בלעטער פֿון מײַן לעבן · אבֿרהם קאַהאַן · פֿינפֿטער באַנד (נ.י., 1931)
ביז דער וועלט-מלחמה

זיבעטער קאַפּיטעל

אין „פֿאָרווערטס"

װעגן דעם טעקסט: דאָס איז אַ װאָרט-בײַ-װאָרט אָפּשריפֿט פֿון די געדרוקטע זײַטן 295–343 (גאַנצער זיבעטער קאַפּיטעל פֿון פֿינפֿטן באַנד), מיט דער אָריגינעלער אָרטאָגראַפֿיע פֿון 1931. די נומערן אַזױ װי 295 צײכענען אָן דעם אָנהױב פֿון יעדער געדרוקטער זײַט. רוסישע און פֿרעמדע װערטער זײַנען איבערגעגעבען אַזױ װי אין אָריגינאַל.
1
„מיט פֿעדער און בלייַשטיפֿט"

295נאָך מײַן אומקעהרען זיך אין דער רעדאַקציע, בין איך ווידער געוואָרען טעטיג. איך האָב זיך געפֿיהלט פֿאָלשטענדיג געזונט און פֿול מיט לעבען. ס'איז געווען גענוג אַרבעט פֿאַר מיר, אי אַלס רעדאַקטאָר, אי אַלס שרײַבער.

איך האָב בײַנעטראַגען אַ טייל פֿון די לײַט־אַרטיקלען, פֿאַ־לעמישע אַרטיקלען, טעאַטער קריטיקען און קריטישע אַפּשע־צונגען פֿון ליטעראַרישע ווערק, — דאָס לעצטע אין דער פֿאָרמע פֿון נאָטיצען אונטער דעם אַלגעמיינעם איבערשריפֿט „ליטעראַטור און לעבען", אָדער אַלס ספּעציעלע אָפּהאַנדלונגען. וועגען דוד בערגעלסאָן׳ס ראָמאַן „נאָך אַלעמען", צום בײַשפּיל, האָב איך אין נאָוועמבער פֿון יענעם יאָהר פֿאַרעפֿענטליכט אַ סעריע פֿון דרײַ אַרטיקלען. דאָס ווערק ווערט דאָרטען באַגריסט, אַלס אַ וויכטיגער שריט פֿאָרווערטס אין דער אידישער ליטעראַטור, אַלס אַ נײַע און פֿרעהליכ׳ע ערשײַנונג אין איהר. די סעריע ענט־האַלט אַ באַטראַכטונג פֿון דער העלדין׳ם קאַראַקטער און ווײַזט אַן אויף די שואַכע פּונקטען אין דעם ווערק, אַבער אין סך הכּל איז די קריטיק אַ העכסט גינסטינע.

איך האָב נעפֿיהרט אַן אַפּטיילונג פֿון אילוסטרירטע פֿע־ליעטאָנען, אונטער דעם נאָמען „מיט פֿעדער און בלייַשטיפֿט". די פֿעדער־סקיצען האָב איך געשריבען אונטער פֿאַרשידענע פּסעוו־דאָנימען, אָדער, מײַסטענס, גאָר אָהן אַ נאָמען. דער אינהאַלט פֿון דיזע פֿעליעטאָנען און סקיצען איז באַשטאַנען אין עפּעס אַ פּסיכאָלאָגישען שטריך, אָפֿט אין אַ שטילער טראַגעדיע פֿון

296דעם טעגליכען לעבען. די בלייַשטיפֿט־בילדער צו דיזער סעריע האָט געשאַפֿען אונזער קינסטלער פֿעטער נעאַגאָע, אַ רומענישער קריסט.

אָט זײַנען אַ פּאָר בײַשפּילען פֿון די פֿעליעטאָנען:

שבת תשובה אין ניו יאָרק. אַן אימיגראַנט, אַ איד אין די מיטעלע יאָהרען, נעהט פֿון שוהל. ער איז ערשט עטליכע מאָ־נאַט אין אמעריקא. ער איז געקומען צו אַ טאָכטער. די טאָכ־טער און דער אײדים זינגען צו איהם זעהר גוט. אויך דעם האָט ער זיך צו באַקלאָגען. אָבער...

ס'איז עפּעס ניט דאָס...

ער איז אַ פֿרומער איד פֿון דעם אַלטען דור. די שוהל איז פֿאַר איהם אַ גן־עדן, זײַן פֿאָעזיע, זײַן גײַסטיגע טרייסט. אַזוי איז געווען אין דער היים. דאָרטען פֿלעגט ער אין בית המדרש געפֿינען אַן אָפּרוה פֿון זײַנע לאַסטען, פֿון די גרילצענדע קלאַנ־גען פֿון דעם וואָכעדינען לעבען...

אַ נעהט דאָ אויך אין שוהל. דאַכט זיך, אַ שוהל ווי אַלע שוהל...

עס איז אָבער ניט דאָס...

אַ הײמישער גראָבער יונג, אָן עזות פּנים, אַ מיאוס׳ע באַשעפֿעניש איז דאָ רײַך געוואָרען, און ער איז דער פּרעזידענט פֿון דער שוהל. אָט ער, מיט זײַן שוועהרער גאָלדענער קייט, מיט דער עם־האָרץ׳אישער חוצפה אויפֿ׳ן פּנים, מיט דער חוצפה פֿון דעם אַלרײַטניק, ער איז דאָס דער גבאי! זײַן גראָבער גײַסט שוועבט איבער דער שוהל. מיט ביזנעס און מיט אַדוער־טײַזמענטס שמעקט אין שוהל.

ער, דער „גרינער", דער אײדעלער איד, האָט אָפֿנעדאַוונט מיט התלהבות, מיט אַ טיף־אויפֿריכטיגער פֿרומקייט האָט ער זיך געוועענדעט צום הימעל...

אַבער איצט, ווען ער געהט צוריק פֿון שוהל, נאָגט אַן אונ־צופֿרידענהייט זײַן האַרץ. אַזוי ווי ער וואָלט אויסגעטרונקען אַ טיערע גלאָז ווײַן און דערנאָך דערפֿיהלט אַן אונאָנגענעהמען ווידער־טעם.

297עס פֿעהלט אין שוהל די הײמישע האַרצינקייט; אין די הײנע ימים נוראים פֿעהלט די הײמישע אמת׳קייט, דער חן...

ווי אַ פֿאַבריטשנע זאַך, ווי אַ געפֿאַרבטער עפּל, ווי גע־פֿאַלשעוועטע מילך אין איהם דער היגער שבת תשובה.

די איבערשריפֿט איבער דיזען אילוסטרירטען פֿעליעטאָן איז געווען „עס איז עפּעס ניט דאָס". און דערזעלביגער נאָמען שטעהט איבער אַ פֿעליעטאָן פֿון דערזעלביגער פּיטשור „מיט פֿעדער און בלייַשטיפֿט", אָבער פֿון אַנאַנדער אינהאַלט.

אַ מיידעל האָט חתונה. חבר׳טעם באַגריסען איהר. זיי האָבען איהר ליב און זיי פֿרעהען זיך מיט אַ פֿולען נחת; אַבער די כלה אַליין פֿיהלט זיך נידערגעשלאָגען. זי איז ענטשוישט. האָט זי פֿיינט דעם חתן? ניין! האָט זי איהם ליב? דאָס קען זי אויך ניט זאָגען. אין אַלגעמיין איז, דאַכט זיך, אַלץ אַלרײַט. און דאָך...

ניט אַזוי האָט זי זיך פֿאַרגעשטעלט דעם גרויסען מאָמענט, ווען זי וועט געהן אונטער דער חופה.

ערקלערען איהרע חבר׳טעם, וואָס עס טוט זיך בײַ איהר אין האַרצען, וויל זי ניט, און ווען זי וואָלט יאָ וועלען וואָלט זי ניט וויסען, ווי דאָס אויסצודריקען. זי וויים נאָר, אַז עס איז עפּעס ניט דאָס.

אין באַצוג צו דעם פֿעליעטאָן וועגען דעם פֿרומען אידען, וואָס עס ענטוישט אים אין דער אַמעריקאַנער שוהל, האָב איך פֿון אַ סאָציאַליסט ערהאַלטען אַ בריף פֿול מיט גאַל. סטײַטש, ווי קומט אַ סאָציאַליסטישע צײַטונג אַרויסצואווייזען מיטלייד מיט אַ אידען, וועלכער געפֿינט ניט קיין אמת׳ע פֿרומקייט אין זײַן שוהל? אַ סאָציאַליסט דאַרף חוזק מאַכען פֿון אַזאַ אידען, ערקלערען, ווי נאַריש עס איז גלויבען אין גאָט און תּפֿילין צו איהם.

איך האָב דעם גענאָסע אײַנגעלאַדען צו זיך אין אָפֿיס. איך האָב פֿאַרבראַכט אַ שעהנע פֿאָר שטונדען, מיהענדיג זיך איהם צו באַוויזען, אַז ער באַטראַכט די זאַך פֿון אַ פֿאַלשען שטאַנדפּונקט, אַז אַזעלכע פֿעליעטאָנען ווערען ניט געשריבען298אויפֿצוקלערען דעם לעוער; אַז זייער צוועק איז ניט צו פֿיהרען פּראָפּאַגאַנדע, נאָר צו שילדערען געוויסע גײַסטיגע מאָמענטען. איך האָב אויך געטאָן'ם, אַז אַנצואווײַזען אויף דעם אונטער־שיד צווישען רײַנע, אויפֿריכטיגע רעליגיעזע געפֿיהלען, און אַזעלכע, וואָס זײַנען דורכגעמישט מיט אַ וואָולגאַרען אַלרײַטניק־נימוס, — אַז דאָס גופֿא איז וויכטיג. איך האָב ניט געהאַט קיין שום ערפֿאָלג. מײַן גענאָסע איז געבליבען בײַ דאָס זײַנינע.*)

אַנאַנדער סקיצע פֿון „מיט פֿעדער און בלייַשטיפֿט" שטעלט פֿאַר אַ שעהן מיידעל, וואָס קלייבט זיך חתונה צו האָבען מיט אַן עלטערען מאַן, אַ רײַכען. דער חתן האָט אַ גרויסען, גלאַנצינגען פֿליק אויפֿ׳ן קאָפּ. ער איז איהר העסליך, אָבער איהר טריע פֿראַקטישע מוהמע לאָזט איהר ניט צורוה; ס'טײַטש, אַזאַ גליק! און די מיידעל האָט מורא צו בלײַבען אַ פֿאַרזעסענע; גיט זי ניט וויללענדיג נאָך. זי זאָגט דעם „יאָ־וואָרט". זי וועט חתונה האָבען מיט דעם „גליק".

זי מיהט זיך צו פֿיהלען „פּראַקטיש", אָבער דער גרויסער גלאַנצינער פֿליק טרעט ניט פֿון איהרע געדאַנקען, איצט נאָך מעהר ווי פֿריהער. ווען זי שטעהט אַזוי און ווען זי געהט, זעהט זי איהם, דעם פֿליק...

אין פֿעליעטאָן אַזעלכער שטעלט פֿאַר, ווי אַן עלטערע אי־דישע פֿרוי, אַן אַלטמאָדישע אײביגע „גרינע", באַגעגענט אױפֿ׳ן גאַס איהר אַמעריקאַנער געבאָרענעם בן־יחיד מיט אַ פֿריילין. איהר האַרץ שפֿרינגט פֿון נחת. זי לויפֿט צו איהם. זי וויל זיך קושען מיט זײַן גליק, אָבער דער זוהן גיט איהר פֿון ווײַטען אַ סיגנאַל, אַז זי זאָל ניט סמיען צוצוגעהן. ער וויל ניט, אַז זײַן אַמעריקאַנער כּלה זאָל זעהן זײַן „גרינע" מוטער.

פֿאַראַן אַ פֿעליעטאָן, וואָס דאָס בילד שטעלט פֿאַר אַ אידי־שע מיידעל, אַן אימיגראַנטקע, ווי זי שטעהט אין פֿאָסט־אָפֿיס לעבען פֿענסטערעל, און וואַרטענדיג אויף איהר רײַהע. זי וויל299שיקען געלט אהיים צו איהר אָרימער מוטער. עס ווערט גע־שילדערט איהר נעפֿיהל דערבײַ. די לעצטע ווערטער פֿון דעם פֿעליעטאָן זײַנען : „אין אַזאַ מאָמענט קוקען מלאכים אַרונטער אויף איהר."

דערנאָך, איבערלעזענדיג דאָס אין „פֿאָרווערטס", האָב איך צו זיך געזאָגט מיט שפּאַס : פֿאַר די מלאכים וועל איך אפֿשר מוזען אָפּגעבען דין וחשבון... עס איז אָבער אָפּגעגאַנגען גלאַט...

אין אַנאַנדער סקיצע פֿון דיזער אָפּטיילונג ווערט דער־צעהלט וועגען אַ מיידעל, וואָס איז געקומען קיין אמעריקא, וואָ איהר פֿאַטער איז געווען אַ באַריהמטער חזן. דער פֿאַטער איז געשטאָרבען, איידער זי איז געקומען. ער פֿלעגט אַרײַנזינגען אין פֿאָנאָגראַפֿס (גראַמאָפֿאָנס), און אײן מאָל, געהענדיג אי־בער קאַנעל סטריט, האָט זי דערקענט זײַן שטימע מיט זײַן אויס־שפּראַך אין אַ רעקאָרד. עס ווערט פֿאָרגעשטעלט, ווי זי שטעהט און הערט זיך צו...

2
דער טויט פֿון אױגוסט בעבעל

יענעם זומער, דעם 13טען אױגוסט, איז אין צוריק געשטאָר־בען אױגוסט בעבעל, דער באַליבטער פֿיהרער פֿון די דײַטשע סאָ־ציאַל־דעמאָקראַטען. דער „פֿאָרווערטס" האָט וועגען דעם באַקו־מען אַ דעפּעשע. אַלזאָ, איז אונזער נעקסטער נומער געווען כּמעט אײַנגאַנצען פֿאַרנומען מיט בעבעל'ען. צוויי גאַנצע פֿײַ־דזשעס מיט שוואַרצע פּאַסען צווישען די קאָלומס, האָבען ענט־האַלטען זײַן ביאָגראַפֿיע, אַ כאַראַקטעריסטיק און אַנדערע אַר־טיקלען וועגען איהם. דערנאָך האָב איך געשריבען אַ סעריע אַרטיקלען, פֿערזענליכע ערפֿאַהרונגען וועגען דעם געשטאָרבענעם פֿיהרער.

3
דער ביילים פּראָצעס

אין אָקטאָבער פֿון יענעם יאָהר איז אין קיעוו פֿאָרגעקומען דער ביילים פּראָצעס, וועלכער איז אויבען שוין דער־מאָנט געוואָרען. מיר האָבען איהם יערען טאָג אָפּגע300נעבען אַ סך פּלאַץ, ניט נאָר בשעת אין קיעוו איז אָנגעגאַנגען דער טריײַל, נאָר אויך וואָכען און וואָכען שפּעטער. מיר האָבען באַקומען דעפּעשען פֿון רוסלאַנד, און דערנאָך האָבען מיר ער־האַלטען קאָרעספּאָנדענצען טײַלווײַז פֿון א. ליטווין, אָבער הויפּט־זעכליך פֿון מ. אָליגין. אָליגין האָט אין יענע יאָהרען געוואוינט אין דער שווייץ און דעם פּראָצעס גופֿא האָט ער ניט בײַגע־וואוינט. ער האָט זיך אָבער באַנוצט מיט פֿילע פֿילע רוסישע און אידישע צייטונגען פֿון רוסלאַנד און פּוילען, און פֿון די אַלע באַריכטען און שילדערונגען פֿלעגט ער צוזאַמענשטעלען ביל־דער מיט אינטערעסאַנטע אײַנצעלהייטען פֿון דעם, וואָס איז פֿאָר־געקומען אין דעם קיעווער געריכט זאַל. דאָס אַליין האָט ער געטאָן אויף אַ גלענצענדען שטייגער. אָפֿט פֿלעגט זײַנע אַ קאָרעספּאָנדענץ וועגען דער ביילים געשיכטע פֿאַרנעמען עטליכע קאָלומס, פֿול מיט פֿאַרביגע אײַנצעלהייטען, סצענקעס, בילדלעך. דער עולם האָט דאָס אַלץ געלעזען מיט דעם טיפֿסטען אינטערעס.

מיר האָבען ערהאַלטען דעם באַשולדיגונגס אקט גענען ביי־לים׳ען אַ היבשע צײַט איידער דער פּראָצעס האָט זיך אָנגעהויבען, און אויך מאַרגען, נאָך דעם ווי דער קיעווער פּראָקורער האָט דעם אקט געלעזען אין דעם קיעווער געריכט־זאַל, האָבען מיר איהם געדרוקט אין אַן איבערזעצונג (ער האָט בײַ אונז פֿאַר־נומען פֿילע קאָלומס). שפּעטער האָבען מיר פֿון רו־סישע בלעטער איבערגעדרוקט פֿאַרשידענע וויכטיגע אַרטיקלען וועגען דער קייס, — ווי, צום בײַשפּיל, אַן אַרטיקעל צו גונסטען פֿון ביילים׳ען, וועלכער איז ערשינען אין דער אַנטיסעמיטישער צײַטונג „קיעווליאַנין", און וועלכער האָט דאָן געמאַכט אַ גרוי־סען רושם אין רוסלאַנד.

ביילים האָט געהאַט אַ שוועסטער אין פֿילאַדעלפֿיא, און גלייך ווי ער איז באַפֿרײַט געוואָרען, האָט ער צו איהר געשריבען. האָבען מיר געדרוקט אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון דעם בריוו, און אַ פֿאָ־טאָגראַפֿיע פֿון ביילים׳ען גופֿא, וועלכע אונזער פֿילאַדעלפֿיער פֿאַר־שטעהער האָט באַקומען בײַ זײַן שוועסטער.

מיר האָבען געגעבען אַ סך אַנדערע פּאָרטרעטען און ביל301דער אין פֿאַרבינדונג מיט דעם בלבול. אין סך הכּל איז די ביילים געשיכטע בײַ אונז „געקאָווערט" געוואָרען אַזוי ברייט און רייך, אַז דער „פֿאָרווערטס" איז דורך דעם גופֿא דאַן געשטיגען אין צירקולאַציע.

4
געדאַנקען אויף אַ קאָנצערט פֿון איגנאַץ פּאַדערעװסקי. — דער טויט פֿון מעיאָר גײַנאָר

מײַנע פֿעליעטאָנען „פֿון אַ ווערט אַ קוואָרט" זײַנען פֿאָרט־געזעצט געוואָרען. איינער פֿון זיי, צום בײַשפּיל, וועלכער איז ערשינען דעם 4טען דעצעמבער, גיט איבער דעם געמישטען גע־פֿיהל, מיט וועלכען איך האָב בײַגעוואואינט אַ קאָנצערט פֿון דעם באַריהמטען פּוילישען פּיאַניסט פּאַדערעװוסקי.

