בלעטער פֿון מײַן לעבן · אבֿרהם קאַהאַן · פֿינפֿטער באַנד (נ.י., 1931)
ביז דער וועלט-מלחמה

פֿינפֿטער קאַפּיטעל

ווידער אין אייראָפּא (דריטע פֿאָרטזעצונג)

װעגן דעם טעקסט: דאָס איז אַ װאָרט-בײַ-װאָרט אָפּשריפֿט פֿון די געדרוקטע זײַטן 202–239 (גאַנצער פֿינפֿטער קאַפּיטעל פֿון פֿינפֿטן באַנד), מיט דער אָריגינעלער אָרטאָגראַפֿיע פֿון 1931. די נומערן אַזױ װי 202 צײכענען אָן דעם אָנהױב פֿון יעדער געדרוקטער זײַט. רוסישע און פֿרעמדע װערטער זײַנען איבערגעגעבען אַזױ װי אין אָריגינאַל.
1
אין קאַרלסבאַד. — סצענעס, פֿאָרטרעטען. — די טײל-וואַסערען.

202אומקערענדיג זיך פֿון גאַליציען, האָב איך מײן רײזע פֿאַרקירעוועט קײן קאַרלסבאַד. קײן באַשטימטען גלױבען, אַז די קאַרלסבאַדער וואַסערען וועלען זײן אַ רפֿואה צו מײן לײדענדען מאָגען, האָב איך ניט געהאַט. אַ שטיקעל האָפֿנונג האָב איך אָבער יאָ געהאַט.

די שטאָדט קאַרלסבאַד מיט איהרע בעדער, וועגען וועלכע מען הערט זיך אָן אַזױפֿיל, האָט געמאַכט אַ גוטען אײנדרוק אױף מיר פֿון דער ערשטער מינוט אָן. די לופֿט האָט דאָרטען אין זיך אַן אײגענאַרטיגע פֿרײנדליכקײט, און דער געמיט פֿון די מענער און פֿרױען אַרום די בעדער, אין די פּאַרקען, אין די גאַסען, אין די קאַפֿעס, אין די רעסטאָראַנען איז געווען אַ געמיט פֿון גוט-אױפֿגעלײגטע זאָרגלאָזע מענטשען. איהר פֿאַרגעסט גאָר, אַז דאָס זײנען קראַנקע, יעדער מיט זײן קערפּערליכער צרה. און די אַלגעמײנע שטימונג איז דורכגעדרונגען מיט אַ גײַסט פֿון דעמאָקראַטישער פֿרײנדליכקײט. אַזױ איז דאָס אײגענטליך אין אַלע קורערטער. מיליאָנערען און קבצנים, מיטגלידער פֿון פֿרינצליכע פֿאַמיליען און אונטערטאַנען אָהן יחוס און אָהן געלט מוזען שטעהן צוזאַמען מיט די קרינגעלעך אין די הענט און וואַרטען אין דער רײהע אָנצופֿילען זײ מיט דעם געבענשטען וואַסער.

זעהר אַנגענעם איז אין דער פֿריה, ווען דער עולם געהט203אין די קאַפֿעס צו פֿרישטיק. דאָרטען, אין די קאַפֿעס, באַשטעלט איהר נאָר די קאַווע. געבעקס ברענגט איהר מיט זיך. איהר קענט דאָרטען באַקומען דאָס אױך, און פּוטער און קעז און קאַנפֿיטורען אָדער שינקען אױך, אױב איהר ווילט. אָבער די, וואָס טוען אַזױ, זײנען אַן אױסנאַמע. דער מנהג איז צו ברענגען די שפֿײז מיט זיך. בײ יעדער בעקעריײ שטעהט אַ צײל מענשען. נאָך דער רײהע נאָך, געדולדיג, געמיטליך קױפֿט יעדער ראָלם (זעמעל) פֿאַר עטליכע קרײצער. באַלד קומען זײ צוריק אַרױס יעדער און יעדע מיט אַ פֿאַפּירענעם זעקעלע אין האַנט. און אַזױ געהען זײ שפּאַצירענדיג, רײך געקלײדעטע און אָרעמע. אפֿשר איז אָט יענער אַן אַלמעקטיגער באַנקיר, אָדער אַ מיניסטער. אָדער אַ באַרימטער וויסענשאַפֿטסמאַן, און אפֿשר אַן אָנגעסטעל אָדער אַ בוכהאַלטערל ערגעץ וואו, וואָס האָט קױם צוזאַמענגעבראַכט אױף צו פֿאָהרען זוכען רעטונג אין קאַרלסבאַד. אַלע אָהן אונטערשיד, מיט פֿאַפּירענע זעקעלעך אין די הענט. בײ זיך אין דער הײם, ווען מען וואָלט דעם מאַכט-האַבענדען אַזױ געהענדיג איבער דער גאַס, וואָלט מען צו איהם גערופֿען אַ נערוועז ספּעציאַליסט. דאָ אָבער איז דאָס נאַטירליך. די געמײנשאַפֿט פֿון שוואַכען געזונט דערמאַנט יעדען, ווי אונזיכער עס איז דער מענשליכער לעבען, און ווי לעכערליך די גאווה. צי דאָס איז ווירקליך די אורזאַכע, צי ניט, — קױפֿען זעמעל אין אַ בעקעריײ און געהן מיט דעם איבער דער גאַס צו אַ קאַפֿע איז די מאָדע. מאַרשירט מען מיט די ראָלם, צופֿרידען מיט זיך און מיט גאָט'ם וועלט, ווי אַ בעל-הבית'ישער איד געהט מיט טלית און תפֿילין פֿון שול.

די וויכטיגסטע פּראָצעסיע אַזעלכע פֿלעגט פֿאַרקומען איבער אַן אָוונט, וואָס געהט פֿאַזע דעם טײך עגער צום קײזער-פֿאַרק. דאָס איז אַ דאָפּעלטע גאַס, אײן העלפֿט פֿאַר אָטאָמאָבילען און אײנע — אַ דיק-באַדעקטע מיט זאַמד — פֿאַר פֿוס-געהער. אַ פֿײנע אַלעע. דאָ האָבען געשײנט די רײכסטע דאַמען-קלײדער. אידען מיט לאַנגע קאַפֿטאַנעס און פֿאות'ן, מיט פֿאַרשידענע היט, וועלכע אױף אַנדערע גאַסען און פֿאַרקען פֿון קאַרלסבאַד באַגעגענט מען אױף שריט און טריט, האָבען זיך דאָ געזעהן ווײניג. ווײ204טער ווי דעם באַרימטען קאַפֿע „סאַן סו סי" פֿאַרגעהען זײ ניט. מאָדערן געקלײדעטע אידען, ניט קײן רײכע, זעהט מען דאָ אָבער גענוג. די לופֿט איז אַן אמת'ער גן-עדן. איהר שפּרײזט און איך גלוסט זיך צו זינגען. דער אַפֿעטיט וואַקסט דאָ שנעל, און דער קײזער-פֿאַרק, מיט זײן גרױסען קאַפֿע ציהט אײך ווי אַ מאַגנעט. דאָך פֿלעג איך פֿון צײט צו צײט זיך אָפּשטעלען אָן אַ צײט צו באַקוקען דעם עולם. נאָך די פֿנים'ער, מאַניערען, און אין פֿילע פֿאַלען די קלײדער, האָט מען געקענט דערקענען די פֿאַרשידענע נאַציאָנאַליטעטען, קלאַסען, טיפּען. אַזױ ווי פֿאַר די אױגען שטעהט מיר אַ דיקער רוסישער גלח אין אַ העל-בלױען קיטעל מיט אַ גרױסען גאָלדענעם צלם אױף דער ברוסט. די זון האָט זיך געשפּילט אין דעם צלם און געבליסטשעט אין דעם קיטעל; אָבער דיזעלבע זון האָט אױך געשײנט אױף דעם רײכען, ווײסען אָריענטאַלישען קאָסטיום פֿון אַ מאַכמעדאַנישען גײסטליכען. אַ צױבער האָט געשימערט אין דער לופֿטען, אין די בױמער, בײ דער זײט, אין דעם געלען זאַמד, און אַ ספּעציעלער צױבער אין די פֿאַפּירענע זעמעל-זעקעלעך.

נאָך מיטאָג קומט פֿאָר אַן אַנדער פּראָצעסיע — פּשוט אַ שפּאַציר. דאָס איז אױך אַ קלײדער פּאַראַד. די דאַמען ווײזען זײערע קאָסטיומען און היט. דאָך זעהט איהר אין די פֿאַרקען און איבער די הױפּט-גאַסען אַ סך חסידיש-געקלײדעטע אידען געמישט מיט בלישטשענדע יוניפֿאָרמס פֿון אָפֿיצירען, פּרעטענציעזע אַנצוגען פֿון צוווילע פֿראַנטען און די נײעסטע מאָדעם אין פֿרױען פּוץ.

אָט געהט אַ פֿרומער אַלט-מאָדישער איד מיט זײן פֿרױ. איהר קאָפּ און איהרע אַקסלען זײנען אײנגעהילט אין אַ קלאָר-ווײסע זײדענע פֿאַטשײלע. פֿילע אױגען באַקוקען זײ.

— ווער איז דאָס? — פֿרעג איך בײ אַ חסיד. — און מיט אַ טאָן פֿול מיט עהרפֿורכט און מיט צופֿרידענהײט, וואָס איך ווײס ניט און ער ווײס יאָ, ענטפֿערט ער מיר, אַז דאָס איז דעם סאַסעווער רבין'ס טאָכטער מיט איהר מאַן, וועלכער איז אַ רב אין אַ שטעדטעל לעבען זלאָטשעוו, גאַליציען. אַ פֿאָר מינוט שפּעטער ווײזט מיר דערזעלבער חסיד אָן אױף אַ יונגע ווײבעל,

205וועלכע איז באַגלײט מיט אַ סװיטע פֿון פֿיר עלטערע פֿרױען. אײנע פֿון זײ איז געקלײדעט גאַנץ מאָדערן אין אַ שעהנער, גרױסער הוט, און אין אַ קאָסטיום לױט דער לעצטער מאָדע. די יונגע פֿרױ טראָגט אַ פּרעכטיגע זײדענע קלײד פֿון ווײן-קאָליר. איהר קאָפּ איז צוגעדעקט מיט אַ שװערע פֿאַטשײלע פֿון שעהנע ווײסע זײד. זי געהט אי שטאָלץ, אי שעמעוודיג, און איהר ווײסער זײדענער צודעק שימערט אין דער זון. כמעט אַלע פֿאָרבײגעהער שטעלען זיך אָפּ אױף אַ ווײלע קוקען.

— דעם יאַוואָראָווער רבין'ס טאָכטער! — שושקעט מיר דער חסיד אַרײן אין אױער, קױם אָפּכאַפּענדיג דעם אָטעם. (יאַוואָראָוו איז אַ שטעדטעל לעבען פּשעמישל).

אַן אַלטער חסידישער איד און אַ הײנטיג-געקלײדעטער פֿון די מיטעלע יאָהרען האָבען, שפּאַצירענדיג, טיף געשמועסט וועגען אַ שטיקעל תורה. מיר איז אױסגעקומען צו געהן פּונקט הינטער זײ. גערעדט האָט אײגענטליך דער עלטערער. ער האָט זײן באַגלײטער דערצעהלט עפּעס אַן אַנעקדאָט אַ תלמודישען, געבױט אױף אַ געדרעהטע שטיקעל גמרא-לאָגיק. דער עלטערער האָט זיך גע'פּשט'עלט מיט נחת. און פֿון נחת האָט ער אױף זײן צוהערער אַלע ווײלע געמאַכט אַן אַטאַקע מיט די הענט אָדער מיט אַן אײנצעלנעם פֿינגער. דעם פֿינגער האָט ער געשפּאַרט אין יענעם'ס האַרצען אַרײן אָדער אין אַ זײט. אָדער אַז ניט, האָט ער איהם אָנגענומען פֿאַר דער קלאַפּע און איהם אַרײנגע'טענה'ט אין פֿנים אַרײן. דער אינגערער האָט זיך פֿאַרטײדיגט מיט די הענט, אָבער אַזױ ווי נאָר פֿון יוצא וועגען, וואָרים ער האָט אױך הנאה געהאַט פֿון דעם פּלפּול'דיגען אַנעקדאָט, און פֿון צײט צו צײט פֿלעגט ער אונטערכאַפּען יענעם'ס אַ ניט-דערזאָגטען פּסוק אָדער שטיקעל גמרא. דער אַלטער האָט גערעדט אױף דעם ווײכען לעמבערגער אידיש, און דער אינגערער אױף דײטש, מיט אַ האַרטער אונגאַרישער אױסשפּראַך. עס איז קענטיג געווען, אַז ער האָט געלערענט גמרא אין דער פּרעסבורגער ישיבה. אײן מאָל האָבען זיך די צוױי אָפּגעשטעלט אַזױ לאַנג אין מיטען רײדען, אַז דער מענשען-שטראָם אױף דעם טראָטואַר איז פֿאַרהאַלטען געוואָרען.206איך געדענק, ווי אין אַ געוויסען מאָמענט האָט דער עלטערער דערצעהלט, ווי דער רבונו של עולם האָט עפּעס אַ מלאך אַראָפּגעוואָרפֿען פֿון זײן הױכען ראַנג.

— דעגראַדירט! — האָט דער אונגאַרישער למדן אונטערגעכאַפּט אױף דײטש מיט ריש'ען, וועלכע מען האָט געקענט הערען פֿון ווײטען. דער אַלטער מאַן האָט דעם וואָרט פֿאַרשטאַנען, און ער האָט אַ שמײכעלדיגען שאָקעל געטאָן מיט'ן קאָפּ.

