מיט דער אױיסנאַמע פֿון דעם ערשטען באַנד זײַנען די „בלעטער" געשריבען אױיף אמעריקאַנער אידיש — דער אידיש, אױיף װועלכען איך בין געװואוינט צו ריידען און שרײַבען שױין העכער װוי פֿערציג יאָהר.
אין דעם ערשטען באַנד װואָלט אַזאַ לשון געװוען אונפּאַסיק, װוייל אין איהם װוערט דערצעהלט װועגען דער אַלטער הײם. האָב איך די ענגלישע װוערטער, װועלכע זײַנען געװוען אַ טײיל פֿון דעם אמעריקאַנער אידיש, אין איהם אױיסגענומען. אין די אַנדערע בענדער אָבער זײַנען די אמעריקאַניזמען געװוען אונמעגליך אױיסצומײַדען. זײי זײַנען אַרײַן אין סאַמע האַרץ פֿונ'ם היגען אידיש, פּונקט װוי די הונדערטע פּױילישע און רוסישע װוערטער זײַנען אַרײַן אין דעם האַרץ פֿון אונזער אַלט-הײמישען אידיש.
צו זאָגען, צום בײַשפּיעל, „דירה", „דירה-געלט", „סופֿיט", „ראָג", „ביבליאָטעק", „װוועטשערע", „טראַמװוי", „סטאָליאַר", װוען מען דערצעהלט װועגען די פֿאַראייניגטע שטאַטען, אָדער קענערע, װואָלט אַלץ געקלונגען פּונקט אַזױי אוננאַטירליך װוי צו זאָגען „רום", „רענט", „סילינג", „קאָרנער", „ליברערי", „סאַפֿער", „קאַר", „קאַרפּענטער", װוען מען רעדט װועגען װוילנא, װאַרשאַ, אָדער לעמבערג.
אַ װוארט װועגען דער אָרטאָגראַפֿיע אין דיזען װוערק. אַ טײיל רעפֿאָרמען, װואָס מען פֿלעגט מאַכען אין אױיסלײינען אידיש, זײַנען לאָגיש און פּראַקטיש. אָבער װועגען אַ גרױיסער טײיל פֿון זײי קען מען דאָס פֿאַרלױיפֿיג ניט זאָגען. אײַניגע פֿון די פֿאָרגעשלאָגענע ענדערונגען האָבען פּשוט קײן זין ניט, און אַנדערע, װועלכע האָבען יאָ אַ זין, זײַנען ניט פּראַקטיש. עס איז װוינשענסװוערט זײי אָנצונעמען, אָבער איבער'ן געװואַלד דורכפֿיהרען זײי קען מען ניט. מיט דער צײַט, פֿילײיכט, װועלען זײי אַרײַן אינ'ם היגען געברױיך. דערװוייל אָבער האַלט עס נאָך װוייט דערפֿון. אין די „בלעטער" װועלען אָנגענומען נאָר אײַניגע פֿון די רעפֿאָרמען.
פֿאָר די לעזער, װואָס זײַנען ניט געװואוינט צו דעם אמעריקאַנער אידיש, װוערט בײַם ענד פֿון צװוייטען באַנד געגעבען אַ װוערטער-בוך, אָדער „גלאָסאַר", פֿון די אמעריקאַניזמען, װואָס געפֿינען זיך אין דיזען װוערק.
פֿאַר'ן ערשטען באַנד האָב איך נאָר געקענט קריגען אַ קלײינע צאָהל בילדער פֿון די פֿאַרזאָנען, װועלכע װוערען אין איהם דערמאָנט און װועלכע האָבען געשפּילט אַ ראָלע אין מײַן לעבען פֿון יענע יאָהרען. יענע צײַט איז שױין װוייט אָפֿגערוקט, און ענטװועדער די דערמאָנטע מענשען האָבען זיך קײַנמאָל ניט פֿאָטאָגראַפֿירט, אָדער זײיערע פֿאָטאָגראַפֿיעס זײַנען שױין לאַנג ניטאָ.
דאָס אײַגענע פֿאַר'ן צװוייטען באַנד איז געװוען לײַכטער צו קריגען, און פֿאַר'ן דריטען נאָך לײַכטער. אָבער אפֿילו פֿאַר דיזע צװויי בענדער איז אױיך אונמעגליך געװוען צו באַקומען אלע געװוינשטע בילדער ; און די װואָס איך האָב יאָ געקראָגען, זײַנען מיר ניט אימער אָנגעקומען אָהן שװועריגקייטען.
פֿילע פֿון די פֿאַרזאָנען, װועלכע זײַנען דערמאָנט אין צװוייטען און דריטען באַנד, זײַנען שױין לאַנג טױיט, און אין אײַניגע פֿאַלען איז זאָגאַר שװוער געװוען צו געפֿינען זײיערע קרובים אָדער פֿרײַנד. מ'האָט געמוזט אַרבייטען דורך פּאָסט, טעלעגראַף און לאַנד-דיסטענס טעלעפֿאָן, אָדער זאָגאַר מאַכען אַ ספּעציעלע רייזע, אײַדער מען האָט געקראָגען אַן אַלטען פֿאָטאָגראַף, אָדער נאָר אַן ערלױיבעניש צו מאַכען פֿון איהם אַ קאָפּיע.
אין דיזע אונטערנעמונגען צו געפֿינען די געװוינשטע בילדער, האָב איך געהאַט די מיטװוירקונג פֿון פֿילע פֿרײַנד און גענאַסען אין פֿאַרשידענע שטעדט אין אמעריקאַ און אין אײַראָפּא, הױיפּטזעכליך אין װוילנא. זײי אלע װוייל איך דאַ אױיסדריקען מײַן הערצליכען דאַנק.
מײַסטע פֿון די בילדער זײַנען גענומען געװוארען אונגעפֿעהר אַרום דער צײַט, אױיף װועלכער עס באַציהען זיך די שטעלען, װואו די באַטרעפֿענדע פֿאַרזאָנען װוערען דערמאָנט. אין אײַניגע פֿאַלען אָבער איז אַזעלכע פֿאָטאָגראַפֿיעס אונמעגליך געװוען צו באַקומען. דאָס זײַנען בילדער פֿון געבײַדעס, מיט װועלכע ס'איז פֿאַרבונדען די געשיכטע פֿון מײַן קינדהייט און פֿריהע יוגענד-יאָהרען. די דאָזיגע געבײַדעס זײַנען װוייניג געענדערט (די שילדען, צום בײַשפּיעל, זײַנען היינטיגע).