איך האָב אים מעהרערע מאָל געהערט אין ניו יאָרק מיט יאָהרען צוריק, ווען זײַנע האָר זײַנען נאָך געווען רויט; און איצט האָב איך אים געהערט, ווען ער איז שוין געווען אַ על־טער מאַן מיט האָר ווייס ווי מילך. געשפּילט האָט ער אַלץ וואונדערבאַר. אין דעם פֿעליעטאָן באַשרײַב איך דעם אײַנדרוק, וואָס זײַן שפּילען מאַכט. איך דערצעהל אָבער, אַז צו דעם דאָ־זיגען קאָנצערט בין איך געגאַנגען מיט אַ זאָנדערבאַרען געפֿיהל, וואָרים פּאַדערעװוסקי האָט דאַן זיך געלאָזט קאָסטען היבשע סו־מען צו שטיצען די אַנטיסעמיטישע צײַטונג „דווא גראָשאַ". איך האָב פֿאָרגעשטעלט די ווירקונג, וואָס זײַן געטליכע מוזיק האָט געמאַכט אויף מיר, און ווי אַזוי צו דערזעלבער צײַט האָט אַ וואָרעם געגריזשעט מײַן האַרץ. דער פֿעליעטאָן באַשטעהט הויפּט־זעכליך אין דער שילדערונג, ווי אַזוי עס פֿלאַנטערען זיך די דאָ־זינע צוויי געפֿיהלען.*)

∗ ∗ ∗

302דעם 11טען נאָוועמבער פֿון יענעם יאָהר איז די גרויסע סענ־סאַציאָנעלע פּאַסירונג אין די אַמעריקאַנער בלעטער געווען דער פֿלוצלונגדיגער טויט פֿון וויליאַם דזש. גײַנאָר, דער מעיאָר פֿון דער שטאָדט ניו יאָרק. ער איז געשטאָרבען פֿאַהרענדיג אויף אַ שיף פֿון ניו יאָרק קיין ענגלאַנד.

די דעפּעשע וועגען זײַן טויט איז געקומען פֿון זײַן זוהן, וועלכער האָט איהם באַגלייט אויף דער רייזע. פֿריהער איז גײַנאָר געווען אַ דזשאָדזש פֿון דעם סופֿרים קאָורט (אַ ריכטער פֿון דעם העכערען געריכט). אַלס קאַנדידאַט אויף מעיאָר האָט איהם אַרויסגעשטעלט טאַמעני האָל. צו איהר קאָרומפּטער אָרגאַניזאַ־ציע האָט ער אָבער קיינמאָל ניט געהערט. ער איז געווען איינער פֿון די פֿעהיגסטע און אינטערעסאַנטסטע פֿערזענליכקייטען אין דעם פּאָליטישען לעבען פֿון די פֿאַראיי־ניגטע שטאַאַטען. מיט עטליכע יאָהר פֿריהער האָט ער געצוויגען אַ סך אויפֿמערקזאַמקייט מיט דעם קרעפֿטיגען און מוטיגען קאַמף, וואָס ער האָט אָנגעפֿיהרט אַלס ריכטער געגען דעם קאָרומפּטען פּאָליטישען הערשער פֿון קאָני אײַלענד, וועמען ער האָט ענד־ליך פֿאַרשיקט אין געפֿענגעניש. ער איז געווען אַן אָריגינעלער, קרעפֿטיגער מענש מיט אַ שטאַרקען יושר־געפֿיהל. ער האָט פֿאַרשטאַנען די וועלט און האָט געהאַט אינטערעסאַנטע געדאַנקען.

אונגעפֿעהר אין דיזען זין איז דאַן געווען געשריבען דער לײַט־אַרטיקעל אין „פֿאָרווערטס".

5
דער טויט פֿון אליקום צונזער

דעם 23טען סעפּטעמבער איז געשטאָרבען דער באַרימטער פֿאָלקס פּאָעט און אַמאָליגער בדחן אליקום צונזער, אין דעם על־טער פֿון 73 יאָהר. מיר האָבען אין „פֿאָרווערטס" געדרוקט זײַן ביאָגראַפֿיע, הויפּטזעכליך ווי זי איז געשריבען געווען פֿון איהם אַליין.

אַלס בדחן, האָב איך איהם אַמאָל געהערט אויף אַ חתונה אין ווילנע, און דאָרטען האָב איך מיט איהם אויך געהאַט אַ געשפּרעך (זעה 1־טען באַנד, פֿיידזשעס 360־363). שפּעטער, אין303ניו יאָרק, זײַנען מיר באַקאַנט געוואָרען נעהענטער (זעה 2־טען באַנד, פֿיידזש 406־407).

אין נאָוועמבער האָבען מיר דאָ געהאַט אַ גאַסט, פֿיליפּ שיי־דעמאַן, איינער פֿון די וויכטיגסטע פֿיהרער פֿון דער דײַטשער סאָציאַל־דעמאָקראַטישער פּאַרטיי, וועלכען איך האָב מיט אַ יאָהר פֿריהער געזעהן אין בערלין (זעה אויבען, פֿיידזש 232). ער האָט באַזוכט אונזער אָפֿיס. מיר זײַנען באַקאַנט געוואָרען, און איך האָב איהם אײַנגעלאַדען צו ווערען אונזער קאָרעספּאָנדענט אין דײַטשלאַנד.

אַרום יענער צײַט האָבען מיר געפֿײַערט דעם פֿערציג־יאָהרי־גען יוביליאום פֿון דער רעוואָלוציאָנערער טעטיגקייט פֿון דעם באַריהמטען רוסישען רעוואָלוציאָנער לעא דייטש.

6
אַ באַזוך אין קענעדע. — מאָנטרעאַל און טאָראָנטאָ. — די פֿראַנצויזען און די ענגלענדער

קענעדע האָב איך שוין פֿריהער באַזוכט, אָבער ניט איהרע צוויי וויכטיגסטע שטעדט, מאָנטרעאַל און טאָראָנטאָ. דערמאָן בין איך צום ערשטען מאָל געווען איצט, אין דעם ווינטער פֿון 1913. מאָנטרעאַל איז פֿאַר מיר געווען אַן איבעראַשונג. איך פֿלעג זיך אימער פֿאָרשטעלען, אַז אין אַלץ איז זי אַ פֿראַנצויזישע שטאָדט מעהר ווי אַן ענגלישע. מיט אַ יאָהר פֿינף־און־צוואַנציג צוריק פֿלעג איך הערען, אַז מײַסטע סײַנס (שילדען, וויװעסקעס) זײַנען דאָרטען אויף פֿראַנצויזיש. פֿילע זײַנען געווען אויף ענג־ליש אויך, אָבער אַז אַ סײַן זאָל זײַן בלויז אויף ענגליש אין מאָנטרעאַל, איז דאַן געווען אַ גרויסע זעלטענהייט. דיזער אײַנדרוק איז בײַ מיר פֿאַרבליבען. איך האָב געמיינט, אַז איצט איז אויך אַזוי. אין דער אמת'ען אָבער האָב איך אויף בײַדע שפּראַכען געפֿונען זעהר וויניג סײַנס, און אויף פֿראַנצויזיש אַליין נאָך וויניגער. אין דעם האָנדעלס צענטער, וואו עס גע־פֿינען זיך די גרויסע האָלסיל געשעפֿטען און באַנקען, האָט מען אַ פֿראַנצויזישע שורה קוים באַגעגענט. אורטיילענדיג לויט די אויפֿשריפֿטען אויף די געשעפֿטען, האָט מען באַקומען אַן איינ304דרוק, אַז עס איז אַן ענגלישע שטאָדט, וועלכע האָט אַ געוויסע צאָהל פֿראַנצויזישע אײַנוואוינער אויך, ווערענד אין דער אמת'ען האָט מאָנטרעאַל געהאַט אַ סך מעהר פֿראַנצויזען ווי ענגלענדער.

מען דאַרף האָבען אין זינע, אַז הגם די ענגלענדער האָבען קענעדע שפּעטער אײַנגענומען און צוגענומען, איז דאָס לאַנד גע־בליבען פֿאַלשטענדיג פֿרײַ און אונגעשטערט אין דעם וואָס איז ניט שייך צו עקאָנאָמישע פֿראַגען, ווי דאָס איז מיט אַלע ענגלישע קאָלאָניעס. די ענגלישע רעגירונג צווינגט זיי ניט. זי לאָזט זיי פֿיהרען זייער אייגענעם נאַציאָנאַלען לעבען. אָבער די ענגלענדער פֿון קענעדע וואַקסען אימער אין באַדײַטונג און אין מאַכט, ווערענד די דאָרטיגע פֿראַנצויזען פֿאַרלירען זייער באַ־דייטונג.

אַלס רעזולטאַט איז מאָנטרעאַל, די גרויסע פֿראַנצויזישע שטאָדט, אין 1913, פֿון דרויסען, ווינציגסטענס, שוין געווען אַ סך מעהר ענגלישע ווי פֿראַנצויזיש.

מאָנטרעאַל איז אַ גרעסער פֿון טאָראָנטאָ, וועלכע איז אין גאַנצען ענטוויקעלט געוואָרען פֿון די ענגלענדער; און מאָנט־רעאַל האָט מעהר אײַנוואוינער (די באַפֿעלקערונג פֿון דער ערשטער איז דאַן געווען אומגעפֿעהר 500,000 און פֿון דער צווייטער — 400,000), און דאָך האָט מאָנט־רעאַל אויסגעזעהן קלענער; זי האָט אויסגעזעהן מעהר פֿון טאָראָנטאָ ווי אַ פּראָווינץ שטאָדט, ווי אַן אויסגעוואַקסענע קליין־שטעדטעל. ווען מען געהט דורך די וויכטיגסטע גאַסען פֿון טאָראָנטאָ, דורך דעם מיטעל־פּונקט פֿון שטאָדט, דוכט זיך, אַז מען געפֿינט זיך אין אַזאַ שטאָדט, ווי שיקאַגאָ, אָדער סט. לואיס, ווינציגסטענס; ווען מען געהט דורך די הויפּט־גאַסען פֿון מאָנטרעאַל, באַקומט מען דעם אײַנדרוק, אַז די שטאָדט איז פֿיל ענגלישער, ערמער און ווינציגער וויכטיג, ווי זי איז אין דער אמת'ען. טאָראָנטאָ איז אַ עכט־אַמעריקאַנישע שטאָדט, פֿון פֿראַנצויזישע סײַנס איז דאָרטען כּמעט קיין שפּור ניטאָ.

אין מײַן שילדערונג פֿון מאָנטרעאַל אין 1913 געפֿינען זיך די פֿאָלגענדע שורות:

„פֿאַרוואָס ווייזט אײַך אויס די גרעסערע שטאָדט קלענער,305פֿאַרצײַטיגער? די אורזאַכע דערפֿון דאַרפֿט איהר לאַנג ניט זוכען, איהר געפֿינט איהר גלייך אין מיטען שטאָדט; איהר זעהט איהר אין דער פֿאָרמע פֿון אַ גרויסער קאַטוילישער קירכע („נאָטר דאַם"), אין רעכטען צענטער פֿון די ביזנעס גאַסען. וואו־הין איך בין געגאַנגען, דורך וועלכע גאַסען איך האָב שפּאַ־צירט, איז מיר אַלץ אויסגעקומען פֿאַרבײַצוגעהן דיזע קירכע: און ווען איך האָב זיך דערמאָנט אָן דעם לעבען אין מאָנטרעאַל, אַז דער געשיכטע פֿון מאָנטרעאַל, האָב איך אין דער דאָזיגער קירכע געזעהן דעם קוואל פֿון דעם חושך, וועלכער איז פֿאַר־שפּרייט איבער דער גאַנצער שטאָדט.

„פֿראַנצויזען האָט די שטאָדט אַ היבשע ביסעל מעהר ווי ענגלענדער, און איבער זיי הערשט די קאַטוילישע קירכע מיט אַ שטיקענדער מאַכט. דער פֿראַנצויזישער טייל פֿון קענעדע איז אַ פֿאַרגליווערטע שטיק פֿאַרגאַנגענהייט. דער פֿאָרטשריט, וואָס די אײראָפּעאישע פֿראַנצויזען האָבען געמאַכט אין די לעצטע פֿאָר הונדערט יאָהר, איז צו זיי כּמעט ניט דערגאַנגען. זיי ליגען נאָך אַלץ אין דעם פֿינסטערען תהום, וועלכער האָט אין אײראָפּא געהערשט אין מיטעלאַלטער. דער אַרטשבישאָף (דער הויפּט קאַטוילישער גלח) פֿון מאָנטרעאַל הערשט איבער די נשמות פֿון די דאָרטיגע קאַטאָליקען מיט אַ דעספּאָטישער דעה. ער לאָזט ניט צו קיין פֿרײַען וואָרט, ער שליסט אוים יעדען שטראַל פֿון ליכט. אפֿיציעל האָט מען דאָרטען רעדע־פֿרײַהייט און פּרעסע־פֿרײַהייט; אין דער אמת'ען אָבער געפֿינט זיך די שטאָדט אונטער דעם יאָך פֿון אַן ערגערער צענזור, ווי די רוסישע. ער דאַרף בלויז געבען אַן אָנצוהערעניש, אַז מען טאָר ניט, און אַ פּיעסע קען ניט געשפּילט ווערען, אַ בוך קען ניט פֿאַרקויפֿט ווערען, אַ ביבליאָטעק אָדער סקול מוז צוגע־מאַכט ווערען. דער אַרטשבישאָף רעגירט איבער זײַנע פֿראַנצוי־זישע קאַטאָליקען מיט'ן חרם, וועלכער איז אָפֿט אַ מעכטיגערע וואָפֿע, ווי שווערדען, ביקסען אָדער תליות. ווען ער לייגט אַ זאַך אַרײַן אין חרם, פֿאָלגט איהם די קאַטוילישע באַפֿעלקע־רונג, און דער באָיקאָט איז אַ פֿאָלשטענדיגער.

„אָט, צום בײַשפּיל, האָט מען אין מאָנטרעאַל געפֿרואווט306שטעלען די באַריהמטע אָפּערא „לואיז", וועלכע האָט געהאַט אַ גרויסען ערפֿאָלג אין פּאַריז און איבער דער גאַנצער וועלט. דער אַרטשבישאָף האָט אָבער ערקלערט, אַז די פּיעסע איז ניט קיין פֿרומע, און עס האָבען ניט געהאָלפֿען קיין טענות. מען האָט איהר געמוזט אַראָפּנעמען פֿון דער ביהנע. „טאַאיס", אַ צווייטע באַריהמטע אָפּערא, האָט געהאַט אַן עהנליכען שיקזאַל.

„איך האָב געקוקט אין די פֿענסטער פֿון פֿראַנצויזישע בוך־געשעפֿטען, און אין ערגעץ האָב איך ניט געזעהן קיין אײַנ־ציגען ווערק פֿון דער הײַנטיגער פֿראַנצויזישער ליטעראַטור, וואָס האָט אַן אמת'ען ווערט. מעהר ווי רעליגיעזע ביכער און שונד־ראָמאַנען געפֿינט איהר דאָרטען ניט. ווען אַ בוך־סטאָר וואָלט געהאַלטען בעסערע ראָמאַנען, וואָלט מען איהר אַרײַנגעלייגט אין חרם, און דאָס הייסט, אַז זי וואָלט זיך געמוזט צומאַכען. דעם שרײַבער'ס אַ באַקאַנטער, וועלכער האַלט אַן ענגלישע בוך־סטאָר אין מאָנטרעאַל, האָט אויסגעשריבען געוויסע וויסענשאַפֿט־ליכע ביכער פֿון אײראָפּא, האָט מען זיי פֿאַרברענט אין קאָס־טאָם הויז אַלס „אונמאָראַלישע". עס גלויבט זיך קוים, עס איז אָבער אַ ביטערער אמת. די קאָסטאָם הויז ליגט אונטער דעם פֿאַרוואוסטענדען אײַנפֿלוס פֿון דער קאַטוילישער קירכע.

„אין מאָנטרעאַל געפֿינען זיך אייניגע פֿראַנצויזען פֿון פֿראַנק־רײַך. אָבער אויף זיי קוקט מען קרום; ווארום אין פֿראַנק־רײַך עקזיסטירט אַ „צו פֿרײַער" גײַסט. אַלזאָ, האָט דער אַרטש־בישאַף מורא פֿאַר דיזע פֿראַנצויזישע אימיגראַנטען, אַזוי ווי דער רוסישער דעספּאָט האָט מורא פֿאַר אידען. ער ציטטערט, טאַמער וועלען די פֿראַנצויזען פֿון קענעדע זיך אָננעמען בײַ זיי „די הײַנ־טיגע געדאַנקען". די אונטערשטע שורה אין, אַז דיזע פֿראַנ־צויזען פֿון פֿראַנקרײַך וואוינען אין מאָנטרעאַל מײַסטענס אין אַ באַזונדערען קוואַרטאַל, אַזוי ווי פֿאַרפֿעסטעטע, וועלכע מען האַלט אין קאַראַנטין.

„די ענגליש־רעידענדע מאָנטרעאַללער זײַנען דאָס רוב אויך גע־נוג רעליגיעז און אבערגלויביג, אָבער זיי זײַנען דאָך פּראָטעס־טאַנטען, פֿרײַ פֿון די שווערע, פֿאַרראָסטעטע קייטען פֿון רוים׳ס307הערשאַפֿט. אַלזאָ, זײַנען זיי פֿיל פֿאָרטגעשריטטענער און צײַגען אַרויס פֿיל מעהר סמנים פֿון לעבען,

„מען מוז צוגעבען, אַז ענגלענדער זײַנען סתם טעטיגער און מיט מעהר אונטערנעמונגס־גײַסט ווי פֿראַנצויזען. זייערע קאָ־לאָניעם זײַנען אימער געווען אַ גרעסערער ערפֿאָלג ווי די פֿראַנ־צויזישע. אָבער די קאַטוילישע קירכע אַלס אַ שטערענדע מאַכט, שפּילט דאָ יעדענפֿאַלס אַן אונגעהויערע ראָלע.

„די צוויי נאַציאָנאַליטעטען לעבען באַזונדער; איין טייל פֿון שטאָדט איז פֿאַרנומען מיט די פֿראַנצויזען, די אַנדערע מיט ענגלענדער, און מען דאַרף זיך גאָרניט צוהערען צו די שפּראַכען פֿון גאַס, אום גלייך צו זעהן, וואָס פֿאַר אַ פֿאָלק עס וואוינט אין דעם אָדער אין יענעם געגענד. די פֿראַנצויזישע גאַסען זײַ־נען פֿיל אָרעמער, אָפּגעלאָזענער, ווי די ענגלישע. די שעהנסטע הײַזער, די וויכטיגסטע און מאָדערנסטע קוואַרטאַלען זײַנען באַ־זעצט פֿון די, וואָס זייער שפּראַך איז ענגליש. איבערהויפּט זײַנען כּמעט אַלע גרויסע געשעפֿטען פֿון מאָנטרעאַל אין די הענט פֿון די ענגלישע.

„די פֿראַנצויזען באַמיהען זיך אויפֿצוהאַלטען זייער פֿראַנ־צויזישען גײַסט. דער פֿראַנצויזישער נאַציאָנאַליזם פֿון קענעדע איז אָבער אַ רעליגיעזער, אַ קאַטוילישער נאַציאָנאַליזם. מיט אַנדערע ווערטער: דעמזעלבען גיפֿט, פֿון וועלכען דער חולה לײַדעט, גיט מען איהם אַלס אַ רפֿואה, וואָס זאָל איהם ראַטעווען.