יעדען נאָכמיטאָג פֿלעג איך אױף דעמזעלבען פּלאַץ באַגעגענען אַ גרופּע חסידים פֿון פֿינף אָדער זעקס מאַן, אַמאָל ווײניגער. אַלע האָבען זײ געטראָגען פּלושענע קאַפּעליושען, און אונטער די קאַפּעליושען האָבען זיך געוויגט לאַנגע פּאות. זײ זײנען אַלע געווען נעט און ציכטיג אָנגעטאָן, און די קלײדער זײנען בײ זײ געווען נײע און פֿון אַ גוטען מאַטעריאַל. דער עלטסטער איד, פֿון אַ יאָהר אַ זעכציג, אַ דיקליכער מיט רױטע באַקען, האָט געמאַכט דעם אײנדרוק פֿון דעם רײכסטען און אױך פֿון דעם גרעסטען למדן פֿון דער גרופּע. אַ צוױיטער האָט געהאַט דעם אױסזעהן פֿון אַ געשײטען סוחר, און אַ דריטער איז געווען אַ בלאַסער יונגערמאַן, אָבער אױך ניט קײן דארער, און ער האָט געהאַט די לענגסטע פּאות, מיט דעם פֿנים פֿון אַ בעל-בית'יש קינד, אַ בן-תורה. די איבריגע געדענק איך שױן ניט. אײן נאָכמיטאָג זײנען זײ אױך געווען פֿאַרטיפֿט אין תורה, און מיט זײ האָט פּאַסירט פּונקט דאָסזעלבע, וואָס מיט יענע צוױי. זײ האָבען געשפּרײזט פּשט'לענדיג זיך און שײנענדיג פֿון תענוג, אַזױ ווי די אַנדערע שפּאַצירער וואָלטען אױף דער וועלט ניט געווען. אין אַ געוויסען מאָמענט האָט די גרופּע אױך פֿאַרהאַלטען די פּראָצעסיע. דאָס האָט אַרױסגעבראַכט פֿון געדולד אַן אַלטע דײטשע דאַמע, וועלכע האָט עפּעס געזאָגט צום אַלטען אידען מיט כעס. ער האָט זיך ענטשולדיגט, ווי אַ קאַוואַליער מיט אַ שמײכעל און מיט דײטשע ווערטער, אַז אױף דער מינוט האָט זיך פּשוט ניט געגלױבט, אַז דאָס איז אַ חסיד מיט אַ פּלושענעם קאַפּעליוש און מיט פּאות'ן.

די אינטערעסאַנטסטע דאַמען אין דעם מענשען שטראָם207זײנען געווען ניט קײן יונגע. פֿילע פֿון זײ האָבען געהאַט קישעלעך אונטער די אױגען. זײ האָבען שױן געלעבט און געוואוסט, ווי הנאה צו האָבען פֿון לעבען. זײ האָבען פֿאַרשטאַנען, ווי אױסצופּוצען זײערע פֿיגורען און געזיכטער, אום דעם גרעסטען שיק פֿון זײ אַרױסצובאַקומען — געניטע אַקטריסעס, וואָס האָבען זיך שױן לאַנג אױסגעלערענט, ווי זיך צו גרימירען און אָנטאָן פֿאַר דער ביהנע.

2
איך יאָג זיך נאָך אַ טעות. — לענין'ס „פּראָוודאַ" פֿאַרשאַפֿט מיר אַ באַקאַנטען, אָבער נאָר אױף אײן אָוועענד. — אױף וואָס פֿאַר אַ פֿוהר, אַזאַ נגון. — אַ איד פֿון מאָנטרעאַל. — אַ ביוטי קאָנטעסט.

מײן פֿרױ איז דאַן געווען אין קיעוו צו באַזוך בײ איהר פֿאַמיליע. איך בין געווען אין קאַרלסבאַד גאַנץ אַלײן. פֿלעג איך אַרומשפּאַצירען, קוקען, זיך צוהערען. אײן מאָל, אױף מײן נאָכמיטאָג שפּאַציר, האָב איך באַמערקט אַ מאַן אין די מיטעלע יאָהרען, וועלכער האָט מיר אױסגעזעהן, ווי ג...., מײנער אַן אַמאָליגער חבר פֿון דעם ווילנער אינסטיטוט. איך האָב געוואוסט, אַז ער וואױנט איצט אין קיעוו, וואו ער האָט עפּעס צו טאָן מיט דער צוקער בערזע. מיט אַ פּאָר יאָהר פֿריהער האָב איך פֿון איהם באַקומען אַ בריף. געזעהן אָבער האָבען מיר זיך ניט צוױי-און-דרײסיג יאָהר. מיר האָבען זיך געשײדט, ווען ער איז געווען אַ בחור פֿון אַ יאָהר נײנצעהן. איצט, אַלזאָ, איז ער שױן געווען אײן-און-פֿופֿציג יאָהר אַלט, — אַ ניש'קשה-דיגער אונטערשיד! איך בין אָבער געווען איבערצײגט, אָדער כמעט איבערצײגט, אַז דאָס איז ער. ער האָט באַגלײט צוױי עלעגאַנט-געקלײדעטע דאַמען. די קאָמפּאַניע האָט גערעדט רוסיש. איך בין זײ נאָכגעגאַנגען, זיך אַרומגעדרעהט, ביז ענדליך האָב איך זיך געמאַכט האַרץ און איהם אָפּגעשטעלט. איך האָב איהם געפֿרעגט, אױב ער איז פֿון קיעוו, און אױב זײן נאָמען איז ג....

עס איז געווען אַ טעות. איך בין אַוועק אַ פֿאַרשעמטער,208אַזױ ווי אַן אָפּגעשמיסענער. עטליכע טעג נאָכאַנאַנד האָב איך זיך גענומען דעם לעבען דערפֿון, אַזױ ווי מען וואָלט מיך בײ אַ פֿאַרברעכען געכאַפּט.

דער שטאָדט-פֿאַרק איז געווען וואונדערבאַר, און דער אָרקעסטער, וואָס האָט דאָרטען געשפּילט, האָט מיר אױך געקלונגען וואונדערבאַר. נאָהענט דערבײ, אױף אַ הױכען טורעמעל, געפֿינט זיך דער שטאָדט-זײגער. פֿלעגט ער די מוזיקאַנטען געבען דעם סיגנאַל, ווען אָנצוהױבען. ער האָט געשלאָגען אַלע פֿערטעל שטונדע. אין אָנפֿאַנג אָוועענט פֿלעג איך זיצען און וואַרטען, ביז איך פֿלעג איבערצעהלען פֿיר פֿערטלען, און דאַן זעקס לענגערע טענער — רוהיגע, וואָזשנע, געהײמניספֿולע. און גלײך בײם זעקסטען קלונג פֿלעגט דער אָרקעסטער אױפֿשפּילען, מײסטענס עפּעס פֿרעהליכעס, טיף-אומעטיג און האַרציג-פֿרעהליך אינאײנעם. איך פֿלעג זיצען אָדער אומגעהן איבער די אַלעען פֿון פֿאַרק, זיך צוהערען, און אינווײניג אין מײן האַרצען האָט זיך עפּעס געריסען און געצימערט, אַזױ ווי אַלע בענקענישען פֿון מײן לעבען וואָלטען זיך פּלוצלונג אױפֿגעכאַפּט און גענומען צוּפּען און פֿליקען.

∗ ∗ ∗

אײן מאָל, בײ אַ שטונדע פֿאַר דעם אָוועענט קאָנצערט, בין איך אין שטאָדט-פֿאַרק געקומען מיט אַ פּעקעל פֿון לענין'ס צײטונג „פּראָוודאַ", וועלכע ער האָט מיר געגעבען, ווען איך האָב איהם באַזוכט אין קראַקאו. זײ זײנען געלעגען אין מײן טשעמאָדאַן, און פֿריהער האָב איך אַלץ קײן צײט ניט געהאַט זיך צו נעמען צו זײ. דאָ אָבער אין קאַרלסבאַד האָב איך פֿרײע צײט געהאַט נאָך מעהר ווי גענוג. אַלזאָ, האָב איך איצט מיטגענומען עטליכע נומערען אין פֿאַרק. איך זיץ און לעז; זעצט זיך לעבען מיר אַנידער אַ בעל-הבית'ישער איד, אַ רוסישער אױפֿ'ן אױסזעהן. ער האָט זיך צוגעבױגען צו מיר און אַ קוק געטאָן אױפֿ'ן קעפּעל און אין דער הױך איבערגעלעזען דעם וואָרט „פּראָוודאַ".

— אַ רוסישע צײטונג, — האָט ער געזאָגט. איך האָב209איהם געגעבען אַ נומער. ער האָט גענומען לײענען, אָבער איהם האָט מעהר אינטערעסירט צו שמועס'ען. ער איז געווען פֿון ראָוונאָ, וואָלין. ער האָט מיר דערצעהלט וועגען דער וויכטיגקײט, וואָס זײן שטאָדט פֿאַרנעמט אין דעם באַהן-פֿאַרקער פֿון דרום רוסלאַנד, און ווי זי איז אױסגעוואַקסען די לעצטע צײט. ער האָט בײ מיר געפֿרעגט וועגען אַמעריקא, און אַזױ האָבען מיר פֿאַרבראַכט בײ אַ האַלבע שטונדע אָדער מעהר. מיר האָבען זיך פֿרײנדליך געזעגענט.

אױף מאָרגען אין דער פֿריה, נאָך מײן וואַסער-טרינקען, שפּאַצירענדיג איבער דער הױפּט-גאַס, האָב איך איהם דערזעהן געהענדיג מיט אימיצען. איך האָב איהם באַגריסט. ווען ער האָט מיך דערקענט, האָט ער נערוועז אָפּגעקערט דעם קאָפּ. און אין אַ מינוט אַרום האָט ער און זײן באַגלײטער זיך פֿאַרקירעוועט צוריק. איך האָב גלײך פֿאַרשטאַנען, וואָס דאָ איז. נעכטען, ווען ער איז געקומען צו זײנע פֿרײנט און זײ דערצעהלט, אַז ער איז באַקאַנט געוואָרען מיט אַן אַמעריקאַנעם אידען, וואָס האָט געלײענט די „פּראָוודאַ", האָט איהם אימיצער געגעבען צו פֿאַרשטעהן, וואָס פֿאַר אַ מין צײטונג דאָס איז, און ער האָט זיך דערשראָקען. עס זײנען דאָך אומעטום דאָ רוסישע שפּיאָנען, הײנט וואָס וועט זײן, ווען ער וועט קומען צוריק אהײם?...

און טאָמער בין איך אין דיזער ערקלערונג מײנער נאָך ניט געווען אינגאַנצען זיכער, איז זי דעמזעלבען טאָג באַשטעטיגט געוואָרען. נאָכמיטאָג בין איך געזעסען אױף אַ באַנק אין דעם שטאָדט-גאָרטען, און ער איז אָנגעקומען אין מײן ריכטונג, זוכענדיג אַ פּלאַץ צום זיצען. פֿון ווײטען האָט ער מיך ניט באַמערקט, האָט ער גענומען געהן צו מײן באַנק צו. אָט וועלען מיר זעהן, צי איך האָב אַ טעות, האָב איך געקלערט. נײן, איך האָב קײן טעות ניט געהאַט! ווען ער האָט מיך דערזעהן, האָט ער געגעבען אַ שפּרונג צוריק, ווי פֿון אַ פֿײער.

באַלד איז צוגעקומען אַן אַלטע פֿרױ אין אַ פּאַרוק. זי האָט זיך געזעצט לעבען מיר און גענומען רײדען. זי האָט ערקלערט, אַז זי איז פֿון דעברעצין, אונגאַרן. זי האָט גערעדט דײטש מיט דעם געוועהנליכען אונגאַרישען אַקצענט. דערנאָך איז210אָנגעקומען איהר טאָכטער, און זי האָט זיך אױך געזעצט לעבען אונז. די טאָכטער האָט געטראָגען אַן אונגעוועהנליך גרױסען, אָבער זעהר שעהנעם און עלעגאַנטען הוט. די מוטער האָט אַלץ גערעדט וועגען דעברעצין. די טאָכטער האָט וועניג אַנטײל גענומען. עס זײנען פֿאַרבײגעגאַנגען נאָך צוױי פֿרױען אין פּאַרוקען, שעהן געקלײדעט.

— אפֿילו אין פּאַרוקען זײנען זײ אינטערעסאַנט, — האָב איך באַמערקט.

דאַן האָט די טאָכטער געענטפֿערט:

— אין דעברעצין טראָג איך אױך אַ פּאַרוק.

זי האָט אַ שמײכעל געטאָן, ווי אײנער זאָגט: „וואָלט איהר דאָס געגלױבט?" די אַלטע האָט געמאַכט אַ באַמערקונג אומגעפֿעהר אין דעמזעלבען זין, ווי אונזער ווערטעל: אױף וואָס פֿאַר אַ פֿוהר מען זיצט, אַזאַ לידעל זינגט מען.

— מײנע צוױי זיהן האָבען גראַדואירט אין פּרעסבורג (דאָס הײסט, אין דער פּרעסבורגער ישיבה אוניווערזיטעט). צווישען חסידים זײנען זײ חסידים, צווישען קריסטען זײנען זײ אַזױ ווי קריסטען, און צווישען מענשען, וואָס זײנען האַלב-אױף-האַלב, זײנען זײ האַלב-אױף-האַלב.

דאָס אַלץ האָט זי געזאָגט מיט באַגײסטערונג פֿאַר איהרע זיהן, ווי קלוג זײ זײנען, און ווי זײ קענען זיך אומעטום צופּאַסען.

דערנאָך האָבען זײ גענומען רײדען אױף אונגאַריש. עס האָט געשטראָמט רײד ווי וואַסער. אָבער דער אײנציגער וואָרט, וואָס איך האָב געקענט פֿאַרשטעהן, איז געווען „גליצערין". איהם האָבען זײ בײדע איבערגעזאָגט אפֿשר הונדערטער מאָל.

אױף דיזער באַנק פֿלעג איך אָפֿט זיצען, ווען איך האָב איהר נאָר געפֿונען פֿרײ. אײנמאָל איז לעבען מיר געזעסען אַ שעהנער מאַן אין מאָדערנע קלײדער. זײן פֿנים אָבער האָט אױסגעזאָגט, אַז נאָך גאָר ניט לאַנג צוריק האָט ער געטראָגען אַ חסידישען קאָסטיום. לעבען איהם איז געזעסען זײן פֿרױ, אַ בלאַסע ווײבעל אין אַ שעהנעם גרױסען, שוואַרצען הוט. ער האָט צו מיר גענומען רײדן, און אַזױ זײנען מיר געזעסען און211געשמועסט וועגען אַלץ און גאָרניט. באַלד איז פֿאַרבײגעגאַנגען אַ פֿרױ אין אַן אינטערעסאַנטען מענטעלע.

— אַך, ווי שעהן! — האָט די פֿרױ אױף מײן באַנק אױסגערופֿען מיט באַגײסטערונג און מיט קנאה.

— קוק זיך גוט אײן, — האָט איהר מאַן געזאָגט צו איהר מיט אַ צוקערדיגער פֿאַרליבטקײט. — קוק זיך גוט אײן, זאָלסט געדענקען, וועסטו פּונקט אַזאַ זיך אױסזוכען אין די קלײטען.

