, גערעדט פֿון אַ סאָציאַ־ליסטישען שטאַנדפּונקט, אָבּער ווי אַ פּוילישער פּאַטריאָט. ער האָט צוגעגעבּען, אז עם זיינען פֿאַרהאַן געוויסע שוועריגקייטען, וועלכע שטאַמען פֿון ראַסען־פֿאַרהעלטניש. ער האָט מיט בּאַגײַסטע־רונג גערעדט וועגען די פּאָליאַקען, וואָס זיינען טעטיג אין דער סאָציאַליסטישער בּאַוועגונג. „מען דאַרף אימער זיך רעכענען מיט די אומשטענדען," — האָט ער געזאָגט. — „ווען מען נעמט דאָס אין אנבּעטראַכט, געפֿינט מען צווישען די פּוילישע סאָ־ציאַליסטען אַ גרויסע, גרויסע צאָהל שעהנע נאָבּעלע אידעאַליס־טען".

— אַלס סאָציאַליסט, פֿיהלט איהר זיך הויפּטזעכליך אַלס פּאָליאַק אָדער אַלס איד? — האָבּ איך איהם געפֿרעגט.

201— עם דאַרף ניט זיין קיין „הויפּטזעכליך", און עם קען ניט זיין. פֿאַר מיר שטימען הויפּטזעכליך אונזערע אידען, און ווען זיי וואָלטען ניט וויסען, אז אונזער פּאַרטי איז טריי די אידישע אינטערעסען, וואָלטען זיי פֿאַר מיר דאָ, און פֿאַר גענאָסע דיא־מאַנט אין לעמבּערג, ניט געשטימט. גאַליציען איז אָבּער פּוי־ליש, און די בּעציהונגען צווישען די אידען און די פּאָליאַקען זיי־נען בּײַ אונז ניט אזוי ערך בּעסער, ווי צווישען די אידען און פּאָליאַקען אין רוסיש־פּוילען. מיר, סאָציאַליסטען, זיינען אי־בּערצײַגט, אז דורך אונזער פּאַרטיי קענען בּיידע נאַציאָנען גע־ניסען נוצעם. די אינטערעסען פֿון אונזערע אידען זיינען אונז טייער. מיר זאָרגען זיך וועגען זיי. און מיר זיינען אי־בּערצײַגט, אז געהענדיג האַנט אין האַנט מיט דער פּוילישער בּא־פֿעלקערונג, דערגרייכען זיי דורך אונזער פּאַרטי די בּעסטע רע־זולטאַטען, אי פּאָליטיש, אי עקאָנאָמיש, אי קולטורעל. אין עסטרייך ווייסען מיר ניט פֿון דעם רוסישען דעספּאָטיזם. די פֿאַרשידענע פֿעלקער האָבּען, ווי ווייט מעגליך, זעלבּסט־פֿאַר־וואַלטונג און זעלבּסט־רעגירונג. די פּאָליאַקען אין רוסלאַנד וועלען פֿאַרזיכערט ווערען אונטערדריקט. אין עסטרייך אָבּער האָבּען זיי אויטאָנאָמיע. ווען די אידען וואָלטען געקענט פֿאַרנעמען אַ גאַנצען קרייז און דאָרטען בּילדען די הויפּט בּאַפֿעלקערונג, וואָלטען זיי געהאַט דיזעלבּע לאָקאַלע רעכט, ווי די פּאָליאַקען, אָדער די דייטשען, אָדער די סלאָווען, אָדער די איטאַליענער. אָבּער איצט פֿיהלען זיך די גאַליצישע אידען אויך פֿאָלשטענדיג פֿריי.

הערות (פֿוס-נאָטיצען פֿון אָריגינאַל)

[ז׳ 157] * אין אַ סעריע פֿון עלף אַרטיקלען אונטער דעם נאָמען „מײַנע צוויי רייזעס קיין בראָד, איינע פֿאַר 31 יאָהרען, די צווייטע פֿאַר אַ יאָהרען". זיי האָבען זיך אָנגעפֿאַנגען דעם 24טען יוני און געענדיגט דעם 4טען יולי. די ערשטע רייזע פֿאַרנעמט נײַן אַרטיקלען ; די צווייטע — צוויי. דאָ וועל איך זיך באַנוצען מיט די לעצטע צוויי. בײַ מיר ליגען אָבער נאָטיצען, וועלכע זיינען אין די אַרטיקלען ניט אַרײַנגעגאַנגען, און זיי וועלען מיר אויך בעהילפֿיג זיין.