„דיזער נאַציאָנאַליזם איז אויך פֿאַרבונדען מיט אַנטיסעמי־טיזם; דאָס איז אָבער דער געוויינליכער קרעמערשער אנטיסע־מיטיזם, דער געפֿיהל פֿון מענשען, וועלכע האָבען פֿײַנט דעם אידען, ווייל ער איז פֿעהיגער צו ביזנעס, ווי זיי. דאָס איז דער אידען־פֿײַנדליכער געפֿיהל פֿון מענשען, בײַ וועלכע די קאַטוי־לישע קירכע האָט אויסגעטריקענט זייער לעבענס־זאַפֿט."

כּמעט אַלע פּאָליסלייט אין מאָנטרעאַל זײַנען פֿראַנצויזען. אָבער דאָס איז בלויז דערפֿאַר, וואָס דעם ענגלענדער לוינט זיך ניט אַזאַ דזשאָב. ער קען פֿאַרדינען פֿיל בעסער. צוליב דער־זעלבער אורזאַכע זײַנען אַלע פּאָליסלייט פֿון טאָראָנטאָ אימיגראַנ308טען פֿון ענגלאַנד אָדער פֿון סקאָטלאַנד. די ענגלענדער, וואָס זײַנען געבוירען אין קענעדע האָבען בעסערע באַשעפֿטיגונגען.

טאָראָנטאָ וואַקסט שנעל. מען רופֿט איהר די שיקאַגאָ פֿון קענעדע. און זי איז אבסאָלוט אן אמעריקאַנער שטאָדט, ווי אלע גרויסע שטעדט פֿון די פֿאַראייניגטע שטאַאַטען. די ענגלישע אויסשפּראַך איז דאַרטען ניט ווי אין ענגלאַנד, נאָר ווי אין די פֿאַראייניגטע שטאַאַטען. איבעריגענס איז דאָס די אויסשפּראַך פֿון אלע קענעדער, וואָס רײדען ענגליש.

7
ברודערקריג אין דער „אינטערנעשאָנעל" (קלאָוקמאַכער יוניאָן). — יצחק אייזיק הורוויטש, פֿיהרער פֿון קאַמף. — עהנליכקייט צו דער געשיכטע מיט דעם שניידער סטרײַק.

אין יענע מאָמענטען איז אין דער קלאָוקמאַכער יוניאָן (פֿאַר־באַנד פֿון מאַנטעל־מאַכער, דאַמסקע שניידער) פֿאָרגעקומען אַ צוזאַמענשטויס, וואָס איז געווען איינע פֿון די בולט'סטע פֿאַסירונגען אין דער געשיכטע פֿון דער יוניאָן. און ווי מיר האָבען באמערקט פֿריהער, האָט זי געהאַט אן אינטערעסאַנטע עהנליכקייט צו דעם ברודער־קריג בײַ די מענער־שניידער.

אָבער צוערשט אַ פּאָר ווערטער וועגען דעם נאָמען. „קלאָוק־מײַקער" (אָדער קלאָוק־מאַכער" יוניאָן") פֿלעגט מען די אָרגאַניזאַציע רופֿען אין פֿריהערדיגע צײַטען, ווען זי איז ווירקליך געווען אַ פֿערבאַנד בלויז פֿון די וואָס האָבען געאַרבייט בײַ פֿרויען מאַנטלען. איצט האָט זי שוין אַרומגענומען די גאַנצע דאַמען־קליידער אינדוסטרי. דער גרויסער פֿאַך פֿון דרעסס־מײַקערס, למשל, דאָס הייסט פֿון די וואָס מאַכען די פֿערשידענע קליידער וואָס דאַמען טראָגען אונטער זייערע מאַנטלען, אין שטוב, אָדער ווען זיי געהען צוגאַסט אָדער אויף אַ באַל, אָדער זומער אויפֿ'ן גאַס איז שוין געווען אַ טייל פֿון דער זעלבער יוניאָן.

די דאָזיגע אַלגעמיינע יוניאָן האָט איצט געהאַט צוויינגען אין309שיקאַגאָ, קליוולאַנד, באָסטאָן, פֿילאַדעלפֿיא, לאָס אַנדזשעלאָס און אויך אין קענעדע. און זי האָט געהערט צו דער גרויסער פֿעדעראַציע פֿון אמעריקאַנער יוניאָנס „די אמעריקאַן פֿעדע־ריישאָן אָוו לײבאָר". איהר אָפֿיציעלער נאָמען איז „די אינ־טערנעשאַנעל לײדיס גאַרמענט וואָירקערס יוניאָן" (די יוניאָן פֿון די וואָס מאַכען פֿאַרשידענע דאַמען־בגדים פֿון די פֿער־איניגטע שטאַאַטען און קאַנאַדא). פֿון קורצקייט וועגן רופֿט מען די יוניאָן פּשוט „די אינטערנעשאַנעל". דער גרויסער אידישער עולם אָבער איז נאָך אַלץ צוגעוואוינט צו דעם אַלטען נאָמען: „קלאָוק מאַכער יוניאָן".

איצט וועגען דעם ברודער־קריג.

דער צענטער פֿון דעם קאַמף איז געווען יצחק אייזיק הור־וויטש (זעה 3־טען באַנד, פֿידזש 177 און פֿאָרטרעט אין 4טען באַנד בײַ פֿידזש 456), וועלכער איז דאַן געווען אַ וויכטיגער בעאַמטער (טשיף קלוירק) אין דער ניו יאָרקער אָפּטיילונג פֿון דער יוניאָן. געהאַנדעלט האָט זיך וועגען דעם „פּראָטאָקאָל", דאָס הייסט, וועגען דעם אָפּמאַך, וואָס איז געשלאָסען געוואָרען אין 1910 צווישען דער יוניאָן און דעם פֿאַרבאַנד פֿון די קלאָוק פֿאַבריקאַנטען מיט'ן צוועק אויסצומיידען סטרײַקס.

אַלס רעזולטאַט פֿון דעם דאָזיגען אָפּמאַך האָבען עקזיסטירט צוויי קאַמיטעס. איינע האָט געהייסען „באָאַרד אָוו גריוואַנעס" (אַ קאָמיטע אויסצוהערען קלאָגען), און די צווייטע — „באָאַרד אָוו אַרביטרײַישאָן" (שידס־געריכט). ווען עס האָט זיך גע־מאַכט אַ קלאַנג געגען די באַלעבאַטים פֿון אַ שאַפּ, און זי האָט ניט געקאָנט געשטעלט ווערען פֿון ביידע צדדים אין דעם שאַפּ גופֿא, איז זי איבערגעגאַנגען צו דער „באָאַרד אָוו גריוואַנעס". דיזע קאַמיטע האָט געהאַט אַ גלייכע צאָהל פֿאַרטרעטהער פֿון ביידע צדדים — פֿון דער יוניאָן און פֿון דער מאַנופֿעקטשורערס אַסאָ־סיאיישאָן; אויב דיזע קאַמיטע האָט ניט געקאָנט אויסגלייכען דעם סכסוך, איז די קיים איבערגעגאַנגען צו דער „באָאַרד אָוו אַר־ביטרײַישאָן". דאַרטען איז אַזוי ווי די פֿאַרשטעהער פֿון ביידע צדדים שוין אויך געווען אַן אומפּאַרטייאישער פֿאָרזיצער. דיזע קאַמיטע האָט שוין יאַ גע'פּסק'ענט, און איהר פּסק310האָבען געמוזט פֿאָלגען בײדע זײַטען. די „באָאַרד אָוו אַר־ביטרײַישאָן" איז, אלזאָ, געווען דער העכערער קאָורט, דער קאָורט אָוו אַפּילס (אַפּעלאַציאַנס געריכט).

הורוויטש איז אַרויסגעטראָטען געגען געוויסע פּונקטען אין דעם פּראָטאָקאָל און געגען דעם אַרט, ווי אזוי דער אָפּמאַך איז דורכגעפֿיהרט געוואָרען אין דער פּראַקטיק. איהם האָט גע־שטיצט דער אַפּערייטאָרס לאָקאַל 1, דער גרעסטער ברענטש פֿון דער יוניאָן אין ניו יאָרק. טעאָרעטיש זײַנען מיר מיט געוויסע פּונקטען פֿון הורוויטש'עס קריטיק געווען איינפֿאַרשטאַנען. מיר זײַנען אָבער אבסאָלוט ניט געווען איינפֿאַרשטאַנען מיט זײַן טאַק־טיק.

דער צוועק פֿון דעם פּראָטאָקאָל איז געווען אויסצומיידען בײַזע צוזאַמענשטויסען, דורך דעם, וואָס מען וועט זיך באַ־מיהען אויסצוגלייכען סכסוכים אויף אַ פֿרידליכען שטייגער, וועה־רענד הורוויטש האָט געפֿאָדערט קעמפֿערישע מעטאָדען. זײַן פּאָליסי האָט זיך געצויגען אין דער ריכטונג פֿון קריגערייען און אַרביטרירונגען. זײַן גאַנצע שטעלונג צום פּראָטאָקאָל איז געווען אַ קריגערישע. הורוויטש איז געווען אן אויסגעשטו־דירטער לאָיער. און די פֿיהרער פֿון דער גאַנצער „אינטערנעשאָ־נעל" פֿלעגען זאָגען, אז ער באַטראַכט די יוניאָן, ווי אַ לאָ־יער באַטראַכט זײַן קליענט. דאָס הייסט, אז זײַן אויפֿגאַבע איז צו פֿאַיטען (קעמפֿען), אַזוי ווי אַ לאָיער פֿאַיט אין קאָורט.

אַלע פֿעלערען, אויף וועלכע ער האָט אָנגעוויזען, האָבען גע־זאָלט פֿאָרגעבראַכט ווערען אויף קאָנפֿערענצען פֿון ביידע צדדים, מיט'ן צוועק צו האָבען ערנסטע דעבאַטען וועגען זיי. בײַ יע־דען פּונקט וואָלטען די פֿאַרשטעהער פֿון די אַרבייטער געפֿאָ־דערט די רעכטע פֿון דער יוניאָן, אָבער אַלץ אויף דעם דאָ־זיגען שטייגער — צו האָבען אַ העפֿליכע דעבאַטע און ניט לכתחילה אַרײַנצוברענגען אַ טאָן, וועלכער וואָלט געפֿיהרט צו דער פֿאַרניכטונג פֿון דעם פּראָטאָקאָל און צו סטרײַקס.

אָט דיזען אונגעווינשטען טאָן האָט הורוויטש אַרײַנגעבראַכט, און דאָס האָט אָט אַרויסגערופֿען די אומצופֿרידענהייט פֿון דעם מאָ311נופֿעקטשורערס צד. עס איז געוואקסען די געפֿאהר, אז דער פּראָטאָקאָל זאָל אָפּגעבראָכען ווערען.

זײַן קעמפֿערישע פּראָגראַם האָט געהאַט אַ רעוואָלוציאָנערען אָפּקלאַנג אין זיך, און דאָס האָט אַפּעלירט צו די מאַסען. הור־וויטש איז דורך דעם פּאָפּולער געוואָרען. די פֿאַראַנטוואָרטליכע בעאַמטע פֿון דער יוניאָן האָבען ערקלערט, אז זײַן טאַקטיק איז אַ ווידערשפּרוך צו דעם זין פֿון דעם פּראָטאָקאָל, צו זײַן גאַנ־צען עיקר.

דער „פֿאָרווערטס" האָט פֿאַר הורוויטש'ען געעפֿענט זײַנע קאָלומס, און ער האָט בײַ אונז געגעבען זײַנע אַרגומענטען. די פֿיהרער פֿון דער יוניאָן האָבען אויך געהאַט דאָס וואָרט. אויף דיזען אַרט איז בײַ אונז אָנגעגאַנגען אַ בריף־וועקסלונג צווישען הורוויטש'ען און זײַנע געגנער: א. ראָזענבערג, דער דאַמאָלסדיגער פּרעזידענט פֿון דער יוניאָן; מאיר לאָנדאָן, דער לאָיער און גײַסטיגער פֿיהרער פֿון דער יוניאָן; וווישניאַק, דער סעקרעטער פֿון דער פּראָטאָקאָל אָפּטיילונג פֿון דער דזשאַינט באָאַרד, און מאָריס זיגמאַן, וועלכער איז דאַן געווען דער סעק־רעטער פֿון פּרעסערס לאָקאַל 35 און וויס־פּרעזידענט פֿון דער יוניאָן.

די דזשאַינט באָאַרד (דער פּאַרלאַמענט פֿון די פֿאַרשידענע לאָקאַלס פֿון דער „אינטערנעשאַנעל" אין דער שטאַדט ניו יאָרק) איז צוערשט געווען פֿריינדליך צו הורוויטש'ען, דערנאָך האָט הורוויטש'עס טאַקטיק בײַ אַ מאַיאָריטעט פֿון די דעלעגאַטען אַרויסגערופֿען אַ געגנערישען געפֿיהל צו איהם. אלזאָ, האָט הורוויטש דאַן גענומען פֿאָדערען, אז די יוניאָן זאָל איהם בא־פֿרײַען פֿון דעם קאָנטראָל, וואָס די דזשאַינט באָאַרד האָט איבער איהם, אזוי אז ער זאָל זײַן פֿאַלשטענדיג אונאָפּהענגיג, און אז די פֿראַגע וועגען דעם זאָל באַשטימט ווערען דורך אַ רע־פֿערענדום. דער לאָקאַל 1 האָט דיזע פֿאָדערונג הורוויטש'עס אונטערשטיצט, און די מאַסען פֿון דער יוניאָן האָבען אויך דאָס רוב אויסגעדריקט סימפּאַטיע מיט זײַן פֿאַרלאַנג. געגען זײַן פֿאָדערונג איז געווען דער ריפֿער מײַקערס לאָקאַל 17.

דער „פֿאָרווערטס" האָט אין דיזען פּונקט ענטשידען גע312שטיצט די מײנונג פֿון הורוויטש'עס געגנער.*) דער „פֿאָרווערטס" פֿון 12טען דעצעמבער האָט ענטהאַלטען אַ דאָפּעלטען לײט־אַרטיקעל, וואו דיזער שטאַנדפֿונקט ווערט אויסגעדריקט און גרינדליך ערקלערט.

ווי געזאָגט, האָט הורוויטש'עס קריגערישע שטעלונג אפּעלירט צו די מאַסען. אין פֿאַרלויף פֿון יענע מאָנאַטען איז ער געוואָרען די גרויסע בולט'ע פֿיגור אין דער „אינטערנעשאָנעל". צו שטעלען זיך געגען איהם איז געווען ניט קײן פּאָפּולערער שריט. אזעלכע זאַכען האָבען אָבער אונז קײנמאָל ניט אָפּגעהאַלטען פֿון טאָן אונזער פֿליכט.

מיר האָבען געוואוסט, אַז די יוניאָן איז ניט שטאַרק גענוג און ניט אײנגעפֿונדעוועט גענוג, אַז עס זאָל זיך איהר לוינען אָפּצוברעכען דעם אָפֿמאַך מיט די מאַנופֿעקטשורערס. ווען זי וואָלט דאַן געווען אן אמת־קרעפֿטיגע אָרגאַניזאַציע, וואָלט זי זיך אין דעם פּראָטאָקאָל ניט גענויטיגט. זי וואָלט געקענט די באַלעבאַטים באַקעמפֿען, הגם אפֿילו אין אזאַ פֿאַל איז אויך זעהר ראָטזאַם צו מאַכען אן אַגרימענט מיט די מאַנופֿעקטשורערס, דורך וועלכען מען זאָל קענען אויסמיידען סטרייקס. סטרייקען לשם סטרייקען ברענגט קײנעם קײן נוצען ניט, און די פֿאַראייניגטע מאַכט פֿון די אַרבייטער קען אַרויסגעוויזען313ווערען מיט אזאַ אָפּמאַך נאָך בעסער ווי אָהן דעם. ווען קאַ־פּיטאַליסטען ווייסען, אז די אַרבייטער זײַנען גוט אָרגאַניזירט, האָבען זיי קיין חשק ניט אזאַ אָפּמאַך אָפּצוברעכען. אונזער מיינונג איז געווען, אז מען דאַרף מאַכען פֿאַרבעסערונגען אין דעם שטייגער, ווי אזוי סכסוכים צווישען אַרבייטער און מאַנופֿעק־טשורערס ווערען אויסגעהאַנדערט און אויסגעגליכען אויף דעם גרונט פֿון דעם פּראָטאָקאָל, אָבער אז אָפּצוברעכען דעם פּראָ־טאָקאָל איז אַ צו גרויסער לוקסוס פֿאַר דער יוניאָן. די דזשאַינט באָאַרד האָט צוערשט זיך ענטשידען געשטעלט געגען דעם רעפֿערענדום, אָבער אונטער דעם דרוק פֿון הור־וויטש'עס פּאָפּולאַריטעט איז זי געצוואונגען געוואָרען דאָס נאָכ־צוגעבען. דער רעפֿערענדום איז, אלזאָ, פֿאָרגעקומען. הורוויטש האָט געוואונען מיט אַ ריזיגער מאַיאָריטעט (6553 שטי־מען געגען 1948). ער איז געוואָרען אַ פֿאָלשטענדיגער דיק־טאַטאָר פֿון דער יוניאָן. דאָס איז געווען אין מיטען דעצעם־בער, 1913.

8
דער קאַמף ווערט שאַרפֿער.