איך האָב געמאַכט אַ שפּאַסיגע באַמערקונג, ווי טײער עס איז צו זײן פֿאַרהײראַט. אָבער ער איז מיט מיר ניט געווען אײנפֿאַרשטאַנען. ער האָט מיר געגעבען אַרגומענטען צו באַווײזען, אַז וויפֿיל עס קאָסט אַ גוטע פֿרױ, איז אַלץ ווייניג. ער האָט ניט אױפֿגעהערט איהר צו שענקען אױפֿמערקזאַמקײט, אַלץ אױף דעמזעלבען צוקערדיגען שטײגער. אױף מײן אַנדער זײט איז געזעסען אַ מאַן, וואָס האָט מיט מיר געוואָלט רײדען ניט אַנדערש, נאָר ענגליש. נאָך מײן שטרױוויענעם הוט האָט ער דערקענט, פֿון וואַנען איך בין. ער אַלײן איז געווען פֿון מאָנטרעאַל, קענעדע. זײן ענגליש איז געווען ניט אַזױ פֿױגעלדיג. ער האָט מיר אָבער פֿאַרזיכערט, אַז פֿראַנצױזיש רעדט ער „פּונקט אַזױ גוט". באַלד האָט די פּאָר פֿאָלק זיך אױפֿגעהױבען און איז אַוועקגעגאַנגען. עס האָט זיך אַרױסגעצײגט, אַז זי האָט זעהר ניט קײן וואָזשנע פֿיגור, און איז נאָך אַביסעל אַ קריפּעל אױך דערצו... איהר מאַן איז געווען אַ שעהנער יונג מיט אַ שעהנער, פֿעסטער פֿיגור. איך האָב זײ באַקוקט און געשוויגען.

— ער איז זעהר אַ צוגעלאָזענער, — האָט דער מאָנטרעאַלער באַמערקט, — זעהט איהר דען ניט, וואָס דאָ איז? זי איז מסתמא פֿון רײכע עלטערען, האָט מען איהם געקױפֿט, די סחורה.

— און ווי עס שײנט. טראָגט זי נאָך די הױזען אױך, — האָב איך באַמערקט.

— ווער קען וויסען? — איז דער קענעדער געווען ניט אײנפֿאַרשטאַנען, — אפֿשר איז דאָס נאָר פֿאַר לײטען. אפֿשר קושט זי בײ איהם די ערד.

איך געדענק אַ ביוטי קאָנטעסט — אַ קאָנקורם צו באַשטי212מען ווער עס איז די שעהנסטע פֿרוי אָדער קינד. אײַגענטליך, זײַנען דאָס געווען צוויי אָדער דרײַ צוזאַמען. אַ מויד מיט אַ זעהר לאַנגער נאָז און איהר מוטער האָבען קיינעם ניט געלאָזט דורכגעהן דורך דער גאַס; מען מוז איהר געבען אַ שטימע, אַז זי איז די שעהנסטע אין גאַנץ קאַרלסבאַד. איך געדענק אויך אַ מוטער, וואָס איז געגאַנגען מיט אַ אינגעלע און „געקענוועסט" שטימען פֿאַר איהם, אַז ער איז דער שעהנסטער אין קאַרלסבאַד. אַ גאַנצען טאָג האָט זי דעם אינגעלע אַרומגעשלעפּט. ער האָט אויסגעזעהן מיד און שלעפעריג, אָבער די מוטער האָט איהם ניט אָפּגעלאָזען. זי האָט געזאַמעלט שטימען כּלומר'שט פֿאַר דעם אינגעלע, אָבער אין דער אמת'ן פֿאַר זיך אַלס די מוטער פֿון דעם שעהנסטען קינד.

3
דר. זיף. — מאַקס נאָרדאו. — קאַרלסבאַדער רעוואָלוציאָנערע קוואַלען.

איין נאָכמיטאָג, שפּאַצירענדיג איבער'ן גאַס, האָב איך באַגעגענט דר. זיף'ן, אַ גוט־באַקאַנטען ציוניסט פֿון ניו יאָרק. ווי מיר זײַנען אַזוי געשטאַנען און געשמועסט, איז פֿאַרבייגעגאַנגען אַ אַלטע פֿאָר פֿאָלק, אַ מאַן מיט אַ זעהר גרויסער, זעהר גערוטעטער און שוועלער ווײַסער באָרד און אַ דאַרע ניט־הויכע פֿרוי. זיף איז צו זיי צוגעלאָפען, זיך וואַרים באַגריסט, און דאַן מיך פֿאַרגעשטעלט פֿאַר זיי. דער אַלטער מאַן איז געווען מאַקס נאָרדאו. ער האָט מיר אויסגעזעהן אַ סך עלטער און מעהר פֿאַר־עלטערט, ווי איך האָב זיך פֿאָרגעשטעלט. מיר האָבען פֿאַר־בראַכט נאָר אַ פּאָר מינוטען אין געשפּרעך, און מיר האָבען אָפּ־געמאַכט זיך ווידער צו טרעפֿען — אויף אַן אווענט. דאָס איז אָבער ניט פֿאַרווירקליכט געוואָרען. פֿאַרוואָס געדענק איך ניט.

∗ ∗ ∗

מײַן פֿרוי איז געקומען פֿון קיעוו. מיר האָבען שפּאַצירט צוזאַמען, צוגעהערט די מוזיק צוזאַמען, בײַגעוואָוינט קאָנצערטען, פֿאָרשטעלונגען. די וואַסערען האָט זי ניט געטרונקען. אין דער זעמעל פּראָצעסיע האָט זי אָבער אַנטייל גענומען מיט אַזאַ חשק213ווי איך. דעם אַנגענעמסטען אײַנדרוק האָט אויף אונז געמאַכט אַ קאָנצערט פֿון אַ באַריהמטער רוסישער זינגערין. איהר „קאָלאַ־קאָלטשיקי בובענטשיקי" קעננען מיר נאָך אַ היום ניט פֿאַרגעסען.

וואָס אַנבאַטרעפֿט די היילונג, נאָך וועלכע מען קומט קיין קאַרלסבאַד, האָב איך געטאָן, ווי אַלע טוען. איך בין אַרײַן צו אַ דאָרטיגען דאָקטאָר, און ער האָט מיר פֿאָרגעשריבען אַ קורס פֿון וואַסערען טרינקען. צוערשט אַזאַ און אַזא וואַסער, אַזוי פֿיל און אַזוי פֿיעל יעדען פֿרימאָרגען, שפּעטער מעהר, און דאַן נאָך מעהר, און אַזוי ווײַטער. יעדען אינדערפֿריה פֿלעג איך שטעהן מיט מײַן מעטאַלענעם קריגעלע בײַ דעם אָדער יענעם פֿון די קוואַלען אין אַ לאַנגער רייהע מיט אַנדערע פּאַציענטען. מיר האָט זיך געדאַכט, אַז איך קען אויסטרינקען אַלע וואַסערען פֿון קאַרלסבאַד מיטאַמאָל. איך האָב ניט פֿאַרשטאַנען, פֿאַרוואָס מען דאַרף געהן שטופּעניווײַז. מיר איז די געשיכטע סתם געווען אינ־מערעסאַנט, און איך פֿלעג זיך דערוואַרטען אויף דער צײַט, ווען מען דאַרף געהן צו די קוואַלען.

מיר זײַנען אײַנגעשטאַנען אין אַ קליינעם האָטעל מיט'ן נאָ־מען „די גאָלדענע קראָנע". ניט ווײַט פֿון דאָרטען האָט זיך געפֿונען דער קוואַל פֿון הייסע וואַסער, וואָס שפּריצט פֿון דער ערד הויך אַרויף. איך פֿלעג זיצען בײַ מײַן פֿענסטער און קו־קען אויף דעם הויכען הייסען פֿאַנטאַן מיט די וואָלקענס פֿאַרע, וואָס געהען פֿון איהם. דער דאָזיגער פֿאַנטאַן איז אין מײַן גע־דאַנק געווען פֿאַרצייכענט, אַלס דער קעניג פֿון אַלע קאַרלסבאַדער קוואַלען; האָב איך געהאַט אַ מאָדנע אַמביציע — צו טרינקען פֿון איהם. מײַן דאָקטאָר האָט מיר אָבער געזאָגט, אַז איך דאַרף דאָס ניט. בין איך געווען ענטוישט.

דער דאָקטאָר האָט ערקלערט, אַז איך בין געזונט ווי אַ מויער, און ער האָט געהאָפֿט, אַז מײַן מאַגען וועט מיך מעהר ניט באַאונרוהיגען. און ווירקליך, די גאַנצע צײַט, וואָס איך בין געווען אין קאַרלסבאַד, האָב איך זיך געפֿיהלט פֿאָלשטענ־דיג גוט און אין דער בעסטער שטימונג. איך האָב שוין גענו־מען גלויבען, אַז קאַרלסבאַד האָט מיך אויסגעהיילט. אין האַר־צען האָט מיך געפּיקט אַ צווייפֿעל, איך האָב איהם אָבער איג214נאָרירט. איך האָב שוין גענומען זיך פֿאַרשטעלען, אַז אין קאַרלסבאַד לינגט אַן איבערנאַטירליכע קראַפט. אין איהרע וואַ־סערען האָב איך קיין אמונה ניט געהאַט, אָבער אין איהר מיל־דער פֿריינדליכער לופֿט יאָ. עפּעס אַזוי ווי דיזע לופֿט האָט דעם כּח קראַנקהייטען צו פֿאַרטרײַבען.

4
אַ באַזוך בײַ דעם טשאָרטקאָווער רבי'ן אין מאַריענבאַד.

ווי עס איז שוין אויבען באַמערקט געוואָרען, פֿלעגט דער טשאָרטקאָווער רבי (זײַן פֿולער נאָמען איז געווען ר' דוד פֿריד־מאַן) פֿאַרברענגען זײַנע זומערען אין מאַריענבאַד, און עס איז געווען אַ טייל פֿון מײַן פּראָגראַם איהם צו באַזוכען, ווען איך וועל זײַן אין קאַרלסבאַד, וואָס איז ניט ווײַט פֿון מאַריענבאַד. אַלזאָ, בין איך איצט אַהין אַריבערגעפֿאָהרען. איך האָב זיך נאָכגעפֿרעגט, און מען האָט מיר געזאָגט, אַז ער וואוינט אויף קייזער שטראַסע. מען האָט מיר אַנגעוויזען דעם פּלאַץ. אַ נישט'קשה'דיגער הויז אויפֿ'ן אויסזעהן, אַ גאַנץ הויבשע. אַרום ניו יאָרק וואוינט אין אַזאַ הויז אַ פֿאַמיליע פֿון דעם קלענערען מי־טעלען קלאַס אין די זומער־פּלעצער, וואָס ליגען בײַם ים, ווי בעלמאַר, ראָקאַווײ אָדער עדזשמיר, למשל. דער פֿאָדערצימער איז געווען פֿול מיט חסידים. עס האָט זיך אָבער גלײַך געמערקט אַן אונטערשיד צווישען דיזען פּלאַץ און דער וואוינונג פֿון דעם בעלזער רבי'ן. דאָ האָט אַלץ אויסגעזעהן באַלעבאַטישער, אין אַ מאָדערנעם זין פֿון וואָרט.

איך האָב געפֿרעגט, ווי אַזוי איך קען זעהן דעם רבי'ן. אויף דעם האָבען אײַניגע אָפּגעענטפֿערט מיט בליקען פֿון אי־בערראַשונג, באַסקוקענדיג מיך פֿון קאַפּ ביז די פֿיס, און אַנדערע מיט פֿראַגען: ווער בין איך? צו וואָס דאַרף איך איהם זעהן? איך גלויב ניט, אַז צווישען די פֿראַגע־שטעלער האָט זיך געפֿונען דעם רבי'נס פֿערוועגעלינקער גבאי. אויף די פֿראַגען האָב איך ניט גענעמפֿערט. איך האָב נאָר ערקלערט, אַז איך וויל זעהן דעם רבי'ן.

215— איז ער דאָ? — האָב איך געפֿרעגט.

— יאָ, אָבער ווער זײַט איהר? וואָרט, אַזוי אַרײַנגעהן צום רבי'ן קען מען דאָך ניט.

איך האָב באַשלאָססען צו פֿרואוען אַרײַנגעהן צו איהם דוקא „אַזוי", און איך האָב זיך אַוועקגעלאָזען אין די אינוועניגסטע צימערען. אימיצער איז נאָך מיר נאָכגעלאָפֿען, גע'טענה'ט, אַז מען טאָר ניט געהן ניט אנגעפֿרעגטערהייט. איך האָב אָבער אויף יענעם געגעבען אַ בײַזען מאַך מיט דער האַנט, און איך בין אַרײַן אין דעם נעקסטען צימער. דער חסיד האָט מיך ווײַטער ניט נאָכגעיאַגט. אפֿשר האָט ער געהאַט דרך ארץ פֿאַר מײַן ניט־חסידישען אויסזעהן... פֿון דעם צווייטען צימער בין איך אַרײַן אין אַ דריטען. עס האָט אויסגעזעהן, ווי אַ קליינער זאַל פֿון אַ מיטעלמעסיג רײַכער פֿאַמיליע. עס איז דאָרטען קיינער ניט געווען.

די טיר פֿון דעם נעקסטען צימער איז געווען האַלב אָפֿען. איך האָב אַרײַנגעקוקט און האָב דערזעהן אַ מאַן פֿון איבער־פֿופֿציג, פֿון מיטעלען וואוקס, מיט בלאָנדליכע האָר, מיט גרויסע אויגען, וועלכע האָבען געמאַכט דעם אײַנדרוק, אַז זיי זײַנען עטוואָס קאַסאָקע. ער איז געווען גאַנץ אנשטענדיג געקליידעט, אין אַ זײַדענער קאַפּאָטע, ניט קיין צו לאַנגע. אַזוי געהט אַ רײַ־כער אידישער סוחר פֿון דעם פֿאָרצײַטיגען שניט. ווער דאָס איז, האָב איך ניט געוואוסט. איך האָב זיך געקלערט: אפֿשר איז דאָס דעם רבי'נס אַדיוטאַנט? דערזעהענדיג מיך, איז ער אַרײַנגעקומען אין דעם קליינעם זאַל און געפֿרעגט, וועמען איך דאַרף.

— איך בין אַן אַמעריקאַנער קאָרעספּאָנדענט, — האָב איך געזאָגט, וואו קען איך זעהן דעם רבי'ן?

— איך בין דאָס, — האָט ער געענטפֿערט, אַביסעל פֿאַר־שעמט, און האָט מיך געבעטען זיצען. מיר האָבען זיך בײַדע געזעצט און גענומען שמועסען. ער האָט מיך ניט פֿאַרוואו־פֿען מיט אונרוהיגע פֿראַגען, ווי דער בעלזער האָט געטאָן. ער איז געווען געלאַססען און גאַסטפֿריינדליך אויף אַ מאָדערנעם216שטייגער. בשעת ער האָט גערעדט האָב איך באַמערקט, אַז איין אויג זײַנע גיט פֿון צײַט צו צײַט אַ ציטער — אַ נערווען־פֿעהלער אָזאַ.

אין זײַן ריידען האָבען זיך דורכגעוואָרפֿען דײַטשע ווערטער. איך האָב שפּעטער פֿאַרציכענט עטליכע פֿון זיי, און איצט זעה איך זיי אין מײַן נאָטיצביכעל. דאָס זײַנען די ווערטער „איני־ציאַטיווע", „קאָנפֿליקט", „געגענזײַטיג", „אונצופֿעלעססיג", „אינערליך", „אויסערליך". ער האָט גערעדט מיט מיר, ווי עס וואָלט גערעדט אַן ערפֿאַהרענער אידישער סוחר, וועלכער איז אַ איד אַ למדן און אַ גביר. עס איז דײַטליך געווען, אַז אין וועלט־ליכע ענינים איז ער מעהר ענטוויקעלט, ווי דער בעלזער. אויף פֿילע פֿראַגען האָט ער מיר, אייגענטליך, געגעבען דעמזעלבען ענטפֿער, ווי דער בעלזער, נאָר אויף אַן אַנדערען שטייגער. אויף מײַן פֿראַגע, צום בײַשפּיל, פֿאַר וועמען ער ראָט זײַנע חסידים צו שטימען בײַ די וואַהלען, פֿאַר די פּאָליאַקען אָדער די רוטענער, האָט ער געזאָגט:

— מײַן מיינונג איז, אַז מיר דאַרפֿען האַלטען מיט די פּאָ־ליאַקען, ווײַל מיר זײַנען זעהר שוואַך, און ווען מיר געהען מיט זיי, קומען אַרויס פֿאַר אונז פֿילע טובֿות.

— אויב אַזוי, — האָב איך ווײַטער געפֿרעגט, — טאָ וואָ־רום זאָלט איהר ניט דירעקט אונטערשטיצען די עסטרײַכישע רעגירונג? פֿאַרוואָס עפּעס גראָד די פּאָליאַקען?

— געהענדיג מיט די פּאָליאַקען, געהען מיר שוין ממילא מיט דער אַלגעמיינער רעגירונג, וואָרים זיי געהען אימער מיט דער רעגירונג.

דערבײַ איז זײַן פּנים באַלויכטען געוואָרען מיט אַ שמיי־כעל, אַזוי ווי אַ למדן אַ סוחר, וואָס שמייכעלט מיט הנאה פֿון אַ פּשט'על, מיט וועלכען ער טײַטשט אויס אַ שטיקעל גמרא.

— די פּאָליאַקען זײַנען פֿאַר אונז גוטע לעהרער, וואָרים זיי זײַנען דאָך אייגענטליך אויך עלענד. מען האָט בײַ זיי צוגע־נומען זייער היים, אָבער דורך דעם, וואָס זיי האַלטען זיך מיט דער רעגירונג, איז זיי גוט אין עסטרײַך. אַלזאָ, דאַרפֿען מיר זיך לערנען בײַ זיי פּאָליטיק.

217איך האָב געפֿרעגט וועגען זײַנע באַציהונגען צו די ציוניס־טען.

— די ציוניסטען? — האָט ער געענטפֿערט, — איך האָב צו זיי גאָר ניט. אַ איד איז אַ איד, און פֿאַרוואָס זאָל איך זיי באַקעמפֿען? וואָס פֿאַר אַ באַדײַטונג האָבען זיי דאָ? דאָ איז גאַליציע, ניט ציון. דאָ איז קיין ציוניסטישע פּאָליטיק ניטאָ. גאַליציע איז דאָ וויכטיג, ניט ציוניזם. זיי ווילען אַ ציוניסטישע פּאָליטיק אין גאַליציע, און מיט דעם בין איך אַב־סאָלוט ניט אײַנפֿאַרשטאַנען מיט זיי. אָבער וועמען אַרט דאָס?

איך האָב פֿאַרקירעוועט אונזער געשפּרעך אויף דער אַרביי־טער פֿראַגע. איך האָב ניט געוואָלט, אַז ער זאָל וויסען, וואָס פֿאַר אַ צײַטונג איך רעפּרעזענטיר, וואָרים דאַן וואָלט ער פֿילייכט ניט גערעדט אַזוי אָפֿען. און איך האָב געוואָלט פֿון איהם באַקומען זײַן אמת'ען שטאַנדפֿונקט. איך געדענק ניט גאַנץ געגוי, וואָס פֿאַר אַ צײַטונג איך האָב אַנגערופֿען, אַלס דעם אָרגאַן, וועלכען איך רעפּרעזענטיר. איך גלויב, אַז איך האָב איהם דערצעהלט דיזעלבע געשיכטע, ווי דעם בעלזער רבי'ן, אַז איך בין אַ קאָרעספּאָנדענט פֿון אַן ענגלישער צײַטונג אין אַמע־ריקא, אָבער אַז וואוינען וואוין איך אין לאָנדאָן.

וועגען דער אַרבייטער פֿראַגע האָט ער געזאָגט דאָס פֿאָל־גענדע:

— ווען אָרימע אַרבייטער ווילען, אַז מען זאָל זיי העכערען זייערע שכירות, איז דאָס קיין עולה ניט. וואָרים דער יקרות איז גרויס, און מיט קליינע שכירות איז שווער צו לעבען. דער אומגליק איז אָבער, אַז דאָס אַלץ שטאַמט פֿון סאָציאַליזם. און די סאָציאַליסטען אַרבייטער איבערהויפֿט געגען די רײַכע. און פֿון וועמען האָבען דאָס די רײַכע? פֿון גאָט! דעריבער איז די סאָציאַליסטישע באַוועגונג אַ שלעכטע באַוועגונג. עס איז אַ באַוועגונג געגען גאָט. דעם אַרבייטער איז שלעכט? און דעם קליינעם געשעפֿטסמאַן איז דען בעסער? פֿאַר אַלע־מען איז פֿאַראַן אַיין האָפֿנונג. די האָפֿנונג אויף משיח'ן. דאָס איז אַ העכערע זאַך ווי סאָציאַליזם.

218דאַן איז ער געוואָרען נאָך מעהר „מאָדערן" אין זײַן ריידען. ער האָט פֿאָרצויגען אַן אַרגומענט וועגען קאַפּיטאַל און אַרבייט.

— דער אַרבייטער גיט זײַן אַרבייט, — האָט ער געזאָגט מיט אַ טיפֿען אינטערעס אין דעם ענין, — און דער קאַפּי־טאַליסט גיט זײַן קאַפּיטאַל. די סאָציאַליסטען אָבער איגנאָרירען דעם קאַפּיטאַל אינגאַנצען. אַזוי ווי מען וואָלט געקענט אויסקו־מען אויף דער וועלט אָהן דעם.

— ווי ווײַט איך פֿאַרשטעה, — האָב איך באַמערקט, — זאָגען די סאָציאַליסטען ניט, אַז מען קען אויסקומען אָהן קאַ־פּיטאַל, נאָר אָהן קאַפּיטאַליסטען.

— ווי אַזוי־זשע וועט מען פֿיהרען די אינדוסטריע? — האָט געפֿרעגט דער רבי, — קאָאָפּעראַטיוו? דאָס טויג ניט. די ענטוויקלונג פֿון די אינדוסטריען קען קומען נאָר דאַן, ווען עס וועט זײַן דער אינטערעס און די אינציאַטיווע, אונטערנע־מונגס־גײַסט, פֿעהיגקייט און אַ באַלוינונג פֿאַר דעם, וואָס באַ־זיצט דאָס אַלץ.

איך האָב איהם געפֿרעגט, וואָס ער דענקט וועגען אַרביי־טער, וואָס פֿאַרנעמען די פּלעצער פֿון סטרײַקער.

— דאָס איז ניט גוט, — האָט ער געענטפֿערט. — דאָס קען פֿאַרשפּרייטען אַנטיסעמיטיזם. מען וועט זאָגען, אַז אידען פֿיהרען זיך ניט אויף גוט. אידישע בעל־מלאכות דאַרפֿען זעהן, אַז מיר זאָלען האָבען אַ גוטען נאָמען.

— וואָס איז אײַער מיינונג, רבי, זאָלען אידען האָבען טרײַד־יוניאָנס אָדער ניט?

— יאָ, זאָלען זיי זיי האָבען. זאָלען זיי זיך אָרגאַניזי־רען; אָבער נאָר צו פֿאָדערען דאָס, וואָס איז רעכט, און ניט אויפֿצורייצען דעם עולם געגען די רײַכע. אידען דאַרפֿען ווייכען פֿון סאָציאַליזם. אונזער פֿליכט איז צו מאַכען שלום צווישען אַרבייט און קאַפּיטאַל. אידען דאַרפֿען זיך אימער אײַנשטעלען פֿאַר פֿרידען.

דיזע ווערטער האָט ער איבערגעזאָגט עטליכע מאָל. איך האָב איהם ערקלערט, אַז צווישען קאַפּיטאַל און אַרבייט קען219מען קיין שלום ניט מאַכען, וואָרים זייערע אינטערעסען זײַנען געגענזײַטיג.

— נו, אויב דאָס איז אונמעגליך, איז שלעכט. מיר קע־נען די וועלט ניט איבערמאַכען.

— איהר האָט דאָך אודאי געהערט וועגען דעם אמערי־קאַנער פּרעזידענט רוזוועלט, ווי אַזוי ער האָט געפּרואוט מאַכען שלום צווישען קאַפּיטאַל און אַרבייט?

— יאָ, איך האָב געהערט פֿון איהם (צו מײַן איבעררשונג, האָט ער רוזוועלט'ען אָבער גערופֿען ראָזענפֿעלד). אָבער דאָס האָט ער דאָך צוגעזאָגט צו טאָן, ווען ער האָט געוואָלט ווערען פּרעזידענט.

ער האָט געוואוסט, אַז רוזוועלט איז געלאָפֿען געגען טעפֿט'ען און אַז ער איז דורכגעפֿאַלען.

איך האָב איהם געפֿרעגט, ווער עס וואָלט, נאָך זײַן מיי־נונג, געווען אַ בעסערער פּרעזידענט, רוזוועלט אָדער טעפֿט.

— פֿאַר אידען איז אַלץ איינס, גלויב איך, — האָט דער רבי געזאָגט, — איידער זיי קומען צו צום בענקעל, זאָגען זיי אײַך צו הרים וגבעות. דערנאָך, ווען זיי זײַנען שוין ער־וועהלט, פֿאַרגעסען זיי, וואָס זיי האָבען צוגעזאָגט. אָבער דער עיקר איז דאָך די מלוכה, און ניט דער פּרעזידענט; און די מלוכה פֿון די פֿאַראייניגטע שטאַטען איז דאָך גוט צו אידען, ווער עס זאָל ניט זײַן פּרעזידענט, צי ראָזענפֿעלד, צי טעפֿט.

— וואָס איז אײַער מיינונג וועגען דעם, וואָס אידישע קינ־דער פֿון גאַליציע געהען איצט אין די פּוילישע גימנאַזיעס און ריידען צווישען זיך פּויליש?

— עס איז טאַקע שלעכט, — האָט ער געענטפֿערט. — אידען דאַרפֿען עפֿענען אַן אגודת ישראל צו באַקעמפֿען דעם שלעכטען אײַנפֿלוס, וואָס מען האָט אויף אונז. זעהט, אַז אײַער צײַטונג זאָל מיטהעלפֿען אין דעם.

דערנאָך האָט ער געבעטען, אַז איך זאָל ניט האָבען קיין טעות אין זײַן וואָרט „שלעכט". ער מיינט, אַז דאָס איז שלעכט נאָר אַזוי ווײַט, ווי עס האָט צו טאָן מיט דער אידישער אמונה.220אַזוי אָבער האָט ער גאָר ניט דאַגעגען, אַז מען זאָל זיך לערנען פּויליש. מען דאַרף קעננען די לאַנד־שפּראַך.

— ענטשולדיגט מיר, רבי, איך וועל זיך ערלויבען צו מאַ־כען אײַך אַ פֿערזענליכען קאָמפּלימענט. איך אַליין בין ניט אויפֿגעהאָדעוועט געוואָרען אין אַ חסיד'ישער הויז, און מײַן באַגריף וועגען אַ חסיד'ישען רבי'ן איז געווען אַ גאַנץ אַנדערער, ווי דאָס, וואָס איך געפֿין אין אײַך. איהר זײַט אַ סך קולטו־רעלער, מאָדערנער.

ער האָט אַ שמייכעל געטאָן, זײַן נערוועזע אויג האָט גע־נומען ציטערען, האָט זיך אָבער באַלד באַרוהיגט, און זײַן בלאָנדליכער פּנים האָט געשײַנט, בשעת ער האָט געזאָגט:

— די וועלט ווערט אַנאַנדערע, מוז דער רבי אויך זײַן אַנ־דערער. מיר מוזען פּראָגרעסירען מיט דער וועלט. אָבער די אידישקייט, די אידישקייט — דאָס טאָר ניט געענדערט ווערען. די גוי'ישע וועלט האָט אויך גענוג חכמים, און מיר קעננען זיך לערנען בײַ זיי, אָבער דאָס אַלץ איז אַ בײַ־זאַך, אַ קליי־ניגקייט. דער תּוך איז די חכמה, וואָס אונזערע הייליגע ספֿרים לערנען אונז.

∗ ∗ ∗

צווישען די נאָטיצען, וואָס זײַנען בײַ מיר געבליבען פֿון מײַן באַזוך בײַ דעם טשאָרטקאָווער רבי'ן, געפֿין איך דאָס פֿאָלגענדע:

„דער סאָכאַטשאָווער, אַן אַלטער מאַן, אַ שעהנער, אַן אַנ־גענעהמער. קיין נאַר געוויס ניט".

איך האָב איהם געזעהן, און ווען איך בין אַרויסגעקומען פֿון דעם טשאָרטקאָווער, ער איז געזעסען מיט אַנדערע חסידים אין אַ פֿאָדער־צימער, און איך האָב מיט איהם געהאַט אַ קורצען שמועס. דאָס איז אַלץ, וואָס איך קען זיך עראינערען. (סאָכאַ־טשאָוו איז אַ שטעטעל אין רוסיש־פּוילען, און דער סאָכאַטשאָ־ווער רב האָט געהאַט אַ שם פֿאַר אַ גרויסען למדן).