ווען עס איז אָבער געקומען צו דער פּראַקטישער זײַט פֿון דער פֿראַגע, האָט זיך אַרויסגעצייגט, אז הורוויטש קען זיך מיט זײַן זיג ניט באַנוצען. ער האָט אָבגעביסען מעהר ווי ער האָט געקענט אַראָפּשלינגען. די בעלי בתים האָבען ערקלערט, אז מיט הורוויטש'ען פֿאַרהאַנדלען בײַ געמיינשאַפֿטליכע קאַמיטעס קענען זיי ניט. הורוויטש'עס אָנהענגער, און זאָגאַר אייניגע פֿון זײַנע געגנער, האָבען געפֿיהלט, אז נאָכגעבען די פֿאָדערונגען פֿון די מאַנופֿעקטשורערס און באַזײַטיגען הורוויטש'ען וואָלט געווען אַ טיפֿע באַליידיגונג פֿאַר דער ווירדע פֿון די אַרבייטער. עס זײַנען פֿאָרגעקומען דעבאַטען. איין זאַך איז געווען קלאָר: אויב מען וועט מיט די מאַנופֿעקטשורערס ניט דורכקומען, שמעקט דאָס מיט אַ סטרײַק. נו, איז די פֿראַגע געווען: איז די יוניאָן אימ־שטאַנד צו פֿיהרען אַ סטרײַק? אַלע האָבען געוואוסט, אז ניט. וואָס אַ טאָג איז די לאַגע געוואָרען אַלץ שווערער. די314יוניאָן האָט זיך ניט געקענט באַוועגען ניט אַהין, ניט אַהער. ענדליך האָבען די בעאַמטע פֿון דער אינטערנעשאַנעל (דאָס הייסט, ניט נאָר פֿון דער ניו יאָרקער דזשאַינט באָאַרד, נאָר פֿון דער גאַנצער יוניאָן אין די פֿאַראייניגטע שטאַאַטען און קאַנאַדע) זיך גענומען מאַכען אַ סוף צו דעם פּלאָנטער. זיי האָבען נעמליך געשריבען אַ בריף צו דער דזשאַינט באָאַרד, אין וועלכען זיי האָבען ערקלערט, אז אויב הורוויטש וועט בלייבען דער טשיף־קלוירק פֿון דער דזשאַינט באָאַרד, וועלען זיי, די פֿאָרשטעהער פֿון דער גאַנצער יוניאָן, צוריקציהען די גאַראַנטיע, וואָס זיי האָבען געגעבען פֿאַר דעם פּראָטאָקאָל. ווען די מאַנופֿעקטשורערס זײַנען איינגעגאַנגען אויף דעם אָפּמאַך, האָבען זיי געפֿאָדערט, אז דער דאָקומענט זאָל אונטערגעשרי־בען ווערען ניט נאָר פֿון דער ניו יאָרקער דזשאַינט באָאַרד, נאָר אויך פֿון די פֿאָרשטעהער פֿון דער גאַנצער יוניאָן. אלזאָ, האָ־בען דיזע בעאַמטע איצט ערקלערט, אז אונטער די נײַע אומ־שטענדען קענען זיי ניט גאַראַנטירען דעם פּראָטאָקאָל; מיט אַנדערע ווערטער. זיי וועלען צוריקציהען זייערע נעמען. ווייל מיט הורוויטש'ען איז דורכפֿיהרען דעם פּראָטאָקאָל אונמעגליך. דאָס האָט געהייסען, אז דער פּראָטאָקאָל וועט אָפּגעבראָכען ווע־רען. דער בריף איז געווען אונטערגעשריבען פֿון א. ראָזענבערג, פּרעזידענט, סאַל. פּאָלאַקאָף, וויס־פּרעזידענט, און דזשאָן דייטש, סעקרעטער.

הורוויטש האָט דיזע בעאַמטע דאַן ביטער אַטאַקירט, אַלס מענשען, וואָס אַרבייטען אין די אינטערעסען פֿון די מאַנופֿעק־טשורערס.

אין דער יוניאָן האָט ניט אויפֿגעהערט צו קאָכען. די גאַנ־צע אַרבייטער באַוועגונג האָט געקאָכט. ענדליך האָט זיך הור־וויטש דערפֿיהלט אין אן אונמעגליכער לאַגע. טראָץ דער בא־גײַסטערונג, וואָס זײַן שטעלונג האָט אַרויסגערופֿען אין די מאַ־סען, און טראָץ די פֿאַרשפּרעכונגען, וואָס האָבען זיך געהאַט פֿון אַלע זײַטען, צו שטיצען איהם ביז'ן לעצטען טראָפּען בלוט, האָט ער געזעהן, אז ער קען דאָ גאָרניט מאַכען: לאָזען דעם פּראָטאָקאָל אָפּגעבראָכען ווערען וואָלט הייסען צולאָזען די יוניאָן315צו אַ סטרײַק און נעמען אויף זיך די פֿאַראַנטוואָרטליכקייט פֿאַר דעם סטרײַק — דאָס איז ער, נאַטירליך, ניט געווען אימשטאַנד צו טאָן.

דער סוף איז געווען, אז ער האָט צו דער דזשאַינט באָאַרד אַרײַנגעגעבען זײַן רעזיגנאַציע אַלס טשיף קלוירק. דאַן האָט זיך אָנגעפֿאַנגען אַ פֿראַגע, צי מען זאָל דאָס אָננעמען. איבער דיזער פֿראַגע איז די דזשאַינט באָאַרד איין מאָל אָפּגעזעסען אַ גאַנצע נאַכט, — די נאַכט פֿון דעם 24טען און 25טען יאנואר, 1914. מען האָט געשיקט דעלעגאַטען צו הורוויטש'ען איהם איינלאַדען צום מיטינג. ער איז געקומען. קיין דייטליכע ערקלערונג האָט ער ניט געגעבען. ער איז אָבער געבליבען בײַ דאָס זײַנע, און ער רעזיגנירט. דאַן, שוין אין אַ פֿרימאָרגענדינגער שטונדע, איז די רעזיגנאַציע אָנגענומען געוואָרען מיט 28 שטימען געגען 14.

צוזאַמען מיט דעם האָט די דזשאַינט באָאַרד אָנגענומען איינע פֿון הורוויטש'עס פֿאָדערונגען, און בײדע באַשלוסען אין איינעם האָבען די אַנטי־הורוויטש דעלעגאַטען באַצײכענט אַלס אַ קאָמפּראָמיס, אַ פּשרה. די נאָכגעגעבענע פֿאָדערונג איז ווירקליך געווען אַ וויכטיגע. מיר וועלען דאָ ערקלערען, וועגען וואָס עס האָט זיך דאָ געהאַנדעלט.

די אויבענדערמאָנטע „באָאַרד אָוו אַרביטרײישאָן", אָדער שידעס־געריכט, איז באַשטאַנען פֿון דריי מיטגלידער: צו איינעם פֿון יעדען צד, און אַ דריטען, אויף וועלכען דיזע צוויי האָבען זיך געאייניגט. אַלע דריי מיטגלידער זײַנען געווען אָנגעזעהענע פּריוואַטע מענשען. ווען עס פֿלעגט זיך אָנקלײַבען אַ היבשע צאָהל סכסוכים, פֿלעגען זיי זיך צוזאַמענרײַדען, ווען זיי וועלען זײַן פֿריי, און דאַן פֿלעגען זיי זיך צוזאַמענקומען, אויסהערען אַלע קייסעס און אין יעדען פֿון זיי אַרויסגעבען אַ פּסק. געוועהנליך פֿלעגט אַוועקגעהן אַ פּאָר אָדער זאָגאַר עטליכע מאָנאַט, איידער זיי פֿלעגען האָבען אַ זיצונג, און די אַרבייטער, וואָס האָבען געהאַט וויכטיגע קלאַגען, פֿלעגען מוזען וואַרטען. אלזאָ, איז דער נייער פּלאַן באַשטאַנען אין דעם, אז מען זאָל האָבען אַין אומפּאַרטייאישען מאַן, וואָס זאָל זיך ספּעציעל אָפּ316געבען מיט אזעלכע סכסוכים און זאָל האָבען אַ ספּעציעלען אָפּיס, אזוי אז צו יעדער צייט, ווען מען וועט דאַרפֿען, זאָל ער זײַן בערייט גלייך אויסצוהערען ביידע צדדים און אַרויסגעבען זײַן פּסק. וואָס אַנבאַטרעפֿט די אַנדערע צוויי פּריוואַט מענשען, זאָלען די טשיף קלוירקס פֿון די צוויי צדדים פֿאַרנעמען זייערע פּלעצער. דאָס הייסט, אז אַלע דריי זאָלען זיך ספּעציעל אָפּגעבען מיט דיזער אַרבייט. אזוי איז געווען דער פּלאַן, וועלכער האָט, נאַטירליך, בעדאַרפֿט פֿאָרגעבראַכט ווערען פֿאַר דעם אַנדערען צד — פֿאַר די מאַנופֿעקטשורערס.

דיזער פּלאַן איז איצט אָנגענומען געוואָרען פֿון דער דזשאַינט באָאַרד, אַלס אַ באַלוינונג צו די „הורוויטשיסטען" דערפֿאַר, וואָס זייער פֿיהרער געהט אַוועק. אָט אין דעם איז באַ־שטאַנען דער קאָמפּראָמיס.

9
אַ שבת פֿון מאַסמיטינגען. — רוביניזם. — די ראָלע פֿון „פֿאָרווערטס".

אין די אידישע אַרבייטער קוואַרטאַלען און אין די שעפֿער האָט געקאָכט מיט דער נײַעס, אז די דזשאַינט באָאַרד האָט אָנגענומען הורוויטש'עס רעזיגנײַשאַן. מען האָט אויך גערעדט וועגען דעם „אימפּאַרשעל טשערמאַן" (אומפּאַרטייאישער פֿאָרזי־צער), אָבער דאָס איז געווען אַ בײַ־זאַך. דער עיקר פֿון דער סענסאַציע איז געווען דער פֿאקט, אז הורוויטש געהט אַוועק פֿון דער יוניאָן.

אָבער מיט דעם באַשלום פֿון דער דזשאַינט באָאַרד האָט זיך די געשיכטע נאָך אזוי גיך ניט געענדיגט. אויף מאָרגען (שבת, דעם 24טען יאנואר, 1914), זײַנען פֿאָרגעקומען פֿיר גרויסע מאַס־מיטינגען פֿון מיטגלידער פֿון דער „אינטערנעשאַנעל". צוערשט האָט מען גערופֿען אַ מיטינג אין קופֿער יוניאָן. דער ריזיגער היסטאָרישער זאַל איז אָבער געווען צו קליין אַרײַנצונעמען אַפֿילו אַ טייל פֿון דער מאַסע, וואָס איז געקומען צו דער פֿאַר־זאַמלונג. אלזאָ, האָט מען געדונגען נאָך דריי גרויסע זאַלען:317וועבסטער האָל, אַרלינגטאָן האָל און בעטהאָווען האָל. אַלע דיזע פּלעצער זײַנען געווען געפּאַקט, און אומעטום זײַנען געפֿלויגן ווערטער פֿון גיפֿט און גאַל ניט נאָר געגען דעם פּראָטאָקאָל, נאָר אויך געגען דער דזשאַינט באָאַרד. דער, וואָס האָט געהאַט צו זאָגען אַ גוט וואָרט פֿאַר דער דזשאַינט באָאַרד, און מען האָט פֿאַראויס געוואוסט זײַן מיינונג, האָט דאָס וואָרט ניט געקענט באַקומען. אַפֿילו אַ מיטגליד פֿון דער דזשאַינט באָאַרד, וועלכער איז געווען באַקאַנט אַלס אַ פֿייערדיגער הורוויטשיסט, האָט קוים, קוים באַקומען דאָס וואָרט. ווײַבאַלד ער איז פֿון דער דזשאַינט באָאַרד, איז ער שוין טריף... ווער האָט גערופֿען די מאַס־מיטינגען? ווער האָט גע־דונגען די האָלס? ניט די יוניאָן. וואָרים די אַלע פֿאַרזאַמ־לונגען האָבען געהאַט דעם צוועק צו פּראָטעסטירען געגען דער יוניאָן. געהייסען האָט עס, אז די מאַסע פּראָטעסטירט. ווער זשע איז זי, די מאַסע? אָבער אַ מאַסע האָט קיין נאָמען ניט. עטליכע הורוויטשיסטען האָבען געדונגען די האָלס, און אויף די פֿאַרזאַמלונגען האָט מען געמאַכט קאָלעקשאַנס און באַצאָהלען פֿאַר די האָלס. סתם אַ קלאָוקמאַכער מאַסע האָט רעוואָלטירט געגען דער אָפֿיציעל אָרגאַניזירטער קערפּערשאַפֿט. אן אונאָרגאַניזירטע, ניט אַנערקענטע מאַכט האָט זיך געשטעלט געגען דער אָרגאַניזירטער אַנערקענטער מאַכט. אויף אזעלכע יאַרידען באַקומט אַ געוויסער טיפּ זײַנע גע־לעגענהייטען. איך מיין דאָ די פּראָפֿעסיאַנעלע טומעל־מאַכער און געוואַלד־שרײַער. אין דער קלאָוקמאַכער יוניאָן האָט זיך דאַן געפֿונען אַ מערקווירדיגער פֿאָרשטעהער פֿון דיזען טיפּ. דאָס איז געווען אַ יונגערמאָן מיט דעם נאָמען משה רובין. אַ קליי־נער, אַ דאַרער, אַ שוואַרצער, אַ נערוועזער, אביסעל אַ היסטע־רישער, פֿלעגט ער זיך אַוועקשטעלען און נעמען „שנײַדען אַ פּאַס" פֿון די יוניאָן בעאַמטע. גיסען שוועבעל און פּעך אויף די, וואָס די יוניאָן האָט אָנגעשטעלט צו טאָן איהר אַרבייט — דאָס איז געווען זײַן ספּעציאַליטעט. ער פֿלעגט שרײַען און גוואַלדעווען אויף זיי, אַזוי ווי זיי וואָלטען געווען פֿאַרברעכער, פּיאַווקעס, וואָס צאַפּען אויס דאָס בלוט פֿון דער אָרגאַניזאַציע.318„אָט די, וואָס קריגען שבת פּעי" (שכירות אַלע וואָך, הייסט עס), פֿלעגט ער זיי רופֿען מיט גרילצענדע געשרייען. עס האָט געמאַכט דעם איינדרוק, אַזוי ווי אַ יוניאָן וואָלט געקענט עקזיסטירען אָהן באַצאָהלטע בעאַמטע, — אַזוי ווי זיי וואָלטען געווען איהרע גרעסטע שׂונאים און נאָך באַקומען געצאָהלט דערפֿאַר.

און צווישען אונזערע אַרבייטער האָבען זיך נאָך געפֿונען גענוג אונערפֿאַהרענע מענשען, אויף וועמען אזעלכע געשרייען האָבען געמאַכט אַן איינדרוק.

רובין איז געווען אַ מענש אָהן שום בילדונג, און, ווי עס פֿאַסירט אָפֿט מיט אזעלכע, האָט ער גראָד ליב געהאַט צו גע־ברויכען „הויכע" ווערטער, דעם זין פֿון וועלכע ער האָט אַליין קוים פֿאַרשטאַנען, — אזעלכע ווערטער, צום בײַשפּיל, ווי „וואָס־קאַנאַליע" אָדער „אויטאָ־עמאַנציפּאַציע פֿון פֿאָלק".

ער פֿלעגט זיך פֿאַסמאַסקעווען מיט אזעלכע ווערטער און מיט זײַן ראָלע אַלס אַרונטעררײַסער אין אַלגעמיין.

ווען ער פֿלעגט זיך אַוועקלאָזען אַטאַקירען און שימפּפֿען, פֿלעגט ער אויפֿגעהעצט ווערען פֿון זײַנע אייגענע בייזוויליגע געשרייען. ער פֿלעגט זיך צוברענגען פֿון זײַן אייגענעם גאַל.

ווען עס האָט זיך אָנגעפֿאַנגען די געשיכטע מיט הור־וויטש'ען און מיט דעם פּראָטאָקאָל, איז דאָס פֿאַר איהם געווען אַ פּיקניק. עס איז זעלבסטפֿאַרשטענדליך, אַז משה רובין איז געווען דער טשערמאַן פֿון דעם גרעסטען פֿון די מיטינגען, וואָס זײַנען אָפּגעהאַלטען געוואָרען יענעם שבת, נעמליך, פֿון דעם, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין קופֿער יוניאָן.

אזעלכע ווי רובין, — צי זיי האָבען אזויפֿיל טעמפּעראַ־מענט און „מוט", ווי ער, צי אביסעל ווייניגער — האָבען זיך געפֿונען אין אַלע יוניאָנס. דער ר ו ב י נ י ז ם איז אַ קראַנק־הייט, פֿון וועלכער אונזערע אַרבייטער אָרגאַניזאַציעס האָבען אַ סך געליטען. איך רייד דאָ ספּעציעל וועגען אונזערע אידישע אַרבייטער, ווייל דאָס איז געווען הויפּטזעכליך אַן אימיגראַנטען־עולם. אין דער היים זײַנען זיי צו קיין אָפֿענעם אָרגאַניזאַ־ציאָנס־לעבען ניט געווען צוגעוואוינט; אלזאָ, האָט דאָס אידישע בלוט דאָ זיך לייכט אָפּגערופֿען אויף רעוואָלוציאָנערע געוואַל319רעדן, צי זיי האָבען געהאַט אַ זין, צי ניט. אָט צו דיזען סאָרט „רעוואָלוציאָנערען" האָבען געהערט די, וואָס האָבען געמאַכט דעם טומעל און געבראַכט שויבען אין „פֿאָרווערטס" אין פֿאַר־בינדונג מיט דעם שניידער סטרײַק. דער „פֿאָרווערטס" האָט גענוג געהאַט צו קעמפֿען געגען דעם גייסט, וואָס אזעלכע מענ־שען רעפּרעזענטירען. אַפּעלירען צום רוהיגען, געלאַסענעם פֿאַר־נונפֿט, ווען די לופֿט גליהט מיט רוביניזם, איז געוועהנליך אַ שווערע אויפֿגאַבע. און אונז איז דיזע אויפֿגאַבע אויסגעקומען צו נעמען אויף זיך ניט איין מאָל.

אויף אַלע פֿיר מאַסמיטינגען איז אָנגענומען געוואָרען אַ רעזאָלוציע אויפֿצופֿאָדערען הורוויטש'ען צו בלייבען אויף זײַן אַמט, און טאָמער קען ער ניט, זאָל ע ר אויסקלייבען אַ נאָכ־פֿאָלגער פֿאַר זיך. אָבער די רעדעל־פֿיהרער און טומעל־מאַכער האָבען זיך מיט דעם ניט באַנוגענט. זיי האָבען געפֿילדערט און געגוואַלדעוועט, אז מען זאָל געהן אין דעם אָפֿיס פֿון דער יוניאָן און צווינגען אַלע בעאַמטע צו רעזיגנירען. אויב ניט הורוויטש, איז זיי אויך ניט! ניט מיר, ניט דיר!

די פֿיר מאַסמיטינגען האָבען געמאַכט אַ שווערען איינ־דרוק אויף די פֿיהרער פֿון דער יוניאָן און אויף אַלע פֿאַרנינפֿ־טיגע פֿריינט איהרע. מען האָט ניט געוואוסט, וואָס דאָ וועט איצט זײַן. די דזשאַינט באָאַרד האָט אָנגענומען הורוויטש'עס רעזיגנאַציע, און אַ געמישטער אויפֿגעהעצטער עולם פֿון קלאָוק־מאַכער אויף מאַסמיטינגען האָט דאָס פֿאַרדאַמט און געפֿאָדערט, אז הורוויטש זאָל דוקא בלייבען. עס האָט שטאַרק געשמעקט מיט אַנאַרכיע, מיט „מאָב רול" (די הערשאַפֿט פֿון אן אומפֿאַראַנט־וואָרטליכער מאַסע). עס האָט געהאַלטען בײַ דעם, אז דער פּראָ־טאָקאָל זאָל אָפּגעבראָכען ווערען, און די יוניאָן וועט מוזען פֿיהרען אַ סטרײַק, ניט זייענדיג אימשטאַנד דאָס צו טאָן.