ווען איך בין געגאַנגען צום באַהן, איז נאָך מיר נאָכגעלאָפֿען אַנאַנדער חסיד.

— איהר זײַט געווען בײַם רבי'ן? — האָט ער געפֿרעגט,221— איך האָב געזעהן, ווי איהר זײַט אַרויסגעקומען פֿון זײַן הויז.

ער האָט מיך באַגלייט צום באַהן. מיר האָבען געשמועסט. איך האָב דערמאַנט מײַן באַזוך בײַם בעלזער רבי'ן.

— דער טשאָרטקאָווער איז גאָר פֿון אַן אַנדער גאַטונג, — האָט ער געזאָגט. — דער בעלזער איז וואָל, דער טשאָרטקאָווער איז זייד. ער איז אי הייליג, אי אַ וועלט־חכם. ווען דער עולם הערט אויף צו גלויבען, מוז מען וויסען, ווי איהם צו נעמען מיט וועלטליכער חכמה. האָט דער טשאָרטקאָווער זיך דאָס אויך אויסגעלערנט. עס איז ניטאָ אַ זאַך, וואָס ער קען ניט. אַליין, וואָס מען לערנט אין אַן אוניווערסיטעט, איז בײַ איהם אַ שפּאַס. קיין וויענער פּראָפֿעססאָר וואָלט זיך ניט געקענט שטע־לען געגען איהם.

5
סעפּטעמבער וועטערען ברענגען אַלטע וועהטאָגען.

די רייזע פֿון מאַריענבאַד קיין קאַרלסבאַד געדויערט ווייני־גער ווי אַ שטונדע, דאַכט זיך. ווען איך בין געקומען אַהין, האָב איך ווײַטער געטרונקען די וואַסערען, ווייטער אָנטייל גע־נומען אין זעמעל־פּראָצעסיעס, ווייטער זיך געקוויקט מיט דער לופֿט און מיט דער מוזיק.

איך האָב אין קאַרלסבאַד פֿאַרבראַכט צוויי פֿון די אַנגע־נעמסטע וואָכען אין מײַן לעבען. ווי ווײַט איך קען זיך ערינע־רען, איז דאָרטען ניט געווען קיין מאָמענט, ווען מיר איז ניט געווען פֿרעהליך אויפֿ'ן האַרצען.

עס איז געקומען סעפּטעמבער. עס איז געוואָרען קאַלט און פֿײַכט... און — איין מאָל בײַנאַכט, האָב איך דערפֿיהלט מײַן אַלטען גאַסט: אַ קניפֿענדען וועהטאָג אין מאָגען.

דער נעקסטער טאָג איז געווען אַ שרעקליכער. שמערצען אָהן אַ שיעור; די שאַרפֿסטע שמערצען, וואָס איך האָב ווען עס איז געהאַט. דער געפֿיהל, אַז איך בין באַפֿרײַט פֿון מײַן חולאת, איז פֿאַרשוואונדען. עפּעס אַזוי ווי מען וואָלט מיר אָפּגעטאָן222אַ שפּיציעל, גענעבען מיר דעם איינדרוק, אַז איך בין פֿאַלשליכדיג געזונט, אויף אַ פֿאַר וואָכען, מיט אַ כּיון, כּדי מיך פֿלוצלונג ווידער אַריינצואַוואַרפֿען אין גהינום אריין. אַזוי איז געווען מיין שטימונג. זי איז אָבער ניט געווען אינגאַנצען פֿריי פֿון הומאָר... מיר האָט זיך געדאַכט, אַז איך לאַך פֿון זיך אַליין. אין מיינע אויערען האָבען געקלונגען די ערנסטסטע ווערטער פֿון מיין ניו יאָרקער דאָקטאָר, דזשייקאָב קויפֿמאַן, וועלכער האָט מיר שטאַרק געראָטען צו האָבען אַן אָפּעראַציע; אַז די וואָונד אין דעם ווענטעל פֿון מאָגען ווערט אַלץ טיפֿער, טיפֿער; אַז די ווענטעל איז אַ דינע, און אַז ביסלעכווייז וועט זי דורכגעלעכערט ווערען.

6
בערלין. — וואַרען־הייזער (דעפֿאַרטמענט־סטאָרס).

איך בין געקומען אין בערלין מיט אומבאַשרייבליכע קאָפּשמערצען, — דער ספּעציעלער סאָרט, וועלכען מיין פֿלעג אָפֿט האָבען, ווען איך האָב געהאַט מיין מאָגען־קראַנקהיים. מיר דאַכט זיך, אַז אַזאַ קאָפּ־ווייטאָג האָב איך נאָך קיינמאָל ניט געהאַט, ניט פֿריהער און ניט שפּעטער. צוזאַמען מיט דעם האָב איך געפֿיהלט אַ שרעקליכע איבעלקיים. עס האָט אויסגעזעהען, אַזוי ווי אַ טייוועל וואָלט געשטשירעט מיט די צייהן צו מיר און געזאָגט: „דו האָסט געמיינט, ביזט שוין געזונט, האַ ? האָסט זיך צופֿיל געאיילט?" זיך צו פֿרעהען.

מיר האָבען זיך אָפּגעשטעלט אין אַ קליינעם האָטעל לעבען דעם „ווינטער גאַרטען". די נאַכט איז געווען אַ נאַכט פֿון יסורים. אויף מאָרגען אָבער האָב איך זיך געפֿיהלט בעסער. די מאָגען־שמערצען האָבען זיך באַוויזען עטליכע מאָל אַ טאָג. איך האָב זיך אָבער צו זיי באַלד צונעוואוינט, ווי אַן אַלטמען באַקאַנטען.

מיר זיינען געגאַנגען באַקוקען די שטאָדט, — די גרויסע קראָמען, די פּאַלאַצען, די מוזעאומס, די נייע פֿאַרלאַמענט געביידע. אין די ניינצענער יאָהר האָט זיך בערלין געענדערט, געוואָרען רעש'דיגער, גלענצענדער.

223מיר האָבען באַזוכט דעם קעניגליכען פּאַלאַץ. ווילהעלם דער צווייטער איז נאָך דאַן, נאַטירליך, געווען אויפֿ'ן טראָן. די גרויסע וועלט־מלחמה, וועלכע האָט זיך פֿאַרנאַנדערגעפּלאַקערט מיט צוויי יאָהר שפּעטער, און וועלכע האָט געמאַכט אַ סוף צו זיין הערשאַפֿט, מיט דעם טראָן מיט אַלעמען, האָט זיך דאַן איהם ניט גע'חלום'ט. ער האָט זיך דאַן געפֿונען אַנדערשוואו, — אין פּאָטסדאַם, דאַכט זיך. אלזאָ, האָט מען געקאָנט אַריינקומען און באַקוקען די גרויסע זאַלען מיט זייערע אוצרות. צוערשט האָט מען אונז מכבד געווען מיט גרויסע פֿעלטענע אויבערשיך. עס איז ניט געווען זעהר אַנגענעהם צו געהן אין זיי, אָבער פֿאַר די פֿיינע פּאַרקעטטען איז דאָס געווען געזינטער. מען האָט אונז דורכגעפֿיהרט צענדליגער זאַלען. מיר האָבען געזעהן מאַסען קאָסטבאַרע מעבעל, קונסט־ווערק־וואַזעס, סקולפּטור, טאַפּעטען, בילדער, זילבערנע, גאָלדענע, קריסטאַלענע כּלים.

ניט ווייט פֿון דעם קעניגליכען פּאַלאַץ, פֿינף מינוט גאַנג אומגעפֿער, האָט זיך געפֿונען דער פּאַלאַץ פֿון דעם קרוין־פּרינץ. און גראָד דאַן, ווען מיר זיינען אַרויסגעקומען פֿון דעם קעניגליכען פּאַלאַץ, איז ער צוגעפֿאָהרען צו זיין וואוינונג אין אַן אַטאָמאָביל. קיין גרויסע צערעמאָניעס האָט מען דערביי ניט געמאַכט. ניט ווייט פֿון דאָרטען געפֿינט זיך אויך אַ בילדער גאַלעריע. האָבען מיר דאָרטען פֿאַרבראַכט עטליכע שטונדען.

∗ ∗ ∗

איך האָב זיך דאַן פֿאַראינטערעסירט מיט די בערלינער דעפּאַרטמענט סטאָרס אָדער וואַארען־הייזער, ווי מען רופֿט זיי אויף דייטש. די גרעסטע סטאָר איז דאַן געווען ווערטהיימער'ס, און די צווייטע גרעסטע — טיטס'עס. דאָס זיינען ווירקליך געווען גרויסע דעפּאַרטמענט סטאָרס, ניט קיין קלענערע ווי אין אַמעריקא. מיט ניינצעהן יאָהר פֿריהער האָט בערלין אזעלכע געשעפֿטען ניט פֿאַרמאָגט. צו עטליכע שטונדען האָב איך פֿאַרבראַכט אין יעדער פֿון זיי. און די שטאָדט האָט שוין דאַן געהאַט עטליכע אַנדערע דעפּאַרטמענט סטאָרס אויך. אַ פּאָר פֿון זיי זיינען געווען אָפּטיילונגען פֿון טיטס'עס גרויסען געשעפֿט.

אין אַלגעמיין מאַכען זיי דעמזעלבען איינדרוק, ווי די גרויסע224דעפּאַרטמענט סטאָרס אין ניו יאָרק, פֿילאַדעלפֿיע אָדער שיקאַגאָ. זיי זיינען אָבער אַנדערש אין פֿילע איינצעלהייטען. עס דוכט זיך אייך, אַז די קרעמער און קרעמערקעס זיינען מעהר פֿאַרשמייעט, מעהר צוטומעלט, ווי אין אַמעריקא. אין סך הכל קומט אויס עפּעס, אַזוי ווי עס וואָלט אין די וואַרען־הייזער קיין טאַלק ניט געווען. אָבער אין די פּאַריזער דעפּאַרטמענט סטאָרס איז דיזער איינדרוק ביי מיר געווען שטאַרקער, ווי אין די בערלינער.

אין טיטס'עס סטאָר האָבען מיר פֿאַרבראַכט אַ גאַנצען טאָג. און מיט יעדער שעה איז דער דאָזיגער איינדרוק שוואַכער געווארען. די מעטאָדען זיינען אַנדערע, און ווען איהר געוואוינט זיך צו צו זיי, געפֿינט איהר, אַז די אָרדנונג און סיסטעם זיינען אויסגעצייכענטע, מיט דער באַריהמטער דייטשער סיסטעמאַטישקייט און פּינקטליכקייט.

ביים אַריינגאַנג אין סטאָר האָב איך באַמערקט אַזאַ סצענע: עס קומט אַריין אַ פֿיין געקליידעטער מאַן, טוט אויס זיין אויבערראָק מיט זיין הוט, גיט עס אָפּ אַ בעאַמטען און באַקומט אַ טשעק. ער האַלט אין האַנט אַ סיגאַר, וועלכער איז צוויי־דריטעל שוין אויסגערויכערט, טראָגט ער דאָס איבערגעבליבענע אַוועק צו אַ מיידעל, און זי לייגט עס אַוועק און גיט איהם אַ באַזונדערען טשעק. ווען ער וועט פֿאַרלאָזען די קלייט, וועט ער דאָס שטיקעל ציגאַר צוריק באַקומען. יעדעס מאָל, ווען איך האָב דאָס שפּעטער דערצעהלט אין אַמעריקא, האָט דאָס אַרויסגערופֿען אַ האַרציגען געלעכטער.

אָט שטעה איך און באַטראַכט אַ „פֿלאָר וואָקער". ניט קיין הויכער דייטש אין אַ שוואַרצען, לאַנגען ראָק, און דער דייטש האָט אַ בערדעל. און ער און זיין בערדעל געהען אַרום אויף אַזא אָרט, אַז איך האָב חשק די בערדעל אַ ציה צו טאָן. איך קוק זיך אָבער גוט צו, און איך זעה, אַז ער קען זיין פּאַך אויסגעצייכענט און ערפֿילט זיינע פֿליכטען מיט אַ מערקווירדיגען טאַלק, מיט ענערגיע און מיט שכל.

איך האָב דורכגעקוקט די פֿאַרשידענע אָפּטיילונגען, און אומעטום האָב איך געפֿונען אַ פֿאָלשטענדיגע אינערליכע אָרדנונג און אַ שטרענגע סיסטעם. אָבער פֿון דרויסען האָט עס אויף מיר225דאָך געמאַכט אַ גאַנץ אַנדער איינדרוק, ווי אַן אַמעריקאַנער דעפּאַרטמענט סטאָר. די פֿאַרשידענע מנהגים און אָרדנונגען זיינען דאָרטען (און איבער גאַנץ אייראָפּא) גאַנץ אַנדערע, ווי אין אַן אַמעריקאַנער סטאָר.

נאָך אַ ביישפּיל: ווען איהר דאַרפֿט באַצאָהלען פֿאַר דער סחורה, וואָס איהר קויפֿט, נעמט די פֿאַרקויפֿערין ניט דאָס געלט ביי אייך, נאָר זי פֿיהרט אייך צו צו דער קאַסע. און געוועהנליך שטעהט זי דאָרטען מיט אייך, ביז מען גיט אייך אַ קוויטירונג. אַזוי איז דאָס היינט אויך.

מיט מיין אַמעריקאַנער באַגריף קען איך עד היום ניט פֿאַרשטעהן, ווי אַזוי עס לוינט זיך צו פֿאַרנעמען אזויפֿיל צייט ביי די קויפֿער און פֿאַרקויפֿער. ביי אונז שיקט די סיילסגוירל דאָס געלט אַוועק צו דער קאַסע איבער אַ דראָט, און בשעת איהר וואַרט אויפֿ'ן טשענזש, פֿאַרנעמט זי זיך שוין מיט אַנדערע קאַסטאָמער. אין בערלין אָבער, אָדער אין פּאַריז, קומט אייך אָפֿט אויס צו שטעהן ביי דער קאַסע אין לאַין, ווארטענדיג אויף אייער „נעקסט", און צוזאַמען מיט אייך שטעהט מייסטענס אייער פֿאַרקויפֿערין.

∗ ∗ ∗

אַלץ איז מיר געווען אינטערעסאַנט, — הויפּטזעכליך אַלץ, וואָס האָט אויף זיך געטראָגען סמנים פֿון ענדערונגען, וועלכע די ניינצעהן יאָהר האָבען געשאַפֿען. אָבער דעם גרעסטען אינטערעס האָבען אין מיר אַרויסגערופֿען ניט אזעלכע זאַכען, ווי אויפֿגעקומענע „וואַרען־הייזער", אָדער דער פֿאַרגרעסערטער רעש און גלאַנץ פֿון די הויפּט גאַסען, נאָר אַן ענדערונג אין דער סאָציאַליסטישער באַוועגונג.