דער „פֿאָרווערטס" האָט אין די נעקסטע דרײַ טעג (זונ־טאָג, מאָנטאָג און דינסטאָג) געהאַט דרײַ לייט־אַרטיקלען, אַלץ וועגען דעמזעלבען ענין, — די הורוויטש־פֿראַגע, דער באַשלום פֿון דער דזשאַינט באָאַרד און די פֿיער מאַסמיטינגען. אין דעם320ערשטען אַרטיקעל האָבען מיר אנגעוויזען, אז אויף הורוויטש'ען ליגט די פֿליכט צו מאַכען אַ סוף צו דער אַנאַרכיע. מיר האָבען הורוויטש'ען געמאַכט אַ טשעלענדזש. (וועגען דיזען אַרטיקעל האָבען מיר זיך גוט באַראַטען מיט פֿאַרשטעהער פֿון דער קלאָוקמאַכער יוניאָן און מיט אייגענע מענשען. דער געדאַנק וועגען דעם טשעלענדזש איז געקומען פֿון אַ יונגען גענאָסע אונזערען).

„עס איז אַ פֿיבערשער צושטאַנד, — האָט דער אַרטיקעל ערקלערט, — די, וואָס זיינען נעכטען געווען ערוועהלט אלס פֿאַרשטעהער, ווערען היינט אַרונטערגעריסען און פֿאַרדאַמט אלס פֿאַררעטער. יעדע מינוט ברענגט די מאַסע אריין אין אַ נייער שטימונג. אָבער איין זאַך איז קלאָר, הורוויטש איז די צענטראַלע פֿיגור. אויב אימיצער קען עפּעס טאָן אונטער די אומשטענדען, איז דאָס ער. דערפֿאַר איז זיין פֿליכט צו נעמען אַ פֿעסטע שטעלונג: ענטוועדער אָננעמען די פּשרה, וואָס די דזשאינט באָארד האָט אָנגענומען, נעמליך, אז ער זאָל רעזיגנירען, און מען זאָל האָבען אַ שטענדיגען „אימפּאַרשעל טשערמאַן", אָדער מען זאָל אָפּברעכען דעם פּראָטאָקאָל און זיין גערייט צו אַ סטרייק. אויב אַ סטרייק, וועט דער „פֿאַרווערטס" טאָן אַלעם מעגליכעס מיטצוהעלפֿען. מיר וועלען אַרבייטען פֿאַר אַזאַ סטרייק, אזוי ווי מיר האָבען געאַרבייט פֿאַר דעם סטרייק אין 1910, ווען מיר האָבען געהאָלפֿען די קלאָוקמאַכער קומען צו אַ גרויסען זיג. הורוויטש איז היינט די וויכטיגסטע פֿערזאָן. ער איז היינט דער לידער פֿון די קלאָוקמאַכער מאַסען. אין זיין נאָמען צוברעכען זיי אלע באַשלוסען, וואָס זייערע אייגענע דעלעגאַטן נעמען אָן. אַלזאָ, זאָל ער נעמען אַן ענטשידענע שטעלונג — אַהער אָדער אַהין. איז ער באַרייט אויף אַ קאַמף אין דיזען מאָמענט? איז ער באַרייט צו פֿיהרען די אַרבייטער אין אַ סטרייק? אויב יא, זאָל ער נעמען די לידערצעם. מיר וועלען שטעהן מיט די אַרבייטער, וואָס ער וועט פֿיהרען. מיר זאָגען דאָס מיט'ן גאַנצען האַרצען. אויב אָבער ער גלויבט, אז די יוניאָן איז אין סטרייק ניט אימשטאַנד איצט צו געהן, זאָל ער העלפֿען מאַכען שלום און באַרוהיגען די מאַ321סען. אַלץ איז אין זיינע הענט. זאָל ער געבען אַ קלאָרען ענטפֿער אין „פֿאָרווערטס".

אַלע האָבען געוואוסט, אַז די יוניאָן איז נישט אימשטאַנד צו סטרייקען, און אַלע האָבען געוואוסט, אַז הורוויטש קען נישט נעמען אויף זיך אַזאַ פֿאַראַנטוואָרטליכקייט. אַ גרויסער טייל פֿון די, וואָס האָבען זיך געפּאַקט אויף די מאַסשטינגען, האָבען זיך באַלד אויסגעניכטערט. אין דעם נעקסטען לייט-אַרטיקעל (מאָנטאָג, דעם 26טען יאנואַר) האָבען מיר ערקלערט דעם אונטערשייד צוויישען אַ פֿאַראַנטוואָרטליכער קערפֿערשאַפֿט פֿון געזעצליך אויסגעוועהלטע פֿאָרשטעהער און אַן אומפֿאַראַנטוואָרטליכער מאַסע, וואָס לויפֿט זיך צונויף אויף מאַסשטינגען, וועלכע ווערען אַדרעסירט פֿון פֿראָפֿעסיאָנעלע טומעל-מאַכער. מיר האָבען אַנגעוויזען אויף דער שעדליכער ראָלע פֿון דיזע טומעל-מאַכער, מענשען, וואָס זייער טשאַנס קומט נאָר דאַן, ווען עס מאַכט זיך עפּעס אַ „יאריד".

הורוויטש האָט אויף אונזער טשעלענדזש נישט געענטפֿערט, אָבער זיין שווייגען איז געווען אַזוי גוט ווי אַן ענטפֿער, אַז ער ענטזאַגט זיך צו פֿיהרען אַ סטרייק. דער דייטליכער שלום דערפֿון איז געווען, אַז מאַן מוז אויפֿהאַלטען דעם פּראָטאָקאָל.

אויף דעם דריטען לייט אַרטיקעל, וועלכער איז ערשינען דינסטאָג, דעם 27טען יאנואַר, איז דער איבערשריפֿט געווען: „עס וועט זיך אויספּרעסען".

10
„עס וועט זיך אויספּרעסען".

אין דעם אַרטיקעל ווערט געזאָגט דאָס פֿאָלגענדע אומגעפֿעהר: הורוויטש האָט ערקלערט פֿאַר אַ „פֿאָרווערטס" רעפּאָרטער, אַז אויף אונזער טשעלענדזש וועט ער נישט געבען קיין ענטוואָרט. וואָס איז אָבער מיט די קלאָוקמאַכער? דער גאַנצער ענין איז אין גרונד אַ שטימונגסזאַך. מיט אַ פֿאָר טעג צוריק זיינען די מאַסען געווען אויפֿגערעגט נעגען דער באַשלוס פֿון דער דזשאָינט באָאַרד אַנצונעמען הורוויטש'עס רעזיגנאַציע. אונזער איינדרוק אין דיזען מאָמענט איז, אַז די שטימונג האָט זיך322שוין געענדערט. דיזעלבע מאַסע, וואָס האָבען זיך שבת געפּאַקט אויף די מאַסשטינגען, זיינען איצט נעגונען צו אונטערשטיצען דעם באַשלוס פֿון דער דזשאָינט באָאַרד. דער קלאָוקמאַכער עולם וועט אינדאָרסירען די האַנדלונג פֿון זיינע אָרגאַניזירטע פֿאָרטרעטערס. די צוהיצטע געשרייען פֿון סתם מאַסשטינגען וועלען איננאַנדערט ווערען. אַזוי פֿיהלט זיך אין דיזען מאָמענט. מענשען, וואָס זיינען מיט אַ פֿאָר טעג פֿריהער געווען צוהיצט, רידיג היינט געלאַסען. עס וועט זיך אויספּרעסען.

דעם אויסדרוק „עס וועט זיך אויספּרעסען" האָב איך גענומען מאַקע פֿון דער שפּראַך, וועלכע ווערט געברויכט אין די קלאָוקשעפּער. ווען עס מאַכט זיך אַ קניטש אין דער וואָרע, און דער קניטש איז נישט קיין געפֿעהרליכער, זאָגט מען : „עס וועט זיך אויספּרעסען". אויף ענגליש ווערט דער דאָזיגער ווערטעל אויך געברויכט, אָבער זעהר ווייניג. און אויף אידיש, אַלס אַ פֿאָלקס-ווערטעל, איז דאָס דאַן אַבסאָלוט נישט געווען געברויכט. ווען דער אַרטיקעל איז ערשינען, האָט דער עולם די פֿראַזע גליַיך אויפֿגעכאַפּט. און אין מאַנכע שעפּער האָבען די פֿרעסערס, פֿרעסענדיג די וואָרע, צונויפֿגעזונגען : „עס וועט זיך אויספּרעסען".

איינמאָל איז צו מיר געקומען אַ קאָמיטע פֿון אַ קלאָוק-שאַפּ מיט אַ מאָדנער בקשה. איינער פֿון זייערע אַרבייטער, וועלכער זיי האָבען געברויכט מיט זיך, האָט אויפֿגעשריבען אַ ליד. אַלזאָ, זיינען זיי געקומען בעטען, אַלס פֿאָרשטעהער פֿון נאַנצען שאַפּ, אַז דאָס ליד זאָל זיין אָפּגעדרוקט אין „פֿאָרווערטס". דאָס ליד איז געווען אויף דער טעמע „עס וועט זיך אויספּרעסען". צו מיין באַדויערען, קען איך דעם מאַנוסקריפֿט אין דיזען מאָמענט נישט געפֿינען. איך געדענק אָבער דעם אינהאַלט. עס איז געגאַנגען אומגעפֿעהר אַזוי :

לאָמיר אַלץ פֿאַרגעסען,

עס וועט זיך שוין אויספּרעסען.

לאָמיר זיך צוקישען,

הורוויטש מעג שוין וויסען...

323די פֿערזען, ווי דער לעזער באַמערקט, זיינען געגרינדעט אויף דעם פֿאָלקס-ליד :

לאָמיר זיך צוקישען,

די מאַמע מעג שוין וויסען,

מיר האָבען דאָך שוין חתונה געהאַט...

אַנשטאָט „מיר האָבען שוין חתונה געהאַט", זיינען געווען אַנדערע ווערטער, וועלכע איך געדענק נים. איך געדענק אָבער, אַז זיי זיינען געווען ניט פֿון דעם דרוקבאַרען סאָרט. אָפּדרוקען די עטליכע שורות האָב איך דאַן געפֿונען פֿאַר נישט ראַטזאַם.

אַ פֿאָר יאהר שפּעטער האָט דער שוישפּילער לודוויג זאַטץ פֿאַרפֿאַסט אַ ליד מיט'ן זעלבען נאַמען, „עס וועט זיך אויספּרעסען".

אן אויסדרוק, אַ ווערטעל האָט אַמאָל אַן אומגעהויערע ווירקונג. אַזא ווירקונג האָט געהאַט דאָס ווערטעל „עס וועט זיך אויספּרעסען". מען האָט דאָס געזאָגט אין אַלע קלאָוק שעפּער, און מען האָט גערעדט און דעבאַטירט וועגען זיין אינהאַלט. דער געדאַנק איז געווען : „מאַלע וואָס מען האָט זיך געקריגט! מאַלע וואָס מען האָט זיך געקריגט! עס וועט זיך אויספּרעסען, און די יוניאן וועט זיין נאָך שטערקער ווי פֿריהער".

אין „פֿאָרווערטס" האָבען מיר פֿאָרטגעזעצט די אַגיטאַציע פֿאַר געזעצליכע פֿאַראַנטוואָרטליכע קערפֿערשאַפֿטען און געגענזאַץ צו „מאָב רול". מיר האָבען געדרוקט אַ באַריכט, צום ביישפּיל, איבער וועלכע די קעפּל איז געווען, „מעהר לאָקאַל-מיטינגען, און עקזעקוטיוו-מיטינגונגען, ווי מאַסס-מיטינגען". דעם 30טען יאנואַר האָבען מיר נאָך נעהאַט אַ לייט-אַרטיקעל מיט דעם פֿאָלגענדען אינהאַלט :

„זאָלען פֿאַרגעסען ווערען די עטליכע וואָכען פֿון ברודערקריג, זאָלען אַלע ווי איין מאַן אַרבייטען צוזאַמען צו שטאַרקען די יוניאן, פֿאַרריכטען איהרע פֿעלערען און צוגעוואוינען די אַרבייטער צו דיסציפּלין און לערנען זיי שעצען די אָרגאַניזירטע מאַכט פֿון דער יוניאן".

די לאַגע איז וואָס אַ טאָג געוואָרען בעסער, אַזוי אַז דעם324ערשטען אַפּריל האָבען מיר שוין אין „פֿאָרווערטס" באַריכטעט, אַז די עקזעקוטיוו קאָמיטע פֿון לאָקאַל 1, די שטאַרקסטע הורוויטש אָרגאַניזאַציע, האָט איינשטימיג אַנגענומען הורוויטש'עס רעזיגנאַציע. די הויפּט-גוואַרדיע פֿון הורוויטש'עס קאַמף האָט אויפֿגעגעבען די וואָפֿען, הייסט עס. דער שטורמדיגער קאַמף איז געווען פֿאַריבער.

אַלס נייעם טשיף קלוירק האָט מען עלעקטעד סידני הילמאַן, וועלכער האָט פֿריהער געצויגען אויפֿמערקזאַמקייט, אַלס דער פֿיהרער פֿון די מענער-שניידער אין שיקאַגאָ.*)

∗ ∗ ∗

איינער פֿון די אינטערעסאַנטסטע פּונקטען אין דער גאַנצער געשיכטע איז צו באַשטאַען אין פֿאָלגענדען : פּאָליטיש איז יצחק אייזיק הורוויטש, אַלס סאָציאַליסט, געווען פּונקט דער היפּוך פֿון רעוואָלוציאָניזם. ער איז געווען אַ סך קאָנסערוואַטיווער ווי מיר. ער איז געווען אַ מיטגליד פֿון דער פּראָגרעסיווער פּאַרטיי, אַ ניט-סאָציאַליסטישע פּאָליטישע אָרגאַניזאַציע, וועלכע איז געגרינדעט געוואָרען פֿון דעם געוועזענעם פּרעזידענט פֿון די פֿעראייניגטע שטאַאַטען, טעאָדאָר רוזוועלט, און גראַד דאַן איז הורוויטש געווען אַ קאָנדידאַט אויף קאָנגרעסמאַן אויף איהר טיקעט. אָבער אַלס טשיף קלוירק פֿון דער „אינטערנעשאַנעל", דאָ וואו עס האָט זיך פֿון אים גראַד געפֿאָדערט ניכטערקייט און מעסיגקייט, איז ער אַרויסגעטראָטען דורכאויס אַלס רעוואָלוציאָנער ; און אין דער „פֿאָרווערטס", וועלכער איז געבליבען טריַי דער סאָציאַליסטישער פּאַרטיי, איז געווען צו ווייניג ראַדיקאַל פֿאַר איהם.

הורוויטש איז געווען אַ קאַנדידאַט אויף דעם טיקעט פֿון רוזוועלט'ס פּאַרטיי אין הערבסט, 1913, דאָס הייסט, אין דעם רעכטען קאָך פֿון זיין קאַמף געגען דעם פּראָטאָקאָל און די325פֿיהרער פֿון דער קלאָוקמאַכער יוניאן. קיין רעגעלמעסיגע וואַהלען אויף קאַנערעסמאַן זיינען אין דעם דאָזיגען יאהר ניט געווען. אַזעלכע וואַהלען קומען פֿאַר אין די גראַד-יאהרען. עס האָט זיך אָבער געמאַכט אַ וואַקאַנס, און אויף דיזען וואַקאַנס האָט מען איהם נאָמינירט. ער האָט דאַן אַרויסגעלאָזען אַ צירקולער, אַ פֿראָקלאַמאַציע צו די קלאָוקמאַכער, בעטענדיג, אַז זיי זאָלען שטימען פֿאַר איהם.

די פֿיהרער פֿון דער יוניאן האָבען אין זייער אָפֿיציעלען אָרגאַן, „די פּאָסט", דאַן געדרוקט אַן ערקלערונג צו די לעזער, ווען זיי האָבען זיי דערמאָנט, אַז אויף דער פֿריהערדיגער קאָנ-ווענשאַן פֿון דער יוניאן איז באַשלאָסען געוואָרען אַפֿיציעל אַנצוערקענען די סאָציאַליסטישע פּאַרטיי און פֿאַר איהר צו שטימען. דאָס איז געווען ספּעציעל געווענדעט געגען הורוויטש'עס צירקולער. אין דעם זעלבען נומער איז אויך געווען אַ בריף פֿון דעם פֿרעזידענט פֿון דער יוניאן, אברהם ראָזענבערג, וואו אַלץ איז ערקלערט געוואָרען אָפֿען. ראָזענבערג ציהט אויפֿמערקזאַמקייט צום פֿאַקט, אַז די יוניאן קען נאָר אָנערקענען איין פּאַרטיי, און דאָס איז די סאָציאַליסטישע פּאַרטיי, און אַז הורוויטש האָט דעריבער קיין רעכט ניט צו אַדרעסירען אַזעלכע צירקולערס צו די מיטגלידער.

אינטערעסאַנט איז אויך דאָס פֿאָלגענדע : די טעמעני צייטונג, די „וואָרההייט", האָט אונטערשטיצט הורוויטש'עס רעוואָלוציאָנערע פּאָליסי אין דער קלאָוקמאַכער יוניאן, פּונקט ווי זי האָט אונטערשטיצט די רעוואָלוציאָנערע פּאָליסי אין דעם שניידער סטרייק. און דאָס האָט זי געטאָן גראַד אַ פֿאָר מאָנאַט נאָך דעם, ווי טעמעני האָט איהר אָפֿען באַשולדיגט פֿאַר איהר טריַיע טעמעני אַרבייט. (זי האָט אַרויפֿגעשטעלט אויף דער ליסט פֿון אָפֿיציעלע טעמעני צייטונגען, וועלכע האָבען באַקומען ספּעציעלע שטאַטס-אַדווערטייזמענטס מיט אַ פֿעטען געצאָהלט.)

וועגען הורוויטש'עס עהרליכקייט איז ביי קיינעם קיינמאָל קיין פֿראַגע ניט געווען. אין אַלע אונזערע אַרטיקלען האָבען מיר וועגען איהם גערעדט מיט רעספּעקט, אַלס עהרליכער, געבילדעטער און זעהר פֿעהיגער מאַן. מיר האָבען אָבער אָנגעוויזען אויף326זיינע טאַקטישע פֿעלערען, און די צייט האָט אונזער מיינונג באַשטעטיגט, פּונקט ווי זי האָט באַשטעטיגט אונזער מיינונג אין באַצוג צו דעם שניידער סטרייק.

11
בענדזשאַמין שלעזינגער און מאַריס זיגמאַן איינשטימיג ערוועהלט אַלס פּרעזידענט און סעקרעטערי-טרעזשורער פֿון דער קלאָוקמאַכער יוניאן.