7
די בערלינער „געווערקשאַפֿטס־הויז". — אַן אונטערשיד אין 19 יאָהר.

די שטאָדט איז מיר געווען באַקאַנט. איך האָב זיך אַוועקגעלאָזען צו מיינע גענאָסען, די סאָציאַל־דעמאָקראַטען.

226פֿון דעם צווייטען באַנד פֿון דיזע „בלעטער" וויים דער לעזער, אַז מיט איהר סאָציאַליסטישער באַוועגונג האָט בערלין ביי אַמעריקאַנער סאָציאַליסטען געשפּילט אזא ראָלע, אומגעפֿער, ווי רוים שפּילט ביי קאַטאָליקען. אין דייטשלאַנד איז ענטוויקעלט געווארען די ערשטע גרויסע און גוט־אָרגאַניזירטע סאָציאַליסטישע פּאַרטיי. און זי איז אויסגעוואַקסען אונטער דער דירעקטער ווירקונג פֿון קאַרל מאַרקס, ענגעלס, לאַסאַל, — אַלע דייטשען. זיי און די, וואָס האָבען געפֿירט די דייטשע סאָציאַל־דעמאָקראַטיע אין דעם נעקסטען דור, אַוגוסט בעבעל'ען, ווילהעלם ליבקנעכט'ען און פּאָל זינגער'ען, האָבען מיר בוכשטעבליך פֿאַרגעטערט. אמת, אין די שפּעטערע צייטען איז דער דייטשער איינפֿלום אויף אונז געווען קלענער, ווי אין די אַכציגער יאָהרען, ווען ניו יאָרק איז געווען פֿול מיט דייטשען, און ווען אונזער גאַנצע באַוועגונג איז געווען ביי זיי אין די הענט; אמת אויך, אַז זינט 1902, ווען איך בין צוריקגעקומען צום „פֿאָרווערטס" אַלס רעדאַקטאָר, איז מיין לעבענס־אינטערעס געווען קאָנצענטרירט אויף דער אויפֿבויאונג פֿון אונזער צייטונג, און איך פּערזענליך בין דאַן געווען אַ סך מעהר אַמעריקאַניזירט און האָב זיך הויפּטזעכליך אינטערעסירט מיט אַמעריקא און מיט אונזער אַמעריקאַנער באַוועגונג. אָבער אַלץ, וואָס איז פֿאַר געקומען ביי אונזערע גענאָסען אין אייראָפּא, איז נאָך אונז געווען נאָהענט. בערלין איז נאָך אַלץ געווען דער ירושלים פֿון אונזער אידעאַליזם. דאָך מיין אינטערעס אין איינצעלהייטען פֿון דעם דייטשען באַוועגונגס־לעבען איז שוין געווען שוואַכער ווי אַמאָל. איצט אָבער, געפֿינענדיג זיך ווידער אויף דעם בערלינער באָדען, האָב איך זיך אַ וואָרף געטאָן אין גענאָסענשאַפֿטליכע קרייזען מיט אַ זשעדנער נייגעריגקייט.

איך האָב באַזוכט די פֿאַרשידענע אַנשטאַלטען, וועלכע זיינען געווען דירעקט אָדער אינדירעקט פֿאַרבונדען מיט דער סאָציאַליסטישער פּאַרטיי, און מיט די אַרבייטער יוניאַנס, און איך האָב געפֿונען אַ סורפּריז נאָך'ן אַנדערען. איך האָב, נאַטירליך, געוואוסט, אַז אין די פֿאַר צעהנדליג יאָהרען זיינען אין דער דייטשער באַוועגונג פֿאָרגעקומען גרויסע ענדערונגען, אָבער דייטליך227זיך פֿאָרשטעלען, וואָס פֿאַר אַ געשטאַלט די דאָזיגע באַוועגונג האָט באַקומען, האָב איך ניט געקענט; און איצט, ווען איך בין געווען אויפֿ'ן אָרט, זיינען דיזע נייעסען פֿאַר מיר געווען אַ קוואַל פֿון אנגענעמע איבעראַשונגען.

אין די ניינצעהן יאָהר (אָנגעפֿאַנגען האָט זיך דאָס פֿריהער) זיינען אין דייטשלאַנד אויסגעוואַקסען מעכטיגע טרייד יוניאַנס, „געווערקשאַפֿטען", ווי מען רופֿט זיי אויף דייטש. אין פֿריהערדיגע יאָהרען איז די אינדוסטריע דאָרטען געווען פֿאַרהעלטניסמעסיג שוואַך ענטוויקעלט; זיינען די דאָרטיגע יוניאַנס אויך געווען שוואַך. דערנאָך האָט די דייטשע אינדוסטריע גענומען מאַכען אַ ריזיגען פֿאָרטשריט. און אַלס רעזולטאַט זיינען די יוניאָנס געוואַקסען ווי אויף הייוון. (איינע פֿון די ווירקונגען איז באַשטאַנען אין דעם, וואָס עס האָט כמעט אינגאַנצען אויפֿגעהערט די עמיגראַציע פֿון דייטשלאַנד קיין אַמעריקא. עס איז געווען גענוג אַרבייט אין דער היים).

אַלץ, וואָס די דייטשען טוען, טוען זיי מיט אַ מערקווירדיגער פּינקטליכקייט און מיט אויפֿמערקזאַמקייט צו אַזעלכע איינצעלהייטען, וועלכע וואָלטען דעם ענגלענדער אָדער אַמעריקאַנער קיינמאָל אין זינען ניט אריינגעפֿאַלען. דאָס אַלץ האָט זיך איצט געמערקט.

צום ביישפּיל: אין דעם ריזיגען „געווערקשאַפֿטס־הויז", די הויפּט־קוואַרטיר פֿון די טרייד יוניאָנס, האָב איך געזעהן אַ ספּעציעלע אָפּטיילונג פֿאַר יונגע פּאָרעלעך, וואָס קלייבען זיך חתונה האָבען, זיי צו העלפֿען קויפֿען מעבעל מיט געשמאַק און ביליג. עטליכע צימערען זיינען געווען שעהן אויסגעמעבלירט, אַזוי ווי אין אַ פֿוירניטשור אָפּטיילונג פֿון אַ דעפּאַרטמענט סטאָר. דאָרטען האָב איך אין אָוונט געזעהן, ווי חתנים און כּלות קומען אַריין, און מען ווייזט זיי די מעבעל. מען האָט זיי אַלץ ערקלערט, געגעבען עצות, געהאַלטען גאַנצע לעקציעם פֿאַר זיי.

אַן אַנדער אָפּטיילונג האָט געהאַט דעם כאַראַקטער פֿון אַ גאַסט־הויז. אין דייטשלאַנד איז פֿון אייביג אָן אַ מאָדע, אַז ווען אַ בחור לערענט זיך אויס אַ מלאכה, זאָל ער נאָכדעם,228ווי ער דינט אויס זיין טערמין, מאַכען אַ רייזע איבער פֿאַרשידענע שטעדט. אומעטום שטעלט ער זיך אָפּ, אַרבייט אָפּ אַ געוויסע צייט, ביז ער פֿאַרדינט גענוג פֿאַר זיין עסען און וואוינונג און אויף צו פֿאָהרען ווייטער. אויף דיזער אָרט ווערט ער באַקאַנט מיט די פֿאַרשידענע מעטאָדען, שטייגערס, איינענאַרטיגקייטען פֿון זיין טרייד. „וואַנדער בורשען" רופֿט מען זיי. אלזאָ, האָט די „געווערקשאַפֿטס־הויז" געהאַט אַ ספּעציעלען האָטעל כעל פֿאַר די דאָזיגע „וואַנדער בורשען". דאָס ערשטע, וואָס מען האָט געטאָן מיט דעם גאַסט, איז באַשטאַנען אין דעם, וואָס מען האָט ביי איהם צוגענומען זיינע זאַכען און איהם איבערגעלאָזען נאַקעט. אַזוי האָט מען איהם פֿאַרשלאָסען און זיינע קליידער דיסאינפֿעקצירט, אויסגעפֿאַרעט, באַפֿרייט פֿון ניטגעוואוינשטע קליינע באַשעפֿענישען. דאַן האָט מען זיי איהם אומגעקערט. זיין לאָזשי און עסען האָט איהם געקאָסט שפּאָטביליג. פּונקט אַזעלכע פּלעצער זיינען אויך געווען אין די געווערקשאַפֿטס־הייזער פֿון אַנדערע שטעדט.

די הויפּט־טעטיגקייט פֿון דער באַוועגונג האָט געהאַט אַ ריזיגען פֿאַרנעם. די מאַכט פֿון די יוניאַנס איז געווען גרוים, און אַלץ איז אין זיי געווען אָרגאַניזירט און דיסציפּלינירט אויף דעם עכט־דייטשען שטייגער. מיט ניינצעהן יאָהר צוריק, זיינען דייטשלאַנד'ס טרייד יוניאַנס געשטאַנען ווייט הינטער ענגלאַנד'ס, גאָרניט צו פֿאַרגלייכען. איצט האָבען זיי שוין דעריאָגט די טרייד־יוניאַנס פֿון ענגלאַנד און אין אייניגע פֿאַכען זיי איבערגעיאָגט.

אַלע דיזע יוניאַנס זיינען געווען דורכגעדרונגען מיט'ן סאָציאַליסטישען גייסט. די יוניאָן פֿיהרער זיינען געווען אויסגעשפּראָכענע סאָציאַליסטען און מיטגלידער פֿון דער סאָציאַל־דעמאָקראַטישער פּאַרטיי — די פֿיהרער און אונגעצעהלטע מאַסען פֿון די געוועהנליכע מיטגלידער. די צענטראַל קערפּערשאַפֿטען פֿון די יוניאַנס האָבען אַרויסגעגעבען פֿאַך־אָרגאַנען, אַלץ אין דעם סאָציאַליסטישען גייסט. און דיזער פּונקט ברענגט אונז צו אַן ענין, וואָס איז פֿאַר מיר געווען דער וויכטיגסטער פֿון אַלץ, וואָס איך האָב דאַן געפֿונען אין בערלין.

8
אַן איבערקערעניש. — קאַרל לעגיען. — אַ גרום פֿון אונזער „פֿאָרווערטס". — אַ שטילע אָבער וויכטיגע שפּאַלטונג. — סאָציאַליזם פֿון מאָרגען און סאָציאַליזם פֿון היינט. — געסט פֿון ענגלאַנד.
ס. לעגיען (קאַרל לעגיען)
ס. לעגיען (קאַרל לעגיען)
(בילד-בלאַט; אין אָריגינאַל לעבן ז׳ 230)

229ניט אַלע סאָציאַליסטען האָבען געקליבען נחת פֿון דעם סאָרט סאָציאַליזם, וועלכען די דאָזיגע פֿאַך־אָרגאַנען האָבען געפּרעדיגט. וואָס נעהענטער איך האָב זיך צוגעקוקט, אַלץ מעהר האָב איך באַמערקט, אַז אין דער סאָציאַליסטישער באַוועגונג פֿון דייטשלאַנד איז אויף אַ שטילען אופֿן פֿאָרגעקומען אַ שפּאַלטונג.

דער הויפּט פֿון דער דייטשער טרייד־יוניאָן באַוועגונג איז דאַן געווען קאַרל לעגיען, וועלכער האָט מיט אַ פּאָר טעג פֿריהער זיך אומגעקערט פֿון אַ רייזע קיין אַמעריקא. איך האָב איהם באַזוכט. דאָס איז געווען אַ דייטש פֿון די מיטעלע יאָהרען, מיט ברייטע שולטערן, מיט טונקעל ברוינע האָר, מיט אַ שווערער, דיקליכער פֿיגור, פֿון מיטעלען וואוקס, מיט אַ געלאַסענער שפּראַך און מאַניערען און מיט אַ קלוגען אויסדרוק אויפֿ'ן פּנים. ווען איך האָב איהם דערלאַנגט מיין קאַרטע, האָט ער מיך אויפֿגענומען מיט אַ ספּעציעלער פֿריינדליכקייט.

— נו, יא, איך האָב דאָך באַזוכט אייער „פֿאָרווערטס"־געביידע, — האָט ער געזאָגט, — (אונזער צעהן־שטאָקיגע הויז איז פֿאַרטיג געווארען אין דער צייט ווען איך בין געווען אין אייראָפּא. אלזאָ, האָט גענאָסע לעגיען איהר געזעהן פֿריהער ווי איך). גאַנץ אינטערעסאַנט. ביי אייך געהט אַלץ אויף דעם אַמעריקאַנישען שטייגער.

מיר האָבען זיך צורעדט. עס זיינען צוגעקומען אַנדערע גענאָסען, און ער האָט מיך פֿאַר זיי פֿאָרגעשטעלט. ער האָט זיי דערצעהלט וועגען אונזער צייטונג, ווי אַזוי מיר האָבען איהר געמאַכט פּאָפּולער און אויפֿגעבויט. אויך האָט ער זיי דערצעהלט וועגען אונזער „קליינעם הימעל־קראַצער". איינער פֿון די אינגערע גענאָסען האָט זיך ספּעציעל פֿאַראינטערעסירט צו וויסען, וואָס פֿאַר אַ סאָרט צייטונג דער „פֿאָרווערטס" איז, און ווי אזוי230ער ווערט רעדאַקטירט. „דאָס איז גראָד וואָס מיר דאַרפֿען דאָ אויך האָבען", האָט ער דערנאָך באַמערקט. דערביי האָט ער מיר דערצעהלט, אַז פֿילע פֿון די דייטשע אַרבייטער באַקלאָגען זיך אויף דעם בערלינער „פֿאָרווערטס", אַז ער איז צו שווער; אַז זיינע לאַנגע, טיפֿזיניגע פּאָליטישע און עקאָנאָמישע אַרטיקלען קענען די אַרבייטער פֿרויען, און פֿילע מענער אויך, ניט לעזען; אַז זיי האָבען קיין אינטערעס ניט אין זיי. און ערטיקלען, וואָס זאָלען זיי אינטערעסירען און זיין פֿאַר זיי לייכט צו לעזען, געפֿינען זיי ניט אין דער צייטונג. אלזאָ, איז די גרויסע מאַסע געצוואואונגען צו קויפֿען די בורזשואַזע צייטונג, „די מאָרגען פּאָסט". דריי־פֿערטעל פֿון די לעזער פֿון דער „מאָרגען פּאָסט" זיינען אַרבייטער, און זיי גיבען אָפּ זייערע שטימען פֿאַר סאָציאַליסטישע קאַנדידאַטען.