דעם 13טען דושון איז אין דער שטאַדט קליוולאַנד פֿאָרגעקומען אַ קאָנווענשאָן פֿון דער אינטערנעשאַנעל לײדיס גאַרמענט וואירקערס יוניאן, דאָרטען איז פֿאָרגעקומען די הורוויטש פֿראַגע, און פֿילע רעדעס זיינען געהאַלטען געוואָרען. די מייסטע פֿון די רעדעס זיינען געווען אַ קרעפֿטיגער אויסדרוק געגען הורוויטש'עס פּאָליסי. עס איז פֿאָרגעשלאָגען געוואָרען אַ רעזאָלוציע, וואו מען האָט מיט שאַרפֿע ווערטער זיך אויסגעשפּראָכען געגען הורוויטש'עס טאַקטיק אין דער יוניאן. מען האָט איהם באַשולדיגט, אַז ער האָט געשאַפֿען רייסעריען און צאַנקעריען, וועלכע האָבען די יוניאן געבראַכט צו דער שוועל פֿון פֿאַרניכטונג. בענדזשאַמין שלעזינגער, וועלכער איז געווען אַ דעלעגאַט, האָט פֿאָרגעשלאָגען אַן אַמענדמענט, די שאַרפֿע ווערטער פֿון דער רעזאָלוציע אַרויסצונעמען. דער אַמענדמענט איז אַנגענומען געוואָרען איינשטימיג. דער עיקר אָבער, די געגנערישע שטעלונג צו הורוויטש'עס פּאָליסי, איז געבליבען. ווען עס איז געקומען צו דער אָפּשטימונג, האָט אַן אומגעהויערע מאַיאָריטעט גע-שטימט געגען הורוויטש'עס פּאָליסי. די רעזאָלוציע איז אָנגענומען געוואָרען מיט 106 שטימען געגען 29. אויף דערזעלבער קאָנווענשאָן איז איינשטימיג אָנגענומען געוואָרען אַ רעזאָלוציע, וועלכע פֿאַרבאָט אירגענד וועלכען בעאַמטען פֿון דער יוניאן צו זיין אַ קאַנדידאַט אויף אַ קאַפּיטאַליסטישען טיקעט. דאָס איז, נאַטירליך, געווען געצילט געגען הורוויטש'עס קאַנדידאַטור אין דער פֿראָגרעסיווער פּאַרטיי.

אויף דערזעלבער קאָנווענשאָן איז איינשטימיג אָנגענו327מען געוואָרען אַ צוטרויאונגס-רעזאָלוציע צו מאיר לאַנדאַן. עס איז באַשטימט געוואָרען איהם ספּעציעל איינצולאַדען צו קומען צו דער קאָנווענשאַן, און ווען ער איז געקומען, האָט מען איהם אויפֿגענומען מיט אַ שטורמישער אָוואַציע. דאָס אַלץ האָט געהאַט אַ שייכות צו דעם פֿאַקט, אַז הורוויטש האָט געצוואָונגען לאַנדאַן'ען צו רעזיגנירען פֿון דער יוניאן אַלס לאָיער.

די קאָנווענשאַן האָט זיך געשלאָסען מיט דעם, וואָס מען האָט איינשטימיג ערוועהלט בענדזשאַמין שלעזינגער אַלס פּרעזידענט און מאַריס זיגמאַן אַלס סעקרעטערי-טרעזשורער פֿון דער יוניאן.

12
דער פֿאָלקס קאָלעדזש.

אין 1914 האָט דער „פֿאָרווערטס" אָנגעפֿאַנגען אַ נייע „פֿיטשור" אונטער דעם נאָמען „דער פֿאָלקס קאָלעדזש". דאָס איז געווען אַן אָפּטיילונג פֿאַר פּאָפּולערע וויסענשאַפֿט. צום ביישפּיל : ד"ר. חיים ספּיוואַק האָט געשריבען אַ סעריע פּאָפּולערע אַרטיקלען, אונטער דעם נאָמען „קאַפּיטעלעך פֿיזיאָלאָגיע", מ. באַראַנאָוו האָט בײַגעטראָגען אַ סעריע אונטער דעם נאָמען „אַסטראָנאָמיע", ה. ראָגאָף — אַ סעריע אַרטיקלען איבער „סיוויקס" (ערקלערונגען וועגען דער אַמעריקאַנער קאָנסטיטוציע און דעם מעכאַניזם פֿון דער אַמעריקאַנער רעגירונג).

איך האָב פֿאַר דיזער אָפּטיילונג געשריבען צוויי סעריעס וועגען דער שפּאַנישער אינקוויזיציע, אַ סעריע וועגען דעם לעבען פֿון ברוך שפּינאָזא, און אַ סעריע איבער דראַמאַטישע פֿאַסירונגען אין דער רוסישער היסטאָריע, — קאַפּיטעלעך פֿון דער צייט פֿון איוואַן דעם שרעקליכען, און פֿון דער צייט נאָך זיין טויט, און דעם טויט פֿון זיין בן-יחיד דמיטרי, ווען עס האָבען זיך באַוויזען „פֿאַלשע דמיטריס". (די לעצטע סעריע האָב איך איבערגעדרוקט פֿון דער „אַרבייטער צייטונג", וואו איך האָב זיי פֿאַרעפֿענטליכט אין 1895).

די אָפּטיילונג האָט געהאַט אַ גרויסען ערפֿאָלג.

13
זיגמונד מאָגולעסקאָ, דער שוישפּילער, דערצעהלט זיין לעבענסגעשיכטע אין „פֿאָרווערטס".

328דעם 13טען יאנואַר, 1914, האָט דער גרויסער שוישפּילער זיגמונד מאָגולעסקאַ אָנגעפֿאַנגען צו דרוקען זיין לעבענס-געשיכטע אין „פֿאָרווערטס". ער פֿלעגט קומען צו אונז אין רעדאַקציע, און איך פֿלעג מיט איהם פֿאַרברענגען אַ פֿאָר שטונדען. ער פֿלעגט מיר דערצעהלען, און איך פֿלעג פֿאַרצייכענען. איך פֿלעג איהם שטעלען פֿראַגען, און וועלכע ער פֿלעגט ענטפֿערען. מיר פֿלעגען זיך פֿאַרנאַנדערשמועסען וועגען די אַלטע צייטען ; און אַמאָל אויך וועגען היינטיגע. פֿון דעם פֿלעג איך צוזאַמענשטעלען דעם נעקסטען אַרטיקעל. (געענדיגט זיין לעבענס-געשיכטע האָב איך אָבער ניט. דאָס האָט געטאָן דער מיטאַרבייטער פֿון „פֿאָרווערטס" לעאָן גאָטליב.) איך בין מיט מאָגולעסקאַ'ן באַקאַנט געווען שוין פֿילע יאהרען, אָבער קיינמאָל האָב איך מיט איהם אַזוי אָפֿט ניט פֿאַרבראַכט אין אַזעלכע אינטימע פֿריוואַטע געשפּרעכען. איך האָב זיך גע-פֿיהלט, אַז איך קום נעהנטער צו דעם אינערליכען מאָגולעסקאַ.

אַלס שוישפּילער, האָב איך איהם אימער פֿאַרגעטערט, און איך האָב אימער פֿון די ערשטע טעג אָן וואָס ער האָט זיך באַוויזען אין ניו יאָרק—אין דעם יאהר 1886—געוואוסט, אַז דער פּערזענליכער מאָגנעטיזם, וואָס ער באַזיצט, שפּילט אַ גרויסע ראָלע אין זיין קינסטלערישער קאַריערע. אַן אומגעהויערען טאַלאַנט האָט ער געהאַט, דעם גרעסטען פֿון אַלע, — מאָגולעסקאַ. אַן און פֿאַר זיך, גאַנץ אָפּגעזעהן פֿון זיין חן. אַ וואונדער-באַרע אײַנבילדונגס-קראַפֿט האָט ער באַזעסען, און אויך אַ מוזיקאַלישען געשמאַק אַ געבאָרענעם. און דער מוזיקאַלישער געשמאַק איז געווען אַ טייל פֿון זיין קינסטלערישער קראַפֿט. אַלץ איז נעגאַנגען צוזאַמען מיט זיין געבאָרענער אײַנבילדונגס-קראַפֿט, מיט זיין געבאָרענער פֿאַנטאַזיע. אָבער דאָס אַלץ צוזאַמען איז געווען באַ'טעם'ט מיט יענעם חן זיינעם, מיט וועלכען ער האָט פּשוט געצויגען הערצער צו זיך. אין גרונט האָט יעדער גרוי329סער קינסטלער אַ געוויסע מאָס פֿון פּערזענליכען חן אין זיך, ווען ער געפֿינט זיך אויף דער ביהנע. עס איז, אייגענטליך, שווער אָפּצוטיילען דיזע צוציהונגס-קראַפֿט פֿון דער צוציהונגס-קראַפֿט, וועלכע שטאַמט פֿון אַ ריין-קינסטלערישען טאַלאַנט. און ווען מען באַטראַכט די זאַך גוט, איז, אייגענטליך, שווער צו באַשטימען, וואָס דאָס איז אַזוינס קינסטלערישער חן. שווער ביהנע'דיגען חן אָפּצוטיילען פֿון טאַלאַנט. ווי די מעשה איז, זעלטען ווען אַ קינסטלער אויף דער ביהנע עס באַזיצט אַזא סאָרט טאַלאַנט, וועגען וועלכען דאָס וואָרט חן רייסט זיך אויף די ליפּען, אַזוי ווי דאָס איז געווען אין דעם פֿאַל פֿון מאָגולעסקאַ.

נאָך אַ זאַך, פֿאַראַן אַקטיאָרען, וועלכע ווערען אַזוי אַריַנגעצויגען אין דער פּראָפֿעסיע, אַז עס איז ניט לייכט אָפּצושיידען דעם שוישפּילער פֿון דעם פּריוואַטען מענשען. אין זייער פּריוואַטע לעבען רידען זיי אויך מעהר אָדער ווייניגער אויף אַ שוישפּילערישען שטיינער. זיי רידען אַזוי און האַלטען זיך אַזוי. עס זיינען, נאַטירליך, פֿאַראַן אויסנאַמען, און מאָגולעסקאַ איז געווען איינער פֿון די דייטליכסטע אויסנאַמען אין דיזער הינזיכט. אין דער גאַנצער רייהע געשפּרעכען, וועלכע איך האָב מיט איהם געהאַט אין אונזער אָפּיס, איז ער געווען אַ גאַנץ אַנדערער, ווי אויף דער ביהנע, אָדער זאָגאַר ווי הינטער דער ביהנע. ער האָט אויף מיר געמאַכט אַן איינדרוק, ווי אַ גאַנץ איינפֿאַכער, מילדער, זעהר סימפּאַטישער און אַבסאָלוט פּרעטענציעלאָזער מענש. מיט אַנדערע ווערטער, אַלס פּריוואַט מענש, האָט ער אויך געהאַט אַ חן אין זיך אַ חן, הגם דער חן איז געווען פֿון אַ גאַנץ אַנדער סאָרט ווי דער מאַגנעטיזם, וועלכער איז געווען אַ טייל פֿון זיין גרויסער קונסט. אויף דער ביהנע פֿלעגט ער ווערען אַ גאַנץ אַנדער מענש.

איינמאָל, נאָך אַ סעריע וויזיטען, וואָס ער האָט געמאַכט צו מיר אין אָפּיס, ווען איך האָב געשריבען זיין לעבענס-געשיכטע, האָב איך איהם געזעהן אין טהעאַטער, אין אַ ראָלע. איך געדענק ניט, וואָס פֿאַר אַ פּיעסע דאָס איז געווען, איך גע330דענק אָבער גאַנץ דייטליך, ווי איך בין געווען ערשטוינט, ווען ער איז אַרוים אויף דער ביהנע. דאָס געזיכט איז, נאַטירליך, געווען דאָסזעלבע, די שטימע דיזעלבע, דער גרים האָט איהם נאַרנישט געשטערט דערבי, און דאָך איז דאָס געווען אַ גאַנץ אַנדער מענש. אַזוי ווי אַ כשוף וואָלט איהם פֿאַרוואַנדעלט אין אַנאַנדער באַשעפֿעניש.

עס איז איבעריג צו זאָגען, אַז זיין נאָמען איז געווען אומגעהויער פּאָפּולער, און אַז זיין לעבענס-געשיכטע האָט געצויגען אַ סך אויפֿמערקזאַמקייט. (זעה 2-טען באַנד, פּידזשעס 379-382 און אויך אין 3-טען און 4-טען באַנד).

14
מאַריאַ שקאַלניק אין „פֿאָרווערטס".

אַרום דערזעלבער צייט האָט אונזער אָפּיס באַזוכט די סאָציאַליסטין-רעוואָלוציאָנערין מאַריאַ שקאַלניק, וועלכע האָט געשאַסען אויף דעם גובערנאַטאָר פֿון טשערניגאָוו. זי איז געווען אַ ליטווישע אַרבייטער מיידעל מיט שוואַרצע אויגען פֿול מיט נערוועוזען לעבען. זי האָט פֿאַר אונז געשריבען די געשיכטע פֿון איהר מוטיגער טאַט.

דעמזעלבען מאָנאַט האָב איך באַזוכט באַסטאָן, וואו איך בין געווען איינגעלאַדען צו האַלטען לעקטשורס (אין ענגליש) איבער דער אַמעריקאַנער ליטעראַטור פֿאַר דעם סענטשורי קלאָב. זיינענדיג דאָרטען, האָב איך אויך געהאַלטען אַ פֿאָרטראָג אויף אידיש פֿאַר דעם דאָרטיגען אידישען ברענטש פֿון דער סאָציאַליסטישער פּאַרטיי.

15
דער טויט פֿון דעניעל דעליאַן.

דעם 10טען מאַי, 1914, איז געשטאָרבען דעניעל דעליאַן, דער אַמאָליגער פֿיהרער פֿון אונזער באַוועגונג, וועגען וועלכען עס ווערט גערעדט אין דעם דריטען באַנד פֿון דיזען ווערק אין331פֿאַרשידענע שטעלען, ספּעציעל אין דעם 11טען קאַפּיטעל, וועלכער טראָגט דעם נאָמען „דעליאַניזם" (פּידזשעס 378-421).

אין יענעם קאַפּיטעל קען דער לעזער זעהן דייטליך צוויי זאַכען : ערשטענס, אַז דעליאַן איז געווען זעהר אַ פֿעהיגער און ענערגישער מאַן, און אַז אין דער סאָציאַליסטישער באַוועגונג פֿון אַמעריקא איז ער געווען אַ גרויסע קראַפֿט ; און צווייטענס, אַז מיט זיין פּערזענליכען כאַראַקטער, באַגריפֿען און טאַקטיק האָט ער אונז געטאָן אַ סך מעהר שאָדען, ווי גוטס. ער האָט אַרײַנגעבראַכט די גיפֿט פֿון ברודער קאַמף, פֿון אינטריגעריי און האַס, וועלכע האָט די באַוועגונג צובראַכען. זי האָט איהר צו-בראָכען איינוויניג און אונמעגליך געמאַכט פֿאַר איהר צוזוקומען נאָהענטער צו די אַמעריקאַנער אַרבייטער-מאַסען. דער רעזולטאַט איז געווען, אַז ער איז געבליבען כמעט איינזאַם מיט אַ גאַנץ קליינער הויפֿעלע אַרום זיך. ער האָט געשפּאַלטען און געשפּאַל-טען, און אין דעם לעצטע, וואָס איז געבליבען אַרום איהם, האָט ער אויך צושפּאַלטען.

ביי אַ קבר דערמאַנט מען זיך אָן דעם אַלטען רוימישען כלל, אַז וועגען אַ טויטען זאָל מען זאָגען ענטוועדער גאָרנישט אָדער נאָר גוטס. דעמזעלבען כלל האָבען מענשען, וועלכע האָבען פֿון דעם רוימישען פּרינציפּ קיינמאָל ניט געהערט. ווען מען שטעהט ביי אַ קבר, גלוסט זיך דערמאַנען נאָר די גוטע זאַכען, וואָס דער געשטאָרבענער האָט געטאָן. דער „פֿאָרווערטס" האָט פֿאַרנומען אַ סך פּלאַץ מיט דעליאַן'ס טויט, און אַלץ איז געזאָגט געוואָרען אין אַ טאָן פֿון רעספּעקט, פֿריינדליכקייט און באַדויערען. ווען עס איז אָנגעקומען די נאַכריכט, אַז דעניעל דעליאַן איז טויט, האָבען מיר אויף דער מינוט ווירקליך פֿאַרגעסען זיין אומ-גערעכטע האַנדלונג צו אונז, די גיפֿטיגע אַטאַקעס, וואָס ער פֿלעגט מאַכען. מיר האָבען געזעהן דעם גרויסען, ניט הויכען מאַן מיט דעם שפּאַנישען געזיכט, מיט זיין גרויסען און פֿעהיגען קאָפּ. מיר האָבען אַזוי ווי געהערט זיינע גלענצענדע רעדעס און לעקטשורס. מיר, זיינע געגנער, די וואָס ער האָט פֿאַרפֿאָלגט, האָבען אַראָפּגענומען די היטלען פֿאַר זיין אָנדענקען.

16
אַ מאָרד בלבול אויף דער אינטערנעשאַנאַל לײדיס גאַרמענט וואירקערס יוניאן. — אַ שומרי שבת באַוועגונג. — אַ סקעב-אַגענטור. — בעיל. — מאַריס זיגמאַן ביי דער קליוולענדער קאָנווענשאַן.

332יענעם יאהר (1914) איז אין דער „אינטערנעשאַנעל" פֿאָרגעקומען אַ גאַנץ אונגעוואוהנליכע פֿאַסירונג. אַכט מיטגלידער פֿון דער יוניאן האָט מען באַשולדיגט אין ערשטען גראַד מאָרד — אַ באַשולדיגונג, וועלכע איז געווען געצילט געגען דער גאַנצער אָרגאַניזאַציע. דורך דעם דאָזיגען מאָרד-פּראָצעס האָט מען גע-האָפֿט איהר צו פֿאַרניכטען.

די קלאַגע איז געווען אַן אומגעלומפּערטער בלבול, צונגע-טראַכט און אָרגאַניזירט פֿון דער יוניאן'ס פּראָפֿעסיאָנעלע שונאים. פּראָפֿעסיאָנעלע, ווייל דער, וואָס האָט אין דער קאָנספּיראַציע געשפּילט די צענטראַל-ראָלע, איז געווען איינער ביי וועמען יוניאַן-ברעכעריי איז געווען אַ פּראָפֿעסיע. דאָס איז געווען אַ איד מיט'ן נאָמען סולקעס און זיין ביזנעס איז געווען אַ נאָכוועהעניש פֿון דעם אויבען-געשילדערטען ברודער-קריג אין דער אינטערנעשאַנעל.

די דירעקטע און ערשטע אורזאַכע, וואָס האָט געפֿיהרט דער-צו, איז געווען די שבת-פֿראַגע. די גרויסע מאַנופֿעקטשורערס (פֿאַבריקאַנטען), מיט וועלכע די יוניאן האָט געסעטעלט, האָבען זיך ענטזאַגט אין זייערע „אינסייד שעפּער" (דאָס הייסט, די גרויסע שעפּער, וואָס זיי האָבען געפֿיהרט ביי זיך אַליין) צו באַשעפֿטיגען אזעלכע אַרבייטער, וואָס קומען נישט שבת. פֿאַר זיי איז דאָס אַ שטערונג, האָבען זיי ערקלערט.

צוויינגען דיזע מאַנופֿעקטשורערס אַריינצונעמען „שומרי-שבת" אין די יוניאן ניט געווען אין שטאַנד. פֿאַר די דאָזיגע פֿרומע מיטגלידער איז געבליבען צו זוכען דזשאַבס אין קליינע קאָנטראַקטע שעפּער, וואו אַנשטאַט שבת האָט מען געאַרבייט זונ-טאָג. זיי האָבען אָבער דוקא געוואָלט אַרבייטען אין די גרויסע333מאָדערנע, מיט עלעקטריק-צוגעריכטע פּלעצער, וואו אַלץ איז גע-ווען באַקוועמער, ליכטער און אַנגענעמער.