דער געשפּרעך האָט באַלד אָנגענומען אַן אַנדער ווענדונג. מען האָט גענומען ריידען וועגען דעם אומפֿריינדליכען געפֿיהל, וואָס עקזיסטירט צווישען געוויסע סאָציאַליסטען, וועלכע נעמען ניט קיין אנטייל אין דער טרייד יוניאָן באַוועגונג, און די, וואָס נעמען אין איהר אַ טעטיגען אנטייל. עס האָט זיך אַרויסגעצייגט, אַז די לעצטע זיינען „רעוויזיאָניסטען" אָדער „בערנשטייניאַנער", ווערענד די ערשטע, אָדער די מייסטע פֿון זיי, זיינען אָרטאָדאָקסישע מאַרקסיסטען. זיי האַלטען זיך פֿאַר בעסערע סאָציאַליסטען, ווי די „געווערקשאַפֿטלער", און די „געווערקשאַפֿטלער", ווידער, באַטראַכטען יענע פֿאַר טרוימערישע טעאָרעטיקער, וועלכע קענען ניט איינזעהן די ווירקליכקייט פֿון לעבען.

— דאָס איז דאָך זעלבסטפֿאַרשטענדליך, — האָט לעגיען באַמערקט. — איהר קענט טרוימען וועגען דער פֿאַרווירקליכונג פֿון די העכסטע מענשליכע אידעאַלען און פֿאַרגעסען אָן די ברענענדע פּראָבלעמען פֿון דעם מאָמענט. ווען איהר האָט אָבער פֿאַר זיך אַן אויפֿגאַבע צו באַזאָרגען די אַרבייטער פֿון אַ געוויסען פֿאַך מיט אַ פּאָר מאַרק מעהר, אָדער פֿילייכט מיט אַ שטונדע פֿרייע צייט מעהר, דאַן מוזט איהר פֿון אייער הויכען טורעם זיך אַראָפּלאָזען אויף דער האַרטער ערד.

231אַן אַנדער גענאָסע, איינער פֿון די, וואָס זיינען געשטאַנען דערביי, האָט צוגעגעבען דאָס פֿאָלגענדע אומגעפֿער:

„דער וואוקס פֿון אונזער אינדוסטריע און פֿון אונזערע יוניאַנס האָט אונז אויסגעניכטערט. ווען אַרבייטער פֿלאַגען זיך און ווילען בעסערע באַדינגונגען, קענט איהר זיי מיט אַ צוקונפֿטיגער סאָציאַלער רעוואָלוציע ניט קאָרמענען. די אומשטענדען ברענגען אונז אַלץ נעהענטער צו דער ווירקליכקייט. און מיר מוזען זיך פֿריהער פֿון אַלץ זאָרגען וועגען דעם היינט. נו, זאָגען אונזערע געווערקשאַפֿטלער צו די פֿאַנאַטיקער: „איהר רופֿט אונז אפּיקורסים, פֿאַררעטער צו די הויכע מאַרקסישע אידעאַלען, און מיר זאָגען, אַז איהר זייט טרוימער, און אַז מיר טוען פֿאַר דעם סאָציאַליסטישען אידעאַל אַ סך מעהר, ווי איהר מיט אייערע טרוימערישע פֿראַזען."

עס האָט זיך אַרום אונז אַרומגעקליבען אַ היבשע גרופּע. צוויי פֿון די אַנוועזענדע זיינען געווען רעדאַקטאָרען פֿון די דערמאָנטע פֿאַך־אָרגאַנען. דער געשפּרעך איז פֿאַר מיר געווען אומגעהויער אינטערעסאַנט. איך האָב געשלונגען יעדען וואָרט זייערען.

— לויט דעם, ווי גענאָסע קאַהאַן פֿיהרט דעם אידישען „פֿאָרווערטס" אין ניו יאָרק, שטעהט ער אויף דעם זעלבען באָדען, ווי מיר, — האָט לעגיען געזאָגט.

— פֿאַר מיר איז דאָס דער שענסטער קאָמפּלימענט, — האָב איך געענטפֿערט.

— ביי אונז אין ניו יאָרק איז אַלס אויסגעשפּראָכענער רעוויזיאָניסט געווען באַקאַנט דר. ש. פּעסקין. מאַנכע בונדיסטען פֿלעגען מיך אויך כאַראַקטעריזירען מיט דיזען וואָרט, און ניט אין דעם זין פֿון אַ קאָמפּלימענט. איינער פֿון זיי, געדענקס איך, האָט אַמאָל געזאָגט צו מיר אין אַ פֿריינדליכען טאָן: „דער „פֿאָרווערטס" איז דאָך אַ רעוויזיאָניסטישע צייטונג, ניט קיין סאָציאַליסטישע", און מיין ענטפֿער איז געווען: „וועל, אויב דאָס, וואָס דער „פֿאָרווערטס" ענטהאַלט איצט, הייסט רעוויזיאָניזם, דאַן איז זיך מיט'ן רעוויזיאָניזם ניטאָ וואָס צו שעמען".

232פֿריהער בין איך מיט דעם רעװאָלוציאָניזם געװען באַקאַנט נאָר טעאָרעטיש. איך האָב אויך געװאוסט, אַז די צאָהל פֿון זיינע אַנהענגער װערט אין דײַטשלאַנד אַלץ גרעסער. דאָס אַלץ האָב איך געהערט פֿון װײַטען, און איך האָב געהאַט אַ גאַנץ נעפֿעלהאַפֿטען באַגריף װעגען דעם. איצט אָבער, געפֿינענדיג זיך אין בערלין, האָב איך אַזוי װי מיט די אויגען געזעהן די שטילע איבערקערעניש, װאָס איז פֿאָרגעקומען אין דער גרויסער סאָציאַליסטישער באַװעגונג פֿון דײַטשלאַנד.

אין דעם געװערקשאַפֿטס-הויז בין איך אַרײַנגעקומען כמעט אַלע טאָג און האָב יעדעם מאָל דאָרט פֿאַרבראַכט בײַ אַ דרײַ אָדער פֿיר שטונדען. אַלץ, װאָס איך האָב דאָרטען געזעהן, האָט אויף מיר געמאַכט אַן אַנגענעמען אײַנדרוק.

∗ ∗ ∗

גראַד איז קיין בערלין דאַן געקומען אַ גרויסע אַרבייטער דעלעגאַציע פֿון ענגלאַנד, אַ דרײַסיג-פֿערציג סאָציאַליסטען, מענער און פֿרויען, װעלכע האָבען געמאַכט אַ רייזע אויף דעם קאָנטינענט. די דײַטשע גענאָסען האָבען זיי װאַרים אויפֿגענומען. מען האָט פֿאַר זיי געמאַכט אַ לאַנטש און מען האָט מיך אויך אײַנגעלאַדען. דער הויפֿט רעדנער פֿון דעם באַנקעט, אַלס פֿאַרשטעהער פֿון דער גאַנצער פֿאַרטי, איז דאַן געװען פֿיליפ שיידעמאַן (װעלכער האָט שפּעטער, אין 1918, געשפּילט אַזאַ װיכטיגע ראָלע בײַם אַראָפּװאַרפֿען דעם קייזער פֿון זײַן טראָן).

איך האָב אויך געהאַלטען אַ קורצע רעדע אין ענגליש. נאָך דעם לאַנטש, װעלכער איז געװען אַ גאַנץ באַשיידענער, אויף דעם אייראָפּעאישען פּראָלעטאַרישען שטייגער, זיינען די ענגלענדער איבערגעגאַנגען אין אַ פֿרייען זאַל, און זיי האָבען זיך אַװעקגעלאָזען טאַנצען. די דײַטשען האָבען צוגעקוקט און פֿריינדליך געשמייכעלט. זיי האָבען דאָס באַטראַכט אַלס אַן עכט-ענגלישען מאַניער.

באַאָבאַכטענדיג צוזאַמען מיט די דײַטשע גענאָסען די טענצער, האָב איך צו דערזעלבער צײַט מיט דיזע גענאָסען געפֿיהרט געשפּרעכען װעגען די צװײַ פֿראַקציעס אין זייער באַװעגונג.

9
די צװײַ פֿראַקציעס. — אַ שטילע איבערקערעניש. — דער מאַרטין לוטהער פֿון דעם סאָציאַליסטישען געדאַנק.

233אַלץ האָט באַשטעטיגט, אַז אין דעם סאָציאַליזם פֿון דײַטשלאַנד איז אין די ניינצעהן יאָהר פֿאָרגעקומען אַ ריזיגע ענדערונג, אַז עס איז אויסגעװאוקסען אַ מחיצה צװישען די אַלטע טעאָרעטיקער און די פּראַקטיקער, און אַז דער איינפֿלוס פֿון די לעצטע פֿאַרנעמט זיך אויף ברייטע קרייזען. זיי, די „געװערקשאַפֿטלער", האָבען געאַרבייט דירעקט פֿאַר די אַרבייטער-מאַסען, און זייערע אויפֿטואונגען האָבען געהאַט אַן איבערצײַגענדערע קראַפֿט, װי די הימעלשע רייד װעגען אַן אונדייטליכער צוקונפֿט. זיי האָבען געהאַט דעם עולם אויף זייער זייט.

װען אַזאַ זאַך פּאַסירט אין פֿראַנקרייך מיט איהרע היציגע טעמפּעראַמענטען, װאָלטען פֿון די צװײַ פֿראַקציעס געװאָרען צװײַ אויף-מעסערס-פֿינדליכע פֿאַרטייען. אין דײַטשלאַנד אָבער איז צו קיין אָפֿענער שפּאַלטונג ניט געקומען. די גאַנצקייט און דיסציפּלין פֿון דער פֿאַרטי איז דורך דער מיינונגס-פֿאַרשידענהייט ניט געשטערט געװאָרען. די פֿיהרער פֿון די געװערקשאַפֿטען זיינען צו דערזעלבער צײַט געװען פּראָמינענט אין די טעטיגקייטען פֿון דער פֿאַרטי, און פֿילע פֿון זיי זיינען געװען צװישען איהרע דעפּוטאַטען אין רייכסטאַג. (אַזוי איז, צום בײַשפּיל, געװען קאַרל לעגיען). די טעאָרעטיקער, די „אָרטאָדאָקסישע מאַרקסיסטען", האָבען אַלץ מעהר נאָכגעגעבען די פּראַקטיקער. אָפֿט פֿלעגען זיי זיך האַלטען בײַ דעם בוכשטאַב פֿון דער טעאָריע. זיי פֿלעגען אָבער איהר אויסטײַטשען אויף אַ נײַעם שטייגער, װעלכער האָט דעם אַלטען פּשט איבערגעקערט קאַפּויער.

דער זיג פֿון עדואַרד בערנשטיין'ס „רעװיזיאָניזם" איז ניט געװען באַשרענקט אויף דײַטשלאַנד. ער האָט זיך אויך געלאָזט פֿיהלען אין האָלאַנד, אין בעלגיען און אין די סקאַנדינאַװישע לענדער. און װאָס אַנבאַטרעפֿט פֿראַנקרייך און ענגלאַנד, האָבען די אויבער-האַנט דאָרטען געװאונען פּונקט דיזעלבע געדאַנקען, װי בערנשטיין'ס, הגם ניט דורך זײַן איינפֿלוס. אין פֿראַנקרייך האָט234זשאַן זשאָרעס, אַ פֿאָלשטענדיגער אַנטי-מאַרקסיסט (זעה אויבען, פּײַדזשעס 61-68) אין דער סאָציאַליסטישער װעלט איצט געהאַט דעם גרעסטען איינפֿלוס; און אין ענגלאַנד, װאו די מאַרקסיסטישע „סאָשעל דעמאָקראַטיק פֿעדערײַשאָן" האָט זיך קיינמאָל ניט ערװאָרבען קיין באַדײַטענדע ראָלע, איז סיער האַרדי'ס „אינדעפּענדענט לײבאָר פּאַרטי", אויך אַן אַנטי-מאַרקסיסטישע פּאַרטי, איצט געװען אַ שנעל-װאַקסענדע מאַכט; און דער עיקר פֿון זשאָרעס'עס און סיער האַרדי'ס סאָציאַליזם האָט פֿאָלשטענדיג געשטימט מיט די אידעען פֿון עדואַרד בערנשטיין. די ענדערונג, װעגען װעלכער מיר ריידען דאָ, איז געװען אַ פֿאָלשטענדיגע רעװאָלוציע.

דער עיקר פֿון דעם רעװאָלוציאָניזם, זײַן װיכטיגסטער סך-הכל, װי בערנשטיין אַליין האָט איהם ערקלערט, באַשטעהט אין פֿאָלגענדען:

לויט דער מאַרקסיסטישער לעהרע, איז די באַװעגונג געבויט אויף אַ באַגריף, אַז דער קאַפּיטאַליזם מוז באַלד צוזאַמענברעכען, אַז זײַנע טעג זיינען געצעהלטע, און אַז זײַן סוף װעט קומען דורך אַ פּראָלעטאַרישער װעלט רעװאָלוציע. די לאַגע פֿון די אַרבייטער װערט אַלץ ערגער און ערגער, זיי װערען אַלץ מעהר פֿאַרשקלאַפֿט; און דער מיטעל-קלאַס מוז װערען אַלץ קלענער און קלענער. עס געהט שנעל צו דעם, אַז יעדע ציװיליזירטע לאַנד זאָל האָבען נאָר צװײַ קלאַסען: אַ הויפֿעלע אַלמעכטיגע מיליאָנערען און אַ מאַסע אויסגעהונגערטע פֿאַרצװײַפֿעלטע פּראָלעטאַריער. די פּראָלעטאַריער מוזען אויפֿשטעהן און פֿאַרניכטען די מאַכט פֿון דעם קאַפּיטאַליסטישען קלאַס. אויב אַזוי, איז דאָך דער הויפֿט ציל פֿון דער באַװעגונג צו ברענגען די רעװאָלוציע װאָס גיכער. אַלזאָ, מוז אַלץ אין איהר זײַן געבויט אויף קלאַסען-האַס און דירעקטער צוגרייטונג צו דער רעװאָלוציע. די באַװעגונג דאַרף אַרבייטען ניט פֿאַר'ן ה י י נ ט, נאָר פֿאַר'ן מ אָ ר ג ע ן.

סאָציאַליסטען טאָרען ניט אַנטייל נעמען אין קיין זאַך צוזאַמען מיט פֿאָרשטעהער פֿון אַנדערע קלאַסען, װאָרים אַלע אַנדערע קלאַסען זיינען שונאים און אָפּהאַלטער פֿון דער רעװאָלוציע.235געהן מיט זיי צוזאַמען אין אַ מיניסטעריום קאַבינעט, צום בײַשפּיל, איז אַ פֿאַרראַט צום אַרבייטער קלאַס און צו זײַן קומענדער רעװאָלוציע; דורכפֿיהרען אַ געזעץ אין די אינטערעסען פֿון פּויערים? דאָס װאָלט געװען אַ פֿאַרברעכען געגען דער גאַנצער סאָציאַליסטישער טעאָריע, לויט װעלכער דער פּויער איז אַ קליין-בורזשואַ, אַ מיטגליד פֿון דעם מיטעל-קלאַס, װעלכער מוז באַלד אונטערגעהן, און װעמעס עקזיסטענץ איז נאָר אַ שטערונג צו דעם גיכען אָנקומען פֿון דער רעװאָלוציע.

דער אַרבייטער קלאַס מוז זײַן „אַ קלאַס פֿאַר זיך", װי קאַרל מאַרקס דריקט זיך אויס. ער מוז שטעהן אין קאַמף געגען אַלע אַנדערע קלאַסען אין יעדער פֿראַגע. אין פּאַרלאַמענט דאַרף ער געהן בלויז אום צו פֿיהרען אַ מלחמה געגען אַלע אַנדערע קלאַסען, מיט דעם צװעק זיי צו פֿאַרניכטען. ער מוז שטעהן אָ פּ ג ע ז ו נ ד ע ר ט פֿ ו ן א ל ע א נ ד ע ר ע ב י ר ג ע ר. ער טאָר זיך ניט צוזאַמענמישען מיט זיי, װי אַ איד טאָר זיך ניט צוזאַמענמישען מיט קריסטען בײַם עסען אָדער בײַם דאַװנען. די גאַנצע מענשהייט, אויסער דעם אַרבייטער קלאַס, איז טרייף.

עס זיינען אַװעק פֿילע יאָהרען. דער „מאָרגען" איז אַלץ אָפּגעלייגט געװאָרען, די פּראָלעטאַרישע רעװאָלוציע איז ניט געקומען, דער קאַפּיטאַליסטישער קלאַס איז געשטאַנען נאָך פֿעסטער װי אימער. און דער מיטעל קלאַס איז ניט אונטערגעגאַנגען. און װאָס אַנבאַטרעפֿט דעם אַרבייטער קלאַס, איז זײַן לאַגע ניט געװאָרען אַלץ ערגער, נאָר בעסער אי עקאָנאָמיש, אי פּאָליטיש. נו, איז געקומען בערנשטיין און האָט דאָס אַלץ באַװיזען מיט פֿאַקטען און מיט ציפֿערען. ער האָט באַװיזען, אַז דער מיטעל-קלאַס װערט ניט פֿאַרקלענערט, נאָר פֿאַרגרעסערט, און אַז די פֿראַגע װעגען דעם צוזאַמענברעכען פֿון דער קאַפּיטאַליסטישער סיסטעם איז אַ זאַך פֿון אַן אונבאַשטימטער צוקונפֿט. אַלזאָ, אין זײַן שלום, אַז —

פֿאַר סאָציאַליסטען צו גרינדען זייער טעטיגקייט אויף אַ װײַטען אומדײַטליכען מ אָ ר ג ע ן איז ערגער װי נוצלאָז;236דינען דעם אַרבייטער קלאַס קענען זיי נאָר דאַן, װען זיי װעלען זיך אָפּגעבען מיט זײַן ה י י נ ט.

אויף דעם ערשטען בליק קענען דיזע װערטער פֿילייכט ניט מאַכען קיין שטאַרקען אײַנדרוק. אין דער אמת'ען אָבער ליגט אין זיי אַ פֿאָלשטענדיגע איבערקערעניש אין דעם גייסט און כאַראַקטער פֿון דער גאַנצער סאָציאַליסטישער באַװעגונג. װיבאַלד אַז דער עיקר איז דער קלאָרער „הײַנט", און ניט אַ פֿאַרנעבעלטער „מאָרגען", װיבאַלד אַז די סאָציאַלע רעװאָלוציע איז אַ זאַך פֿון אַ װײַטער, אומבאַשטימטער צוקונפֿט, דאַן מעג מען יאָ געהן מיט קאַפּיטאַליסטישע און קליין-קאַפּיטאַליסטישע פֿאַרטייען אין איין מיניסטעריום. מען מעג און מען מוז; װאָרים אויב ניט, הייסט עס, אַז מען גיט איבער די גאַנצע מאַכט פֿון דער רעגירונג צום שונא אין די הענט. אויך מעג מען, און עס איז װיכטיג, אָנצונעמען געזעצען אין די אינטערעסען פֿון דעם פּויער, װײַל די צײַט, װען זײַן קלאַס װעט פֿאַרשװאונדען װערען, איז אויך גאַנץ אונבאַשטימט; און אַלס בירגער, איז ער באַרעכטיגט צו דער אויפֿמערקזאַמקייט פֿון יעדער סאָציאַליסטישער פֿאַרטי. די אַרבייטער דאַרפֿען קעמפֿען געגען דער עקספּלואַטאַציע פֿון קאַפּיטאַל; אָבער דאָס הייסט ניט, אַז זיי דאַרפֿען אַבסאָלוט אין אַלץ װײכען פֿון יעדען איינעם, װאָס געהערט ניט צו זייער קלאַס. אַ חוץ דעם, װאָס זיי זיינען אייגענטומלאָזע אַרבייטער, זיינען זיי אויך בירגער, סיטיזענס, מיטגלידער פֿון דער געזעלשאַפֿט, װי זי עקזיסטירט הײַנט; זיי דאַרפֿען קעמפֿען, אַלס אַן אַרבייטער קלאַס, אָבער אויך אַלס בירגער, — קעמפֿען פֿאַר פֿרײַהייט פֿאַר אַלעמען, פֿאַר מענשליכע רעכט פֿאַר אַלעמען, פֿאַר אַלגעמיינעם פֿאָרטשריט, פֿאַר מענשליכען גליק אין דעם ברייטסטען זין פֿון די װערטער.

די ענדערונג, װעלכע דער רעװיזיאָניזם האָט אַרײַנגעבראַכט אין דעם סאָציאַליסטישען געדאַנק, האָט זיך געפֿיהלט אין אַלץ, װאָס האָט נאָר די מינדסטע פּראַקטישע באַדײַטונג. דער פֿונדאַמענט פֿון דער באַװעגונג איז איינגאַנצען איבערגעבויט געװאָרען.

דיזע שורות װערען געשריבען דעם 19טען יאַנואַר, 1930.237מיט דרײַ װאָכען צוריק, אין אונזער זונטאָג „פֿאָרװערטס" פֿון 29טען דעצעמבער, איז געװען אָפּגעדרוקט אַן אַרטיקעל, װעלכען מיר האָבען באַקומען פֿון גענאָסע עדואַרד בערנשטיין מיט אַ קורצער צײַט פֿריהער. דער אַרטיקעל הייסט, „די סאָציאַליסטישע אַגיטאַציע אין דײַטשלאַנד אַמאָל און הײַנט". דאָס, װאָס מיר זאָגען דאָ, דריקט ער אויס אין דעם דאָזיגען אַרטיקעל. ער װײַזט נעמליך אָן אויף דער גרויסער ענדערונג, װאָס איז פֿאָרגעקומען אין דער סאָציאַל-דעמאָקראַטישער באַװעגונג אין די לעצטע דרײַסיג יאָהר. ער װײַזט אָן אויף דעם אונטערשיד צװישען דעם ערפֿורטער פּראָגראַם, װעלכען די סאָציאַל-דעמאָקראַטישע פּאַרטי האָט אָנגענומען אין 1891, און דעם גאָרליצער פּראָגראַם, װאָס דיזעלבע פּאַרטי האָט אָנגענומען אין יאָהר 1922, און דעם היידעלבערגער פּראָגראַם, װאָס איז אָנגענומען געװאָרען אין 1925. ציטירענדיג פֿון זיינעם אַ פֿריהערדיגען אַרטיקעל, זאָגט ער דאָרטען:

„מיר האָט קיינמאָל ניט שטאַרק אינטערעסירט די צוקונפֿט, װעלכע ליגט װײַטער פֿון די װײַטסטע סאָציאַליסטישע באַװעגונגען און שטרעבונגען. איך האָב זיך קיינמאָל ניט געמאָהלען קיין געניוי בילד פֿון דער צוקונפֿט. מײַנע געדאַנקען זיינען פֿאַרנומען מיט דער געגענװאַרט און מיט דער נאָהענטער צוקונפֿט. די װײַטע אויסזיכטען אינטערעסירען מיך נאָר אויף אַזוי פֿיל, װיפֿיל זיי װײַזען מיר דעם בעסטען װעג, װי אַזוי צו האַנדלען אין אַ צװעקמעסיגער ריכטונג אין דער געגענװאַרט."

דער עיקר פֿון דעם אַרטיקעל איז, אַז די סאָציאַליסטישע באַװעגונג פֿאַרנעמט זיך הויפּטזעכליך מיט דעם ה י י נ ט, און ניט מיט דעם מ אָ ר ג ע ן.

אין דער צײַט, װען בערנשטיין'ס אַרטיקעל איז אָפּגעדרוקט געװאָרען אין אונזער „פֿאָרװערטס", האָט מען גראַד געפֿײַערט זײַן אַכציג-יאָהריגען געבורטסטאָג. פֿון גאַנץ דײַטשלאַנד און פֿון דער גאַנצער װעלט האָט מען איהם באַגריסט מיט האַרציגע דעפּעשען. דער טריאומף פֿון זיינע אידעען איז הײַנט אַ פֿאָלשטענדיגער. איצט װערען זיי אָנגענומען פֿון אַלעמען,238אַרײַנגערעכענט אויך דעם באַריהמטען קאַרל קאַוטסקי, װעלכער איז פֿריהער געװען זײַן שאַרפֿסטער געגנער.

אַ דעפּעשע, װאָס איך האָב גענאָסע בערנשטיין'ען געשיקט פֿון ניו יאָרק לכבוד זײַן 80-יאָהריגען געבורטסטאָג האָט, אַ חוץ מײַן באַגריסונג און צו-װינשונג, ענטהאַלטען די פֿאָלגענדע װערטער:

„איהר זײַט דער מאַרטין לוטהער פֿון דעם סאָציאַליסטישען געדאַנק. לוטהער האָט ליבעראַליזירט די קריסטליכע אמונה, און איהר — דעם סאָציאַליסטישען אידעאַליזם."

אין 1912, אַלזאָ, איז דער זיג פֿון רעװיזיאָניזם שוין אויך געװען אַ גאַנץ דײַטליכער, אָבער נאָך ניט קיין פֿאָלשטענדיגער. פֿילע פֿון די אַלטע סאָציאַליסטען האָבען דאָס נאָך אַלץ באַטראַכט אַלס אפיקורסות, אַלס אַ פֿאַרראַט צו אונזער אידעאַל. אָבער אויב די שפּאַלטונג איז אין דײַטשלאַנד דאַן נאָך ניט געװען קיין זעהר ברייטע, איז זי שוין געװען אַ זעהר טיפֿע.

און דאָס אינטערעסאַנטסטע דערבײַ איז דער פֿאַקט, אַז כמעט יעדער סאָציאַליסט, װאָס איז דאַן געװען טעטיג אין פּראַקטישער אַרבייט, איז געגאַנגען מיט בערנשטיין'ען. דאָס לעבען אַליין האָט איהם איבערצײַגט אין דער ריכטיגקייט פֿון בערנשטיין'ס געדאַנקען.

10
קאַרל ליבקנעכט.

איין מאָל, זײַענדיג אין בערלין, אין 1912, האָב איך באַקומען אַ בריף פֿון קאַרל ליבקנעכט'ען, דעם זוהן פֿון דעם באַריהמטען װילהעלם ליבקנעכט, װעלכער װערט עטליכע מאָל דערמאָנט אין 2טען און 3טען באַנד פֿון דיזע „בלעטער" (זעה פֿאַרטרעט אין 2טען באַנד פֿײַדזש 293). ער האָט אויך מיט אַ קורצער צײַט פֿריהער באַזוכט ניו יאָרק און אונזער נײַע „פֿאָרװערטס" געבײַדע, װאו ער איז באַקאַנט געװאָרען מיט אייניגע פֿון אונזערע גענאָסען. איצט, אַלזאָ, דערװײַסענדיג זיך, אַז איך בין אין בערלין, האָט ער מיך איינגעלאַדען צו דינער. ער איז געװען אַן אַדװאָקאַט און אַ דעפּוטאַט אין דעם פּרײַסישען לאַנדטאָג, און239דער מיטאָג-עסען איז פֿאָרגעקומען אין דעם רעסטאָראַן פֿון לאַנדטאָג.

אין אונזער געשפּרעך, װי װײַט איך געדענק, האָט ער נאָר אויף אַ גאַנץ מילדען אופֿן זיך אויסגעשפּראָכען אַלס געגנער פֿון די רעװיזיאָניסטען. ער האָט איבערהויפּט אויף מיר געמאַכט אַן אײַנדרוק פֿון אַ זעהר מילדען מענשען. מיט זײַן כאַראַקטער האָט ער מיך דערמאָנט אָן זײַן מוטער מעהר װי אָן זײַן היציגען פֿאָטער. און װען מיט זעקס יאָהר שפּעטער, אין דער צײַט פֿון דער דײַטשער רעװאָלוציע, איז ער, צוזאַמען מיט ראָזע לוקסענבורג, באַריהמט געװאָרען אַלס פֿיהרער פֿון אַ דײַטשען באָלשעװיזם, איז דאָס פֿאַר מיר געװען אַן איבעראַשונג.

איבריגענס, האָבען מיר בײַ יענעם דינער מעהר גערעדט װעגען אַמעריקאַ, װעלכע האָט איהם אַזוי שטאַרק אינטערעסירט, װי װעגען דער דײַטשער באַװעגונג. פֿון דיזען געשפּרעך בין איך מיט איהם װעניג באַקאַנט געװאָרען.

װען איך האָב איהם דערצעהלט װעגען מײַן באַקאַנטשאַפֿט מיט זיינע עלטערען, האָט ער מיך פֿאַראַנדערגעפֿרעגט װעגען מײַנע באַגעגענישען מיט זיי און האָט װעגען זיי גערעדט װי אַ צערטליכער זוהן. אַז דיזער ליבענדער זוהן און מילדער, אַנגענעהמער גענאָסע האָט אין זיך אַ ברויזענדען קעמפֿערישען גייסט, װעגען דעם האָב איך דאַן קיין באַגריף ניט געהאַט.