פֿון דעם ברודער-קאַמף איז אין מאַנכע הערצער איבערגעבליבען אַ „נאָכגעשמאַק" און דאָס האָט זיך איצט צונויפֿגעמישט מיט דער אונצופֿרידענהייט פֿון דיזע רעליגיעזע מיטגלידער.

דער פֿאַקט איז, אַז אַ מאַיאָריטעט פֿון די פֿרומע קלאָוקמאַ-כער האָבען גאָר אַליין ניט געוואָלט אַרבייטען אין די מאָדערנע קלײדער-פֿאַבריקען. אין קליינע, פֿאַרלעטערטע שעפּער אויף דער איסט סייד, וואו די קאָנטראַקטאָרס זיינען געווען פֿאַרצײ-טיגע אידען און וואו אַלץ איז צוגעגאַנגען אויף אַן אַלט-מאָדישען היימישען שטייגער, האָבען זיי זיך געפֿיהלט אַ סך בעסער. אָבער דאָס האָט סולקעס'ען ניט צוריקגעהאַלטען פֿון די פֿלענער, וועל-כע די אונצופֿרידענע שומרי-שבת האָבען אין איהם אויפֿגעוועקט. ער האָט דערזעהן אַ גוטען חשבון פֿאַר זיך : מאַכען טראָבעל דער יוניאן.

קורץ, ער האָט אָרגאַניזירט אַ שומרי-שבת „באַוועגונג" גע-גען דער אָרגאַניזאַציע. מיט אַנדערע ווערטער, פֿון די אונצו-פֿרידענע שומרי-שבת האָט ער געשאַפֿען אַ סקעב*) פֿאַרבאַנד. און פֿון דעם האָט איז ביי איהם אַרויסגעקומען אַ רעגעלמעסיגע סקעב-אַגענטור. אָבער דאָס איז ניט געווען אַלץ. רייכע פֿאַרברביקאַנטען האָבען איהם אויפֿגעהאַלטען אַלס אַן אַלגעמיינעם מיטעל צוצו-ברעכען די יוניאן.

מיט דער סקעב-אַגענטור האָט סולקעס זיך ניט באַגנוגנט. ער האָט אויך געזוכט אַנדערע וועגען צו שעדיגען דער יוניאן. ער איז געווען אַ גרויסער סקימער. איהם איז, צום ביישפּיל, איינגעפֿאַלען, אַז ער וועט אפֿשר קענען אַרויסרופֿען גענוגזאַמע אומצופֿרידענהייט צו דער „אינטערנעשאַנעל" ביי איינפֿלוסרייכע אידישע מיליאָ-נערען, וועלכע האָבען מיט דעם קלאָוק טרייד קיין שייכות ניט געהאַט. ער האָט זיך געזעהן מיט דזשייקאָב שיף'ען, דעם גרוי334סען אידישען מיליאָנער און כּלל-טוער. ער האָט מיט איהם גע'מענה'ט, אַז די יוניאָן-פֿיהרער זײַנען אַטעאיסטען, אַז זיי גראָבען אונטער די רעליגיע בײַ די אידישע מאַסען.

דזשייקאַב שיף האָט דאַן וועגען דעם ענין געשריבען צו דער יוניאָן און אײַנגעלאַדען איהרע פֿאַרשטעהער צו קומען צו איהם זיך דורכריידען. ה. קלינמאַן, י. האַלפֿערן, דזשולעיום וואָולף און מ. זיגמאַן זײַנען געווען די יוניאָן-פֿאַרשטעהער, וועלכע האָבען איהם דאַן באַזוכט. נאָכדעם ווי שיף האָט אויסגעהערט זייער צד און ער איז באַקאַנט געוואָרען מיט דעם אמת'ן כאַראַקטער פֿון סולקעס'עס טעטיגקייט, האָט ער דעם יוניאָן-ברעכער שוין מעהר ניט צוגעלאָזען צו זיך.

סולקעס האָט געזוכט אַנדערע מיטלען דער יוניאָן שאַדען צו טאָן. אַזוי זוכענדיג און אַקערענדיג איז ער אַרויפֿגעקומען אויף אַ טראַגישען צופֿאַל, וועלכער איז פֿאָרגעקומען אין דער צײַט פֿון דעם גרויסען קלאָוק סטרײַק אין יאָהר 1910.

ווי דער שטײַגער איז אין אַ סטרײַק, האָט די קלאָוקמאַכער יוניאָן דאַן אָרגאַניזירט אַ פֿיקעט קאָמיטע (אַ קאָמיטעט, וואָס גיט אַכטונג אַז סקעבס זאָלען ניט טאָן די אַרבייט פֿאַר די באַלעבאַטים, ביי וועמען מען סטרײַקט). מיטגלידער פֿון אַזאַ קאָמיטע שטעהען אויף דער וואַך אַרום די פֿעקטאָריס, און אויב זיי זעהען אַ סקעב, ריידען זיי מיט איהם און זעהען איהם צו באַאיינפֿלוסען.

אַלס פֿאָרזיצער פֿון דער אַלגעמיינער פֿיקעט קאָמיטע האָט די יוניאָן באַשטימט מאָריס זיגמאַנ'ען, וועלכער איז דאַן שוין געווען איינער פֿון איהרע וויכטיגע פֿיגורען. זיין אָפֿיס איז געווען אין 85 4טע סטריט, לעבען דער 2טער עוועניו.

אָפֿט, אין אַ סטרײַק, גרינדען די באַלעבאַטים שעפֿער אין אַנדערע ערטער, אין קליינע שטעדטלאַך, וואו זיי זיינען פֿריי פֿון דער יוניאָן'ס וואַכער אויג. ווען די יוניאָן דערוויסט זיך פֿון אַזא פֿלאַץ, שיקט די פֿיקעט קאָמיטע אַהין איהרע מענשען. אַזוי איז אויך געווען אין דעם קלאָוקמאַכער סטרײַק פֿון 1910. איינער פֿון די ערטער, וואו מען האָט געטאָן סקעב-אַרבייט פֿאַר ניו יאָרקער קלאָוק-מאַנופֿעקטשורערס איז געווען פֿעטשאָג, לאָנג אײַלענד, אַ שטעדטעלע, וועלכע ליגט וויניגער ווי צוויי שעה רייזע335פֿון ניו יאָרק. האָט מאָריס זיגמאַן אַהין אַוועקגעשיקט דרײַ פֿון זײַנע פֿיקעטס — סינגער'ן, ווערדינגער'ן און האָלצער'ן. דער רעזולטאַט איז געווען, אַז די דאָרטיגע סקעבס האָבען אַוועקגעלייגט די אַרבייט און זיך אומגעקערט קיין ניו יאָרק צוזאַמען מיט זיגמאַנ'ס שלוחים. די דרײַ פֿיקעטס האָבען זיי געבראַכט אין זיגמאַנ'ס אָפֿיס, וואו ער האָט פֿאַר זיי געהאַלטען אַ רעדע וועגען דעם קאַמף, וואָס די יוניאָן פֿיהרט אָן אין די אינטערעסען פֿון אַלע אַרבייטער פֿון דעם פֿאַך, און ווי ניט-שעהן דאָס איז, ווען אַן אַרבייטער געהט געגען זײַנע ברידער און געגען זיך אַליין.

די רעדע איז געווען אַ פֿריינדליכע און די געוועזענע סקעבס זײַנען צוגעשטאַנען צו די סטרײַקער.

דער טראַגישער צופֿאַל האָט געטראָפֿען דעמזעלבען טאָג, ווען מען האָט פֿון פֿעטשאָג געבראַכט די געוועזענע סקעבס. אַ קלאָוקמאַכער, מיטן נאָמען לייבאָוויטש, האָט, געהענדיג פֿון די טרעפּ פֿון דער הויפּטקוואַרטיר, זיך אויסגעגליטשט און געפֿאַלען אויף הינטען, און דערבײַ האָט זיין קאָפּ זיך שטאַרק אָפּגעשלאָגען אָן אַן אייזערנעם טרעפּעל. מען האָט איהם גענומען אין אַ האָספּיטאַל און אין אַ פּאָר טעג אַרום איז ער געשטאָרבען. באַשולדיגען אימעצען אין זיין טויט איז דאַן קיינעם ניט אײַנגעפֿאַלען.

איצט אָבער, — אין פֿיר יאָהר אַרום — האָט סולקעס'ען זײַנער אַ „מיטקעמפֿער" דערצעהלט די אַלטע געשיכטע, און אַנגעוויזען אויף די „מעגליכקייטען", וואָס זי ענטהאַלט, און פּלוצלונג האָט זיך געפֿונען אַן עדות, וואָס האָט „אַליין געזעהן" ווי זיגמאַן האָט לייבאָוויטש'ען געשלאָגען מיט אַן אייזען איבער'ן קאָפּ. קורץ, די גרענד דזשורי האָט אַרויסגעבראַכט אַן אינדײַטמענט (באַשולדיגונגס-אַקט) און מען האָט אַרעסטירט זיגמאַנ'ען, די דרײַ פֿיקעטס, וואָס זײַנען געפֿאָרען אין פֿעטשאָג און נאָך פֿיר מיטגלידער פֿון דער יוניאָן: זיגמאַנ'ס סעקרעטער, אַשפֿיטץ, סאָל מעטץ, דזשולעיום וואָולף און מאָריס סטופֿניקער.

מען האָט אין דער יוניאָן געזאַמעלט אַ פֿאַרטיידיגונגס-פֿאָנד. די מיטגלידער האָבען זיך אָפּגערופֿען מיט דער פֿולער האַנד, וואָ336רים דער ניט-געשטויגענער בלבול איז געווען דײַטליך און די ענטעריסטונג איז געווען גרויס. אינטערעסאַנט איז, אַז מאָריס רובין, דער „רעוואָלוציאָנער" פֿון „אָטאָ-אימאַנציפּאַציע", האָט זיך נעשטעלט געגען די קאָלעקשאַנס.

ווען די אַכט קלאָוקמאַכער זײַנען אָפּגעזעסען אין די טאָמס*) נײַן וואָכען, האָט מאָריס הילקוויט, דער לאָיער פֿון דער יוניאָן, געפּועלט בײַ אַ ריכטער, אַז מען זאָל זיי אַרויסלאָזען אויף בעיל (אַ געלט משכּן, ערבות) ביז דעם פּראָצעס.

אַז אַ מענשען, וואָס איז באַשולדיגט אין מאָרד פֿון ערשטען גראַד זאָל מען אַרויסלאָזען אויף בעיל איז אַ גאַנץ אונגעוועהנליכע זאַך. הילקוויט'ס הויפּט אַרגומענט איז באַשטאַנען אין פֿאָלגענדען: די אַכט באַשולדיגטע שטעהען דאָ ניט אַלס פֿריוואַט מענשען, נאָר אַלס מיטגלידער פֿון איינער פֿון די גרעסטע יוניאָנס אין אַמעריקאַ, און די באַשולדיגונג איז ניט אויף זיי פּריוואָט, נאָר אויף זיי אַלס פֿאַרשטעהער פֿון דער יוניאָן. און זייער יוניאָן איז אַ טייל פֿון דער גאַנצער אַרבייטער באַוועגונג פֿון אַמעריקאַ. צווייטענס, איז זייער יוניאָן אַ טייל פֿון אַ מערקווירדיג ענטוויקעלטען געזעלשאַפֿטליכען לעבען, וואָס די אימיגראַנטען האָבען אויפֿגעבויט. אַרום דער יוניאָן שטעהען וויכטיגע אָנגעזעהענע מענשען און צוזאַמען מיט דער יוניאָן זײַנען זיי פֿאַראינטערעסירט, אַז די אַכט אַרעסטירטע זאָלען האָבען אַ מעגליכקייט צו באַווייזען זייער אונשולד. אַז זיי זאָלען אַנטלויפֿען, אויב זיי וועלען אַרויסגעהן אויף בעיל, איז דעריבער ניטאָ קיין שום געפֿאַהר. דעם דאָזיגען אַרגומענט האָט דער ריכטער (דזשאָדזש גאָף) אָנגענומען.

מיר האָבען אויבען געזעהן, ווי אויף דער קאָנווענשאָן פֿון דער „אינטערנעשאַנעל" אין קליוולענד איז מאָריס זיגמאַן ערוועהלט געוואָרען סעקרעטערי-טרעזשורער (שאַצמייסטער) פֿון דער יוניאָן. ער איז אַהין געקומען גלייך נאָך דעם, ווי ער איז אַרויס אויף בעיל. פֿון די טאָמס איז ער געגאַנגען ניט אַהיים, נאָר די337רעקט אויפֿ'ן באַהן. מיט דעם נעקסטען צוג איז ער אַוועקגעפֿאָהרען קיין קליוולענד.

עס איז איבעריג צו זאָגען, אַז די דעלעגאַטען האָבען איהם אויפֿגענומען מיט אַ וואַרימהערציגער אָוואַציע.

גלייך נאָך דעם קאָנווענשאָן האָבען די אַכט קלאָוקמאַכער זיך געמוזט אומקערן אין די טאָמס, וואָרים מען האָט געמיינט אַז גלייך פֿאַנגט זיך אָן זייער פּראָצעס. דער טריעל איז אָבער אָפּגעלייגט געוואָרען און אָפּגעלייגט געוואָרען. אַזוי האָט זיך דאָס פֿאַרצויגען אויף נאָך צעהן וואָכען, און די אַכט יוניאָן-לייט זײַנען נאָך אַלץ געזעסען.

17
דער טריעל (פּראָצעס).

דער טריעל האָט זיך אָנגעהויבען ענדע אױגוסט און האָט געדויערט דרײַ וואָכען. איך בין געווען אין קאָורט יעדען טאָג. אַ חוץ הילקוויט'ען זײַנען געווען אָנגעשטעלט נאָך פֿיר לאָיערס: דער געוועזענער ריכטער אָלקאָט, אײַב ליוויי (איינער פֿון די וויכטיגסטע קרימינאַל לאָיערס אין ניו יאָרק), מאיר לאָנדאָן און מאַקס לעווין. הילקוויט האָט אויפֿ'ן טריעל געהאַלטען די עפֿענונגס-רעדע, אין וועלכער ער האָט אויף אַ ווירקליך מייסטערהאַפֿטען אופֿן געגעבען אַן אַלגעמיינעם סך-הכל פֿון דער פֿאַרטיידיגונג. דעם קרייץ-פֿאַרהער האָט געפֿירט אײַב ליוויי און די שלוס-רעדע, עקס-דזשאָדזש אָלקאָט. זיי זײַנען אויך געווען גלענצענד, און יעדער האָט געקענט זעהן, אַז זיי, אַזוי ווי הילקוויט, זײַנען טיף איבערצײַגט אין דער אונשולד פֿון זייערע אַכט קליענטען; אַז די פֿאַראַכטונג וואָס זיי האָבען אַרויסגעוויזען צו די עדות פֿאַר דער באַשולדיגונג איז ניט קיין געמאַכטע, נאָר אַ טיף אויפֿריכטיגע.

איינעם פֿון די אַכט — דעם האָלצער'ען — האָט דער ריכטער באַפֿרײַט גלייך בײַם אָנהויב פֿון דעם טריעל. עס וועט קלינגען ווי אַ שפּאַס, עס איז אָבער אַ פֿאַקט, אַז די אורזאַכע דערפֿון איז געווען האָלצער'ס געוואָוקס. ער איז אַזוי קליין געוואָקסען, אַז ווען די דעפּוטי שעריפֿס פֿלעגען איהם אַרײַנפֿיהרען338אין קאָורט, פֿלעגען די דזשורי-לייט זיך צולאַכען. אַז ער זאָל זיין אַ מערדער איז זיי געווען קאָמיש זיך פֿאָרצושטעלען.

און גראַד פֿלעגט ער אימער געהן צוזאַמען מיט משה (מאָריס) סטופֿניקער, וועלכער איז הויך און מיט ברייטע שולטערען, ווי אַ ריז. פֿלעגט זיך די קאָמישע זייט פֿון דעם בילד אָנזעהן מיט אַ באַזונדערער דייטליכקייט. קורץ, דער דיסטריקט אַטוירני (פּראָקוראָר) האָט מורא געהאַט אַז דער דאָזיגער האָלצער זאָל די גאַנצע מאָרד-באַשולדיגונג פֿאַרוואַנדלען אין אַ קאָמעדיע, און מען האָט האָלצער'ען געהייסען געהן געזונטערהייט!

אַ פּאָר טעג שפּעטער האָט דער דזשאָדזש באַפֿרײַט נאָך צוויי פֿון די באַשולדיגטע — סאָל מעטצ'ן און דזשולעיום וואָולפֿ'ען. עס זײַנען אַלזאָ איבערגעבליבען בלויז פֿינף.

דער עדות, וואָס האָט „אַליין געזעהן" ווי זיגמאַן האָט לייבאָוויטש'ען געשלאָגען מיט אַן אייזען איבער'ן קאָפּ, האָט זיך לעכערליך ווידערשפּראָכען און געפּלאָנטערט, און עהנליכעס איז געווען מיט אַנדערע עדות, אויף וועלכע דער דיסטריקט אַטוירני האָט געבויט זיין קייס.

מען האָט גלייך געזעהן, אַז דער טריעל וועט פֿאַר די פֿאַרפֿאַסערס פֿון דעם בלבול זיך ענדיגען מיט אַ נידערלאַגע. דאָך — ווער קען מיט זיכערהייט פֿאַרויסזאָגען ווי אַזוי אַ דזשורי וועט פּסקנ'ען! איז טיף אין האַרצען בײַ יעדען פֿון אונז געלעגען אַ וואָרים פֿון צווייפֿעל. און צום שלום פֿון דעם טריעל, בשעת די צוועלף געשוואוירענע האָבען זיך אומגעקערט פֿון זייער באַראַטונגס-צימער, און זייער פֿאָרמאַן האָט אַרויסגערעדט די ווערטער „נאָט גילטי" (ניט שולדיג), איז צו אונזער פֿרייד ניט געווען קיין גרענעץ.

פֿון קאָורט זײַנען מיר אַלע, אַרײַנרעכענענדיג די אַכט קלאָוקמאַכער, וואָס מען האָט געבראַכט צום טריעל, אַוועק אין דער „פֿאָרווערטס"-בילדינג. אין דעם גרויסען זאַל האָט זיך פֿאַרזאַמעלט אַן עולם, פֿאַר וועלכען זיגמאַן און אַנדערע האָבען געהאַלטען רעדעס.

18
דער דזשורנאַל „צוקונפֿט".

339דער מאָנאַטליכער דזשורנאַל „צוקונפֿט" איז די לעצטע פֿאַר-יאָהר געווען דאָס אייגענטום פֿון דער „פֿאָרווערטס" אַסאָסיאיישאָן. אין דעם 3טען באַנד פֿון דיזע „בלעטער" ווערט דערצעהלט ווי די אידישע סעקציע פֿון דער סאָציאַליסטישער אַרבייטער פּאַרטיי האָט אים געגרינדעט אין 1891. זיין ערשטער רעדאַקטאָר איז געווען פֿיליפּ קראַנץ. אין 1894 בין איך ערוועהלט געוואָרען צו פֿיהרען דעם מאָנאַטשריפֿט. איך האָב איהם רעדאַקטירט ביז סוף 1897. (זעה 3-טען באַנד, פּיידזשעס 354, 355, 435 און 437).

דער דזשורנאַל איז דערנאָך איבערגעגאַנגען פֿון האַנט צו האַנט. מייסטענס זײַנען זײַנע אַרויסגעבער געווען אַ גרופּע סאָציאַליסטען. פֿינאַנציעל האָט ער זיך אימער געפּלאָגט. אַזוי האָט זיך דאָס געצויגען ביז דעם זומער פֿון 1912. דער „פֿאָרווערטס", וועלכער איז שוין דאַן געווען פֿעסט אײַנגעפֿונדעוועט אין אַ גוטען פֿינאַנציעלען צושטאַנד, האָט דעם דזשורנאַל דאַן איבערגענומען. עטליכע מאָנאַט שפּעטער האָט די „פֿאָרווערטס" אַסאָסיאיישאָן אַלס רעדאַקטאָר פֿון דער „צוקונפֿט" אויסערוועהלט דעם פּאָעט ליעסין, וועלכער רעדאַגירט איהם עד היום.

19
מאיר לאָנדאָן ערוועהלט צום קאָנגרעס.

די גרעסטע פּאַסירונג וואָס איז פֿאָרגעקומען אין אונזער באַוועגונג אין דעם הערבסט פֿון 1914 איז געווען די ערוועהלונג פֿון אונזער קאַנדידאַט מאיר לאָנדאָן אַלס קאָנגרעסמאַן פֿון 12טען קאָנגרעשאָנעל דיסטריקט.

פֿאַר די ניט-אַמעריקאַנישע לעזער דאַרף מען צוערשט באַמערקען, אַז דער קאָנגרעס איז דער אַמעריקאַנער פּאַרלאַמענט. ער באַשטייט פֿון צוויי טיילען: אַן אונטערהויז, וועלכע הייסט „האָוס אָוו רעפּרעזענטאַטיוום", און אַן אויבערהויז, וועלכע הייסט „סענאַט". ווען מען זאָגט „קאָנגרעסמען" מיינט מען אַ דעפּוטאַט צו דער אונטערהויז. די מיטגלידער פֿון דער אויבערשטער הויז רופֿען זיך סענאַטאָרען.

340ווי איך האָב שוין געהאַט אַ געלעגענהייט צו ערקלערען אין דיזע „בלעטער", זײַנען די אומשטענדען, וואָס רינגלען אַרום די סאָציאַליסטישע באַוועגונג אין אַמעריקאַ, גאַנץ אַנדערע ווי אין אייראָפּאַ. דער אייראָפּעאישער אַרבייטער איז קלאַסען-באַוואוסט. דער אַמעריקאַנער אַרבייטער איז דאָס ניט. עס לעבט זיך איהם אַ סך בעסער און ער האָט גרעסערע מעגליכקייטען זיך „אַרויפֿצואַרבייטען". קיין אַריסטאָקראַטיע, קיין אַדעלינגע, איז אין די פֿאַראייניגטע שטאַאַטען קיינמאָל ניט געווען. דורך דעם איז זיין גאַנצע פּסיכאָלאָגיע אַן אַנדערע. אין אייראָפּא האָבען די אַרבייטער זייערע אייגענע פּאַרטייען — סאָציאַליסטישע פּאַרטייען. אין אַמעריקאַ באַטראַכט זיך די אַרבייטער מאַסע פּאָליטיש ניט אַלס אַ באַזונדערער קלאַס. די אַמעריקאַנער פּראָלעטאַריער געהערען צו די זעלבע פּאַרטייען ווי די קאַפּיטאַליסטען — צו דער דעמאָקראַטישער אָדער רעפּובליקאַנישער. די סאָציאַליסטישע פּאַרטי פֿון אַמעריקאַ איז פֿאַרלויפֿיג נאָך ניט די פּאַרטי פֿון די ברייטע אַרבייטער מאַסען.

דעם סאָציאַליסטישען געדאַנק אין באַצוג צו פּאָליטיק האָט צווישען די אידישע אַרבייטער מאַסען פֿון אַמעריקאַ, דאָס הייסט צווישען אונזערע אימיגראַנטען, אַרײַנגעבראַכט די סאָציאַליסטישע אינטעליגענץ, וואָס איז געקומען מיט זיי צוזאַמען פֿון רוסלאַנד. אין ניו יאָרק זײַנען כּמעט אַלע סאָציאַליסטישע שטימען אָפּגעגעבען געוואָרען צוערשט פֿון דײַטשען, וועלכע האָבען זייער סאָציאַליזם געבראַכט פֿון זייער אַלטער היים, און דערנאָך (ווען אונזערע אימיגראַנטען האָבען שוין געהאַט אַ היבשע צאָל סיטיזענס) זײַנען סאָציאַליסטישע שטימען אָפּגעגעבען געוואָרען אויך פֿון אידישע אַרבייטער, וועלכע האָבען דעם סאָציאַליזם געבראַכט פֿון זייער אַלטער היים.

מיר האָבען אויבען געזעהן, אַז אין מילוואָקי, וועלכע איז אַ דייטשע שטאָדט, איז די סאָציאַליסטישע באַוועגונג געווען שטאַרקער ענטוויקעלט ווי אַנדערשוואו. און דאָרט האָט מען ערוועהלט דעם ערשטען סאָציאַליסטישען קאָנגרעסמאַן, ויקטאָר בערגער.

מיר, אין דעם אידישען קוואַרטאַל פֿון ניו יאָרק, האָבען אימער געטרוימט צו ערוועהלען אַ סאָציאַליסטישען קאָנגרעסמאַן341פֿון אונזערע רייהען. עס איז אָבער געגאַנגען זעהר לאַנגזאַם. אין די פֿריהערדיגע יאָהרען איז גאָר קיין האָפֿנונג ניט געווען אויף דעם. ממשות'דיגע ערוואַרטונגען האָבען זיך בײַ אונז ענטוויקעלט ערשט די לעצטע צייט. אַלע צוויי יאָהר פֿלעגען מיר אַרויסשטעלען אונזערע קאַנדידאַטען, אָבער אָהן אַן אויסזיכט זיי צו ערוועהלען. דאָס ערשטע מאָל ווען מיר האָבען נאָמינירט אַזאַ קאַנדידאַט מיט אַן ערנסטע האָפֿנונג אויף אַ ממשות'דיגען רעזולטאַט איז געווען אין 1908. מיר האָבען דאַן נאָמינירט מאָריס הילקוויט'ן, דעם פֿיהרער פֿון דער סאָציאַליסטישער פּאַרטי, אַלס קאַנדידאַט צום קאָנגרעס פֿון דעם 12טען קאָנגרעס-דיסטריקט. דאָס הייסט פֿון דעם געגענד, וואו עס שטעהט די „פֿאָרווערטס"-געביידע. דאָס איז דער צענטער פֿון דער אידישער איסט סייד. מיר האָבען אָנגעפֿירט אַ טעטיגען קאַמפּיין, אַלע גענאָסען האָבען זיך מיט באַגייסטערונג אָפּגעגעבען צו דער אַגיטאַציע.

הילקוויט האָט געצויגען אַ גרויסען וואָוט. ער איז אָבער ניט עלעקטעט געוואָרען. צוויי יאָהר שפּעטער האָבען מיר איהם נאָמינירט אַ צווייטען מאָל און ער איז ווידער ניט ערוועהלט געוואָרען. צוויי יאָהר נאָך דעם, אין 1912, ווי אויבען איז דערצעהלט געוואָרען, האָבען מיר נאָמינירט לאָנדאָנ'ען, דעם פּאָפּולערען רעדנער און ליבלינג פֿון די אידישע אַרבייטער מאַסען. מיר האָבען ווידער אָנגעפֿירט אַ לעבעדיגען קאַמפּיין. אַ גרויסע צאָהל גענאָסען און סימפּאַטיזירער האָבען געאַרבייט מיט אַלע קרעפֿטען. דער קאַנדידאַט אַליין האָט געהאַלטען עטליכע רעדעס יעדען אָוואָנט. דער רעזולטאַט איז אָבער ווידער געווען ניט קיין פֿרעהליכער. דאָך מוט האָט ער אונז פֿאָרט צוגעגעבען. מיר וואָלטען אָבער דעם קאַמף סיי-ווי-סיי ניט אויפֿגעגעבען.

אין 1914 איז לאָנדאָן אַלזאָ ווידער נאָמינירט געוואָרען און דיזען מאָל איז ער אַרויסגעקומען זיגרײַך. דער קוואַרטאַל האָט בוכשטעבליך געפֿלאַקערט מיט נצחון-פֿרייד.

אויף דעם סקווער אַרום דעם „פֿאָרווערטס" און בײַ אַרומיגע גאַסען איז דעם אָוואָנט פֿון די וואַהלען, דינסטאָג, דעם דריטען נאָוועמבער, געווען אַ געדיכטע מענשליכע מאַסע פֿון342עטליכע צעהנדליג טויזענד פּערזאָן, וואָס האָבען געוואַטשט אונזערע עלעקטרישע סיגנאַלען און סטערעאָפּטישע גלעזלעך, אויף וועלכע עס זײַנען אַנאָנסירט געוואָרען די עלעקשאָן ציפֿער פֿון די פֿאַרשידענע טיילען פֿון דעם 12טען דיסטריקט. ווען עס איז באַקאַנט געוואָרען אַז לאָנדאָן איז ערוועהלט געוואָרען זײַנען פֿאָרגעקומען אונבאַשרייבליכע יובעל-סצענעס.

דעם זעלבען אָוואָנט איז אונז אַנגעקומען אַ טעלעגראַמע פֿון מילוואָקי, אַז בערגער איז ווידער ערוועהלט געוואָרען צום קאָנגרעס און אַז אונזער פּאַרטי האָט דאָרטען אויך ערוועהלט אַ צווייטען קאַנדידאַט צום קאָנגרעס, גענאָסע געילאַרד. לויט דיזער דעפּעשע האָט אונזער פּאַרטי געזאָלט אַרײַנטרעטען אין קאָנגרעס מיט דרײַ פֿאַרשטעהער — אַן אונגעהײַערער שריט פֿאָרויס. ליידער אָבער האָט זיך אויף מאָרגען אַרויסגעצייגט, אַז די מילוואָקער טעלעגראַמע איז אַ טעות. אפֿילו בערגער איז אויך ניט ערוועהלט געוואָרען. מיר האָבען עלעקטעד מאיר לאָנדאָנ'ען, אָבער מיר האָבען פֿאַרלאָרען וויקטאָר בערגער'ן. מיר האָבען ווידער בלויז איין סאָציאַליסטישען קאָנגרעסמאַן, הייסט עס. דאָס איז געווען אַ שטערונג צו אונזער שמחה. אָבער דאָך, בײַ אונז אויף דער איסט סייד, איז די פֿרייד מיט אונזער זיג געווען אַזוי גרויס, אַז זי האָט אַלץ פֿאַרטויבט.

מיטוואָך אין דער פֿריה, איז דער „פֿאָרווערטס" כּמעט אין גאַנצען געווען פֿאַרנומען מיט אונזער נצחון. פֿון אויבען אויף דער ערשטער פּיידזש האָט אַ שורה, מיט דיקע, ריזיגע בוכשטאַבען און מיט רויטע טינט, פּשוט געפֿלאַמט מיט די ווערטער: „מאיר לאָנדאָן עלעקטעד"! אונטען איז געשטאַנען אַ בילד פֿון דעם העלד פֿון טאָג. די זעלבע פּיידזש האָט ענטהאַלטען אַן אַרטיקעל וועגען דער גרויסער געשעהעניש, וועלכער איז געווען געזעצט מיט גרעסערע בוכשטאַבען ווי געוועהנליך.

אין דעם דאָנערשטאָגדיגען „פֿאָרווערטס" איז אַ גרויסער עדיטאָריעל געווידמעט צו „אונזער יום-טוב" און דרײַ קאָלומנס זײַנען פֿאַרנומען מיט אַן אַרטיקעל וואָס טראָגט אויף זיך אַ גרויסען איבערשריפֿט: „דער היסטאָרישער אָוואָנט אין אי343דישען קוואַרטאַל". איבער דעם אַרטיקעל געפֿינט זיך אַ בילד, ספּעציעל געצייכענט פֿאר'ן „פֿאָרווערטס", וואָס שטעלט פֿאַר ווי מאיר לאָנדאָן שטעהט און רעדט פֿאַר די אידישע מאַסען.

דעם נעקסטען זונטאָג האָבען מיר געפֿייערט אונזער זיג אין מעדיסאָן סקווער גאָרדען. און וועגען דעם איז אין יענעם טאָג געווען אַן אַרטיקעל אין „פֿאָרווערטס" אונטער אַן איבערשריפֿט מיט גרויסע בוכשטאַבען: „קומט באַגריסען אײַער ערשטען פֿאַרטרעטער אין קאָנגרעס, מאיר לאָנדאָן".

אַלס רעדנער אויף דער גרויסער פֿאַרזאַמלונג אין מעדיסאָן סקווער גאָרדען זײַנען אַנאָנסירט געווען: „לאָנדאָן, קאַהאַן, ראָססעל, הילקוויט, פֿייגענבוים און אַנדערע".

דער לייט-אַרטיקעל אין דעם נומער פֿון זעלבען טאָג איז ווידער פֿול מיט אונזער שמחה.

דער מעדיסאָן סקווער גאָרדען פֿלעגט אַרײַננעמען העכער ווי 14,000 פּערזאָן. דיזען מאָל איז ער געווען אַבסאָלוט איבערגעפּאַקט. דער איבערשריפֿט איבער דער באַשרייבונג פֿון דער פֿאַרזאַמלונג איז: „לאָנדאָנ'ס זיג געפֿייערט מיט אונבעשרייבליכער באַגייסטערונג". אונטער דעם, מיט קלענערע ווערטער, שטעהט: „15 טויזענד אַרבייטער, מענער און פֿרויען, באַגריסען דעם ערשטען סאָציאַליסטישען קאָנגרעסמאַן פֿון דער איסט סאַיד".

מיט לאָנדאָנ'ס אַרײַנטרעטען אין קאָנגרעס אַלס סאָציאַליסטישער פֿאַרשטעהער האָט זיך אָנגעפֿאַנגען אַ נייער לעבען אין דער סאָציאַליסטישער באַוועגונג פֿון ניו יאָרק.

לאָנדאָן, אַלס קאָנגרעסמאַן, האָט געצויגען אויפֿמערקזאַמקייט צווישען וואַשינגטאָנער קאָלעגען אויך. פֿילע פֿון די אַנדערע קאָנגרעסלייט, אַמעריקאַנער פֿון פֿאַרשידענע סטייטס, האָבען זיך אינטערעסירט מיט זײַנע רעדעס און מיט איהם פֿערזענליך. די אידישע אַרבייטער פֿון ניו יאָרק און אַנדערע גענאָסען איבער גאַנץ אַמעריקאַ האָבען געוואואוסט דערפֿון. דאָס בפֿרט, און דער פֿאַקט בכלל, אַז מיר, אידישע סאָציאַליסטען, האָבען עלעקטעד אַ פֿאַרשטעהער צום וואַשינגטאָנער קאָנגרעס, איז געווען אַ קוואַל פֿון אַ נייער באַגייסטערונג פֿאַר אונזערע גענאָסען.

הערות (פֿוס-נאָטיצען פֿון אָריגינאַל)

[ז׳ 298] *) מיט עטליכע יאָהר שפּעטער איז ער געקומען צו מיר ספּעציעל צו ערקלערען, אַז איצט פֿאַרשטעהט ער שוין, אַז איך האָב געהאַט רעכט... אַזעלכע ערפֿאַהרונגען האָב איך געהאַט גאַנץ אָפֿט.

[ז׳ 301] *) יענער טור פּאַדערעװוסקי׳ס איבער אַמעריקא איז געווען אַ גרויסער דורכפֿאַל. דאָס האָט מיט איהם פּאַסירט דאָס ערשטע מאָל. ער איז געווען זעהר באַליבט אין אַמעריקא. זײַן נאָמען איז געווען זעהר גרויס. אין איצטיגען דורכפֿאַל האָט ער באַשולדיגט די אידען, און דערבײַ האָט ער געלייקענט, אַז ער איז אַן אַנטיסעמיט.

[ז׳ 312] *) ד״ר. רובינ׳ס געשיכטע פֿון דעם קלאָוק טרײַד (אויף ענגליש) („דהי וווימענ׳ס גאַרמענט וואָרקערס") זאָגט, אויף פּיידזש 266, אַז דער „פֿאָרווערטס" האָט אין דיזען קאַמף זיך געהאַלטען בײַ אן אונפּאַרטײיאישער פּאָליסי, כדי ניט צו פֿאַרלירען זײַן אײַנפֿלוס. עס איז דײַטליך, אַז דער פֿאַרפֿאַסער פֿון דיזער ווערק האָט ניט געלעזען די נומערען „פֿאָרווערטס", וועלכע זײַנען ערשינען אין דער צײַט פֿון דעם שטורמיגען קאַמף וועגען וועלכען דאָ האַנדעלט זיך. מיר זײַנען געווען די וואָרט־פֿיהרער פֿון דעם אַנטי־הורוויטש־צד. דאָס בוך ענטהאַלט אַ סך ריכטיגע אָנווײַזונגען, אָבער ניט וויניגער מעות'ען און פֿאַלשע שלוסען. דער גאַנצער גײַסט פֿון דעם ווערק איז דורכגעדרונגען מיט אַ פֿאַרטײיאישען אײַנפֿלוס, און עס איז קענטיג, אַז קײן אינערליכע באַקאַנטשאַפֿט מיט דעם לעבן פֿון דער יוניאָן האָט דער פֿאַרפֿאַסער ניט געהאַט.

[ז׳ 324] *) איצט, ווען דיזע שורות ווערען געשריבען, איז הילמאַן שוין עטליכע יאהר דער פּרעזידענט פֿון דער אמאַלגאַמייטעד קלאָדינג וואירקערס יוניאן, די אָרגאַניזאַציע, וועלכע האָט פֿאַרנומען דעם פּלאַץ פֿון די אויבען-דערמאָנטע גאַרמענט וואירקערס, אַלס די יוניאן פֿון מענער שניידער אין די פֿאַראייניגטע שטאַאַטען און קענעדע.

[ז׳ 333] *) „סקעב" הייסט אַ קרעצעל, אַ געשוויריעל אויף ענגליש, און אין אמעריקא ווערט דער זעלבער וואָרט געברויכט פֿון יוניאן-לייט, ווען זיי רידען וועגען אַ סטרייק-ברעכער אָדער וועגען אַן אַרבייטער וואָס גע-הערט סתם ניט צו דער יוניאן פֿון זיין פֿאַך.

[ז׳ 336] *) די גרעסטע און וויכטיגסטע פּריזאָן (טורמע) אין דער שטאָדט ניו יאָרק.